דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:27 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:ריזיגע ראליס מיינט אז די קאנדידאט איז ציענד און מענטשן ענדזשויען זיינע ראליס. פינטל
געווענדליך איז דאס די בעיס וואס מאכט נישט אזוי סאך אויס.
יעצט דאס אז די קאנדידאט איז ציענד און זיינע מענטשן גייען פאר אים אין פייער דאס מיינט אז ער האט א שטארקע באזע. אבער מאכט נישט קיין סאך אויס ווייל די עיקר איז די אינדיפענדענטס און די ארבעטער וואס מען דארף זיי כאפן, און זיי דרייען זיך ווייניג ביי ראליס. ביידען וועט מסתם נישט האבן קיין גרעסערע ראליס ווי סענדערס/טראמפ, אבער ער רעדט צום מוח און קאנעקט ווען מען הערט און זעט אים, ער נעמט דיר איבער, אבער עס איז נישט קיין פאן
( די ראליס ביז יעצט זענען אויפציעל געווען קליינע, ער וועט האבן גרעסערע, אבער די צי קראפט פאר מענטשן צי ראליס האט ער נישט)

מיין מיינונג


כ'קען באשטיין צו זיין קלאר, ווען מ' רעדט פון א ריזיגע ראלי מיינט עס נישט אסאך מענטשן, ס'מיינט אז דער קאנדידאט איז ציענד, איא?

א ריזיגע הויז מיינט אז די הויז איז ציענד, איא?

כ'וויל פשוט וויסן ווייל מיין חבר האט א ריזיגע הויז אפסטעיט, ביז היינט האבעך געמיינט אז ער רעדט פון די 8,000 סקוויר פיס, יעצט כאפעך אז ער רעדט פון די שיינקייט...

וווואאאףףף...

וואס מאכסטו חוזק פון אים (דיר) ?
ער מיינט נישט צו זאגן אז די אפטייטש פון "ריזיגע ראליס" איז "קאנדידאט איז ציענד".
ער מיינט צו זאגן אז די סיבה פארוואס א קאנדידאט האט ריזיגע ראליס איז וויבאלד ער איז ציענד און מענטשן ענדזשויען זיינע ראליס. ופשוט הוא.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:31 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:ביידן איז מוראדיג קלוג ער רעדט מוראדיג צו די זאך ווי למשל:

ער גייט פאראייניגן די לאנד..........

אה! ב"ה אזא זקן שקנה חכמה.

ער קען קאמפיטן מיט איינשטיין מיט זיין חכמה. אזאנע דברי חכמה האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט......

אויסער די פוינט אז קיינער קערט נישט, יעדער דארף סעקיוריטי און געלט.

און אויסער די פוינט אז די מידיא און די דעמאקראטן זענען די צוטיילערס מיט דעם וואס זיי פארקויפן שטותים פאר די לעצטע פאר יאר.

אויסער די פוינט אז ער איז געווען ווייסט פרעזידענט אכט יאר און די לאנד איז נישט געווען ווייניגער צוטיילט.

אבער איך ווער ממש נתפעל פון ביידען'ס חכמה....

וואט עם אידיוט....

נעם דיר אריין די כלל אין קאפ: רעטאריק ענטפערט נישט!
יא, אונטער אבאמא איז די לאנג געווען ווייניגער צוטיילט, והא לך ראי', זיינע אנקעטע ציפערן, מיט ע"פ רוב מער ווי האלב צופרידענע בירגער, און בירגער וואס זענען שטאלץ מיט זייער פירער.
און אויף דעם קוקן אמעריקאנער ארויס אז ביידען זאל דאס צוריק ברענגען.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:37 pm

געשלאפן????

איך בין זיך מחיה יעדע מינוט, טראמפ איז פרעזידענט. האלוי......

לייג נישט מופעל האפענונג אז טראמפ גייט פארלירן, גייסט ווערן אנגעפאמפט פאר צוויי יאר און די עגמת נפש וועט זיין זייער גרויס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:54 pm

ביידען
בערני
בוטידזשאדזש
בעטא
בוקער
בענעט
בלק

נאך בלעם פעלט...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:57 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:לייג נישט צופעל האפענונג אז טראמפ גייט פארלירן, גייסט ווערן אנגעפאמפט פאר צוויי יאר און די עגמת נפש וועט זיין זייער גרויס.

פליז שעלט אים נישט, ער האלט נאך אינמיטן רעקאווערן פון די רעפובליקען לענדסלייד אין 2018 וואס וותיק האט קנאקעדיג פארגעזאגט.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 02, 2019 9:10 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:וואט עם אידיוט....

נעם דיר אריין די כלל אין קאפ: רעטאריק ענטפערט נישט!
יא, אונטער אבאמא איז די לאנג געווען ווייניגער צוטיילט, והא לך ראי', זיינע אנקעטע ציפערן, מיט ע"פ רוב מער ווי האלב צופרידענע בירגער, און בירגער וואס זענען שטאלץ מיט זייער פירער.
און אויף דעם קוקן אמעריקאנער ארויס אז ביידען זאל דאס צוריק ברענגען.

אמת, די לאנד איז געווען ווייניגער צוטיילט אונטער אבאמא, די מידיע און די ווייסע הויז זענען געווען פאראייניגט...
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 02, 2019 9:45 pm

@ותיק פארוואס איגנארסטו מיין צווייטע חלק תגובה, אז טראמפ גייט געווינען ווייס איך שוין, איך וויל נאר וויסן מיט וויפיל העכער אדער אונטער 300, פליז לאמיך נישט צו לאנג ווארטן.
בד"וו just to correct your mistake, איך גיי נישט ווערן "אנגעפאמפט צוויי יאר", ווייל אין צוויי יאר העט שוין טראמפ האלטן טיף נאך זיין צווייטע איינשווערונג!
...
@כאפצעם דו ביסט דאך יא געווען געהעריג אין 2016 אשכול, וואס גייט פאר מיט דיר?
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:10 pm

וועלקאם מיסטער זשאו ביידען! הארעי הארעי צום געוועזענעם וויצע!

לאמיר פרובירען אראפ צולייגען די מעלות פון דעם זשאו, ער איז בטבע א גוטער א ווארעם הארציגער און זייער א פריינטליכער מענטש ער איז א שטארקע פערסאנאלעטי וואס האט א רייכע היסטאריע אין וואשינגטאן, ער קען דארט יעדע לעכל, די מערסטע עקספיריענס אין יעדע אספעקט, ער איז די מערסטע באהאווענט אין די וואשינגטאן פאליטיק מער ווי עני אנדערע אין די רעיס.

ער האט קאנעקשאנס צו רעיזען געלט, ער איז א עוורידזש גוטע רעדנער, ער האט א סענס אוו הומאר וואס איז גאר וויכטיג, און ער ווייזט ארויס געפילען פון אינערליכע פעשען ווען ער רעדט פון זאכען וואס איז אים נוגע ללבבו, ער האט אייגענע יוניק געדאנקען צו סאלווען פראבלעמען, ער איז פרעזידענטליך.

די פערסאנאלעטי ביי ביידען איז A1 און עס איז נישט דא קיינער אין די רעיס וואס קען זיך קאמפעירען מיט אים אויף פערזענליכקייט און דאס אז ער איז געוועהן וויצע העלפט אים גאר שטארק.

———

די חסרון פון ביידען איז צוטיילט און צוויי, קודם כל זיין פערסאנאלעטי וואס פונקט ווי עס ווערט אנגעקוקט אלס א מעלה קען עס פונקט אזוי זיין א חסרון, ווייל די היסטאריע האט געוויזען אז זיין א פיינע מענטש העלפט ״נישט״ דורעך שווערצען א ברוטאלע פארמעסט (בוש 41, דאול, מקעין און ראמני יוכיח) אדרבה א פארמעסט טוהט נאטורליך ארויסשפייען די נייס גייס פון די פארמעסט ווייל מענטשען זיכען איינער וואס ווייזט א שטארקע ווילען (פירערשאפט) צו ערייכען זיינע/אירע ציהלען.

סאו זיין א נייס גיי גייט אים נישט העלפען און קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז ער האט געהאלפען אבאמא, ווייל קיין איין וואוטער פון די 08 אדער 12 עלעקשאנס איז נישט געלאפען אין בודקע שטומען פאר אבאמא ווייל ער האט געטשוזד ביידען אלס מיטלויפער.

אבער לאמיר זאגען אז היינט צוטאגס וועט ער יא אראפלייגען א פייט מיט טראמפ כדבעי׳ א זאך וואס איז שווער צו גלייבען ווייל עס איז נישט זיין נאטורליכע מהלך און פאלש געמאכטע קאנדידאטען איז נישט קיין גוטע ארטיקעל דארף ער אבער נאך דורעך שוויצען די פריימערי מיט 21 קאנדידאטען.

ביידען גייט גאר שטארק קאמפיעטען מיט טראמפ אין פענסילוועניע, מישיגען, אהייא און וויסקאנסען אבער עס איז דא אנדערע שטעט ווי די וואוטער טוירן אויט פאר א ווייסע אלטע מאן איז ווייט פון עקסייטינג, נעם א פלאץ ווי נאוועדע, ניו העמפשור און קאלאראדא ווי טראמפ האט פארלוירען ״קען ווערן״ צוריק אין פלעי קאנסידערינג אז די לינקע ליבעראלע דעמאקראטען וועלן נישט זיין עקסייטעד פאר ביידען און טראמפס שטיצער וועלן ארויסקומען אין די מאסען פאר טראמפ. איך זאג נישט אז דאס גייט זיין עס איז נאר א נקודה למחשבה.

קלינטאנס ריזיגע נאמבערס איז אין היבש טייל צו פארדאנקען אז זי וואלט געוועהן די ערשטע פרוי אלס פרעזידענט און דאס האט געברענגט די פרויען ארויס צו קומען וואוטען פאר איר אין די מאסען אבער אין די ארבייטס שטעט האט זי נישט מצליח געוועהן.

———

עס מיז נישט זיין אז די יעצטיגע טראסקע פון בערני האט צו טוהן מיט ביידען, איך מיין עס איז די דירעקטע רעזולטאט פון זיין האר אויפשטעלנדע און גאר נארישע שטעלונג אז די באסטען באמבאדירער זאל באקומען רעכטען צו שטומען אין וואלען, עס דערמאנט מיר פון די דיסקאסיע אין 2007-8 ווען מען האט געפרעגט קלינטאן צו זי שטיצט די געדאנק אז אומלעגאלע אימיגראנטען זאלען באקומען די רעכט צו דרייווערס לייסענס, וואס זי האט גענומען א פרא שטעלונג דערויף ביז די פאולס האבען איר געוויזען אז עס איז נישט צו איר בענעפיט און זי האט געמיזט צוריק ציהען, א נארישע פאליסי שטעלונג וואס האט איר געקאסט שטיצע.

די דעמאקראטישע פארטיי זעהט אויס היינט צוטאגס צו זיין מער לינק ווי ביידען, ביידען איז צו צענטער רעכט פאר זיי אבער אויב די איינציגסטע זאך וואס וואוטערס קוקען אויף איז עלעקטעבילעטי דאן גייט ביידען געווינען אבער לעטס נאט קיד אווער סעלפס, די מינוט די ערשטע דעבאטע הייבט זיך אן איז עס נאר וועגן פאליסי און ווער עס גייט די מערסטע אויף הייטערן די געמיטער מיט די מערסט צו לינקס פאליסיס גייט קענען שטיין שטארק קעגן ביידען.

די מערסטע אנציקט פון אלע קאנדידאטען בין איך פון קאמעלע העריס, זי איז א נאטורליכע פירער און אויב וואלט איך געוואוינט אין אייאווע וואלט איך מן הסתם איר געשטיצט, אירע געדאנקען זענען נישט אין ליין מיט מיינע אבער פירערשאפט איז א זאך וואס אדער האט מען עס אדער נישט, אבער אירע שאנסען זענען נישט הויעך היינט צוטאגס סאו עס איז א שאד צו רעדן פון איר.

———

די גרעסטע חסרון וואס איך האב געזעהן אין ביידען איז זיין דעסיזשען מעיקינג, ער האט פארתכלעוועט די 2016 עלעקשאן ווי ער וואלט סך ענדערשער געקענט געווינען קעגן טראמפ דעמאלטס ווי יעצט ווען טראמפ האט שוין א עקאמפלישמענט ליסטע און די פאוער בעיקינג פון די ווייסע הויז. פאר מיר ווייזט עס אויף שוואכקייט.

איך מיין אז פאר יעצט איז שוין די ענאונסמענטס פארטיג און יעצט גייט מען דארפען זעהן ווער אקערט די מערסטע אין אייאווע און אין ניו העמפשור און ווער גייט קענען ארויפברענגען זיינע/אירע נאמבערס צו צוואנציג פראצענט אין אייאווע און אין ניו העמפשור, דער וואס איז מצליח אין אייאווע און אין ניו העמפשור דער האט די גרעסטע שאנס צו געווינען עעווענטשעלי די פריימעריס, און פארשטייט זיך די דעבאטעס איז די שליסעל צו מידיע דעקונג און פארשפרייטען זייער געדאנקען פאר אלע פון זיי.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:22 pm

מטעמים, קומט אריין קלאר.

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:22 pm

@מטעמים דאס איז געווען אייער תגובה ממש מטעמים!!!

וואס הייסט, אז די עלעקשאן קומט פאר מארגן וואט איר נישט פאר טראמפ??
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:41 pm

מטעמים עז יוזשועל! אינטערסאנטע בליק אויף ביידען... און יא כ'קען מיר נאר זעהן שטימען פאר ביידען איבער עני אנדערע דעמעקראט וואס לויפט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:59 pm

איבער טראמפ מיינסטו צו זאגן?
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:20 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איבער טראמפ מיינסטו צו זאגן?

ניין!
איבער אלע אנדערע דעמאקראטען.

עז אוו נאו באקומט טראמפ מיין לעווער, ביזדערווייל קוק איך אויף פאליסי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:26 pm

פארשטאנען, מ'דארף טאקע נישט מדקדק זיין יעדע ווארט, כ'האב נאר געפרעגט ווייל כ'האב נישט געכאפט וואס דו מיינסט "נאר", האב איך געטראכט דו מיינסט "נאר" פאר ביידן העסטו שטימען איבער טראמפ.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מאי 03, 2019 9:43 am

@מטעמים, שיין!
--

סננ האט אינטערעסאנטע רעזולטאטן פון העד-טו-העד פארמעסטן. לויט זייער אנקעטע איז בעטא גאר די שטערקסטע קעגן טראמפ...

בעטא העכער טראמפ מיט 10%
בערני און ביידן העכער אים מיט 6%
העריס העכער 4%
בוטאידזשאידזש מיט 3%
ווארען אונטער אים מיט 1%...

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » פרייטאג מאי 03, 2019 11:56 am

הערליך שיין מטעמים! זייער קלאר געשריבן, א סעמפל פון א ניק מיט א שכל הישר אינאיינעם מיט א גוטע פעדער!

ביידן קוקט מיר א טראפ אויס ווי א זייער א אומזיכערער מענטש מיט זיך צו פאסן באשליסן, אנגעהויבן נאך פון זיין זיין אנטקעגן די מיסיע פון כאפן בין לאדין, ביזן נישט נעמען די מוט אריינצושפרינגען אין די 2016 פארמעסט און ארומקעקעצן מיטן אריינשפרינגן יעצט אין די 2020 פארמעסט.

אגב, ביידן אויב געלונגט אים צו ווערן פרעזידענט וועט באמת זיין אדאנק פוטין! וויפיל מאל ביידן האט נאר פראבירט צו לויפן פאר פרעזידענט איז ער קיינמאל נישט אנגעקומען ווייטער ווי זשיליבראנד יעצט, אבאמא וואלט אים אונטער נארמאלע אומשטענדן קיינמאל נישט אויסגעקליבן אלץ וויצע ווען נישט פונקט דעמאלסט האט פוטין אינוואדירט גרוזיע און אויסערן פאליטיקס האט אויף איינמאל פארנומען א אויבן אן און אבאמא אלץ א פרישער רויער פאליטישאן האט געוואלט זיך ארומנעמען מיט איינעם וואס איז א עקספערט אין דעם פעלד.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מאי 03, 2019 2:24 pm

ברעיקינג: דע בלאזיא איז אין.

#23...
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג מאי 03, 2019 2:37 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: דע בלאזיא איז אין.

#23...

פאריקטע חברה זיי. מ'שיסט זיך אליין אין פיס, איך מיין זיי זאלן האבן נאך 400 קאנדידאטן אזוי גייט עס א דעמעקראט זיכער מאכן קעגן טראמפ.

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 03, 2019 2:48 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: דע בלאזיא איז אין.

#23...

גלייך אריינגעגאנגען, נישט קודם געפענט אן עקספלאריטירי קאמיטע? (מיינט בעצם די זעלבע זאך)
...
די בלאזיא און אסאך נאך, איז נאר וועגן די וויצע.
און כ'בין זיכער ס'דא אסאך וואס ווייסן אז זיי גייען וויצע אויך נישט באקומען נאר פאר נעים רעגאגנישען, האסט אמאל געהערט פון באטיגעזש, גאבארד, היקענלופער, יענג, וכו' וכו', זעלבע זאך ווי ארורק און עיברעמס, מ'דארף נאר אנציען ביז צום ערשטע דיבעיט.

כ'מיין ס'נישט דא מער ווי זיבן אכט קאנדידאטן, וואס זענען ערנסט דא פארן נאמינעישאן.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג מאי 03, 2019 2:51 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: דע בלאזיא איז אין.

#23...


איך כאפ נישט די דזשאוק

איי מיען סיריעסלי וואס וויל ער דא?

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » פרייטאג מאי 03, 2019 3:48 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: דע בלאזיא איז אין.

#23...


ווי זאגט יארמע רב, אין מאנסי בארגט מען מיר נישט ווייל מען קען מיר יא!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מאי 03, 2019 4:46 pm

בוטאידזשאידזש האט היינט דערגרייכט א מיליאן נאכפאלגער אויף טוויטער.

א טשאַרט פון זיינע צאל פאולאוערס, די פינטל איז זיין סננ טאון האול...
צוגעלייגטע
D5qA8CnWwAIEtuI.jpeg
D5qA8CnWwAIEtuI.jpeg (39.98 KiB) געזעהן 612 מאל

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » זונטאג מאי 05, 2019 4:44 pm

אמביציע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: דע בלאזיא איז אין.

#23...

פאריקטע חברה זיי. מ'שיסט זיך אליין אין פיס, איך מיין זיי זאלן האבן נאך 400 קאנדידאטן אזוי גייט עס א דעמעקראט זיכער מאכן קעגן טראמפ.


נענסי פעלאויסי און די עסטעבלישמענט וואלטן געקענט באשטיין נאך 20 סאשעליסט דעמאקרעטס זאלן אריינשפרינגען,

עס צושפליטערט די לינקע פליגל פונם פארטיי בעת ווען די מעסיגע פליגל איז פאראייניגט אונטער ביידן.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג מאי 05, 2019 5:11 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: דע בלאזיא איז אין.

#23...

זיינע נאענטע לייקענען די באריכטן אז ער איז באשלאסן

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מאנטאג מאי 06, 2019 9:44 am

עפעס א גרופע אנגעפירט דורך מארקא ראביאו סטראגיסטען.
צוגעלייגטע
Screenshot_20190506-094258_Gallery.jpg
Screenshot_20190506-094258_Gallery.jpg (226.63 KiB) געזעהן 350 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Belz123, private, טעאריע וואס לעבט, קליינקעפיק און 46 געסט