דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך אפריל 03, 2019 2:29 pm

צל עובר האט געשריבן:בערני סענדערס וועט האבן א פאקס ניוז טאון האל אפריל 15.

א קלוגער איד, ווייסט אז עס לוינט צו ברענגן די מעסעדזש צו וואס מער וויילער.

איך בין נייגעריג וואס וועט זיין די רעיטינגס.

עס קען אויך זיין א טעסט און א מעסעדזש פאר די DNC איבער א פאקס דיבעיט.

אויך געקלערט אז סאיז א קלוגע שריט, קלוגער איד לאל, זקן שקנה חכמה..

הבל בספר הקאקאש שלו ברענגט אז פערעז האט שוין מגיב געווען דערויף

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 03, 2019 2:47 pm

נישט באמערקט, לויף מיר ליינען דעם קאקאש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:38 pm

איי העוו גאט טו עדמיט

די ווידיאו וואס ביידען האט ארויסגעלייגט איז בריליאנט
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:42 pm

@טשאדעלע, ברענג אהער דעם קליפיטש.

עס איז אין א טוויט פון ביידן, און בכלל נישט אומאיידל. אבער קוק עס איבער אויב דו קלערסט אויך אז עס פאסט דא.

@עדתינו, יא די חברה זאגן אז פון דעם טוויט זעהט מען וואס פאר א מעכטיגע פאליטישען ער איז.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך אפריל 03, 2019 5:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:43 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איי העוו גאט טו עדמיט

די ווידיאו וואס ביידען האט ארויסגעלייגט איז בריליאנט

כאב עס נישט געזעהן אבער פון די העדליינס זעהט אויס ווי ער האט געהרגט די חברה מיט מיתת נשיקה.. אן אייזערנער פאליטישאן!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:55 pm

עס מיינט נישט אז עני ערנסטע אישו וואס וועט ארויפקומען וועט ער קענען הענדלען

נאר אז ווען ער הענדלט יא עפעס, איז עס דעליקאט, אויפריכטיג, און צום פינטל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:27 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בערני סענדערס וועט האבן א פאקס ניוז טאון האל אפריל 15.

א קלוגער איד, ווייסט אז עס לוינט צו ברענגן די מעסעדזש צו וואס מער וויילער.

איך בין נייגעריג וואס וועט זיין די רעיטינגס.

עס קען אויך זיין א טעסט און א מעסעדזש פאר די DNC איבער א פאקס דיבעיט.

אויך געקלערט אז סאיז א קלוגע שריט, קלוגער איד לאל, זקן שקנה חכמה..

הבל בספר הקאקאש שלו ברענגט אז פערעז האט שוין מגיב געווען דערויף

איינער וואס האלט אז די פארדארבענע דורכגעפאלענע סאציאליסטישע געדאנקען גאנג ארבעט, איז זייער ווייט פון קלוג
אז איינער וויל וויסן פארוואס וועל איך עם גערן מסביר זיין
איך פרוביר נישט צו גײַ אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:35 pm

דרך אגב, איך בין פאר ביידן
איך פרוביר נישט צו גײַ אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:36 pm

יש סמארט פאליסיס, ויש סמארט פאליטיקס.

אין דעם אשכול רעדט מען בעיקר פון פאליטיקס.

-----

האקט, איך שטיץ אויך ביידן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:36 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בערני סענדערס וועט האבן א פאקס ניוז טאון האל אפריל 15.

א קלוגער איד, ווייסט אז עס לוינט צו ברענגן די מעסעדזש צו וואס מער וויילער.

איך בין נייגעריג וואס וועט זיין די רעיטינגס.

עס קען אויך זיין א טעסט און א מעסעדזש פאר די DNC איבער א פאקס דיבעיט.

אויך געקלערט אז סאיז א קלוגע שריט, קלוגער איד לאל, זקן שקנה חכמה..

הבל בספר הקאקאש שלו ברענגט אז פערעז האט שוין מגיב געווען דערויף

איינער וואס האלט אז די פארדארבענע דורכגעפאלענע סאציאליסטישע געדאנקען גאנג ארבעט, איז זייער ווייט פון קלוג
אז איינער וויל וויסן פארוואס וועל איך עם גערן מסביר זיין

אן אריינגיין אין א לענגערע שמועס איז בכלליות נישט מוכרח אז א שוטה קען נישט אמאל טון א קלוגע זאך

לעצם הענין איז דא עטליכע לשונות ווי חכמה בינה דעת שכל וכו' יעדע זאך האט זיינע גדרים איך בין נישט איבערצייגט אז בערל קוואליפיצירט נישט פאר קיין איינס פון זיי

אגב טראמפ רופט אים אויך נישט סטופיד בערני נאר קרעיזי...

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך אפריל 03, 2019 7:07 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בערני סענדערס וועט האבן א פאקס ניוז טאון האל אפריל 15.

א קלוגער איד, ווייסט אז עס לוינט צו ברענגן די מעסעדזש צו וואס מער וויילער.

איך בין נייגעריג וואס וועט זיין די רעיטינגס.

עס קען אויך זיין א טעסט און א מעסעדזש פאר די DNC איבער א פאקס דיבעיט.

אויך געקלערט אז סאיז א קלוגע שריט, קלוגער איד לאל, זקן שקנה חכמה..

הבל בספר הקאקאש שלו ברענגט אז פערעז האט שוין מגיב געווען דערויף

איינער וואס האלט אז די פארדארבענע דורכגעפאלענע סאציאליסטישע געדאנקען גאנג ארבעט, איז זייער ווייט פון קלוג
אז איינער וויל וויסן פארוואס וועל איך עם גערן מסביר זיין


יא איך וויל וויסן, זיי ביטע מסביר (אפשר אין א ספעציעל דעזיגנירטע אשכול פאר דעם).
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:20 pm

איך האלט שוין לאנג אז א קאנטראווערסיע, אויב ווייסט מען וויאזוי עס צו באהאנדלען, קען מען אויסקוועטשן פארן אייגענעם בענעפיט, און אויב איז מען נאך קלוגער קען מען גאר עס אויסדרייען אלס שטעקן קעגן די שונאים און זיי מאכן קניען פאר דיר.

דאס איז פון היינט, נאכפאלגענדיג ביידנס ווידיא
צוגעלייגטע
20190403_211837.png
20190403_211837.png (340.68 KiB) געזעהן 989 מאל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:55 pm

ביידען איז מענטש!
ער אנטשולדיגט זיך אופסס... נישט ממש אנטשולדיגונג נאר אנערקענונג, און ער נעמט זיך פאר.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

mosha g
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

תגובהדורך mosha g » מיטוואך אפריל 03, 2019 10:47 pm

Wow wow דער ביידען איז פיין!

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אפריל 03, 2019 11:15 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בערני סענדערס וועט האבן א פאקס ניוז טאון האל אפריל 15.

א קלוגער איד, ווייסט אז עס לוינט צו ברענגן די מעסעדזש צו וואס מער וויילער.

איך בין נייגעריג וואס וועט זיין די רעיטינגס.

עס קען אויך זיין א טעסט און א מעסעדזש פאר די DNC איבער א פאקס דיבעיט.

אויך געקלערט אז סאיז א קלוגע שריט, קלוגער איד לאל, זקן שקנה חכמה..

הבל בספר הקאקאש שלו ברענגט אז פערעז האט שוין מגיב געווען דערויף

איינער וואס האלט אז די פארדארבענע דורכגעפאלענע סאציאליסטישע געדאנקען גאנג ארבעט, איז זייער ווייט פון קלוג
אז איינער וויל וויסן פארוואס וועל איך עם גערן מסביר זיין


יא איך וויל וויסן, זיי ביטע מסביר (אפשר אין א ספעציעל דעזיגנירטע אשכול פאר דעם).

איך גיי נישט דא יעצט אריינגיין מער באריכות וועגן דעם נושא און אויסשמועסן יעדע פוינט אבער איך האף יא צו שרייבן מער וועגן דעם ווייל דאס איז מסתם די איינציגסטע פאליסי וואס איך פארשטיי נישט וואס די אנדערע זייט טראכט אבער לאמיר פרובירן
איז אזוי: איך האב צוויי פראבלעמען מיט סאציאליזם
1)אפילו עס ארבעט זיך יא אויס אז יעדער ווערט אייניג איז עס זייער נישט יושר'דיג
2) און די עיקר עס ארבעט נישט פארוואס:
פאר'ן ברענגן ראיות פון אנדערע לענדער לאמיר נוצן די אייגענע שכל
א.ערשטענס די גאנצע געדאנק פון סאציאליזם איז געבויט אז די רייכע האבן געלט אזוי קען מען זיי טעקסען 90% און געבן פאר די ארימע איז פארוואס זאל א רייכע פראפעסאר למשל וואס די געלט קומט זיי נישט אן אזוי גרינג ווי מען מאכט עס, וועלן זיצן און ארבעטן און פרובירן אויסגעפונען ווי מען מאכט דעס און דעס, ווען אין די פאלטיקל וועלט מאכט מען פון אים פאטאש, און מאכט אים צרות פארן חטא פון זיין פון טאפ 1%, און זיין געלט גייט פארן ארימען דראג אדעקטיוו וואס האט גארנישט געטון פאר זיין לעבן, און באקומט אלעס פון די געווארמענט ווען ער זיצט מיטן פיס ארויף, אלא מאי וואס טוט ער ער סטאפט, נו אז עס איז נישט דא פון וואו צו נעמען ווי אזוי געבט מען, קען יעצט געשען איינע פון די צוויי זאכן אדער בלייבט מען דעמאקרטיש און מען צווינגט גארנישט, און דעמאָלטס קוקט מען אויס ווי גריכנלאנד, אדער פאנגט די גאווערמענט אן צו צווינגען צי בלייבן ארבעטן און דעמאָלטס ווערט אטאמאטיש א רעזשים, איז בעסיקלי אנשטאט געבן קלעסעס צו ווערן אויס דראג אדעקטיוו, און געבן הילף פאר small business, און זיי ארויף הייבן, מאכט מען די רייכע, ארים.
דעס איז חוץ פון דעם וואס לאמיר זאגן ס'ארבעט יא שטימט עס נישט מיט די פונדאמענטן פון ליבערטי און דעמאקראטיע.
שוין דאס איז פאר יעצט.
איך פרוביר נישט צו גײַ אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 8:31 pm

@יש ברירה איך וואלט געוואלט וויסן וואס זעסטו אין בעטא, חוץ אויב ביסט שוין געווארן איבערגערעדט צו די ליבעראלע אידעלאגיע, אבער אויב דו שטייסט נאך ביי דיין אלטע שטארק קאנסערוואטיווע מיינונג
און די ווילסט נאר ארויסזען דעם קו, פערד, אקס'דיגע טראמפ פון זיין יעצטיגע שטאל -אזוי ווי מיך-וואלט איך געראטן ביידן, ער האט עקספיריענס,איך עגרי טאקע נישט מיט די עקספיריענס אבער כאטשיג ווייסט ער ווי אזוי צו הענדלען עפעס, און וועט נישט גיין אין פייער און וואסער פאר אסאך צידרייטע ליבעראלע שיטות וואס אנדערע וואלטן יא-אינקלודינג בעטא-. און ער האט די בלו קאלער- מישיגען, וויסקאנסין, פענסילוועניע, אפשר אויך Ohio and iowa- אויך נישט צו לינק פאר פלארידע. נאכאמאל דעס איז נאר אויב ביסט נאך נישט געווארן איבערגערעדט צו די דעמאקראטישע שיטות, וואס פארשטייט זיך בעטא איז סאך מער ליבעראל.

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 9:53 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איך גיי נישט דא יעצט אריינגיין מער באריכות וועגן דעם נושא און אויסשמועסן יעדע פוינט אבער איך האף יא צו שרייבן מער וועגן דעם ווייל דאס איז מסתם די איינציגסטע פאליסי וואס איך פארשטיי נישט וואס די אנדערע זייט טראכט אבער לאמיר פרובירן
איז אזוי: איך האב צוויי פראבלעמען מיט סאציאליזם
1)אפילו עס ארבעט זיך יא אויס אז יעדער ווערט אייניג איז עס זייער נישט יושר'דיג
2) און די עיקר עס ארבעט נישט פארוואס:
פאר'ן ברענגן ראיות פון אנדערע לענדער לאמיר נוצן די אייגענע שכל
א.ערשטענס די גאנצע געדאנק פון סאציאליזם איז געבויט אז די רייכע האבן געלט אזוי קען מען זיי טעקסען 90% און געבן פאר די ארימע איז פארוואס זאל א רייכע פראפעסאר למשל וואס די געלט קומט זיי נישט אן אזוי גרינג ווי מען מאכט עס, וועלן זיצן און ארבעטן און פרובירן אויסגעפונען ווי מען מאכט דעס און דעס, ווען אין די פאלטיקל וועלט מאכט מען פון אים פאטאש, און מאכט אים צרות פארן חטא פון זיין פון טאפ 1%, און זיין געלט גייט פארן ארימען דראג אדעקטיוו וואס האט גארנישט געטון פאר זיין לעבן, און באקומט אלעס פון די געווארמענט ווען ער זיצט מיטן פיס ארויף, אלא מאי וואס טוט ער ער סטאפט, נו אז עס איז נישט דא פון וואו צו נעמען ווי אזוי געבט מען, קען יעצט געשען איינע פון די צוויי זאכן אדער בלייבט מען דעמאקרטיש און מען צווינגט גארנישט, און דעמאָלטס קוקט מען אויס ווי גריכנלאנד, אדער פאנגט די גאווערמענט אן צו צווינגען צי בלייבן ארבעטן און דעמאָלטס ווערט אטאמאטיש א רעזשים, איז בעסיקלי אנשטאט געבן קלעסעס צו ווערן אויס דראג אדעקטיוו, און געבן הילף פאר small business, און זיי ארויף הייבן, מאכט מען די רייכע, ארים.
דעס איז חוץ פון דעם וואס לאמיר זאגן ס'ארבעט יא שטימט עס נישט מיט די פונדאמענטן פון ליבערטי און דעמאקראטיע.
שוין דאס איז פאר יעצט.


איך זעה אז מ'דארף טאקע עפענען אן אשכול איבער סאציאליזם.

אונטער סאציאליזם איז נישטא קיין 90% טעקס אויף פראפעסארן וואס ערפינדן זאכן, אונטער סאציאליזם גייט נישט דאס געלט פאר מענטשן וואס ארבעטן נישט, און סאציאליזם איז בכלל נישט געמאכט אז יעדער זאל ווערן אייניג.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג אפריל 05, 2019 6:01 pm

2020 פרעזידענטליכע קאנדידאטנקע ווארען האט היינט צופרי געזאגט אז זי שטיצט צו ענדיגן אינגאנצן די פליבאסטער ראל, זייענדיג די ערשטע 2020 קאנדידאט צו זאגן אזוי, מאכנדיג די סענאט ראלס אן ערנסטע אישו אין די פריימעריס.
איך פרוביר נישט צו גײַ אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אפריל 07, 2019 2:44 am

און קיין אישו אין די זשענעראל, אמער, ביידע קאנדידאטן זענען דאך אין שטיצע עס צו עלימינירן
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג אפריל 07, 2019 10:50 am

די בלאזיא פלאנט טאקע אריינצוטאנצן אונעם פארמעסט?

ווער וועט (נישט) קער נעמען פון אונזער לאקאלע פראבלעמען?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג אפריל 07, 2019 2:29 pm

דעבלאזיא'ס אוידיענץ געוואקסן מיט עטליכע טויזנט פראצענט!

נאך וואס אין ניו העמשיר האט דעבלאזיא באוויזן צו האבן גאנצע 6 מענטשן ביי זיינס א מעגליכע-קאמפיין אויפטריט, האט ער אין נעוואדא איצט געהאט אן אוידיענץ פון.. 120 מענטשן!!

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג אפריל 07, 2019 6:52 pm

קאנגרעסמאן טים רייען פון אָהייאָ האט דאנערשטאג געמאלדן אַז ער איז לויפט פאַר פּרעזידענט - די נייעסטע נאָמען אין אַ וואקסענדע 2020 פעלד פון דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן. שבת האט ער אפיציעל געעפנט זיין פּרעזידענטליכע קאמפיין, מיט'ן רופן פאַר אחדות און אטאקירענדיג וואָס ער זעהט אלס אַ פאַלשע אַלטערנאַטיוו פארגעלייגט דורך אנדערע פּאליטיקאנטן.

דער מעסיגע דעמאָקראַט, שטעלט זיך אהער אלס אַ קאַנדידאַט וואס קענען פאַראייניגן די פּראָגרעסיווע פליגל פון די דעמאָקראַטישע פארטיי מיט די טיפישער ארבעט'ס-קלאַס וויילער, און גייט אריין אין אַ פעלד וואָס איז מערסטענס דאמינירט דורך שטארק פּראָגרעסיווע קאנדידאטן. רייען, אַ געוועזענער "פּראָ-לייף" שטיצער, האט איבערגעדרייט זיין שטעלונג איבער אַבאָרציע, ווען ער איז געווארן מער ליבעראל איבער די יאָרן.

"מיר האָבן פּאליטיקאנטן און פירער אין אַמעריקע היינט וואָס זוכן אונז צו צוטיילן, זיי ווילן אונז אריילייגן אין איין קעסטל אָדער אין די אנדערע", האט ער געזאגט פאר די מאַסן פון בערך 350. "איר קענט היינט נישט זיין פאַר ביזנעס און פאַר די אַרבעטער; איר קענט נישט זיין פאַר גרעניץ זיכערהייט און אימיגראַציע רעפאָרם; איר קענט נישט זיין פאַר שטעט און דאָרפישע אַמעריקע, איר קענען נישט זיין פאַר די צפון און די דרום, איר קענען נישט זיין פאַר מענער און פרויען. איך בין מיד צו מוזן קלויבן".
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

פארקלאצט
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:22 am

תגובהדורך פארקלאצט » זונטאג אפריל 07, 2019 7:15 pm

2020 Massachusetts poll
Emerson Polling
Sanders 26
Biden 23
Warren 14
Buttigieg 11

Emerson polled 371 likely Democratic primary voters in the state between April 4 and April 7. The margin of error for the sample is 5 percentage points.

https://thehill.com/homenews/campaign/4 ... usetts?amp

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אפריל 07, 2019 8:04 pm

געהערט היינט דעם אינדיאנא מעיאר באטיגעזש רעדן, ער רעדט זייער שכלדיג אבער האט נישט קיין מעיזשער פלענער, ער איז א הארווארד גראדואירטער און א מלחמה וועטעראן, ער איז 37 יאר אלט, א פיקטשער פערפעקט קאנדידאט און איינער וואס קען רעיזען געלטער אויך.

איך בין באאיינדרוקט געווארען פון אים איבער איין זאך וואס ער האט אנגעמערקט וואס איך האלט אז דאס איז די מערסט דעמעזשינג פוינט אויף די פרעזידענט, עס איז די רעטאריק פון די פרעזידענט וואס איז באמת שלעכט, זיינע ווערטער ברענגען אז געוויסע משוגעים נעמען זיך די רעכט פאראויס צו שטופען זייערע אנטיסעמיטישע אגענדעס און טראלען ארים מיט זייער קאנספירעסיס איך האב עס געוויסט אין 2016 אבער עס איגנארירט ווייל די אויפשאקלונג אין וואשינגטאן איז מיר געוועהן סך וויכטיגער יענע צייט.

איך האלט אז די פלארידע באמבע שיקער אפאר טאג צו די וואלען האט היבש געשאדט די טראמפ מעסעדזש, און עס האט געפרופט אז דאס וואס די דעמאקראטען שרייען שוין הילפסלאז פאר א לאנגע צייט אז די פרעזידענט זייעט אן פראבלעמאטישע מענטשען צו גיין צו די נעקסטע לעוועל איז א א פאקט וואס טאר נישט איגנארירט ווערן, איך זאג נישט אז דאס דארף אים דיסקוואליפיצירען פון זיין פרעזידענט און איך האלט אויך נישט אז דער פרעזידענט איז א ראסיסט אדער א אנטיסעמיט, עס איז אבער דא עפעס אין זיינע ווערטער וואס ברענגט ארויס א סאב קאנטשעס מעסעדזש פון ווייאלענס.

אויב די מעסעדזש פון די דעמאקראט וועט זיין אויף די אישו אליינס קען יענער געווינען, ווייל די משוגענע ליבעראלע וועלט האט דאך פיינט טראמפ ממילא, די קאנסערוואטיווע וועלט האט אין זיך א מאיאראטעט פון פאמיליע מיינדעד מענטשען ווי ווייאלענס און מיאוסע רעטאריק איז שטארק אראפ געקוקט און פארהאסט.

אויב אבער וויל דער דעמאקראט גיין קעגן טראמפ אויף פאליסי גייט עס זיין א יושרדיגע פארמעסט וואס וואלט געוועהן היסטאריש זייט די לעצטע פאר פארמעסטען איז געגאנגען אויף ווער קען גיין מער שמוציג און נידריג.

אויב וועט עס אבער זיין איבער ראשע קעלוזשען און טעקס ריטוירן גייט טראמפ געווינען אזוי מין בגדול אזוי אז ער ווער יעדען טאג טוויטען, העי איך האב געווינען די פאפולערע וואוט אויך פע פע פע.

עס איז זייער שווער צו כאפען ווי די דעמאקראטישע בעיס איז היינט צוטאגס, כאטש 40% איז אזוי ליבעראל געשטומט אז ווי מער צו לינקס דער געווינט נישט קיין חילוק צו יענער איז א זכר א נקבה אדער גאר א טומטום און עס זעהט אויב ווי קאליר און אפשטאם מאכט אויך נישט קיין חילוק, עס איז די פריאריטעט פון ״איך אויך״ און מער לינקס, עס איז נישט דא קיין אפציעס.

האפענטליך וועלן די דעמאקראטען ארויס פיקען א עכט געלונגענע קאנדידאט וואס זאל עס מאכען פאר א אינטערסאנטע פארמעסט ווי פרישע געדאנקען און נייע היסטאריעס ווערן באשאפען.

איך האב לכתחילה זייער שטארק אוועק געמאכט בעטא פון טעקסעס ווייל איך האב געהאלטען אז א לוזער קען נישט צוריק קומען אין געווינען ספעציעל נישט א פרעזידענטשעל עלעקשאן, אבער אדערווייל זעהט אויס ווי די דעמאקראטישע פארטיי זיכט נאר לוזערס אז זיי ווילען אפילו צוריק ברענגען סטעיסי עברעימס - נאך א לוזער - (א לוזער אין 2018 ווערט פאר מיר גערעכנט ווי א דאפעלטע לוזער זייט עס איז געוועהן א דעמאקראטישע יאר אין יעדע הינזיכט)

עס טו טאוזענט ענד עיטינט זיך נישט אזוי, עס געשעהט נישט יעדע יאר אזאנע מיד טוירמס, אויב זיי זיכען איין גרעסערע לוזער זאלען זיי זיכען קלינטאן אין די וועלדער פון וועסטשעסטער.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג אפריל 07, 2019 8:06 pm

אוואו איז דער לייק קנעפל?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim און 21 געסט