דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » פרייטאג פאברואר 01, 2019 1:41 am

ער האט שטארק פרובירט און געווען גאנץ סוקסעספול צו אויפבויען נוארק!
ער האט נישט איבערגעלאזט א חורבן פון א שטאט, ער איז אנגעקומען צו א חורבן פון א שטאט! סאיז אייביג געווען א שלעכטע געגנט, און אדרבה ער האט פרובירט עס צו שלעפן דארט אסאך ביזנעסער כדי עס אויפצובויען.

אומערפארענע סענעטאר? מעגליך, אבער נאך אזוי אומערפארן ווי אונזער אלעמען באקאנטע מלך הטוויטער.

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג פאברואר 01, 2019 7:28 am

Sen. Cory Booker, D-NJ, jumps into 2020 White House race
Calling for a sense of common purpose, Sen. Cory Booker on Friday morning declared his candidacy for president. The high-profile Democrat from New Jersey announced his White House run in an email to supporters that included a two-minute-long campaign launch video.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 01, 2019 7:43 am

שולץ קאמפיין די לעצטע וואך דרייט זיך ארום האקן אויף דעמאקראטישע קאנדידאטן און בכלל די דעמאקראטישע פארטיי

אויף דעם מהלך גייט ער ווארשיינליך צונעמען מער שטימען פון די רעפובליקענס-טראמפ.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 01, 2019 9:25 am

בוקער רעדט א פליסיגן ספאניש און האט דורכאויסזיין קאריערע אלץ געבויעט שטארקע קאאליציעס מיט די לאטינא געמיינדע

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 01, 2019 9:33 am

בוקער האט געווארט ביז פעברואר למספרם צו מעלדן צוליב וואס עס איז דער מאנאט ווען מען צייכנט אפ די היסטאריע פון אפריקאנע אמעריקאנע

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 01, 2019 9:34 am

געוועזענע קאלאראדא גאווערנאר דזשאן היקענלופער זאגט אז ער איז גענויגט צו לויפן

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 01, 2019 9:36 am

ווארענס קאמיטע פיילט אז זי איז דערווייל אין א האלב מיליאן דאלער אין חובות

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 01, 2019 9:49 am

א דעבאטע האט זיך אנטוויקלט צוושי דעמאקראטן אויב מען זאל פטור ווערן פון די פיליבאסטער רול אינעם סענאט אויב זאלן זיי באווייזן איבערצונעמען דעם טשעמבער
די חשבון איז אז אויז וועט מען קענען אריבערפירן בילס אויפן אגענדע איבער העלט קעיר און ענווייראמענט
ווארען איז עס גרייט צו באטראכטן
דזשיליברענד זאגט אז זי מעסט נאך אפ די בענעפיטן און די חסרונות דערפון
סאנדערס זאגט אז עס איז נאך צו פרי צו רעדן דערוועגן
בוקער איז דערקעגן

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 01, 2019 10:17 am

נאכן געווינען א פולן טערמין אין 2014 למספרם האט בוקער אנגעהויבן שיפטן אויף לינק
אין 2016 למספרם האט בערני סענדערס שטילערהייט באטראכט צו נעמען בוקער אלץ זיין מיטלויפער
אין 2017 למספרם האט בוקער אינדארסירט די סענדערס מעדיקעיר פאר אלע פלאן

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 01, 2019 10:26 am

בוקער: מיין פאטער פלעגט מיר אנזאגן אז איך זאל געדענקן פון וואו איך קום און געדענקן די וועלכע האבן מיר געהאלפן אנקומען דארט וואו איך בין אנגעקומען

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » פרייטאג פאברואר 01, 2019 10:49 am

הכל הבל האט געשריבן:א דעבאטע האט זיך אנטוויקלט צוושי דעמאקראטן אויב מען זאל פטור ווערן פון די פיליבאסטער רול אינעם סענאט אויב זאלן זיי באווייזן איבערצונעמען דעם טשעמבער
די חשבון איז אז אויז וועט מען קענען אריבערפירן בילס אויפן אגענדע איבער העלט קעיר און ענווייראמענט
ווארען איז עס גרייט צו באטראכטן
דזשיליברענד זאגט אז זי מעסט נאך אפ די בענעפיטן און די חסרונות דערפון
סאנדערס זאגט אז עס איז נאך צו פרי צו רעדן דערוועגן
בוקער איז דערקעגן

זיי שפילן אריין אין די הענט פון טראמפ וואס וועט יעצט ווייטער פארפירן אז די רעפאבליקאנער זאלן שוין פטור ווער דערפון ווייל זעסט דאך אז די דעמאקראטן פלאנען עס סיי ווי צו טון.

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג פאברואר 01, 2019 12:15 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ניו דזשערסי סענעטאר קאָרי בקר גרייט זיך לויט באריכטן צו מעלדן זיין קאנדיטאטור פאר א פרעזידענטשעל רעיס, CNN ווייסט צו פארציילן אז ער האט שוין היינט אנגערופן עטליכע ערוועלטע סענעטארן און קאנגרעסלייט, און זיי איינגעמאלדן אז ער האט שוין באשלאסן אז ער גייט און די נאנטע טעג ענאונסן אז ער קלערט ערענסט אריינצוקוקן אין די מעגליכקייט פון לאונטשן א פלאן צו לויפן.. און געבעטן זייער שטיצע.

היינט אויפדערנאכט איז בקר געזעהן געווארן מישטאַטייעך זיין ביים ליבאוויטשע רבי׳ס ציון אין קווינס. לכאורה נעמט ער דעם ״סגולה״ פון דזשערעד קושנער וואס איז געקומען צום ציון אפאר טאג פאר זיין שווער האט געווינען אין 2016.

0AA91380-F5C5-46A0-B29F-05514766A3E9.jpeg

איך האף אז ער לויפט.
אין מיי אפיניען איז ער זייער א שטארקע קאנדידאט, גאר כאריזמאטיש, פיל מיט ענערדזשי, א צענטריסט אבער נישט אזוי שטארק אז ער זאל זיין פארפיינטעט ביי די ליבעראלן ממילא קענען זיי זיין אנטוזיאסטיש פאר אים, און פארשטייט זיך א אפריקאנע אמעריקאנער וואס איז א פלאס.

און נישט פארגעסן, ער האט זייער גוטע און נאנטע באציאונגען מיט אסאך היימישע אידישע עסקנים און ביזנעס אייגענטומער.


איך האלט נישט אז ער האלט אז ער גייט עס מאכן, ער וויל לכאורה אנציען רעלאטיוו שיינע שטיצע כדאי צו ווערן קאנסידערט אלס מיטלויפער דורכ'ן ענדגילטיגן קאנדידאט, און ער האט א גוטע שאנס עס צו מאכן צוליב וואס די שטערקסטע קאנדידאטן זענען אלטע ווייסע וואס גייען בענעפיטירן פון א יונגע שווארצער (מיט אסאך כאריזמע!) אויף זייער טיקעט.

איבערהויפט דאס אז ער איז צענטריסטיש וועט מאכן אז בערני זאל אים וועלן נעמען צו באלאנסירן זיין טיקעט, און ביידען וועט אויך נישט האלטן ביים נעמען א לינקען (עיין ערך קלינטאן/קעין) אויף זיין טיקעט..
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 01, 2019 1:47 pm

פארשער האט געשריבן:זיי שפילן אריין אין די הענט פון טראמפ וואס וועט יעצט ווייטער פארפירן אז די רעפאבליקאנער זאלן שוין פטור ווער דערפון ווייל זעסט דאך אז די דעמאקראטן פלאנען עס סיי ווי צו טון.

געזונטערהייט.. יעצט איז שוין טו לעיט..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 9:15 pm

@כאפצעם מיינט אודאי ווייל פעלאוסי איז שוין ספיקער.

-----------------------

עמערסאן האט ארויסגעגעבן א אנקעטע פון אייאווע, טיילמאל זענען זיי זייער גוט, און טיילמאל וועי אף. זיי האבן אויך ארויסגעגעבן א אלגעמיינע וואלן אנקעטע, האבעך עס געלייגט אין פאסיגן אשכול.

ביידן טאוערט ווייטער איבער אלע, העריס האט זיך שיין ארויפגעריקט.

Biden 29%
Harris 18%
Sanders 15%
Warren 11%
O'Rourke 6%
Booker 4%
Brown 4%
Klobuchar 3%
Castro 2%
Delaney 1%
Gillibrand 1%
Yang 0%
Buttigieg 0%
Gabbard 0%



---------------------------------

ווארן וועט לכאורה אפיציעל מעלדן קומענדיגן שבת קודש. זי האט פארופן א מצב אין עפעס א מעסעטשוטשעס שטעטל ווי זי זאגט אז זי וועט אנאנסן עפעס מעידזשער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 10:59 pm

וואסי פשט אז העריס באקומט אזויפיל פרייע מידיע קאווערעדזש?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:13 am

זייט זיין אפיציעלע מעלדונג פרייטאג, האט קארי באקער אויך באקומען גאנץ אסאך און פאזאטיווע מידיא קאווערידזש.

כהאב יעצט געזען אפאר קליפס פון אים אויפטרעטענדיג ביי היימישע יודישע ארגאנאזאציעס, סאיז עמעזינג צו זען זיין נאנטשאפט און נאלידזש וואס ער האט אין תורה און אידישקייט.
אויף איין קליפ זאגט ער א "דבר תורה" (כלשונו...) אויף ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד.

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:16 am

טאקע פון די וואך תרומה.

ער זאגט נאך די ווארט אז בתוכם מיינט נישט צווישן אידן, נאר אין יעדן איד.

ער האלט זיך פאר א תלמיד חכם....

עניוועי, זיין לאנטשינג קליפ איז מעכטיג גוט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:31 am

בוקער איז געוועהן גאר גוטע פריינד מיט שמואל בוטח אבער האהן זיך צוהרגט ביי די איראן דיעל סאמעטוכע, ווען בוקער איז געווען פון די פייערדיגסטע שטיצער, בכלל איז בוקער דאן געווארן פארפיינטעד ביי די פרא איזראעל חדר.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:35 am

אין מיין אפיניען זענען די דעמעקראטן אין גאר א שווערע פאזישן, און כ'רעד בנוגע די פריימערי, זיי קענען נישט טוהן נאכאמאל די מיסטעיק פון 2016 און ארבייטן אונטערן טיש צו באזיגן סענדערס ענד קאו, אבער אויב אזא קאנדידאט געווינט איז דא שולץ וואס פאכעט מיט א קאנדידאטור... די בעסטע וועג איז לדעתי אז זיי זאלן דיסקארידזשן מעסיגע קאנדידאטן פון דזשוינען, און לאזן די לינקע ליניע אנגעפאקט, אזוי וועלן די שטארק ליבעראלע זיך טיילן מיט די שטומען און דער מעסיגע וועט אריינקומען דער זיגער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:47 am

נישטא קיין לינקער עניוועי. ווארען איז א בייסיגע אפגעפרעגטע קאנדידאט און גייט נישט אין ערגעץ, בערני איז די זשאוק געווען גוט איינמאל, ער האט שוין עקספייערט.

די איבעריגע, סיי וואס האבן שוין געמאלדן און סיי וואס מ'ווייסט וואס פלאנען זענען אלע קאנסידערט מעסיג לינג צו מעסיג צענטער, קיינע עכט לינקע מיט א שאנס איז נישטא דערווייל אויפן האריזאנט.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג פאברואר 03, 2019 1:13 am

כתמר יפרח האט געשריבן:
אחד מהחבורה האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן, אז אפשר האט יא א דריטע פארטיי קאנדידאט, א שטיקל טשענס.

אין אזא ענוויירעמענט, ווי טראמפ מיט זיין גאנצע קופה של שרצים, איז אויף איין זייט.
אין א באנדע סאצאליסטן, וואס וואלטן געפאסט מער פאר די קרעמלין, אויף די אנדערע זייט.

אין אויב ס'איז דא, א געלונגענע סענטריסט קאנדידאט אינדערמיט, הייבט עס אן אויסזעהן מער מעגליך.

אוודאי פארשטיי איך, די טשעלענדזש פון אזא קאנדידאט, אז אין די ענד אויף די געימ, בלייבן רוב מענטשן געטריי צו זייער פארטיי.

אבער דאך, לויטן מצב, זענען די שאנסען גרעסער ווי בעפאר.

העי העי, די קרעמלין לאז פאר טראמפ זייט.

די איינציגסטע איבערגעוויזענע שייכות מיט'ן קרעמלין איז דנס-פערקין קוי-קריסטאפער סטיעל-רוסישע באאמטע.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 03, 2019 1:41 am

כאפצעם האט געשריבן:נישטא קיין לינקער עניוועי. ווארען איז א בייסיגע אפגעפרעגטע קאנדידאט און גייט נישט אין ערגעץ, בערני איז די זשאוק געווען גוט איינמאל, ער האט שוין עקספייערט.

די איבעריגע, סיי וואס האבן שוין געמאלדן און סיי וואס מ'ווייסט וואס פלאנען זענען אלע קאנסידערט מעסיג לינג צו מעסיג צענטער, קיינע עכט לינקע מיט א שאנס איז נישטא דערווייל אויפן האריזאנט.



עניבאדי וואס סופארט טעקסן עקזיסטינג עסעטס, מעדיקעיר פאר אלל וכד'... כ'גלייב אז א העריס קאנדידאטור איז גענוג צו טריגערן, ובפרט אויב ס'ווערט א פייט ביי די פריימערי ווער ס'קען גיין די לינקסטע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג פאברואר 03, 2019 1:56 am

ביי אן אינטערוויא פאריגע וואך האט האוערד שולץ ערקלערט אז די פאלק איז שוין מיד פון צו זעהן ווי די סענעטארן און קאנגרעס לייט גייען מיט די קאפ און וואנט, ווי שוין ערווענט אין אן אנדערע אשכול און די פאלק קוקט גאר שטארק ארויף פאר אן אינדיפענדעט קאנדידאט
viewtopic.php?f=21&t=38853
February Baby Sale
https://amzn.to/2TuvdMj
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 03, 2019 7:26 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נישטא קיין לינקער עניוועי. ווארען איז א בייסיגע אפגעפרעגטע קאנדידאט און גייט נישט אין ערגעץ, בערני איז די זשאוק געווען גוט איינמאל, ער האט שוין עקספייערט.

די איבעריגע, סיי וואס האבן שוין געמאלדן און סיי וואס מ'ווייסט וואס פלאנען זענען אלע קאנסידערט מעסיג לינג צו מעסיג צענטער, קיינע עכט לינקע מיט א שאנס איז נישטא דערווייל אויפן האריזאנט.



עניבאדי וואס סופארט טעקסן עקזיסטינג עסעטס, מעדיקעיר פאר אלל וכד'... כ'גלייב אז א העריס קאנדידאטור איז גענוג צו טריגערן, ובפרט אויב ס'ווערט א פייט ביי די פריימערי ווער ס'קען גיין די לינקסטע...

עקזיסטינג עסעטעס ווייסעך נישט וואס מיינט, מעדיקעיר פאר אלל איז שויניש קיין לינקע פאזישען היינט, ביידן-קלינטאן-אבאמא-זשיליברענד און %60 אמעריקאנער זענען היינט דערפאר.

פוינט איז, עס מוז זיין א ריכטיגע לינקער, מיט אוט אוו דע מעינסטריעם אנשויאונגען, אז אן אינדעפענדענט זאל בכלל קריגן עני טרעקשאן ביי מעסיגע דעמאקראטן/אנטי טראמפ אינדעפענדענטס.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 03, 2019 8:01 am

כאפצעם האסט פארגעסן וואספארא שטורעם העריס סטעיטעמענט לעצטע וואך צו אויפלעזן די אונשורענס קאמפאניס האט געמאכט? ניין רוב אמעריקא איז נאכנישט פאר אזא אולטרא לינקע פאליסיס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, אנפין נהירין, יישר כח און 39 געסט