רידעריי איבער'ן אפטיילן קינדער פון אומלעגאלע אימיגראנטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

מען דארף באשגצן דער וואס מאכן אזעלכע זינלאזע פאליסיס געזעצען, וואס עס איז ליידער דא און אמעריקא טויזענטער פון דעם און אין יעדע ליאדע מינוט קען איינער קומן און עס אינפורסן. עס איז אבסאלוט צידרייט וואסארע מיני פאליסיס דער גרויסע אמעריקא האט. איי פולי אגרי
לעצט פארראכטן דורך shimon7323 אום מיטוואך יוני 20, 2018 12:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:זשעף סעשאנס. מאי 7 2018.

וואס שטייט אין דעם אויסשניט מער ווי וואס איך האב געברענגט? דא האסטו זיין גאנצע דרשה https://www.justice.gov/opa/speech/atto ... nt-actions

און דא די געזעץ פון וואס ער רעדט https://www.justice.gov/usam/criminal-r ... mmigration

כ'ווארט נאך אויף אן ענטפער, ווי זעסטו דא א פאלעסי פון צעטיילן קינדער.

דו ווייסט זייער גוט, מ'האט דיר שוין הינדערט מאל מסביר געווען אז די נייע 0 טאלאראנץ פאליסי "רעזולטירט דירעקטלי" אין צעטיילן די קינדער.

גיי טראל א צווייטן.

צוטיילט פון וועם?..פון די עלטערן? אדער פון די שמוגלער זייערע?.. און אונטער וועלכער געזעץ?.. געפעסט וועלכע יאר?. אינפאסירט דעי יאר?!. יא!. לאו ענ ארדער פרעזידענט.

(ביטע פארענפערן @גרינס פאקטן..)
רשעות קאלטע סעלצער
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איינער ווייסט וואס מען איז פריש געוואר געווארן די לעצטע דריי טעג, מען האט דאך שוין גערעדט דערפון א חודש מינימום , וואס איז פונקט יעצט געווארן אזא רודעריי?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די רידעריי איז סימפל! טראמפ האט געהאט א סאליד פאר וואכן! פון נארט קאריע, גוטע דזשאבס ריפארט, די IG ריפארט... די קעלוזשן סטארי הייבט אן צו פאטשן אין פנים, די פאולס רוקן זיך אין זיין דיירעקשן, האבן די פרעסעקראטן אפגעמאכט אויפצווועקן זייער באזע... אולי וועט מען עפעס קענען אויפטהון...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:גערעכט אבער מארגען קומט אן אנדערע פרעזידענט און טוט עס ווייטער אינפורסן סו דאס איז נישט די ריכטיגע וועג עס צי טוהן

ס'קען יעדען טאג אויפשטיין פרעזידענטן און אינפארסירן 200 געזעצן אויף די ביכער וואס ווערט נישט אינפאורסד. גיי טויש יעצט געזעצן פון די אלע וועסטו ענדיגן 2085..

דער וואס פירט דורך די פאליסי דארף מען אויסשגצ'ן און ער זאל אראפבעקן. ווערי ווערי סימפל



אדער ווי כאפצעם זאגט, אויסנוצן דעם קריזיס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

shimon7323 האט געשריבן:מען דארף באשגצן דער וואס מאכן אזעלכע זינלאזע פאליסיס
געזעצען

וואסערע געזעץ? ווילסט ס'זאל זיין פולקאם לעגאל אריבערצושווערצן די גרעניץ?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יא!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

@כאפצעם
דו אלץ איינער וואס האט געשוואוירן צו פראטעקטן די לאנד וואס וואלסטו געטוהן ווען מאסן סאו קאלד פעמעלי גרופס קומען אריין אין לאנד איליגעל און מען מוז זיי ארויסלאזן/אריינלאזן אין לאנד אריין אן קיין שום טרעקינג נאך 20 טעג און קאנגרעס האלט גארנישט - יא גארנישט - ביים טוהן דערצו.
אבער דו האסט אן אפציע יעדן עדאלט צו קלאגן אי געריגט אזוי ארום זיי נישט ארויסלאזן/אריינלאזן ביז די ריכטער זאגט אזוי מיט א סייד אפעקט אז די קינדער וועלן דארפן גיין צו א קער סענטער אן זייערע עלטערן וואס און מער ווי האלב פעלער איז די ערוואקסענע ניטאמאל זייערע עלטערן.

וואס וואלסטו אלץ פרעזידענט געטוהן????
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

כאפצעם האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:מען דארף באשגצן דער וואס מאכן אזעלכע זינלאזע פאליסיס
געזעצען

וואסערע געזעץ? ווילסט ס'זאל זיין פולקאם לעגאל אריבערצושווערצן די גרעניץ?




עס זעהט אויס אז איר ווילט אז עס זאל אזוי זיין.


ווייל ער וויל נישט ער וויל עס זאל זיין א שיינע טיר ווי יעדע קען שטיין אין די ליין אריינקומען די ריכטיגע וועג.


די קינדער זענען א תוצאה פון א געזעץ אז מען דארף זיי ארויסלאזן פריי נאך 20 טעג אויב איז נישט דא קיין אינדייטמענט, אין אזוי זענען טויזנטער אריין געקומן די נישט ריכטיגע וועג.

אגב יענע תגובה איז געווען א גענערל תגובה אויף אמעריקאנע געזעצן
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

כאפצעם האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:גערעכט אבער מארגען קומט אן אנדערע פרעזידענט און טוט עס ווייטער אינפורסן סו דאס איז נישט די ריכטיגע וועג עס צי טוהן

ס'קען יעדען טאג אויפשטיין פרעזידענטן און אינפארסירן 200 געזעצן אויף די ביכער וואס ווערט נישט אינפאורסד. גיי טויש יעצט געזעצן פון די אלע וועסטו ענדיגן 2085..

דער וואס פירט דורך די פאליסי דארף מען אויסשגצ'ן און ער זאל אראפבעקן. ווערי ווערי סימפל

הייסט געזעצן דארפן אינפארסד ווערן לויט די מוט פונעם פרעזידענט, גאווערנאר, מעיאר, קאמישינער וכו'?

דאס איז קיין גערעדעכץ! א געזעץ איז א געזעץ!
ווער איז דער וואס מאכט אפ וועלכע געזעץ מ'דארף יא אינפארמירן און וועלכע נישט?און וועלכע נאר געוויסע מאל?

ס'איז פארהאן זינלאזע געזעצן? געט טו די באטעם אף איט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נישטא קיין געזעץ אז מען דארף אנקלאגן קרימינאל. פינטל.

עס רודערט יעצט ווייל די נומערן פון קינדער איז זייער דראסטיש געשטיגן.

די קאראוואן וואס איז געווען צום לעגאלע גרעניץ האט טראמפ אויך נישט געוואלט.

אפיצירן האלטן אפ אזיל רעכט זוכער פון צוקומען צום גרעניץ אדער לאזן ווארטן פאר צוויי וואכן אין ליין בייים גרעניץ.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

די אמעריקאנע קאנסטיטוציע גיבט פאר קאנגרעס - די "לעדשיסלעטיוו ברענטש" די בעלות צו "מאכן געזעצן" וואס זענען מחייב אלע בירגער.

היות די "לעדשיסלעטיוו ברענטש" קען זיך נישט אפגעבן מיטן "אינפארסירן" זייערע געזעצען, דעריבער האבן זיי איבערגעגעבן פארן פרעזידענט - די "עקזעקעטיוו ברענטש" - די בעלות פון אינפארסירן די געזעצן וועלכע זיי - "קאנגרעס" - האבן באשטעטיגט.

אזוי אויך טוט די "לעדשיסלעטיוו ברענטש" פארמירן די אלע אגענטורן וועלכע זאלן אינפארסירן וועלכע קאטעגאריע געזעצען - DOJ, IRS, HHS, FDA און אזוי ווייטער אלע "עקזעקעטיוו ברענטש עידשענסיס".

די "עקזעקעטיוו ברענטש" קען נישט מאכן קיין אייגענע געזעצען! אבער 'קאנגרעס' האט געגעבען פאר די הויפטן פון יעדע עקזעקעטיוו ברענטש "דעפארטמענטס" די כח צו "אויסשטעלן מהלכים" און פריאריטעטען אויף די "לעדשיסלעטיוו געזעצען" וועלכע פאלן "אונטער זייער אויפזיכט", וויאזוי דאס צו אינפארסירן, וואספארא מיטלן צו ניצן, לויט וויפיל עס פאלט אונטער זייער רשות לויטן געזעץ.

לדוגמה,
די אבאמאקעיר 'געזעץ' האט די 'אינדעווידשועל מאנדעט'.
די IRS איז די וואס זענען די אינפארסערס אויף די געזעץ.
קען דער טשיף פון די IRS - מיט א 'מעמורענדום' - באפעלען זיינע ארבייטער "נישט צו קוקן" אויף די טעקס פארום אויב עס שטייט א טשעק ביי די פראגע...

היני דאמרי אינשי: "DOJ פאלעסי", "IRS פאלעסי", "FDA פאלעסי" וכדו'.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Rulemaking

אזוי אויך קען דער פרעזידענט, זייענדיג די טשיף פון די עקזעקעטיוו ברענטש באפעלן זיינע ארבייטערס - די פעדעראלע אגענטן - דורך א "עקזעקעטיוו ארדער" וויאזוי זיך אפציגעבן מיט א געזעץ וועלכע פאלט אונטער זייער בעלות.

לדוגמה, לאמיר נעמען די "דאקא פראגרעם", אין וועלכע דער פרעזידענט האט פארארדענט די האומלענד סעקיורעטי (אדער בארדער פעטראל?) "נישט צו דעפארטירן" געוויסע אימלעגאלע אימיגראנטן.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Executive_order

עס איז פארהאן א חילוק אין די תוקף פון א עקזעקעטיוו ארדער ווס. א דעפארטמענט פאלעסי, אבער איך וועל עס יעצט אויסלאזן מחמת חוסר נארוואונים....

לענינינו, וואס אנטבלאנגט די יעצטיגע מהפכה.

די דעפארטמענט אויף דשאסטיס קען באשטימען אז זיי גייען גיין בכל תוקף מיט די געזעץ אז "ווער אימער עס קומט אריין אימליגאל קיין אמעריקא איז באצייכענט: "קרימינאל" ".

"קאנגרעס" האט באשטעטיגט א געזעץ אז א קרימינאל אימיגראנט קען נישט זיין מיט קינדער. און די דעפארטמענט אוף דשאסטיס האט נישט קיין בעלות צו טוען אנדערש ווי די "קלארע געזעץ".

ווען טראמפ זאגט "קאנגרעס דארף פארעכטן די געזעץ" איז דאס וואס ער זאגט. קאנגרעס זאל איבערשרייבן די "קלארע געזעץ" וועלכע פארלאנגט דאס אפטיילן קרימינאלע אימיגראנט פון די קינדער. - ניין, טראמפ קען נישט שרייבן א עקזעקעטיוו ארדער צו דשעף סעשאנס "לאז די קינדער צוזאמען מיט די קרימינאלע עלטערן".

ווידעראום, די אנדערע צד טענה'ט "טראמפ זאל הייסן סעשאנס צוריק פארקוקן און נישט גיין בכל חומר הדין און נישט באצייכענען יעדער וואס ווערט געכאפט אלס קרימינאל, און אזוי וועט 'ממילא' מער נישט אפגעטיילט ווערן עלטערן פון קינדער.

דערויף זאגט די אדמיניסטראציע אז דאס איז נישט קיין אפציע, און איז נישט לאגיש. ווייל אויב לאזט מען די אומלעגאלע חברה פאררעכענט אנלס "ציווילע" אזויווי ביז יעצט, ברויך מען זיי לאזן גיין נאך 20 טעג - צוליב א קארט פסק אין 2015 - און די חברה קומען נישט צוריק! ומה הואילט חכמים בתקנתם.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

shimon7323 האט געשריבן:ווייל ער וויל נישט ער וויל עס זאל זיין א שיינע טיר ווי יעדע קען שטיין אין די ליין אריינקומען די ריכטיגע וועג.

האט נישט עכט מיטן יעצטיגן שמועס אסער אז דו ברענגסט עס שוין אויף איז כדאי צו דערמאנען אז די טראמפ פארלאנגטע (4 פונקטן) פאליסי איז איינס פון די פונקטן צו שניידן %50 "לעגאלע" אימיגראציע.

יעצט קום נאכאמאל צו מיר רעדן וועגן שיינע טירן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שמאטע דערציילט די גאנצע מעשה זייער שיין אראפגעלייגט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די רידעריי איז סימפל! טראמפ האט געהאט א סאליד פאר וואכן! פון נארט קאריע, גוטע דזשאבס ריפארט, די IG ריפארט... די קעלוזשן סטארי הייבט אן צו פאטשן אין פנים, די פאולס רוקן זיך אין זיין דיירעקשן, האבן די פרעסעקראטן אפגעמאכט אויפצווועקן זייער באזע... אולי וועט מען עפעס קענען אויפטהון...

@וויכי גערעכט, און דערווייל ארבעט עס פיין.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

כאפצעם האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:ווייל ער וויל נישט ער וויל עס זאל זיין א שיינע טיר ווי יעדע קען שטיין אין די ליין אריינקומען די ריכטיגע וועג.

האט נישט עכט מיטן יעצטיגן שמועס אסער אז דו ברענגסט עס שוין אויף איז כדאי צו דערמאנען אז די טראמפ פארלאנגטע (4 פונקטן) פאליסי איז איינס פון די פונקטן צו שניידן %50 "לעגאלע" אימיגראציע.

יעצט קום נאכאמאל צו מיר רעדן וועגן שיינע טירן.


ביסט גערעכט אז ער וויל אויספירן אויך צוימינגען אויך לעגאלע אימיגראציע ווייל די אדמיניסטראציע האלט אז עס האט זייער אסאך לעכער.

אבער לאמיר עס טאקע לייגן און א זייט אין נאר פאוקעסן אויף די יעצטיגע אישוי פון אומלעגאלע עמיגראציע.

וואס ווי אונז אלע הערן יעצט אז עס איז דא 12000 קינדער פון אומלעגאלע אומגראציע פון די לעצטע שטיק צייט, די אלע האבן עטליעסט איין אדער מער אדאלטס וואס זענען געקומן מיט זיי, און טאקע דאס וויל די אדמיניסטראציע אראפ ברענגען מיט די יעצטיגע קרעיק דאון. יעצט און די געזעץ וואס זיי טוהן ניצען פאר די קרעיק דאון איז דא לאופ האולס וואס דארף ווערן געטוישט, און זיי ווילן עס זאל טאקע ווערן געטוישט ווי אומשנעלסטן
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

green האט געשריבן:@כאפצעם
דו אלץ איינער וואס האט געשוואוירן צו פראטעקטן די לאנד וואס וואלסטו געטוהן ווען מאסן סאו קאלד פעמעלי גרופס קומען אריין אין לאנד איליגעל און מען מוז זיי ארויסלאזן/אריינלאזן אין לאנד אריין אן קיין שום טרעקינג נאך 20 טעג און קאנגרעס האלט גארנישט - יא גארנישט - ביים טוהן דערצו.
אבער דו האסט אן אפציע יעדן עדאלט צו קלאגן אי געריגט אזוי ארום זיי נישט ארויסלאזן/אריינלאזן ביז די ריכטער זאגט אזוי מיט א סייד אפעקט אז די קינדער וועלן דארפן גיין צו א קער סענטער אן זייערע עלטערן וואס און מער ווי האלב פעלער איז די ערוואקסענע ניטאמאל זייערע עלטערן.

וואס וואלסטו אלץ פרעזידענט געטוהן????

ווארשיינליך זיי אנגעקלאגט און געהאלטן אינאיינעם מיט די קינדער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אבער מען טאר דאך נישט?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פשוט עקספעדייטעד די פראסעס פון דורכגיין אזיל קעיסעס. עס קאסט מער געלט צו ארעסטירן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל עובר האט געשריבן:אבער מען טאר דאך נישט?

האסט פרובירט?
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך יוני 20, 2018 2:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

גוד דזשאב שמאטע.

בקיצור, די חילוקי דיעות איז נישט איבערן עצם ״געזעץ״. הכל מודים אז ״געזעצן״ האבן זיך ״נישט״ געטוישט. ס׳איז נאר די ״פאלעסי״. און די פייט איז דא וואס די פאליסי איז. מאנכע שרייען אז די פאלעסי איז ״אוועק נעמען די קינדער״, און מאנכע שרייען אז די פאליסי איז צו אינפאסירן די ביז יעצטיגע געזעץ מיט ״זעראו טאלאראנס״.

יעצט, לויטן געזעץ ווערן קינדער צוטיילט פון די עלטערן נאר אויב די עלטערן זענען ״קרימענאל קאנוויקטעט״. און דא פאלט די אטאם באמבע.

די קעגנער שרייען חי וקים, אויב אינפארסירסטע די געזעצן מיט ״זעראו טאלאראנס״ זענען אטאמאטיש די קינדער צוטיילט, ניין?.. ווייל דאס עצם קראסן דעם בארדער איליגעל איז דאך אויך א פארברעך!. ״זעראו טאראלאנס״, האסט געקראסט דעם בארדער איליגעל?.. אוועק מיט די קינדער!. און דאס איז וואס כאפצעם פארפירט! קענסט נישט אינפארסירן די געזעץ מיט ״זעראו טאלאראנס״, ווייל ס׳איז א געמיינע און בארבארישע אויפירונג.

כ׳וועל שוין ממשך זיין.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שמאטע האט געשריבן:דערויף זאגט די אדמיניסטראציע אז דאס איז נישט קיין אפציע, און איז נישט לאגיש. ווייל מ'ברויך מען זיי לאזן גיין נאך 20 טעג

נאר אפטיילן קינדער און בעיביס פון עלטערן איז יא אן אפציע, און יא לאגיש..
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

המשך:

די ענפער איז טאקע שטערקער ווי די קשיא, אבער אויך מער קאמפלאצירט.

און דאס איז געווען די ביים נעכטיגן פרעס קאנפרענס. ניעלסאן האט קלאר געשטעלט און איבער געזאגט וואס יעדער דא ווייסט שוין, ״ס׳איז נישט פארהאן א געזעץ וואס הייסט אוועקנעמען קינדער״. ווייל ס׳איז טאקע נישט דא אזא געזעץ. איי אפשר אבער מיטן אינפארסן די געזעץ מיט זעראו טאלאראנס״ קומט אויס אטאמאטיש אז מ׳נעמט אוועק דע קינדער?.. טעקניקלי קען טאקע זיין, ס׳איז אבער נישט אזוי. און פארדעם האצע געברענגט פאקטישע צופערן פון וויפיל קינדער מ׳באהאנדלט יעצט ביים גרעניץ, וויפיל האבן עלטערן און וויפיל נישט, רובא דרובא פון זיי האבן בכלל נישט זייערע עלטערן דא. (די אלע נאמבערס זענען דאקעמענטירט און מ׳קען עס נאכגיין, ס׳איז נישט סתם געווען געשאסענע ציפערן), און דא איז די נקודה, זי האט קלארגעמאכט אז קינדער וואס האבן יא זייערע עלטערן, און די עלטערן זענען נישט קיין ״קרימענאלן״ ווערן זיי ״יא באהאנדלט צוזאמען מיט די קינדער״!!. א חידוש בעולם ״ה׳זעראו טאלאראנס פאלעסי״, ס׳איז פארהאן א אויסנאם.! און דאס איז אויב איז דיין איינציגסטע קרימענאל קאנוויקשן ״נאר דאס עצם קראסן די בארדער״, אים בעל אשה הוא, ואמר אהבתי את אשתי ובני ״בלייבסטע מיט די קינדער און תפיסה צוזאמען״. נאר אויב ביסטע א קרימענאל דורך אנדערע קאנוויקשענס, אויב האסטע מיט געברענגט קינדער וועלן זיי ווערן צוטיילט.

איז אבער צוריק שווער, אויב איז טאקע אזוי אז ס׳איז נישט דא אזוי פיל קינדער מיט עלטערן בכלל, און אפילו אויב יא האלטסע זיי צוזאמען (ווייל זעראו טאלאראנס האט א אויסנאם, ווי געשריבן) מה הועילו חכמים בתקנתם? וואס איז דער גרויסער חכמה פון סעשאנס מיטן שטרענגערע מוסנאמען?. א שווערע קשיא, און די תירוץ איז אז אמת, א הויפט ציל מיטן נייעם פאליסי איז טאקע בלויז להגדיל הטראסק, ס׳זאל ארויפווארפן א פחד למען ידעו אז מ׳וועט שטרענג קערנעמען און דאס אליין מאכט פארבייגיין דעם אפאטיט פון די שמוגלער׳ס. און פאקט, דאס עצם ווינט ווען טראמפ האט געווינען די פרעזידענסי האט אראפגעברענגט די צאל בארדער קראסינס דורכאויס 2017. ופשוט הוא.

די מידיע איז אבער שטייצעך מיט דעם נישט צופרידן, און ס׳איז פארשטענדליך, ס׳איז א עת רצון פאר א קריזיס. און מ׳טאר נישט פארפאסן די געלעגנהייט. יעצט אבער איז גרינגער צו פארשטיין די מאדנע ריספאנד פון טראמפ צו די גאנצע איבערקערעניש. ער האלצעך קאלט און לאזט די מידיע הייזעריק ווערן, די איינציגסטע זאך וואס עס ענפערט איז. די געזעץ איז צובראכן, (ווייל מ׳קען עס טאקע נישט אינפארסירן. ווי געשריבן אויבן.) און מ׳מיז שוין זעען עפעס צו טוען עס צו פארעכטן. די סיבה פארדעם איז דאס, ווען ער קומט ווען ארויס אויף טוויטער שרייבן דאס איך זאג די יעצט איז דער גאנצע טומעל צוגרינדגעלייגט, און האט פארלוירן נאך א גריפ אויף די דעמעקרעטס ווען ס׳וועט קומען צו פארהאנדלען. ממילא פארענפערט ער נאר אזוי מיט עפעס א איינציגע פרעס קאנפרענס, און פון דארט און ווייטער פארהאנדלען מען.

כנלע״ד.

#לא ענד ארדער פרעזידענט
#ארט אוו די דיעל
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אבער מען טאר דאך נישט?

האסט פרובירט?

מען וואלט געקלאגט אויף האלטן די קינדער לענגער ווי מ'מעג.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל עובר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אבער מען טאר דאך נישט?

האסט פרובירט?

מען וואלט געקלאגט אויף האלטן די קינדער לענגער ווי מ'מעג.

מען האלט זיי יעצט אויך ..
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”