דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג מאי 02, 2019 1:00 am

פירסט אוו אלל ווי וואד לייק טאא וועלקאם ותיק חסיד טא דע קלאב!

פליז סטעיט וויט אס!

טענק יו פאר ליסענינג
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג מאי 02, 2019 1:08 am

איך טראכט אז ביידען'ס יעצטיגע הויכע נומבערס איז א חורבן פאר די דעמעקראטען טשאנס צו באזיגען טראמפ, ער האט צו סאך הייסע סופארט יעצט און עס גייט טיען צו די דעמעקראטען וואס בערני סענדערס האט געטיען פאר הילערי.

אויב ביידען געווינט די נאמענאציע וועלן די יונגע ליבעראלן נישט וואטען פאר אים אין די דזשענראל עלעקשן ווייל ער איז צו אלט און נישט גענוג לינק.

אויב געווינט ער נישט וועט א גרויס חלק פון זיינע יעצטיגע שטיצער נישט וואטען פאר געווינער שפירענדיג אז מען האט זיי פאראאטען,

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21750
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 1:11 am

אין כל חדש האט געשריבן:אדרבה טראכטס איין מינוט, ווי צייגט מען אז ראליס ווייזט אויף סוקסעס? אויף טראמפ

נו דער טראמפ האט קוים קוים אויסגעקוועטשט א פיצעלער געווינס ווייניגער ווי א פולער פראצענט אין די 3 שטאטן וואס האט אים דעליווערט די עלעקטארעלס
אפגערעדט פון דעם אז נאציאנאל האט ער גאר פארלוירן מיט 2%

אויב ראליס איז אזא שטארקע אינדיקעיטאר וואלט טראמפ געדארפט אפהאלטן גאר א באקוועמער געווינס?
תיקו


מסתם האסטו פארגעסן אז טראמפ'ס ראליס זענען בעיקר געווען אין סווינג סטעיטס וואו ער האט טאקע געווינען...

--------
ממש א פלעזשער זיך צו טענהן איבער די נאן-סענס... א זאך וואס יעדער האט עגריט די ערשטע רגע, יעצט זוכט מען אראפצוקריכן פונעם בוים...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21750
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 1:19 am

mosha g האט געשריבן:ריזיגע ראליס מיינט אז די קאנדידאט איז ציענד און מענטשן ענדזשויען זיינע ראליס. פינטל
געווענדליך איז דאס די בעיס וואס מאכט נישט אזוי סאך אויס.
יעצט דאס אז די קאנדידאט איז ציענד און זיינע מענטשן גייען פאר אים אין פייער דאס מיינט אז ער האט א שטארקע באזע. אבער מאכט נישט קיין סאך אויס ווייל די עיקר איז די אינדיפענדענטס און די ארבעטער וואס מען דארף זיי כאפן, און זיי דרייען זיך ווייניג ביי ראליס. ביידען וועט מסתם נישט האבן קיין גרעסערע ראליס ווי סענדערס/טראמפ, אבער ער רעדט צום מוח און קאנעקט ווען מען הערט און זעט אים, ער נעמט דיר איבער, אבער עס איז נישט קיין פאן
( די ראליס ביז יעצט זענען אויפציעל געווען קליינע, ער וועט האבן גרעסערע, אבער די צי קראפט פאר מענטשן צי ראליס האט ער נישט)

מיין מיינונג


כ'קען באשטיין צו זיין קלאר, ווען מ' רעדט פון א ריזיגע ראלי מיינט עס נישט אסאך מענטשן, ס'מיינט אז דער קאנדידאט איז ציענד, איא?

א ריזיגע הויז מיינט אז די הויז איז ציענד, איא?

כ'וויל פשוט וויסן ווייל מיין חבר האט א ריזיגע הויז אפסטעיט, ביז היינט האבעך געמיינט אז ער רעדט פון די 8,000 סקוויר פיס, יעצט כאפעך אז ער רעדט פון די שיינקייט...

וווואאאףףף...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:26 am

ותיק וחסיד האט געשריבן:ביידן און דזשעב זענען ביידע נישט צו קלוג, פארשלאפענע פערזאנען, לאוי ענערדשי און סליפי איז זיין מוראדיג מגדיר. ביידע זיצן מיט א גאנצע טאפ קאנסאלטענטס פאר זיין רעדן ארויס א מילה. זייער בעטעמט, פאר איינער וואס פארשטייט זייער שוואכקייטן חוזק צו מאכן פון זיי.

כ'האב מורא אז דו שאצט אונטער ביידן'ס ענערגיע, ער איז געווענליך סליפי אבער ביז ס'קומט צו א דעבאטע. ער קען שינדן די הויט ווען עס פעלט זיך אויס אפי' אויב זיין קאנסאלטענט וועט נישט לאזן....
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:36 am

מייקל בענעט, סענאטאר פון קאלאראדא, מעלדט אז ער שפרינגט אריין אינעם פרעזידענטליכע פארמעסט.

קאנדידאט נומער ?....

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:38 am

21
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:43 am

דאס מיינט אז כאטש איינער גייט ארויספאלן פון די דעבאטעס...

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:47 am

אינטערעסאנטע קרישקעלע

דער עדיטאריעל עדיטאר פון די ניו יארק טיימס איז בענעט'ס ברודער. אין א סטעיטמענט שרייבט די טיימס אז נאכפאלגענד זיין ברודער'ס מעלדונג האט ער זיך ריקיוזד פון די 2020 עלעקשין
צוגעלייגטע
D5j-LfLWsAAxJ1-.jpeg
D5j-LfLWsAAxJ1-.jpeg (108.13 KiB) געזעהן 716 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 02, 2019 9:21 am

פשש.. נאך איין מזל, כאב שוין מורא געהאט די גאנצע עלעקשאן וועט ווערן געריגט פאר בענעט
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 02, 2019 9:35 am

איידער דו מאכסט חוזק פון אים... בענעט וועט לכו' האבן זיין 15 מינוט אינעם פארמעסט.

זיינע ראליס וועלן זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן. אין סענאט איז עס מאדנע, אבער אויפן טרעיל איז זיין סטייל אפעקטיוו.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 9:45 am

וואו האלט עס מיט זיין געזונט?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:38 am

ותיק וחסיד האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:Wow, ,עס איז סיריעסלי דא מענטשן וואס האלטן אז ביידן גייט געווינען קעגן טראמפ......

ער גייט אים אויסשמייסן מיט די דזשעב בוש בעזעם, ויראו רבים ועליו ישחקו.....

די בוש בעזעם ארבעט בעסער אויף א פלאטפארמע פון 15 קאנדידאטן אינאיינעם, והא ראיה אז מיט הילערי איז עס נישט געגאנגען אזוי לייכט. אבער מ'קען נישט וויסן.

די בוש בעזעם גייט גענוצט ווערן דורך 20 אנדערע קאנדידאטן אינאיינעם נאך פאר טראמפ וועט עס דארפן נוצן. ער וועט אנקומען צו טראמפ א קארופטירטער זיידעניו...


הילערי איז נישט קיין פערסענעלעטי וואס מען קען אזוי טרייבן ליצנות, פשוט קאראפטירט.

עס איז געווען זייער אסאך קאנדידאטן אין די רעפאב פריימערי וואס ליצנות האט נישט דוקא געארבעט. דזשעב'ס און ביידן'ס כאראקטערס זענען ספעציעל דיזיינט צו מאכן פאן מיט זיין.

ביידן און דזשעב זענען ביידע נישט צו קלוג, פארשלאפענע פערזאנען, לאוי ענערדשי און סליפי איז זיין מוראדיג מגדיר. ביידע זיצן מיט א גאנצע טאפ קאנסאלטענטס פאר זיין רעדן ארויס א מילה. זייער בעטעמט, פאר איינער וואס פארשטייט זייער שוואכקייטן חוזק צו מאכן פון זיי.

אז די צוואנציג דעמאקראטן האבן שכל, בעטן זיי אז טראמפ זאל קומען צו זייער דיבעיטס, דער ביידען וועט פארשוואונדען ווערן אזוי שנעל ווי דזשעב.

עכ"פ עס גייט זיין פאן. זכרנו ימים מקדם די אויסטוישן צווישן דזשעב און טראמפ, אוי האט מען גוט געלאכט......

איך וויל אוועקלייגן דיין תגובה פאר נאוועמבער 2020, מיט דיין אינטערעסאנטע קאנפידענץ אין א פרעזידענט וואס זיין ארום 40 פארצענטיגע צופרידענהייט ראטע איז קיימאל נישט געשטיגן, און האט ניטאמאל באקומען רוב שטומען אין לאנד, נאר רוב לאנד האט געזאגט לא מיט א אל"ף אויף אים אלץ פרעזידענט.
און עס געפעלט מיר ווי די פראבירסט אראפצולייגן הנחות וואס אפשר דו, און נאך אפאר וועלן זיך אליין איינרעדן אז עס איז אזוי, ווען דער מציאות איז קאפויער.
דזשאו ביידען האט די בעסטע טשאנס צו באזינגען דעם בעל הטוויטערס אין 2020, ער האט א גוטן פיסקל, און א שטארקע מעסעדזש צום פאלק, אז יא, דער לאנד וואס איז צוטיילט ווי קיינמאל פריער אונטער א ווילדע באשעפעיש, גייט צוריק פארייניגט ווערן מיט מיליאנען אמעריקאנער וועלעכע וועלן זיין שטאלץ מיט דעם וואס זיצט אין ווייסן הויז, און וועלן נישט זיין באזארגט יום ולילה וואסערע פרישע שפיל דער פרעזידענט גייט אנדרייען, ווען עס גייט קומען א טוויט, און א מינוט שפעטער גייט די ווייסע הויז זאגן פארקערט, וחוזר וחלילה, און ביידענ'ס מעסעדזש איז זייער קלאר, "מעיק אמעריקא גרעיט אגעין"
און ביידען איז אויך א געלונגענע רעדנער, און האט גאר אסאך גלונגענע קוואלאפאקאציעס, און ווי דאס וואס קענען אים זאגן קלאר אז ער וועט שטארק קענען פאראייניגן די דעמקראטישע פארטיי אלץ א מאסיווע כוח אקעגן טראמפ, און ווי מען קען ליינען אין די אנקעטעס זאגן רוב ליבעראלן, און בערני - ווארען שטיצער, אז אין פאל ביידען וועט געווינען די נאמינאציע וועלן זיין אים שטיצן.
און די אלע לשונות פון בוש בעזעם (ווען בוש האט קיינמאל נישט אנגעצויגן קיין 20 פארצענט אין קיין איין אנקעטע) איז בסך הכול צו באראויגן די אייגענע געפילן אז 'ער גייט עס זיכער מאכן'
און בנוגע די דעבאטעס וועסטו געוואיר ווערן אז ער קען אויך פליקן און רעדן נישט צום זאך, נאר מיט רעטאריק, ער קען דאס אויך און ווען יענער וועט דאס טון כדרכו, קען ער יענע שפראך אויך
ימים ידברו, און מען וועט נאך גוט לאכן....
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:51 am

ר' ותיק עס איז דא א ריזן חילוק צווישן דזשעב און ביידן וואס טראמפ ציטערט שטארק דערפון (און ער האט פון וואס צו ציטערן). און ניין, איך רעד נישט פון זייער פערסאנאליטי וואס דאס קען איך נישט! איך רעד נעמליך, אז זיין שטיצע צווישן דעמאקראטן שטייט סאאאך העכער ווי די בוש באלאאן פון 2016 ווי כאפצעם האט שוין אנגעוויזן אז בוש איז אייביג געווען א נישטיגע 15 פראצענט צווישן 17 קאנדידאטן בעת וואס ביידן לויפט אין די געגנט פון דאפלט אדער מער צווישן 20 קאנדידאטן! דאס קען נישט ווערן אוועקגעמאכט! אודאי אלעס קען פאסירן אבער דאס צו געבן א מאך אוועק מיט א ווארט פארשלאפן וועט טראמפ (אדער די פריימערי דעמאקראטן) דארפן ארבעטן ביטער שווער.

