דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג מארטש 10, 2019 2:01 pm

צל עובר האט געשריבן:יא אפריל. שוין פאראכטן.

עניוועי, איך ציטער אז ער ציטערט צו לויפן.

טראמפ וועט אים ברוטאל אראפרייסן, זיין זון האנטער האט שלום בית און דראג פראבלעמען, ער וועט כאפן פון די לינקע אויך, פון מילעניעלס, פרויען גרופעס, אויף סאושעל מידיא האט ער נאך אסאך זיך אויפציבויען, ביים ציבור אויף טוויטער איז ער שוואך, ער איז נישט יונג, וכו' וכו'.

זיינע מענטשן זאגן אז ער איז 95% זיכער אז ער לויפט, איך האב מורא אז די 5% קען געווינען.

איך פיל עפעס אז ער ציטערט טאקע צו לויפן אבער ער ציטערט אויך נישט צו לויפן ווייל אין 2016 האט ער ביטער חרטה געהאט פארן נישט לויפן

למשל אויב בערני כאפט א סטראוק אין אוגוסט וועט ביידן נישט קענען שלאפן פאר צער פון נישט לויפן

ער שטייט פאר זייער א שווערע ספק, הגם איך זעה נישט עכט וואס ער קען פארלירן פון יא לויפן סך הכל האט ער א שאנס צו ווערן פרעזידענט אויסער דעם וועט ער שוין סייווי גארנישט טון אין פאליטיק

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 10, 2019 2:17 pm

ער האט מורא ער וועט ווערן אויס איש מכובד באליבט ביי רוב אמעריקע.

בד"וו, איך ווייס נישט וויפיל בערני שאדט פאר ביידן, זיינע פראבלעמען זענען מיט אים, אלט ווייס מעסיג געפ מאשין וכו', נישט די קאנדידאטן, קיינער פון זיי איז נישט גענוג גרויס צו טאן וואס קיינער האט נאכנישט באזיגט א וויצע פרעזידענט אין א פריימערי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג מארטש 10, 2019 2:32 pm

צל, לויט דיין חשבון קומט אויס אז אויב די שאנסן אז ביידען לויפט איז 84% אדער ווייניגער, דאן האט בערני מער שאנס צו זיין די קאנדידאט (33.6% = 84% * 40%, (16% * 55%) + (84% * 30%) = 34%).

לויט די איייאווע אנקעטע דארף בערני טרעפן א קלוגע וועג וויאזוי ארויסצודערזען ווארען פון די פארמעסט ווי שנעלער.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 10, 2019 2:39 pm

מען צאלט טאקע די מערסטע פאר בערני אויף פרעדיקט איט, נאכדעם ביידן, נאכדעם העריס, נאכדעם בעטא.

ווארן איז דערווייל זייער שוואך אין פאנדרעיזינג, וואקער איז וועגן דעם ארויס אין 2016.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מארטש 10, 2019 3:08 pm

היינט געהערט דעם היפערלופער פון קאלאראדא רעדן, זיין פערזענליכע לעבן איז פוהל מיט סוקסעס, ער האט א שטארקע רעזומעי אבער זיין קאמיוניקעישאן לעוועל איז געפערליך שוואך.

ער וואלט געקענט זיין א שטארקע קאנדידאט אויב ער וואלט געהאט אביסעל מער קאנפידענס און א בעסערע שפראך.

איך ווייס נישט פארוואס - קען זיין עס איז מיין פראבלעם - עס מאכט מיר שרעקליך נערוועז ווי מען פרעדיקט אויף א פארמעסט וואס האט זיך ניטאמאל אנגעפאנגען.

עס איז נאך אזוי ווייט פון רעאליטעט, אין מארטש 2016 האט נאך טראמפ נישט געהאט געמאלדען אז ער לויפט פאר פרעזידענט, אין מארטש 2012 האט נאך ראמני נישט געמאלדען אז ער לויפט פאר פרעזידענט, גראדע אין 2008 האט סיי אבאמא און סיי מקעין געמאלדען אין פעברואר 2007 אז זיי לויפען פאר פרעזידענט.

קוק צוריק וועסטו זעהן אז סאנדערס פאפיולעריטי האט זיך ארויפגעריקט פון 3% ווען ער האט געמאלדען ביז 25-30% ביי די דעבאטעס און צו 50% הערשט טיף אינמיטען די עלעקשאנס, ווען ער האט געוואונען שטאט נאך שטאט און הילערי האט באקומען אלע דעלעגאטען.

די זעלבע קען און וועט מן הסתם געשעהן דא אויך, איינער וואס איז קליין יעצט גייט ווערן פאפולער און אויפשיינען דאון די ראוד, בערני האט מעלות אבער די דעמאקראטישע פארטיי שמעקן בעסער אויס א גוטע קאנדידאט ווי רעפובליקאנע, אבאמא און קלינטאן זענען סך מער כאריזמאטיש און בעסערע פאליטישענס ווי א ביידען אדער א סאנדערס.

איך קען נישט גלייבען אז איינער פון די צוויי גייען זיין די עווענטועלע קאנדידאט און אויב יא וועט עס זיין זייער א באורינג עלעקשאן, ווי די טיפיקעל און די פרעדיקטעבל וועט מאכען א שוואכע טוירן אויט פאר די דעמאקראטישע פארטיי.

קוק צוריק די לעצטע צען עלעקשאנס וועסטו זעהן אז די קאנדידאט וואס האט געוואונען די פריימערי אלס א אנדערדאג האט צום סוף געוואונען די זשענעראל עלעקשאן, דאס אינקלוד, קלינטאן, אבאמא, בוש און טראמפ, א חוץ קערי וואס איז געוועהן א אנדערדאג און נישט געוואונען די זשענעראל עלעקשאן וואס דאס ווייזט די שטארקייט פון א אינקאמבענט פרעזידענט.

אויב עני קאנדידאט אויסער ביידען און סאנדערס גייט געוואונען אייאווע אדער ניו העמפשער האט יענער א גרעסערע שאנס צו געוואונען די פריימערי און ביז ווילאנג עס איז נישט דורעך כאטש דריי צו פיר דעבאטעס קען מען נאכנישט חלומען פון א געוואונער.

נעם די כלל די ״עקסייטינג״ קאנדידאט האט די בעסטע שאנס צו געווינען נישט די פרעדיקטעבל.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

balkishron
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » זונטאג מארטש 10, 2019 3:14 pm

מטעמים האט געשריבן:היינט געהערט דעם היפערלופער פון קאלאראדא רעדן, זיין פערזענליכע לעבן איז פוהל מיט סוקסעס, ער האט א שטארקע רעזומעי אבער זיין קאמיוניקעישאן לעוועל איז געפערליך שוואך.

ער וואלט געקענט זיין א שטארקע קאנדידאט אויב ער וואלט געהאט אביסעל מער קאנפידענס און א בעסערע שפראך.

מי זה?
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 10, 2019 3:20 pm

קלינטאן האפעך אז דו מיינסט ביל? איא?

בערני איז נישט אינספייערינג? פאר זיינע חסידים רעד איך שטייצעך.

לגבי פרעדיקטן, קודם איר פרעדיקט דאך אויך ווער עס קען זיין שטערקער לגבי די גענעראלע, צווייטנס, די תקופה פון די פריימערי סיזען איז געמאכט צו פרעדיקטן. אפילו קאן זיין עס איז שטותים.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום זונטאג מארטש 10, 2019 3:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מארטש 10, 2019 3:22 pm

די דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט עליזאבעט ווארען האט ארויסגעשטעלט א ראדיקאלע פלאן, דורך וועלכע די פעדעראלע רעגירונג וועט צווינגען די גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס זיך צו מוזן צעברעכן אין עטליכע טיילן.

ווארען'ס פלאן צילט די פירמעס ווי "גוגעל", "עמעזאן" און "פעיסבוק", וואס זי טענהט אז זיי זענען צו גרויס און זיי האבן צופיל קאנטראל, פעלט דעריבער זיך אויס זיי צו שטעלן אונטער קאנטראל.

צווישן די פלענער איז א פארשלאג אז עמעזאן וועט נישט מעגן פארקויפן אויף איר סייט אזעלכע פראדוקטן וואס זי פאבריצירט אליינס, אויב עס קאנקורירט מיט פראדוקטן וואס פריוואטע סוחרים פארקויפן אויפ'ן סייט.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מארטש 10, 2019 3:27 pm

מטעמים האט געשריבן:עס איז נאך אזוי ווייט פון רעאליטעט, אין מארטש 2016 האט נאך טראמפ נישט געהאט געמאלדען אז ער לויפט פאר פרעזידענט, אין מארטש 2012 האט נאך ראמני נישט געמאלדען אז ער לויפט פאר פרעזידענט, גראדע אין 2008 האט סיי אבאמא און סיי מקעין געמאלדען אין פעברואר 2007 אז זיי לויפען פאר פרעזידענט.
.

טעות לעולם חוזר.

דאנאלד טראמפ האט אנאנסירט אז ער לויפט פאר פרעזידענט יוני 16 2015
מיט ראמני האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט אפריל 11 2011

טאקע אזוי פריה ווי מארטש א יאר פארדעם האבן זיי נאכנישט געהאט געמאלדן, אבער א חודש דערנאך אין אפריל האט ראמני געמאלדן זיין קאנדידאטור.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 10, 2019 3:29 pm

אודאי מיינט @מטעמים 2015 און 2011, יעצט אידאך 2019.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 10, 2019 3:53 pm

אז מען רעדט פון היקענלופער (וועלכע איז לחרפתינו געווארן ערזעצט דורך א מתועב מזרע ישראל) איז ער געווארן געפרעגט א פראגע וואס אסאך צווייט ראנגיגע קאנדידאטן ווערן לעצטנס געצימבלט, נעמליך, באזירט אויף דיין שטארקע רעזומעי אבער שוואכע נעים רעקאגנישאן און פאפולאריטעט וואלסטו נישט בעסער געקענט דינען די פארטייס אינטערעסן מיט א מער רעאליסטישע פארמעסט? (אין היקענלופערס פאל וואלט ער געקענט לויפן צום סענאט ארויסצושטויסן דעם רעפובליקאנער קארי גארדנער)
היקענלופער האט אנערקענט אז ער האט געהאט דרוק דערויף פון שומער וועלכע האט אים גערופן מערערע מאל דערוועגן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 10, 2019 3:54 pm

אויך קאסטרא איז געפרעגט געווארן פארוואס נישט לויפן אקעגן קארנין צום סענאט און ער האט גענטפערט אז ער האט א ברייטערע נאציאנאלע וויזיע און אויף ערפארונג מיט די פעדעראלע עקזעקוטיווע פליגל און אויך אז זיין ברודער באטראכט שוין צו לויפן אקעגן קארנין

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 10, 2019 3:56 pm

אין די נעכטיגע אייאווע אנקעטע בעפארצוגן
84% א קאנדידאט וועלכע שטיצט מעדיקעיר פאר אלע
91% א קאנדידאט וועלכע שטיצט די נייע גרינע דיעל
77% א קאנדידאט וועלכע שטיצט צו לעגאליזירן מאריוואנא

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 10, 2019 4:02 pm

מילא קאסטרא, האט גוטע תירוצים, און בכלל, ער וואלט געווען דער אנדערדאג קעגן קארנין, און וואלט נאך געברויכט פייטן אין די פריימערי. משא"כ היקענלופער וואלט געווען העווי פעוואריט, ביי פאר דער שטערקסטער פון אלע קאנדידאטן, סיי אין די פריימערי, סיי די דזשענערעל קעגן גארדנער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג מארטש 10, 2019 4:04 pm

צל עובר האט געשריבן:מילא קאסטרא, האט גוטע תירוצים, און בכלל, ער וואלט געווען דער אנדערדאג קעגן קארנין, און וואלט נאך געברויכט פייטן אין די פריימערי. משא"כ היקענלופער וואלט געווען העווי פעוואריט, ביי פאר דער שטערקסטער פון אלע קאנדידאטן, סיי אין די פריימערי, סיי די דזשענערעל קעגן גארדנער.

נו וואס איז טאקע זיין חשבון?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 10, 2019 4:05 pm

קאן זיין ער עסט בראוניס, ער האט דאך עס ליגעלייזט. דער ערשטער אין לאנד.
אבער ער האט נאך אסאך צייט צו קומען צום שכל און לויפן פאר סענאט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 10, 2019 4:12 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מילא קאסטרא, האט גוטע תירוצים, און בכלל, ער וואלט געווען דער אנדערדאג קעגן קארנין, און וואלט נאך געברויכט פייטן אין די פריימערי. משא"כ היקענלופער וואלט געווען העווי פעוואריט, ביי פאר דער שטערקסטער פון אלע קאנדידאטן, סיי אין די פריימערי, סיי די דזשענערעל קעגן גארדנער.

נו וואס איז טאקע זיין חשבון?

פאר אן אדר שפעקולאציע קען גאר זיין אז ער וויל נישט לויפן אקעגן גארדנער (און ריזיקירן מיט פארלירן)
און זיין איינציגסטע וועג זיך עטוואס צו באפרייען פון די שומער און לאקאלע דרוק אין קאלאראדא איז מיטן לויפן פאר פרעזידענט וואס צו פארלירן יענע פארמעסט איז נישט אזוי פארשעמנד נעמענדיג אין באטראכט די נידריגע ערווארטונג אז ער זאל אנציען שטארק אין אזא אנגעלייגטע פעלד

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 10, 2019 4:14 pm

רעכן אבער די פיצי טשענס פון ווערן פרעזידענט קעגן די ריזיגע טשענס צו ווערן סענעטאר,

אנדערע זאגן אז פשוט, דער איז נישט אינטרעסירט צו זיין א סענעטאר.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג מארטש 10, 2019 4:17 pm

יא געזען באריכטעט אז ער האט אליין אויך אזוי געזאגט

אוון דאס טוט וויי פאר שומער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 10, 2019 4:22 pm

די רעפובליקאנער קלאב פאר וואוקס גרופע קומט אריין קיין אייאווע מיט א קאמפיין אפצושוואכן שטיצע פאר בעטא ארורק צווישן ליבעראלן אנצייגנדיג אויף זיינע מעסיגע פונקטן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 10, 2019 4:26 pm

די רעקלאמע פארבט אים אלץ א געניסער פון זיין "ווייסער מאן" פריווילעגיע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 10, 2019 4:37 pm

טראמפ זאגט אז ער האט פריצייטיג אין'דער'ערד געלייגט עליזאבעט ווארען און ער האט זיך געלערנט דערפון צו ווארטן מער געדולדיג אויף די רייפע צייט צו אטאקירן זיינע דעמאקראטישע קעגנער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 10, 2019 9:03 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין די נעכטיגע אייאווע אנקעטע בעפארצוגן
84% א קאנדידאט וועלכע שטיצט מעדיקעיר פאר אלע
91% א קאנדידאט וועלכע שטיצט די נייע גרינע דיעל
77% א קאנדידאט וועלכע שטיצט צו לעגאליזירן מאריוואנא



אן אנקעטע וואס פרעגט אויס 91 פראצענט מאריוואנע באנוצער, האט טאקע אזעלעכע ריזאלטס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:41 am

מאנמוט קומט ארויס מיט אן אנקעטע היינט שפעטער אין טאג.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:26 am

צל עובר האט געשריבן:@כאפצעם, וועלכע האלבע פעלד האט נאכנישט געמאלדן? ביידן אדרעסיר איך דאך, די 55% איז דאך בלויז אויב ביידן לויפט נישט, בעטא איז דאך א מעיק איט אר ברעיק איט, מען ברויך זעהן תיכף ווען אויב ער מעלדט אויב ער ווערט ריזיג, אויב יא, קען ער עס טאקע מאכן, ער איז א חלק פון די 45%.

סאו לע"ע ווייסטו דאך נאכנישט וועכע וועג בעטאו וועט ברעיקן איז וויאזוי גיבסטו בערני א %55 שאנס?

האלבע פעלד מיינעך ביידן, בעטאו, דעבלאזיא, קיובן, שולץ און קען נאך זיין נאך.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, zugurnish, א מוח, דברים אלו, רעסטאראנט און 46 געסט