דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:08 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דאס אז פון דיין קוק ווינקל איז מעדיקעיר פאר אלל נישט ליבעראל טוישט גארניש, מעדיקעיר פאר אלל איז א סאוציאליסטישע איידיע.


סאושעל סעקיוריטי און מעדעקעיר זענען אויך "סאציאליסטיש", און "סאציאליסטיש" איז רעלאטיוו, די איינציגסטע וועג צו פאזיציענען אן איידיע איז לויט וואו דער ציבור שטייט דערמיט.

צו א זאך גייט אריין בגדר סאציאליזם צו נישט האט גארנישט מיט וואו דער ציבור שטייט דערמיט, סאציאליזם איז א קאנצעפט, עס זענען דא וואס זענען מער נענטער דערצו און עס זענען דא וואס זענען ווייטער, אבער עס טוישט זיך נישט לויט וואס דער ציבור האלט, אז דער גאנצער ציבור וועט האלטן פון סאציאליזם גייט עס נאכנישט ווערן אויס סאציאליזם.


האב איך געשריבן אנדערש?

אדרבא, כ'האב געשריבן אז אין א וועג איז "יעדע" רעגירונג'ס פראגראם סאציאליזם.

דאס מאכט עס אבער נישט פאר "צו לינק", נישט קיין חילוק ווי לינק דו קוקסט עס אן, ווייל ווען מ'וויל פאזיציענען עפעס דארף מען קוקן ווי "דער עולם" שטייט דערמיט און נישט ווי דו שטייסט דערמיט (ווייל אויב קוקט מען אויף דיר, אפשר ביסטו צו רעכט), און איך האב נישט קיין נערוון צו געבן יעצט צען משלים, צו פארשטייסט די פוינט (אזוי האף איך)...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג פאברואר 05, 2019 12:46 am

אויב בערני וועט טאקע לויפן דאס מאל, וועט מען זיך היבש דארפן ברעכן קאפ אויף וואס עס מיינט א סאציאליסט.
מען וויל האבן ווארען וואס איז א זעלבסט דערקלערטע קאפיטאליסט, קעגן בערני , א סאציאליסט, אבער ווען עס קומט צו פאליסי זענען ביידע מער ווייניגער אייניג, סאו איינער זאגט דא ליגנט.

איך האלט אז צו זיין א סאציאליסט מוז מען עז א מינימום האלון אז רוב פון די עקאנאמי זאל זיין סאציאליסטיש, וממילא איז בערני דער שקרן.

דער חילוק פון סתם סאושעליזם ביז "דעמאקראטיק" סאושעליזם איז סתם געמאלן וואסער.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:41 am

יואל שרייבער האט געשריבן:דער חילוק פון סתם סאושעליזם ביז "דעמאקראטיק" סאושעליזם איז סתם געמאלן וואסער.

סיריעסלי? כ'האלט נישט פון קיינע אבער ריכטיגע סאשעליזם טייטש ס'נישטא קיין דעמאקראטיע, די גאווערמענט איז בעה"ב און טיילט און נעמט קאמפעניס... דא רעדן זיי פון ס"ה טעקסן די רייכע און טיילן גרויסע מוציאס פארן אלגעמיינעם עולם.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג פאברואר 05, 2019 10:47 am

דעמאקראטישער סענאטאר פון ניו דזשערסי " קאורי בוקער " האט אנגעהויבן אגרעסיוו אויפצובויען זיין קאמפיין מאשין צו געווינען די דעמאקראטישע נאמינאציע ; האט נעכטן געמאלדן א רייע פון קאמפיין פאזיציעס אפילו פון אזוי שפעט ווי סאוט קעראליינע דער ניו דזשערסי דעמאקראטישע סענאטאר " קאורי בוקער " , וועלכע איז איינע פון די פולע דעמאקראטישע פאליטישאנס וועלכעס קלערן ערנסט פון לויפן פאר פרעזידענט און די 2020 עלעקשאנס , האט אנגעהויבן גאר אגרעסיוו אויפצובויען זיין קאמפיין מאשין אין די ערשטע פריימערי סטעיט'ס, כדי אזוי ארום זיך צו פארזיכערן אז די ערשטע פאר פריימערי סטעיט'ס פאלן אריין אונטער זיין קאלום , און האפענטליך וועט די מאמענטום אים פירן ווייטער ארויף ביז צו א פולקאמע פריימערי זיג , באוקער איז א נייע און גאנץ פרישע פנים אין די דעמאקראטישע פארטי , ווען ער איז בלויז א איין טערמיניגע סענאטאר אין ניו דזשערסי . באוקער האט פארדעם נישט געדינט אויף קיין שום פאליטישע פאזיציעס , און האט בלויז אויף זיין רעקארד אכט יאר פון דער ניו דזשערסי סטעיט אסעמבלי, ווי אויך דארט איז ער געווען גאנץ א אומבאקאנטע אסעמבלימאן , וועלכע האט אויף רוב אפשטימונגען מיט געשטימט מיט זיין פארטיי אן צו מאכן קיין פראבלעמען . בוקער איז א טונקעלער , און איז זייער א כאריזמאטישער מיט א געשליפענע צינגעל. דאס דערמאנט פולע אין דעם פערזענליכקייט פון פרעזידענט אבאמא, וועלכע האט אויך נישט געהאט אונטער זיך קיין גלענצענדע פאליטישע רעקארד , און די רעפובליקאנער פלעגן אפשפעטן פון אים אז זיין עקספיריענס באשטייט בלויז פון זיין א קאמיונעטי ארגענייזער " . . . אבער האט זיך ארויפגעדראפעוועט אויפן לייטער פון הצלחה א דאנק זיין כאריזמע און א דאנק זיין געשליפענע צינגל . בוקער האט שוין אוועקגעשטעלט פעסטע קאמפיין אפעראטן אין די ערשטע פינעף שטאטן ווי עס ווערן אפגעהאלטן די ערשטע פריימעריס, וואס דאס זענען די סטעיט'ס פון אייאווע , ניו עמפשיר , וויאומינג און נעוואדע , און סאוט עראליינע , וואס דערנאך קומט שוין פאר די גרויסע ' סופער טוסדעי ' פריימעריס , ווי ארום צוואנציג גרויסע סטעיט'ס האלטן אפ זייערע פריימעריס אינאיינעם . בוקער'ס סטראטעגיע איז, אז ער וויל זייער שטארק געווינען אין די ערשטע פינעף סטעיט'ס ביי די קאוקעסעס און ביי די פריימעריס , און ער האפט אז דאס וועט אים געבן גענוג מאמענטום אריינצוקומען אלטס " דער הויפט געווינער ביי די סופער טוסדעי פריימעריס . נעכטן האט בוקער געמאלדן א רייע פון נאמינאציעס פאר זיין קאמפיין , און צווישן אנדערע האט ער אויסגערעכנט עטליכע נאמינאציעס שוין פאר אזוי שפעט ווי סאוט קעראליינע . . ! וואס דאס מיינט אז בוקער שטעלט זיך אוועק א גאר עפעקטיוו טיעם אין די ערשטע פינעף פריימערי סטעיט'ס, אז זיי זאלן אים העלפן געווינען די סטעיט'ס אין די פריימעריס . בוקער האט מסביר געווען אין זיין ספיטש , אז די עיקר קונץ צו געווינען א פריימערי, ווענדט זיך אין אנקניפן גענוג פאליטישע קאנעקשאנס מיט די ריכטיגע חברה , און דעריבער פעלט זיך אויס אנצוהייבן אין די ערשטע סטעיט'ס שוין אזוי פרי , כדי צו האבן א אויבערהאנט אויף די איבריגע קאנדידאטן ווען עס וועט קומען צו מאכן פאליטישע קאנעקשאנס .

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג פאברואר 05, 2019 10:48 am

כאפצעם האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:דער חילוק פון סתם סאושעליזם ביז "דעמאקראטיק" סאושעליזם איז סתם געמאלן וואסער.

סיריעסלי? כ'האלט נישט פון קיינע אבער ריכטיגע סאשעליזם טייטש ס'נישטא קיין דעמאקראטיע, די גאווערמענט איז בעה"ב און טיילט און נעמט קאמפעניס... דא רעדן זיי פון ס"ה טעקסן די רייכע און טיילן גרויסע מוציאס פארן אלגעמיינעם עולם.

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די רעדסט, אויב די גאווערמענט איז דעמאקראטיש ערוועלט איז עס נאך אלץ א דעמאקראטיע אפילו זיי זענען בעל בית אויף אלע קאמפאניס.

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 05, 2019 2:03 pm

@כאפצעם, אין יוגא שאוועז'ס צייטן פלעגט געהעריג זיין וואלן מיט סאציאליזם.

@אהבת השם, די ארטיקל איגנארט דאס אז בוקער איז געווען מעיאר פון נוארק.

----------------------

נאך קרישקעלעך פון די מאנמאוט אנקעטע,

צווישן ליבעראלן איז בערני פאראויס פון ביידן 23 צו 18.
צווישן מעסיגע און קאנסערוואטיווע דעמאקראטן איז ביידן פאראויס פון בערני 39 צו 9.

אין די יערגענג 18-49 איז בערני פאראויס 27 צו 21.
אין די יארגענג 50+ איז ביידן פאראויס 38 צו 5.

------------------------------

פרישע אנקעטע פון מארנינג קאונסאולט-פאליטיקא.
Biden 29%
Sanders 16%
Harris 14%
Warren 6%
O'Rourke 5%
Booker 5%
Brown 2%
Klobuchar 2%
Bloomberg 2%
Kerry 1%
Hickenlooper 1%
Gabbard 1%
Gillibrand 0%
Holder 0%
Delaney 0%
Castro 0%
Inslee 0%
Garcetti 0%
Bullock 0%
McAuliffe 0%
Buttigieg 0%
Newsom 0%

ביידן מיט בערני האבן די זעלבע ווי אין די מאנמאוט, העריס איז 3% שטערקער, די איבעריגע זענען אויך אנדערש.

פעווארבעל רעיטס לויט די פאליטיקא אנקעטע צווישן דעמאקראטן,

Biden 83/9 +74
Sanders 76/15 +61
Warren 58/15 +43
Harris 56/13 +43
Booker 49/11 +38
O'Rourke 47/10 +37
Klobuchar 27/9 +18
Brown 26/11 +15

ביידן איז קלאר ווייט דער מערסטער באליבט, מיט די העכסטע נעים רעקאגנישן האט ער נאך אלץ די ווייניגסטע שונאים!

(חוץ קלאבאשער וואס האט די זעלבע 9% שונאים, אבער בלויז 36% האבן א מיינונג איבער איר בכלל)

פעווארבל רעיטס לויט די אנקעטע צווישן אלע רעגיסטרירטע וויילער, וואס איז א מעידזשער פעקטאר אין עלעקטעביליטי.

Biden 52/35 +17
Sanders 48/40 +8
O'Rourke 26/23 +3
Klobuchar 17/15 +2
Booker 27/27 0
Brown 16/16 0
Harris 30/31 -1
Warren 33/38 -5

----------------------------------

לויט ווי איך פארשטיי פון ביידן'ס לעצטערע טוויט'ס, וועט ער לכאורה לויפן אויף סאושעל ליבערל אישוס, און זיך האלטן מעסיג אויף די פיסקעל אישוס, וואס די אנדערע קאנדידאטן גייען דערווייל זייער לינק אויף פיסקעל אישוס.

חוץ פון זיינע אביוויעס אישוס שטייצעך, דהיינו פרא ווארקינג קלעס, פרא יוניאן, אבער נישט אנטי עשירים.

אויך וועט ער שטייצעך לויפן אויף עלעקטעביליטי, וואס איז היינט ביי פאר דער עיקר ביים עולם, און זיין עקספיריענס, בכלל און בעיקר אויף פארעין פאליסי.

אויף פארעין פאליסי וועט ער זיין פון די איינציגסטע דעמאקראטן וואס וועלן זיין נענטער צו מעקאנעל ווי צו טראמפ.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג פאברואר 05, 2019 2:53 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג פאברואר 05, 2019 2:12 pm

דעמאקראטיע האט נאך זאכן חוץ וואלן.

אז דו שפארסט אפ די מידיע אבער האסט ווייטער געהעריגע וואלן איז עס דעמאקראטיע? אזוי איז דא נאך זאכן.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג פאברואר 05, 2019 2:14 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:אויב בערני וועט טאקע לויפן דאס מאל, וועט מען זיך היבש דארפן ברעכן קאפ אויף וואס עס מיינט א סאציאליסט.
מען וויל האבן ווארען וואס איז א זעלבסט דערקלערטע קאפיטאליסט, קעגן בערני , א סאציאליסט, אבער ווען עס קומט צו פאליסי זענען ביידע מער ווייניגער אייניג, סאו איינער זאגט דא ליגנט.

איך האלט אז צו זיין א סאציאליסט מוז מען עז א מינימום האלון אז רוב פון די עקאנאמי זאל זיין סאציאליסטיש, וממילא איז בערני דער שקרן.

דער חילוק פון סתם סאושעליזם ביז "דעמאקראטיק" סאושעליזם איז סתם געמאלן וואסער.


די אפיציעלע מיינונג פון "קאפיטאליזם" איז ווי פאלגענד:

"א סיסטעם אין וועלכע א לאנד'ס מסחר באלאנגט פאר יחידים, און ס'ווערט קאנטראלירט דורך זיי פאר א רווח."

"אבסאלוטע קאפיטאליזם" איז לויט דעם ווען "אלעס" איז "אייביג" אינגאנצן אונטער די בעלות און פולע קאנטראל פון יחידים.

און די אפיציעלע מיינונג פון "סאציאליזם" איז ווי פאלגענד:

"א סיסטעם אין וועלכע א לאנד'ס מסחר באלאנגט אדער ווערט רעגולירט דורכ'ן ציבור."

"אבסאלוטע סאציאליזם" איז לויט דעם ווען "אלעס" איז "אייביג" אינגאנצן אונטער די בעלות אדער די פולע קאנטראל פונעם ציבור.

אין פראקטיק איז נישט מעגליך צו האבן אבסאלוטע קאפיטאליזם אדער סאציאליזם, און קיין איין לאנד אין די וועלט האט זיי טאקע נישט.

די מיינונגען וואס מ'הערט אין טאג טעגליכן לעבן אין דעם ענין איז שטיצע/התנגדות צו "רעלאטיווע" קאפיטאליזם/סאציאליזם, און זינט אלעס וואס מענטשן שטיצן היינט האט עפעס פון "ביידע" איז נישט שייך צו זאגן אויב איינער זאגט דעם אמת אדער נישט ווען ער פאררופט זיך אז ער איז איינע פון זיי.

לעניננו, די אלע לינקע וואס פאררופן זיך אלס "סאציאליסטן" אדער "דעמאקראטישע סאציאליסטן" (א טערמין וואס זיי נוצן ארויסצודרוקן אז זיי שטיצן נישט אבסאלוטע סאציאליזם וואס ארבעט פיל מאל נאר דורכ'ן באצוואונגען די בירגער) מיינען ארויסצודרוקן דערמיט אז זיי שטיצן אז אמעריקע זאל ווערן "מער" סאציאליסטיש ווי ס'איז יעצט, משא"כ די אלע לינקע וואס פאררופן זיך אלס "קאפיטאליסטן" מיינען ארויסצודרוקן דערמיט אז זיי שטיצן אז אמעריקע זאל בלייבן "עפעס" קאפיטאליסטיש, און ס'מוז בכלל נישט מיינען אז דער וואס פאררופט זיך אלס "סאציאליסט" איז באמת מער סאציאליסטיש ווי דער וואס פאררופט זיך אלס "קאפיטאליסט".

און די זעלבע זאך איז אויך אויף די רעכטע זייט, די אלע רעכטע וואס פאררופן זיך אלס "קאפיטאליסטן" מיינען ארויסצודרוקן דערמיט אז זיי שטיצן אז אמעריקע זאל בלייבן - אדער ווערן מער - קאפיטאליסטיש, משא"כ די אלע רעכטע וואס רעדן נישט דערפון איז עס ווייל זיי האלטן אז אמעריקע איז גענוג קאפיטאליסטיש און איר קאפיטאליזם איז נשט אין א געפאר, אבער ס'מוז בכלל נישט מיינען אז דער וואס איז אייביג פארנומען אז ער איז א קאפיטאליסט איז באמת מער קאפיטאליסטיש ווי דער וואס מאכט נישט קיין בראַטל דערפון.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג פאברואר 05, 2019 2:23 pm

בעטא ארורקא גייט זיך לאזן אינטערוויוען היינט נאכמיטאג, מיט א מעגליכע דעקלעראציע.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 05, 2019 2:45 pm

בוקער וועט קאמפיינען די ענדע וואך אין אייאווע

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג פאברואר 05, 2019 2:49 pm

איך בין איבערראשט פון העריס'ס שטארקייט זעט אויס ווי סהאלט זיך

טיים וויל טעל צו אזוי בלייבט עס טאקע

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 05, 2019 3:10 pm

העריס וועט זיין אין סאוט קאראליינע אום פאברואר 15-16 למספרם
אין ניו העמפשיר אום פעברואר 18-19 למספרם (ווארען וועט דארט זיין פעברואר 22 למספרם)
אין אייאווע פעברואר 23-24 למספרם
נעוואדע פעברואר 28-מערץ 1 למספרם

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:25 pm

מינעסאטע סענאטארשע עימי קלאובאשאר גרייט זיך צו אייאווע טריפ און רוקט זיך נענטער צו א מעגליכע באשלוס אריינצושפרונגען אינעם פארמעסט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 05, 2019 6:09 pm

פאליטישע עקספערטן וואונדערן זיך אויב קארי בוקער וועט ביים קאמפיינען איןן סאוט קאראליינע ערווענען זיין נאנטע פריינטשאפט מיטן ארטיגן רעפובליקאנעם סענאטאר טים סקאט און אויך וויל מען זעהן אויב אזא וואלט געוען א בענעפיט אדער גאר א שאדן פאר בוקער

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:08 pm

כאפצעם האט געשריבן:דעמאקראטיע האט נאך זאכן חוץ וואלן.

אז דו שפארסט אפ די מידיע אבער האסט ווייטער געהעריגע וואלן איז עס דעמאקראטיע? אזוי איז דא נאך זאכן.

יא עס איז דעמאקראטיע, עס איז אפשר נישט פרייהייט אבער דעמאקראטיע איז עס, אויב דער וואס שפארט אפ די מידיע איז ערוועלט געווארן דורך די מיאריטעט פונעם פאלק.
For all your typing solutions contact us

lkbestwriting@gmail.com

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 05, 2019 8:36 pm

בראון וועט באשליסן אום מערץ למספרם אויב ער לויפט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:02 am

קלאובאשאר וועט טאקע מעלדן זונטאג אויב זי לויפט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 3:20 pm

ניו יארקע קאנגרעספרוי קעראליין מעלאוני זאגט אז זי וועט נישט שטיצן דזשיליברענד ווייל אונז דארפן געוואונען אהייא און פענסילוועניע מישיגען אין וויסקאנסין
אויב מיר באקומען אהייא נעמען מיר איבער די ווייסע הויז און איך וועל דעריבער זיין אינטערסירט אין א קאנדידאט וועלכע איך גלויב אז יענע/ר קען געוואונען אהייא

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 5:54 pm

אקעי מען גרייט זיך אט אט (זונטאג) א קלאובאשאר מעלדונג אז מי היא זו ואי זו היא?

עלמער נישט מאכן קיין לאנגס אין א ברייטס אבער בלויז אנווייזן אז טראץ וואס זי האט א רעפוטאציע פון זיין א נייס גיי אין מינעסאטע (אקעי נישט "גיי", כאפ מיך נישט ביים ווארט) איז אבער אנדערש אין וואשינגטאן אויף קעפיטאל היל ווי זי ווערט אנגעקוקט היבש אומסימפאטיש, מילד גערעדט און לויט ארומיגע ווערן שטאב געהילפן נישט באהאנדלט מיט איבריגע רעספעקט
דאס ערקלערט טיילווייז די פאקט אז 3 נעמען וועמען מען האט פארגעשלאגן אנצופירן איר קאמפיין האבן עס איינפאך אפגעווארפן

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:24 am

דעמאקראטישע סענאטארשע עמי קלאבעשאר וועט געבן א ספיטש און מיניסאטע (איר היימשטאט) נעקסטע וואך זונטאג ווי זי וועט מעלדן איר ענדגילטיגע באשלוס איבער 020'. זי האט געזאגט דינסטאג נאכט אז זי איז נאנט צו א מעגליכע קאמפיין לאנטש.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:36 am

כ'האלט זי האט די בעסטע שאנסן צו מאכן די פריימערי, אינעם יעצטיגן פעלד
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:19 am

בעסער צו שילדערן די אנדערע און פערזענליכע זייט פון קלאובאשאר:

עס איז געווענליך און נארמאל פון אירע געהילפן אריינצוקומען צופרי צו די ארבעט און עפענען זייערע אימעיל אקאונטס בלויז צו אנדעקן אטוץ מיט אימעילס אין וועלכע זי כאראקטעריזירט יענעמס ארבעט אלץ די סאמע ערגסטע בריעפינג אדער פרעס רעליס זי האט געזעהן אין דיעטליכע יאר צענדלינג וואס זי איז שוין אין פאבליק סערוויס

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:43 am

דזשאו ביידען איז אין פארבינדונג מיטן הויז מאיאריטעט וויפ דזשים קלייבורן, א וויכטיגע נאמען וועם סיי וועלכע קאנדידאט וואס זוכט צו זיין סוקסעספול וועט ווילן שלעפן צו זיין/איר לאגער

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:23 pm

ביידן און העריס זיך איצט אנגעשטויסן איינער אין צווייטן אויף אן עמטרעק באן

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:29 pm

העריס האט שוין איינגעהאנדלט 3 מעמבערס פון איר סטעיטס קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע צו שטיצן איר קאנדידאטור
אבער איר קאלעגע סענאטארשע פיינסטיין גייט מיט ביידען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, אבן יקרה, בלי לחץ, די נקודה, יסוד ארי, נודניק און 50 געסט