דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 04, 2020 6:35 pm

נקדימון האט געשריבן:נייעס: סאנדערס יעצט ביי זיין פרעסס קאנפערענץ ווידערהאלט זיין שטעלונג אז "ווער עס קומט צום קאנווענשען מיט די מערסטע דעלעגאטן זאל זיין די נאמעני".

דאס מיינט אז ער וועט זיך מוזן ארויסציען ביז אפאר וואכן.

קוק אויף די בעטינג מארקעט, ביידן ליעדט איבעראל חוץ אין אײנס א האלב פון די זעקס פארמעסטן קומענדיגע וואך, איידעהא און וואשינגטאן, און נאכדעם בלויז ארעגאן.
20200304_183423.jpg
20200304_183423.jpg (194.54 KiB) געזעהן 1764 מאל


בערני וועט זיך אפשר קענען איינרעדן אז ער קען נאך דינייען ביידן פון א רוב, אזוי ווי ער האט זיך איינגערעדט פיר יאר צוריק, אבער ער וועט גאנץ אינגיכן וויסן אז קארנעקי מיט וואסערמאן קענען נאך אזוי רעכענען ווי אים, און עס איז אוממעגליך אז ער זאל נאך איבערנעמען ביידן אין דעלעגאטן.

אפילו אויב בערני וואלט יא געווינען די אלע סטעיטס אין די מידוועסט און אין די וועסט וואס מען האט ארגינעל געמיינט אז ער וועט, וואלט עס נישט געווען צו ברייט, און ער וואלט נישט געגעינט צופיל דעלעגאטן מער ווי ביידן דארט, משא'כ די דרום שטאטן און מיזורי און געוויסע אסעלע סטעיטס, וועט זיין א בלוטבאד נוסח קאראליינע.

-----------------

קריסטען סינעמע האט אינדארסט ביידן.

----------------

“A Washington Post statistical model suggests Biden won nearly 60 percent of voters who sat out the 2016 primary but cast ballots on Tuesday.” https://t.co/RuCxJ70kFY
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך מארטש 04, 2020 6:47 pm

יישר כח ׳צל׳ פאר דיינע באריכטן.

ווי האלט עס יעצט מיט די דעלעגעט ציילונג?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 04, 2020 6:50 pm

סאנדערס קאמפיין מעלדט זיי האבן אויפגעטריבן 5.5 מיליאן דאלער זינט נעכטן פון 220k דאנעישאנס.

נעכטן צופרי? נעכטן נאכט? ווייסעך נישט

---
דער ביידען קאמפיין ריפלייט אז זיי האבן אויפגעטריבן 7.1 מיליאן דאלער!

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 04, 2020 6:56 pm

ווי באריכטעט נעכטן איבער די לאנגע ליניעס אין טעקסאס, ספעציעל אין שטארק לאטינא/שווארץ באוואוינטע געגענטער

מענטשן זענען געשטאנען 6 שעה אין די ליינס! זיי האבן הערשט געוואוט אין די טיפע נאכט שטונדען.

פארפאלן, די אינוועסטמענט אין שווארצע האט זיך אויסגעצאלט פאר ביידען בגדול.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 04, 2020 8:33 pm

4 טעג צוריק איז נאך טאם סטייער געווען אין די פארמעסט...

וואס דא האט זיך אלץ אפגעטון!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 04, 2020 8:34 pm

וואסערמאן
The most impressive aspect of Biden's performance yesterday was its breadth: he won urban voters, upscale & middle-class suburban voters AND rural/Appalachian voters.

Just about the only places he didn't win were heavily Latino or progressive activist hotbeds like college towns.

און, אלע לאטינא סטעיטס חוץ ניו מעקסיקא און אריזאנע האבן שוין געשטימט, און ביידן איז נאך אלץ אין די ליעד.

נישט דא מער קיין שום דעמאגרעפיג, חוץ קאלידזש טאונס וואו בערני איז פאראויס.

איך זעה נישט אויף וואס מען בויעט אפילו אז בערני וועט געווינען וואשינגטאן ארעגאן און איידעהא, וועל מיר זעהן נעקסטע וואך.

