דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אפריל 07, 2019 9:10 pm

א דאנק איש האשכולות!

ביים עולם דא זעה איך אז ביידען האט געסקאורט פוינטס מיט זיין איבערבעטן ווידיאו, ביי מיר איז עס א סימן פון גרויס שוואכקייט, עס זעהט מיר אויס ווי ער איז ארום גענימען מיט א באנדע טייערע פאליטישע סטראטעגיסטען, די זעלבע וואס האבען געהאלפען קלינטאן פארלירען.

די דעמאקראטישע סטראטעגיסטען זענען ארויס פון בארירונג פון די אלגעמיינע באפעלקערונג און זיי זיכען צו פערפעקטען זיין אימעדזש ביי די ליבעראלע זענען זיי צוריק געגאנגען און געעפענט א אלטע מעשה פון קלעירענס טאמענס אלעס כדאי צו פערפעקטען זיין אימעדזש, מען לאזט נישט ביידען זיין אריגינעל, די ״איינציגסטע״ מעלה פון ביידען איז זיין ארגינעלקייט.

אויב גייט ער ווייטער פאלגען די פאנדיטס גייט ער נישט מצליח זיין בדרך הטבע ווייל פון די יונגע מילעניעלס איז דא גענוג לויפערס, ביידען דארף מען זיין זיידע פעיס און זיין היסטאריע פון פייטען פאר יעדע דעמאקראטישע פאליסי און זיין גוט מיט די אנדערע פארטיי ווי למשל מקעין.

לאמיר זעהן צו ער קען זיך נאך צוריק כאפען נאך די היקאופס.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אפריל 07, 2019 9:16 pm

די סומאטוכע ארום ביידען צייגט איין זאך. אז די בערניסטן האבן אים פיינט שנאת מות!

נאך א זאך. ביידען קוקט אויס פארשטייט גאר גוט אז צו געווינען מיז ער זיך אהערשטעלן אלטס א פראגרעסיווער קאנדידאט. די פראבלעם איז אז ער איז נישט! ווייט נישט!

און לויט 2016, און לויט די בלופרינט לע״ע קוקט אויס אז דאס גייט בעיסיקלי זיין די פייט די נעקסטע 2 יאר. די פארטיי גייט צוטיילט ווערן צווישן סענדערס און ביידען, און מעגליך פילפאכיג שטערקער ווי אין 2016!
די קראך פון די פיקל.. יוי..

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג אפריל 07, 2019 9:24 pm

מטעמים, דו לייגסט עס אראפ ווי א סתירה, איך פארשטיי אז מקען האבן ביידע סיי די ארגינעלקייט און סיי זיך קענען אנטשולדיגן פאר א מענטש און אים אזוי אפהרגנן מיט מיתת נשיקה

טראמפ'ס גרעסטע חסרון לענ"ד ביים קאמפיינען (נישט כאפן ביים ווארט ביטע) איז אז למשל ווען ער האט זיך פארררעדט וועגן דעיוויד דיוק האט זיך דאס לאנד איבערגעקערט מיט זיין יא/נישט פארדאמען דראמא, פארוואס קענסטו נישט זאגן קלאר איך שאקל מיך אפ פון דעם ראסיסט? (איך נעם נישט פון דעם ארויס אז ער איז יא א ראסיסט, דאס איז קרעפ פון די מידיע, איך רעד נאר פון די איגאו פוינט וואס רופט זיך אויף לשון קודש גאוה)

באדעם ליין מקען זיין נאטירליך ווי טראמפ און רעדן צום אלגעמיינעם בירגער נישט הילערי סטייל, אבער נאכאלץ זיין א לייט און נישט פאנטשן רעכטס און לינקס ווען מיט א קליינע בייג קענסטעס איינשפארן.

דיינע אנאליזן זענען זייער שיין און צום פוינט שכח!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אפריל 07, 2019 9:55 pm

ביידען איז ווי טשאדעלע זאגט נישט קיין פראגרעסיוו, איך קען נישט גלייבען אז די עכטע פראגרעסיווס וועלן זיך באגענוגען מיט א ביידען אלס א פוירסט טשויס, עס איז אביסעל האשאד אויף זיין צייט פרובירען צו מאכען זיין קעיס אז ער איז א פראגרעסיוו.

איך פרוביר צו טרעפן חילוקום פון א בערני סאושעליסט און א היינטיגע פראגרעסיוו, עס איז דא א סך חילוקים און עס זעהט אויס ווי בעטא ארורק האמערט עס נאך די בעסטע אויס, ער קומט כסדר אויף מיט נייע פראגרעסיווע פאליסיס וואס עס קומט זיך אים גרויס קרעדיט פאר דעם, ער האט אנגעפאנגען מיטען שטעלן א קאמיטע צו שטודירען ראסע און די מיר אויך מאוומענט, עס איז אינטערסאנט ווי דער טעקסעס בעטא קען לויפען אויף אזא פראגרעסיווע פאליסי ליין, ווען ער דערציילט דאס אלעס פאר א האלב יאר צוריק וואלט ער נישט געהאט קיין מנין וואוטערס אין טעקסעס.

קהל עדתינו, עס איז נישט קיין חסרון אז ביידען האט זיך אנטשולדיגט אבער די מצב ארום די אנטשולדיגען איז שוין א חסרון, די עקסטערע ווידיאו און דאס אז עס איז געווארען די נייעס פונעם טאג, קען אנגעקוקט ווערן ווי שוואכקייט, על כל פנים ביי מיר ווייזט עס שוואכקייט.

טענקס פאר די קאמפלימענט.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אפריל 07, 2019 10:01 pm

עמערסאן האט אויך געפרעגט וועגן די אלגעמיינע וואלן אין מעסעטשוסעטס.

איך ברענג עס אין די פריימערי אשכול, ווייל אין די דזשענערעל איז מעסעטשוסעטס אירעלעווענט.

IMG_20190407_215729.jpg
טראמפ ווס די דעמאקראטן
IMG_20190407_215729.jpg (45.81 KiB) געזעהן 1351 מאל


לויט די אנקעטע אין ווארן'ס מעסעטשוסעטס איז זי באמת נישט קיין גוטע דזשענערעל עלעקשן קאנדידאט.

קלינטאן האט עס געווינען מיט 27.2% 60.0 קעגן 32.8.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

פאולס

תגובהדורך yes yes » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:16 am

איך זעה אז קיינער האט נאך נישט אויפגעברענגט דא די נושא
אז מען קוקט נאך די פאולס פין די לעצטע 2 חדשים איז אינטערסאנט צי זעהן אז קיינער אבער קיינער חוץ דער 37 יעריגער וואס איך געדענג יעצט נישט זיין נאמען האט נישט געהאט קיין מאוומענט אין די פאולס ביידען שטייט ביי 30 סענדערס 20/22 העריס 10 ארוק איז געווען ביי 8 אין געפאלען צי 6 אין צירוק געגאנגען צי 8 ווארען 6 בוקער 4 עמי 2/3 אין די רעסט 1 אדער ווייניגער
וואס איז פשט?
דא קען מען אריינלערנען די פשעטל אז ביידען'ס שטיצער זענען אין אמת'ען אריין נישט אזוי שטארק פאר ביידען. וואס הייסט? אז זיין שטארקייט איז נאר ווייל ער האט די שטערקסטע נעים רעקעקנישען אין ממילא איז דא מענטשען וואס אנשטאט צי זאגען אז זיי זענען אימבאשלסען, אין ביידען איז ביי זיי בכלל נישט אפגעפרעגט זאגען זיי ביידען
יעצט לויט מיין מיינונג ווי לאנג ביידען גייט נישט זאגען צי ער לויפט אדער נישט גייען די מענטשען נישט באשליסען פאר וועם צי גיין אין די פאולס גייען זיך נישט ריקען
סוי כדי די ריכטיגע פריימעריס זאלן זיך אנהייבען מיזען מיר ווארטען אויף ביידען'ס באשליס
כנ"ל

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:21 am

מיין מיינוג איז פשוט, עס איז נאך פרי פאר מאוומענט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:14 pm

די אסאוסיעטעט פרעס (AP) האט דערקלערט דער ווערמאנט סענעטאר און סאוציעליסטישער פרעזידענטליכער קאנדידאט בערני סענדערס אלטס דער ״זיכערע פראנט ראנער״ אין די פריימעריס. נעמענדיג אין באטראכט פארשידענע סטאטיסטיקס אריינגערעכנט די אבנארמאלע הויכע פאנדרעיזינג ציפערן.

און דאס איז נאך ביפאר ביידען האט אפציעל אנאונסט אז ער לויפט, און ווי שוין געזאגט צען מאל גייען זיי זיך ווארשיינדליך רייסן ביי די קעפ און אזוי מאכן א גלייכע יחץ אויפן פארטיי.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:54 pm

זעה איך נאכנישט גערעדט וועגן דעם דא
2020 קאנדידאט אנדרע יענג האט א פלאן פון געבן יעדער העכער אכצן 1,000

ברענגט א ראיה פון אלעסקע וואו מען האט א ענליכע סיסטעם
איך פרוביר נישט צו גײַ אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 08, 2019 4:13 pm

עימי קלאובאשאר האט אויפגעטריבן 5.2 מיליאן אין די ערשטע 7 וואכן פון איר קאמפיין

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 08, 2019 4:28 pm

אין לויף פונעם גאנצן קווארטאל למספרם האט זי אויפגעטריבן 8 מיליאן דאלער

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג אפריל 08, 2019 5:04 pm

ביי וויפיל קאנדידאטן האלט מען יעצט וואס האבן שוין דערקלערט אדער כמעט דערקלערט אז זיי לויפן?

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אפריל 08, 2019 5:14 pm

גייט אנפאנגען אריין צו שפרינגען אסאך מער קאנדידאטן

די פאקט אז די דנס האט באשלאסן אז יעדער גייט זיין ביי די דעבעיט מאכט א גרויסע חילוק
איך פרוביר נישט צו גײַ אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אפריל 08, 2019 8:04 pm

א קאלאפארניע קאנגרעסמאן מיטן נאמען עריק סוואלוועל האט געמאלדן אז ער דזשוינט די רעיס פאר פרעזידענט.

פארוואס ער לויפט?.. זעצעך אויס זיין רבי האט אים געלערענט צו גיין מיטן שטראם..

עריק סוואלוועל;
קרעדיט - נגיד
צוגעלייגטע
3E65587F-8737-49F0-A615-018E37E3BA6F.jpeg
3E65587F-8737-49F0-A615-018E37E3BA6F.jpeg (40.68 KiB) געזעהן 920 מאל
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:05 am

די געוועזענע פרעזידענט באראק אבאמא האט צוויי טעג צוריק אין א רעדע אין בערלין געזאגט אז די דעמאקראטען דארפן אובאכט געבן נישט צו קריעטן א סירקולער פייערינג סקוואד, (א שיסער גרופע וואס גייט און רונדע אהין און צוריק צום שיסער) זאגנדיג אז די לעצטערע שארפע צוטיילונג צווישן די פראגרעסיוו'ס קען עווענטועל חרוב מאכן די גאנצע עפארד וואס זיי לייגן אריין צו קענען גיין פאראויס מיט זייער אגענדע. מי יתן והיה!

אגב ער האט גערעדט פון זיך נאך ערגער פון טראמפ.... ער האט אין די 90 מינוט'יגע רעדע גע'איך'ט און גע'מיך'ט ארום 392 מאל!
לעצט פאראכטן דורך פאראינטערסירט אום דינסטאג אפריל 09, 2019 12:27 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:13 am

ס׳וועט אים גארנישט העלפן סיי ווי.

דערווייל קוקט אויס האט ער זיך וואס צו זארגן.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:22 pm

.

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג אפריל 09, 2019 9:45 pm

בערני סאנדערס האט היינט געמאלדן אז ער גייט ארויסגעבן די לעצטע צען יאר טעקס ריטורנס ביי נעקסטע מאנטאג, נאכן באקומען קריטיק פארן עס נישט ארויסגעבן ביז יעצט
איך פרוביר נישט צו גײַ אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:23 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:בערני סאנדערס האט היינט געמאלדן אז ער גייט ארויסגעבן די לעצטע צען יאר טעקס ריטורנס ביי נעקסטע מאנטאג, נאכן באקומען קריטיק פארן עס נישט ארויסגעבן ביז יעצט


אין נאכן שימפפן און שוימען די לעצטע 60 יאר אקעגן ד מיליענעע'ס און ביליענעע'ס... האט בערני אנטפלעקט אז ער איז אויך געווארן לעצטנס א מיליענעע..
Earn 80,000 bonus points with Chase Ink Business Preferred

https://www.referyourchasecard.com/21/H86GFD4R4E

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:31 pm

עולם האמת האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:בערני סאנדערס האט היינט געמאלדן אז ער גייט ארויסגעבן די לעצטע צען יאר טעקס ריטורנס ביי נעקסטע מאנטאג, נאכן באקומען קריטיק פארן עס נישט ארויסגעבן ביז יעצט


אין נאכן שימפפן און שוימען די לעצטע 60 יאר אקעגן ד מיליענעע'ס און ביליענעע'ס... האט בערני אנטפלעקט אז ער איז אויך געווארן לעצטנס א מיליענעע..

שולץ האט קאמפיטישען?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:08 pm

ווארען האט אויפגעטריבן איבער 6 מיליאן דאלער אינעם פארלאפענעם קווארטאל למספרם
ארום 11 מליאן דאלער אין די באנק
28 עוורידזש ביישטייערונג
135 טויזנט ביישטייערער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 10, 2019 4:58 pm

בערני סאנדערס וועלכע האט נאך די וואך שטארק געצעגערט איבער די געדאנק פון עלימינירן די סענאט פיליבאסטער רול מיטן אויסרייד אז טראמפס שטיצע דערפאר צייגט אז מען דארף שטיין ווייט דערפון זאגט איצט אז אויב מעדיקעיר פאר אלע האט די שטיצע פון א מאיאריטעט סענאטארן שטיצט ער צו עלימינירן די פיליבאסטער עס דורכצופירן

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך אפריל 10, 2019 6:01 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:לויט מארנינג קאנסאלט פון מערץ 11 ביז מערץ 17:

ביידען 35%
בערני 27%
העריס 8%
בעטא 8%
ווארען 7%
בוקער 4%
קלאבוטשאר 2%
בוטיגייג 1%
קאסטרא 1%
דילאני 1%
גאבארד 1%
דזשיליבראנד 1%
היקנלופער 1%
אינסלי 1%
אנדערע 3%

זיבן קאנדידאטן ציען אן מער פון איין פראצענט, און נאך זיבן ציען אן פונקט איין פראצענט...

ביידען האט געכאפט א באמפ (מעגליך צוליב די ערווארטונג אז ער גייט אט אט מעלדן) און בעטא כמעט נישט, אין שלעכטע נייעס פאר בערני זאגן בעטא שטיצער אז זיי זענען ליבעראל (וואס מיינט אז פאטענציאל קען ער אנציען מער פון יענע לאגער), אבער פון די אנדערע זייט זאגן זיי אז זיי וואלטן ענדערש בעפארצוגט ביידען איבער בערני וואס דאס מיינט אז זיין שטיצע וואלט געווען ביי ביידען ווען נישט אים, פון די דריטע זייט איז אבער בעטא ארויף נאר איין פונקט סאו דערווייל איז עס נישט נוגע.

די טויש פון פאריגע וואך איז אז העריס איז אראפ דריי, ווארען און קלאבוטשאר איינס, ביידען איז ארויף פיר, און בעטא איינס (ווארענ'ס?).

די פינף פרויען אין די אנקעטע ציען אן בלויז א פיפטל, און די איבריגע זענען ביי די ניין מענער. די זיבן "ווייסע מענער" ציען אן א דריי פערטל צו בלויז א פערטל פאר די איבריגע זיבן...


נאך א וואך אריבער, און די וועכנטליכע מארנינג קאנסאלט גענומען פון מערץ 18 ביז מערץ 24:

ביידען 35%
בערני 25%
העריס 8%
בעטא 8%
ווארען 7%
בוקער 4%
קלאבוטשאר 2%
בוטיגייג 2%
קאסטרא 1%
דילאני 1%
גאבארד 1%
דזשיליבראנד 1%
היקנלופער 1%
אינסלי 1%
בולאק 1%
אנדערע 3%

דאסמאל איז שוין דא אן אכטע קאנדידאט וואס ציהט אן מער פון פראצענט, אקעגן די זיבן וואס ציען אן פונקט איין פראצענט...

די איינציגסטע טויש פון פאריגע וואך איז אז בערני איז געפאלן מיט צוויי, און וואו איז עס געגאנגען? בוטיגייג און בולאק זענען ארויף מיט איינס, אבער ס'איז מער מסתבר אז זיי זענען געגאנגען צו ביידען נאר ביידען האט דערלייגט איינס צו בוטיגייג און איינס צו בולאק.

די גרעסטע חידוש פאר מיר איז אז ביידענ'ס באמפ איז נישט גרעסער טראץ די שפאקולאציעס אז ער אנאנסירט אט און מיט עיברעמס גאר, אבער ווילאנג ער איז פאראויס מיט צען פונקטן פון זיין נאנטסטן קעגנער איז ער סייווי מסודר.

די צווייטע זאך אויף וואס מ'דארף קוקן איז בוטיגייג וואס איז די ערשטע נידריגע פראפייל קאנדידאט וואס איז ארויסגעקראכן פון די איין פראצענט איבערלאזענדיג זיבן קאנדידאטן אונטער אים און בלויז זעקס דערקלערטע קאנדידאטן העכער אים, ס'איז טאקע ארויסגעקומען א אייאווע אנקעטע וואס האט אים דארט ביים דריטן פלאץ, אבער גראדע לויט די מארנינג קאנסאלט אנקעטע אין פריע שטאטן פריימעריס ציהט ער נאך אלץ אן בלויז איין פראצענט.


די וועכנטליכע מארנינג קאנסאלט גענומען פון מערץ 25 ביז מערץ 31:

ביידען 33%
בערני 25%
העריס 8%
בעטא 8%
ווארען 7%
בוקער 4%
בוטיגייג 3%
קלאבוטשאר 2%
בולאק 1%
קאסטרא 1%
דילאני 1%
דזשיליבראנד 1%
גאבארד 1%
היקנלופער 1%
אינסלי 1%
אנדערע 3%

די איינציגסטע טויש פון א וואך פריער איז אז ביידען איז געפאלן מיט צוויי (די באשולדיגונגען קעגן אים זענען ארויסגעקומען איין טאג פאר די זיבן טאגיגע אנקעטע האט זיך געענדיגט) און אז בוטיגייג איז ארויף מיט איינס, מיט ביידען דארף מען ווארטן צו זען וואסערע השפעה די באשולדיגונגען גייען האבן אינעם לענגערן טערמין און ווי אויך זיין אנאנסירונג. בוטיגייג איז טאקע נאר געשטיגן מיט איין פונקט, אבער ער ציהט יעצט אן מיט 50% מער שטיצע ווי פאריגע וואך און דאס איז די צווייטע וואך אין א רייע וואס ער שטייגט אין די אנקעטעס און איז יעצט אונטער בלויז פינף דערקלערטע קאנדידאטן און העכער אכט. אויך איז זיין פעיווארעביליטי רעטינג געשטיגן מיט עלף פראצענט (לכאורה צוליב וואס מער מענטשן הערן פון אים) וואס ווי מארנינג ראנסאלט זאגט איז עס די גרעסטע שפרינג אין א וואך פאר א קאנדידאט זינט די אנהויב פונעם פארמעסט.

מיט מער דעקונג וואס ער באקומט ארויפקומענדיג שטערקער, און נאך די נעכטיגע נומערן פון פאנדרעיזינג אינעם ערשטן קווארטל וואס וויייזט אז ער האט א באזע אויכעט, הייבט עס אן אויסקוקן מער און מער אז ס'איז אים געלונגען ארויסצושטארן מער פון אסאך אנדערע מיט אן ענליכע אדער אפילו שטערקערע פראפייל ווי אים, הגם ס'איז נאך צו פרי צו זאגן אויב ער גייט אנהאלטן אדער איז בלויז א צל עובר (נישט אונזער צל...)


ביידען 32%
בערני 23%
העריס 9%
בעטא 8%
ווארען 7%
בוטיגייג 5%
בוקער 4%
קלאבוטשאר 2%
דזשיליבראנד 2%
קאסטרא 1%
גאבארד 1%
היקנלופער 1%
אינסלי 1%
דילאני 1%
בולאק 1%
יענג 1%
רייען 1%
אנדערע 2%

בערני איז געפאלן צוויי, ביידען איינס; בוטיגייג איז ארויף צוויי (ער איז שוין נומער זעקס פון אכצן קאנדידאטן), העריס, דזשיליבראנד, יענג, און רייען איינס. צוליב ראונדינג אישוס איז אבער נאך אלס דא 2% ביי אנדערע.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אפריל 10, 2019 7:22 pm

ווארען האט ריליעזט איר 2018 טעקס ריטורנס, ווייזענדיג א 900,000$ אינקאם איר סטעיטמענט,
I've put out eleven years of my tax returns because no one should ever have to guess who their elected officials are working for. Doing this should be law," Warren said.
איך פרוביר נישט צו גײַ אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אחד מהחבורה
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך אפריל 10, 2019 7:35 pm

קאליפארניע האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:בערני סאנדערס האט היינט געמאלדן אז ער גייט ארויסגעבן די לעצטע צען יאר טעקס ריטורנס ביי נעקסטע מאנטאג, נאכן באקומען קריטיק פארן עס נישט ארויסגעבן ביז יעצט


אין נאכן שימפפן און שוימען די לעצטע 60 יאר אקעגן ד מיליענעע'ס און ביליענעע'ס... האט בערני אנטפלעקט אז ער איז אויך געווארן לעצטנס א מיליענעע..

שולץ האט קאמפיטישען?

כ'האף אז בערני איז מקבל באהבה, די שלעכטע גזירה פין עשירות.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט