געוועזענער מדינת ישראל מיניסטאר ארעסטירט אלס איראן שפיאן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

געוועזענער מדינת ישראל מיניסטאר ארעסטירט אלס איראן שפיאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זונדל שאלאמאן »

דער געוועזענער איזראעלישער כנסת פארלאמענט מיטגליד גונן שגב, איז באשולדיגט געווארן אין שפיאנירן פאר איראן, אינערהאלב די מדינת ישראל רייען. אין א באריכט ארויסגעגעבן דורך די מדינת ישראל פאליציי און ש.ב. שפיאנאזש אגענטור, ווערט דערציילט אז דער שפיאן איז שוין ארעסטירט געווארן פארגאנגענעם חודש אויפן פארדאכט פון העלפן פיינט און שפיאנירן קעגן מדינת ישראל.

דער מיניסטאר האט אן אינטערסאנטע היסטאריע, ער איז געווען א דאקטער, דערנאך איז ער געווארן א חבר כנסת, שפעטער איז ער ארעסטירט געווארן פארן שמוגלען דראגס, און אצינד האט מען אים געכאפט אלס שפיאן פאר איראן, וואס האט אריינגעדרייט אנדערע זיי זאלן אויך שפיאנירן מיט אים.

שגב, וואס האט אין די לעצטע יארן געוואוינט אין ניגעריע, איז אנגעקומען אום מאי דאס יאר קיין עקוואטאריאל גיני (א לאנד אין צענטראל אפריקע), וואו ער איז פון דארט אריבערגעליפערט געווארן קיין מדינת ישראל, נאכדעם וואס די עקוואטאריאל גיני באאמטע האבן אים נישט געוואלט אריינלאזן אין לאנד, צוליב זיין קרימינאלע פארגאנגענהייט.

דער מיניסטאר איז באלד געפירט געווארן צו די ש.ב. אויספארשונג’ס טישל, וואס האט געהאלטן אן אויג אויף אים, פארדעכטנדיג אז ער פארארבעט מעשים און האט פארבינדונגען מיט איראנער שפיאנאזש אגענטן, און העלפט זיי ארויס קעגן די אינטערעסן פון מדינת ישראל. דאס לייגט זיך אויפן שכל ווען עס קומט צו אזא צווייפלהאפטיגע מיניסטאר, וואס האט שוין א טונקעלער פארגאנגענהייט אויף זיין רעקארד.

דורכאויס די אויספארשונגען האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פארדאכטן זענען קראנט, און שגב איז טאקע געווען א שפיאן פאר איראן, אנגעהויבן פון אזוי פרי ווי אין יאר 2012, ווען ער האט זיך באקענט מיט באאמטע פון די איראנער אמבעסאדע אין ניגעריע, און ער האט זיך עטליכע מאל געטראפן מיט איראנע שפיאנאזש אגענטן אין האטעלן, הייזער און רעסטוראנטן איבער די וועלט.

צווישן די זאכן וואס איז קלארגעשטעלט געווארן ביים אויספארשונג איז געווען, אז איראן האט צוגעשטעלט פאר שגב א פארגעשריטענער קלאסיפיצירטער קאמיוניקאציע אפאראט, צו קענען פארווישן די געשפרעכן צווישן אים און די איראנע געהיים אגענטן.

צווישן די סודות וואס דער שפיאן האט ארויסגעגעבן פאר איראן, איז אריינגערעכנט אינפארמאציע איבער די מדינת ישראל ענערגיע, זיכערהייט, אפיסעס און געביידעס פון פאליטישע און זיכערהייט פיגורן אדער אגענטורן אין לאנד, און נאך.

צו קענען נאכקומען די אלע שפיאנאזש אינפארמאציע וואס ער האט געפיטערט איראן, האט שגב אויפגעשטעלט א נעץ פון שפיאנאזש אגענטן, וועלכע זענען געווען מדינת ישראל בירגער מיט צוטריט צו זיכערהייט אדער אויסערן מיניסטעריום פון מדינת ישראל, און ער האט זיי אריינגענארט מיטן זאגן אז די איראנע שפיאנאזש אגענטן זענען אומשולדיגע ביזנעסלייט.

קרעדיט - אידישער ווינקל
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ווען נישט אים וואלט נישט געווען די אסלא שלום אפמאך
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אזוי קוקן אויס זייערע פאליטישענס.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די ווערטל זאגט דאך אזוי:

וואס איז א חילוק צווישן יוסף הצדיק און א מדינת ישראל פאליטיקאנט?

יוסף הצדיק איז ערשט געזעסן אין תפיסה, דערנאך איז ער געווארן א משנה למלך.

ביי זיי איז מען קודם א משנה למלך, און דערנאך גייט מען זיצן אין תפיסה...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:די ווערטל זאגט דאך אזוי:

וואס איז א חילוק צווישן יוסף הצדיק און א מדינת ישראל פאליטיקאנט?

יוסף הצדיק איז ערשט געזעסן אין תפיסה, דערנאך איז ער געווארן א משנה למלך.

ביי זיי איז מען קודם א משנה למלך, און דערנאך גייט מען זיצן אין תפיסה...

;l;p-
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:די ווערטל זאגט דאך אזוי:

וואס איז א חילוק צווישן יוסף הצדיק און א מדינת ישראל פאליטיקאנט?

יוסף הצדיק איז ערשט געזעסן אין תפיסה, דערנאך איז ער געווארן א משנה למלך.

ביי זיי איז מען קודם א משנה למלך, און דערנאך גייט מען זיצן אין תפיסה...

די חילוק צווישן יוסף הצדיק און א מדינת ישראל פאליטיקאנט, איז א חילוק בין קדושה צו טומאה...
ח''ו אפילו צו זאגן אזא ווערטל
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:די ווערטל זאגט דאך אזוי:

וואס איז א חילוק צווישן יוסף הצדיק און א מדינת ישראל פאליטיקאנט?

יוסף הצדיק איז ערשט געזעסן אין תפיסה, דערנאך איז ער געווארן א משנה למלך.

ביי זיי איז מען קודם א משנה למלך, און דערנאך גייט מען זיצן אין תפיסה...

די חילוק צווישן יוסף הצדיק און א מדינת ישראל פאליטיקאנט, איז א חילוק בין קדושה צו טומאה...
ח''ו אפילו צו זאגן אזא ווערטל

דאס זאגט ער צדיקים תחילתן יסורין וסופן שלוה און רשעים להיפך
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

זאג מיר נישט דאס קומט אויך פון די פאפירן וואס מדינת ישראל האט ארויסגעווישט פון איראן
ווייל ווער ווייסט וואס נאך עס גייט נאכקומען
..
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

מ'דארף פארשטיין עברית כדי צו הנאה האבן פון די רעדע, אבער ער האט גערעד דאס מאל צום זאך:

ח"כ ישראל אייכלר מיהדות התורה התייחס לפרשת הריגול עבור איראן של השר לשעבר גונן שגב ואמר מעל בימת הכנסת "המדינה מזועזעת מהסיפור של שר האנרגיה והתשתיות לשעבר גונן שגב שחשוד בעבירת ריגול עבור איראן".

"אני רק רוצה להזכיר, שאותו גונן שגב היה פטריוט גדול שהגיע לכנסת בספינה של מפלגת 'צומת' שהסמל שלה היה 'צו גיוס לחרדים'. על ההצהרה הזו הם קיבלו שמונה מנדטים עוד לפני שנולדו כל המפלגות האחרות שעסקו בזה".

"אחר כך בגד במפלגתו ובימין והצטרף יחד עם גולדפרב לקואלציית אוסלו. בהמשך הספיק גם להסתבך בפלילים ולשבת בבית הסוהר ועכשיו הדרדר עד לריגול עבור האויב המסוכן ביותר לעם היהודי".

"כך שאינני מתרשם מהפטריוטיות שמגלים כל אלו שרוצים לגייס את החרדים. כפי שאומרים: הפטריוטיזם הוא מפלטו של הנבל".
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

בס''ה אז די וואס זענען פאר גיוס חרדים זענען נישט די עכטע פאטריאטן....

רח''ל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:בס''ה אז די וואס זענען פאר גיוס חרדים זענען נישט די עכטע פאטריאטן....

רח''ל.

דאס הייסט נישט פארשטאנען עברית....
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אבן יקרה האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:בס''ה אז די וואס זענען פאר גיוס חרדים זענען נישט די עכטע פאטריאטן....

רח''ל.

דאס הייסט נישט פארשטאנען עברית....

דאס הייסט נישט פארשטאנען א תגובה....
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:בס''ה אז די וואס זענען פאר גיוס חרדים זענען נישט די עכטע פאטריאטן....

רח''ל.

דאס הייסט נישט פארשטאנען עברית....

דאס הייסט נישט פארשטאנען א תגובה....

אויך קיין אידיש נישט פארשטיין?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”