דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:45 pm

איינער (אין די העכערע פענסטערס :wink: ) האט אויפגעברענגט אז די דנס קען נאכדעם דיסקוואליפייען יענג אויף אלעמאל, ווייל לויט זייערע רולס אויב באטייליגט מען זיך אין א דעבאטע נישט באשטימט דורך די דנס ווערט מען דיסקוואליפייד. איז די שאלה צי דאס קען גערופן ווערן א דעבאטע ווען עס איז א וואן מען בענד.

סיי וויאזוי, עפעס אזאנס וועט ער מסתמא טון, נאכן איבערשמועסן מיט לויערס וואו ווייט ער מעג גיין.

(עס וואלט געווען א געשמאקע פאנטאזיע יענג זאל האבן מער מענטשן אדער וויוערס אדער העכערע רעטינגס אויף זיין איווענט ווי די דעבאטע 8.) )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מוצ"ש ינואר 11, 2020 9:07 pm

זאל ער מאכן א איווענט פאר די וועטראנס
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5619
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מוצ"ש ינואר 11, 2020 9:43 pm

Yang2020 האט געשריבן:נאך פונעם דע מוין רעדזשיסטער אייאווע אנקעטע:
נאר 40% זענען שוין באשטימט וועלכע קאנדידאט זיי שטיצן. 45% קענען נאך טוישן, און נאך 13% האבן נאך בכלל נישט אפגעמאכט.

פראצענט וואס באטראכטן אקטיוו א קאנדידאט:
יענג 29
בוטידזשעזש 29
ביידען 28
בוקער 28
קלאבוטשער 27
ווארען 26
סאנדערס 23
סטייער 22
בלומבערג 8
בענעט 6
דילעיני 6
גאבבארד 6
פעטריק 3
וויליאמסאן 3

חוץ פון דעם וואס די מערסטע באטראכטן אקטיוו יענג, האט ער אויך די נידריגסטע very unfavorable נומער, ביי בלויז 8%.


צ"ל יענג און בוטידזשעזש
רצונינו לעשות רצוניך.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש ינואר 11, 2020 10:25 pm

יענג'ס בוירטדעי איז מאנטאג.
קומט פאר א העפטיגע קאמפיין צו דאנעיטן $20.20 לכבוד די בוירטדעי..


די עולם ווערט געבעטן זיך אנצורופן ווארעם לכבוד יענג (יד"נ)

כ'האב אים נישט געפרעגט צו כ'מעג עס בעטן..
אבער שוין..

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג ינואר 12, 2020 8:13 am

בוידעם האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:נאך פונעם דע מוין רעדזשיסטער אייאווע אנקעטע:
נאר 40% זענען שוין באשטימט וועלכע קאנדידאט זיי שטיצן. 45% קענען נאך טוישן, און נאך 13% האבן נאך בכלל נישט אפגעמאכט.

פראצענט וואס באטראכטן אקטיוו א קאנדידאט:
יענג 29
בוטידזשעזש 29
ביידען 28
בוקער 28
קלאבוטשער 27
ווארען 26
סאנדערס 23
סטייער 22
בלומבערג 8
בענעט 6
דילעיני 6
גאבבארד 6
פעטריק 3
וויליאמסאן 3

חוץ פון דעם וואס די מערסטע באטראכטן אקטיוו יענג, האט ער אויך די נידריגסטע very unfavorable נומער, ביי בלויז 8%.


צ"ל יענג און בוטידזשעזש


דער חילוק איז, אז די מערסטע באטראכטן "נאך" בוטידזשעזש (נאכדעם וואס ער איז געווען די העכסטע אין פאקטישע שטיצער, און געפאלן), און די מערסטע באטראכטן "שוין" יענג (נאכדעם וואס ער איז כמעט נישט גענומען געווארן ערנסט, און ער האט יעצט כמעט געדאפלט זיין שטיצע פון פאריגע אנקעטע).
למאי נפקא מינה? ווייל קשה עתיקא מחדתא און צוריק גייט א קאזע.

@וואס טוט זיך, האסט געמעגט בעטן, אבער איך וועל עס נאר מקבל זיין אויב דער עולם לייגט ארויף די רעסיטס פאר א באווייז אז זיי האבן געצאלט :lol:
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג ינואר 12, 2020 8:19 am

אינטערעסאנטע פאקט: די פיר מיט די העכסטע שאנסן צו געווינען די נאמינאציע (לויט בעטפעיר), בערני און ביידען און ווארען און בלומבערג, זענען צוזאמען אלט 303 יאר. דאס איז זעכציג יאר עלטער ווי די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.
יעדער באזונדער פון זיי איז עלטער ווי די פיפל'ס רעפובליק אוו טשיינע, און בערך די זעלבע אלט ווי נארט און סאוט קאוריע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

נקדימון
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » זונטאג ינואר 12, 2020 9:14 am

שטארקע אינדארסמענט פאר בוטידזשעש.

Screenshot_20200112-091318.png
Screenshot_20200112-091318.png (643.8 KiB) געזעהן 776 מאל

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג ינואר 12, 2020 2:30 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אידער וועי גלייבעך נישט אז סאנדערס גייט פלעין סימפל געוואונען די נאמענעישן, די פארטיי גייט דאס נישט אזוי צולאזן...


וואו זעסטו אז זיי לאזן עס צו? פאר א סיבה האט מען געווארט מיט אימפיטשמענט אין סענאט ביז דריי וואכן פאר די אייאווע קאקוסעס.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » זונטאג ינואר 12, 2020 6:12 pm

ביידען האָט געזאָגט שבת פאר א וואוטער אין איאווע, וועלכער האָט אים געזאָגט, "איך בין מיט דיר 90%, אָבער האָט געפרעגט איבער זיין דזאדזשמענט , ווייל "דו ביסט געווען פאר דער צווייטער גאלף מלחמה, וואָס איז געווען א מעסס. "
האט דער חכם ביידען האָט געזאָגט, אַז פון דעם אנהייב אָן פון ווען פּרעזידענט דזשארדזש וו. בוש אָנגעהויבן זיין "שוידערליכע און געפערליכער" מיליטערישער קאַמפּיין, האָב איך זיך קעגנגעשטעלט וואָס ער האָט געטאָן,
די אמת איז אז ביידען איז געווען א שטארקע שטיצער פון די מלחמה,
בדרך אגב ס'איז שוין די צווייטע מאל וואס ער זאגט דעם ליגענט.. די ערשטע מאל האט זיך זיין קאמפיין פארענטפערט אז ער האט זיך פארעדט...
https://www.cnn.com/2020/01/06/politics ... index.html
הלב שלי נקרע לשניים, חציו אשם וחציו לשם שמים,
ורק אתה יכול להפוך מספדי למחול, לזכך את החול, לרכך בי הכל,
ורק אתה מבין איך לגשת ללב שלי, משכך כל כאב שבי, מרפא את הלב...
- ישי ריבו אלול תשע"ט

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » זונטאג ינואר 12, 2020 6:15 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:ביידען האָט געזאָגט שבת פאר א וואוטער אין איאווע, וועלכער האָט אים געזאָגט, "איך בין מיט דיר 90%, אָבער האָט געפרעגט איבער זיין דזאדזשמענט , ווייל "דו ביסט געווען פאר דער צווייטער גאלף מלחמה, וואָס איז געווען א מעסס. "
האט דער חכם ביידען האָט געזאָגט, אַז פון דעם אנהייב אָן פון ווען פּרעזידענט דזשארדזש וו. בוש אָנגעהויבן זיין "שוידערליכע און געפערליכער" מיליטערישער קאַמפּיין, האָב איך זיך קעגנגעשטעלט וואָס ער האָט געטאָן,
די אמת איז אז ביידען איז געווען א שטארקע שטיצער פון די מלחמה,
בדרך אגב ס'איז שוין די צווייטע מאל וואס ער זאגט דעם ליגענט.. די ערשטע מאל האט זיך זיין קאמפיין פארענטפערט אז ער האט זיך פארעדט...

ביידען איז טאוסט.. :lol:
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » זונטאג ינואר 12, 2020 6:17 pm

Kollel האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:ביידען האָט געזאָגט שבת פאר א וואוטער אין איאווע, וועלכער האָט אים געזאָגט, "איך בין מיט דיר 90%, אָבער האָט געפרעגט איבער זיין דזאדזשמענט , ווייל "דו ביסט געווען פאר דער צווייטער גאלף מלחמה, וואָס איז געווען א מעסס. "
האט דער חכם ביידען האָט געזאָגט, אַז פון דעם אנהייב אָן פון ווען פּרעזידענט דזשארדזש וו. בוש אָנגעהויבן זיין "שוידערליכע און געפערליכער" מיליטערישער קאַמפּיין, האָב איך זיך קעגנגעשטעלט וואָס ער האָט געטאָן,
די אמת איז אז ביידען איז געווען א שטארקע שטיצער פון די מלחמה,
בדרך אגב ס'איז שוין די צווייטע מאל וואס ער זאגט דעם ליגענט.. די ערשטע מאל האט זיך זיין קאמפיין פארענטפערט אז ער האט זיך פארעדט...

ביידען איז טאוסט.. :lol:

#ביידעןקאלעכט...
הלב שלי נקרע לשניים, חציו אשם וחציו לשם שמים,
ורק אתה יכול להפוך מספדי למחול, לזכך את החול, לרכך בי הכל,
ורק אתה מבין איך לגשת ללב שלי, משכך כל כאב שבי, מרפא את הלב...
- ישי ריבו אלול תשע"ט

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג ינואר 12, 2020 6:26 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:3,979 פלעדזשד דעלעגאטן וועלן קענען שטימען אין די ערשטע רונדע, און צו געווינען וועט מען דארפן א רוב פון זיי וואס איז 1,990.

אויב קיינער האט נישט 1,990 גייט עס פאר א צווייטע רונדע אין וועלכן די 767 סופערדעלעגאטן וועלן אויך קענען שטימען, און צו געווינען וועט מען דארפן א רוב פון פלעדזשד און סופערדעלעגאטן וואס איז 2,374.

לויט 538'ס יעצטיגע שאצונג גייט ביידען - וועלכער גייט האבן ווייט די מערסטע פלעדזשד דעלעגאטן - האבן בלויז 1,484 פלעדזשד דעלעגאטן, דאס הייסט אז ס'גייט אים פעלן 506 דעלעגאטן צו פארכאפן די נאמינאציע אין די ערשטע רונדע, דער צווייטער אין די רייע איז בערני וועלכער גייט האבן 1,018 פלעדזשד דעלעגאטן, און ס'גייט אים פעלן 972 דעלעגאטן צו פארכאפן די נאמינאציע אין די ערשטע רונדע.

ביידען און בוטידזשעדזש וועלן האבן אינאיינעם 2,020 פלעדזשד דעלעגאטן, און מיט 354 (46.15%) פון די סופערדעלעגאטן וועט ביידען האבן א רוב אויב בוטידזשעדזש אינדראסירט אים.

בערני און ווארען וועלן האבן אינאיינעם 1,652 פלעדזשד דעלעגאטן, און מיט 722 (94.13%) פון די סופערדעלעגאטן וועט בערני האבן א רוב אויב ווארען אינדראסירט אים.

פארשטייט זיך אז לויט דעם שאצונג האט ביידען פיל א גרעסערע שאנס ווי בערני, סיי ווייל ער איז פיל נענטער צו האבן א רוב ביי די ערשטע רונדע, און סיי ווייל ער גייט דארפן פיל ווייניגער פון די סופערדעלעגאטן אין א צווייטע רונדע, און ער גייט עס אויך באקומען אסאך גרינגער (אין פאקט גייט בערני קיינמאל נישט באקומען אפילו נאנט צו אזויפיל סופערדעלעגאטן).

מ'דארף ארויפברענגען די שמועות אז אבאמא און אנדערע פארטיי שישקעס פלאנירן אונטערן טיש זיך מעגליך צו שטעלן אונטער ווארען, צוליב זייער פחד אז בערני קען נאך פארכאפן די נאמינאציע.

אויב דאס איז אמת האט זי גאר א גרויסע שאנס, ווייל אין אזא פאל וואלט זי געהאט סיי מער פלעדזשד דעלעגאטן, סיי בערני דעלעגאטן וואס וועלן איר זיכער שטיצן קעגן סיי וועם צו איר רעכטס, און סיי מער סופערדעלעגאטן.


היינט לויט 538:

-ערשטע רונדע

ביידען 1,458 (26-), מיט 532 צו ווייניג
בערני 1,055 (37+), מיט 935 צו ווייניג

-צווייטע רונדע

ביידען/בוטידזשעדזש 1,987 (33-), וועלן דארפן 387 אדער 50.46% פון די סופערדעלעגאטן
בערני/ווארען 1,736 (84+), וועלן דארפן 638 אדער 83.18% פון די סופערדעלעגאטן
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 12, 2020 7:04 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:ביידען האָט געזאָגט שבת פאר א וואוטער אין איאווע, וועלכער האָט אים געזאָגט, "איך בין מיט דיר 90%, אָבער האָט געפרעגט איבער זיין דזאדזשמענט , ווייל "דו ביסט געווען פאר דער צווייטער גאלף מלחמה, וואָס איז געווען א מעסס. "
האט דער חכם ביידען האָט געזאָגט, אַז פון דעם אנהייב אָן פון ווען פּרעזידענט דזשארדזש וו. בוש אָנגעהויבן זיין "שוידערליכע און געפערליכער" מיליטערישער קאַמפּיין, האָב איך זיך קעגנגעשטעלט וואָס ער האָט געטאָן,
די אמת איז אז ביידען איז געווען א שטארקע שטיצער פון די מלחמה,
בדרך אגב ס'איז שוין די צווייטע מאל וואס ער זאגט דעם ליגענט.. די ערשטע מאל האט זיך זיין קאמפיין פארענטפערט אז ער האט זיך פארעדט...

ביידען איז טאוסט.. :lol:

#ביידעןקאלעכט...

אויב אזוי קאלעכט שוין טראמפ פון 16'...

אביסל טיפער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:23 am

איינער ווייסט אפשר פאר וועלכע אפיס ביידן לויפט פאר פרעזידענט פון אמעריקע אדער פאר א נורסערינג האום ווייל ווען מהאט אים געפרעגט האט ער נישט געדענקט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23733
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 13, 2020 1:07 am

ליינעך יעצט אין די נייעס אז בלומבערג האט געהאט א קאמפיין איווענט און ס'זענען געווען דארט, לויט איין ווערסיע בערך 60 און לויט די קאמפיין בערך 150 מענטשן... און דאס איז שוין נאך 100-200 מיליאון דאללער גע'ספענד...

כאב מורא אז די יארגאנג, 77 יאר... שפיהלט שוין אויף...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג ינואר 13, 2020 7:11 am

The New York Times editorial board will publish our choice for the Democratic nomination for president on Jan. 19.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג ינואר 13, 2020 7:46 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ליינעך יעצט אין די נייעס אז בלומבערג האט געהאט א קאמפיין איווענט און ס'זענען געווען דארט, לויט איין ווערסיע בערך 60 און לויט די קאמפיין בערך 150 מענטשן... און דאס איז שוין נאך 100-200 מיליאון דאללער גע'ספענד...

כאב מורא אז די יארגאנג, 77 יאר... שפיהלט שוין אויף...

גוט צו געדענקען אז ביי די טייערע שטאטן ווי ער קאמפיינט, איז די גאנצע פריימערי עלעקשאן איבער עדס און שוואונג, קיין איין קאנדידאט אין לאנגע יארן האט נישט פרובירט דארט קיין ריטעיל פאליטיקס, און עקספעקט נישט אז דער עולם זאל זיך באווייזן ביי פאליטישע איווענטס אזויווי אין די פריע סטעיטס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7970
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג ינואר 13, 2020 9:25 am

אייעווע אטוירני דזשענעראל אינדארסירט דזשאו ביידען

"I think he would be a very good president, particularly the kind of president that we need now," he said. "Someone who has the experience, has the judgment, has the credibility, has worked with people in the country and around the world so extensively and is such an able guy on domestic and foreign policy."

א ווארט איבער דעם אינדארסירער
Miller, first elected in 1978 and serving his 10th term in office, became the longest-serving state attorney general in the history of the United States over the weekend. He was an early backer of Barack Obama in the 2008 presidential election cycle.

Miller, a Democratic, had backed Montana Gov. Steve Bullock in the 2020 race before Bullock dropped out in December.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:06 am

קארי בוקער האט סוספענדירט זיין קאמפיין
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:10 am

נעכטן האט געשריבן:The New York Times editorial board will publish our choice for the Democratic nomination for president on Jan. 19.

איך פרעדיקט אז די ניו יארק טיימס וועט אינדארסן.............. דשאו ביידן... :lol:

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:11 am

רואיג! האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:The New York Times editorial board will publish our choice for the Democratic nomination for president on Jan. 19.

איך פרעדיקט אז די ניו יארק טיימס וועט אינדארסן.............. דשאו ביידן... :lol:

עס מוז נישט זיין, עס קען ערנסט זיין אז זיי וועלן אינדראסירן בוטאדששעידזש.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:16 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:קארי בוקער האט סוספענדירט זיין קאמפיין

עעענדליךךך
לעצט פאראכטן דורך Kollel אום מאנטאג ינואר 13, 2020 11:52 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:18 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:קארי בוקער האט סוספענדירט זיין קאמפיין
צוגעלייגטע
96BFBA70-032E-4EF8-A1D8-7C765254B4C3.jpeg
96BFBA70-032E-4EF8-A1D8-7C765254B4C3.jpeg (113.31 KiB) געזעהן 218 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:18 am

אויב האט דער אייאווע AG קודם געהאט אינדארסירט בולאק איז פשט אז עפעס ראנג איז מיט אים..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:22 am

National IBD/TIPP Poll (1/3-11):
Biden 26%
Warren 20%
Sanders 15%
Buttigieg 9%
Bloomberg 7%


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט