בלאט 147 פון 164

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 9:21 am
דורך יש ברירה
דאס איז מן הסתם קראוס-טעבס פון א גרויסע פאלל,

טויזנט איז איבער גענוג פאר א נאציאנאלע אנקעטע, אפילו 6/7 הונדערט איז גענוג הגם די מארדזשין אוו ערער וועט זיין מיט בערך א פראצענט העכער (ארום 4% געווענליך).

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 9:24 am
דורך Yang2020
דער עיקר וואס מען דארף קוקן איז דער מארדזשין אוו עראר (וואס איז טאקע פארבינדן מיטן נומבער פון געפרעגטע, אבער נישט נאר). און איך האב שוין אפאר מאל מרמז געווען אויף דעם, אז לעצטענס האלטן אין איין ארויסקומען אנקעטעס מיט נאנט צו 6% מארדזשין אוו עראר, וואס איז ממש א געלעכטער.

איך צו צוריק פון דעם וואס איך האב געשריבן אז יענג האט געפלאפט מיטן נאכזאגן די אנקעטע אז 10% טראמפ שטיצער גייען צו אים. אויב רעספעקטירטע פאולסטערס קענען ארויסגעבן קוואליפייאינג אנקעטעס מיט 6% MoE, זאל זיין קאמפיין זיך נישט מעגן באנוצן מיט איינס וואס האט 10% MoE?
פארקערט, איך האלט אז ער דארף עס זאגן הויך און קלאר ביי די נעקסטע דעבאטע: איין אנקעטע, וואס איז כמעט אזוי פונקטליך ווי די הויכגעשעצטע אנקעטעס וואס די געערטע DNC נוצט צו באשטימען ווער קען זיין ביי די קומענדיגע דעבאטע, האט באשטעטיגט אז איך בין איינס פון צוויי קאנדידאטן וואס 10% אדער מער טראמפ שטיצער גייען צו אים.

--

האקט

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 9:27 am
דורך שמערלער
בלומבערג איז לכאורה א חורבן פאר די דעמאקראטען ער גייט אוועק נעמען פון ביידען אין בוטידזשעדזש אין די לינקע גייען ווערן שטערקער

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 4:00 pm
דורך צל עובר
Trump says of Bloomberg’s possible candidacy, debuts nickname:

“He’s not going to do well but I think he’s going to hurt Biden actually.”

“There’s nobody I’d rather run against than Little Michael."

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 4:02 pm
דורך צל עובר
שמערלער האט געשריבן:בלומבערג איז לכאורה א חורבן פאר די דעמאקראטען ער גייט אוועק נעמען פון ביידען אין בוטידזשעדזש אין די לינקע גייען ווערן שטערקער


הערי ענטען ווייזט אן אז אידילאגיש, קען מען טאקע אזוי מיינען, אבער למעשה איז ביידן'ס באזע בעיקר בלוי קאלער ווייסע און שווארצע, דאס וועט זיכער נישט זיין בלומבערגס שטארקע דעמאגרעפיגס.

פאר בודידזשאדזש קען ער טאקע פעסט שאטן, און מסתמא אויך אביסל ווארן.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 7:25 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
קיין אנדערע נייעס איז דאך נישט דא..

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 7:44 pm
דורך עקבי הצאן
ווען איז די אייאווא קאקוסעס?

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 7:46 pm
דורך עקבי הצאן
אקעי געטראפן

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 8:02 pm
דורך צל עובר
מער און מער עמך מענטשן פארלאנגען אז מעיאר פיט זאל לויפן פאר גאווערנאר פון די רויטע אינדיענע.

אין אמת'ן אריין איז אלעמאל געווען פאני אז ער לויפט גראד פאר פרעזידענט, אנשטאט ער זאל קודם ווערן א סענעטאר אדער גאווערנאר, נאר וואס דען, מען האט פארשטאנען אז אזוי ווי אין די היינטיגע ענוויירעמענט קען מען נישט געווינען אין א סטעיט פון די אנדערע זייט, בלית ברירה, גייט ער גראד נאציאנאל.

אבער אזוי ווי יעצט נאך קענטאקי זעהט מען דאך אז מיט דעם ריכטיגן קאנדידאט, קען מען יא, איז הדרא קושיא לדיכתי' פארוואס ער לויפט נישט פאר גאווערנאר, פארלאנגט טאקע דער עולם אז ער זאל לויפן פאר גאווערנאר.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 8:57 pm
דורך צל עובר
New Hampshire Dem Primary:

Sanders: 21% (+2)
Warren: 18% (-1)
Biden: 15% (-9)
Buttigieg: 10% (-)
Yang: 5% (+4)
Klobuchar: 5% (+5)
Gabbard: 5% (+4)
Harris: 3% (-6)

University of New Hampshire / Oct 27 / n=574 / MOE 4.1% / Telephone

(% chg w Jul 15)

#Democrats #NewHampshire

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 9:13 pm
דורך Yang2020
קוואליפייאינג?

--

בלומבערג פלאנט זיך בכלל נישט צו פארלייגן אויף די פיר ערשטע שטאטן, נאר אויף די וואס שטימען פון סופער טוסדעי און ווייטער.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 9:14 pm
דורך כאפצעם
ס'דא אן ערענסטע שאנס סאנדערס געווינט אייאווע און ניו העמפשיר. זאגטס נישט כאב נישט געווארענט.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
כ'גלייב שווער אייאווע, אבער אויב געווינט ער אייאווע איז ניו העמפשור כמעט זיכער זיינס...

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:23 pm
דורך הויעך
ווער האט געווינען אייאווע און ניו העמפשיר 4 יאר צוריק?

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:32 pm
דורך ממה נפשך
הויעך האט געשריבן:ווער האט געווינען אייאווע און ניו העמפשיר 4 יאר צוריק?


https://www.google.com/search?q=who+won ... 16+primary

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:34 pm
דורך וויכטיג מאכער
אייאווע האט קלינטאן געוואונען, נישט ווייל זי האט געוואונען, נאר סיז געווען 8 קוין פליפס און זי האט געוואונען אלע אכט! לאך נישט... סיז נישט קיין וויץ!

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:36 pm
דורך וויכטיג מאכער
אופס, יעצט געטשעקט, סיז געווען 6 קוין פליפס, נישט 8... און יא, אלע זעקס האט זי געוואונען!

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:38 pm
דורך צל עובר
אזוי האט מען דעמאלטס געמיינט.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:39 pm
דורך ממה נפשך
יש ברירה האט געשריבן:דאס איז מן הסתם קראוס-טעבס פון א גרויסע פאלל,

טויזנט איז איבער גענוג פאר א נאציאנאלע אנקעטע, אפילו 6/7 הונדערט איז גענוג הגם די מארדזשין אוו ערער וועט זיין מיט בערך א פראצענט העכער (ארום 4% געווענליך).


איך וואלט יא געזאגט אז טויזענט איז ווייניג קאנסידערינג וויפיל צענדליגער מיליאנען וואוטערס ס'איז דא... אבער איך ליג נישט אזוי אין אנקעטעס, כ'האב נאר געזען די נומבערס האביך מיר געוואונדערט.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:39 pm
דורך עקבי הצאן
צו וואס האט מען געמאכט קוין פליפס?

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:40 pm
דורך וויכטיג מאכער
צל עובר האט געשריבן:אזוי האט מען דעמאלטס געמיינט.



און יעצט ווייסטו שוין אז נישט? לאמעך הערן...

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:40 pm
דורך וואס טוט זיך
עקבי הצאן האט געשריבן:צו וואס האט מען געמאכט קוין פליפס?

ווייל ס'איז געווען משוגע טייט.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:42 pm
דורך וויכטיג מאכער
עקבי הצאן האט געשריבן:צו וואס האט מען געמאכט קוין פליפס?



צווישן די מיליאונע קאוקאסעס רולס, איז דא א רול אז אויב א דיסטריקט איז טייד, מאכט מען די קוין פליפ...

מאך א גוגל סוירטש אויף אייאווע קוין פליפס 2016, קלינטאן סאנדערס קוין פליפ אייאווע...

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:46 pm
דורך עקבי הצאן
Wow

אפילו מיט אזא גוטן מזל האבן איר די רוסן געקענט איבערקומען..

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:51 pm
דורך וויכטיג מאכער
יאפ! ליין שנעל ווייל לויט ווי כ'זעה פון צל זענען שוין דא מענטשן וואס לייקענען עס... ביז אפאר יאר גייט דאס הייסן א קאנספירעסי!