ביליגע חתונה אין קרית יואל בקרן ויואל משה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג יוני 19, 2018 11:52 am

שלום וברכה
אן אריינגיין אין דעבאטעס, כה לחי ר' חיים פארן מעורר זיין דעם עולם צו טראכטן און טוהן "אוט אוו דע באקס", ניץ דיין שכל פאר אלעם, ביזנעס, שפארן געלט, ניצן געלט וכו'
דער מציאות איז אז אולם עקשטיין איז נישט אוועקגעשטעלט מיט א ברייטקייט, קוק למשל פרדס פיגא אין ווילי וואס איז געשמאקער און ברייטער, כ'גלייב אז דארט איז דא אסאך מער חחונות.
אין פרייז איז טאקע אין בדומה לו, נאר ווען ס'איז אביסל גרעסער, אביסל געשמאקער, מער בתי כסא'ס, א שענערע לאבי וכו' וואלט עס געווען אסאך אסאך מער פארנומען און נאך אסאך אידן וואלטן זיך געשפארט געלט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יוני 19, 2018 11:53 am

קלוגע חכם האט געשריבן:ווען מען רעדט וואס ער האט זיך געשפארט, רעדט ער נישט דייקא פון די חתונה נאכט, ער רעדט פון די גאנצע פעקעדזש. ווי למשל מאכן תנאים צוזאמען מיט די ווארט. נישט איינקויפן טייערע פורניטשער. נישט נעמען א טייערע שפילער אדער זינגער ביי די חתונה, און אזוי אויך נישט א בדחן, נאר איינע פון די פאמיליע מיטגלידער האט אנגעפירט מיט די מצוה טאנץ, און פארשטייט זיך עס האט נישט גענומען צו לאנג. און אזוי נאך פיל זאכן וואס ער האט געשפארט, ווייל ער האט גענוצט זיין קאפ.

יעצט ווער עס איז ביזי מיט תקנות, און קוקט אן ווי דאס איז עפעס אקעגין די תקנות, פארשטיי איך נישט וואס ער וויל. תקנות איז ליידער זייער א גוטע זאך, און איך זאג ליידער ווייל וואס מען צווינגט היינט ארויף אויף א מענטש איז אמאל געווען די נארם. מיר לעבן אין א וועלט וואס א מענטש ניצט נישט זיין אייגענע קאפ, ער נוצט די קאפ פון אנדערע מענטשן, און ער האט מורא עפעס צו טון, ווייל וואס וועלן אנדערע מענטשן זאגן. און אגב איז אינטערעסאנט, אז די אלע מענטשן וואס מאכן אויפרייסענדע חתונות און שמחות, און ספענדן הודערטע טויזענטע דאלארן פאר זייערע שמחות, און אינטערן זייער ריקן לאכט א יעדער פון זיי, זיי האבן נישט די פראבלעים מיט וואס די גאס זאגט, און זיי גייען זיך זייער וועג. משא"כ די יונגערמאן וואס פארדינט ב"ה למעשה, און ער קען דורכשטופן זיין לעבן מדי יום ביומו, און אפשר קען ער אפילו אוועקלייגן אביסל צו חתונה מאכן זיינע קינדער, אזא איינער ווען עס קומט צו חתונה מאכן, טוט ער זיך אויס זיין קאפ, און ער טוט אן די קעפ פון אנדערע מענטשן. און עס איז ממש א ווייטאג צו זען ווי מענטשן ווען זיי זאלן נישט אזויפיל טראכטן וואס יענער גייט זאגן וואלטן זיי פיל גרינגער געקענט חתונה מאכן זייער קינד בדרך כבוד, (אן וואס זיינע געשוויסטער זאלן פאר עם ארומלויפן נאך געלט) און יעדער וואלט געווען גליקלעך, די מחותנים און די קאפעל און אלע שושובינין (אפשר די חברים פון די חתן וואלטן נישט געווען אזוי העפפי, ווייל מען האט גענומען א זינגער וואס בעט נאר 800 דאללער און נישט איינער וואס בעט 2500 אדער 4000, צו מען האט נישט גענומען א באזינדערע פייפער אדער טראמפייטער, אדער מען האט נישט גענומען א סיסטעם אינדזשעניר וואס זאל מאכן די ספיקער סיסטעם, וכו' וכו') און מען רעדט נישט צו חתונה מאכן אזוי ווי ביי רבי יואל ראטה, איך רעד פון חתונה מאכן אויף זייער א נארמאלע שטייגער, וויאזוי אונזערע עלטערן האבן אונז חתונה געמאכט. אבער נאך אלץ סאם האו לעבן מיר אין א באקסל וואס מען קען נישט טראכטן מיט די אייגענע קאפ, מען טראכט נאר מיט הונדערטע אנדערע קעפ, און עס ווערט ווי א יאר טייערער און טייערער צו חתונה מאכן א קינד. סוי יא תקנות איז ליידער "היינט" זייער א וויכטיגע זאך. אבער איז עס די ריכטיגע צוגאנג? זיכער אז ניין, די ריכטיגע זאך אזי אז א מענטש דארף ניצן זיין אייגענע קאפ, און אפילו עס איז דא א מחותן, דארפן ביידע מחותנים נוצן זייער אייגענע קאפ' און עס מעג זיין א חילוק צווישן א יוד וואס מאכט שיין געלט מאכט חתונה, צו אזא איינער וואס איז א שוואכערע פארדינער, אבער ליידער ניצט מען נישט די אייגענע קאפ, און פאר דעם איז תקנות וויכטיג.

וועגען דעם קוק איך זייער ארויף חיים, נישט אזוי ווייט פארן שפארן געלט, נאר פארן פרובירן צו אויסלערנען די עולם אז מען זאל ניצן די אייגענע קאפ, (און איינמאל מען ניצט עס פאר חתונה מאכן, וועט מען עס אויך ניצן פארן טעגליכן לעבן.) און אגב ווען חיים זאגט אז ער האט געשפארט בערך 10 טויזנט דאללער, איז נישט אמת, ער האט געשפארט פיל מער, ווייל זיין קאלקולעישאן איז, אז ער האט געצאלט 10 טויזנט דאללער ווייניגער ווי א מגי"ש אדער א קליינע פארדינער וואס מאכט חתונה. אבער אזא איינער ווי עם וואס איז א שיינע בעל פרנסה ב"ה, צאלט פיל מער ווען מען מאכט חתונה א קינד, און ווען חיים זאל ווען מאכן די קאלקולעישאן אקעגין אזא איינער פון זיין דרגא, קומט עס אויס אז ער האט זיך געשפארט צענדליגע טויזענטע דאלארן.

איך הער וואס דו זאגסט, און דאס איז באמת א זאך וואס דארף א תיקון ביי אונזער ציבור מ'זאל פלעין נוצן דעם אייגענעם של ראש, איך וואלט נאר געטוישט דעם קעפל צו "גענוצט דעם אייגענעם שכל ביים חתונה מאכן", דער מהלך איז נישט ביליג חתונה מאכן - הגם דאס איז דער ענד ציל - דער מהלך איז קויפן און ספענדן וואס "דו" האלטסט אז ס'איז וויכטיג און נישט וואס "יענער" האלט, פארשטייט זיך אז מ'וועט נוצן דעם שכל האט מען טשענסעס סוכ"ס אפצוקומען ביליג
ווייל למשל ר' חיים וואס האט דא גענוצט זיין אייגענע שכל, איז אויסגעקומען פאר די חתונה נאכט טייערער פאר אנדערע וואס נוצן נישט דעם אייגענעם שכל און מאכן חתונה אין אולם עקשטיין, ווייל ר' חיים האט געהאלטן אז א חתונה איז שענער אין קרן ויואל משה ווי אין אולם עקשטיין, אבער עכ"ז האט ער נישט געספענדט וואס מ'קען ווען ספענדן אין קרן ויואל משה, בקיצור ער האט חתונה געמאכט ווי אזוי "ער" האט געוואלט נישט ווי אזוי דער סיסטעם האט פארגעשריבן
===
איך ליין יעצט די תגובה פון ידידינו ר' שמעלקא
ביזט גערעכט ווען אולם עקשטיין איז שענער צוגעשטעלט וואלט געווען דארט מער חתונות, אבער, און דא קומט א 'גרויסע' אבער, אויב איז עס נישט 100 פראצענט צוגעשטעלט ווי אזוי דו שטעלסט זיך פאר, וועגן דעם דארפסטו דיך אריינווארפן אין חובות? און צאלן דאפלט פאר די חתונה נאכט? און דא קומט אריין חיים עקשטיין, נוץ דיין שכל!!!!!, מ'צאלט נישט 5000 דאלער מער צו האבן א שיינע לאבי מיט א ביהכ"ס ביי די האנט, דאס איז געמאכט פאר עשירים, איזה עשיר מי שיש לו ביהכ"ס סמוך לשולחנו זאגט די גמרא (שבת כ"ה ע"ב)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » דינסטאג יוני 19, 2018 12:37 pm

מי יודע עס איז אמת אז ער האט ווען געקענט חתונה מאכן אין אולם עקשטיין און עס וואלט עם אפגעקאסט ביליגער, אבער די קעפיל איז נישט די "ביליגסטע חתונה אין קרית יואל, די קעפיל איז ביליגע, וואס דאס מיינט עס איז ביליגער ווי עס וואלט געדארפט צו זיין.

און יא איך גלייב אז איינער וואס איז א פלעינע פארדינער און ער טראכט מט זיין אייגענע קאפ גייט טאקע חתונה מאכן אין אולם עקשטיין, אפילו עס איז ווייט פון בעל בתי'ש צוגעשטעלט, אבער אעפ"כ איז ער דא פאר זיך, און ער טראכט מיט זיין אייגענע קאפ וואס ער קען עפארדן. חיים עקשטיין איז ב"ה כעת מער ווי א פלעינע פארדינער, און ווען ער טראכט מיט זיין אייגענע קאפ, איז נישט מער ווי נארמאל ער זאל טראכטן אז אולם עקשטיין איז נישט פאר מיר און וויל גיין אביסל מער אפגרעידעד, אבער נאך אלץ האט ער ביי די ענד באצאלט פיל ביליגער ווי א אנדערע אין זיין קאטאגאריע באצאלט ווען. און דאס וואס איך האב פריער געשריבן, ער האט זיך געשפארט טויזענטע דאלארן אקעגין אנדערע פון זיין קאטאגאריע וואס ספענדן אויף א חתונה נאכט. און אפילו אויך פיל ביליגער פון א נארמאלע פארדינער וואס מאכט חתונה נישט אין עקשטיין נאר אין פאראדייס, אדער א רעג. חתונה אין קרן ויואל משה. און קען זיין ער האט געצאלט אפילו ביליגער ווי א עקשטיין חתונה, ווען מען קוקט אויף די גרויס בילד, פון איינקויפן שטאפיר און פורניטשער וכדו'

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג יוני 19, 2018 12:46 pm

יעצט געענגיגט הערן קודאס ר חיים פארן רעד ןצום עולם
און אויפקלערן צו ניצן דעים קאפ ביים ספענדן געלט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 19, 2018 12:48 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:מי יודע עס איז אמת אז ער האט ווען געקענט חתונה מאכן אין אולם עקשטיין און עס וואלט עם אפגעקאסט ביליגער, אבער די קעפיל איז נישט די "ביליגסטע חתונה אין קרית יואל, די קעפיל איז ביליגע, וואס דאס מיינט עס איז ביליגער ווי עס וואלט געדארפט צו זיין.

און יא איך גלייב אז איינער וואס איז א פלעינע פארדינער און ער טראכט מט זיין אייגענע קאפ גייט טאקע חתונה מאכן אין אולם עקשטיין, אפילו עס איז ווייט פון בעל בתי'ש צוגעשטעלט, אבער אעפ"כ איז ער דא פאר זיך, און ער טראכט מיט זיין אייגענע קאפ וואס ער קען עפארדן. חיים עקשטיין איז ב"ה כעת מער ווי א פלעינע פארדינער, און ווען ער טראכט מיט זיין אייגענע קאפ, איז נישט מער ווי נארמאל ער זאל טראכטן אז אולם עקשטיין איז נישט פאר מיר און וויל גיין אביסל מער אפגרעידעד, אבער נאך אלץ האט ער ביי די ענד באצאלט פיל ביליגער ווי א אנדערע אין זיין קאטאגאריע באצאלט ווען. און דאס וואס איך האב פריער געשריבן, ער האט זיך געשפארט טויזענטע דאלארן אקעגין אנדערע פון זיין קאטאגאריע וואס ספענדן אויף א חתונה נאכט. און אפילו אויך פיל ביליגער פון א נארמאלע פארדינער וואס מאכט חתונה נישט אין עקשטיין נאר אין פאראדייס, אדער א רעג. חתונה אין קרן ויואל משה. און קען זיין ער האט געצאלט אפילו ביליגער ווי א עקשטיין חתונה, ווען מען קוקט אויף די גרויס בילד, פון איינקויפן שטאפיר און פורניטשער וכדו'

ר' מאיר ווערטיימער, ר' בנציון קליין, ר' ליפא פאלקאוויטש, ר' ישראל העניך שעהר, און נאך אסאך אירע וואס טיילן שיין געלט פאר צדקה מאכן חתונה אין אולם עקשטיין, איז ביי זיי אויך געווען אזא מצב? אפילו זיי האבן זיך געשפארט אסאך מער ווי ר' חיים, הגם ר' חיים עקשטיין האט געטוען זייער א גוטע זאך מיטן ניצען די קאפ און זאגן פאר אנדערע צו ניצען די קאפ, אבער שפארן קען איך דיר טרעפן אסאך אידען וואס ווען עס קומט צו צדקה טיילן זיי זייער שיין אבער ביי א חתונה נאכט ספענדן זיי נישט אזוי סאך ווי קרן ויואל משה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שטארקע חסיד
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דינסטאג יוני 19, 2018 12:59 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:

סא בעט זיי זאלן אויך ארויפקומען אויף א אינטערוויא
איך ווייס נישט פארוואס מענטשן זענען אזוי בארירט געווארן מיט דעים
קיינער רייסט נישט אונטער תקנות אדער אולם עקשטיין
מקען מיינען דעיס איז א חסידות אישו געווארן

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » דינסטאג יוני 19, 2018 1:25 pm

אמת הונדערט פראצענט עס איז דא אידן וואס זענען בעל בתי'ש מיט א שטארקע אייגענע מיינונג וואס מאכן חתונה אין עקשטיין, און עס איז זייער א שטארקע זאך, און קודאס פאר זיי. אגב דערמאן איך מיר איך בין איינמאל געפארן מיט א חבר מיינע אין קאר, און ער האט מיר געזאגט אז ער דארף אריינסטעפן צו בנציון קליינ'ס חתונה אין עקשטיין, און איך האב מיר אנגערופן WOW, כל הכבוד פאר בנציון.

אבער דא איז עטוואס אנדערשט ווייל די עצם אולם עקשטיין איז שוין היינט נישט אזא חידוש, און יא ווען א גאר בעל בתישער מאכט דארט חתונה איז עס טאקע א WOW, אבער ווי נישט ווי ווען די קומסט אריין צו די חתונה איז עס א נארמאלע חתונה ווי א נאכט פריער וואס די שוואכערע פארדינער האט דארט חתונה געמאכט, עס איז נישט דא עפעס א שטארקע חדשות.

משא"כ ביי חיים עקשטיין, עס איז איז געווען אינטערסאנטע חדשות, נישט נעמען א בדחן, די וועג וויאזוי ער האט סערווירט די מיעל, אנהייבן פרי און ענדיגן פרי די חתונה, קויפן פוירניטשער ביי אייקיע, וכדו'. עניוועי ער האט געטון זאכן אוט אף די באקס, וואס יעדע מענטש קען עס נעמען אויף זיין אייגענע לעוול, און אפילו נאך די תקנות קען מען שפארן נאך א שיינע פאר דאללער, (למשל אויב די תקנות בלייבט אז מען גייט מיט געהעריגע פוירניטשער, קענסטו נאך אלץ קויפן ביליגער. אדער אויב די תקנות גייט מען מאכט עקסטר ע תנאים נישט צוזאמען מיט די לחיים, קענסטו נאך אלץ יא מאכן תנאים מיט לחיים צוזאמען) און זען אז יעדער זאל באמת זיין העפפי ביי די שמחה, און מען זאל באמת ארויפקוקן די מחותן, און נישט קאמפלענטירן און דערנאך בארעדן אינטערן ריקן.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג יוני 19, 2018 1:28 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ר' מאיר ווערטיימער, ר' בנציון קליין, ר' ליפא פאלקאוויטש, ר' ישראל העניך שעהר, און נאך אסאך אירע וואס טיילן שיין געלט פאר צדקה מאכן חתונה אין אולם עקשטיין, איז ביי זיי אויך געווען אזא מצב? אפילו זיי האבן זיך געשפארט אסאך מער ווי ר' חיים, הגם ר' חיים עקשטיין האט געטוען זייער א גוטע זאך מיטן ניצען די קאפ און זאגן פאר אנדערע צו ניצען די קאפ, אבער שפארן קען איך דיר טרעפן אסאך אידען וואס ווען עס קומט צו צדקה טיילן זיי זייער שיין אבער ביי א חתונה נאכט ספענדן זיי נישט אזוי סאך ווי קרן ויואל משה.

וואס פוקנטליך באדערט דיר?

עס זענען דא מענטשן וואס האבן געלט און זיי וואוינען אין פלעינע הייזער און דרייווען פשוטע אויטאס, ס'איז זייער נארמאל, מ'רעדט פון א מענטש וואס לעבט ברייטער און מאכט דאך חתונה מיט שכל, כל הכבוד און א שטארקע זאך ארויסצוקומען און רעדען דערוועגן, עס מאכט זייער אסאך אויס!

איך קען אסאך אידן וואס ווען מ'זאל מער רעדען ווי ר' חיים עקשטיין וואלטן זיי זיך געשפארט אסאך אסאך געלט, נישט יעדער איז פון דער טיפ וואס גייט מאכן א חתונה אין אולם עקשטיין, פארפאלן עס האט צו זיך עפעס א צו-טעם וואס פרדס פיגא למשל האט נישט, און נישט יעדער איז באקוועם דערמיט, צו ער איז גערעכט צו נישט, צו מען מעג זיך בארגן חתונה צו מ אכן אין פאראדייס ווען מען קען אין אולם עקשטיין, אין דעם גיי איך שוין נישט אריין, אבער דאס איז דער מציאות
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג יוני 19, 2018 1:33 pm

ר' חיים האט געטוהן א געוואלדיגע זאך מיט צייגען, אז אפילו באלבאטיש, קאן מען נאך אלץ שפארען געלט, גרויס געלט, אויב נוצט מען דעם אייגענעם קאפ. מען מוז נישט גיין אין אולם עקשטיין און נאך אלס שפארען

די פאקט איז אז אולם עקשטיין נעמט שייער נישט אויס. און זאג מיר נישט אז פאר די פרייז קריגט מען אזוי. א מענטש וויל נישט שפירן ווי א שנארער. איי וועלסטו זאגען אז פלוני האט גענוג געלט און ער מאכט דארט חתונה? אקעי, אסאך מאל איז עס צו פראווען א פוינט!! אבער פרדס יוכיח, אז שיין און ביליג קאן ארבעטן ביינאזאם. אפילו פרדס איז טייערער פון עקשטיין, אבער די נקודה פון ביליגער און שיין מוזען נישט זיין קאנקורענטן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 19, 2018 1:40 pm

צו געזונט האט געשריבן:ר' חיים האט געטוהן א געוואלדיגע זאך מיט צייגען, אז אפילו באלבאטיש, קאן מען נאך אלץ שפארען געלט, גרויס געלט, אויב נוצט מען דעם אייגענעם קאפ. מען מוז נישט גיין אין אולם עקשטיין און נאך אלס שפארען

די פאקט איז אז אולם עקשטיין נעמט שייער נישט אויס. און זאג מיר נישט אז פאר די פרייז קריגט מען אזוי. א מענטש וויל נישט שפירן ווי א שנארער. איי וועלסטו זאגען אז פלוני האט גענוג געלט און ער מאכט דארט חתונה? אקעי, אסאך מאל איז עס צו פראווען א פוינט!! אבער פרדס יוכיח, אז שיין און ביליג קאן ארבעטן ביינאזאם. אפילו פרדס איז טייערער פון עקשטיין, אבער די נקודה פון ביליגער און שיין מוזען נישט זיין קאנקורענטן

וויפיל קאסט די חתונה פעקעדש ביי פרדס? איך ווייל אויב רעדט מען פון 500$ א מחותן אז עס זאל זיין מער בהכ"ס אויף די זעלבע שטארק און א נערמאלע שפילער און זינגער, לוינט זיך עס זיכער, באט אויב רעדט מען פון 2 / אלפים זיכער איז אולם עקשטיין מער ווערט, ווייל פאר 2 / 3 אלפים לוינט זיך נישט צו מאכן נאך א טיי אווענט כדי צן האבן א שפילער און זינגער,

סא אולם עקשטיין קאסט 6 אלפים 3 א צד, הכל בכל מכל, וויפיל קאסט פרדס?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » דינסטאג יוני 19, 2018 1:41 pm

און איך וועל אביסל מרחיב זיין, אונז לעבן היינט אין א WHATS APP וועלט, און ווי א טאג שפעטער ווערט די וועלט מער און מער משוגע, ווער עס האלט אביסל מיט האט געקענט זען וואספארא שפענדערישע חתונות און שבע ברכות עס איז לעצטענס פארגעקומען, און בילדער דערפון פארן ארום אויף וואטסעפפ/טעלעגראם, און יעדער איינער וואס האט געהאט דערין א חלק לייגט עס נאך ארויף אויף זיין סטאטוס פון וואטס עפפ, און דענאך געשעט אז יעדער איינער וואס האט אפאר דאללער, פרובירט צו מאכן א שענערע שמחה, אדער א שענער הכנסת ס"ת וכדו' (היינט קאסט שוין די טאראראם ארום די הכנסת ס"ת מער ווי די גאנצע ס"ת) און פון די מענטשן רעדט מען או ןמען קייט עס איבער, און ליידער ברענגט דאס אריין א מורא'דיגע טייערע סטאנדארט, ווייל אויב די רייכע חתונה ספענד מען אזוי סאך, און זיי האבן א 10 מען בענד, און מיט 20 זינגערס, און עס קומט אריין 40 טישן אינמיטן די חתונה מיט אלע מיני פרעסעריי, ועוד ועוד. קען נישט די פלעינע חתונה בלייבן נאר מיט איין זינגער און איין שפילער און מיט 2 טישן אינמיטן די חתונה, און ליידער ווערט עס ערגער און ערגער, און א געוויסע זין איז דער וואס רייסט זיך אויף א שטיקל היראו (נישט ממש, אבער די בילדער און ווידיאוס פון די באווארפן/חתונה/שבע ברכות פארט ארום, און ער ווערט א זאך) יעצט אז עס איז געקומען א בעל בתישער יונגערמאן און ער גייט אויף א עקטסטרעימע פארקערטע אופן דארף מען זען פון דעם צו רעדן און פאמפן, ער האט נישט קיין בילדער צו שיקן אויף וואטס עפפ, ווייל ער האט נעבאך געהאט א פלעינע חתונה, און שבת שבע ברכות האט ער פלעין געמאכט אינדערהיים, און עס איז נישט געווען אינטערעסאנט צו עס אפכאפן. מילא יעדער איינער וואס קוקט דאס ארויף, און ווארט אז אונזער וועג פון חתונה מאכן זאל כאפן א ערענסטע שאקל דארף זען צו פארשפרייטן וואספארא געוואלדיגע זאך ער האט געטון. און יא ווען א שיינע בעל בתי'שע יונגערמאן מאכט חתונה און אולם עקשטיין דארף עס אויך אויסגערימט ווערן.
לעצט פאראכטן דורך קלוגע חכם אום דינסטאג יוני 19, 2018 3:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דינסטאג יוני 19, 2018 2:44 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:ר' חיים האט געטוהן א געוואלדיגע זאך מיט צייגען, אז אפילו באלבאטיש, קאן מען נאך אלץ שפארען געלט, גרויס געלט, אויב נוצט מען דעם אייגענעם קאפ. מען מוז נישט גיין אין אולם עקשטיין און נאך אלס שפארען

די פאקט איז אז אולם עקשטיין נעמט שייער נישט אויס. און זאג מיר נישט אז פאר די פרייז קריגט מען אזוי. א מענטש וויל נישט שפירן ווי א שנארער. איי וועלסטו זאגען אז פלוני האט גענוג געלט און ער מאכט דארט חתונה? אקעי, אסאך מאל איז עס צו פראווען א פוינט!! אבער פרדס יוכיח, אז שיין און ביליג קאן ארבעטן ביינאזאם. אפילו פרדס איז טייערער פון עקשטיין, אבער די נקודה פון ביליגער און שיין מוזען נישט זיין קאנקורענטן

וויפיל קאסט די חתונה פעקעדש ביי פרדס? איך ווייל אויב רעדט מען פון 500$ א מחותן אז עס זאל זיין מער בהכ"ס אויף די זעלבע שטארק און א נערמאלע שפילער און זינגער, לוינט זיך עס זיכער, באט אויב רעדט מען פון 2 / אלפים זיכער איז אולם עקשטיין מער ווערט, ווייל פאר 2 / 3 אלפים לוינט זיך נישט צו מאכן נאך א טיי אווענט כדי צן האבן א שפילער און זינגער,

סא אולם עקשטיין קאסט 6 אלפים 3 א צד, הכל בכל מכל, וויפיל קאסט פרדס?

פרדס קאסט 10 אלפים! און ס'איז נאך אפילו טייערער פון בית רחל פאראדייס!
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום דינסטאג יוני 19, 2018 3:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יוני 19, 2018 3:11 pm

שטארקע חסיד האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:מי יודע עס איז אמת אז ער האט ווען געקענט חתונה מאכן אין אולם עקשטיין און עס וואלט עם אפגעקאסט ביליגער, אבער די קעפיל איז נישט די "ביליגסטע חתונה אין קרית יואל, די קעפיל איז ביליגע, וואס דאס מיינט עס איז ביליגער ווי עס וואלט געדארפט צו זיין.

און יא איך גלייב אז איינער וואס איז א פלעינע פארדינער און ער טראכט מט זיין אייגענע קאפ גייט טאקע חתונה מאכן אין אולם עקשטיין, אפילו עס איז ווייט פון בעל בתי'ש צוגעשטעלט, אבער אעפ"כ איז ער דא פאר זיך, און ער טראכט מיט זיין אייגענע קאפ וואס ער קען עפארדן. חיים עקשטיין איז ב"ה כעת מער ווי א פלעינע פארדינער, און ווען ער טראכט מיט זיין אייגענע קאפ, איז נישט מער ווי נארמאל ער זאל טראכטן אז אולם עקשטיין איז נישט פאר מיר און וויל גיין אביסל מער אפגרעידעד, אבער נאך אלץ האט ער ביי די ענד באצאלט פיל ביליגער ווי א אנדערע אין זיין קאטאגאריע באצאלט ווען. און דאס וואס איך האב פריער געשריבן, ער האט זיך געשפארט טויזענטע דאלארן אקעגין אנדערע פון זיין קאטאגאריע וואס ספענדן אויף א חתונה נאכט. און אפילו אויך פיל ביליגער פון א נארמאלע פארדינער וואס מאכט חתונה נישט אין עקשטיין נאר אין פאראדייס, אדער א רעג. חתונה אין קרן ויואל משה. און קען זיין ער האט געצאלט אפילו ביליגער ווי א עקשטיין חתונה, ווען מען קוקט אויף די גרויס בילד, פון איינקויפן שטאפיר און פורניטשער וכדו'

ר' מאיר ווערטיימער, ר' בנציון קליין, ר' ליפא פאלקאוויטש, ר' ישראל העניך שעהר, און נאך אסאך אירע וואס טיילן שיין געלט פאר צדקה מאכן חתונה אין אולם עקשטיין, איז ביי זיי אויך געווען אזא מצב? אפילו זיי האבן זיך געשפארט אסאך מער ווי ר' חיים, הגם ר' חיים עקשטיין האט געטוען זייער א גוטע זאך מיטן ניצען די קאפ און זאגן פאר אנדערע צו ניצען די קאפ, אבער שפארן קען איך דיר טרעפן אסאך אידען וואס ווען עס קומט צו צדקה טיילן זיי זייער שיין אבער ביי א חתונה נאכט ספענדן זיי נישט אזוי סאך ווי קרן ויואל משה.

סא בעט זיי זאלן אויך ארויפקומען אויף א אינטערוויא
איך ווייס נישט פארוואס מענטשן זענען אזוי בארירט געווארן מיט דעים
קיינער רייסט נישט אונטער תקנות אדער אולם עקשטיין
מקען מיינען דעיס איז א חסידות אישו געווארן

ס'איז נישט קיין חסידות אישו, ער האט פשוט געמאכט א אויפרייס כאילו ער האט אויסגעטראפן אמעריקא, אויפן ערשטן מאמענט האט אויסגעקוקט אז מ'האט צוגעשטעלט א סעודה אזוי ווי ביי א טיי אווענט, ס'האט געקאסט 600 דאלער פלאס 500 דאלער די זאל, אקעי, האסט עפעס דעליווערט, אבער אז ס'האט געקאסט מער ווי א חתונה אין אולם עקשטיין מה כל הרעש? וואס מאכסטו משוגע די מענטשהייט?
ער האט געקויפט אייקיע פורניטשער? כל הכבוד, דאס האט גארנישט מיט א חתונה אין קרן ויואל משה, שרייב א ביליגע חתונה פעקעזש און שרייב נומער וואס דו האסט געשפארט
איך קען א איד א שיינער בעה"ב וואס האט חתונה געמאכט יעצט נאך שבועות אין פאראדייס, דער איד האט נאר 2 3 קינדער, און איך מיין אז דער קינד איז דער יונגסטער, און מדרך העולם ווען מ'האט ווייניג קינדער, פלאס די יונגסטע רייסט מען זיך אויף, ער האט געמאכט א פלעינע חתונה, און געענדיגט די חתונה 2:30 נוסח אולם עקשטיין, אפשר דארף מען אים אויך נעמען פאר א אינטערוויו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג יוני 19, 2018 3:14 pm

ער זאגט מיין איך 12000, כל הכבוד נעמען אויף א אינטעוויא, און עפען דא נאך א אשכול
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דינסטאג יוני 19, 2018 3:51 pm

ר' "מי יודע" ני"ו זייער גוט געזאגט!

און אפילו לאמיר שוין רעדן מכלופרשט פין "זיין" ביליגע חתונה פעקעדזש!
רעדט מען פון בערך די זעלבע פרייז געגענט ווי די חתונה פעקעדזש פון די תקנות הקהילה, וואס ווערט שוין קאמפיינט פאר א שיין שטיק צייט, פון וואס ער גייט נאך און רייסט עס עטליכע מאל אראפ!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יוני 19, 2018 4:17 pm

משה ישר האט געשריבן:te]

פרדס קאסט 10 אלפים! און ס'איז נאך אפילו טייערער פון בית רחל פאראדייס!

פון ווי נעמסטו דיינע פרייזן?
פרדס קאסט $11,000
$5500 פער צד
אלעס אריינגערעכענט (שפילער,זינגער,בדחן,פיקטשער'ס,בלומען,האט פוד,שמארגעס באורד ביי די ברעיק,איבערבייס ביים מצוה טאנץ).
בית רחל פאראדייס קומט נישט נאנט צו דעם

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יוני 19, 2018 4:18 pm

וואס טוט דער ר' חיים פאר פרנסה אויב איך מעג וויסן

שטארקע חסיד
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דינסטאג יוני 19, 2018 5:47 pm

משה ישר האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:ר' חיים האט געטוהן א געוואלדיגע זאך מיט צייגען, אז אפילו באלבאטיש, קאן מען נאך אלץ שפארען געלט, גרויס געלט, אויב נוצט מען דעם אייגענעם קאפ. מען מוז נישט גיין אין אולם עקשטיין און נאך אלס שפארען

די פאקט איז אז אולם עקשטיין נעמט שייער נישט אויס. און זאג מיר נישט אז פאר די פרייז קריגט מען אזוי. א מענטש וויל נישט שפירן ווי א שנארער. איי וועלסטו זאגען אז פלוני האט גענוג געלט און ער מאכט דארט חתונה? אקעי, אסאך מאל איז עס צו פראווען א פוינט!! אבער פרדס יוכיח, אז שיין און ביליג קאן ארבעטן ביינאזאם. אפילו פרדס איז טייערער פון עקשטיין, אבער די נקודה פון ביליגער און שיין מוזען נישט זיין קאנקורענטן

וויפיל קאסט די חתונה פעקעדש ביי פרדס? איך ווייל אויב רעדט מען פון 500$ א מחותן אז עס זאל זיין מער בהכ"ס אויף די זעלבע שטארק און א נערמאלע שפילער און זינגער, לוינט זיך עס זיכער, באט אויב רעדט מען פון 2 / אלפים זיכער איז אולם עקשטיין מער ווערט, ווייל פאר 2 / 3 אלפים לוינט זיך נישט צו מאכן נאך א טיי אווענט כדי צן האבן א שפילער און זינגער,

סא אולם עקשטיין קאסט 6 אלפים 3 א צד, הכל בכל מכל, וויפיל קאסט פרדס?

פרדס קאסט 10 אלפים! און ס'איז נאך אפילו טייערער פון בית רחל פאראדייס!

סאך טייערער מער נענטער צו קאנטינעטעל רעינדזש

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג יוני 19, 2018 5:51 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:te]

פרדס קאסט 10 אלפים! און ס'איז נאך אפילו טייערער פון בית רחל פאראדייס!

פון ווי נעמסטו דיינע פרייזן?
פרדס קאסט $11,000
$5500 פער צד
אלעס אריינגערעכענט (שפילער,זינגער,בדחן,פיקטשער'ס,בלומען,האט פוד,שמארגעס באורד ביי די ברעיק,איבערבייס ביים מצוה טאנץ).
בית רחל פאראדייס קומט נישט נאנט צו דעם

פרדס קאסט 12 אלפים
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 19, 2018 6:20 pm

זזה האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:te]

פרדס קאסט 10 אלפים! און ס'איז נאך אפילו טייערער פון בית רחל פאראדייס!

פון ווי נעמסטו דיינע פרייזן?
פרדס קאסט $11,000
$5500 פער צד
אלעס אריינגערעכענט (שפילער,זינגער,בדחן,פיקטשער'ס,בלומען,האט פוד,שמארגעס באורד ביי די ברעיק,איבערבייס ביים מצוה טאנץ).
בית רחל פאראדייס קומט נישט נאנט צו דעם

פרדס קאסט 12 אלפים

וויפיל קאסט פאראדייס א נאכט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 19, 2018 6:21 pm

סא ס"ה צאלט מען פאר אולם עקשטיין פינקטלעך האלב די פרייז פון פרדס און מען באקומט אסאך מער ווי האלב, טייטש אז עס איז פערצענטאל אויך אסאך ביליגער
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יוני 19, 2018 6:22 pm

שטארקע חסיד האט געשריבן:סאך טייערער מער נענטער צו קאנטינעטעל רעינדזש

ווער איז נענטער צו קאנטינענטאל?

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יוני 19, 2018 6:24 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:סא ס"ה צאלט מען פאר אולם עקשטיין פינקטלעך האלב די פרייז פון פרדס און מען באקומט אסאך מער ווי האלב, טייטש אז עס איז פערצענטאל אויך אסאך ביליגער

מיט וואס באקומסטו סאך מער ווי האלב?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 19, 2018 6:25 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:סא ס"ה צאלט מען פאר אולם עקשטיין פינקטלעך האלב די פרייז פון פרדס און מען באקומט אסאך מער ווי האלב, טייטש אז עס איז פערצענטאל אויך אסאך ביליגער

מיט וואס באקומסטו סאך מער ווי האלב?

דו האלסט טאקע אז פרדס קאסטען וואס זיי שטעלן צו איז דאפעלט ווי אולם עקשטיין?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יוני 19, 2018 6:26 pm

זזה האט געשריבן:פרדס קאסט 12 אלפים

מ'באקומט צוריק עטוואס מער ווי $1000 וואס איז א security

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”