דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 03, 2019 11:25 am

ס׳איז נארמאל. די ספאניש רעדענדע מענטשן דרייען זיך געווענדליך נישט מיט קיין גרויסע געלטער..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יולי 03, 2019 12:00 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז נארמאל. די ספאניש רעדענדע מענטשן דרייען זיך געווענדליך נישט מיט קיין גרויסע געלטער..

אפשר קען ער סתם נישט ציילן.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 12:40 pm

דזשאו ביידען האט אויפגעטריבן אינעם צווייטן למספרם קווארטאל 21.5 מיליאן דאלער

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 12:44 pm

די קאמפיין שטרייכט אונטער אז ביידען האט ערשט אפיציעל געמאלדן אום אפריל 25 למספרם כמעט א דריטל אריין אינעם קווארטאל

די עוורידזש ביישטייערונג איז געווען 49$
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יולי 03, 2019 1:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 03, 2019 1:10 pm

אויב די קאמפיין וויל אריינגיין אין דעטאלן, זאלן זיי נישט זיין בייז אז מ'וועט אנווייזן אז זיי האבן די מערסטע נעים רעקיגנישאן, זיי האבן די גאנצע דאונער בעיס פון די פארטיי וכד'... סאו ביידן זאל בעסער נישט אריינגיין מיט קיין הסברים... פלעין, ער האט גע'רעיזד 21.5 מיליאון דאללער און פיניש...

און נאך אזא דיבעיט פרעפארמענס, מיט די פאלענדע פאול נאמבערס, די גאר נאנטע שוין מעקסד אוט, גלייבעך יעצט צום ערשטן מאל אז ביידן איז אויף צרות! ער האט א קאמפיין, דהייני סטעף אין אלע שטעט... און ער קעניש קאמפיעטן מיט די גרעסס רוט סופארט פון אנדערע קאנדידאטן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 1:24 pm

א נייע וואשינגטאן פאוסט/עי בי סי אנקעטע:

ביידען 29%
סאנדערס23%
העריס 11%
ווארען 11%
באטידזשעדזש 4%
קאסטרא 4%
קלאובאשאר 2%
ארורק 2%
בענעט 1%
בוקער 1%
היקענלופער 1%
אינסלי 1%
וויליאמסאן 1%
געבערד 1%
יענג 1%
אלע אנדערע אונטער 1%
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יולי 03, 2019 1:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 1:27 pm

א נייע רויטערס איפסאס אנקעטע:

ביידען 22%
סאנדערס 16%
העריס 10%
ווארען 9%
ארורק 3%
באטידזשעדזש 3%
יענג 2%
בוקער 1%
קאסטרא 1%
דזשיליברענד 1%
בולאק 1%
רייען 1%
אלע אנדערע אונטער 1%

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יולי 03, 2019 1:35 pm

הכל הבל האט געשריבן:די קאמפיין שטרייכט אונטער אז ביידען האט ערשט אפיציעל געמאלדן אום אפריל 25 למספרם כמעט צוויי דריטל אריין אינעם קווארטאל

די עוורידזש ביישטייערונג איז געווען 49$

תיקון טעות כמעט "איין" דריטל אריין אינעם צווייטן פערטל...

אויב גייט מען מיט אזעלכע הסבירים דארף מען אויך אונטערשטרייכן אז טראמפ האט "אפיציעל" געמאלדן און אנגעהויבן קאמפיינען אום יוני 18 מיט ווייניגער ווי א זעקסטל פונעם קווארטאל צו גיין, און ער האט אויפגעטריבן 24.8 מיליאן דאלאר אין יענעם טאג אליינס! (דאס איז די זעלבע נומבער וואס באטיגעדזש האט אויפגעטריבן אינעם גאנצן פערטל.)

מיט א ס"ה פון 105 מיליאן דאלאר, 54 מיליאן וואס זיין קאמפיין אליינס האט גערעיזד, פלוס די 51 מיליאן וואס די GOP האט גערעיזד, שטייט ער פיר מאל בעסער ווי עני אנדערע דעמאקראטישע קאנדידאט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 1:37 pm

שקויעך שוין פארראכטן

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך יולי 03, 2019 1:38 pm

סאיז אונטערסאנט ווי באטידזשעדזש האט פארלוירען זיין באמפ אין די אנקעטעס.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 03, 2019 1:51 pm

וואס איז עכט אינטרעסאנט זענען די אלל-אווער-דע-פלעיס אנקעטעס וועלכע קומען ארויס.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 4:26 pm

היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר אונטער אבאמא, דזשעי דזשאנסאן איבער די פארשלאג פון דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן צו דעקרימינילאזירן אריינצוקומען אומלעגאל קיין אמעריקא: עס איז אין אנדערע ווערטער א פובליק דעקלעראציע אז מיר ווילן אפענע גרעניצן

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:00 am

פון צווישן די העכערע קלאס קאנדידאטן איז קאמאלא העריס געוען די קאנדידאט וועלכע האט געהאט היבש ווייניג באזוכט אייאווע ביז איצט אין קאנטראסט צו אנדערע
עס איז שוין געווען פלאנירט נאך איידער די דעבאטע אז אין די איצטיגע טעג גייט זי זיך נעמען צו די ערשטע קאוקוס סטעיט און די גלונגענע דעבאטע איינדרוקן וועלכע זי האט איבערגעלאזט שטייט איר גוט ביי איר איצטיגע אייאווע טור ווי זי ווערט גינסטיג אויפגענומען געניסנדיג פון מער אויפמערקזאמקייט
אצינד האט העריס ערהאלטן א וויכטיגע סטעיט אינדארסירונג פון די מערב די מאין דעמאקראטישע פארטיי פארזיצער וויקטאר דאטשאק

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:16 pm

הכל הבל האט געשריבן:היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר אונטער אבאמא, דזשעי דזשאנסאן איבער די פארשלאג פון דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן צו דעקרימינילאזירן אריינצוקומען אומלעגאל קיין אמעריקא: עס איז אין אנדערע ווערטער א פובליק דעקלעראציע אז מיר ווילן אפענע גרעניצן



אין אנדערע ווערטער? זיי זאגן עס אפן! מ'זאל עס דיקרימינילייזן...

און נישט לאנג צוריק האט מיך איינער פארגעהאלטן היתכון איך לייג אראפ די סיטואציע ווי כאילו די דעמעקראטן ווילן אפענע גרעניצן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:35 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר אונטער אבאמא, דזשעי דזשאנסאן איבער די פארשלאג פון דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן צו דעקרימינילאזירן אריינצוקומען אומלעגאל קיין אמעריקא: עס איז אין אנדערע ווערטער א פובליק דעקלעראציע אז מיר ווילן אפענע גרעניצן



אין אנדערע ווערטער? זיי זאגן עס אפן! מ'זאל עס דיקרימינילייזן...

און נישט לאנג צוריק האט מיך איינער פארגעהאלטן היתכון איך לייג אראפ די סיטואציע ווי כאילו די דעמעקראטן ווילן אפענע גרעניצן...


ס'איז געווען איך, און איך זאג עס נאך אלס.

און ניין, זיי שטיצן נישט "אפענע גרעניצן" ווען זיי שטיצן די דיקרימיניליזאציע פון זיך אדורכצושטופן פארמאכטע גרעניצן.

ווען דו זאגסט "אין אנדערע ווערטער" קענסטו זאגן וואס דו ווילסט אז זיי מיינען צו זאגן (נישט אז זיי זאגן עס, נאר אז אזוי לערנסטו אריין פשט אין זייערע ווערטער...), אבער זיי זאגן עס אפן גאר???... אן קיין אנדערע ווערטער???... ווייל דיקרימיניליזאציע מיינט (איין מינוט זיי זאגן עס נישט אפן, נאר ס'מיינט...) אפענע גרעניצן???...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:37 pm

למשל טראמפ איז "קלאר" פאר אומלעגאלע אימיגראציע, ווייל אונטער זיין פירערשאפט איז נישט קיין קריים צו זיין אין אמעריקע אומלעגאל און ער טוט גארנישט עס צו טוישן...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 05, 2019 10:23 am

זייער שיינע פשעטליך... ווען מ'הערט די אויסטויש צווישן קאסטרא און ארוקא און אנדערע ליינס ביי דיבעיטס זעהט מען אז א גרויסע טייל קאנדידאטן ווילן ווי מער אומלעגאלע אין אמעריקא!

און סיז א דבר פשוט, אויב קעמען נישט בויען קיין וואנט, און סיז נישט קרימינאל אריינצוקומען איליגל, און ווער ס'קומט באקומט אלעס בחנם, העלט קעיר וכד'... און נישט פארגעסן, מ'קען זיי נישט האלטן צו לאנג אין דיטענשן... דאס מיינט מ'אינווייט איליגעלס!

סיז טאקע נאכניש פאפולער די פאזישן, סאו טרייט מען מיט משלים מסביר צו זיין אז עכט זענען זיי קעגן איליגעלס... אבער די מציאות האט מען געזעהן ביים דיבעיט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 05, 2019 10:25 am

און ביידעוועי, נישט איך האב געזאגט "אין אנדערע ווערטער", נאר דזשאנסאן, אבאמא'ס האומלענד סעקיורעטי דיירעקטער האטעס געזאגט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג יולי 05, 2019 3:15 pm

איך פארשטיי אז נישט דו האסט געזאגט "אין אנדערע ווערטער" נאר דזשאנסאן, ווארום דו האסט דאך געשריבן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער? זיי זאגן עס אפן!


און מיין טענה קעגן דיר איז געווען טאקע דאס.

אז פון אריינלערנען פשט אין יענעמ'ס ווערטער ביז'ן זאגן אז יענער זאגט עס אפן איז פאלג מיר א גאנג, און ס'איז א חילוק פון הימל ביז ערד (ווייל ווען איינער זאגט אז יענער "מיינט דאס" קען מען טעאריזירן פון היינט ביז מארגן צו ער מיינט טאקע דאס, אדער צו דער וואס זאגט עס דו לערנסט פשוט אזוי אריין פשט ווייל ס'לוינט אים פאליטיש, אבער ווען איינער זאגט אז יענער "זאגט עס אפן" איז נישטא וואס צו מאכן ווייל ס'איז דאך "קלאר" וואו יענער שטייט).

און ש'כח פארן טאקע באשטעטיגן אז ס'נישט ממש אז זיי זאגן עס אפן נאר "מ'זעהט אזוי פון צווישן זייערע ליינס..." "ס'איז א דבר פשוט..." "דאס מיינט עס..." וכו' וכו' וכו'

ס'איז נאר א שאד אויף דעם וואס האט נאכ'ן זעהן דיין ארגינעלע תגובה וואו די האסט געשריבן אז זיי זאגן עס אפן זיך איינגעקויפט עגמת נפש אין כעס קעגן די חוצפה פון דעמאקראטן צו זאגן אזעלכע זאכן אפן והה"ד חכמים הזהרו בדבריכם.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » פרייטאג יולי 05, 2019 3:38 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:איך פארשטיי אז נישט דו האסט געזאגט "אין אנדערע ווערטער" נאר דזשאנסאן, ווארום דו האסט דאך געשריבן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער? זיי זאגן עס אפן!


און מיין טענה קעגן דיר איז געווען טאקע דאס.

אז פון אריינלערנען פשט אין יענעמ'ס ווערטער ביז'ן זאגן אז יענער זאגט עס אפן איז פאלג מיר א גאנג, און ס'איז א חילוק פון הימל ביז ערד (ווייל ווען איינער זאגט אז יענער "מיינט דאס" קען מען טעאריזירן פון היינט ביז מארגן צו ער מיינט טאקע דאס, אדער צו דער וואס זאגט עס דו לערנסט פשוט אזוי אריין פשט ווייל ס'לוינט אים פאליטיש, אבער ווען איינער זאגט אז יענער "זאגט עס אפן" איז נישטא וואס צו מאכן ווייל ס'איז דאך "קלאר" וואו יענער שטייט).

און ש'כח פארן טאקע באשטעטיגן אז ס'נישט ממש אז זיי זאגן עס אפן נאר "מ'זעהט אזוי פון צווישן זייערע ליינס..." "ס'איז א דבר פשוט..." "דאס מיינט עס..." וכו' וכו' וכו'

ס'איז נאר א שאד אויף דעם וואס האט נאכ'ן זעהן דיין ארגינעלע תגובה וואו די האסט געשריבן אז זיי זאגן עס אפן זיך איינגעקויפט עגמת נפש אין כעס קעגן די חוצפה פון דעמאקראטן צו זאגן אזעלכע זאכן אפן והה"ד חכמים הזהרו בדבריכם.


דו קענסט אפשר מסביר זיין די חילוק פון דיקרימיניליזאציע אין אפענע גרעניצן
אויב געלונגענע עס אין סגייט אדורך, וואס פאסיהרט ווען איינער שפאציהרט אריבער די גרעניץ?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג יולי 05, 2019 6:07 pm

כ'האב עס שוין געשריבן, אבער אפשר נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט פאר יעדן צו פארשטיין:

דיקרימיניליזאציע: ס'איז דא א פארמאכטע גרעניץ וואו א יעדער וואס וויל עס אדורכגיין דארף זיך לעגאל שטעלן כבני מרון, אבער אויב איינער כאפט זיך אדורך איז ער נישט קיין "פארברעכער" (הגם ער האט עובר געווען אויף א געזעץ).

אפענע גרעניצן: ס'איז נישטא קיין גרעניץ וואס איז פארמאכט בכלל, א שטייגער ווי צווישן ניו יארק און ניו דזשוירסי און צווישן אנדערע שטאטן, אדער ווי צווישן ענגלאנד און פראנקרייך (דערווייל) און צווישן אנדערע אייראפעאישע פאראיין לענדער.

איך פרעזענליך זעה נישט וואס ס'איז אזוי שלעכט אויב מ'קען אויסארבערטן א דיל צווישן קאנאדא, די פאראייניגטע שטאַטן, און מעקסיקא אז מ'זאל טאקע האבן אפענע גרעניצן צווישן די לענדער פונקט ווי ס'איז דא אין אייראפע (פארשטייט זיך אויב ס'איז א גוטע דיל), אבער דאס איז גראדע עפעס וואס קיין איינע פון 25 דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאטן האבן נאכנישט אויפגעברענגט, סאו צו זאגן אז "דעמאקראטן שטיצן אפענע גרעניצן" איז פאלש דורכאויס.

און פארשטייט זיך אז צו זאגן אז "זיי זאגן עס אפן" איז נאך אסאך ערגער...

א גוט שבת.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יולי 07, 2019 11:34 am

סאו מ'לאזט נישט בויען קיין וואנט, סיז נישטא קיין פיזישע גרעניצן אויף געוויסע פלעצער וואס זאל אפהאלטן א מענטש פון אריבערגיין די גרעניץ... און יעצט ווילסטו אוועקנעמען די שטראף דערפון, און נאך גיבן העלט קעיר פאר די וואס קומען... אבער דאס הייסט נישט קיין אפענע גרעניצן... סארי, נאן-סענס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יולי 07, 2019 12:04 pm

סענאטארן ווארען, סאנדערס אן דזשיליברענד האבן געשטימט אקעגן יעדע איינציגע ריכטער אויסוואל פון פרעזידענט טראמפ אינעם איצטיגן קאנגרעס
קלאובאשאר וועלכע איז געווארן קריטיקירט דורכן ליבעראלן בלאק פארן שטמיען פאר 64% טראמפס נאמינירטע אין די פארגאנגענהייט האט אינעם איצטיגן קאנגרעס געשטימט פאר בלויז 3% נאמינירטע

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יולי 07, 2019 12:05 pm

דזשאו ביידען איז אפן צו די געדאנק פון נאמינירן מעריק גארלענד צום סופרים קאורט אויב זאל ער באקומען אזא שאנס

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3928
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג יולי 07, 2019 12:24 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:כ'האב עס שוין געשריבן, אבער אפשר נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט פאר יעדן צו פארשטיין:

דיקרימיניליזאציע: ס'איז דא א פארמאכטע גרעניץ וואו א יעדער וואס וויל עס אדורכגיין דארף זיך לעגאל שטעלן כבני מרון, אבער אויב איינער כאפט זיך אדורך איז ער נישט קיין "פארברעכער" (הגם ער האט עובר געווען אויף א געזעץ).

אפענע גרעניצן: ס'איז נישטא קיין גרעניץ וואס איז פארמאכט בכלל, א שטייגער ווי צווישן ניו יארק און ניו דזשוירסי און צווישן אנדערע שטאטן, אדער ווי צווישן ענגלאנד און פראנקרייך (דערווייל) און צווישן אנדערע אייראפעאישע פאראיין לענדער.

איך פרעזענליך זעה נישט וואס ס'איז אזוי שלעכט אויב מ'קען אויסארבערטן א דיל צווישן קאנאדא, די פאראייניגטע שטאַטן, און מעקסיקא אז מ'זאל טאקע האבן אפענע גרעניצן צווישן די לענדער פונקט ווי ס'איז דא אין אייראפע (פארשטייט זיך אויב ס'איז א גוטע דיל), אבער דאס איז גראדע עפעס וואס קיין איינע פון 25 דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאטן האבן נאכנישט אויפגעברענגט, סאו צו זאגן אז "דעמאקראטן שטיצן אפענע גרעניצן" איז פאלש דורכאויס.

און פארשטייט זיך אז צו זאגן אז "זיי זאגן עס אפן" איז נאך אסאך ערגער...

א גוט שבת.

פאר יעדן צו פארשטיין...

איך גיי פאר דיין קיצונית'דיגע בליק און וועג פון ארויסברענגען און אפפרעגן זאכן, ווי כאילו דו פארשטייסט נישט וואס די דעבאטע דא איז עכט, ווי כאילו איינער האט דא גערעדט פון אראפנעמען סיי וואס פאר א גרעניץ א שטייגער ווי פון ניו יארק קיין ניו דזשערסי...
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”