ביידן איז אויף זייער שטארקע גראונדס בעת וואס בוש איז נישט געווען האלב אזוי קראנט קיינמאל אפילו נאך פאר טראמפ איז געווען אין די געים, די מידיע האט נאר דעמאלט זיך גערישט אז די שטויב וועט זיך זעצן און בוש וועט אויסשטייגן אלץ דער קאנדידאט ווייל "אזוי קומט עס"... אין די נושא האט טראמפ 2016 טאקע געמאכט היסטארי אבער ביי ביידן רעדט מען דערווייל פון זייער סאליד גראונדס סיי צווישן די פארטיי פירער און סיי צווישן דעם אלגעמיינעם פאלק

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג מאי 02, 2019 12:44 pm

אין כל חדש האט געשריבן:אזוי ווי עס האט זיך דא אנטוויקלט העפטיגע וויכוחים בעניני ראליס והמסתעף
לאמיר אריינווארפן מיינט 2 סענס

עס איז געווען באריכטעט נאך די 2012 וואלן אז א ראמני סטראטעגיסט האט זיך אויסגעדריקט אז די 2012 וואלן האבן אים אויסגעלערנט אז אומענטוזיאסטישע שטימען ציילן די זעלבע ווי ענטוזיאסטישע שטימען... (דאס איז געקומען דערנאך וואס ביים די ענדע פון די קאמפיין סעזאן האט ראמני געהאט שטארקע פולע מעכטיגע ראליס, ווער עס געדענקט נאך האבן אסאך רעכטע סטראטעגיסטן דאן געצייגט אויף דעם צו פארשאצן אז אנקעטעס וועלן זיך ארויסשטעלן אלס פאלש)

אבער אינגאנצן אוועקקוקן פון ראליס קען מען דאך אויך נישט ווייל 2016 יוכיח.

נאר וואסזשע דען, ווי עס שיינט איז ראליס א געוויסע אינדיקעיטאר איבער ענטוזיאזם פאר א געוויסע קאנדידאט ביי א געוויסע גרופ אבער נישט א כלליותדיגע זאך

איך וויל נאכאמאל דערמאנען אז איך האב אנגעהויבן מיט ראמני 2012 ווי פילע האבן געשריגן אז מען דארף קוקן אויף ראמני ראליס נעכטן האב איך עס געשריבן פון זכרון ארויסת היינט האב איך באשטעטיגט אז אויך אויפן וועלטל האט מען עס ערווענט
איך האב אפילו געטראפן א וויכי תגובה וואס דערמאנט עס (ווער רעדט פון אהייא9
viewtopic.php?p=619382#p619382

פאלגענד איז די לינק פון RCP אהייא 2012
https://www.realclearpolitics.com/epoll ... -1860.html

עס קומט אויפן געדאנק וואס סילווער האט געשריבן נאך 2016, אויב ווילסטו נעמען די אינדיקעיטארס פון 2016 וואס אסאך שרייען האט געצייגט א טראמפ געווינס און עס עפלייען פאר אנדערע עלעקשאנס וואלטן אסאך עלעקשאנס שלעכט פאראויסגעשאצט געווארן אריינגערעכנט 2012, ווי די זעלבע סארט אינדיקעיטארס האבן געצייגט אין ריכטונג פון א ראמני געווינס

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:33 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:ר' ותיק עס איז דא א ריזן חילוק צווישן דזשעב און ביידן וואס טראמפ ציטערט שטארק דערפון (און ער האט פון וואס צו ציטערן). און ניין, איך רעד נישט פון זייער פערסאנאליטי וואס דאס קען איך נישט! איך רעד נעמליך, אז זיין שטיצע צווישן דעמאקראטן שטייט סאאאך העכער ווי די בוש באלאאן פון 2016 ווי כאפצעם האט שוין אנגעוויזן אז בוש איז אייביג געווען א נישטיגע 15 פראצענט צווישן 17 קאנדידאטן בעת וואס ביידן לויפט אין די געגנט פון דאפלט אדער מער צווישן 20 קאנדידאטן! דאס קען נישט ווערן אוועקגעמאכט! אודאי אלעס קען פאסירן אבער דאס צו געבן א מאך אוועק מיט א ווארט פארשלאפן וועט טראמפ (אדער די פריימערי דעמאקראטן) דארפן ארבעטן ביטער שווער.

