דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10852
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 03, 2019 8:44 am

קרייסלער האט געשריבן:כאפצעם האסט פארגעסן וואספארא שטורעם העריס סטעיטעמענט לעצטע וואך צו אויפלעזן די אונשורענס קאמפאניס האט געמאכט? ניין רוב אמעריקא איז נאכנישט פאר אזא אולטרא לינקע פאליסיס

האסט דאטא דאס אונטערצושטיצן? כ'מיין אז נישט.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 03, 2019 9:40 am

שולץ און ווי אויך בלומענבערג האבן א פראבלעם וואס גייט זיי אפהאלטן פון באקומען שטיצע, זיי ווייסן נישט וויאזוי מען זאגט ארויס "הארד-ווארקינג-פיפל", טראמפ סאמהאו האט יא געקענט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 03, 2019 9:56 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נישטא קיין לינקער עניוועי. ווארען איז א בייסיגע אפגעפרעגטע קאנדידאט און גייט נישט אין ערגעץ, בערני איז די זשאוק געווען גוט איינמאל, ער האט שוין עקספייערט.

די איבעריגע, סיי וואס האבן שוין געמאלדן און סיי וואס מ'ווייסט וואס פלאנען זענען אלע קאנסידערט מעסיג לינג צו מעסיג צענטער, קיינע עכט לינקע מיט א שאנס איז נישטא דערווייל אויפן האריזאנט.



עניבאדי וואס סופארט טעקסן עקזיסטינג עסעטס, מעדיקעיר פאר אלל וכד'... כ'גלייב אז א העריס קאנדידאטור איז גענוג צו טריגערן, ובפרט אויב ס'ווערט א פייט ביי די פריימערי ווער ס'קען גיין די לינקסטע...

עקזיסטינג עסעטעס ווייסעך נישט וואס מיינט, מעדיקעיר פאר אלל איז שויניש קיין לינקע פאזישען היינט, ביידן-קלינטאן-אבאמא-זשיליברענד און %60 אמעריקאנער זענען היינט דערפאר.

פוינט איז, עס מוז זיין א ריכטיגע לינקער, מיט אוט אוו דע מעינסטריעם אנשויאונגען, אז אן אינדעפענדענט זאל בכלל קריגן עני טרעקשאן ביי מעסיגע דעמאקראטן/אנטי טראמפ אינדעפענדענטס.



עקזיסטינג עסעטס מיינט פארמעגן וואס דו האסט שוין, נישט פרישע אינקאם, און דאס אז פון דיין קוק ווינקל איז מעדיקעיר פאר אלל נישט ליבעראל טוישט גארניש, מעדיקעיר פאר אלל איז א סאוציאליסטישע איידיע, און דאס איז איינע פון די איידיעס וואס קען טריגערן א שולץ קאנדידאטור...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10852
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 03, 2019 10:09 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מעדיקעיר פאר אלל איז א סאוציאליסטישע איידיע, און דאס איז איינע פון די איידיעס וואס קען טריגערן א שולץ קאנדידאטור...

דאן וואלט ער שוין געדארפט דעסיידן אריינצוגיין ווייל אלע דעמאקראטן אינקלודינג ביידן שטיצן עס. און לויט זיינע סטראטאגירער גייט ער נישט באשליסן ביז ענדע 2019, דאס הייסט ביז ס'איז מער ווייניגער קלאר אז ס'איז א בערני, ווארען וכדו'.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 03, 2019 10:20 am

כ'ביניש אזוי זיכער אז ביידן גייט לויפן אויף א מעדיקעיר פאר אלל פלאטפארמע, אבער דאס איז זיכער אז שולץ וואס לויפט אויף א רידוסן ענטייטעלמענט פלאטפארמע איז שטארק קעגן דעם, און דאס קען טריגערן זיין ענטרי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10852
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 03, 2019 10:34 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כ'ביניש אזוי זיכער אז ביידן גייט לויפן אויף א מעדיקעיר פאר אלל פלאטפארמע, אבער דאס איז זיכער אז שולץ וואס לויפט אויף א רידוסן ענטייטעלמענט פלאטפארמע איז שטארק קעגן דעם, און דאס קען טריגערן זיין ענטרי...

דאן ווי געזאגט, וואלט ער שוין לאנג אריין און נישט געווארט ביז נעקסטע יאר

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 03, 2019 10:40 am

נאופ, ער ווארט צו זעהן ווער די קאנדידאט גייט זיין, דאס וואס דו רופסט מעינסטריעם איז ביי גאר אסאך ראדיקאל, און אויב למשל העריס לויפט וועטער אנאונסן זיין קאנדידאטור...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10852
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 03, 2019 11:15 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאופ, ער ווארט צו זעהן ווער די קאנדידאט גייט זיין, דאס וואס דו רופסט מעינסטריעם איז ביי גאר אסאך ראדיקאל, און אויב למשל העריס לויפט וועטער אנאונסן זיין קאנדידאטור...

אינטערסאנט קיינער האטעם נאכנישט איינגעמאלדן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:04 pm

האסט עסטעבלישן פאקטן און ס'ווערט דיר אינטערעסאנט... פאר מיר איזעס סימפל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 03, 2019 1:13 pm

כאפצעם האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:כאפצעם האסט פארגעסן וואספארא שטורעם העריס סטעיטעמענט לעצטע וואך צו אויפלעזן די אונשורענס קאמפאניס האט געמאכט? ניין רוב אמעריקא איז נאכנישט פאר אזא אולטרא לינקע פאליסיס

האסט דאטא דאס אונטערצושטיצן? כ'מיין אז נישט.

ממש צוריק עטליכע בלעטער און גוגעל עס

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג פאברואר 03, 2019 7:04 pm

איך ווייס נישט ווי דער עולם האלט מיט פרייע העלטקעיר אבער איך האב מיך צוויי מאל אין מיין לעבן געדארפט מאכען א דעסיזשען אויף העלטקעיר און עס ליגט מיר אין די ביי ער ווי שווער עס איז געוועהן.

צו פארדינען אינטער זעכציג טויזענט מיט מעדיקעיד אדער 120,000 אן מעדיקעיד, עס איז בכלל נישט קיין יושר אז דער וואס פארדינט צווישען 60 און 120 זאל ממש נישט באקומען קיין הילף און זאל גיין באנקראט פאר אזא וויכטיגע זאך ווי העלקעיר און אבאמא קעיר האט נישט קיין סך געהאלפען דערצו.

אפשר אויב מען טשארדזשד יעדע מענטש 5% פון זיין אינקאם פאר העלט אינשורענס וואלט עס ווען געוועהן געקאווערד, עס איז נישט ריכטיג אז אזא וויכטיגע זאך ווי העלטקעיר זאל זיין אזוי שווער צו באקומען.

איך ווארט אויף א מעכטיגע העלטקעיר פלאן - וואס מאכט האלבוועגס סענס - אזוי אז מען זאל קענען שטיצען איינע פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען, וואס איז בעסער א שוואכע העלטקעיר אדער נאו העלטקעיר? עס איז נאריש זיך אויפצוטוהן מיט די אזוי געריפענע גוטע העלטקעיר פון אמעריקע ווען עס איז נישט עפארדעבל דורעך רוב אמעריקאנע!

דאס איז מיין מיינונג.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 03, 2019 7:11 pm

יעדער איינער אבער בעיקר @כאפצעם, עס איז בכלל נישט קלאר וואס די רש"י פון מעדיקעיר פאר אלל איז, און דער עולם איז נישט צופרידן מיט העריס פארמאכן די אינשורענס מארקעט, און אפילו נישט מיט @מטעמים'ס העכערן אביסל טעקס.

@כאפצעם, פון וואו נעמסטו וואס ביידן האלט אויף מעדיקעיר פאר אלל?

גראדע האבעך עפעס געזעהן אז אפילו בראון וויל נישט רעדן דערפון.

עס הייסט קלאר אז דערווייל לויפן אלע קאנדידאטן צו די לינקע זייט, און דאס לאזט איבער דערווייל ווי @וויכטיג מאכער זאגט ברייט פלאץ פאר איין מעסיגן.

ענטן האט נעכטן א ארטיקל איבער דעם.

און דאס איז לפענ"ד מסביר א חלק פון ביידן'ס ריזיגע נאמבערס אפילו ווען אסאך פאפעלער חברה האבן שוין געמאלדן און ער נישט.

ביל דער בלאזיא האט זייער אוועקגעמאכט זיין פארגייער בלומבערג. איין זאך מאכט עס אויס לפענ"ד, אז בלומבערג וועלכער כידוע האלט חשבונות, וועט נישט לאזן ביל דעם בלאזיא שטייגן אין ערגעץ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:50 am

זייענדיג אויפן קאמפיין צוג אין ניו העמפשיר האט א באטייליגטער געפרעגט סענאטארשע דזשיליברענד אויב זי וואלט אריינגענומען אויך רעפובליקאנער אין איר אדמיניסטראציע צו שאפן אן אומפארטייאישע אטמאספערע
דזשליברענד האט אנערקענט אז עס איז אן אייגנארטיגע געדאנק אבער געזאגט אז זי וועט עס נישט טוהן

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:58 am

קארי בוקער האט אויפגענומען קלעי מידעלטאן און קריסטאל ספעין א פראמינענטע פארטיי פירערין אין סאוט קאראליינע וועלכע האט אין די פארגאנגנהייט ארויסגעהאלפן בערני סאנדערס
די צוויי וועלן שטיין אין שפיץ פון די בוקער קאמפיין אין די סטעיט וועלכע בוקער מוז און קען אריינקומען שטארק צו קענען גיין ווייטער

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:31 am

דזשיליברענד וועט זיין אין אייאווע אום פעברואר 18 למספרם

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:41 am

מען דארף פארשטיין, כדי צו געווינען די פריימעריס דארף מען זיין מער צו לינק נאר נאכדעים וואס מען געווינט די נאמינעשען קען מען גיין מער אינדערמיט, סא אלע קאנדידאטען גייען זיין מער צו די לינקע זייט כאטשט ביז די נאמינעשען.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:46 am

שמואל שמעלקא האט געשריבן:מען דארף פארשטיין, כדי צו געווינען די פריימעריס דארף מען זיין מער צו לינק נאר נאכדעים וואס מען געווינט די נאמינעשען קען מען גיין מער אינדערמיט, סא אלע קאנדידאטען גייען זיין מער צו די לינקע זייט כאטשט ביז די נאמינעשען.

דאס וועט אבער ברענגן אז די מעסיגע זאלן נישט זיין צופרידן און טריגערן א שולץ געלויף, דעמאלט צוריקדרייען וועט נישט קיין סאך העלפן אויב עפעס וועט עס געבן שטאף פאר די קעגנער אנצוצייגן היפאקריטיע

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:55 am

קהל עדתינו האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:מען דארף פארשטיין, כדי צו געווינען די פריימעריס דארף מען זיין מער צו לינק נאר נאכדעים וואס מען געווינט די נאמינעשען קען מען גיין מער אינדערמיט, סא אלע קאנדידאטען גייען זיין מער צו די לינקע זייט כאטשט ביז די נאמינעשען.

דאס וועט אבער ברענגן אז די מעסיגע זאלן נישט זיין צופרידן און טריגערן א שולץ געלויף, דעמאלט צוריקדרייען וועט נישט קיין סאך העלפן אויב עפעס וועט עס געבן שטאף פאר די קעגנער אנצוצייגן היפאקריטיע

אויב גייט מען מער אינדערמיט האסטו א גרעסערע טשענס צו פארלירן די גאנצע פריימערי ווי די סכנה אז שולץ זאל אריין קומען אונעם פארמעסט. די גרעסטע ראי' איז קלינטען און 16' זי האט געמיסט גיין מער לינק ווען בערני איז אריין געקומען און אפילו אזוי האט זי עס קום געמאכט.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג פאברואר 04, 2019 11:03 am

שמואל שמעלקא האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:מען דארף פארשטיין, כדי צו געווינען די פריימעריס דארף מען זיין מער צו לינק נאר נאכדעים וואס מען געווינט די נאמינעשען קען מען גיין מער אינדערמיט, סא אלע קאנדידאטען גייען זיין מער צו די לינקע זייט כאטשט ביז די נאמינעשען.

דאס וועט אבער ברענגן אז די מעסיגע זאלן נישט זיין צופרידן און טריגערן א שולץ געלויף, דעמאלט צוריקדרייען וועט נישט קיין סאך העלפן אויב עפעס וועט עס געבן שטאף פאר די קעגנער אנצוצייגן היפאקריטיע

אויב גייט מען מער אינדערמיט האסטו א גרעסערע טשענס צו פארלירן די גאנצע פריימערי ווי די סכנה אז שולץ זאל אריין קומען אונעם פארמעסט. די גרעסטע ראי' איז קלינטען און 16' זי האט געמיסט גיין מער לינק ווען בערני איז אריין געקומען און אפילו אזוי האט זי עס קום געמאכט.

זי האט געמוזט גיין לינק צו קאמפיטן מיט בערני אבער איר שוועריגקייט איז נישט געווען די אישוס איר פראבלעם איז געווען די פיפל ווס. די אליטא און פארדעם האט זי טאקע גאר שווער געוואנען די נאמינאציע גארנישט מיט לינקע פאליסיס, א אלגעמיינער טעקסי דרייווער האט זיך געפרייט צו בערניס שמייכל מער ווי צו קלינטאן'ס גוט פארגעקוקטע ספיטשעס..

#מיין_קאנספיראציע

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:31 pm

צל עובר האט געשריבן:טאקע פון די וואך תרומה.

ער זאגט נאך די ווארט אז בתוכם מיינט נישט צווישן אידן, נאר אין יעדן איד.

ער האלט זיך פאר א תלמיד חכם....

עניוועי, זיין לאנטשינג קליפ איז מעכטיג גוט.


בוקער איז אייביג פארנומען מיט דעם אז "ס'איז פונקט די וואך אין די פרשה..."
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:50 pm

@הכל הבל, איך פארשטיי נישט, בערני'ס קאמפיין איז דאך געווען גארבידזש אין דרום קארעליינע?

---------------------

לגבי וועלכע דירעקשען די דעמאקראטן ווילן גיין, קודם איז דא א אנקעטע אז 54 קעגן 40 ווילן די פארטיי זאל ווערן מער מעסיג.

צווייטנס, דער עיקר וואס דער עולם וויל איז עלעקטעביליטי, ביי פאר, ווען דזשעיק טעפער האט געפרעגט ביי די העריס CNN טאון האל איבער וואס זייער אנקעטע האט געוויזן אז דאס זוכט דער עולם, בעיקר איינעם וואס קען באזיגן טראמפ האט דער ציבור המשתתפים אזוי געקלאטשט אז עס איז געווען קלאר אז עס איז אמת, און פארדעם האלט איך אז ביידן איז אזוי הויעך נאר ווייל ער לויפט נאכנישט/ נאכנישט זיכער אז ער לויפט, אויב/ווען ער וועט מעלדן וועט ער ארויפגיין נאך היפש העכער. און אויב נישט וועט זיך לכאורה מאכן א צווייטער שטארקער מעסיגער קאנדידאט.

-----------------------

מאונמאט אנקעטע צווישן 313 דעמאקראטן פון יאנואר 25 ביז 27.

29 דזשאו ביידן
16 בערני סענדערס
11 קאמאלע העריס
8 עליזעביט ווארן
7 בעטא ארורק
4 מייקל בלומבערג
4 קארי בוקער
2 עמי קלאבאשער

1 עריק האלדער
1 שעראד בראון
1 כוליען קאסטרא
1 דזשאן היקענלופער
1 טולסי גאבארד
1 קירסטען דזשיליברענד
1 ענדרו יענג

1> דזשאן דילעיני
1> דזשעי אינסלי
1> טערי מעקאליף

0 פיטע באטידזשיעדזש

1 אנדערע
3 קיינער נישט/נישט קיין דעמאקראט
9 אנדיסיידעט

די אנקעטע האט אויך געפרעגט אזא שאלה, וואס ווילט איר ענדערש?

33% איינער וואס איז אויף רוב אישוס ווי די אבער איז נישט אזוי עלעקטעבל.
56% איינער וואס איז נישט אזוי ווי מיר אויף רוב אישוס, אבער איז א שטארקער קאנדידאט קעגן טראמפ.

די 56% רעכנט אריין 45% מענער און 61% פרויען, דאס שטימט לויט ווי זילבער זאגט אייביג אז די לעפט איז מער מענער, משא"כ די גאנצע פארטיי איז דאך מער פרויען.

וועם ווילט איר די ווייניגסטע זעהן אלס דעמאקראטישער קאנדידאט.

10 סענדערס
5 ביידן
5 העריס
5 ווארן
4 בלומבערג
3 בוקער
3 ארורק
3 דזשיליברענד

39 זאגן אז זיי קענען נישט טראכטן ספעציפיש פון איינעם וועם זיי ווילן די ווייניגסטע.
9 פראצענט זאגט קלאר אז יעדער איז זיי גוט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג פאברואר 04, 2019 3:33 pm

פארוואס איז שולץ בכלל נישט און די אנקעטע ?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג פאברואר 04, 2019 6:19 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דאס אז פון דיין קוק ווינקל איז מעדיקעיר פאר אלל נישט ליבעראל טוישט גארניש, מעדיקעיר פאר אלל איז א סאוציאליסטישע איידיע.


סאושעל סעקיוריטי און מעדעקעיר זענען אויך "סאציאליסטיש", און "סאציאליסטיש" איז רעלאטיוו, די איינציגסטע וועג צו פאזיציענען אן איידיע איז לויט וואו דער ציבור שטייט דערמיט.

למשל אויב איינער איז אזוי רעכט אז ער האלט אז מ'דארף עלימינירן איינקופט שטייערן לגמרי, און ער האלט אז אפילו טעד קרוז'ס צען פראצענט פלאכע שטייער ראטע איז אויך צו לינק, איז ער "ראדיקאל רעכט" לכולא עלמא אפילו אויב ער איז באמת הונדערט פראצענט גערעכט.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג פאברואר 04, 2019 6:31 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דאס אז פון דיין קוק ווינקל איז מעדיקעיר פאר אלל נישט ליבעראל טוישט גארניש, מעדיקעיר פאר אלל איז א סאוציאליסטישע איידיע.


סאושעל סעקיוריטי און מעדעקעיר זענען אויך "סאציאליסטיש", און "סאציאליסטיש" איז רעלאטיוו, די איינציגסטע וועג צו פאזיציענען אן איידיע איז לויט וואו דער ציבור שטייט דערמיט.

צו א זאך גייט אריין בגדר סאציאליזם צו נישט האט גארנישט מיט וואו דער ציבור שטייט דערמיט, סאציאליזם איז א קאנצעפט, עס זענען דא וואס זענען מער נענטער דערצו און עס זענען דא וואס זענען ווייטער, אבער עס טוישט זיך נישט לויט וואס דער ציבור האלט, אז דער גאנצער ציבור וועט האלטן פון סאציאליזם גייט עס נאכנישט ווערן אויס סאציאליזם.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:03 pm

צל עובר האט געשריבן:יעדער איינער אבער בעיקר @כאפצעם, עס איז בכלל נישט קלאר וואס די רש"י פון מעדיקעיר פאר אלל איז, און דער עולם איז נישט צופרידן מיט העריס פארמאכן די אינשורענס מארקעט, און אפילו נישט מיט @מטעמים'ס העכערן אביסל טעקס.


העריס' סטעיטמענט איבער פארמאכן די אינשורענס מארקעט איז געקומען פון איר רויע שטיצע פאר מעדיקעיר פאר אלע וואס איז גורם אז זי זאל עס נישט קענען געהעריג פרעזענטירן.

בערני סאנדערס למשל, וואס איז אסאך מער לינק פון העריס (לויט וויפיל מ'קען העריס וואס איז נאך היבש ניי אינעם פאליטישן צירקל), האט קיינמאל נישט געשטיצט צו "פארמאכן אינשורענס פירמעס" און פאקטיש זענען אינשורענס פירמעס דא צו בלייבן מיט א סינגל-פעיער העלט קעיר סיסטעם.

מיט העכערן אביסל שטייערן וואלט יעדער מסכים געווען ווען מ'זאל נעמען אין אכט אז מ'שפארט זיך די אינשורענס, איך מיין, ווער וואלט זיך נישט געפרייט צו צאלן נאך 2,000 שטייערן ווען דאס קומט אויפ'ן פלאץ פון 5,000 אין אינשורענס צאלונגען???
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט