רידעריי איבער'ן אפטיילן קינדער פון אומלעגאלע אימיגראנטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמביציע האט געשריבן:טאקע פאר דעם איז ער פרעזידענט און ער זאל טרעפן א נארמאלער וועג, דאס איז נישט מיין אויפגאבע, אבער צעטיילן פאמיליע'ס איז אן עקלדיגע זאך, זאל ער זיי דעפארטירן

קודם זיי מודה אז עס האט גארנישט מיט טראמפ עס האט מיט א אלטע געזעץ וואס איז ס"ה יעצט ארויפגעשווימען נאכן זעראו טאלעראנץ פאליסי מודעה, שריי אויף קאנגרעס...

יעצט, דו האסט א אלטערנאטיוו? מען זאל זיי דעפארטירן? דו האלטסט אז עס איז א גוטע אלטערנאטיוו? איך בין נישט אזוי זיכער, קודם רוב פון זיי ווייסט מען ניטאמאל ווער זייערע עלטערן זענען זייערע רחמנות'דיגע עלטערן האבן זיי מפקיר געווען צו די אכזריות'דיגע אמעריקאנע באאמטע, און די וואס האבן יא עלטערן אפשר זאל מען זיי האלטן ארעסטירט אז נישט וועט דאך קיינער נישט מורא האבן צו שווערצן, דו זעהסט דאס נישט אלס א נושא צו דעבאטירן? איי וואס וועט זיין מיט די קינדער ווילאנג עס ענדיגט זיך זייערע עלטערן'ס פראסעס, נו זאג דו וואס זאל מען טאהן?....

יעצט ענטפער ביטע, רחמנות רחמנות.....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

שטילער רבותי!!!

קען איינער אריינקומען קלאר און מסביר זיין וועלכע פאליסי / געזעץ האט זיך געטוישט לעצטענס בנוגע די קינדער?

וואס איז געווען פארדעם און וואס איז יעצט?
און ווען פונקטליך די טויש איז צושטאנד געקומען.

איך מיין אז ווער עס קען נישט ענטפערן אויף די פשוטע שאלות זאל ביטע רעדן אביסל שטילער.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

יואל שרייבער האט געשריבן:אין איש חמודות איז געדרוקט א מעשה אז ביי די צווייטע וועלט־מלחמה ווען מען האט פארשיקט די סלאוואקישע אידן ל"ע האט מען זיך געבעטן ביי די קאטוילישע קירכע אז זיי זאלן עפעס זאגן דערוועגן וויבאלד די רעגירונג דארט איז געווען שטארק קאטויליש געשטימט אבער זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט גארנישט טוהן דערוועגן, נאר ווען מען האט זיי געזאגט אז די רעגירונג צוטיילט די פאמיליעס ביים פארשיקן האבן זיי מוחה געווען אויפן צוטיילן פאמיליעס, און די רעגירונג האט זיי טאקע געפאלגט און אנגעהויבן צו פארשיקן גאנצע פאמיליעס צוזאמען ר"ל.
זעהט אויס אז די זעלבע חסד לאומים חטאת איז שוין דעמאלט געווען.

איך זעה יעצט אז גרויסע גלחים וואס זענען געווענליך בלינדע טראמפ שטיצער זענען אויך ארויסגעקומען קעגן דעם פאליסי, צוזאמענשטעלנדיג עס מיט די אויבנדערמאנטע מעשה זעהט אויס אז עס איז עס עפעס א קריסטליכע זאך אז צוטיילן פאמיליעס איז דאס ארגסטע?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בר דעת האט געשריבן:שטילער רבותי!!!

קען איינער אריינקומען קלאר און מסביר זיין וועלכע פאליסי / געזעץ האט זיך געטוישט לעצטענס בנוגע די קינדער?

וואס איז געווען פארדעם און וואס איז יעצט?
און ווען פונקטליך די טויש איז צושטאנד געקומען.

איך מיין אז ווער עס קען נישט ענטפערן אויף די פשוטע שאלות זאל ביטע רעדן אביסל שטילער.

איין זאך האט זיך געטוישט, אז "יעדער" וואס ווערט געכאפט שווערצן ווערט ארעסטירט, אהן ווערן ארויסגעלאזט אויף א שפעטערן קארט דאטום.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

אמביציע הער אויס נישט דו נישט איך זענען געוועהן ביים גרעניץ נישט דו נישט איך האב מיר שייכות מיט עני פון די געליטענע
וואס איך ווייס יא
סדא געזעצען
סדא א טיעם אן טאפ וואס די אמעריקאנע פאלק האט אריין געוואוט
ווילסטו דעבאטירן צו די געזעץ איז ריכטיג אדער נישט
ווילסטו דעבאטירן וואס מדארף מיט די קינדער טוהן

סתם אנזייען דא א חורבן אז די אדמינעסטראציע זענען ליגנערס אין דו גלייבסט נישט גארנישט
איז וואס וויללסטעע יעצט וואס וויל ערר אין וואס וויל איך פארשטייסט???
אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאץ קשיא »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳גרוילט מיר צו קאמענטירן אויף אזאנע בילבולים. כ׳האָף אז די ריפאבליקנס וועלן נעמען די זאך און די הענט מיט א קאמפיין אויפצוווייזן די ליגענט א אנדעקן די די פרעכע און געמיינע אויפירונג פון די אבאמא אדמי ווען ס׳איז געקומען צו צוטיילן קינדער פון עלטערן.

#פעיק נאוז

they did? Because I see you started first. Anyway, who cares
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

בר דעת האט געשריבן:שטילער רבותי!!!

קען איינער אריינקומען קלאר און מסביר זיין וועלכע פאליסי / געזעץ האט זיך געטוישט לעצטענס בנוגע די קינדער?

וואס איז געווען פארדעם און וואס איז יעצט?
און ווען פונקטליך די טויש איז צושטאנד געקומען.

איך מיין אז ווער עס קען נישט ענטפערן אויף די פשוטע שאלות זאל ביטע רעדן אביסל שטילער.


ליין דורך אלע בלעטער ביז אהער
א תגובה וואס דו זעהסט די ווארט "ליגענערס שקר פארדרייען פאקטן" אין די ערשטע צוויי ווערטער פון די תגובה קענסטו אויסלאזן :lol:
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

שמאטע האט געשריבן:פון די צוועלף טויזענט זענען "צעהן טויזענט" אזאנע קינדער וועלכע די עלטערן האבן "אריבערגעשיקט מיט סטרעינדשערס!!!!!"

טראמפ האט היינט אויף טוויטער דאס ערווענט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איין שטיקל נייעס איז נישט געהעריג אויסגעשמועסט געווארן דא. דאס איז איבער די ״עמערדזשענסי ביל״ אינטערדוסט ביל דורכן קאנסערוועטיווער סענעטאר טעד קרוז פון טעקסעס.

און ריספאנס פונעם שטורעם און זייפן-בלאָז איבערקערעניש דורך די דעמעקראטן איז די עקסקיאז פון די ריפאליקאנער (שטייצעך נישט די וואס ווערן פארלוירן פאר א פשוטער זאפטיגן שטיקל פעיק נאוז.. ומעלאניא ובוש׳טע בכלל.) אריינגערעכנט טראמפ אויף טוויטער געווען, נו, אויב עפעס געפעלט ענק נישט מיט די איצטיגע אנגייענדע אבאמא איינגעפירטע געזעצן, זעעט׳ס וואס שנעלער עס צו טוישן!.

טעד קרוז איז געגאנגען א טריט ווייטער און באשלאסן צו לערנען בלק. יא נאו וואט? העמער אויפברענגען א ביל. צו ווייזן אז צופרידן צושטעלן די דעמעקרעטס און אפשטעלן דעם יעצטיגער ווייגעשריי, און צושטעלן שיץ פאר די קליינע שעפעלעך אז זיי זאלן זיין באשיצן פון אזאלכע געמיינע אויפגעפיראכצער אפילו אויב ס׳איז ווען אמת. מיינט דאס טוישן פריער׳דיגע געזעצן פונעם פאריגען אדמי, און נישט קיין שום נייע געזעץ פון אינטער טראמפ א ווי ס׳איז געווען ברייט פאלטש באריכטעט.

די פעיק נאוז מידיע האטעס כדרכם אבער אראפגעלייגט ווי כאילו וואוו.. עטס זעטס?.. געטס א קוק ווי קאלטבלוטיג דער טראמפ איז. ״אפילו די קאנסעווערטיוו׳ן זענען און פאניק״.. און טעד קרוז גאר איז דער וואס ברענגט אויף א ביל צו מאכן באלטיגע טוישונגען.

#פעיק נאוז על גבי פעיק נאוז

זעע דא יש ברירה׳ס תגובה ווי ער ברעגנט די דיטאלן פונעם ביל בקיצור.
viewtopic.php?p=1692441#p1692441
רשעות קאלטע סעלצער
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

סא סך הכל.

1. די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן.
2. עס גייט יא אן אבער אבאמא טוט עס.
3. מען מוז עס טון אפילו עס איז ברוטאל, די דעמאקראטן הייסן עס טון.
4. עס איז א לכתחילה, זיי זענען סייווי ווי א מאסקיטא.
5. דאס זענען פשוט קינדער אנגעקומען אן עלטערן און עס קומט זיך זיי נישט קיין קולעי וואסער.
6. עס קומט זיך זיי פארן וועלן אריינקומען דא אין לאנד. טו בעד
א גוטע נאכט, יעדער זאל איינחזרען די פאוינטס וואס אים שמעקט בעסער און פראבירן זיין קאנסיסטענט. הצלחה
שויתי ה' לנגדי תמיד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יואל שרייבער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:אין איש חמודות איז געדרוקט א מעשה אז ביי די צווייטע וועלט־מלחמה ווען מען האט פארשיקט די סלאוואקישע אידן ל"ע האט מען זיך געבעטן ביי די קאטוילישע קירכע אז זיי זאלן עפעס זאגן דערוועגן וויבאלד די רעגירונג דארט איז געווען שטארק קאטויליש געשטימט אבער זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט גארנישט טוהן דערוועגן, נאר ווען מען האט זיי געזאגט אז די רעגירונג צוטיילט די פאמיליעס ביים פארשיקן האבן זיי מוחה געווען אויפן צוטיילן פאמיליעס, און די רעגירונג האט זיי טאקע געפאלגט און אנגעהויבן צו פארשיקן גאנצע פאמיליעס צוזאמען ר"ל.
זעהט אויס אז די זעלבע חסד לאומים חטאת איז שוין דעמאלט געווען.

איך זעה יעצט אז גרויסע גלחים וואס זענען געווענליך בלינדע טראמפ שטיצער זענען אויך ארויסגעקומען קעגן דעם פאליסי, צוזאמענשטעלנדיג עס מיט די אויבנדערמאנטע מעשה זעהט אויס אז עס איז עס עפעס א קריסטליכע זאך אז צוטיילן פאמיליעס איז דאס ארגסטע?

איך האף אז דו ווייסט אז די וועלט האט דעמאלטס געמיינט אז דעפאטירן טייטשט ארבעט לאגערן, ממילא האט מען געמיינט אז צוטיילן איז א ערגערע זאך ווי דעפאטירן, והא ראיה אז מען האט אנגעוויזן אויף דאס פאר די קירכע און די קירכע איז געווארן איבערגענומען.

מען רעדט דא פון אידן און פון להבדיל די רשעות'דיגע אנטעסעמיטישע קירכע וואס האט נאך דעמאלטס באשולדיגט די אידן אין הרג'ענען זייער געזאלבטן און דאך האבן זיי פארשטאנען אז צוטיילן משפחות דאס נישט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

Goodmorning האט געשריבן:סא סך הכל.

1. די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן.
די יעצטיגע איבערקערעניש איז פעיק נאוז. ווייל ס׳איז נישט פארהאן א פראגרעם פון ״צוטיילן קינדער פון עלטערן״. ווי שוין הונדערט מאל איבערגעזאגט דא, און באשטעטיגט געווארן דורכן DHS ניעלסאן, און דאס קענסטו דיר אליין איבערצייגן מיטן אביסל נאכגיין וואספארא פראגראמען און געזעצן ס׳איז יאר אדער נישט דא
2. עס גייט יא אן אבער אבאמא טוט עס.
וואטעווער פראגרעם/געזעץ ס׳ווערט יא אינפאסירט ביים גרעניץ, אויב איזעס עפעס וואס געפעלטעך נישט, קומט עס אבער פונעם פאריגען אדמי. אדער פון פריער. גארנישט קיין חידושים
3. מען מוז עס טון אפילו עס איז ברוטאל, די דעמאקראטן הייסן עס טון.
סאיז זייער ברוטאל, אבער קיין שום אמעריקאנע געזעץ געבער איז אויף דעם נישט שילדיג. %90 וויינעדיגע קינדער׳לעך זענען לעבעדיגע יתומים נעבעך וואס זייערע עלטערן האבן זיי מפקיר געווען פאר א גרופע שמוגלער׳ס און מיט דעם איינגעשטעלט זייערע לעבן׳ס.
4. עס איז א לכתחילה, זיי זענען סייווי ווי א מאסקיטא.
חלילה אזוי צו רעדן! אבער צו געבן חינוך לעקטשאר׳ס פאר מעקסיקאנע עלטערן איז נאַט מיי ביזנעס.
5. דאס זענען פשוט קינדער אנגעקומען אן עלטערן און עס קומט זיך זיי נישט קיין קולעי וואסער.
עקטזעקלי, די ערשטע פארט. לגבי די קולעי וואסער בין איך נישט זיכער, ווייל לויט די געזעץ, ברויכן די קינדער ווערן קער גענומען על צד היותר טוב.
6. עס קומט זיך זיי פארן וועלן אריינקומען דא אין לאנד. טו בעד
כ׳ווייס נישט וואס די מיינסט צו זאגן, אבער אויב מיינסטע דאס אז די קינדער ווערן נישט געשיקט אריין אונעם אמעריקאנער סקול סיסטעם און פערטיג, דאן איז די ענפער וואס די שרייבסט. לייג נאר צו די ווערטער... אומליגאל.
א גוטע נאכט, יעדער זאל איינחזרען די פאוינטס וואס אים שמעקט בעסער און פראבירן זיין קאנסיסטענט. הצלחה
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

עס קומען אריין רעאקציעס פון איבער אמעריקא, פון אלע עקן פונעם ספעקטרום און פארטייען צום שרעקעדיגן קינדער צעטיילונג פאליסי וואס שאקלט אויף דאס לאנד. לאמיר ברענגען אביסל.

צוערשט פון די טראמפ אדמיניסטראציע, טראמפ שטיצער, רעפובליקאנער:

אטורני זשענעראל 'זשעף סעשאנס': "די נייע פאליסי וועט דינען אלץ אפשרעקונג פאר אנדערע אימיגראנטן נישט צו קומען".

ווייסע הויז טראמפ אדווייזער 'סטיוון מיללער': "אונז ברויכן נישט קיין אימיגראנטן פלוס, די נייע פאליסי שיקט א שארפן מעסעדזש פאר יעדעם".

טשיף אוו סטעף 'זשאן קעלי': "דאס קען זיין א פיינע דעטערענט נישט אהערצוקומען אומלעגאל".

היימלאנד סעקרעטאר 'ניעלסאן': "מיר האבן נישט קיין שום נייע פאליסיס, אז אונז ניצן די קינדער צעטיילונג פאר א דערשרעקונג איז א ליגענט".

פרעזידענט טראמפ: "דעמאקראטן זענען שולדיג".

סענעטאר לינדזי גרעהם: "טראמפ קען דאס אפשטעלן מיט איין טעלעפאון רוף".

אלען דערשאוויץ (אויף פאקס און פריינט): "איך אפעליר צו דיר מר. פרעזידענט צו אפשטעלן די קינדער אפטיילעכץ זאפארט. שוין היינט!"

'זשאן מעקעין': "די טראמפס אדמיניסטראציע צעטיילונג פאליסי איז אין קעגנזאץ צו די ווירדן פונעם אמעריקאנעם פאלק".

ענטאני סקאראמוטשי (געוועזענע פרעסע סעקרעטעאר): "יעדער ווייסט אז טראמפ קען דאס אפשטעלן גאר שנעל, ער גייט ארויסקומען דערפון שטארק געשעדיגט".

ביל אריילי: "טראמפ וועט נישט געווינען אויף דעם, אומשולדיגע קינדער ליידן, טראמפ זאל צוריקדרייען די פאליסי שוין היינט!"

'לאורע אינעגרעהם': "די גאווערמענט מוז דאס טוהן פאר די קינדערס טובה".

פירסט לעידי 'לאורע בוש': "דאס צעטיילן קינדער ביי די גרעניץ איז שרעקליך, די נייע 0 טאלאראנץ פאליסי איז אוממאראל און צוברעכט מיין הארץ".

פירסט לעידי 'מעלאניע טראמפ': "איך האב פיינט צו זעהן די משפחה צעטיילונג ביים גרעניץ, אמעריקא ברויך א גאווערמענט מיט הארץ".

'סטיוו בענאן': "זייער א גוטע זאך, עס איז א 0 טאלאראנץ פאליסי, איך האלט נישט די אדמינסטראציע ברויך עס פארענטפערן".

'מיט ראמני': "איך אגרי מיט מרת. בוש, דאס ברויך אן ענטפער".

באורדער פאטראל הויפט: "מיר זענען זייער אומבאקוועם מיטן מידיע'ס ניצן די ווארט "שטייגן", הגם נישט אומאקוראט".

רעפובליקען סענעטאר 'סוזען קאלינס': "די נייע פאליסי איז א שרעקליכע טראומע פאר די קינדער און איז פארקערט וואס אמריקא שטעלט פאר".

רעפובליקען סענעטאר 'זשאן קענעדי': "די גאנצע זאך איז א הייסע כאדאראם".

קאנסערוואטיווער עווענזשעליקעל פירער, גלח 'פרענקלין גרעהם': "די פאליסי איז א שאנדע".

פירער פון די קאטוילישע קירכע 'דעניעל דענאראו': "דאס איז נישט קיין תירוץ, גענצליך אוממאראל".

'אגודת ישראל דאמעריקא': "די נייע אדאפטירטע פאליסי איז שטארק באזארגנד און אנטוישנד".

רעפובליקען סענעטאר 'דזשעימס לענקפארד': מיר ברויכן האלטן די פאמיליעס צוזאמען".

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'וויל הורד': "אין אמעריקא די לאנד פון די פרייע און די בראווע טאר אזאנס נישט פאסירן".

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'פיטער ראקמאן': "דריי שוין צוריק די פאליסי, דאס איז עלטערנס גרעסטע נייטמעיר".

'דזשעב בוש': "דאס איז א הארצלאזע פאליסי וואס טראמפ ברויך זאפארט ענדיגן, ניצן קינדער פאר פארהאנדלונגען איז אומדערהערט".

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'פרעד אפטען': "די פאליסי איז עקלדיג און אוממענטשליך".

רעפובליקען סענעטאר 'דיען העללער': איך שטיץ נישט די פאליסי פון צעטיילן די קינדער, דאס מוז ווערן פארראכטן".

רעפובליקען קאנגרעס קאמפיין קאמיטע הויפט קאנגרעסמאן 'סטיוו סטיווערס': "אויב די פאליסי איז נישט געטוישט גאר אינגיכן וועל איך מוזן נעמען אנדערע סארט שריט".

'ראש לימבאו': "די אלע אימיגראנטן ווילן אינוואדירן אונזער לאנד, די קריזיס איז פאבריצירט".

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'פעט ראבערטס': "איך בין שטארק קעגן די פאליסי פון צעטיילן די קינדער".

'ען קאולטער': "די קינדער זענען קריזיס אקטיארן".

'דאקטוירים אקעדימיע אוו אמעריקא': "די קינדער צעטיילונג איז טשיילד אביוז".

------

פון דעמאקראטן:

'הילערי קלינטאן': "א גראבע ליגענט פון טראמפ אז ס'איז [זיין נייע פאליסי] א פארלאנג דורכן געזעץ".

'טשאק שוממער': "יעדער ווייסט אז דאס איז א דירעקט נייע טראמפ פאליסי, ער זאל עס פעיסן אין פנים אריין".

'נענסי פעלאוסי': "דאס איז נישט קיין אמיגראציע קריזיס נאר א היומעניטערישע קריזיס".

פירסט לעידי 'מישעל אבאמא': "לאורע בוש'ס ווערטער צייגט אז די אמת איז בייפארטיזען".

פירסט לעידי 'ראזעלעין קארטער': "דאס אוועקרייסן קינדער איז א שאנדע פאר אמעריקא".

דעמאקראט 'עדעם שיפף': "די אדמינסטראציע ניצט די קינדער פאר האסטעדזשיס ארויסצובאקומען א וואנט, אומדערהערבאר!"

'בערני סאנדערס': "די פאראייניגטע שטאטן טאר און וועט נישט זיין א פלאץ פון אוועקשפארן קינדער אין שטייגן ביים גרעניץ".

די לאקאלע צייטונגען:
אטעטשמענטס
IMG_20180619_060627.jpg
IMG_20180619_060627.jpg (298.23 KiB) געזען 1470 מאל
IMG-20180619-WA0000.jpg
IMG-20180619-WA0000.jpg (30.52 KiB) געזען 1470 מאל
IMG-20180619-WA0001.jpg
IMG-20180619-WA0001.jpg (43.11 KiB) געזען 1470 מאל
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

Goodmorning האט געשריבן:סא סך הכל.

1. די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן.
2. עס גייט יא אן אבער אבאמא טוט עס.
3. מען מוז עס טון אפילו עס איז ברוטאל, די דעמאקראטן הייסן עס טון.
4. עס איז א לכתחילה, זיי זענען סייווי ווי א מאסקיטא.
5. דאס זענען פשוט קינדער אנגעקומען אן עלטערן און עס קומט זיך זיי נישט קיין קולעי וואסער.
6. עס קומט זיך זיי פארן וועלן אריינקומען דא אין לאנד. טו בעד
א גוטע נאכט, יעדער זאל איינחזרען די פאוינטס וואס אים שמעקט בעסער און פראבירן זיין קאנסיסטענט. הצלחה

7) די בילדער זענען פון 2014
#בשיטה נישט
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

אמביציע האט געשריבן:ר' איד די גייסט זיך נישט ארויס דרייען, דאס איז א שרעקליכער טאהט צו טאן, צעטיילן פיצי קינדער פון זייערע עלטערן, אין א דעמעקראטישע לאנד האט דאס נישט קיין ארט, איך ווייסט נישט וואס געזעץ אבער וואס איך ווייס יא איז אז דאס איז נאך נישט געווען און זיכער נישט אויף אזא פארנעם

האק נישט קיין טשייניק ביטע,

ווען מ'זאל מיר דן זיין לכף זכות נאר א פיצי וואו טראמפ'ס מענטשן זענען עם דן לכף זכות וועל איך זיין צופרידן

איך וועל דיר לאזן מיט די לעצעט ווארט, אויב פארשטייט מען נישט אט דעם שלעכטיגקייט פון צעטיילן קינדער פון עלטערן, אינז זעמיר דאך אידישע קינדער.

ביטע ליין וואס ער שרייבט
שמאטע האט געשריבן:א הארבע שאלה פאר די שרייעדיגע רעפרעזענטעטיווס!

"צו האט איר שוין אמאל באזוכט און זיך גערעכענט, און געזוכט מיטלן צו "פארעכטען די אומ-מענטשיליכקייט" פון אן אמעריקאנע קינד פון אמעריקאנע עלטערן פון אייער אייגענע היים-דיסטריקט וועלכע די טאטע/מאמע זיצן אין תפיסה פארשפארט פאר א DUI 'ווארטענדיג אויף א משפט"???? צו האט איר דאן אויך "מיטלייד" און איר זענט "אויפגעשוידערט" אויף די רשעות און געסטאפאו באהאנדלונג פון "אוועקרייסן יונקי שדים פון די מוטערס שויס??"

אדער האט איר נאר מיטלייד מיט "אויסלענדישע" וועלכע די עלטערן זייערע האבן זיי מפקיר געווען "מרצונם הרחמי" צו ארעסטירט ווערן!!!

אי רחמנין אתן, את השתא אמאי לא אתיתו לגבאי???

#טול קורה מבין עיניכם דוברי שקרים!

ווי אויך
קרייסלער האט געשריבן:מהאקט און מהאקט אבער קיינער ענטפערן נישט די לעגיטימע פראגע: ווי זאל מען לייגן די קינדער אינדערצייט וואס די עלטערן ווארטן צו ווערן געפראסעסט? ענטפערן נאר לאגיש
יעצט אז טראמפ האט דערקלערט זירא טרלארענץ אויף אימיגראציע מיינט דאס אויטאמאטיש אז טראמפ האט איינגעפירט צו אוועק כאפן קינדער? איך שטוין ווי א עם חכם ונבון פלאפעלט נאך די מידיא
טו בי ווערי האנעסט ווען רובאשקינס קינדער האבן געוויינט פארנט פון די געריכט הויז האט זיך קיינער נישט גיקימערט ענד די ליסט גאוס אן
די גאנצע סאמאטוכע האט זילטש מיט קינדער אדער רחמנות און די פאקטן זענען ניטאמאל אמת, סהאט קיינמאל עקסיזטירט א פאליסי צו דירעקטען אגענטן צו צעשיידן פאמיליעס
א גוטע נאכט
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:עס קומען אריין רעאקציעס פון איבער אמעריקא, פון אלע עקן פונעם ספעקטרום און פארטייען צום שרעקעדיגן קינדער צעטיילונג פאליסי וואס שאקלט אויף דאס לאנד. לאמיר ברענגען אביסל.

צוערשט פון די טראמפ אדמיניסטראציע, טראמפ שטיצער, רעפובליקאנער:

אטורני זשענעראל 'זשעף סעשאנס': "די נייע פאליסי וועט דינען אלץ אפשרעקונג פאר אנדערע אימיגראנטן נישט צו קומען".
ליגענט. ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי. #פעיק נאוז

ווייסע הויז טראמפ אדווייזער 'סטיוון מיללער': "אונז ברויכן נישט קיין אימיגראנטן פלוס, די נייע פאליסי שיקט א שארפן מעסעדזש פאר יעדעם".
ליגענט. ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי. #פעיק נאוז

טשיף אוו סטעף 'זשאן קעלי': "דאס קען זיין א פיינע דעטערענט נישט אהערצוקומען אומלעגאל".
ליגענט. ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי. #פעיק נאוז

היימלאנד סעקרעטאר 'ניעלסאן': "מיר האבן נישט קיין שום נייע פאליסיס, אז אונז ניצן די קינדער צעטיילונג פאר א דערשרעקונג איז א ליגענט".
עקזעקטלי!. (זי האט געזאגט נאכזאכן אויך)

פרעזידענט טראמפ: "דעמאקראטן זענען שולדיג".
...אויף סיי וואספארא געזעץ ס׳איז יעצט דא לגבי ארעסטירטע ביים בארדער. אמת.

סענעטאר לינדזי גרעהם: "טראמפ קען דאס אפשטעלן מיט איין טעלעפאון רוף".
טראמפ איז מסכים צו פארהאנדלען איבער סיי וואספארא געזעץ און אויסטויש פאר א וואנט

אלען דערשאוויץ (אויף פאקס און פריינט): "איך אפעליר צו דיר מר. פרעזידענט צו אפשטעלן די קינדער אפטיילעכץ זאפארט. שוין היינט!"
ער איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

'זשאן מעקעין': "די טראמפס אדמיניסטראציע צעטיילונג פאליסי איז אין קעגנזאץ צו די ווירדן פונעם אמעריקאנעם פאלק".
ער איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. (אדער סתם געהאקט א טשיינוק כדרכו. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

ענטאני סקאראמוטשי (געוועזענע פרעסע סעקרעטעאר): "יעדער ווייסט אז טראמפ קען דאס אפשטעלן גאר שנעל, ער גייט ארויסקומען דערפון שטארק געשעדיגט".
ער איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

ביל אריילי: "טראמפ וועט נישט געווינען אויף דעם, אומשולדיגע קינדער ליידן, טראמפ זאל צוריקדרייען די פאליסי שוין היינט!"
ער איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

'לאורע אינעגרעהם': "די גאווערמענט מוז דאס טוהן פאר די קינדערס טובה".
עקזעקטלי!. דאס איז א געזעץ. קינדער ביים גרעניץ מיזן ווערן גוט באהאנדלט.

פירסט לעידי 'לאורע בוש': "דאס צעטיילן קינדער ביי די גרעניץ איז שרעקליך, די נייע 0 טאלאראנץ פאליסי איז אוממאראל און צוברעכט מיין הארץ.
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

פירסט לעידי 'מעלאניע טראמפ': "איך האב פיינט צו זעהן די משפחה צעטיילונג ביים גרעניץ, אמעריקא ברויך א גאווערמענט מיט הארץ".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

'סטיוו בענאן': "זייער א גוטע זאך, עס איז א 0 טאלאראנץ פאליסי, איך האלט נישט די אדמינסטראציע ברויך עס פארענטפערן".
פיין געזאגט בענאן.

'מיט ראמני': "איך אגרי מיט מרת. בוש, דאס ברויך אן ענטפער".
עין לעיל אצל מרת בוש.

באורדער פאטראל הויפט: "מיר זענען זייער אומבאקוועם מיטן מידיע'ס ניצן די ווארט "שטייגן", הגם נישט אומאקוראט".
הונדערט פערצענט גערעכט. #פעיק נאוז

רעפובליקען סענעטאר 'סוזען קאלינס': "די נייע פאליסי איז א שרעקליכע טראומע פאר די קינדער און איז פארקערט וואס אמריקא שטעלט פאר".

ער איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

רעפובליקען סענעטאר 'זשאן קענעדי': "די גאנצע זאך איז א הייסע כאדאראם".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

קאנסערוואטיווער עווענזשעליקעל פירער, גלח 'פרענקלין גרעהם': "די פאליסי איז א שאנדע".

זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

פירער פון די קאטוילישע קירכע 'דעניעל דענאראו': "דאס איז נישט קיין תירוץ, גענצליך אוממאראל".
ער איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

'אגודת ישראל דאמעריקא': "די נייע אדאפטירטע פאליסי איז שטארק באזארגנד און אנטוישנד".
זיי האבן זיך זיכער דערשראקן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

רעפובליקען סענעטאר 'דזשעימס לענקפארד': מיר ברויכן האלטן די פאמיליעס צוזאמען".
אזוי טוט מען (אויב ס׳איז דא פאמיליס) ס׳איז נישט דא א פאליסי פון צוטיילן פאמיליעס

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'וויל הורד': "אין אמעריקא די לאנד פון די פרייע און די בראווע טאר אזאנס נישט פאסירן".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'פיטער ראקמאן': "דריי שוין צוריק די פאליסי, דאס איז עלטערנס גרעסטע נייטמעיר".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

'דזשעב בוש': "דאס איז א הארצלאזע פאליסי וואס טראמפ ברויך זאפארט ענדיגן, ניצן קינדער פאר פארהאנדלונגען איז אומדערהערט".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'פרעד אפטען': "די פאליסי איז עקלדיג און אוממענטשליך".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

רעפובליקען סענעטאר 'דיען העללער': איך שטיץ נישט די פאליסי פון צעטיילן די קינדער, דאס מוז ווערן פארראכטן".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

רעפובליקען קאנגרעס קאמפיין קאמיטע הויפט קאנגרעסמאן 'סטיוו סטיווערס': "אויב די פאליסי איז נישט געטוישט גאר אינגיכן וועל איך מוזן נעמען אנדערע סארט שריט".
ער איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

'ראש לימבאו': "די אלע אימיגראנטן ווילן אינוואדירן אונזער לאנד, די קריזיס איז פאבריצירט".
ער איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'פעט ראבערטס': "איך בין שטארק קעגן די פאליסי פון צעטיילן די קינדער".
איך אויך. ס׳איז אבער נישט דא אזא פאליסי.

'ען קאולטער': "די קינדער זענען קריזיס אקטיארן".
ער איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

'דאקטוירים אקעדימיע אוו אמעריקא': "די קינדער צעטיילונג איז טשיילד אביוז".
ר איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.
------

פון דעמאקראטן:

'הילערי קלינטאן': "א גראבע ליגענט פון טראמפ אז ס'איז [זיין נייע פאליסי] א פארלאנג דורכן געזעץ".
ליגענט. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. #פעיק נאוז

'טשאק שוממער': "יעדער ווייסט אז דאס איז א דירעקט נייע טראמפ פאליסי, ער זאל עס פעיסן אין פנים אריין".
ליגענט. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. #פעיק נאוז

'נענסי פעלאוסי': "דאס איז נישט קיין אמיגראציע אישו נאר א היומעניטערישע אישו".
ליגענט. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. #פעיק נאוז

פירסט לעידי 'מישעל אבאמא': "לאורע בוש'ס ווערטער צייגט אז די אמת איז בייפארטיזען".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

פירסט לעידי 'ראזעלעין קארטער': "דאס אוועקרייסן קינדער איז א שאנדע פאר אמעריקא".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

דעמאקראט 'עדעם שיפף': "די אדמינסטראציע ניצט די קינדער פאר האסטעדזשיס ארויסצובאקומען א וואנט, אומדערהערבאר!"
ליגענט. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. #פעיק נאוז

'בערני סאנדערס': "די פאראייניגטע שטאטן טאר און וועט נישט זיין א פלאץ פון אוועקשפארן קינדער אין שטייגן ביים גרעניץ".
זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.

די לאקאלע צייטונגען:
רשעות קאלטע סעלצער
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איך רוף פאר א פייער שטילשטאנד אין דיעזע אשכול
ביידע צדדים דארפן ברענגען עפעס זאכליך צום טיש
צד אנטי טראמפ/פעיק ניוז
אנווייזן איבער א פאליסי פון צעטיילן קינדער
צד טראמפ
אויב צד א׳ ברענגט נישט פרוף האבן זיי גארנישט וואס זיי דארפן אויפווייזן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

די נייע פאליסי איז זערא טאלערענס ביים איינשפארן משפחות וואס בעטן אזיל רעכט אלס קרימינאלן אנשטאט זיי ארויסלאזן מיט עלעקטראנישע ברעיסלעטס נאך 20 טעג צוזאמען אין דעטענשאן סענטערס. די אדמיניסטראציע האט גוט געוואוסט אז דאס איז פשוט אידיש טייטש צוטיילן משפחות.

1. די ןןאס קלעימען נישט פאר אזיל רעכט ווערן אהיימגעשיקט צוזאמען סאו איז נישטא דער פראבלעם.
2. די אדמיניסטראציע האט געהאפט אז דאס וועט אפהאלטן אימיגראנטן זיי האבן עס אין אנפאנג און אפילו יעצט על פי רוב נישט געלייקענט.
3. די געזעצן פון זארגן פאר קינדער וואס צווינגט כלומרשט די צוטיילונג איז בוש'ס.
4. די געריכטן האבן געפסקנעט אז מען מוז ארויסלאזן נאך 20 טעג אין דעטענשאן ווי אבאמא פלעגט האלטן משפחות צוזאמען, דערפאר האט טראמפ געטוישט פאליסי אנצוקלאגן די אימיגראנטן קרימינאל זיי צו קענען האלטן איינגעשפארט ביז די ענדע פון פראסעס.
5. די רעגירונג האט נישט קיין סיסטעם פון פאראייניגן משפחות און געוויסע עלטערן זוכן נאכדעם זייערע קינדער.
6. עס צווינגט די קינדער צום דורכגיין אזיל רעכט געריכטן אן אן ערוואקסענער וואס זאל האבן די אינפארמאציע אויפצוווייזן.
7. זאגן אז זערא טאלערענס מיט קלאגן קרימינאל מיינט נישט צוטיילן קינדער איז ליגענט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

כאפצעם האט געשריבן:עס קומען אריין רעאקציעס פון איבער אמעריקא, פון אלע עקן פונעם ספעקטרום און פארטייען צום שרעקעדיגן קינדער צעטיילונג פאליסי וואס שאקלט אויף דאס לאנד. לאמיר ברענגען אביסל.

צוערשט פון די טראמפ אדמיניסטראציע, טראמפ שטיצער, רעפובליקאנער:

אטורני זשענעראל 'זשעף סעשאנס': "די נייע פאליסי וועט דינען אלץ אפשרעקונג פאר אנדערע אימיגראנטן נישט צו קומען".

ווייסע הויז טראמפ אדווייזער 'סטיוון מיללער': "אונז ברויכן נישט קיין אימיגראנטן פלוס, די נייע פאליסי שיקט א שארפן מעסעדזש פאר יעדעם".

טשיף אוו סטעף 'זשאן קעלי': "דאס קען זיין א פיינע דעטערענט נישט אהערצוקומען אומלעגאל".

היימלאנד סעקרעטאר 'ניעלסאן': "מיר האבן נישט קיין שום נייע פאליסיס, אז אונז ניצן די קינדער צעטיילונג פאר א דערשרעקונג איז א ליגענט".

פרעזידענט טראמפ: "דעמאקראטן זענען שולדיג".

סענעטאר לינדזי גרעהם: "טראמפ קען דאס אפשטעלן מיט איין טעלעפאון רוף".

אלען דערשאוויץ (אויף פאקס און פריינט): "איך אפעליר צו דיר מר. פרעזידענט צו אפשטעלן די קינדער אפטיילעכץ זאפארט. שוין היינט!"

'זשאן מעקעין': "די טראמפס אדמיניסטראציע צעטיילונג פאליסי איז אין קעגנזאץ צו די ווירדן פונעם אמעריקאנעם פאלק".

ענטאני סקאראמוטשי (געוועזענע פרעסע סעקרעטעאר): "יעדער ווייסט אז טראמפ קען דאס אפשטעלן גאר שנעל, ער גייט ארויסקומען דערפון שטארק געשעדיגט".

ביל אריילי: "טראמפ וועט נישט געווינען אויף דעם, אומשולדיגע קינדער ליידן, טראמפ זאל צוריקדרייען די פאליסי שוין היינט!"

'לאורע אינעגרעהם': "די גאווערמענט מוז דאס טוהן פאר די קינדערס טובה".

פירסט לעידי 'לאורע בוש': "דאס צעטיילן קינדער ביי די גרעניץ איז שרעקליך, די נייע 0 טאלאראנץ פאליסי איז אוממאראל און צוברעכט מיין הארץ".

פירסט לעידי 'מעלאניע טראמפ': "איך האב פיינט צו זעהן די משפחה צעטיילונג ביים גרעניץ, אמעריקא ברויך א גאווערמענט מיט הארץ".

'סטיוו בענאן': "זייער א גוטע זאך, עס איז א 0 טאלאראנץ פאליסי, איך האלט נישט די אדמינסטראציע ברויך עס פארענטפערן".

'מיט ראמני': "איך אגרי מיט מרת. בוש, דאס ברויך אן ענטפער".

באורדער פאטראל הויפט: "מיר זענען זייער אומבאקוועם מיטן מידיע'ס ניצן די ווארט "שטייגן", הגם נישט אומאקוראט".

רעפובליקען סענעטאר 'סוזען קאלינס': "די נייע פאליסי איז א שרעקליכע טראומע פאר די קינדער און איז פארקערט וואס אמריקא שטעלט פאר".

רעפובליקען סענעטאר 'זשאן קענעדי': "די גאנצע זאך איז א הייסע כאדאראם".

קאנסערוואטיווער עווענזשעליקעל פירער, גלח 'פרענקלין גרעהם': "די פאליסי איז א שאנדע".

פירער פון די קאטוילישע קירכע 'דעניעל דענאראו': "דאס איז נישט קיין תירוץ, גענצליך אוממאראל".

'אגודת ישראל דאמעריקא': "די נייע אדאפטירטע פאליסי איז שטארק באזארגנד און אנטוישנד".

רעפובליקען סענעטאר 'דזשעימס לענקפארד': מיר ברויכן האלטן די פאמיליעס צוזאמען".

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'וויל הורד': "אין אמעריקא די לאנד פון די פרייע און די בראווע טאר אזאנס נישט פאסירן".

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'פיטער ראקמאן': "דריי שוין צוריק די פאליסי, דאס איז עלטערנס גרעסטע נייטמעיר".

'דזשעב בוש': "דאס איז א הארצלאזע פאליסי וואס טראמפ ברויך זאפארט ענדיגן, ניצן קינדער פאר פארהאנדלונגען איז אומדערהערט".

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'פרעד אפטען': "די פאליסי איז עקלדיג און אוממענטשליך".

רעפובליקען סענעטאר 'דיען העללער': איך שטיץ נישט די פאליסי פון צעטיילן די קינדער, דאס מוז ווערן פארראכטן".

רעפובליקען קאנגרעס קאמפיין קאמיטע הויפט קאנגרעסמאן 'סטיוו סטיווערס': "אויב די פאליסי איז נישט געטוישט גאר אינגיכן וועל איך מוזן נעמען אנדערע סארט שריט".

'ראש לימבאו': "די אלע אימיגראנטן ווילן אינוואדירן אונזער לאנד, די קריזיס איז פאבריצירט".

רעפובליקען קאנגרעסמאן 'פעט ראבערטס': "איך בין שטארק קעגן די פאליסי פון צעטיילן די קינדער".

'ען קאולטער': "די קינדער זענען קריזיס אקטיארן".

'דאקטוירים אקעדימיע אוו אמעריקא': "די קינדער צעטיילונג איז טשיילד אביוז".

------

פון דעמאקראטן:

'הילערי קלינטאן': "א גראבע ליגענט פון טראמפ אז ס'איז [זיין נייע פאליסי] א פארלאנג דורכן געזעץ".

'טשאק שוממער': "יעדער ווייסט אז דאס איז א דירעקט נייע טראמפ פאליסי, ער זאל עס פעיסן אין פנים אריין".

'נענסי פעלאוסי': "דאס איז נישט קיין אמיגראציע קריזיס נאר א היומעניטערישע קריזיס".

פירסט לעידי 'מישעל אבאמא': "לאורע בוש'ס ווערטער צייגט אז די אמת איז בייפארטיזען".

פירסט לעידי 'ראזעלעין קארטער': "דאס אוועקרייסן קינדער איז א שאנדע פאר אמעריקא".

דעמאקראט 'עדעם שיפף': "די אדמינסטראציע ניצט די קינדער פאר האסטעדזשיס ארויסצובאקומען א וואנט, אומדערהערבאר!"

'בערני סאנדערס': "די פאראייניגטע שטאטן טאר און וועט נישט זיין א פלאץ פון אוועקשפארן קינדער אין שטייגן ביים גרעניץ".

די לאקאלע צייטונגען:

בקיצור, white nationalists vs. The rest

שרעקעדיג וואספארא גרויסע ציפערן די סופרעמאסיסטן זענען
#בשיטה נישט
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

מארקא ראביא זיך אויפגעוועקט

Releasing those who unlawfully enter b/c they came with children creates a cruel incentive to bring children on dangerous journey. Detaining parents is cruel because it separates families. Lets change the law so we can hold families together while awaiting expedited hearings
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

@כאפצעם שיינע ארבעט!
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

Wow. Obama really did agree with @realDonaldTrump on Immigration.

https://www.dropbox.com/s/ksui04xen49vp ... 9.mp4?dl=0
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

גוט פאר א שמייכל. אויסשניטן....
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א ווייטער׳דיגער באריכט איבערן נעכטיגן שטורעם פון א שוידערליכער טראלישער געשיכטע, פון א רעקארדירונג ווי מ׳הערט אונעם אינטערגרונד יללות וויינעדיגע פיצלעך קינדער וואס בעטן טאטע מאמע אינטער עפעס א קאלטבלוטיגער שומר.

די ריקארדינג - די רעאקציע
א גאנצע נאכט האבן די עסקנים פראבירט צו דערגיין די תוכן פונעם רעקארדירונ צו קענען דערשנאפן מער אינפארמאציע איבער די רחמניות׳דיגע קינדערלעך. זיי האבן אנגערופן און זיך פארבינדן מיט פילע מענטשן וואס זענען באקאנט און טוען אזאנע קעיסעס, און צוזאמען מיטן די שווערע ארבעט פון די חברה שומרים און די 90סטע פאליציי פריסינג האבן זיי באוויזן צו דערגיין פון וואנעט די שוידעליכער רעקארדירונג קומט, און וואס און ווען ס׳האט פאסירט דארט. ליינט און שטוינט.

פאמילע בעקראונד - עלטערן ביהעיווערל
די קינדער זענען צוזאמען 6 געשוויסטער, 2 ברודער און 4 שוועסטער, פון 1 ביז 9 יאר אלט. זייערע עלטערן וואוינען און בארא פארק אינטער שווערע אומשטענדן. די טאטע זייער׳ס האט נישט קיין געהעריגע פרנסה, די מאמע איז נישט מיט אלעמען רח״ל. זיי וואוינען און א פיצקעלע דירה נאר איין בעדרום, און א בעסמענט. אקיצור, לויט די אינפארמאציע וואס מ׳האט באוויזן צו דערגיין, און לויט דאס וואס די קינדער דערציילן האבן די עלטערן פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט באשלאסן איבערצומישן א בלעטל און אריבער שיקן די קינדער קיין וויליאמסבורג און דארט אנצוהויבן א בעסער לעבן. די עלטערן האבן צוגעזאגט אז זיי וועלן נאכפאלגן די קינדער און אויך מאכן דעם וועג קיין ווילי מארגן (פארגאנגענעם) פרייטאג, שפעט׳סטענס נאך שבת.


די רייזע
דאנערשטאג ניינע אווענט האבן די עלטערן האבן געדינגען א דרייווער פון א פיקאפ טרעקל, ער זאל זיי דראפ-שיפּן קיין וויליאמסבורג צו א אימבאשטימטע לאקאציע. דער דרייווער איז אנגעקומען און צייט, שמער-נישווייניגערנישט מ׳האט אריינגעשטיפט די קינדער אונעם טראנק, מיט הילף פון די עלטערן, און כדי אז ס׳זאל זיין פלאץ פאר יעדעם געהעריג האבן זיי אלע געמיזט ליגן זייטיג. די בעבי האט מען געלייגט העכער׳ן רעדל, דארט איז געווען א פערפעקט סייז לעכל.. און, ויסעו!. שלמה (די עלטסטער פון זיי) דערציילט, אז ממש הארט ביים ארויספארן ווען די טראנק איז שוין געווען פארהאקט האט ער געהערט זיין טאטע ווארענט אהן דעם דרייווער ער זאל זיין פארזיגטיג, און אכטונג געבן אויף זיינע קינדער, און ווען ער שטעלצעך אפ ביי א גאז סטאנציע זאל ער ביטע קויפן פאר זיינע קינדער א פלעשל וואסער, ער האט אים צוגעזאגט ער וועט אים דאס אויך באצאלן. קעש.

פארט אדורך א רויטע לייט - פאליס שטעלט אפ.
9:31 פי עם האט א פעטראל קאפ פונעם 76סעע פריסינג אריינגערופן און זיין רעדיאו אז ער שטעלט אפ א פיקאפ טרעקל. מאדעל.. יאר.. קאליר.. פלעיט׳ס... טען פאר. לייסענס רעגעסטעשין פליז, שאור. איי סטאפט יא ביקאז אוו פעסינג א רעד לייט. איים סארי אפיסער. ווען דער אפעציר האט אריינגעלייגט זיינע אינפארמאציע אונעם קאמפעיאטער זיינע איז גלייך ארויפגעקומען אז די לייסענס גיז סוספענדירט. דער אפעציר איז צוריקגעגאנגען צו דרייווער און איינגעמאלדן די פרייליכע נייעס, סיר יא אר אנדער ארעסט. אן קיין ווידערשטאנד האט דער דרייוער ארויסגעטרעטן, אזוי ביינע לעביינע האט פארן אפעציר זיך געדאכט אז ער הערט ארויס קינדערישע געוויינעראציעס פונעם אינטערן. מעי איי סי די בעק?.. אממ..... פארן אפעציר איז שווארץ געווארן פאר די אויגן, דאס בילד מיט וואס ער האצעך נארוואס באגעגנט האט אים געצווינגען צו וויינען. באלד האט ער אריינגערופן פאר הילף, א מעידזשר ריספאנד פון אפעצירן זענען אנגעקומען. דער דרייוער איז גלייך אפגעלירט געווארן צום פאליס סטעישן פאר אויספארשונגען, די קינדער זענען צוגעפירט געווארן צו א דערנעבענדיגע שמחה זאל ווי מ׳האט זיי אינטערגעזיכט און פראבירט צו באראיגן, ווילאנג די פאליציי געפונט אויס פון ווי זיי קומען און וואס און די וועלט ס׳האט דא פאסירט. חברה שומרים ד׳וויליאמסבורג האבן דארט געהאט צוויי וואלאנטירן איבער נאכט וואס האבן אכטונג געגעבן אויף די אימשילדיגע קינדער.

די קינדער דורכאויס די נאכט.
ווי איינע פון די וואלאנטירן דערציילן האבן זיי געהאט א גאר שווערע נאכט אונעם זאל, זיי האבן ווייט נישט מצליח געווען צו האלטן די קינדער ראיג, די קינדער זענען געווען טראמע׳טייזד און פארפרוירן פאר פחד, געוויינט און געשריגן.. טאטע מאמע, אומוויסנדיג נעבעך אז זייערע עלטערן זענען די וואס האבן זיי אזוי דא מסדר געווען. זיין בני בית האט אים אנגערופן אינמיטן נאכט זיך נאכפרעגן אויף אים, האט ער איר ריקארדירט אביסל פון די צענע און די וויינערייען. אוי דאס איז געווען די ריקארדינג וואס האט אנגעמאכט אזא טימל. פון די אנדערע זייט האבן זיי פראבירט צו ארויסבאקומען עפעס אינפארמאציע פון די קינדער וואס זיי ווייסן יא אדער נישט, זיי האבן אבער נישט געהאט קיין השגה וואס טיצעך מיט זע. זיי האבן נאר דערשנאפט בלויז די רויע אינפארמאציע וואס מיר שרייבן אויבן איבער די מצב ביי זיי און שטוב, און וויזוי די רייזע האט זיך אנגעהויבן. אלעס וויכטיגע דיטאלן ארום, זייער אדרעס, טעלפאון נאמבער און טאטע ליגאלער נאמען האבן די קינדער נישט געוויסט צו ענפערן.

עסקנים רופן.
די עסקנים זענען ארויסגעקומען מיט א מעלדונג צום ציבור, און באראאיגט יעדעם אז די רעקארדירונג איז בלויז א פליגעל פונעם שוידערליכער געשיכטע, אבער די קינדער זענען יעצט א און גוטע הענט, און זייערע יללות איז נישט צוליב זייערע באהאנדלונג, נאר צוליב זייער שווערע מצב און וואס זייערע עלטערן האבן זיי אריינגעלייגט. לעת עתה ווערן די קינדער גוט קער גענומען, קיינער זאל נישט פאניקן. די עסקנים וועלן היינט זיצן אויף אן אסיפה צו זעען וואס מ׳טוט דא ווייטער, און ווזוי מ׳וועט ווייטער באהאנדלען די קעיס.

ווי נאר ס׳וועלן זיין ווייטערדיגע אפדעיט׳ס וועטעס דא געמאלדן ווערן.

- חברה שומרים דוויליאמסבורג
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

פאקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

לאמיר עס אביסל צונעמען פאר די אלע וואס פארשטייען עס נישט, כוועל טרייען צו שרייבן בלויז פאקטן.

א) אין אמעריקע איז דאס געזעץ שוין פאר לאנגע יארן אז אריבער צו גיין די גרעניץ אן ערלויבעניש און/אדער אן אומלעגאלער ענטערענס איז אומלעגאל און א פארברעך וואס מען קען פארדעם אליינס ווערן ארעסטירט און ווערן אנגעקלאגט.

ב) אין אמעריקע איז דאס געזעץ אז ווען עלטערן ווערן ארעסטירט פאר סיי וועלכע פארברעך נעמט מען נישט מיט די קינדער אין תפיסה נאר מען טראגט די קינדער צו א ספעציעלע צענטער ווי זיי ווערן געהאלטן ביז מען טרעפט אוועג זיי צו פלאצירן ביי משפחה אדער וואוילטעטיגע ארגאנעזאציעס אדער אין פאל די עלטערן ווערן ארויסגעלאזט גענוג שנעל פאראייניגן זיי זיך צוריק.

ג) אין אמעריקע איז די אדמיניסטראטיוו דיטענטשן (דאס מיינט האלטן א מענטש איינגעשפארט אויף א פלאץ אינדרויסן פון די תפיסה סיסטעם אויס מורא אז ער קען שאדן די סעקיוריטי פון דער לאנד אדער אירע מענטשן) שטארק קאנטארלירט און לימיטעד כדאי די לאנד זאל טאקע בלייבן ביי דעמעקראטיע.

ד) די אדמיניסטראטיוו דיטענטשן איז נאך מער געלימיטעד געווארן ווען א פעדעראלע ריכטער האט גע'פסק'ט אין 2015 אז די רעגירוג האט נישט קיין רעכט צו האלטן קינדער אין אדמיניסטראטיוו דיטענטשן מער פון 20 טעג.

ה) איינער וואס ווערט פשוט און גראד דעפארטירט אן ווערן קרימינאל אנגעקלאגט קען נאך מארגן קומען דורכן לעגאלן וועג און ווערן אנגענומען אין לאנד.

ו) איינער וואס ווערט דעפארטירט דורך א קרימינאלע קאנוויקשן אין קארט קען נישט אריינקומען צוריק אין לאנד לעגאל (איך מיין עס האט אן עקספיירעשן דעיט אבער תיכף ומיד זיכער נישט)

ז) היינט צוטאגס נעמט פאר די דיפארטעישן פראסידינגס ארום 3 -4 חדשים אין עווערעדש געוואנדן לויטן פרייאריטי און ריסארס אוועילעבל.

יעצט צום פוינט, אמאל (סיי אונטער בוש און סיי אונטער אבאמא) פלעגט מען על פי רוב נישט אנקלאגן קרימינאל [נישט אלץ געזעץ נאר אלץ פראקטישקייט] איינער וואס האט זיך גשווערצט דעם גרעניץ (עכ"פ פעמילי גרופס זיכער נישט) נאר מען האט זיי גענאלטן אין אדמיניסטראטיוו דיטענטשן ווילאנג מען האט דיטערמענט אויב מען וויל זיי האלטן אדער דיפארטירן [און זיי האבן דאן געקענט זיך שטעלן אין די לעגאלע ליין און אזוי אריינקומען ]
די גאנצע משפחה צוזאמען. אבער נאך א קארט פסק אין 2015 אז "קינדער" טארן נישט זיין מער ווי 20 טעג

איינמאל די ריכטער איז ארויסגעקומען מיט די פסק אז קינדער קען מען נישט האלטן פאר מער ווי 20 טעג האט מען בלית ברירא געמוזט זיי ארויסלאזן צוזאמען מיט די "די גאנצע פאמיליע" פרייי נאך די צוואנציג טעג.
אבער די "ערוואקסענע אומלעגאלע חברה קען מען דאך נישט פלעין ארויסלאזן אן קאנסעקווענצען, זיי דארפן דאך זיך שטעלן צום געריכט. האט מען זיי ארויסגעלאזט מיט א "קארט דעיט" געסקעדשולד אויף 3-4 חדשים, אדער נאך שפעטער געוואנדן אין "וויפיל ריסארסעס" די דעפארטמענט האט. און יעדער פארשטייט אליינס (און אז נישט קען מען קוקן די דעדטע אנליין....) אז איבער 90 פראצענט זענען פארשטייט זיך נישט אנגעקומען אין קארט (פארוואס דען יא???)......
.

איז געווארן א שטארקע טרענד זיך צו שווערצן מיט פעמילי גרופס אזוי זאל אמעריקע גארנישט קענען טוהן און זיי זאלן קענען בלייבן.

איז די פעמילי גרופס פאליסי געווארן גוט עביוזט, יעדער ספאניש רעדנדע (און אזוי אויך פארברעכער, גענג, עמ עס 13, אא"וו ) האט געוויסט אז אויב ער וויל מצליח זיין צו בלייבן אין אמעריקע דארף ער כאפן א מיינער אדער גאר א בעבי און נעמען מיט זיך האט מען עס בלית ברירא געמוזט נעמען ערענסטע שריט.

האט די טראמפ אדמיניסטראציע גטוישט די פאליסי אז אזויווי למעשה טוט דער שווערצער א פארברעך אויף וואס מען קען אים ווען געהעריג ארעסטירן וועט מען אנהייבן יעדן ארעסטירן וואס קומט אריבער אומלעגאל און מען כאפט אים.

וואס מען טוט מיט קינדער פון ארעסטירטע זעה סעיף ב
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”