דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 2:39 pm

דו האלטסט אז אויב למשל געווינט ווארען אייאווע און ניו העמפשור אז ביידן האט נאך א טשענס?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 06, 2019 2:43 pm

אזוי רעדן זיך חסידי ביידן איין.

די ספין איז שוין יעצט דא, אז די ווייסע סטעיטס רעפרעזענטירן ווייט נישט די דייווערס דעמאקראטישע פארטיי, און דער ספין קען זיך גוט פארקויפן אין די דייווערסיטי ליבהאבנדיגע מידיע, אפילו די מידיע זענען נישט אזוי פאר ביידען'ט.

איך האף אז עס קען טאקע ארבעטן, אבער ניין, איך האב נישט קיין ביטחון אין אזא מהלך.

ביידן האט אבער נאך אויך א טשענס יא צו געווינען אייאווע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 3:48 pm

איך זע אז מען איז פשוט נישט גורס דא נעוואדע, א סטעיט מיט אסאך מינאריטעטן, וואס האלט אפ איר קאוקוס פאר סאוט קאראליינע און איז נישט אזוי גונסטיג פאר ביידען ווי סאוט קאראליינע.

ביידען דארף אויסדרוקליך נישט פארלירן סאוט קאראליינע צו זיין אינגאנצן דערנאך. אויב איז ער טאקע נומער צוויי אין אייאווע און ניו העמפשיר און בערך אייניג אין נעוואדע, גייט ווארען אריינגיין אין סאוט קאראליינע מיט מאמענטום. ער גייט ווארשיינליך דאך געווינען דעם סטעיט, אבער אויב ווארען אווערפערפארמד און קומט אריין 30-35 צו זיין 40-45 גייט זיין סאוט קאראליינע געווינס אים העלפן א מכה.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:14 pm

אייאווע און ניו העמפשיר זענען winner take all סטעיטס?
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:17 pm

שלמה, די מציאות איז אז נעוועדע באקומט סך ווייניגער עטענשן, די אנקעטעס דארט זענען קיין סאך ווערט, ביידן און סענדערס ליעדן דארט גראדע לויט פארשידענע אנקעטעס, ווארן געדענק איך גראדע נישט ליעדן, אבער ריעד קוקט אויס איז מיט איר.

און אודאי דארף ביידן א נאקאוט געווינס אין סאוט קארעליינע א שטייגער ווי די אנקעטע לויט וועלכע ער וואלט באקומען אלע אדער כמעט אלע דעלעגאטן דארט, צו סורווייוון אייאווע און ניו העמשיר פארלוסטן. און כולי האי ואולי.

@הויעך, גארנישט איז נישט ווינער דעיק אלל אין די "דעמאקראטישע" פריימעריס. אבער עס איז יא דא טרעשהאלדס וואס מען מוז האבן צו באקומען דעלעגאטן, דאכציך בדרך כלל 15 פראצענט. טייל דעלעגאטן ווערן צוטיילט ביי דיסטריקטס, פאר יענע דארף מען האבן די טרעשהאלד לאקאל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:24 pm

נתנאל זילבער לתשובה שלימה שרייבט אזוי אויף טוויטער

You can pretty much count on these strong polls for Biden in Wisconsin and South Carolina getting ignored since they don't match the media narrative. https://t.co/rk8LAhT3OZ https://t.co/0yDtnHz3Ar

To be clear, I'm someone who thinks 1) Warren is also doing well and is at least a co-favorite to win the nomination & 2) Biden's strategy over Ukraine hasn't been good. But I'm not sure if there's a candidate other than Trump for whom strong polling is so dismissed by the press.

איינער פרעגט..
Is this good enough for Biden, though? Didn’t Hillary get over 70% in South Carolina?

זילבער ענטפערט....
I dunno what you mean by "good enough", but Biden's a strong contender for the nomination, as is Warren, and most of the articles critiquing Biden's performance would be better if they focused on Harris or Beto or Klob or all the other candidates who are in fact doing sh***y.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 8:38 pm

הויעך האט געשריבן:אייאווע און ניו העמפשיר זענען winner take all סטעיטס?



סיז אירעלעווענט, איטס אלל אבאוט מאמענטום, אויב ווארען געווינט אייאווע און ניו העמפשור איז ביידן אווער!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 8:42 pm

צל עובר האט געשריבן:נתנאל זילבער לתשובה שלימה שרייבט אזוי אויף טוויטער

You can pretty much count on these strong polls for Biden in Wisconsin and South Carolina getting ignored since they don't match the media narrative. https://t.co/rk8LAhT3OZ https://t.co/0yDtnHz3Ar

To be clear, I'm someone who thinks 1) Warren is also doing well and is at least a co-favorite to win the nomination & 2) Biden's strategy over Ukraine hasn't been good. But I'm not sure if there's a candidate other than Trump for whom strong polling is so dismissed by the press.

איינער פרעגט..
Is this good enough for Biden, though? Didn’t Hillary get over 70% in South Carolina?

זילבער ענטפערט....
I dunno what you mean by "good enough", but Biden's a strong contender for the nomination, as is Warren, and most of the articles critiquing Biden's performance would be better if they focused on Harris or Beto or Klob or all the other candidates who are in fact doing sh***y.



עט ליעסט איז ער מודה אז ביידן מאכט א שלעכטע דזשאב מיטטדי אוקריינע סקאנדאל, און אז די מידיע איגנארט ווען טראמפ האט גוטע נאמבערס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 06, 2019 11:42 pm

די שוואכע דזשאב איז ווייל ווען זיין טיעם מאכט א נארמאלן דזשאב ווייסט יעדער וואס ידידינו @שלמה ווייסט וועגן דעם בלוט בלבול, און גאנץ אמעריקע [חוץ דיי הארד טראמפיסטן] פלאצט ווען אויף טראמפ און רוט פאר ביידן.

אז מען רעדט שוין, עס איז גאנץ קלאר אז די עקלהאפטיגקייטן וועלן מאכן אזאנע בלבולים אויף עני דעמאקראט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:55 am

איינער זאגט: בערני האט געוואונען 25 מיליאן און געכאפט א הארץ אטאקע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:28 am

צל עובר האט געשריבן:די שוואכע דזשאב איז ווייל ווען זיין טיעם מאכט א נארמאלן דזשאב ווייסט יעדער וואס ידידינו @שלמה ווייסט וועגן דעם בלוט בלבול, און גאנץ אמעריקע [חוץ דיי הארד טראמפיסטן] פלאצט ווען אויף טראמפ און רוט פאר ביידן.

אז מען רעדט שוין, עס איז גאנץ קלאר אז די עקלהאפטיגקייטן וועלן מאכן אזאנע בלבולים אויף עני דעמאקראט.



כאף אז דו ווייסט וואס דו טרייסט ארויסצוברענגען, איך נישט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:12 am

IBD/TIPP, National, Sep 26-Oct 3, 2019

ווארען 27 (3+ פון Aug 22-30)
ביידען 26 (2-)
סענדערס 10 (2-)
בוטידזשעזש 7 (2+)
יענג 3 (2+)
העריס 3 (3-)
ארורק 2 (2+)
קלאבוטשער, קאסטרא, גאבארד 1
בוקער 0 (4-)

אומזיכער 16.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:16 am

tv.png
tv.png (40 KiB) געזעהן 444 מאל


(די ליסטע איז נישט געהעריג סארטירט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:01 am

;y'y;
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-10-07-10-59-49~2.png
Screenshot_2019-10-07-10-59-49~2.png (23.61 KiB) געזעהן 425 מאל

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:21 am

רואיג! האט געשריבן:איינער זאגט: בערני האט געוואונען 25 מיליאן און געכאפט א הארץ אטאקע.

:grin:

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:35 am

א קעיס קען ווערן געמאכט, ווי אנדערע האבן דא געשריבן, אז ערגעץ יעצט איז ווארען'ס פיעק און זי וועט נאך צוריק אראפגיין, אבער אפילו אזוי גלייב איך אז ביידען וועט נישט צוריק ארויף גיין. איינמאל ער פארלירט קלאר דעם פראנט ראנער סטאטוס פאר א שטיקל תקופה וועט ער זיך מער נישט קענען צוריקכאפן.

סענדערס איז געבליבן שטעקן און איז אויפן וועג אראפ, אפילו נישט בשייכות צו געזונטהייט פראבלעמען. ער וועט געוויס נישט זיין דער ערשטער אויסוואל פון רוב פון די וואס וועלן זיך פריש אריענטירן.

העריס טראסקעט נאך מער דראמאטיש. איר סטראטעגיע יעצט איז זיך צו פארלייגן אויף אייאווע, אבער אפילו אויב געבט זיך איר איין צו געווינען אייאווע זע איך נישט וויאזוי דאס זאל איר אזויפיל העלפן. אייאווע געווינס העלפט פאר א "אנדערדאג", וואו דער סורפרייז ווייזט שטארקייט און געבט מאמענטום. ביי איר וועט עס סך הכל זיין א זכר לחורבן צו ווען זי איז געווען כמעט פראנט ראנער.

בוטידזשעזש האט גראדע לעצטענס א שטיקל באמפ, אדער בעסער געזאגט רעבאונד. בלייבט אבער איבער צו זען צו דאס וועט אים העלפן זיך ארויסזען פון זיינע סטרוקטועלע שוואכקייטן, ווי זיין זערא שטיצע צווישן מינאריטעטן. מיר קוקט אויס אז זיין דאך איז זייער נידריג.

און דער נעקסטער אויפן רייע איז יענג.
נישט אז ער גייט דווקא פארדינען, אבער די אויפשאקלונגען און די שוואכקייטן פון די העכער אים שטעלן אים אין די פאזיציע, אויב האט ער מזל און אויב נוצט ער עס קלוג אויס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:53 am

ביידען איז נישט עכט אראפ אין די אנקעטעס, דאס גיבט האפענונג אז ער וועט בלייבן וואו ער איז און עווענטועל האבן א שאנס צו ווערן נאכאמאל פראנטראנער.

פלעשבעק צו 2012 אין די זעלבע צייט. פונקט יעצט איז פערי איבערגעשטיגן ראמני (פאר די רעקארד, פערי איז אריינגעשפרינגען אוגעסט...), דערנאך האבן אנדערע נאכגעפאלגט. ראמני האט זיך געהאלטן אין זיין ארט און געווינען.
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-10-07-11-52-01~2.png
Screenshot_2019-10-07-11-52-01~2.png (68.56 KiB) געזעהן 378 מאל

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:05 pm

לויט ווי עס קוקט מיר אויס (און ווי איך האב שוין געשריבן דא בערך צוויי וואכן צוריק) איז בוטידזשעדזש א שטארקע פעיוואריט צו ווערן די קומענדיגע עסטעבלישמענט קאנדידאט.
ער איז נומער פיר נאציאנאל מיט 6%, נאך ווארען, ביידען און סאנדערס און פאראויס פון העריס. ער איז א שטארקע נומער פיר אין אייאווע (ביי 11.3%, בלויז 0.7 פונקטן אונטער סאנדערס און מער ווי דאפלט פון העריס וואס איז נומער 5), און ער איז נומער פיר אין ניו העמפשיר מיט 8.2%, באקוועם פאראויס פון העריס (און בוקער, אראורק און קלאבוטשער).

זיינע פאנדרעיזינג ציפערן זענען גאר שיין און גאנץ סטאביל אין די לעצטע צוויי קווארטאלן. ער האט נישט alienated שטיצער פון די אנדערע קאנדידאטן (נישט ווי העריס וואס האט שארף אטאקירט ביידען דורכאויס די דעבאטעס) און זיין פעיוואריביליטי/אנפעיוואריביליטי ציפערן זענען פון די בעסטע אינעם פעלד.

און דאס וויכטיגסטע, זיין יעצטיגע וואוקס קומט אין די זעלבע צייט וואס ביידען פארט אראפ. דאס צייגט אז ער ווערט באטראכט אלס די בעסטע אלטערנאטיווע צו ביידען אין די עסטעבלישמענט ליניע.

He's going to give Warren a run for her money at the beginning of the primary season early next year.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:12 pm

יש ברירה האט געשריבן:ביידען איז נישט עכט אראפ אין די אנקעטעס, דאס גיבט האפענונג אז ער וועט בלייבן וואו ער איז און עווענטועל האבן א שאנס צו ווערן נאכאמאל פראנטראנער.

פלעשבעק צו 2012 אין די זעלבע צייט. פונקט יעצט איז פערי איבערגעשטיגן ראמני (פאר די רעקארד, פערי איז אריינגעשפרינגען אוגעסט...), דערנאך האבן אנדערע נאכגעפאלגט. ראמני האט זיך געהאלטן אין זיין ארט און געווינען.

ביידען איז געשטאנען ביי 40 פונקטן נאכן אריינשפרינגען.
Screenshot_20191007-120639__01.jpg
Screenshot_20191007-120639__01.jpg (158.09 KiB) געזעהן 359 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:38 pm

עס איז נישט ריכטיג צו קוקן אויף די באמפ פון אנאנסירונג. (פארדעם האב איך דיסקלאוזד די זאך ביי פערי...)

אויסער יענע צייט איז ביידען בערך צווישן 25-33%.

יעצט איז ער אויף אראפ, אויב וועט ער פאלן איז ער לכו' אין שווערן פעקל. אבער אויב האלט ער האט ער שטארקע האפענונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:16 pm

עס איז קלאר בעיקר אז וווארן איז ארויף.

בד"וו, איך מיין אז בערני'ס הארץ אטאקע קען שאטן פאר ביידן, ווייל געזונט ווערט מער א אישו.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:45 pm

יש ברירה האט געשריבן:ביידען איז נישט עכט אראפ אין די אנקעטעס, דאס גיבט האפענונג אז ער וועט בלייבן וואו ער איז און עווענטועל האבן א שאנס צו ווערן נאכאמאל פראנטראנער.


מיין פוינט איז געווען, און קען זיין איך בין נישט גערעכט מיט דעם, אז אויך אויב בלייבט ביידען וואו ער איז, נאר א צווייטער כאפט צו פון אים דעם פראנט ראנער טיטול גענוג שטארק און פאר גענוג לאנג, וועט דאס אים זיין א קלאפ פון וואס ער וועט זיך קענען שווער ערהוילן.

ביידען'ס הויפט שטארקייטן זענען אז ער איז דער דיפאולט און אז ער איז די סעיף טשויס, אויב איז ער נישט דער העכסטער טוישט עס דעם בליק ביי מענטשן און ער פארלירט די ביידע.

ביי ראמני איז מסתמא נישט געווען אזוי, איך האב נישט מיטגעהאלטן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:47 pm

ביי ראמני איז יא געווען אזוי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:51 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:אייאווע און ניו העמפשיר זענען winner take all סטעיטס?



סיז אירעלעווענט, איטס אלל אבאוט מאמענטום, אויב ווארען געווינט אייאווע און ניו העמפשור איז ביידן אווער!

אין 2016 האט הילערי געטייד אין אייאווע און מיאוס פארלוירן NH

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:43 pm

Yang2020 האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ביידען איז נישט עכט אראפ אין די אנקעטעס, דאס גיבט האפענונג אז ער וועט בלייבן וואו ער איז און עווענטועל האבן א שאנס צו ווערן נאכאמאל פראנטראנער.


מיין פוינט איז געווען, און קען זיין איך בין נישט גערעכט מיט דעם, אז אויך אויב בלייבט ביידען וואו ער איז, נאר א צווייטער כאפט צו פון אים דעם פראנט ראנער טיטול גענוג שטארק און פאר גענוג לאנג, וועט דאס אים זיין א קלאפ פון וואס ער וועט זיך קענען שווער ערהוילן.

ביידען'ס הויפט שטארקייטן זענען אז ער איז דער דיפאולט און אז ער איז די סעיף טשויס, אויב איז ער נישט דער העכסטער טוישט עס דעם בליק ביי מענטשן און ער פארלירט די ביידע.

ביי ראמני איז מסתמא נישט געווען אזוי, איך האב נישט מיטגעהאלטן.

ווי צל צייגט אן איז ראמני אויך געווען דער עסטעבלישמענט דיפאולט. אבער איך גיי נישט דא לייקענען אז ביידען איז אויף צרות... איך זאג נאר אז עס איז נישט געים אווער (און נישט נאר ווייל אין פאליטיק קען מען גארנישט פארזאגן, נאר פון די חלקים וועלכע מען קען יא... ודוק)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 15 געסט