----------------

Update: Warren allies have also been in talks with people in Biden’s camp about and endorsement if she drops. https://t.co/EGQvLRQPjq


דאס איז א אפדעיט אויף דעם
NEW: Top surrogates and allies of Elizabeth Warren and Bernie Sanders are discussing ways for their two camps to unite and push a common liberal agenda, with the expectation Warren is likely to leave the presidential race soon. From @AnnieLinskey @WaPoSean https://t.co/9K11rsrA7r


-----------

Inbox: in her endorsement of @JoeBiden, AZ Sen @kyrstensinema takes a swipe at @BernieSanders

"Vice President Biden is authentic, genuine, and has a track record of building bipartisan coalitions to achieve results. Not all candidates in this race represent those Arizona values” https://t.co/47W7gIqf4N

20200304_203946.jpg
20200304_203946.jpg (122.34 KiB) געזעהן 1609 מאל


-------------

זילבער
Primary model update tomorrow, not tonight. More coding work than we thought and we'd like to see one more night of returns from the mail states (CA/CO/UT).


איך שטעל מיך פאר אז ביידן'ס טשענסעס וועלן זיין זייער זייער הויעך, און בערני'ס, זייער זייער ווייניג.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6560
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

קודאס פאר צל עובר!!!

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מארטש 04, 2020 9:07 pm

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 5:22 pm
פארבינד זיך:
דורך צל עובר » מיטוואך יוני 27, 2018 7:09 pm
ביידען איז דא שטערקער ווי אלע פריערדיגע אנקעטעס, און איך גלייב אז קלינטאן ציפט אראפ אסאך מער פון ביידען ווי פון סענדערס, און זי וועט דאך זיכער נישט לויפן.

מען זעהט ווייטער אז אויב ביידען לויפט, און ער וועט לויפן אויב וועט ער א יאר ארום נאך זיין ביי די כוחות ווי יעצט, וועט ער אי"ה געווינען די פריימעריס, און מסתמא די גענעראלע וואלן און דעם עלעקטארעל קאלידזש אויך.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מארטש 04, 2020 9:44 pm

א גוט ווארט פון טאקער קארלסאן:

דזשאו ביידען האט געספענדט זיין גאנץ לעבן פרובירנדיג צו לויפן פאר פרעזידענט, יעצט אז ער איז שוין מצליח.... טו בעד אז ער איז נישט דאהי עס צו ענדזשויען....
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 04, 2020 9:51 pm

נקדימון האט געשריבן:נייעס: סאנדערס יעצט ביי זיין פרעסס קאנפערענץ ווידערהאלט זיין שטעלונג אז "ווער עס קומט צום קאנווענשען מיט די מערסטע דעלעגאטן זאל זיין די נאמעני".

*טעות.

סאנדערס האט געזאגט היינט פונקט דאס פארקערטע ווי ביים דעבאטע. היינט האט ער געזאגט אז "ווער עס האט די מערסטע וואוטס צום קאנווענשען זאל זיין דער נאמעני" . דאס איז פארקערט ווי ער האט געזאגט ביים דעבאטע אז ווער עס האט די מערסטע דעלעגאטן זאל זיין דער נאמעני.

#האנעסטבערני

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך מארטש 04, 2020 10:41 pm

בלומבערג האט פארשווענדעט 136 דאלאר פאר יעדע שטימע וואס ער האט באקומען...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 04, 2020 10:47 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:א גוט ווארט פון טאקער קארלסאן:

דזשאו ביידען האט געספענדט זיין גאנץ לעבן פרובירנדיג צו לויפן פאר פרעזידענט, יעצט אז ער איז שוין מצליח.... טו בעד אז ער איז נישט דאהי עס צו ענדזשויען....


:lol: :lol:

פלצתי.

---------------

קארטעז איז געווען אויף קואמא פריים טיים, און עס זעהט אויס אז זי איז אסאך מער פאר געווינען אין נאוועמבער, ווי פאר בערני, זי וועט קוקט אויס פולי שטיצן און קאמפיינען פאר ביידן אין די דזשענערעל.

קריס פרעגט איר טאקע די שאלה אז אויב עס איז א אונז קעגן זיי, פארוואס נישט מאכן א אייגענע פארטיי? זי ענטפערט זייער שטארק ווי א פארטייאישע דעמאקראט.

נאכדעם טענה'ט זי אז בערני האט א גרעסערע טשענס אין די מידוועסט קעגן טראמפ, און וועגן דעם דארף מען שטיצן בערני, קריס זאגט אז די עכטע פאול וועט זיין נעקסטע וואך ביי די מישיגען פריימערי.
“I hope just for the sake of the party overall that this does not get to a brokered convention," says Democratic Rep. Alexandria Ocasio-Cortez, a supporter of Bernie Sanders' campaign. "I think that hurts the nominee, whoever the nominee is." https://t.co/ot0LJtibKW https://t.co/eSoXfQzdZf


אויך טענה'ט זי אז ביידן האט נאר אווערפערפארמט, ווייל מען האט געהאט שוואכע עקספעקטעישענס, אמת טאקע אז מען האט געהאט גאנץ שוואכע עקספעקטעישענס פאר ביידן אין די מידיע, זײ האבן גערעדט א גאנצן צייט כאילו טעקסאס איז א בערני סטעיט, אבער עס איז אויך קלאר אז ביידן האט געווינען, און בערני מיאוס פארלוירן, מיט סטעיטס, שטימען, און דעלעגעטס.
Joe Biden "overperformed [on Super Tuesday] because he had low expectations," says Democratic Rep. Alexandria Ocasio-Cortez, a supporter of Bernie Sanders' campaign. "It was kind of a last-minute consolidation..." https://t.co/ot0LJtibKW https://t.co/Vg9v3bGofX


--------------

ישר כח @מטעמים.

בימים ההם האב איך גראדע געהאלטן אז ביידן האט עס, אבער עס איז שוין דורך אסאך וואסער אין מיסיסיפי זייט דעמאלסט, איך גלייב אז מען קען טרעפן תגובות פון די לעצטע חודש ווי איך האלט אז ביידן איז אווער.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מארטש 04, 2020 10:59 pm

קודם די מערב נעמט טאקע לאנג צו ציילן, יוטא קאלאראדא זענען נאך נישט געענדיגט, ווער רעדט פון קאליפארניע...


אבער מ'זעט אז איין פלאץ האלט בערני אן סאפארט, אין די וועסט, דארט איז יא גאנץ גינסטיגע רעזולטאטן פאר אים.
סאו ער גייט מסתם געווינען וואשינגטאן ארעגאן, איידעהאו, אריזאנע.

ביידן גייט נאך געווינען זייער שטארק מיסיסיפי מיזורי און זשארזשיע.


די איינציגסטע עכטע אינדיקעיטאר וואס מ'האט פון די מידוועסט, מינאסאטע, ווייזט ביידען שטארקייט, און די פאולס זאגן אויך אזוי, העלמיר צו ווארטן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 04, 2020 11:16 pm

נעיט כהן מיט די וואסערמאן פוינט...
A question to mull tonight: where is Sanders favored to win *big.* The caucuses are gone. The western, semi-open primaries with large numbers of Latinos are gone. Where does Sanders run up the score without another massive change in the race?


און פאר עס ווייסט נאך נישט אז בערני'ס 72% אין וואשינגטאן איז געווען ווייל עס איז געווען א קאוקעס, קען זעהן די אנקעטע פון פאריגע וואך.
#Washington Elway Research Poll:
Sanders 21%
Bloomberg 15%
Warren 11%
Klobuchar 11%
Biden 10%
Buttigieg 9%
The rest 1% or less

https://t.co/GbggUPdFxW


טראץ וואס אסאך האבן שוין דארט געשטימט ערלי, איז מיר שווער צו זעהן בערני געווינען, ווער רעדט נאך שטארק, א סטעיט ווי ער האט פאריגע וואך בלויז געהאט אין די נידעריגע צוואנציגער, און ביידן מיט זיינע דריי אינדארסיס 45%.

מיט ווייניגער ווי פערציג פראצענט איז שוין לכאורה נישט שייך צו געווינען קיין סטעיט, זינט מען קען רואיג אננעמען אז ווארן מיט אלע אנדערע וועלן נישט אנציען מער ווי 20%, וועגן די ערלי וואויט, געב איך א דיסקאונט, אבער 35% מוז בערני האבן צו געווינען, און אפילו דעמאלטס נעט ער בלויז געציילטע דעלעגעטס.

אפילו אין קאליפארניע איז ביידן שטארק אין די שטימען פון די וואך, און דארט איז דא אסאך לאטינאוס, וועלכע האבן געשטימט שטארק פאר בערני אין קאליפארניע און אין טעקסאס, אין וואשינגטאן איידעהא און נארט דעקאטע נעקסטע וואך, איז נישט דא קיין לאטינאוס. און אין יוטא און אין קאלעראדא האט בערני אויך געווינען בעיקר וועגן די ערלי וואויט.

פיר יאר צוריק האט בערני געווינען רורעל און ארבעטער קלאס ווייסע, ער האט זיי נישט געווינען דינסטאג.

----------------

די 7.1 מיליאן פון ביידן, איז אנליין אליינס!

איך האלט אז בלומבערג זאל נישט העלפן אין די פריימערי, עס פעלט נישט אויס, און וועט סתם מאכן די בראו'ס מער אנגעווייטאגט.

----------

עניוועי, קומענדיגע וואך דינסטאג, פורים דפרזין, קומט פאר די פריימערי אין 6 סטעיטס, און דאס הייסט סופער טוסדעי II.
20200304_235115.jpg
20200304_235115.jpg (112.61 KiB) געזעהן 1223 מאל


ביידן דארף צו געווינען - אפילו אויב ער וואלט אין דזשענערעל געווען שוואכער ווי בערני - מיסיסיפי און מיזורי, בערני מוז געווינען וואשינגטאן נארט דעקאטע און איידעהא, אויב נישט איז ער עמטליך טויט.

נאכדעם איז דא מישיגען, וואס איז אזוי ווי די מיטל גראונד, און בערני מוז עס געווינען זיך אפילו צו קענען איינרעדן אז ער האט א טשענס איבערצונעמען ביידן אין דעלעגאטן.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך מארטש 04, 2020 11:55 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 04, 2020 11:52 pm

גערעכט וואס דו זאגסט לגבי בלומבערג. ענדליך האב איך געשריבן היינט צופרי איבער סמעטענע "עסטעבלישמענט" אינדארסמענטס. עס פעלט נישט עקסטער אויס פאר ביידען זייער אינדארסמענט און קען נאר מאכן קאפוויי שפעטער מיט אריבערברענגן די בראוס

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 12:02 am

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:נייעס: סאנדערס יעצט ביי זיין פרעסס קאנפערענץ ווידערהאלט זיין שטעלונג אז "ווער עס קומט צום קאנווענשען מיט די מערסטע דעלעגאטן זאל זיין די נאמעני".

*טעות.

סאנדערס האט געזאגט היינט פונקט דאס פארקערטע ווי ביים דעבאטע. היינט האט ער געזאגט אז "ווער עס האט די מערסטע וואוטס צום קאנווענשען זאל זיין דער נאמעני" . דאס איז פארקערט ווי ער האט געזאגט ביים דעבאטע אז ווער עס האט די מערסטע דעלעגאטן זאל זיין דער נאמעני.

#האנעסטבערני


ביי די דעבאטע האט מען נישט גערעדט פון דעלעגאטן ווס. פאפולער וואוט, מען האט בעיקר גערעדט צו דער מיט די פלוראליטי דארף געווינען, סאו פארקערט איז עס זיכער נישט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 12:32 am

דאזענט מעטער, ביידן איז ערשט אין וואויטס, ערשט אין דעלעגעטס, ערשט אין סטעיטס, ערשט אין די נאציאנאלע אנקעטעס, ערשט אין אינדארסמענטס, ערשט אין אנגייענדע אנליין דאנעישנס, ערשט אין ארויסברענגן פרישע וויילער.

---------------

אין אנדערע נייעס האט יעצט ביידן א פאנדרעיזער אין לאס אנדזשעלעס.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 1:17 am

יענג גייט מארגן מעלדן זיין קאנדידאטור פאר ניו יארק סיטי מעיאר אמט, לויט קוועלער.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 9:40 am

גאווערנער גרעטשען וויטמער פון מישיגען אינדארסירט דזשאו ביידען

א שטארקער אינדארסמענט אין מישיגען!

אין די 2018 געבאנעטאריעל רעיס האט זי געווינען 52-30 איבער דער לינקער סאנדער-קארטעז אינדארסירטער קאנדידאט, אבדול על סאיד.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 9:59 am

Wow! ביידען מאפט די פלאאר אין פלארידע!

צוויי וואכן צוריק איז ער געווען צווייט, לויט די זעלבער פאלל.

Screenshot_20200305-095657.png
Screenshot_20200305-095657.png (449.2 KiB) געזעהן 891 מאל


IMG_20200305_095632.jpg
IMG_20200305_095632.jpg (69.69 KiB) געזעהן 891 מאל

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 10:44 am

ווארען איז אויט
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24516
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 11:05 am

דא איז נישט קיין וואסערמאן אשכול אדער א אשכול איבער קאנמענטעיטערס, אבער מאנכע האבן דא גערעדט פון יאסי געשטעטנער און פון וואסערמאן האב איך אויך גערעדט, העלעך אריינווארפן מיין פוינט...

קודם כל איך גלייך נישט צו די צוויי, וואסערמאן איז א דזשיניעס אין אלע דעטאלן, יאסי איז ס"ה א קאמענטעיטאר, יאסי דיזערווד נישט די קריטיק וואס מאנכע האבן דא געשריבן, כ'קענעס אבער פארשטיין בעיסד אויף די קרעדיט וואס מאנכע האבן אים געגעבן ווען זאכן זענען געגאנגן זיין וועג... אבער באמת האטער ס"ה געזאגט די אבוויעס, און ער האט נישט פרעדיקטעד! יעדער האט פארשטאנען אז ביידן איז טויט, סיז געווען שווער צו זעהן אזא קאמבעק, און ווי געשריבן די קאמבעק איז געשעהן צוליב די חלל אין די עסטעבלישמענט לעין, בוטעדזשעדזש האט סאם האו נישט געקענט נעמען די אייאווע פרעפארמענס אין ערגעץ, בלומבערג איז גע'שחטן געווארן ביים דיבעיט... סאו די אנטי סאנדערס וואוט האט ערגעץ געמוזט גיין! נאכדעם וואס אין נעוואדע זענען בוטעדזשעדזש און קלאובעטשער אריינגעקומען גאר שוואך, האט ביידן גענומען עדווענטידזש דערפון, האבענדיג א שטיקל בעיס אין סאוט קאראליינע, האטער געהאט אויף וואס צו בויען, און מיט אזא שטארקע געווינס, מיט בוטעדזשעדזש ארויסטריט האטער באקומען די ריכטיגע מאמענטום אז די גאנצע אנטי סאנדערס - בעסיקלי רוב פארטיי איז געגאנגן צו אים... סאו הגם ווען מ'קוקט צוריק איזעס נישט אזוי קאמפליצירט, דאך אבער האבן עס זייער ווייניג פאראויס געזעהן...

סאו ווי געזאגט, יאסי'ן איזעך נישט געקומען קיין קרעדיט ווען ביידן האט קאלעפסד און ער איז נישט קיין ספעציעלע לוזער ווען ביידן האצעך צוריקגעכאפט... אבער איה"נ, די וואס האבן אים געגעבן קרעדיט דעמאלטס, דארפן נעמען די היעט יעצט...

בנוגע וואסערמאן, שוין א שטיק צייט וואס איך קוק זיינע זאכן, ער איז עמעיזינג! ער קען ממש יעדע דיטעיל פון יעדע לאקאלע דיסטריקט!

היינט האטער געטוויט א שמועס (טרעד) וואס ער האט געשריבן באלד א יאר צוריק, ער שמועסט אויס דארט אז מענטשן האלטן אז ביידן איז די בעסטע קאנדידאט קעגן טראמפ, אויב קען ער פעססן די פריימערי, ער זאגט דארט אז סיז פונקט פארקערט ביידן איז סאליד אין די פריימערי, און בכלל נישט אזוי שטארק קעגן טראמפ...

ער לייגט אראפ אז ביידן האט שטארקע נעים רעקיגנישן, סאו אפילו ווי ער געווינט נישט, 15 פראצענט גייטער מאכן איבעראל, סאו ער גייט שיין אנזאמלן דעלעגאטן ווי אימער ער גייט...

אבער קעגן טראמפ זאגט ער, דאס שאצט מען אים שוין איבער, ער טענהט אז ביידן האט אסאך בעגידזש וואס טראמפ'ס דידזשיטל טיעם וועט גוט אויסנוצן קעגן אים...

ווי געזאגט, היינט שרייבט ער איך שטיי נאכאלץ ביי דעם טרעד...

https://mobile.twitter.com/Redistrict/s ... 7570981890
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 11:05 am

געבבארד רוקט זיך שנעל ארויף צום דריטן ארט.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 11:08 am

נקדימון האט געשריבן:געבבארד רוקט זיך שנעל ארויף צום דריטן ארט.

:lol:
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 11:09 am

וואס איז ווארען'ס פלאן אויף ווייטער?
גייט זי אינדראסירען בערני?
און אויב יא וויפיל איז עס ווערט פאר בערני?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 11:34 am

הויעך האט געשריבן:ווארען איז אויט

בײדע נ״י טײמס אינדערסירטע קאנדידאטן זענען אינדרוסען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 42 געסט