דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג פאברואר 04, 2020 7:10 pm

גייענדיג ווייטער צו ניו העמפשיר, זאגן 87% פון די וויילער אז די רעזולטאטן פון אייאווע וועלן נישט משפיע זיין אויף זייער באשלוס פאר וועמען צו שטימען, קעגן 13% וואס זאגן אז עס וועט יא.
http://emersonpolling.com/2020/02/04/ne ... ds-further
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג פאברואר 04, 2020 7:14 pm

זארג נישט האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:וואס איז שוין אזא גרויסע נפק"מ ווער איז דער וואס גייט דערלייגן פאר טראמפ?

ווייל אויב בלומבערג איז דער נאמינעשן (וואס איך קען נישט זעהן ער זאל זיין) איז ער דער איינציגסטע וואס קען יא דיפיעטן טראמפ. ער איז דער שווערסטע פאר טראמפ צו דעפיעטן.

און דער גרינגסטע פאר טראמפ צו דעפיעטן איז סאנדערס.

אין טאמער איז עס פיט?

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג פאברואר 04, 2020 7:53 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:מען טאר נישט אונטערשאצן בלומבערג. אסאך האבן שוין פראבירט דורך זייער פארמעגן אנצוקומען אויפן פאליטישן לייטער. אבער נאר בלומבערג האט געוויזן אז ער ווייסט ווי צו לייגן זיין דאלער עס זאל אים פאקטיש ברענגען שטימען.

די בלומבערג הויב אין די אנקעטעס שפיגלען אפ זיין סטראטעגיע ביים לויפן פאר מאיאר צום ערשטן טערמין. ער ווייסט וועלכע עדס ארויסצושטעלן וועלכע ראדיא קאנאלן צו שמירן, און וואספארא מידיא מארקעטן צו צילן. ער ארבייט שטיל אבער פלייסיג, און נוצט כסדר אויס זיינע געשאפענע אפערטוניטי'ס צום מאקסימום. ער קויפט אפ די מאסן אויבערפלעכליכע וויילער מיטן געפיל פון: כאפ דיך אויך מיט מיטן געווינער מאוומענט.

מען טאר אים נישט נעמען פאר לייכט, ער איז א קלארער געפאר.

RT
דער מענטש האט זיך ארויפגערוקט צום דריטן פלאץ אין צוויי וואכן,
איך זעה נישט וויאזוי מען קען אים אוועקמאכן

נאכדערצו יעצט ווען ביידן האט געכאפט א טראסק.
מעיאר פיט האט נישט געהעריג ווי צו גיין ווייטער, אויסער אביסל מאמענטום,

קען זיך בלומבערג ערנסט אריינרוקען
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 04, 2020 8:03 pm

שאן טרענד נעמט געהעריג אן 538'ס מאדעל אלס א זאך.
*IF* these results hold, the 538 model says Mayor Pete narrowly defeating Sanders in IA would mean that Sanders winning it all, Biden winning, and a brokered convention all have roughly a 1-in-4 chance. Buttigieg/Sanders/Warren makes a brokered convention the most likely outcome.


נאך טוויט ער.
With 62 percent reporting, Buttigieg is leading Bernie Sanders by about two points. Please be aware that 62 percent of precincts reporting means the exact same thing right now that it would have meant at around 10pm last night.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג פאברואר 04, 2020 8:32 pm

דער איינציגסטער וואס איז זיכער טויסט נאך די אייאווע אויסגאנג, איז ווארען...

ביידען קען נאך האפענען פאר א בעסער ווי געראכטע צייגונג אין ניו העפשער און א געווינס אין נעוואדע און סאוט קאראליינע. זי קומט אבער אריין נומער דריי אדער נומער פיר אין די שטאטן.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4350
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 04, 2020 8:41 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:מען טאר נישט אונטערשאצן בלומבערג. אסאך האבן שוין פראבירט דורך זייער פארמעגן אנצוקומען אויפן פאליטישן לייטער. אבער נאר בלומבערג האט געוויזן אז ער ווייסט ווי צו לייגן זיין דאלער עס זאל אים פאקטיש ברענגען שטימען.

