דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דינסטאג יוני 18, 2019 4:43 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:כהאב נישט געוויסט אז דער בען גייט מיט א קאפל


יאפ ער איז עכט היימיש... :)


נישט אמת...

ער איז א ארטדאקאסישע איד, אבער ווייט נישט קיין היימישער.

ביי זיך אינדערהיים איז ער היימיש...

אגב ער איז בעל קורא אין די ביהמ"ד ווי ער דאווענט, ווי אויך קען ער שטיקער רמב"ם אויסעווייניג אויפן לשון, ער איז בכלל נישט אוועקצומאכן.

מקען אים שוין כמעט, געבן קוויטלעך......
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג יוני 18, 2019 4:44 pm

פארוואס הייסט עס די ווארען דעבאטע ווען בעטא איז אויך דארט?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 18, 2019 4:48 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:פארוואס הייסט עס די ווארען דעבאטע ווען בעטא איז אויך דארט?

ווייל זי איז ווייט די שטערקסטע קאנדידאט דארט.

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דינסטאג יוני 18, 2019 4:49 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אינטערוויו פון בן שפירא מיט דעם דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט "ענדראו יענג", לדעתי דערווייל די מערסט-זאכליכע דעמאקראטישע קאנדידאט אינעם איצטיגן פרעזידענטליכע פארמעסט, וואס איך געזעהן.

https://drive.google.com/open?id=1jNrMo ... Nk9jo05lAp

ווי אזוי ווייס איך אז דער יענג איז נישט קיין אגענט פון כינע?.......אפשר האט זיך זיי פארגלוסט אן היימישן אין ווייסן הויז...
ערנסט גערעדט. וואס איז זיין שטעלונג כלפי כינע מיט טרעיד וכדו'?
לעצט פאראכטן דורך אחד מהחבורה אום דינסטאג יוני 18, 2019 5:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג יוני 18, 2019 4:58 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:פארוואס הייסט עס די ווארען דעבאטע ווען בעטא איז אויך דארט?

ווייל זי איז ווייט די שטערקסטע קאנדידאט דארט.

איך פארשטיי אבער דאס קען זיין א גוטע געלעגענהייט פאר בעטא צוריק אויפצושיינען אויך

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דינסטאג יוני 18, 2019 5:02 pm

בעטא איז נישט קיין ספעציעלע גוטע דיבעיטער.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יוני 18, 2019 5:50 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אינטערוויו פון בן שפירא מיט דעם דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט "ענדראו יענג", לדעתי דערווייל די מערסט-זאכליכע דעמאקראטישע קאנדידאט אינעם איצטיגן פרעזידענטליכע פארמעסט, וואס איך געזעהן.

https://drive.google.com/open?id=1jNrMo ... Nk9jo05lAp

ווי אזוי ווייס איך אז דער יענג איז נישט קיין אגענט פון כינע?.......אפשר האט זיך זיי פארגלוסט אן היימישן אין ווייסן הויז...
ערנסט גערעדט. וואס איז זיין שטעלונג כלפי כינע מיט טרעיד וכדו'?

ער קומט פון טייוואן, אויב עפעס איז ער א שפיאן קעגן כינע.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 19, 2019 11:02 am

איש האשכולות האט געשריבן:
אחד מהחבורה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אינטערוויו פון בן שפירא מיט דעם דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט "ענדראו יענג", לדעתי דערווייל די מערסט-זאכליכע דעמאקראטישע קאנדידאט אינעם איצטיגן פרעזידענטליכע פארמעסט, וואס איך געזעהן.

https://drive.google.com/open?id=1jNrMo ... Nk9jo05lAp

ווי אזוי ווייס איך אז דער יענג איז נישט קיין אגענט פון כינע?.......אפשר האט זיך זיי פארגלוסט אן היימישן אין ווייסן הויז...
ערנסט גערעדט. וואס איז זיין שטעלונג כלפי כינע מיט טרעיד וכדו'?

ער קומט פון טייוואן, אויב עפעס איז ער א שפיאן קעגן כינע.

בכלל אזא קושיא קענסטו נישט פרעגן כהיום ברבים, דאס ווערט באטראכט אלס רעישעל פראופיילינג.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 19, 2019 1:05 pm

מאנמאוט אנקעטע:

ביידען 32%
ווארען 15%
סאנדערס 14%
העריס 8%
באטידזשעדזש 5%
ארורק 3
בוקער 2%
יענג 2%
דעבלאזיא 1%
אינסלי 1%
קלאובאשאר 1%
וויליאמסאן 1%
אלע אנדערע אונטער 1%

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך יוני 19, 2019 3:05 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
אחד מהחבורה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אינטערוויו פון בן שפירא מיט דעם דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט "ענדראו יענג", לדעתי דערווייל די מערסט-זאכליכע דעמאקראטישע קאנדידאט אינעם איצטיגן פרעזידענטליכע פארמעסט, וואס איך געזעהן.

https://drive.google.com/open?id=1jNrMo ... Nk9jo05lAp

ווי אזוי ווייס איך אז דער יענג איז נישט קיין אגענט פון כינע?.......אפשר האט זיך זיי פארגלוסט אן היימישן אין ווייסן הויז...
ערנסט גערעדט. וואס איז זיין שטעלונג כלפי כינע מיט טרעיד וכדו'?

ער קומט פון טייוואן, אויב עפעס איז ער א שפיאן קעגן כינע.

בכלל אזא קושיא קענסטו נישט פרעגן כהיום ברבים, דאס ווערט באטראכט אלס רעישעל פראופיילינג.


און פון די פראגע קען מען פארשטיין די פראבלעם (און טיפשות) פון רעישעל פראופיילינג.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יוני 19, 2019 3:34 pm

הכל הבל האט געשריבן:מאנמאוט אנקעטע:

ביידען 32%
ווארען 15%
סאנדערס 14%


געוואלדיג! ווארען מיט סאנדערס נעק-טו-נעק.

נישט נאר האלטן די לעfטיס ווייט פון זיך פאראייניגן אינטער ביידען, זיי זענען נאך שארף צוטיילט צווישן אנדערע, זיי צוזאמען זענען כמעט אזויפיל ווי ביידען אליינס, און אויב רעכענט מען העריס שטייט מען נאך בעסער.

ס׳קומט גוטע צייטן רבותי.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך יוני 19, 2019 3:43 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנמאוט אנקעטע:

ביידען 32%
ווארען 15%
סאנדערס 14%


געוואלדיג! ווארען מיט סאנדערס נעק-טו-נעק.

נישט נאר האלטן די לעfטיס ווייט פון זיך פאראייניגן אינטער ביידען, זיי זענען נאך שארף צוטיילט צווישן אנדערע, זיי צוזאמען זענען כמעט אזויפיל ווי ביידען אליינס, און אויב רעכענט מען העריס שטייט מען נאך בעסער.

ס׳קומט גוטע צייטן רבותי.

גוטע צייטן פארוועם?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יוני 19, 2019 3:46 pm

פאר ווילאדימער פוטין.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 19, 2019 5:35 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: זיי צוזאמען זענען כמעט אזויפיל ווי ביידען אליינס.

ביידע צוזאמען (דאס הייסט בעסיקלי די גאנצע לינקע לאגער) קומען נישט אן צו איין ביידען. כצ"ל.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יוני 19, 2019 5:44 pm

כ׳כאפ נישט וואס די זאגסט, אדער האסטו מיר נישט פארשטאנען.

די איין ביידען.. איז האלב טראמפ!

אויב איז די לינקע לאגער צוטיילט אויף האלב, קודם די עצם פאקט אז זיי זענען טאקע צוטיילט פון די מעסיגע, איז א צייכן אז ביידען אפאלירט טאקע נישט צו זיי [עז עקספעקטעט] און דאס מיינט א מעגליכע 2016 איבערשפיל, ווען די בערניסטן האבן געבלאזן.

און לע״ע זענען איז די לינקע לאגער נאך ניטאמאל פאראייניגט אינטער איין קאנדידאט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 19, 2019 5:49 pm

אין 2016 האבן די לינקע נעשט געבלאזן צוליב וואס קלינטאן איז נישט געווען גענוג לינק. זיי האבן געבלאזן ווייל זיי האבן געהאלטן אז די נאמינאציע איז אומ'יושר'דיג גע'גנב'ט געווארן פון אים.

און איך פארשטיי נישט וואס דו ברענגסט ארויס איבער זײער צוטיילונג. פארוואס איז דאס שלעכטע נייעס פאר ביידען אין א טעארעטישע דזשענעראל עלעקשין, אויב די לינקע זענען נישט פאראייניגט אין די פריימערי? אויב עפעס איז עס פארקערט. אויב זיי זענען נישט אינאיינעם ארגיניזירט וועלן זיי זיך גרינגער אסימילירן צוריק אריין אינעם פארטיי.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 19, 2019 5:54 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳כאפ נישט וואס די זאגסט, אדער האסטו מיר נישט פארשטאנען.

די איין ביידען.. איז האלב טראמפ!

אויב איז די לינקע לאגער צוטיילט אויף האלב, קודם די עצם פאקט אז זיי זענען טאקע צוטיילט פון די מעסיגע, איז א צייכן אז ביידען אפאלירט טאקע נישט צו זיי [עז עקספעקטעט] און דאס מיינט א מעגליכע 2016 איבערשפיל, ווען די בערניסטן האבן געבלאזן.

און לע״ע זענען איז די לינקע לאגער נאך ניטאמאל פאראייניגט אינטער איין קאנדידאט.

קודם ביידן איז 10 פונקטן העכער פון טראמפ, סאו כווייס נישט וואס דו מיינסט מיט האלב טראמפ.

נאכדעם, דאס אז סדא צוויי לאגערן ביי די לינקע ווייזט אז זיי ווילן נישט גיין צו ביידן אלס צווייטע טשויס אין פאל זייער קאנדידאט פאלט דורך? וויאזוי פונקטליך? און וואס וואלט געווען ווען די לינקע זענען פאראייניגט אונטער איין קאנדידאט וואלט עס געמיינט מער טשאנסעס צו גיין צו ביידן?

עפעס הסבר פעלט דא.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך יוני 19, 2019 5:56 pm

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: זיי צוזאמען זענען כמעט אזויפיל ווי ביידען אליינס.

ביידע צוזאמען (דאס הייסט בעסיקלי די גאנצע לינקע לאגער) קומען נישט אן צו איין ביידען. כצ"ל.

ווען מען געט פאר וויילער אן אויסוואל אויסצוקלויבן א קאנדידאט אן זיך זארגן איבער עלעקטעביליטי
IMG_20190619_175031.jpg
IMG_20190619_175031.jpg (37.33 KiB) געזעהן 1257 מאל

ווארען איז פאראויס מיט צוויי, 21 צו 19 און סאנדערס איז טייד מיט ביידען.


ווארען האט א בעסערע פעיוואריביליטי רעיטינג ווי ביידען.
IMG_20190619_174926.jpg
IMG_20190619_174926.jpg (187.97 KiB) געזעהן 1257 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 19, 2019 6:03 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: זיי צוזאמען זענען כמעט אזויפיל ווי ביידען אליינס.

ביידע צוזאמען (דאס הייסט בעסיקלי די גאנצע לינקע לאגער) קומען נישט אן צו איין ביידען. כצ"ל.

ווען מען געט פאר וויילער אן אויסוואל אויסצוקלויבן א קאנדידאט אן זיך זארגן איבער עלעקטעביליטי.

איז דאך אבער עלעקטעביליטי די הויפט פריאריטעט ביי די פריימערי וויילער..

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך יוני 19, 2019 6:07 pm

איה"נ. אבער דאס זאגט נישט וואס די וויילער ווילן באמת.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יוני 19, 2019 6:10 pm

נעם אין אכט א טרענד וואס ממש אלע אנקעטעס האבן די לעצטע פיר יאר געזעצליך פארזעהן. און דאס איז א פראגרעסיווע רעוועלוציע!

צוריק אין 2016 ביי סענדערס, גולען׳ס פריימערי סופרייז געווינס אין פלארידא, אא״וו ביי מערערע ספעשעל עלעקשענס, און אוואדי ביי די פארלאפענע מידטורם.

איך בין נישט קיין פאולסטער, אבער קוקנדיג אויפן פאקט אז די לינקע זענען ווידער שארף אוועקגעטיילט פון די מעסיגע, ווייזט עס אז ווידער שאצט מען זייער מעגליך אינטער די סיטואציע. ס׳איז אנדערש ווי ווען ריפאבליקענס זענען צוטיילט אינטער רוביאו, בוש, קרוז און קעיסיק. דאס איז א פריימערי. משא״כ הנ״ל.

האקעט
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 19, 2019 6:16 pm

יש ברירה האט געשריבן:אין 2016 האבן די לינקע נעשט געבלאזן צוליב וואס קלינטאן איז נישט געווען גענוג לינק. זיי האבן געבלאזן ווייל זיי האבן געהאלטן אז די נאמינאציע איז אומ'יושר'דיג גע'גנב'ט געווארן פון אים.


אין 2016 האט קיינער נישט ערנסט געטראכט אז בערני וועט עס מאכן, זיינע שטיצער זענען נאר געווען ברוגז איבער די נידריגע טאקטיקן פון די עסטעבלישמענט

יעצט אבער רישן זיי זיך שוין פאר פיר יאר אז מען גייט ערנסט אריינברענגען א סאציאליסטישע פרעזידענט, און אז אזא ריזיגע לינקע בלאק וואס איז האלב פון די פארטיי און פארשטייצעך די מערסט ענטוזיאסטישע וויילער וועלן ווערן אנטוישט און זען פאר זיך א פארעווע פארשלאפענע ביידען, קענען זיי אלע בלייבן אינדערהיים.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 19, 2019 7:14 pm

די בלאזעריי האט זיך געשאפן ווען זיי האבן געזען ווי נאענט בערני איז געקומען, דאס הייסט ווען זיי האבן געכאפט אז עס איז יא מעגליך.

בקיצור דאס איז נישט די ערשטע פריימערי אין אמעריקע, יעדעס מאל וועט זיין א צד שטארק אנגעווייטאגט אויפן פארלוסט. איך מײן נישט גענצליך אוועקצומאכן די אישו וואס די די דעמעקראטישע פארטיי פארמאגט מיט די לינקע אבער אז זיי זאלן זיך גײן שיסן אין די פיס ווי איידער שטימען קעגן טראמפ דארף זיין עפעס א מער ערענסטע סיבה ווי דאס אז זיי האבן געמיינט אז זיי גייען געווינען.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך יוני 19, 2019 7:28 pm

אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז טראמפ פלאנט א לייוו טוויטער קאנטער דיבעיט, בשעת די דיבעיט פון דעמ. קאמעדאנטן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 19, 2019 9:54 pm

אין נאך א א אנדערע נייעס איז ביידען אין הייס וואסער איבער באמערקונגען וועלכע ער האט געלאזט פאלן נעכטן ביי א פאונדרעיזער.

דאס האט ער געזאגט
D9a0BOwXkAAaIAf.jpeg
D9a0BOwXkAAaIAf.jpeg (164.17 KiB) געזעהן 1069 מאל


ביידען האט זיך באצויגן צו זיין צייט און סענאט, און האט געוואלט ארויסברענגן אז עס איז מעגליך צו ארבעטן מיט אנדערע זייט "ציוויל". די פראבלעם איז, אז די אנדערע זייט צו וועם ער האט זיך באצויגן איז געווען צוויי ראסיסטישע סענעטארן וועלכע זענען געווען קעגן די ציווילע רעכטן מאוומענט און אין שטיצע פון אנהאלטן סעגרעגעיטעט שולעס איבער אמעריקע.

אסאך פון די אנדערע דעמעקראטישע קאנדידאטן זענען ארויסגעקומען מיט היפש שארפע סטעיטמענטס איבער די באמערקונג.

קארי בוקער'ס סטעיטמענט
D9dpaJ8XoAICi1B.jpeg
D9dpaJ8XoAICi1B.jpeg (113.86 KiB) געזעהן 1058 מאל


נאך וואס ביידען איז געווארן אנגעפרעגט איבער קארי בוקער'ס רוף אז ער זאל זיך אנטשולדיגן האט ביידען צוריקגעשאסן אז בוקער זאל זיך אנטשולדיגן...
“Apologize for what? Cory [Booker] should apologize. He knows better”


בוקער איז יעצט געווען אויף סננ וואו ער האט צוריק פארגעווארפן ביידען....

בקיצור, סא איט ביגינס!...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, mlon, rogers, איד_איד, ביללער, בשבילי נברא, גאפל, זויבער, לאנדאנער, נאו נעים, עירמאנט'ער, קרייסלער, רינדעכיג, שרייב-פעדער און 62 געסט