דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 15, 2018 6:19 pm

די זענען אלע סעקאנד טייער קאנדידאטן, ניין?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג יולי 15, 2018 7:04 pm

כאפצעם האט געשריבן:דער באוויסטער אנטי טראמפ סקאנדאלן לויער און מידיע קלעבעדיגער 'מייקל אוואנאטי' האט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2020.

איך וויל שטארק ער זאל לויפן. זאל איינער קענען טון די שמוציגע ארבעט און די אנדערע וועלן זיך נישט דארפן אזוי אראפלאזן אינעם דאמפסטער.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 17, 2018 4:48 pm

געוועזענע וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען זאגט אז ער פארשטטיט אז ער וועט דארפן באשליסן ביז ענדע יאר איבער לויפן פאר פרעזידענט
און וועט מוזן זיין קלאר אויף קומענדיגע יונואר למספרם

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 17, 2018 4:58 pm

עס ווענדט זיך מסתמא אויך אויב טראמפ לויפט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג יולי 17, 2018 5:11 pm

וואס איז דען די הו"א אז טראמפ זאל ניט לויפן ?

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 17, 2018 5:28 pm

@הכל הבל האט געברענגט אין דזשענערעל עלעקשן אשכול אז טראמפ וויל זיך נאך נישט פארפליכטען צו לויפן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 18, 2018 12:46 pm

לויט רעסמוסען ווילן 73 פראצענט דעמאקרעטס א פרישן פנים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יולי 20, 2018 11:06 am

עריק האולדער לויפט. וועט אנאנסירן זיין קאנדידאטור תיכף אנהויב קומענדיגע יאר.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג יולי 20, 2018 11:34 am

ווען נישט זיינע טראמפישע מעשים וואלט על פרענקן געווען די שטערקסטע קאנדידאט קעגן טראמפ.

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 22, 2018 11:50 pm

עריק האלדער קומט אריין זייער שוואך קעגן טראמפ, ביידע אינאיינעם האבן נישט קיין צוויי דריטל, געבענדיג א פעסטע טשענס פאר א דריטן, שטייצעך אז עס איז זייער גוט פאר טראמפ צו לויפן קעגן אים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 23, 2018 5:07 pm

עריק גארסעטי (נישט האלדער..) דער לאס אנדזשעלעס מעיאר און פאטענציאלע פרעזידענטליכע קאנדידאט ברענגט צוזאם עטליכע גרויסע לאס אנדזשעלעס ביישטייערער מטן ציהל צו שאפן געלט פאר 10 בעטלגראונד דעמאקראטישע סטעיט פארטייען, 100 טויזנט פאר יעדע פון די פארטייען עקסטער
די אונטערנעמונג קען אים גוט שטיין אין די אויגן פון די יעניגע אקטיוויסטן און פאליטיקאנטן וועלכע קוקן ארויס אויף די געלט און קען אים צוניצקומען אין פאל ער באשליסט שפעטער אריינצושפרינגען אינעם פרעזידענטליכן פעלד

מאנטאנא גאווערנאר בולאק וועט זיך אריבערכאפן קיין אייאווע בלויז איין טאג נאך טראמפס באזוך אין די סטעיט (דאנערשטאג) תו שאפן געלט פאר די אייאווע סטעיט דעמאקראטישע פארטיי
בולאקס נאמען פיגורירט אויך אין די נייעס אלץ איינער מיט פרעזידענטליכע אמביציעס

אהייא דעמאקראטישע קאנגרעסמאן טים רייען וועלכע האט זיך אין די פארגאנגענהייט שוין פארמאסטן מיט קאנגרעס מינאריטעט פירערין פעלאסי פאר די פירערשאפט און פרובירט צו שאפן כוואליעס ארום זיך און זיך באפעסטיגן אלץ די פארטיי פירער פאר די מער צענטריסטישע בלאק אינערהאלב די פארטיי און אלץ דער שטימע פון מידוועסט עקאנאמיקס (אלץ קאנטער באלאנס צו טראמפ וועלכע אפעלירט צו די סארט וויילער) וועט דינען צו גאסט אנצופירן א וויכטיגע דעמאקראטישע פארטיי אוונט אין אייאווע
און א באזונדערע אנטוויקלונג טוט קאנגרעסמאן רייען אויפנעמען פיטע דעלעסאנדרא א פאליטישע וועטעראן און די אייאווע סטעיט דירעקטאר פון די 2016 למספרם פאליטישע קאמפיין פון בערני סאנדערס

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג יולי 23, 2018 5:26 pm

גייט כאטש זיין 17 קאנדידאטן אזוי ווי ביי די רעפאלינקענס אין 2016
אויב יא קומט אסאך פאן
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 23, 2018 5:34 pm

א נייער האט געשריבן:גייט כאטש זיין 17 קאנדידאטן אזוי ווי ביי די רעפאלינקענס אין 2016
אויב יא קומט אסאך פאן

עס ווענדט זיך מער אין די קוואליטעט פון די קאנדידאטן ווי אין די קוואנטיטעט

אויב די פארגאנגענע רעפובליקאנע פריימערי זאל פארקומען מיט בלויז 16 קאנדידאטן און מיט די אפוועזנהייט פונעם פראנט ראנער וואלט זיך געפעלט פיל מער ווי בלויז א זיבענצענטל פון די דראמא

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג יולי 23, 2018 5:41 pm

עס וואלט געווען אסאך פאן אן טראמפ אויך
אויב דו געדענקטס האט בוש אין זיינע בעסטע צייטן נישט
געהאט מער ווי 20 פראצענט דעס מיינט אז דו קאמף וואלט זיך נישט גענדיגט אזוי שנעל
קען זיין אז קיינער גייט נישט זינגען לעש אויס די לייט
אבער ווי לענגער א קאמף ציעט זיך אלס מער פאן איז דא
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג יולי 24, 2018 6:50 pm

דער געוועזענער אטוירני דזשענערעל עריק האלדער שפעקולירט ערנסט וועגן לויפן פאר פרעזידענט אין 2020, אבער האט נאך דערווייל נישט געפאסט קיין באשלוס אויף זיכער.

"איך טראכט דערוועגן," האט האלדער געזאגט אין א שמועס מיט דער פרעסע, ווען אנגעפרעגט איבער מעגליכע פרעזידענטליכע פלענער, און צוגעלייגט אז ער וועט מאכן א החלטה אנהייב פון קומענדיגן יאר.

האלדער, וועלכער האט געדינט אלס אטוירני דזשענערעל אונטער געוועזענעם פרעזידענט אבאמא, האט אונטערגעשטראכן אז לעת עתה איז ער פאקוסירט אויף די מידטוירם וואלן פון היי-יאר, און זיין ציל איז זיכער צו מאכן אז די דעמאקראטן נעמען איבער דעם קאנטראל פונעם קאנגרעס און סענאט.

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:21 am

GQRR ריסוירדזש יולי 19-26

ביידן 30
סענדערס 28
ווארען 13
בוקער 8
העריס 5
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:25 am

צל עובר האט געשריבן:GQRR ריסוירדזש יולי 19-26

ביידן 30
סענדערס 28
ווארען 13
בוקער 8
העריס 5

די מצב קיקט זייער נישט גיט אויס סענדערס אין ווארען ציזאמען האבען האלב פון די פארטיי

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:04 pm

פרעזידענט טראמפ, אויפטרעטנדיג נעכטן אין אפסטעיט ניו יארק, האט געזאגט אז גאווערנאר קאומאו האט אים פארזיכערט, אז ער וועט נישט לויפן קעגן אים אין 2020.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:01 pm

אהבת השם האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ, אויפטרעטנדיג נעכטן אין אפסטעיט ניו יארק, האט געזאגט אז גאווערנאר קאומאו האט אים פארזיכערט, אז ער וועט נישט לויפן קעגן אים אין 2020.

און האט ציגעלייגט א בקשה צו קאמאו אז ער זאל לויפן אקעגן אים ;l;p-
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ, אויפטרעטנדיג נעכטן אין אפסטעיט ניו יארק, האט געזאגט אז גאווערנאר קאומאו האט אים פארזיכערט, אז ער וועט נישט לויפן קעגן אים אין 2020.

און האט ציגעלייגט א בקשה צו קאמאו אז ער זאל לויפן אקעגן אים ;l;p-

:lol: :lol: :lol:

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:29 am

טראמפס געוועזענע קאמפיין הויפט קארי לואנדאוסקי: אויב איך וואלט געווען א דעמאקראטישע סטראטעגיסט און געווארן אנגעפרעגט וועם איך וואלט געוואלט זעהן נאמינירט אלץ דער דעמאקראטישע קאנדידאט פאר פרעזידענט אין 2020 למספרם איז דא בלויז איין נאמען וועם איך וואלט אויסגעקליבן:
מייקל בלומבערג
עס איז א געשיכטע וועלכע אמעריקאנער וועלן גלייכן און ער איז א דרויסנדיגער
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אוגוסט 20, 2018 11:01 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוגוסט 19, 2018 11:43 am

פאטענציאלע דעמאקראטישע 2020 למספרם קאנדידאט דזשוליען קאסטרא באזוכט אייאווע

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:50 am

פאטענציאלע דעמאקראטישע 2020 למספרם קאנדידאט מייקל אווענאטי איבער ווי אזוי צו קעמפן קעגן טראמפ: מיר דארפן זיך שלאגן מיט פייער קעגן פייער

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:53 am

אוי גייט זיין פאן אויב ער לויפט..

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 9:23 am

פאליטישע וועטעראנען אינערהאלב דעמאקראטישע קרייזן שמועסן ערנסט איבער מאיאר באטיגעיג פון סאוט בענד אינדיאנא און באטראכטן זיין פאטענציאל זיך ארויסצושיילן אלץ פראנט ראנער פאר די וויצע פרעזידענט סלאט אום 2020 למספרם
אנדערע האבן אפילו ארויפגעברענגט זיין נאמען אין די פארגאנגענהייט פאר פרעזידענט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, אפטימיסט, הרב_שלום, מי הוא זה, פראהביטש, פרעג נישט, שנלר און 59 געסט