בלאט 1 פון 53

דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 2:23 am
דורך צל עובר
דאכציך עס איז נאכנישט דא קיין אשכול איבער דעם, ביז היינט פלעגט מען לייגן נייעס פון די פריימעריס ביי די אלגעמיינע וואלן.

עס איז ארויסגעקומען א אנקעטע פון די פלארידע אנקעטע פירמע סענט ליאו זיי האבן אויסגעפרעגט סיי נאציענאל און סיי פון פלארידע

נאציענאל...

ביידן 20%
אפרע 15%
סענדערס 9%
האלדער 6%
קואמא 4%
העריס 4%
ווארען 4%
באלאק 3%
לאנדריאו 3%
בוקער 2%
דזשיליברענד 2%
מוירפי 1%
בראון 1%

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 2:27 am
דורך בוידעם
וואס טוט זיך מיט מארטין אמאלי?

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 2:27 am
דורך צל עובר
פלארידע.....

ביידן 21%
אפרע 17%
סענדערס 11%
ווארען 7%
האלדער 5%
העריס 4%
בוקער 3%
בראון 3%
מוירפי 2%
קואמא 2%
דזשיליברענד 2%
באלאק 1%
לאנדריאו 1%
פעטריק 1%
מקאליפי 1%

נישט אלע ווייסעך ווער זיי זענען בכלל.

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 2:52 am
דורך טשאדעלע באדעלע
באלאק קענעך. נעקסטע וואך איז זיין סדרה. די ספעלינג איז נאר נישט גוט

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 3:15 am
דורך כאפצעם
ביידען און אפרע ווינפרי גייט זיין די קלינטאן-סאנדערס 2020 פייט?

יוש סאנדערס.. וואסי געשעהן מיט אים נעבאך.

ווי איז זשים וועב, לויפט נישט נאכאמאל? א רגע, און וואס איז מיט לינקלאן טשעפי? וויי געוואלד, יתומים היינו ואין אב

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 10:15 am
דורך אונגארישער
אין וואס טיט זיך מיט קלינטאנס מיטלויפער טיםקעין ער לויפט נישט? ער וואלט לכוארה גווען ש שטארקע קאנדידאט פאר די דעמאקראטס

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 10:54 am
דורך הכל הבל
די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמיטע האט באשטימט אז זייער קאנווענשאן וועט פארקומען פון יולי 13 ביז יולי 16 צוויי וואכן פריער פון די 2016 קאנווענשאן
די לעצטע מאל די דעמאקראטן האבן אפגעהאלטן אזוי פרי זייער קאנוונשאן איז געווען אום 1992 און די לעצטע מאל די רעפובליקאנער זענען געגאנגען אזוי פרי איז געווען אום 1964
די ציהל דערפון איז צוליב דעם וואס דעמאקראטן ערווארטן זייער א היציגע פריימערי סעזאן און ווילן גיבן גענוג צייט פון ווען דער עווענטועלער קאנדידאט/קע פארזיכערט זיך מיט די נאמינאציע ביז די אלגעמיינע וואלן אז זאכן זאלן זיך אויסקילן און די פארטיי זאל זיך פאראייניגן
די לאקאלן ווי די דעמאקראטן באטרכטן אפצורעכטן זייער קאנווענשאן רעכנט אריין אטלאנטא, בירגינהעם, אלאבאמא, דענווער, יוסטאן, מיאמי ביעטש, מילוואקי, ניו יארק, און סאן פראנציסקא

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 10:56 am
דורך עכט היימיש
אונגארישער האט געשריבן:אין וואס טיט זיך מיט קלינטאנס מיטלויפער טיםקעין ער לויפט נישט? ער וואלט לכוארה גווען ש שטארקע קאנדידאט פאר די דעמאקראטס

ער לויפט יעצט ווידערווילונג אלץ סענטער אין זיין סטעיט, מאנכע זאגן אז ער וועט דארטן מעסטן זיין מאמענטום איו די דעמאקראטישע באזע

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 1:04 pm
דורך זזה
סענדערס 9%??

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 3:03 pm
דורך א. טראכטער
עכט היימיש האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:אין וואס טיט זיך מיט קלינטאנס מיטלויפער טיםקעין ער לויפט נישט? ער וואלט לכוארה גווען ש שטארקע קאנדידאט פאר די דעמאקראטס

ער לויפט יעצט ווידערווילונג אלץ סענטער אין זיין סטעיט, מאנכע זאגן אז ער וועט דארטן מעסטן זיין מאמענטום איו די דעמאקראטישע באזע

איך מיין אז ער האט גארנישט צוגעגעבן צום קלינטאן טיקעט

אויב עפעס פארקערט..

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 3:13 pm
דורך בעל דמיון
אין וועלעכע משוגענעם לאנד וואוינען מיר???
ס'איז בכלל דא א שטענס אז דער צודרייטער "O" זאל לויפן פאר פרעזידענט, קען מיר אפשר איינער זאגן וואס א קוואלעפיקעישן'ס זי האט צו לויפן פאר דעם אמט? עפעס יעדע משוגענער סעלעברעטי קען שוין זיין א פרעזידענט? האו עבאוט דזשעי זי און דזשאסטין ביעבער???

פרעזידענטשאפט האט גארנישט מיט סעלעברעטי'ס, מ'וועט זיך טרעפן איין טאג מיטן פרעזידענט גיין סועסייד אינעם ווייט האוז, כנהוג אצל סעלעברעטיס...

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 3:34 pm
דורך צל עובר
דער היינטיגער פרעזידענט האט נישט געווינען ווייל ער טויגט[נישט נוגע צו די פוינט אויב למעשה טויג ער יא] נאר ווייל ער איז געווען א סעלעברעטי.

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 3:35 pm
דורך צל עובר
אונגארישער האט געשריבן:אין וואס טיט זיך מיט קלינטאנס מיטלויפער טיםקעין ער לויפט נישט? ער וואלט לכוארה גווען ש שטארקע קאנדידאט פאר די דעמאקראטס

ער האט א געוואלדיגע חסרון אז ער קוקט אויס ווי א קלאון.

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 3:47 pm
דורך בעל דמיון
צל עובר האט געשריבן:דער היינטיגער פרעזידענט האט נישט געווינען ווייל ער טויגט[נישט נוגע צו די פוינט אויב למעשה טויג ער יא] נאר ווייל ער איז געווען א סעלעברעטי.


איך וויל נישט מאכן דעם אשכול פאר א טראמפ אשכול, אבער ער האט כאטשיג געהאט עפעס א היסטארי (טאקע דיבעיטעבל...) זי איז דאך פלעין א "משועגענע" סעלעברעטי. דעט'ס אלל!

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 6:41 pm
דורך צל עובר
איך האלט אויף איר פונקט ווי אייך, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז "צו געווינען" איז זיין א סעלעברעטי די עיקר.

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 6:45 pm
דורך אלי' מקוה יוד
בעל דמיון האט געשריבן:אין וועלעכע משוגענעם לאנד וואוינען מיר???
ס'איז בכלל דא א שטענס אז דער צודרייטער "O" זאל לויפן פאר פרעזידענט, קען מיר אפשר איינער זאגן וואס א קוואלעפיקעישן'ס זי האט צו לויפן פאר דעם אמט? עפעס יעדע משוגענער סעלעברעטי קען שוין זיין א פרעזידענט? האו עבאוט דזשעי זי און דזשאסטין ביעבער???

פרעזידענטשאפט האט גארנישט מיט סעלעברעטי'ס, מ'וועט זיך טרעפן איין טאג מיטן פרעזידענט גיין סועסייד אינעם ווייט האוז, כנהוג אצל סעלעברעטיס...

זי איז נישט סתם א סעלעברעטי, זי האט א וויזיע און א שטארקן מעסעדש צום טיש, און צומאל איז דאס די וויכטיגסטע פון א פירער צו געבן די וויזיע און גייסט פארן לאנד, אז די גאנצע טשעין אף קאמענד זאל האבן די גיייסט און חיות צו טוען זייער ארבעט אויפן ריכטיגן וועג.

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 6:46 pm
דורך אלי' מקוה יוד
צל עובר האט געשריבן:דער היינטיגער פרעזידענט האט נישט געווינען ווייל ער טויגט[נישט נוגע צו די פוינט אויב למעשה טויג ער יא] נאר ווייל ער איז געווען א סעלעברעטי.

נישט וואר, די סעלעברעטי האט עהם אפשר געגעבן די מיטלען אז מער מענטשען זאלן הערן זיין מעסעדש, אבער זיין מעסעדש האט עהם למעשה געמאכט געווינען (וי"א פארלירן).

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 7:15 pm
דורך צל עובר
פון דעם רעד איך, און בכלל זעה איך אז איר האלט אז זי פארקויפט יא עפעס, ממילא קומט עניוועי נישט אריין די גאנצע שמועס.

געשריבן: מאנטאג יוני 18, 2018 12:17 am
דורך ליבלעך
אונגארישער האט געשריבן:אין וואס טיט זיך מיט קלינטאנס מיטלויפער טיםקעין ער לויפט נישט? ער וואלט לכוארה גווען ש שטארקע קאנדידאט פאר די דעמאקראטס

דאכצעך מיר אז ער האט געזאגט נאך די 2016 עלעקשען'ס אז ער גייט נישט לויפן אין 2020

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 8:06 pm
דורך צל עובר
א נייע אנקעטע פון הארווארד העריס יוני 24-25

ביידען 32
קלינטאן 18
סענדערס 16
ווארען 10
בוקער 6
"בלומבערג" 2
העריס 2
קואמא 1
דזשיליברענד 1

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 8:09 pm
דורך צל עובר
ביידען איז דא שטערקער ווי אלע פריערדיגע אנקעטעס, און איך גלייב אז קלינטאן ציפט אראפ אסאך מער פון ביידען ווי פון סענדערס, און זי וועט דאך זיכער נישט לויפן.

מען זעהט ווייטער אז אויב ביידען לויפט, און ער וועט לויפן אויב וועט ער א יאר ארום נאך זיין ביי די כוחות ווי יעצט, וועט ער אי"ה געווינען די פריימעריס, און מסתמא די גענעראלע וואלן און דעם עלעקטארעל קאלידזש אויך.

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 8:10 pm
דורך צל עובר
די צוויי עכטע עסטעבלישמענט קאנדידאטן קלינטאן מיט ביידן האבן דא אינאיינעם גאנצע פופציג פראצענט.

און ביידן קען רעכענען אויף איר אינדארסמענט.

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 8:11 pm
דורך אמביציע
אינטרעסאנט קלינטאן איז נאך אזוי הויך, העכער וואו יעדעם חוץ פון ביידען

א מאדנע ספעקטאקיל

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 8:16 pm
דורך צל עובר
אמביציע האט געשריבן:אינטרעסאנט קלינטאן איז נאך אזוי הויך, העכער וואו יעדעם חוץ פון ביידען

א מאדנע ספעקטאקיל

אבער זי לויפט עניוועי נישט.

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 8:17 pm
דורך אמביציע
צל עובר האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:אינטרעסאנט קלינטאן איז נאך אזוי הויך, העכער וואו יעדעם חוץ פון ביידען

א מאדנע ספעקטאקיל

אבער זי לויפט עניוועי נישט.

איך כאפ נישט פארוואס זי איז דארט אזוי פאפאלער. זי האט דאך פאלוירן, דעי חברה דארפן דאך זיין בייז אויף איר