די בלומבערג הויב אין די אנקעטעס שפיגלען אפ זיין סטראטעגיע ביים לויפן פאר מאיאר צום ערשטן טערמין. ער ווייסט וועלכע עדס ארויסצושטעלן וועלכע ראדיא קאנאלן צו שמירן, און וואספארא מידיא מארקעטן צו צילן. ער ארבייט שטיל אבער פלייסיג, און נוצט כסדר אויס זיינע געשאפענע אפערטוניטי'ס צום מאקסימום. ער קויפט אפ די מאסן אויבערפלעכליכע וויילער מיטן געפיל פון: כאפ דיך אויך מיט מיטן געווינער מאוומענט.

מען טאר אים נישט נעמען פאר לייכט, ער איז א קלארער געפאר.

RT
דער מענטש האט זיך ארויפגערוקט צום דריטן פלאץ אין צוויי וואכן,
איך זעה נישט וויאזוי מען קען אים אוועקמאכן

נאכדערצו יעצט ווען ביידן האט געכאפט א טראסק.
מעיאר פיט האט נישט געהעריג ווי צו גיין ווייטער, אויסער אביסל מאמענטום,

קען זיך בלומבערג ערנסט אריינרוקען

מיין פריוואטע מיינונג, ביידן איז ווייט פון פארטיג. סאו איך געב נאך נישט אזא שטארקע שאנס פאר בלומבערג

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג פאברואר 04, 2020 9:47 pm

אויב ווארען איז טויט האט בערני פרישע שטיצער לכאורה, וועלן זיך די איבריגע א.ג. מעסיגע קענען צוטיילן מיט האלב פון אלע שטימען.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:02 pm

יעצט ווען ביידען איז צורינען ווי א זייפן בלאז וויל איך מיט רשות ארויסברענגן א קורצע נקודה.

די לעצטע וואכען האב איך עטליכע מאל געשריבען מיין אפינען אז ביידען איז שוואך, וכו'
עטליכע האבן עס דאן גענימען פרעזענליך און שארף אטאקירט פאר סימפל שרייבען מיין מיינוג, יעצט זעענדיג אז ביידען איז לופט, ביטע עס ניצען פאר א לעסען צו לאזען יעדעם שרייבען זיין מיינוג, אפגעזען צו מען אגריט אדער נישט.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:42 pm

צו פרי פאר א הספד און זיך קלאפן אין רוקן. קוים אנגעהויבן. אפשר וועט ער טאקע זיין די דזשעב בוש פון 2020, אבער ער האט נאך א שאנס.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:54 pm

אויב ביידען פאלט ארויס דעמאלטס וועט זיין הוברר הדבר למפרע אז ער איז נישט געווען טראמפ'ס פאליטיקעל אפאנענט און מ'קען קענסלען די גאנצע יעצטיגע אימפיטשמענט און אנהייבן א פרישע אימפיטשמענט...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג פאברואר 04, 2020 11:05 pm

ביידן האט קיינמאל נישט עכט געהאט אייגענע שטיצער,
והא ראיה זיין שוואכע פאנדרעיזינג,
ער פארקויפט נישט גארנישט, אויסער אביסעל עקספיריענס,

די גאנצע שטארקייט פון ביידן איז נאר געווען,
ווייל ער איז דער שטארקער קאנדידאט,
די עסטעבלישמענט,
געוואונען קעגן טראמפ,

נאך אזאלעכע ריזאלטס איז די ליפט ארויס פון די רעדער
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג פאברואר 04, 2020 11:09 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:אויב ביידען פאלט ארויס דעמאלטס וועט זיין הוברר הדבר למפרע אז ער איז נישט געווען טראמפ'ס פאליטיקעל אפאנענט און מ'קען קענסלען די גאנצע יעצטיגע אימפיטשמענט און אנהייבן א פרישע אימפיטשמענט...

מען קען מאכן א שטארקע קעיס אז די סומאטוכע האט אים געקאסט אסאך שטיצע אין אייעווע. למפרע איז גארנישט הוברר...

בקיצור טראמפ האט מצליח געווען צו באזייטיגן זיין שטערקסטע קעגנער דורך זיינע שווארצע שטיק, ערשט יעצט איז אימפיטשמענט נאך מער פאסיג...

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג פאברואר 04, 2020 11:16 pm

נעה, שוואכע פשט.
הוברר הדבר למפרע אז טראמפ האט שוואכע פאליטישע אינסטינקטס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » דינסטאג פאברואר 04, 2020 11:47 pm

די אימפיטשמענט האט שטערקער געמאכט טראמפ און חרוב געמאכט ביידן, ווי רוב שכלדיגע מענטשן האבן באלד געזאגט אזומ פון אנהייב.

יעדער אמעריקאנער משפחה האט זיך באקענט מיט די מעשים טובים פון משפחת ביידן המפוארה, א משפחה וואס קיינער האט נישט געהערט פון זיי, ובראשם פון זיידי ביידן וועלכע פייערט פראסיקיוטערס ווייל ער איז קעגן קאראפציע..........

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 12:01 am

פארפאלן, טראמפ'ס שאנסן נעכטן זענען דראסטיש ארויפגעפלויגן.

בוטידזשעזש גייט שוין בל"נ מיין וואט נישט באקומען, די איינציגסטע וואס קענען נאך עס באקומען איז יענג און קלאובאטשאר און אפשר ביידען.


נישט אז מיין שטימע מאכט צופיל אויס, כ'וויל נאר ארסויברענגען א פוינט אז אסאך נעווער-טראמפערס וואס זענען נישט פארקויפט פארן DNC ווערן מער און מער פעד-אפ אויף זיי.
יא זיי גייען אפשר האבן דעם צייטווייליגן לעצטן לאך..
און אריינשטעלן אלס נאמינאציע "זייער" קאנדידאט..
אבער די פראסק אין נאוועמבער גייט נישט שפעטיגן צו קומען, און ס'גייט זיין הילכיג!
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 05, 2020 1:13 am

איך מיין אז מען כאפט נאכנישט, איך אליינס כאפ נאך אויך נישט, וואס פאר א מאסיווע אויפרייס דאס איז אז מעיאר פיט האט עקטשועלי "געווינען אייאווע"!

ביז אפאר חדשים צוריק איז ער נאך גארנישט ווערט געווען, א מעיאר פון א אפגעריסענע קלײנע שטאט, ער האט געהאט א גאר שטארקע מאמענט אויף א די ען ען טאונהאול, וואו ער האט געקראכט א מעכטיגע ליין קעגן פענס'ס שטיצן טראמפ, און אין יענע מאמענט האט ער אנגעהויבן ווערן באוואוסט, אנגעהויבן שאפן געלט, פאבליסיטי, וכדומה.

איינס פון די שטערקסטע ליינס וואס מען קען אהערברענגען..
His interpretation of scripture is pretty different from mine to begin with," Buttigieg said in that town hall. "My understanding of scripture is that it is about protecting the stranger and the prisoner and the poor person and that idea of welcome. That's what I get in the gospel when I'm in church


נאכער האט ער ארויפגעריסן צו ליעדן די אנקעטעס אין אייאווע, אבער זינט דאון איז דורכגעגאנגען אסאך וואסער אין מיסיסיפי, און יעדער האט געוואוסט אז אייאווע איז בערני'ס צו פארלירן, און ביידן האט נאך אפשר א טשענס אין אייאווע, אבער פיט און ווארן האט מען ארויסגענומען פון די בוק. למעשה...

האט פיט פשוט געווינען אייאווע

ווען מארקא האט גערעדט און ער האט געהייסן געווינער און סורפרייז 4 יאר צוריק, איז ער געווען א סיטינג יו עס סענעטאר, פון פלארידע, און ער האט סך הכל סורפרייזט דורכן זיין א נאנטער דריטער.

פיט איז סך הכל א געוועזענער מעיאר פון א קליינע מידוועסט סטעיט, און איז אריינגעקומען ווי מען זאגט, נומעראו אנאו.

וואס וועט זיין אין ניו העמשיר, ווי גייט פיט ווייטער נאך ניו העמשיר? איי דאונט קנאו.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג פאברואר 07, 2020 4:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך פאברואר 05, 2020 4:27 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נעה, שוואכע פשט.
הוברר הדבר למפרע אז טראמפ האט שוואכע פאליטישע אינסטינקטס.


גוט...

ווי זאגט יענער זאג מיר א 'גוט' ווארט מוז נישט זיין אמת

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 05, 2020 6:57 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נעה, שוואכע פשט.
הוברר הדבר למפרע אז טראמפ האט שוואכע פאליטישע אינסטינקטס.

:lol: :lol: ;l;p-

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6351
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך פאברואר 05, 2020 9:17 am

איך קוק צוריק און זעה די קאנדידאטען וואס אייאווע האט אויסדערוועלט און די לעצטערע עלעקשאנס מיז איך זאגען אז אייאווע האט א פיינע שמעק אויס צו דערוועלן גוטע קאנדידאטען וואס פרעזענטירט שטארקע די 60% פון די פארטיי (דעמאקראטען און רעפובליקאנע צוגלייך)

לאמיר צוריק גיין צו קערי אין 2004 ווי די מינוט וואס ער האט געוואונען האבען זיך אלע דעמאקראטען צוגעשטעלט צו קערי און געזעהן אין אים די מעלות וואס אייאווע האט איינגעזעהן, ער איז געוועהן די בעסטע קאנדידאט וואס האט זיך שטארק פארמאסטען מיט א אינקאמבענט דאן מאכטפוהלע פרעזידענט.

אין 2008 האבען זיי געטשוזד באראק אבאמא און עס איז איבעריג צו זאגען וואספארא געלונגענע סעלעקשען דאס איז געוועהן, ער איז א דעמאקראטישע היראו און א היסטארישע סוקסעס פאר אייאווע.

אין 2008 האבען זיי אויף די רעפובליקאנע זייט גענומען האקאבי, וואלט ווען האקעבי געוואונען די עלעקשאן וואלט ער כאטש נישט געוועהן אזוי צוגעבינדען צו אלע בוש פראבלעמען ווי מקעין איז געוועהן. אייאווע האט געמאכט די ריכטיגע טשויס (ראמני בימים ההם וואלט אבער לכאורה געוועהן נאך א בעסער טשויס קאנסידערינג אז די עקאנאמיע איז שפעטער געווארען די נאמבער איינס קאנסערן)

אין 2012 האבען די רעפובליקאנע גוט געדענקט ראמני אבער א גרויס טייל האבען געזעהן אין אים א טויש אז ער וויל מער געפעלען די מידיע ליבעראלען און זיי האבען געגעבען די פיינעל געוואונס פאר סענטארום וואס האט נישט געהאט קיין כאריזמע אבער האט געהאט די פאליסי שטיצע פון אלע רעפובליקאנע און ער האט באוויזען צוזאם שלעפן א גאר גרויסע נאמבער פון וואוטס קאנסידערינג זיין נידריג כאריזמאטישקייט און נישט פארגעסן ער האט נישט געהאט די מאמענטום פון זיין געוואונס ווייל מען איז עס געוואר געווארען אכט טאג שפעטער.

48% אמעריקאנע האבען נישט ליב געהאט ראמני און ענדערשט געוואלט א מער קאנסערוואטיווער אויף די בעלאט און די רעפובליקאנע האבען געחלשט פאר איינער וואס זאל אטאקירען שטארק זיין דעמאקראטישע קעגנער און ראמני וואלט ווען געהאט א שטארקע שאנס צו געוואונען.

אין 2016 האט אייאווע קלאר געזאגט אז א טייל וויל נישט בערני און א טייל ווילען יא בערני, די דעמאקראטען האבען נישט געהאט קיין צווייטע אפציע ווייל ווען יא וואלט הילערי מן הסתם נישט געוואונען זייענדיג א היסטאריש שוואכע קאנדידאט.

און אויף די רעפבוליקאנע זייט האט מען געזעהן אז ווי ווייט פון די עסטעבלישמענט אלס מער האט מען יענעם געוואלט, קרוז, קארסען און טראמפ האבען געהאט די מעזשארעטי פון אלע וואוטס און די רעשט איז אירעלעווענט צו פארציילען ווען יעדער ווייסט אז אייאווע האט פארגעשטעלט די tune פון לאנד מיט די אנטי עסטעבלישמענט מעסעדזש.

און איך מיז זאגען אז יעצט האבען זיי ווייטער גוט געטשוזד אויב האבען זיי טאקע געטשוזד בוטיזשעזש וואס לדעתי האט ער די בעסטע שאנס צו געוואונען קעגן טראמפ, ער איז יונג און ענערזשייזד און נאך דערצו א סארפרייז געוואונער אין אייאווע, די שאלה איז נאר צו די געוואונס אין אייאווע איז נישט פארוואסערט געווארען און דין געמאכט זיינע שאנסען צו געוואונען.

טו סאם איט אלל אפ, די אייאווע מענטשען זיצען זייער לאנג מיט אלע קאנדידאטען און זיי טשוזען זייער קעירפולי און געווענליך נעמען זיי ארויס די בעסטע קאנדידאט! מענטשען מאכען חוזק דערפון אבער אין אמעריקע האט א יעדע קאנדידאט די שאנס צו פארברענגען א יאר צייט מיט די וואוטערס אזוי אז די וואוטערס זאלען זיך באקענען פון די נאנט מיט די קאנדידאט און געבן זייער האנעסט אפיניען - ווער עס איז אויפגעקומען מיט די געדאנק האט געברענגט צו רעאליטעט א זשיניעס איידיע און עס צאלט זיך אויס ווען מען זעהט די קאנדידאטען וועם זיי האבען אלס געטשוזד.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך פאברואר 05, 2020 10:23 am

גרויסער ענדארסמענט פאר בייידען. די IBEW (אונטערנעשינאל בראדערהאאד אוו עלעקטעריקל ווארקערס) מיט אירע 775 טויזענט ארבעטערס האבן היינט געמאלדן זייער שטיצע פאר ביידען.

IMG_20200205_102211.jpg
IMG_20200205_102211.jpg (741.95 KiB) געזעהן 393 מאל

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:07 am

שטארקע אינדארסמענט זעט אויס אז די 14% פון ביידן אין אייאווע איז נאר געקומען אדאנק די יוניען אינדארסמענט.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:24 am

יש ברירה האט געשריבן:דער איינציגסטער וואס איז זיכער טויסט נאך די אייאווע אויסגאנג, איז ווארען...

ביידען קען נאך האפענען פאר א בעסער ווי געראכטע צייגונג אין ניו העפשער און א געווינס אין נעוואדע און סאוט קאראליינע. זי קומט אבער אריין נומער דריי אדער נומער פיר אין די שטאטן.


אויב ביידן קומט נישט אריין צווייט אין ניו העמפשור האט ער נאך וואו צו גיין? איי דאונט טינק אז ער געווינט סאוט קאראליינע אויב קומטער אריין דריט אדער שוואכער אין ניו העמפשור... פארגעסס נישט, בלומבערג האט דאס געלט, ער נישט!

ימים ידברו
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:26 am

יש ברירה האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:אויב ביידען פאלט ארויס דעמאלטס וועט זיין הוברר הדבר למפרע אז ער איז נישט געווען טראמפ'ס פאליטיקעל אפאנענט און מ'קען קענסלען די גאנצע יעצטיגע אימפיטשמענט און אנהייבן א פרישע אימפיטשמענט...

מען קען מאכן א שטארקע קעיס אז די סומאטוכע האט אים געקאסט אסאך שטיצע אין אייעווע. למפרע איז גארנישט הוברר...

בקיצור טראמפ האט מצליח געווען צו באזייטיגן זיין שטערקסטע קעגנער דורך זיינע שווארצע שטיק, ערשט יעצט איז אימפיטשמענט נאך מער פאסיג...



טענקס... ווען איך האב געשריבן אז די סומעטאכע גייט קאסטן פאר ביידן מער ווי פאר טראמפ האט מען מיך אנגעקוקט פון די לבנה...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:30 am

אין די אויגן פון דעם ביליאנער וועמען אלעס קומט זיך סתם אזוי, איז אזא צייגונג פאר ביידען - וואס ער איז אריין אינעם פארמעסט אין פאל טאקע דאס פאסירט - עפעס וואס זאגט אים אז יעצט איז זיין צייט.

ער גייט עס שוין נישט אזוי שנעל ארויסלאזן פון די האנט.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:50 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:דער איינציגסטער וואס איז זיכער טויסט נאך די אייאווע אויסגאנג, איז ווארען...

ביידען קען נאך האפענען פאר א בעסער ווי געראכטע צייגונג אין ניו העפשער און א געווינס אין נעוואדע און סאוט קאראליינע. זי קומט אבער אריין נומער דריי אדער נומער פיר אין די שטאטן.


אויב ביידן קומט נישט אריין צווייט אין ניו העמפשור האט ער נאך וואו צו גיין? איי דאונט טינק אז ער געווינט סאוט קאראליינע אויב קומטער אריין דריט אדער שוואכער אין ניו העמפשור... פארגעסס נישט, בלומבערג האט דאס געלט, ער נישט!

ימים ידברו

כ'מיין אז אויב קומט ער נישט אריין צווייט, וועט אים שוין נישט העלפן קיין געווינס אין סק.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Ozd, א מחי', אינדיאנער, איפכא מיסתבר, גוטע משרת, זזה, חיים אשר, טוב ה' לכל, לפנות בוקר, שאבעלע, שרייב-פעדער, שרעבי און 106 געסט