דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

פלאן צו קענסלען אדער אפשטופן דעם גרויסן נאציאנאלן קאנווענשאן...

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג מארטש 24, 2020 7:50 am

די דעמאקראטישע פארטיי פירער זאגן אז דערווייל האבן זיי בכלל נישט אין פלאן צו קענסלען אדער אפשטופן דעם גרויסן נאציאנאלן קאנווענשאן וואו זיי וועלן קרוינען און נאמינירן א פרעזידענט קאנדידאט צו לויפן קעגן פרעזידענט טראמפ. דער קאנווענשאן איז געסקעדזשועלט פארצוקומען יולי 13 אין מילוואקי, וויסקאנסין און די זארג ביי פילע איז אז מ'וועט עס מוזן קענסלען אין די לעצטע מינוט צוליב דער פארשפרייטונג פונעם קאראנא ווירוס. די רעפובליקאנער האבן א שטיקל אויבערהאנט, ווייל זייער קאנווענשאן איז ערשט ענדע אוגוסט.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מארטש 24, 2020 6:41 pm

9 דעמאקראטישע פריימעריס וואס זענען דערווייל אפגעשטופט צוליב די קאראונע אויסברוך.

OH: March 17 to June 2
GA: March 24 to May 19
PR: March 29 to April 26
LA: April 4 to June 20
RI: April 28 to June 2
MD: April 28 to June 2
CT: April 28 to June 2
IN: May 5 to June 2
KY: May 19 to June 23

---
כוועל נישט זיין שאקט אז ניו יארק וועט אויך אפרוקן די פריימעריס.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 1:51 pm

ביידען גייט הואסטען אן העפפי האער היינט נאכט מיט אינגע אמעריקאנער.

IMG_20200325_134805.jpg
IMG_20200325_134805.jpg (145.88 KiB) געזעהן 743 מאל

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג מארטש 27, 2020 9:32 am

דזשים דאויעל געוועזענער גאווערנער פון וויסקאנסין, אינדארסירט דזשאו ביידען

Screenshot_20200327-093021.png
Screenshot_20200327-093021.png (647.24 KiB) געזעהן 562 מאל

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 12:08 pm

ברעיקינג

דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנווענשן איז געווארן אפגעשטיפט פון יולי צו אויגוסט, גיבנדיג נאך א חודש פאר ביידען און סאנדערס זיך צו שלאגן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 12:12 pm

איך האב א פילינג אז די גאנצע עלעקשאנס וועט ווערן אפגעשטופט.
'קאנספיראציע' אין לשה"ק ווערט אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 6:55 pm

עפעס א קאורט קומט פאר אויב מ'זאל אפשטופון די וויסקאנסין פריימערי וואס דארף פארקומען קומענדיגע דינסטאג

די דעמאקראטישער גאווערנאר און די רעפובליקאנע לעגוסלאטיווע פירער ווילן עס בשום אופן נישט אפשטופן

אנדערע גרופעס (אריינגערעכנט בערני סאנדערס...) ווילן אז מ'זאל עס אפשטופן

א ריכטער האט נעכטן אויסגעזען אז ער איז נוטה צו פסק'ען אז עס זאל פאראויסגיין ווי געפלאנט
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » פרייטאג אפריל 03, 2020 10:45 am

עס א שטיקל באלאגאן אין וויסקאנסען, די ריכטער האט געאורטיילט אז די וואלן קענען ווייטער אנגיין, אבער מען מוז אננעמען אבסענטי בעללעטס בוז די 13׳טע (די וואלן זענען אויף די 7׳טע), דאס איז א גרויסע פראבלעם, ווייל די וויסקאנסען סופרים קארט רעיס גייט לכאורה זיין זייער שמאל, (די סופרים קארט האט 7 זיצן, און די ליבעראלען זוכן צוצנעמען איין זיץ פון די קאנסערוויטיווען, די קאנסערוויטיווען האבן א 5-2 מערהייט) אויב די אויסגאנג וועט זיין שמאל, וועט זיך אנפאנגען א געיעג נאך אבסענטיי בעללעטס וועלעכע זענען נאך נישט אריינגעשיקט געווארען. יעצט זוכט מען אז מען זאל באהאלטען די רעזולטאטן ביז די 13׳טע.

נאך א פראבלעם, אסאך שטעט האבן ווייניג שטים פלעצער למשל Waukesha city וואס האט 70 טויזענט איינוואוינער, האט בלויז 1 שטים פלאץ אפען, זיי האבן נישט גענוג ארבייטער צו עפנען נאך.

אוועטאר
Mister
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re:

תגובהדורך Mister » פרייטאג אפריל 03, 2020 10:52 am

Waukesha האט געשריבן:עס א שטיקל באלאגאן אין וויסקאנסען, די ריכטער האט געאורטיילט אז די וואלן קענען ווייטער אנגיין, אבער מען מוז אננעמען אבסענטי בעללעטס בוז די 13׳טע (די וואלן זענען אויף די 7׳טע), דאס איז א גרויסע פראבלעם, ווייל די וויסקאנסען סופרים קארט רעיס גייט לכאורה זיין זייער שמאל, (די סופרים קארט האט 7 זיצן, און די ליבעראלען זוכן צוצנעמען איין זיץ פון די קאנסערוויטיווען, די קאנסערוויטיווען האבן א 5-2 מערהייט) אויב די אויסגאנג וועט זיין שמאל, וועט זיך אנפאנגען א געיעג נאך אבסענטיי בעללעטס וועלעכע זענען נאך נישט אריינגעשיקט געווארען. יעצט זוכט מען אז מען זאל באהאלטען די רעזולטאטן ביז די 13׳טע.

נאך א פראבלעם, אסאך שטעט האבן ווייניג שטים פלעצער למשל Waukesha city וואס האט 70 טויזענט איינוואוינער, האט בלויז 1 שטים פלאץ אפען, זיי האבן נישט גענוג ארבייטער צו עפנען נאך.

אװאדע װייסטע װאס סטיט זיך אין דיין היימשטאט (Waukesha) .... :smile:

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג אפריל 06, 2020 6:20 pm

וויסקאנסין. אין א דראמאטישער שריט האט דער גאווערנער היינט געקענסלט די אלעקשאנס וואס האבן געזאלט פארקומען מארגן. דאס איז גאר נאנט און לעצט מינוטיג, אריינווארפענדיג דערמיט די פריימעריס און נאך 4 טויזענט לאקאלע אלעקשאנס אין כאאס.


דער סופרים קאורט אין וויסקאנסין האט אין די מינוטען געבלאקט די סטעי פונעם גאווערנער.

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג אפריל 06, 2020 8:59 pm

די US סופרים קארט האט זיך אויך אריינגעמישט, און געאורטיילט אז טראץ דעם וואס מען האט פארלענגערט די דעדליין פאר אבסענטי בעללעטס בוז די 13טע מוזן זיי זיין פאסטמארקעד ביי די 7טע, דהיינו אז די בעלעט מוז זיין אין פאסט אפיס אויפן 7טן אבער האט צייט אנקומען צו די BOE בוז די 13טע

סיי די US סופרים קארט, און סיי די וויסקאנסין סופרים קארט אורטיילן זענען געווען צוטיילט אויף קאנסערוואטיוו - ליבעראל ליניעס, מיט די קאנסערוואטיוון געווינען ביידע. אויף די וויסקאנסין אורטייל האט געפעלט 1 judge, לכאורה דער וואס לויפט אין דער מארגענדיגען פארמעסט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, גוט פאריקט, לענדבסד און 90 געסט