כאפצעם האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:א לאנג פארצויגענע פארמעסט צווישען בלומבערג און ווארען אדער סאנדערס קען עווענטועל מאכען אז די דעמאקראטישע פארטיי זאל זיין צו שטארק צוטיילט צו קענען געווינען קעגן טראמפ, דאס איז קאנסעלמאנס פוינט און ער זאגט זייער גוט.
דיין פוינט איז שיין גולטיג איבער סאנדערס, ווארען, ביידען, בוטידזשעדזש, פיין. אבער ער רעדט פון א צווייטן, ווער איז דאס דער בלומבערג רבוש"ע?! דער וואס ציעט אן %2?! ער גייט מאכן א ריזן ריס אינעם פארטיי, צווישן די %98 און זיינע %2?...
כ'ווינדער מיר אויך.
אבער בלומבערג איז א ביזנעסמאן מיט ביליאָנען דאלארן צו זיין האנט.
ער וואלט נישט אריינגעטרויטן אינעם פארמעסט אויב ער וואלט נישט געהאט קיין שום טשאנס, ער וואלט זיך נישט אנטשולדיגט (ער האט זיך נאך קיינמאל נישט אנטשולדיגט) פאר די "סטאפ און פריסק" פאר א זעכערע פארלוסט.
אלא מאי מוז זיין אז ער האט אינסייד אינפא, אדער גאר א שטארקע סטראטעגיע, מ'קען נישט שוין יעצט שרייען אז ער גייט נישט אין ערגעץ.
אין ניו יארק סיטי האט בלומבערג אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט, ער האט געוואלט זיין מעיאר פאר דריי טערמינען האט ער געמאכט פורים פונעם עולם און דאס אדורכגעפירט,
ביי זיין צווייטן טערמין איז ער געלאפן אויף די רעפאבליקאנע און ליבעראלע פארטיי...

ווי אויך איזער איז געלאפן אנטקעגן די ענדארסמענטס פון אלע פאליטישע שישקעס אריינגערעכנט קלינטאן, שומער, שפיצער, דינקינס, קאומא, וואלעסקעס, וואס האבן אינדארסירט פעררער, און דאך האט בלומבערג געווינען.
הגם פאר זיין ערשטער מעיאר קאמפיין איז ער נישט געווען אזוי סוקסעספול, ער האט געטוישט פארטיי פון דעמאקראט צו רעפאבליקען צו קענען לויפן אויפן רעפאבליקאנע טיקעט, ער אויסגעגעבן 57 מיליאן דאלאר 5 מאל מער ווי זיין קעגנער, ער האט געקריגן א גאר שטארקע ענדארסמענט פון די דאן פאפולער מעיאר דזשוליאני, גרין האט געדארפט לויפן אין א ראנאף אין סאמע סעפ. 11אבער צוליב די אטאקעס האט מען עס אפגעשטיפט און גרין האט צוליב דעם נישט באקומען קיין מידיע דעקונג, די גענעראלע עלעקשען איז פארגעקומען בלויז צוויי חדשים נאך סעפטעמבער 11 און בלומבערג האט קוים ארויסגעקוועטשט א שמאלע זיג מיט קוים 35 טויזנט מער שטימען. פיהלע שרייבן דאס צו אלץ א זייט ווירקונג פון די סעפ. 11 אטאקעס.