דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג ינואר 06, 2019 7:41 pm

יא, אזוי באריכטעט די ניו יארק טיימס

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » זונטאג ינואר 06, 2019 8:52 pm

צל עובר האט געשריבן:ביי ווארן איז עס יעצט אזוי
24% ווארן
23% טראמפ
26% א אנדערער
27% ווייז די רעזאלטס

ביי 401 שטימען

ביי ביידן איז עס יעצט אזוי
48% ביידן
17% טראמפ
12% א צווייטער
23% ווייז די רעזאלטס
.



דעס מיינט אז אפילו פין די עקסטרים נעווער טראמפערס פין 2016 איז נאכאלס דא 17% וואס וואלטן תשובה געטין אין 2020 אפילו מיט די מערסט עלעקטבל Opponent

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 06, 2019 9:03 pm

א פלא פון א זאך, יעדער זעהט וואס ער וויל זעהן, @נודניק זעהט אז אפילו קעגן ביידן האט נאך טראמפ גאנצע 17%, [יעצט גראדע שוין בלויז 15%קעגן 46%,] און אני הקטן זעה גאר פארקערט, אז אפילו קעגן ווארן זענען גאנצע 24% [נאך אלץ 24%, אבער קעגן 21%,] נעווער טראמפ - אפשר וואלט איך געברויכט ארויסברענגן פריער די ווארט - "רעפאבליקאנער" גרייט צו שטימען פאר די ארכי ליבערל. און נאך מאסן וויל נישט שטימען פאר קיינעם און טראמפ האט בלויז 21% פון זיי אפילו קעגן ווארן.

-----------------------------------

@הבל האט באריכטעט אפאר זאכן אין זיין אשכול, וואס איך קלער אז עס געהער דא אויך.


הכל הבל האט געשריבן:סענאטארשע ווארען איז אויסגעשטאנען פראגן אין אייאווע פארוואס זי האט גענומען א די ען עי טעסט וועלכע האט צוגעשטעלט אמינוציע פארן פרעזידענט

סענאטארשע קלאובאשאר איז איין פון א רייע פאטענציאלע קאנדידאטן צו לויפן אין די בעפארשטייענדע פריימערי
זי וועט באצייכנט אלץ איינע מיט א קליינע עגא אין קאנטראסט צו אנדערע קאנדידאטן און אלץ א קילערע קאפ וועלכע קען געפעלן פאר וויילער וועלכע זוכן א טיפ ווי דזשאו ביידען נאר אין א יונגערע ווערסיע און מער מינאריטעט
איר שטארקייט קען מעגליך קומען אין אייאווע קומענדיג פון די דערנעבנדיגע מינעסאטע
אין די פארגאנגנהייט האט שוין אייאווע אויסגעקליבן צוויי קאנדידאטן אין די קאוקוסעס פון דערנעבנדיגע סטעיטס, דיק געפהארדט ביי די דעמאקראטן אין באב דאול ביי די רעפובליקאנער

וועט דזשאו ביידען'ס נאמען אנערקענונג, ערפארונג, עלטער, זיין א פראבלעם פאר אים אדער אים פירן צו געוואונס?
טייל ווייזן אן אז פונקט ווי הילערי קלינטאן וועלן וויילער עווענטועל ליבערשט גיין מיט א נייערע געזיכט און עס קען מעגליך זיין ריכטיג אבער עס איז גוט צו געדענקן אז אפילו קלינטאן האט נישט פארלוירן עכט שטארק, זי איז געקומען גאר נאנט איבערצולעבן אן היסטארישע קאמפיין אויף א שטייגער וועלכע איז שווער צו געדענקן
און שווער פאראוסצוזעהן א קאנדידאט וועלכע זאל שאפן די זעלבע מאס עקסטאז ווי עס האט באראק אבאמא אלץ קאנדידאט
נעמענדיג דאס אין באטראכט לייגט אויך צו די פאקט אז ביידן איז פיל מער ווארים און נאנט מיט וויילער ווי קלינטאן איז געווען און אפעלירט צו זיי פיל טיפער מיט אסאך א קלענערע עגא
און סך הכל קענט איר באגעגענען א ביידן בעסער ווי קלינטאן און אן אפאנענט שוואכער ווי אבאמא
אבער.. עס איז בלויז די קעיס פארוואס ער זאל עס "קענען" דורכשוויצן, וואס "וועט" פאסירן וועט די צייט זאגן

פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:40 pm

די איבעריגע זאכן פון די נעכטיגע טשענדזש אנקעטע.



די וויכטיגסטע אישו,

Healthcare 17%
Environmental issues 11%
Legalizing marijuana 9%
Opioids and addiction 8%
Ending corruption 7%
Voting rights/protecting democratic institutions 7%
Jobs/economy 6%
Education 6%

שטיצע פאר פארשידענע גרופעס,

Unions: 64% favorable, 11% unfavorable
Black Lives Matter: 72% favorable, 13% unfavorable
Big corporations: 8% favorable, 65% unfavorable

67% קען איינעם וואס איז אפעקטירט פון די אפיאויד עפידעמיע, 51% קען מער ווי איין אזא איינעם.

בליק אויף די עקאנעמי צווישן לייקלי דעמאקראטישע וויילער אין ניו העמשיר,

Excellent 9%
Good 44%
Fair 38%
Poor 10%

ווי באזארגט זענט איר איבער אינקאם אינעקוואליטי?

Very concerned 66%
Somewhat concerned 20%
A bit concerned 7%
Not concerned at all 7%

וואס זאלן דעמאקראטן טון ווען רעפאבליקאנער אין וואשינגטאן שפילן דוירטי?


D leaders should play by the rules to set a good example 79%
D leaders should fight back and play dirty, just like Republicans 21%
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 12:53 pm

שטרוי אנקעטע

ווארען 22
ארורק 15
העריס 14
ביידען 14
סענדערס 11

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג ינואר 08, 2019 1:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:שטרוי אנקעטע

ווארען 22
ארורק 15
העריס 14
ביידען 14
סענדערס 11

פון גאמץ אמעריקע, אדער נאר איין סטעיט?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 1:26 pm

דער ביליאנער טאם סטאיאר וועלט מאגן מעלדן זיינע פלענער פאר 2020 למספקרם אין די מוינס אייאווע

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג ינואר 08, 2019 1:29 pm

צל עובר האט געשריבן:די וויכטיגסטע אישו,

Healthcare 17%
Environmental issues 11%
Legalizing marijuana 9%
Opioids and addiction 8%
Ending corruption 7%
Voting rights/protecting democratic institutions 7%
Jobs/economy 6%
Education 6%


מעטארע
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:35 pm

צל עובר האט געשריבן:ביי ווארן איז עס יעצט אזוי
24% ווארן
23% טראמפ
26% א אנדערער
27% ווייז די רעזאלטס

ביי 401 שטימען

ביי ביידן איז עס יעצט אזוי
48% ביידן
17% טראמפ
12% א צווייטער
23% ווייז די רעזאלטס
.



למעשה האט זיך עס גענדיגט אזוי,

24%Warren
21%Trump
24%Someone else
31%Show results

ביי 654 וויילער

און אזוי,

44%Biden
15%Trump
12%Someone else
29%Show results

ביי 579 וויילער.

היינט האט ער צוגעלייגט אזא שאלה, אויב ביזטו געווען נעווער טראמפ אין 2016, פארוועם ביזטו מער לייקלי צו קראסן, ביידן אדער ווארן?

43%Biden
07%Warren
24%Neither one
26%Show results

ביי 634 וויילער דערווייל.

און אויך, ביידן אדער בעטא?

35%Biden
14%Beto
24%Neither one
27%Show results

ביי 506 וויילער.

נעווער טראמפ רעפאבליקאנער זענען נישט גרייט צו שטימען געהעריג פאר בעטא, יאך טענה שוין לאנג אז בעטא האט נישט געהאט אזויפיל קראסאווערס, זיין שטארקייט קומט פון טוירנאוט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג ינואר 08, 2019 5:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:41 pm

א נייער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:שטרוי אנקעטע

ווארען 22
ארורק 15
העריס 14
ביידען 14
סענדערס 11

פון גאנץ אמעריקע, אדער נאר איין סטעיט?


נאציאנאל, אבער ביי זיי איז בערני געווען פאראויס די גאנצע פאריגע סיזען.

-------------------------------

טשענדזש האט געזען ווי דער עולם איז געווען אויף מיט זייער ניו העמשיר סעקאנד טשויס, האבן זיי אויך ארויסגעגעבן פון אייאווע די סעקאנד טשויס, און אויך די שטיצע צוטיילט לויט אווערנעס.





אין די ערשטע טשויס איז ביידן געווען שוואכער ביי זיי ווי אנדערע אנקעטעס סיי נאציאנאל סיי אין ביידע סטעיטס, די גרעסטע חילוק איז אין אייאווע, די קלענסטע אין ניו העמשיר, נאציאנאל איז אויך זייער א גרויסע חילוק.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:11 pm

קאמאלא העריס לופטערט פילצאליגע מעדיקער פאר אלע רעקלאמעס אויף פעיסבוק געציהלט אויפצובויען איר אימעיל ליסטע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:36 pm

בעטא ארורק נעמט אונטער רייזע איבערן לאנד זיך צו טרעפן און שמועסן געזיכט צו געזיכט מיט איינפאכע בירגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג ינואר 08, 2019 6:19 pm

לענ'ד איינמאל ארורק טאנצט אריין גייט ער איבער נעמען די שטארקייט

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך ינואר 09, 2019 1:10 pm

ר' זעקל האט געשריבן:לענ'ד איינמאל ארורק טאנצט אריין גייט ער איבער נעמען די שטארקייט

פאר איין וואך, און אזוי גייט זיין מיט יעדעם די וואך ווען ער מעלדט אז ער לויפט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 09, 2019 4:14 pm

דער פרא אימפיעטשמענט ביליאנער טאם סטייער האט יעצט דערקלערט אין אייאווע אז ער לויפט נישט.

א שטיין אראפ פון הארץ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 09, 2019 7:59 pm

ר' זעקל האט געשריבן:לענ'ד איינמאל ארורק טאנצט אריין גייט ער איבער נעמען די שטארקייט

זיכער אזוי.

רוב אמעריקע קען אים נאכנישט אלס 'פרעזידענט קאנדידאט', ממילא קען מען נישט זאגן אז מ'גייט פאר אים. משא''כ בערני, ביידן וכו'. זיי האבן זיך שוין באוויזן אלס קאנדידאטן.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 09, 2019 8:02 pm

א נייער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:לענ'ד איינמאל ארורק טאנצט אריין גייט ער איבער נעמען די שטארקייט

פאר איין וואך, און אזוי גייט זיין מיט יעדעם די וואך ווען ער מעלדט אז ער לויפט.

א נייער, דו האלטסט אז זעקל האט דאס געמיינט צו זאגן?

ער איז גאנץ ניי ר' זעקל, אבער ער רעדט צום דבר.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 10:37 am

קאליפארניע סענאטאר קאמאלא העריס איז ערווארטעט צו מעלדן אז זי לויפט פאר פרעזידענט אום יוניאר 21

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 12:12 pm

בעטא אראוק איז יעצט בײ די דענטיסט אין ער כאפט עס אפ ליװ אױף פאָנעם ביכל (Facebook) אז די עולם זאל עס קענען מיטהאלטען, די 2020 רעיס איז א פארמעסט װער ס׳קען זײן מער צודרײט פון טראמפ

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:06 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:לענ'ד איינמאל ארורק טאנצט אריין גייט ער איבער נעמען די שטארקייט

פאר איין וואך, און אזוי גייט זיין מיט יעדעם די וואך ווען ער מעלדט אז ער לויפט.

א נייער, דו האלטסט אז זעקל האט דאס געמיינט צו זאגן?

ער איז גאנץ ניי ר' זעקל, אבער ער רעדט צום דבר.

איך האב פארשטאנען, אז ער מיינט אז ער איז פאר זיך א שטארקע קאנדידאט,און ער גייט זיין פון די שטארקע נעמען ביז אריין אין פריימעריס,
האב איך צוגעלייגט אז איך האלט נישט אזוי, נאר ער גייט זיין שטארק נאר די ערשטע וואך צוויי.
די סיבה דערצו, ווייל אין זיין פארמעסט מיט קרוז ווען עס איז געגאנגען פערסנאל, האט ער צו שנעל צוריק געצויגן און ארויס געבעקט,
און פאר א נאצינאלע קאמפיין דארף מען קענען דערהייבן דרוק.

----
פאר ר' זעקל אליינס בין איך פולי.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:00 pm

אויב פרעגסטו מיר פערזענליך, האלט איך נישט פין ארורק, but מיין פאוינט איז, איך מיין אז איינער האט עס שוין ארויסגעברענגט אפאר בלעטער צירוק.
ביידען'ס שטארקייט קומט פין זיין עקספעריענס, ער איז שוין אסאך יארען אין פאליטיק, ער איז א געוועזענע ווייס פרעזידענט,
ממילא שטייט ער אזוי הויעך.

שטארקייט ביי א קאמפיין האלט זיך נישט פאר לאנג, מען פארט אדער ארויף אדער אראפ, ביידען האט שוין נישט פין וואס צי וואקסען,
יעדער קען אים שוין, יעדער קען שוין זיין שפראך זיין מהלך, אין מיטען אראפ רייסען טראמפ ווייס איך נישט וויפעל ס'וועט אים העלפען, ווייל דעס גייען אלע 20/30 קאנדידאטען
טון.

ארורק איז פריש נאך פאר עקספעריענס, נאך פאר דער עולם קען אים, אין מיטדעם אלעם שטייט ער אזוי הויעך, ער האט נאך אסאך מעלות, איך וועל א צווייטע מאל
ווען איך וועל האבען צייט צירוק קימען צי דעם.

איך מיין נישט אוועק צימאכען ביידען, איך האלט קלאר אז ער גייט זיין פין די שטערקסטע קאנדידאטען, איך מיין נאר ארויסציברענגען ווי שטארק ארורק קען זיין.

נ.ב. איך מאך נישט קיין פראדיקשענס, סקען זיין פינקט פארקערט אויך, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אפאר שטארקע פוינטס פין ארורק, איך בין ווייט פין
פיניש, ועוד חזון ל....

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:07 pm

יעך האלט אז בעטא וועט אי"ה זיין אזוי ווי די אלע 2012 פלעווער אף די מאנט ביי די רעפאבליקאנער. אויב ער לויפט.

ביידן וועט לכאורה זייו ווי ראמני אין די 2012 פריימערי. אבער מעגליך אפאר פראצענט שטערקער, און איך קלער אז ער וועט אוועקלייגן א אבאמע אינדארסמענט פאר א רעגנדיגע צייט. אבער עס איז קלאר אז ביידן קען פארלירן די פריימערי, ער מיט זיינע מענטשן האלטן אז די עיקר פארמעסט פאר זיי איז צו געווינען די פריימערי. א אלטער ווייסער מעסיגער מאן איז נישט וואס די ליבערל בעיז זוכט היינט, אבער למעשה איז ער פאפאלער און באליבט, געווען וויצע פרעזידענט, און דער עיקר העקרים "עלעקטעבל", וואס איז יעצט דער עיקר וואס די דעמאקראטן - אפילו דער ציבור און די עסקנים, נישט נאר די פארטיי עליעטס - זוכן יעצט, ארויסטראגן טראמפ פון אפיס איז וויכטיגער ווי אלעס.

--------------------

ווי @א נייער ועוד, אז ער פילט זיך אומבאקוועם נאכן זאגן לייען טעד, זעה איך נישט ווי אזוי ער קען זיין אין קאך, חוץ מזה האט ער נישט געהא קיין אנאליסטן און פאולסטער, וואס אפילו אין טעקסאס האלט איך אז עס האט אים געשאדט, אבער נאציאנאל איז פשוט נישט בדרך הטבע צו פירן אזוי א קאמפיין.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:41 pm

איך האלט אז ער וועט פארלירן צו טראמפ מיט זיין עלעקטיביליטי אינאיינעם

איך געדענק נאך הילערי אין 2015

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:54 pm

איך האב מורא אז מען וועט מוזן פינען די תגובה.

דאס איז די פריימערי אשכול, פארשטייסט?

עלעקטעביליטי אין דעם אשכול טייטש: דאס דעמאקראטישע פאלק האלט אז פלוני האט גוטע טשענסעס ארויסצופירן טראמפ. פארשטייסט?

--------------------------

בד"וו, זילבער האט היינט ארויסגעלייגט זיין ערשטע ארטיקל איבער די פריימערי.

ער צוטיילט די דעמאקראטן אין פינעף מעין גרופעס, און איין מענטש קען געהערן אין אפאר דערפון. למשל א 26 יעריגע לאטינא איז 3 און 5 און מעגליך אויך 2 אדער גאר 1.

1) פארטיי לויעליסטן, פשטות מיינט ער דערמיט אויך - איך ברויך געואר ווערן אבער דערווייל מיינעך אזוי - מעסיגע ווייסע סיי בלוי קאלער און סיי ווייט קאלער, און אויך די געוועזענע רעפאבליקאנער וואס טראמפ האט ארויסגעווארפן פון די GOP, א שטייגער יאך.

2) די לעפט.

3) מילעניעלס ענד פרענדס.

4) שווארצע.

5) היספאנישע, וואס נעמט טיילווייז אריין לויט זיין פיצי מיינונג אויך אזיאנער.

פרויען וויילער רעכנט ער נישט עקסטער, ווייל ווי ער ברענגט ארויס זענען בערך 60% פון זייערע אלע וויילער פרויען, און זיי זענען פשטות רוב אין אלע פינעף גרופעס, חוץ אפשר די לעפט וואס איז מער מענער. סוי א דיפאלט מענ טש פון אלע גרופעס איז א פרוי ענדערש ווי א מאן.

און ער האט טשארטס ווי נאנט יעדער קאנדידאט איז מיט יעדע גרופע.

יעצט זעה איך אז ער שמועסט אויס אלע גרופעס, האפעך עס צו ברענגן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:39 pm

איז אזוי, לכתחילה האב איך געוואלט שרייבען אז אויב ווארען אדער העריס גייען באקומען די נאמינאציע גייען זיי באקומען ענליכע נאמבערס ווי מאנדעיל אין עיטי פאר, אבער עס איז נישט אמת, ווייל אין פאליטיק רולט מען קיינמאל נישט אויס.

די געשווינדע מעלדונגען פון די פרויען פארטיי... סארי די דעמאקראטישע פארטיי קומט פון די זיכערקייט אז דאנעלד טראמפ גייט פארלירען אין די צוקינפטיגע עלעקשאן און זיי ניצען פאולס פאר זייער גרעסטע ראי׳ דערצו און עס האט אמת אין זיך.

איך קען אבער נישט זעהן אז א אינדעפענדענט אדער א רעפובליקאנער זאלען קענען וואוטען פאר אזעלכע שטארקע ליבעראלע חברה, זיי זענען פון די וואס וואלטען צוגעמאכט די גאווערמענט פאר פלעסטיק שטרויס און גלייבען אז גלאובעל ווארעמונג איז א גרעסערע סכנה ווי אייסיס.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלי' מקוה יוד, גרויסע-גדולה, נודניק און 66 געסט