דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

דזשאן דילעיני, איינע פין די גאר שוואכע קאנדידאטען וואס האבען שוין געמאלדען אז ער לויפט פאר פרעזידענט, האט געהאט א אינטעוויא נעכטען,
זאגט ער דארט אז די ערשטע 100 טעג פין אפיס (????) גייט ער נאר דארעך שטופען ביי פארטיזען ביל'ס
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

איך האב נישט געפלאנט אריינצוקומען יעדער שני וחמישי און נאכאמאל קלארשטעלן מיין מיינונג איבער בעטא ארורק
אבער ווען איך זע א געוואלד מיט תגובות איבער אים און מען רעדט ניטאמאל פון בעטא'ס שטארקייטן, איז כדאי נאכאמאל צו דערמאנען

בעטא'ס שטארקקייט איז זיין כאריזמע, ענערגיע, אין פאקט, עס איז געווען צענדליגע קאנדידאטן אין 2018 און בעטא האט ארויסגעשיינט צווישן זיי, וואס האט זיך אנגעזען אויף די פרייע פרעס קאווערעדזש, (אגב טראמפ'ס אייגענער שטארקייט) און אויף די מאסן געלטער וואס איז געפלאסן צו זיין קאמפיין און אן אננעמען קארפארעיט מאני

יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג ווי הויך בעטא גייט אנקומען, (דער האט אסאך שוואכקייטן אויך) אבער מאך דיר לכה"פ וויסנדיג פון זיין כאראטער און צו נישט קיין פאראלעל צו 2012 ווי קיין איינע פון יענע קאנדידאטן קומט נישט צו קיין פערטל צו בעטא'ס כאריזמע און ענערגיע

פאר א סיבה האט אים אן אייאווע דעמאקראט אים אנגערופן "באראק קענעדי"
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

אמת'ע פוינט, מענטשן פארזעהן די שטארקייט פון איינעם וואס אפיעלט צום אלגעמיינעם אמעריקאנער (פיפל בלעז) דאס איז טראמפ'ס שטארקייט געווען און אבאמא'ס אויך

אודאי איז עס נישט נאר דאס אבער סאיז א רעלעוואנט פעקטאר אין א רעיס
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

@אין כל חדש, זיייער א גוטע פוינט,און דאס איז די סיבה פארוואס ער איז שטערקער ווי אנדערע אין די רעיס,
אבער ער האט האט א שוואכקייט וואס טראמפ און אבאמא האבן נישט געהאט, וואס רופט זיך דערהייבן פערזענליכע דרוק,
וואס מען האט עס טאקע געזעהן פון די 2018 וואלן סעזאן.
איך ווייס נישט וואס
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

דאס קען מען זיך אויסלערנען גאנץ שנעל דאס איז נישט קיין חסרון כלפי די מעלה פון וואס מרעדט

אחוץ אויב זיין נישט דערהייבן איז צוליב זיין נישט קלוגשאפט וואס אויב יא איז דאס דער חסרון
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@אין כל חדש, איך זאג נישט בעטא האט כאריזמע, אבער דו געדענקסט נאך וואס איז געשען מיט סקאט וואקער ווען ער איז אנגעקומען אויף די ביג סטעידזש.

חוץ מזה זיין נישט האבן עדווייזערס מיט פאולסטערס איז טעריבל.

אבער עס איז קלאר אז ער האט א טשענס צו געווינען, אבער ער איז כלל נישט פראנטראנער.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

צל עובר האט געשריבן:@אין כל חדש, איך זאג נישט בעטא האט כאריזמע, אבער דו געדענקסט נאך וואס איז געשען מיט סקאט וואקער ווען ער איז אנגעקומען אויף די ביג סטעידזש.

חוץ מזה זיין נישט האבן עדווייזערס מיט פאולסטערס איז טעריבל.

אבער עס איז קלאר אז ער האט א טשענס צו געווינען, אבער ער איז כלל נישט פראנטראנער.

שוין ווייטער מיט די פאראלעל
וואקער האט נישט גענאסן פון די שטיצע ביי די מאסן אלס א פערזענליכער כאראקטער
ער איז געווארן א העלד צוליב זיינע פאליסיס

איך וועל נאכאמאל איבערשרייבן וואס איך האב געשריבן אפאר וואכן צוריק, אבער מיט מער אריכות
איינע פון די שטערקסטע חידושים אין פאליטיק וואס איך לערן מיר מער און מער מיט יעדע פארמעסט, איז די געדאנק פון "טעפלאן" קאנדידאטן וויאזוי מען רופט עס (דאס הייסט אז סקאנדאלן קלעבן נישט)
דאס האט מען קלאר מיטגעהאלטן אין 2008 ווען יעדער איז געווען זיכער אז די מעכטיגע קלינטאן מאשין וועט צומאלן דעם אינגן אבאמאן מיט זיינע צווייפלהאפטיגע פארבינדעטע
דאס האט מען קלאר מיטגעהאלטן אין 2016 ווען יעדער איז געווען זיכער אז די מעכטיגע קלינטאן מאשין וועט צומאלן דעם משוגענעם טראמפ

נו וואס איז טאקע דער הסבר? פארוואס אויף דזשאן קערי און מיט ראמני האט יא געקלעבט אטאקעס און אויף אבאמא און טראמפ נישט?? (און אויף א געוויסע פארנעם סענדערס)

אז דו ווילסט הערן צו וואס איך בין צוגעקומען, איז אזוי
עס איז דא קאנדידאטן וואס רעדן גראד צום הארץ פונעם וויילער, אויף אזא פאל, אינטערסירט נישט פארן וויילער די עבר עתיד הוה פונעם קאנדידאט, דער קאנדידאט איז זיין פלעיוואר טעיסט און ער האלט זיך מיט אים
ווערסוס א קאנדידאט וואס פארקויפט שיינע לאגישע הסברים פארוואס ער איז די מערסטע קוואליציפירט צו פירן דאס לאנד, וואס אין אזא פאל, די סעקונדע וואס א סקאנדאל קומט ארויס, זאגט דער וויילער אדעתא דהכי לא נדרנא, ביסט אפשא קוואליציפירט צו זיין פרעזידענט אבער איך שטים נישט פאר א סקאנדיליעזער קאנדידאט, טרעף אנדערע

ביי בעטא אין טעקסעס האסט עס געקענט זען, זיינע וויילער זענען געווען ענטוזיאסטיש פאר אים, איך האב נישט קיין אנונג צו ער האט געווינען אדער מיאוס פארלוירן די דעבאטעס, צו ער קען יא אדער ער קען נישט דערהייבן פערזענליכע דרוק, די פאקט איז, זיינע וויילער זענען געגאנגען אין פייער פאר אים, און ער האט טאקע אנגעצויגן זייער שיין, און מען קען זאגן העכער די ערווארטונגען,
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@אין כל חדש, אמת, אבער פאר די דעבאטעס איז ער געשטיגן אין די אנקעטעס, און נאכדעם איז ער צוריקגעפאלן.

באט עניוועי, איך הער די טעפלאן סברה, בד"וו, איך מיין מען האט עס בעיקר גענוצט אויף ביל קלינטאן, וואס האט געהאט שרעקליכע סקאנדאלן נאך פאר ער איז געלאפן די ערשטע מאל.

בד"וו, קענעדי אליינס האט קוים אויסגעקוועטשט א פיצי און אפשר אפילו גע'גנב'טע זיג קעגן ניקסאן אין 1960.

----------------------------

איך האלט אז די כוליען קאסטרא ראן איז ממש א ישועה פאר ביידן ווערסוס בעטא, ווייל ביידן'ס וויכטיגסטע מארקס זענען לפענ"ד אזוי.

מסדר זיין קלאבאשער און אביסל בערני אין אייאווע.

מסדר זיין בערני און אויך ווארן אין ניו העמשיר.

נישט חרוב גיין אין נעוואדע.

מסדר זיין בוקער אין סאוט קארעליינע.

נאכדעם קומט סופער טוסדעי, דעמאלטסט איז דער עיקר

מסדר זיין העריס אין קאליפארניע.

מסדר זיין בעטא אין טעקסאס.

סוי די קאליפארניע חלק האב איך געקלערט אז מיט הילף פון די אנדערע דעמאקראטן אין קאליפארניע ברויך מען קענען שטעלן העריס אין פלאץ, נאכדערצו מיט די שטארקע פיינשטיין אינדארסמענט, וואס נאך פאר ביידן לויפט האט זי נישט בלויז געהעריג אפיציעל אינדארסט ביידן, נאר נאך ארויסגעברענגט אז העריס איז נישט גוט אויך, נאכדעם רעכן איך אז דזשערי בראון וועט אויך העלפן.

משא"כ אין טעקסאס, האט מען דאך נישט קיין איין דעמאקראט וועס קען העלפן סעטלן בעטא, קיינער איז דארט נישט קיין נאמבער קעגן אים, האבעך געקלערט אז מען וועט טאקע מוזן זיך ארומשלאגן מיט בעטא אין די קומענדיגע סטעיטס, ביז מען וועט האפענטליך געווינען.

אבער משא"כ יעצט אז קאסטרא לויפט, קען ער צונעמען פון בעטא די טעקסאס לאטינאוס, די ביסל ווארקינג קלאס ווייסע דעמאקראטן מיט עסטעבלישמענט ווייסע ברויך ביידן צו קענען נעמען, בעטא איז געווען שוואכער ווי אנדערע דעמאקראטן די יאר אין רוב ליידיגע ווייסע קאונטיס, אין טעקסאס איז אויך גאר אסאך פראצענט פון די דעמאקראטן דארט שווארצע, וואס ביידן קען אויך געווינען, סוי בלייבט בעטא בלויז מיט די מילעניעלס און ליבערלס, קאן ביידן אויסקוועטשן א זיג דארט. אויב עס געלונגט טאקע ענדיגט זיך די פריימערי דעמאלטס.

-----------------------

איך וויל אויך אויסשמועסן נאך א פוינט, איך פלעג האלטן אז עס בעלאנגט נישט זיך טענה'ן איבער טשענסעס קעגן טראמפ אין דעם אשכול, אבער איך האב איינגעזען אז איך בין נישט גערעכט, ווייל למעשה איז עלעקטעביליטי א גרויס חלק פון די פריימערי די יאר, און א טראמפיסט האט אויך די רעכט צו האבן א מיינונג, פונקט ווי יעדן איינעם, ווער עס איז מער עלעקטיבל.

נאר וואס דען, דאס איז איין קאנדידאט לגבי דעם צווייטן ווער עס קען גרינגער באזיגן טראמפ. אבער פון אייך, די וואס האלטן אז טראמפ וועט עניוועי געווינען, בעט איך, ביטע נישט פלעין שרייבן למשל אויף ביידן, אז טראמפ וועט אים עניוועי באזיגן נאכן אראפרייסן, דאס קומט נישט אריין, ווייל דאס האלטסטו דאך אויף בעטא מיט העריס אויך. איך בעט ענק ווען דו ווילסט שרייבן וועגן עלעקטעביליטי, טראכט וועם דו האלטסט אז טראמפ וועט גרינגער באזיגן, נישט וועם ער וועט, נאר וועם דו האלטסט אז ער וועט גרינגער מסדר זיין, דאס מיינט עלעקטעביליטי.

למשל א דוגמא וואס נישט.
דעמעקראטן נויטיגען זיך אין א ערענסטע ישועה דערווייל,נישטא קיין איין קאנדידאט
וואס רופט ארויס עכטע עקסייטמענט. ביידן, איז גאר אפגעריבן און אפגעוועטשט, גייט נישט
כאפן די יונגעלייטלעך פונעם היינטיגען דור.
ווידעראום ארוק, איז א לופט באלון וואס גייט לכאורה קראכן.בכלל האלט איך אז ער קען זיך נישט
אויפשטעלן קעגן דעם בולדאוזער טראמפ,ער וואלט ארויסגעקומען א צוקלאפטער.
מיין איך אז דעס מאל העלן זיי מוזען בארגן פון די רעפובלעקאנער א קאנדידאט......


אדער דאס, ער רעדט גראדע פון בעטא,

איך האלט אז ער וועט פארלירן צו טראמפ מיט זיין עלעקטיביליטי אינאיינעם

איך געדענק נאך הילערי אין 2015



דאס בעלאנגט אדער אין די אלגעמיינע וואלן אדער אין די צענטראלע וואלן.

משא"כ אזוי ווי @קאנסילמאן למשל, צו @פעיק ניוז, דאס קומט אריין זייער קלאר.

אדער דאס,

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:בעטא איז לדעתי א טויטע טשיקן. כ׳האלט ער האט ניטאמאל פעטענצואל צו ווערן די דעמעקראטישע נאמאני. פארוואס כ׳האלט אזוי? ווייל ער פארקויפט גארנישט. סימפל.


ער רעדט אויך פון די פריימערי, אבער אפילו ווען עס איז לגבי די וואלן קומט עס אויך אריין, נישט קיין חילוק אויב אנטיניסטן האלטן אויך אזוי.

ישר כח פון פאראויס.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יאנואר 14, 2019 4:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@אין כל חדש איך בין מיט דיר, ופשוט הוא, פארדעם האט טראמפ געוואונען, אבער עס מוז אויך זיין אז די פאליסיס וואס ער שלאגט פאר זאלן אויך זיין נאנט צום הארץ פונעם בירגער און נישט נאר זיין שפראך און נאטור.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די אסאוסיעדעט פרעס ווייסט צו פארציילן אז ניו יארקער סענעטאר דזשיליברענד קלערט אריינצוטאנצן אינעם 2020 פארמעסט.
רשעות קאלטע סעלצער
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

צל עובר האט געשריבן:אמת, אבער פאר די דעבאטעס איז ער געשטיגן אין די אנקעטעס, און נאכדעם איז ער צוריקגעפאלן.

באט עניוועי, איך הער די טעפלאן סברה, בד"וו, איך מיין מען האט עס בעיקר גענוצט אויף ביל קלינטאן, וואס האט געהאט שרעקליכע סקאנדאלן נאך פאר ער איז געלאפן די ערשטע מאל.

אויך איינע פון די זאכן אויף וואס יעך בין געווען מחולק, דורכאויס דעם קאמפיין
בעטא איז אייביג געשטאנען בעסער אין אנליין אנקעטעס, סא ווען די אנליין אנקעטעס זענען ארויסגעקומען, האט יעדער געשריגן קוק ער רוקט זיך ארויף
אפאר וואכן דערויף ווען די לייוו טעלעפאן אנקעטעס זענען ערשינען, האט יעדער געשריגן קוק ער פאלט
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

פעיק נוז האט געשריבן:@אין כל חדש איך בין מיט דיר, ופשוט הוא, פארדעם האט טראמפ געוואונען, אבער עס מוז אויך זיין אז די פאליסיס וואס ער שלאגט פאר זאלן אויך זיין נאנט צום הארץ פונעם בירגער און נישט נאר זיין שפראך און נאטור.

עגרי,
אבער עס איז וויכטיג צו באטאנען אז ביי א טראמפ סטיל קאנדידאט טראגט פאליסיס א שטערקערע געוויכט ווי ביי אן אבאמא סטיל קאנדידאט
ווייל ביי טראמפ איז עס דווקא זיין פאפוליסטישער שפראך און פאליסיס וואס האט אים קאנעקטעד צו זיינע שטיצער
ביי אנדערע ווי אבאמא קענעדי איז עס געווען די עצם כאראקטער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ריכטיג, און בעטאו גייט אריין אין די לעצטע קאטעגאריע.

און נאכמער, קענעדי ווייס איך נישט אבער אבאמא איז געקומען מיט מער ליבעראלע פאליסיס און מיט צוזאג פאר טשעינדזש אויף פארשידענע פראנטן, ווערסוס קלינטאן וואס איז נישט געקומען מיט קיין גרויסע חידושים, זי איז געווען א טיפיקל עסטאבלישמענט קאנדידאט, ממילא האבן זיינע פאליסיס יא געשפילט א היבשע ראלע חוץ זיין שפראך און כאריזמע,

משא"כ בעטאו, איז היי יאר דא פילע קאנדידאטן וואס קומען מיט די זעלבע שטארק ליבעראלע איידיעס, סאו וואס מאכט בעטאו שטערקער ווי די אנדערע? זיין כאריזמע און זיין שפראך וואס קאנעקטעד צום עולם, ממילא איז ער נישט געבויעט מיט אזעלכע שטארקע יסודות ווי טראמפ אין 16 אדער אפי' ווי אבאמא 08. ממילא קען ער פונקט אזוי שנעל צעבלאזן ווערן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

@אין איך עגרי מיט דיר 100 %

אבער וואס זאגסטו גייט געשען ווען עס גייט זיין טראמפ ווערסוס בעטאו וואס ביי ביידע כאפט נישט קיין סקאנדאלן........ דא לכוארה ווענד זיך שוין יא זייער שטארק אין פאליסיס
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

שליו ודגים האט געשריבן:@אין איך עגרי מיט דיר 100 %

אבער וואס זאגסטו גייט געשען ווען עס גייט זיין טראמפ ווערסוס בעטאו וואס ביי ביידע כאפט נישט קיין סקאנדאלן........ דא לכוארה ווענד זיך שוין יא זייער שטארק אין פאליסיס

לעניות דעתי??
גייט טראמפ אריין אלס א שטארקע אנדערדאג, ווייל אין 2016 האט ער קוים קוים מיט צרות ארויסגעקוועטשט א זיג, (ער איז געווען איין פערצענט אדער ווייניגער אין די סטעיטס וואס האבן אים געגעבן 270 עלעקטארעלס) און ער האט נישט באוויזן לויט וויאזוי עס שיינט, צו אויסברייטערן זיין שטיצע (דערווייל)
סוי אויב האט ער קעגן זיך א כאריזמאטישער קאנדידאט פונקט די היפך פון קלינטאן, האט ער א שווערן פעלד
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

זאגסט א פוינט

אבער געדענק אז טראמפ קומט אריין מיט צויי ענדווענטיטזשעס מער ווי 16 איינס אז מ'קוקט אים שוין נישט אן ווי איינער וואס קען נישט געווינען און צווייטנס אז ער האט פאקטיש געטון אסאך פאר זיינע סופארטער
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

צל

ווען איך האב געשריבן אז ער וועט פארלירן צו טראמפ האב איך געסטרעסט א פוינט וואס איז שטארק רעלעוואנט אין די פריימעריס

די פוינט איז אז אויב די סיבה פארוואס דו שטיצט איינעם איז צוליב זיין מעגליכקייט צו באזיגן טראמפ דארפסטו נעמען אין באטראכט אז וואס קוקט דיר יעצט אויס עלעקטעבל וועט זיך שטארק טוישן איינמאל ער לויפט קעגן טראמפ ממילא האלט דיין קאפ אויפן פלאץ און זוך איינעם וואס קען באמת באזיגן טראמפ וואס לענ"ד איז דאס בערני ענדערש ווי ביידען מהאי טעמא

דאס האב איך געוואלט ארויסברענגן מיט הילערי 2015 וואס איך מיין איר עגריעט אז ביידען וואלט געווען שטערקער אין 16 ווי הילערי טראצדעם ווא סזי איז געווען אין 15 מער עלעקטעבל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אה, האבעך נישט געוואוסט אז עס קעגן אנדערע קאנדידאטן.

סוי, וואס מאכט אייך טראכטן, איך רעד לויט די שיטה אז טראמפ האט די עביליטי אריינצולייגן קעגנער אין גארבידזש, אז בערני קען ער נישט?

וואס איז די יוחס מיט בערני?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בערני האט א געוויסע נאטורליכקייט און ארגינעלקייט וואס קיינער האט נישט, וואס איז אויך געווען איינע פון טראמפ'ס מעלות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און בעטא?

ער רעדט פון בעטא.

און בד"וו, ביידן האט דאס אויך.

איך בין נייגעריג פארוואס בערני וועט ער נישט באגראבן און די אנדערע צוויי יא.

----------------------

פאליטיקא באריכטעד אז בערני סענדערס האט שוין געלאקט זיין דידזשיטעל טיעם פון 2016.

דאס הייסט אז ער קלערט צו לויפן.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

צל עובר האט געשריבן:און בעטא?

ער רעדט פון בעטא.

און בד"וו, ביידן האט דאס אויך.

איך האב גערעדט פון ביידען נישט פון בעטא

בערני איז מער אפיעלינג צום אלגעמיינעם בירגער ממילא וועט טראמפ אים נישט אזוי שטארק שעדיגן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בערני גאר. בעיסד אויף?

משא"כ ביידן. בעיסד אויף?

אבער גוט צו וויסן אז איך האב א טעות געהאט ווען איך האב געמיינט אז מען רעדט פון בעטא.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אין כל חדש האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:@אין איך עגרי מיט דיר 100 %

אבער וואס זאגסטו גייט געשען ווען עס גייט זיין טראמפ ווערסוס בעטאו וואס ביי ביידע כאפט נישט קיין סקאנדאלן........ דא לכוארה ווענד זיך שוין יא זייער שטארק אין פאליסיס

לעניות דעתי??
גייט טראמפ אריין אלס א שטארקע אנדערדאג, ווייל אין 2016 האט ער קוים קוים מיט צרות ארויסגעקוועטשט א זיג, (ער איז געווען איין פערצענט אדער ווייניגער אין די סטעיטס וואס האבן אים געגעבן 270 עלעקטארעלס) און ער האט נישט באוויזן לויט וויאזוי עס שיינט, צו אויסברייטערן זיין שטיצע (דערווייל)
סוי אויב האט ער קעגן זיך א כאריזמאטישער קאנדידאט פונקט די היפך פון קלינטאן, האט ער א שווערן פעלד

לענ"ד האט טראמפ יא אויסגעברייטערט זיין פיעלד. ער לויפט ווידער אויף די זעלבע פאלעסיס אן טוישן זיין דעה, ער האט אויסגעפירט א גרויס חלק וואס ער האט געזאגט און וועט קומען מיט פרישע גאונות און חידושים דאסמאל. אין אנדערע ווערטער האט ער נישט פארלוירן קיין פינטל פון זיין באזע, זיי וועלן נאך ארויסקומען שטערקער דאסמאל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

עלעקטעביליטי קעגן טראמפ איז ממש נישט מעגליך פאראויס צו שאצן וויל מען ווייסט נאכנישט וועלכע צונאמען ער גייט האבן פאר יעדן איינעם און צי ס'גייט קלעבן. זיין שטארקייט פאר זיך איז אויך נישט שייך צו שאצן ערשטענס ווייל אזא צייט ווי יעצט איז בכלל נאך זייער פרי אין פאליטיק צווייטענס ווייל אין טראמפ'ס צייטן דרייען זיך זאכן שנעלער ווי געווענליך דריטנס ווייל אויב זעהט ער אז די מצב איז צרות קען ער אין די לעצטע מינוט טון אזעלכע ווילדע זאכן וואס קיינער וואלט זיך נישט געוואגט צו טון ווי למשל ערלויבן ארינצוברענגען מעדיצינען פון אויסלאנד, פייערן יעדן איינעם פון געוויסע דעפארטמענטס און זאגן אז דערמיט דרעינט ער די סוואמפ, מאכן שלום מיט איראן (פארוואס נישט?) באמבאדירן ווענעזועלע, פארדאנען טויזענטער מענטשן אויפאמאל, און בעליוו מי ער האט אסאך בעסערע איידיעס ווי מיר.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

צל עובר האט געשריבן:איך האלט אז די כוליען קאסטרא ראן איז ממש א ישועה פאר ביידן ווערסוס בעטא, ווייל ביידן'ס וויכטיגסטע מארקס זענען לפענ"ד אזוי.

מסדר זיין קלאבאשער און אביסל בערני אין אייאווע.

מסדר זיין בערני און אויך ווארן אין ניו העמשיר.

נישט חרוב גיין אין נעוואדע.

מסדר זיין בוקער אין סאוט קארעליינע.

נאכדעם קומט סופער טוסדעי, דעמאלטסט איז דער עיקר

מסדר זיין העריס אין קאליפארניע.

מסדר זיין בעטא אין טעקסאס.

סוי די קאליפארניע חלק האב איך געקלערט אז מיט הילף פון די אנדערע דעמאקראטן אין קאליפארניע ברויך מען קענען שטעלן העריס אין פלאץ, נאכדערצו מיט די שטארקע פיינשטיין אינדארסמענט, וואס נאך פאר ביידן לויפט האט זי נישט בלויז געהעריג אפיציעל אינדארסט ביידן, נאר נאך ארויסגעברענגט אז העריס איז נישט גוט אויך, נאכדעם רעכן איך אז דזשערי בראון וועט אויך העלפן.

משא"כ אין טעקסאס, האט מען דאך נישט קיין איין דעמאקראט וועס קען העלפן סעטלן בעטא, קיינער איז דארט נישט קיין נאמבער קעגן אים, האבעך געקלערט אז מען וועט טאקע מוזן זיך ארומשלאגן מיט בעטא אין די קומענדיגע סטעיטס, ביז מען וועט האפענטליך געווינען.

אבער משא"כ יעצט אז קאסטרא לויפט, קען ער צונעמען פון בעטא די טעקסאס לאטינאוס, די ביסל ווארקינג קלאס ווייסע דעמאקראטן מיט עסטעבלישמענט ווייסע ברויך ביידן צו קענען נעמען, בעטא איז געווען שוואכער ווי אנדערע דעמאקראטן די יאר אין רוב ליידיגע ווייסע קאונטיס, אין טעקסאס איז אויך גאר אסאך פראצענט פון די דעמאקראטן דארט שווארצע, וואס ביידן קען אויך געווינען, סוי בלייבט בעטא בלויז מיט די מילעניעלס און ליבערלס, קאן ביידן אויסקוועטשן א זיג דארט. אויב עס געלונגט טאקע ענדיגט זיך די פריימערי דעמאלטס.

דאס איז אלעס טאמער קאסטרא ציעט אן ביז טעקסאס, וואס אויב ציעט ער אן ביז טעקסאס איז ער גאר א שטארקע קאנדידאט (אין 2016 אויף די רעפובליקאנער זייט, איז דאכצעך איבערגעבליבן בלויז 4 פון 17 קאנדידאטן ביים טעקסאס פריימערי)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”