ביידן איז אויף זייער שטארקע גראונדס בעת וואס בוש איז נישט געווען האלב אזוי קראנט קיינמאל אפילו נאך פאר טראמפ איז געווען אין די געים, די מידיע האט נאר דעמאלט זיך גערישט אז די שטויב וועט זיך זעצן און בוש וועט אויסשטייגן אלץ דער קאנדידאט ווייל "אזוי קומט עס"... אין די נושא האט טראמפ 2016 טאקע געמאכט היסטארי אבער ביי ביידן רעדט מען דערווייל פון זייער סאליד גראונדס סיי צווישן די פארטיי פירער און סיי צווישן דעם אלגעמיינעם פאלק


און עס איז קלאר אז די יונגע ליבעראלע דעמעקראען גייען נישט שטיצען ביידען קעגן טראמפ, זיי זעען נישט אין ביידען זייער אידיאל, ער איז צו אלט פאר זיי, נישט גענוג ליבעראל, און ער איז א חלק פון די פארגאנגענהייט, זיי וועלן ענדערש אויסווארטען די וואלן זיצענדיג אינדערהיים, און צילוב די פאקטן האב איך נעכטען דאס געשריבען:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך טראכט אז ביידען'ס יעצטיגע הויכע נומבערס איז א חורבן פאר די דעמעקראטען טשאנס צו באזיגען טראמפ, ער האט צו סאך הייסע סופארט יעצט און עס גייט טיען צו די דעמעקראטען וואס בערני סענדערס האט געטיען פאר הילערי.

אויב ביידען געווינט די נאמענאציע וועלן די יונגע ליבעראלן נישט וואטען פאר אים אין די דזשענראל עלעקשן ווייל ער איז צו אלט און נישט גענוג לינק.

אויב געווינט ער נישט וועט א גרויס חלק פון זיינע יעצטיגע שטיצער נישט וואטען פאר געווינער שפירענדיג אז מען האט זיי פאראאטען,


ביידען מיט זיין הויכע אפראוואל ראטע צוטיילט יעצט די דעמעראטען און פארזיכערט טראמפ געווינס אין 2020.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:38 pm

CNN

ארורק 52 טראמפ 42
ביידען 21 טראמפ 45
סאנדערס 50 טראמפ 44
העריס 49 טראמ 45
ווארען 48 טראמפ 47
באטידזשעדזש 47 טראמפ 44

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:46 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:ר' ותיק עס איז דא א ריזן חילוק צווישן דזשעב און ביידן וואס טראמפ ציטערט שטארק דערפון (און ער האט פון וואס צו ציטערן). און ניין, איך רעד נישט פון זייער פערסאנאליטי וואס דאס קען איך נישט! איך רעד נעמליך, אז זיין שטיצע צווישן דעמאקראטן שטייט סאאאך העכער ווי די בוש באלאאן פון 2016 ווי כאפצעם האט שוין אנגעוויזן אז בוש איז אייביג געווען א נישטיגע 15 פראצענט צווישן 17 קאנדידאטן בעת וואס ביידן לויפט אין די געגנט פון דאפלט אדער מער צווישן 20 קאנדידאטן! דאס קען נישט ווערן אוועקגעמאכט! אודאי אלעס קען פאסירן אבער דאס צו געבן א מאך אוועק מיט א ווארט פארשלאפן וועט טראמפ (אדער די פריימערי דעמאקראטן) דארפן ארבעטן ביטער שווער.

ביידן איז אויף זייער שטארקע גראונדס בעת וואס בוש איז נישט געווען האלב אזוי קראנט קיינמאל אפילו נאך פאר טראמפ איז געווען אין די געים, די מידיע האט נאר דעמאלט זיך גערישט אז די שטויב וועט זיך זעצן און בוש וועט אויסשטייגן אלץ דער קאנדידאט ווייל "אזוי קומט עס"... אין די נושא האט טראמפ 2016 טאקע געמאכט היסטארי אבער ביי ביידן רעדט מען דערווייל פון זייער סאליד גראונדס סיי צווישן די פארטיי פירער און סיי צווישן דעם אלגעמיינעם פאלק


און עס איז קלאר אז די יונגע ליבעראלע דעמעקראען גייען נישט שטיצען ביידען קעגן טראמפ, זיי זעען נישט אין ביידען זייער אידיאל, ער איז צו אלט פאר זיי, נישט גענוג ליבעראל, און ער איז א חלק פון די פארגאנגענהייט, זיי וועלן ענדערש אויסווארטען די וואלן זיצענדיג אינדערהיים, און צילוב די פאקטן האב איך נעכטען דאס געשריבען:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך טראכט אז ביידען'ס יעצטיגע הויכע נומבערס איז א חורבן פאר די דעמעקראטען טשאנס צו באזיגען טראמפ, ער האט צו סאך הייסע סופארט יעצט און עס גייט טיען צו די דעמעקראטען וואס בערני סענדערס האט געטיען פאר הילערי.

אויב ביידען געווינט די נאמענאציע וועלן די יונגע ליבעראלן נישט וואטען פאר אים אין די דזשענראל עלעקשן ווייל ער איז צו אלט און נישט גענוג לינק.

אויב געווינט ער נישט וועט א גרויס חלק פון זיינע יעצטיגע שטיצער נישט וואטען פאר געווינער שפירענדיג אז מען האט זיי פאראאטען,


ביידען מיט זיין הויכע אפראוואל ראטע צוטיילט יעצט די דעמעראטען און פארזיכערט טראמפ געווינס אין 2020.

די קוק ווינקל קען איך נאכנישט אוט רייט אפפרעגן אבער איך זעה יא א וועג פאר ביידען צו פאראייניגן (כמעט) אלע פראקציעס ביי די דעמאקראטן דורך זיך רוקן היפש צו לינקס און נעמען סטעיסי עיברעמס סטייל פאר VP (אגב, די מידיע האט באריכטעט אז ער גייט איר נעמען תיכף ביים אנאונסען וואס איז זיכער נישט ריכטיג אבער סקען נאכאלץ פאסירן) וואס בדו האלט איך אז דאס איז געווען הילערי קלינטאן'ס גרעסטע מיסטעיק אז זי האט אריינגעפיפן אין די לינקע לאגער און גענומען דעם מעסיגן קעין (און פאר א נויט נאך פון א פארזיכערטע סטעיט ווירדזשיניע וואס האט איר ניטאמאל געהאלפן אויפן מעפ) וואס דאס האט שטארק וויי געטון פאר די בערני שטיצער (דאכציך בערני האט איר שטארק בארעדט דעמאלט) משא"כ אויב ביידען נעמט א לינקע פרוי קען ער געוואונען די לינקע שטיצע

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:49 pm

איי איי איי, די היינטיגע יונגווארג ווייסן נישט ווער און וואס ותיק'ל איז...
Innocent until proven Republican

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » דאנארשטאג מאי 02, 2019 3:06 pm

ביידען זאגט אז ער גלייכט דיק טשעיני, ער איז א פיינע מענטש.

געעף מאשין.

חינא וחסדא
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 2:47 am

מייקל בענעט

תגובהדורך חינא וחסדא » דאנארשטאג מאי 02, 2019 4:33 pm

אינטרעסאנט צו באמערקן אז ער איז נישט געבוירן אין אמעריקע, נאר אין ניו דעלהי אינדיע.
( ביי טעד קרוז האט עס טראמפ שטארק גענוצט, אבער דא איז אנדערש ווייל זיין טאטע האט דארט געארבעט אין די אמעריקאנע אמבעסי )

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:19 pm

@ותיק איז דא!!!!!

זעה איך אויך די וועג פון שרייבן האט זיך -לייידער ליידער ליידער- נישט געטוישט אין א גוטע דריי יאר.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:28 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:Wow, ,עס איז סיריעסלי דא מענטשן וואס האלטן אז ביידן גייט געווינען קעגן טראמפ......

ער גייט אים אויסשמייסן מיט די דזשעב בוש בעזעם, ויראו רבים ועליו ישחקו.....

די בוש בעזעם ארבעט בעסער אויף א פלאטפארמע פון 15 קאנדידאטן אינאיינעם, והא ראיה אז מיט הילערי איז עס נישט געגאנגען אזוי לייכט. אבער מ'קען נישט וויסן.

די בוש בעזעם גייט גענוצט ווערן דורך 20 אנדערע קאנדידאטן אינאיינעם נאך פאר טראמפ וועט עס דארפן נוצן. ער וועט אנקומען צו טראמפ א קארופטירטער זיידעניו...


הילערי איז נישט קיין פערסענעלעטי וואס מען קען אזוי טרייבן ליצנות, פשוט קאראפטירט.

עס איז געווען זייער אסאך קאנדידאטן אין די רעפאב פריימערי וואס ליצנות האט נישט דוקא געארבעט. דזשעב'ס און ביידן'ס כאראקטערס זענען ספעציעל דיזיינט צו מאכן פאן מיט זיין.

ביידן און דזשעב זענען ביידע נישט צו קלוג, פארשלאפענע פערזאנען, לאוי ענערדשי און סליפי איז זיין מוראדיג מגדיר. ביידע זיצן מיט א גאנצע טאפ קאנסאלטענטס פאר זיין רעדן ארויס א מילה. זייער בעטעמט, פאר איינער וואס פארשטייט זייער שוואכקייטן חוזק צו מאכן פון זיי.

אז די צוואנציג דעמאקראטן האבן שכל, בעטן זיי אז טראמפ זאל קומען צו זייער דיבעיטס, דער ביידען וועט פארשוואונדען ווערן אזוי שנעל ווי דזשעב.

עכ"פ עס גייט זיין פאן. זכרנו ימים מקדם די אויסטוישן צווישן דזשעב און טראמפ, אוי האט מען גוט געלאכט......

זעה איך אויך אז -ווי געווענליך- זענען אלע לשונות גענומען פון טראמפ אליינס..... נישט עכט א אומפארגעשטעלטע זאך..
געפעלט מיר ווי מ'שטייט דא מ'טענהט זיך.... קוקט אויס ווי די האבן נישט אריינגעטרעטן אין די 2016 אשכול.
ווי זאגט נאר @טינק "איי, די היינטיגע יונגווארג ווייסט נישט וואס @ותיק'ל איז."

מיך מאכט אויס אבער אפילו נאך דריי יאר זייער נערוועז, בין איך יעצט מגלה דעת -you anyways couldn't care less- אז איך גיי מער נישט קוואטן אזעלכע סטייל תגובות
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:54 pm

ביידן איז מוראדיג קלוג ער רעדט מוראדיג צו די זאך ווי למשל:

ער גייט פאראייניגן די לאנד..........

אה! ב"ה אזא זקן שקנה חכמה.

ער קען קאמפיטן מיט איינשטיין מיט זיין חכמה. אזאנע דברי חכמה האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט......

אויסער די פוינט אז קיינער קערט נישט, יעדער דארף סעקיוריטי און געלט.

און אויסער די פוינט אז די מידיא און די דעמאקראטן זענען די צוטיילערס מיט דעם וואס זיי פארקויפן שטותים פאר די לעצטע פאר יאר.

אויסער די פוינט אז ער איז געווען ווייסט פרעזידענט אכט יאר און די לאנד איז נישט געווען ווייניגער צוטיילט.

אבער איך ווער ממש נתפעל פון ביידען'ס חכמה....

וואט עם אידיוט....

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:08 pm

וואס הערט זיך עפעס @ותיק גוט געשלאפן דריי יאר מיט א ברעיק פון אפאר חדשים?? וואטס אפ?

פשוט וועגן איך וויל אמת'דיג וויסן, מיט וויפיל עלעקטארלס גייט טראמפ ארויסגיין העכער אדער אונטער 300??
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט