בלאט 38 פון 328

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 10:32 am
דורך קהל עדתינו
כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@כאפצעם, וועלכע האלבע פעלד האט נאכנישט געמאלדן? ביידן אדרעסיר איך דאך, די 55% איז דאך בלויז אויב ביידן לויפט נישט, בעטא איז דאך א מעיק איט אר ברעיק איט, מען ברויך זעהן תיכף ווען אויב ער מעלדט אויב ער ווערט ריזיג, אויב יא, קען ער עס טאקע מאכן, ער איז א חלק פון די 45%.

סאו לע"ע ווייסטו דאך נאכנישט וועכע וועג בעטאו וועט ברעיקן איז וויאזוי גיבסטו בערני א %55 שאנס?

האלבע פעלד מיינעך ביידן, בעטאו, דעבלאזיא און קען נאך זיין נאך.

דאס איז נישט קיין האלבע פעלד

מרעדט דאך על הצד אז ביידן לויפט נישט

בעטא איז אין חשבון סזעהט ענדערש אויס אז ער וועט קראכן ווי איידער מצליח זיין קעגן בערני, העריס מיט די אנדערע

קאומא האט גראדע געזאגט אז טאמער ביידן לויפט נישט קלערט ער פון לויפן

בכל אופן, אפגעזעהן וואס סאיז געווען אנדערע יארן, זעהט עס אויס אז ביי 2020 איז דער מנהג צו מעלדן פרי אז מלויפט און מערסטנס קאנדידאטן האבן שוין געמאלדן סאו סאיז נישט "לייקלי" אז פלוצים וועט איינער אויפשפראצן און זאגאר אויסשטייגן אלס דער עווענטשועל נאמיני

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 10:36 am
דורך הכל הבל
א ניו יארק טיימס ארטיקל רעדט זיך אפ איבער די שוואכע ספאטלייט די דעמאקראטישע קאנדידאטן שיינען אויף קרימינאל יוסטיץ רעפארם
זיי ברענגן ארויס אז די פעלד פון קאנדידאטן איז ווייט פון באאיינדרוקנד אויף די טעמע מיט העריס און קלאובאשאר וועלכע קומען אונטער קריטיק איבער זייער האנדלונג אלץ פראקורארן אין דזשאו ביידען מיט זיין ראלע אין די שפעטע אכציגער און פריע ניינציגער יארן למספרם ביים שטימען אויף די בילס צו פארשטייפן און פארמערן ארעסטן
די טיימס ארטיקל רופט אויף דעמאקראטן צו דרוקן מער אויף פארשפרעכונגען פון זייערע קאנדידאטן דערויף און דא קומט די באמבע:
דעמאקראטישע קאנדידאטן זאלן ארויסלייגן ליסטעס מיט נעמען וועם זיי וואלטן נאמינירט צו די געריכטן, הויפטזעכטליך צום סופרים קאורט און אזעלכע נעמען וועלכע האבן א רעקארד פון פארטיידיגן מענטשן רעכטן און זיך קעגנשטעלן די שטרענגע איבערגעטריבענע יוסטיץ סיסטעם
די טיימס שרייבט קלאר אז טראמפ איז אויפגעקומען דערמיט און דעמאקראטן זאלן אצינד נאכפאלגן דעם ביישפיל

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 10:54 am
דורך abeg
New: @TheDemocrats have chosen Milwaukee as the site of the party’s 2020 national convention. .@TomPerez to announce dec’n in MLW this afternoon.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 11:05 am
דורך הכל הבל
יאפ
עי פי באשטעטיגט עס שוין
די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנווענשאן וועט פארקומען אין מילוואקי וויסקאנסין

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 11:08 am
דורך וויכטיג מאכער
דאס זאגט גאר אסאך... זיי האלטן אז די פייט גייט זיין אין וויסקאנסין, נישט אין פלארידא! (און אוודאי נישט טעקסעס)

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 12:34 pm
דורך יש ברירה
א גאר אינטערסאנטע טשארט וועלכע צייגט וואו די אנקעטעס זענען געשטאנען אין פריעדיגע פרעזידענטליכע פריימעריס אין די צייט.

מיר שטייען היינט 603 טאג פון עלעקשין דעי. ווי מען זעהט, אין די פארגאנגענהייט האט זיך די בילד אויסגעקלארט ביי צווישן 300 און 250 טעג צום וואל טאג.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 12:47 pm
דורך וויכטיג מאכער
די צוויי קלינטאן שטארק בלוי גיבן מיר אזא נצחון געפיהל... כ'ווייס אליין נישט פארוואס...

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 12:49 pm
דורך פאראינטערסירט
יש כ'הייב נישט אהן צו כאפן וואס די טשארט מיינט,
און אזוי אויך פארוואס זאגסטו אז ביי 300 טעג איז די בילד געווארן אויסגעקלארט? איך זעה ווי יעדער איז געפאלן נאך די 300 מארק.


ביידעוועי פון אזא הויכע בארג איז הילערי געפאלן??! נישט קיין וואונדער אז איהר שיך האטצעך אויסגעטוהן... :mrgreen:

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 1:11 pm
דורך יש ברירה
פאראינטערסירט האט געשריבן:יש כ'הייב נישט אהן צו כאפן וואס די טשארט מיינט,
און אזוי אויך פארוואס זאגסטו אז ביי 300 טעג איז די בילד געווארן אויסגעקלארט? איך זעה ווי יעדער איז געפאלן נאך די 300 מארק.


ביידעוועי פון אזא הויכע בארג איז הילערי געפאלן??! נישט קיין וואונדער אז איהר שיך האטצעך אויסגעטוהן... :mrgreen:

די טשארט ווייזט ווער עס איז געווען די פראנט ראנער, אין די אנגעגעבענע צייט, אין די פריימערי אנקעטעס.

אויסגעקלארט מיינעך אז דער וואס איז דעמאלטס געווען פאראויס האט למעשה געווינען. ביי געוויסע יארן איז עס שוין געווען קלאר אביסל פריער, אזוי ווי אבאמא אין 12' ביי בערך 270 טאג אוועק פון עלעקשין דעי, און מעקעין ביי בערך 290.

ביי 250 איז עס שוין אייביג געווען קלאר.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 1:30 pm
דורך הכל הבל
בעטא ארורק פלאנירט א באזוך קיין אייאווע וואו ער וועט מעלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 2:55 pm
דורך יש ברירה
יש ברירה האט געשריבן:מאנמוט קומט ארויס מיט אן אנקעטע היינט שפעטער אין טאג.

Biden 28%
Sanders 25%
Harris 10%
Warren 8%
O’Rourke 6%
Booker 5%
Klobuchar 3%
Castro 1%
de Blasio 1%
Hickenlooper 1%
Yang 1%
Bennet <1%
Buttigieg <1%
Gabbard <1%
Gillibrand <1%
Inslee <1%
McAuliffe <1%
Williamson <1%
Bullock 0%
Delaney 0%

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 3:00 pm
דורך הכל הבל
אז די שטיצער פון די אלע 11 קאנדידאטן וואס ציען אן איין פראצענט זאלן זיך ארומנעמען ארום איינעם קומט יענער אריין אויפן דריטן ארט

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 3:34 pm
דורך יש ברירה
גראדע איז 'איין פראצענט' זייער א וויכטיגע נקודה היי יאר ווייל דאס איז די טרעשהאולד צו קענען באקומען א שטענדער ביי די דעמעקראטישע דעבאטעס. מען ברויך באקומען 1% אין כאטש דריי אנקעטעס, איך ווייס נישט אין וועלכע צייט אפשניט.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 3:57 pm
דורך צל עובר
כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@כאפצעם, וועלכע האלבע פעלד האט נאכנישט געמאלדן? ביידן אדרעסיר איך דאך, די 55% איז דאך בלויז אויב ביידן לויפט נישט, בעטא איז דאך א מעיק איט אר ברעיק איט, מען ברויך זעהן תיכף ווען אויב ער מעלדט אויב ער ווערט ריזיג, אויב יא, קען ער עס טאקע מאכן, ער איז א חלק פון די 45%.

סאו לע"ע ווייסטו דאך נאכנישט וועכע וועג בעטאו וועט ברעיקן איז וויאזוי גיבסטו בערני א %55 שאנס?

האלבע פעלד מיינעך ביידן, בעטאו, דעבלאזיא, קיובן, שולץ און קען נאך זיין נאך.


דעבלאזיא איז גארנישט ווערט, די אנדערע צוויי קלערן נישט צו לויפן אין די פריימערי.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 3:59 pm
דורך טעאריע וואס לעבט
אין פאריגע וואך אנקעטעס צווישן די אלע וואס שטיצן איינע פון די זיבן שטערקסטע קאנדידאטן (85-90 פראצענט פון וויילער) איז:

ביידען 33.9%
בערני 29.9%
העריס 12.1%
ווארען 8.6%
בעטא 6.9%
בוקער 5.2%
קלאבוטשאר 3.4%

ווייסע מענר ציען אן באלד 71%, די דריי פרויען ציען אן בלויז 25% קעגן 75% פאר די פיר מענער.

פראגרעסיוון ציען אן 38.5%, מעסיגע 37.3%, און פאליטיקאנטן ציען אן 24.2%...

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:39 pm
דורך צל עובר
הכל הבל האט געשריבן:בעטא ארורק פלאנירט א באזוך קיין אייאווע וואו ער וועט מעלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט


שוין זיכער?

מתי יהי' האות הזה?

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:43 pm
דורך הכל הבל
צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:בעטא ארורק פלאנירט א באזוך קיין אייאווע וואו ער וועט מעלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט


שוין זיכער?

מתי יהי' האות הזה?

עס הייסט אויף ענדע וואך

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:46 pm
דורך באקסער בוים
יש ברירה האט געשריבן:גראדע איז 'איין פראצענט' זייער א וויכטיגע נקודה היי יאר ווייל דאס איז די טרעשהאולד צו קענען באקומען א שטענדער ביי די דעמעקראטישע דעבאטעס. מען ברויך באקומען 1% אין כאטש דריי אנקעטעס, איך ווייס נישט אין וועלכע צייט אפשניט.

די אלע קאנדידאטן אין די אנקעטע מיט 1% האבן טאקע א גאנצע % אדער ס'ווערט נאר געראונדעד צו 1%?

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:47 pm
דורך פעיק ניוז
רעפובליקאנער גרופעס האבן געעפנט א קאמפיין אונטער די קוליסן צו שטערן דער טעקסאס קאנגרעסמאן בעטא ארארק פון געווינען די דעמאקראטישע נאמינאציע, וויבאלד דאס קען שטעלן א געפאר אויף טעקסאס.

א קאנסערוואטיווע גרופע האט געלאזט לויפן רעקלאמעס אין אייאווע וואו זיי רייסן אראפ ארארקע אלס ״רייכער ווייסער מאן״ אין א פרואוו אים צו שעדיגן צווישן מינאריטעטן און ליבעראלן.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:54 pm
דורך יש ברירה
באקסער בוים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:גראדע איז 'איין פראצענט' זייער א וויכטיגע נקודה היי יאר ווייל דאס איז די טרעשהאולד צו קענען באקומען א שטענדער ביי די דעמעקראטישע דעבאטעס. מען ברויך באקומען 1% אין כאטש דריי אנקעטעס, איך ווייס נישט אין וועלכע צייט אפשניט.

די אלע קאנדידאטן אין די אנקעטע מיט 1% האבן טאקע א גאנצע % אדער ס'ווערט נאר געראונדעד צו 1%?

קוקט אויס ווי אמתע 1%

די וואס האבן ווייניגער ווי 1% שטייט 1%>

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 5:04 pm
דורך באקסער בוים
יש ברירה האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:גראדע איז 'איין פראצענט' זייער א וויכטיגע נקודה היי יאר ווייל דאס איז די טרעשהאולד צו קענען באקומען א שטענדער ביי די דעמעקראטישע דעבאטעס. מען ברויך באקומען 1% אין כאטש דריי אנקעטעס, איך ווייס נישט אין וועלכע צייט אפשניט.

די אלע קאנדידאטן אין די אנקעטע מיט 1% האבן טאקע א גאנצע % אדער ס'ווערט נאר געראונדעד צו 1%?

קוקט אויס ווי אמתע 1%

די וואס האבן ווייניגער ווי 1% שטייט 1%>

נישט באמערקט די חילוק.
שטיי מיר דערווייל מיט 11 קאנדידאטן אויפן סטעידש.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 6:57 pm
דורך כאפצעם
פעיק נוז האט געשריבן:רעפובליקאנער גרופעס האבן געעפנט א קאמפיין אונטער די קוליסן צו שטערן דער טעקסאס קאנגרעסמאן בעטא ארארק פון געווינען די דעמאקראטישע נאמינאציע, וויבאלד דאס קען שטעלן א געפאר אויף טעקסאס.

גוט צו וויסן פון וועם די חברה ציטערן..

דאס גייט זיין זיין בעסטע וואפן אין די פריימעריס. לויט די אנקעטעס זיכן דעמאקראטישע וויילער איין זאך: ווער ס'קען די בעסטע באזיגן טראמפ..

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 8:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אין פאריגע וואך אנקעטעס צווישן די אלע וואס שטיצן איינע פון די זיבן שטערקסטע קאנדידאטן (85-90 פראצענט פון וויילער) איז:

ביידען 33.9%
בערני 29.9%
העריס 12.1%
ווארען 8.6%
בעטא 6.9%
בוקער 5.2%
קלאבוטשאר 3.4%

ווייסע מענר ציען אן באלד 71%, די דריי פרויען ציען אן בלויז 25% קעגן 75% פאר די פיר מענער.

פראגרעסיוון ציען אן 38.5%, מעסיגע 37.3%, און פאליטיקאנטן ציען אן 24.2%...



שטארקע פוינט, מ'דארף פיהלן באקוועם אז דער פארשוין גייט פיהרן ס' לאנד... די מציאות איז אז רוב עולם איז נאכניש באקוועם אז א פרוי זאל פיהרן ס'לאנד...

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 11:30 pm
דורך צל עובר
דער וויסקאונסען GOP עקזעקעטיוו דירעקטאר האט דאס געזאגט איבער די מילוואקי אויסוואל.

"No city in America has stronger ties to socialism than Milwaukee ... And with the rise of Bernie Sanders and the embrace of socialism by its newest leaders, the American left has come full circle. It’s only fitting the Democrats would come to Milwaukee.”


עס איז גראדע לכאורה אמת, אבער ......

א פאסיגע סטעיטמענט וואלט געווען, "א גוטע זאך פאר די וויסקאונסען עקאנעמי, דער עולם דא לאווד טראמפ איבער גענוג, וועט זיי גארנישט העלפן דא."

די גרויסע שטאט מילוואקי איז מעולם א ביין אין האלז פאר די וויסקאונסען רעפאבליקאנער. זיי טענה'ן געווענליך נאכן פארלירן די סטעיט אז אן מילוואקי וואלטן זיי געווינען.

ווייזן גראדע אן בערני'איסטן אז משם ראי' אז די מידוועסט האט בכלל נישט מורא פון סאושעליזם, סאך ווייניגער ווי דאס לאנד, פאר ווער עס קען אביסל די ארטיגע היסטאריע. און עס מאכט גראדע סענס, ווייל סאציאליזם איז עמפאוערמענט פון בלויע קאלנער ארבעטער.

סוי עס קען נאך קומען א טאג, אויב בערני וחסידיו וועלן טאקע איבערנעמען דעם דעמאקראטישן וואגן, און עס פארוואנדלען אין א סאושעליסט פארטיי, אז די "רעפאבליקאנער" וועלן געווינען די פאפעלער וואויט. מיט די הילף פון די "קאוסטעל (וואס זענען ביז היינט דעמאקראטן) און סאבורבען (ביז לעצטענס די רעפאבליקאנער באזע, יעצט לייכט בלוי) עליט", און די דעמאקראטישע סאציאליסטן וועלן געווינען דעם עלעקטארעל קאלידזש. די מציאות איז אז די גרויסע עלעקטארעל רייכע סווינג סטעיטס, זענען עפ"י רוב אין די מידוועסט.

---------------------

מילוואקי האט נאך א מעלה - אין יולי - קעגן יוסטאן מיט מיאמי, עס איז קיל, דארט איז קאכעדיג.

די חסרון הייסט א מאנגל אין האטעל רומס, עס איז נישט אזא גרויסע שטאט ווי יוסטאן.

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 9:59 am
דורך הכל הבל
ביידען אדרעסירט איצט א פארזאמלונג פון די פייערלעשער יוניאן: אונזער לאנד איז נישט געווארן געבויעט דורך CEO'ס און העדזש פאנד מענעדזשערס
נישט אז זיי מוזן אויטאמאטיש זיין שלעכטע מענטשן