ביליגע חתונה אין קרית יואל בקרן ויואל משה

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

רבי שואל
איך האלט ווי אייך
איר ווייסט אליינס נישט ווי אמת איר זאגט!! [אנדערע וועט נישט פאסן מודה צו זיין אויף א פאקט וואס מ'ווייסט טיף טיף אז דא ליגט דער הונט באגראבן....]
מענער וואלטן שוין לאנג געטוישט, ווען דער 'כנגדו' וואלטן מיטגעשטימט..
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

100% שואלכענין
זוכט איר דוי?
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

100%
מענטשן האבן נישט קיין כח צו די דראמא
אבער... אז מען געוויינט איין 18 יאר פריער דאן איז אביסל לייכטער
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ווען ענדיגט ער די שבע ברכות איך ווארט שוין צי הערן פון זיין שיעור
וואס נישט צי טיהן האט ער שוין ארויס געברענגט יעצט וויל איך הערן וואס יא
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

דער שואל כענין איז דאך אזוי גערעכט. מען קען סתם אזוי זיך נישט קריגן מיט א פרוי, און אוודאי נישט פאר'ן חתונה מאכן א קינד. מיט די פרויען איז אביסל שווער צו ריזענען און זיי זענען נישט מקבל טענת אין לי, כידוע לכל
חיים עקשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים עקשטיין »

איך האב צוריגעקגעהערט פון מענטשען אז עס טוט זיך לעבעדיק אויף איי וועלט איבער די אינטערוויו וואס איך האב געגעבן אויף קול מבשר בנוגע די ענין פון חתונה מאכן. ווי אויך קומען זייער אסאך מענטשען צו אין ביהמ״ד צו מיר צו באדאנקען פאר די אינטערוויו. איך הער צוריק אז ב״ה אסאך פרויען אין קאנטרי האבן אויפגעהערט צו רעדן פון מענטשען, אין האבן אנגעהויבן צו רעדן פון ניצען די ״אייגענע״ שכל ביי די צייטן פון שמחות.
קום איך ארויף אויף איי וועלט, זעה איך אז עס איז דא מענטשען וואס אפרישיעיטאן די אינטערוויו, ווי אויך מענטשען וואס זענען נישט אזוי קלאר מיט געוויסע נקודות וואס איך האב גערעדט, אין אוודאי מענטשען וואס דיסאגריען מיט מיר.
האב איך געקלערט דא ארויפצוקומען צו ענטפערן, קלארמאכן, דורכשמיסען, סיי וואס איר האט אויפן קאפ בנוגע צום ענין.
איך וויל מיר פאראויס אנטשולדיגן אויב איך וועל נישט אנקומן צו ענטפערן פאר יעדן איינעם, ביטע עס נישט נעמען פערזענליך ואתכם הסליחה.
איך וועל מיר בעיקר מאכן צייט צו ענטפערן אויף קאמענטס וואס איך טראכט וועט זיין לתועלת הענין פארן ציבור.
טייערע ברודער, איך בין 100% איבערצייגט אז דורך די Awareness און כסדר רעדן פון דעם קען מען בעזהשי״ת אנקומען מיט די צייט זייער ווייט אז די פראבלעים וועט כמעט אוועקגיין. אויב נישט אינגאנצן ביי אינז, כאטש ביי אינזערע קינדער בעזר השם.
בהצלחה רבה מיט שלימותדיגע שמחות.
חיים עקשטיין
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

רבי חיים, שוין לאנג נישט געהערט אזעלכע דברים של טעם.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

וועלקאם ר' חיים ש'כח פארן ארויף קומען צי אונז פערזענדליך
בנוגע דיין איטערוויא אויף קול מבשר מיז איך דיר זאגן ביסט אריינגעקומען זייער קלאר בעסער ווי די קליפ ביום החתונה
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

חזק חזק ר' חיים סאיז קלאר א טעות אז מוויל בעיקר טוישן סטאנדארט ווען דער עיקר פראבלעם איז דאס אז מוז לעבן מיט יענעםס סטאנדארט
כהאלט אבער נאך אלס אז בעולם הזה קען מען נישט אינגאנצן טוישן די וועלט ממילא איז טאקע די עיקר ארבעט לדעתי יא צו טוישן סטאנדארט (וואס דאס טוען עסקנים בכל קהילה) אבער אין די זעלבע צייט זאל יעדער הערן ר' חיים און טראכטן וואס ער קען בעסער מאכן ווי די סטאנדארט אבער גיין רייכער ווי סטאנדארט ווייל ביי מיר איז עס יא וויכטיג קען אויך שאטן לדעתי ווייל א כח הרבים איז קלאר א גאר שטארקע ענין קיינער איז נישט קיין מלאך און יעדער וויל זיין וועלקאם ביים ציבור ממילא איז דער וואס רייסט זיך אויף אפילו ביי וואס ער "וויל אליין באמת" אויך א פראבלעם ווייל סמאכט אז סזאל צעבראכן ווערן די כח הרבים
אויך פארשטייט יעדער אז אויב יעדער וועט טאן וואס ער טראכט וועל איך איין נאכט האבן א חתונה 3 נאכמיטאג און איין טאג 2 ביינאכט וכו ' וכו' ביי אלע ענינים מקען באופן כליי ארבעטן אויף אייגענע מחשבה אבער אלעס מיט א גבול נישט עקסטרעים
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
חיים עקשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים עקשטיין »

אליעזר קרויס האט געשריבן:רבי חיים, שוין לאנג נישט געהערט אזעלכע דברים של טעם.

יישר כח אליעזר
חיים עקשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים עקשטיין »

maybeeynot האט געשריבן:וועלקאם ר' חיים ש'כח פארן ארויף קומען צי אונז פערזענדליך
בנוגע דיין איטערוויא אויף קול מבשר מיז איך דיר זאגן ביסט אריינגעקומען זייער קלאר בעסער ווי די קליפ ביום החתונה

יישר כח. עס איז מיר א פארגעניגן צו מזכה זיין דעם ציבור
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

רבי חיים קודם מיז אייך זאגן א גרויסע שכוח
די אייבערשטער וועט אייך אוואדע בייצאלן דערפאר
אין צווייטענס איך האב א שטיק צייט צוריק געשריבן די תוגובה ביי די אשכול פון חתונה תקנות סאטמאר קהילת מהר״א
שטייגען האט געשריבן:האט מיר א מוחתן נעכטן געזאגט ער מאכט חתונה קומענדיגע וואך
בייצאלט פון די אייגן טאש אין ער האט גענומען א שיינע ביליגע פורניטשער סעט ביי Sofes in more געצאלט $800 אהן די מאטראצען
ער האט מיר גיגעבן א בילד,
פרעג איך דיר וואס איז שלעכט מיט אזא סעט ???
געשפארט $4000

viewtopic.php?t=35902&start=500

האט מיך איינער געקאנטאק (נישט א סאטמאר׳ער) פרייוועט אז ער מאכט חתונה (מיט אייגן געלד וואס ער האט זיך געשפארט) אין זיכט נישט צו ספענדן אין ער האט געוואלט זיך דורכרעדן מיט די מוחתן וואס האט געקויפט די ביליגע פורנישטער אין ער גייט דאס נאכטוען,
אזא מעשה געשעהט נאר ווען סאטמאר קהילת מהר״א מאכט נויז, אין רבי חיים עקשטיין מאכט חתונה אויף זיין סטענדארט, יעדעס ביסל העלפט אז אנדערע מענטשן זאלן זיך מיטכאפן.
חזק ואמץ רבי חיים עקשטיין. חזק ואמץ סאטמאר קהילת סאטמאר מהר״א
..
חיים עקשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים עקשטיין »

געוואלטיג האט געשריבן:חזק חזק ר' חיים סאיז קלאר א טעות אז מוויל בעיקר טוישן סטאנדארט ווען דער עיקר פראבלעם איז דאס אז מוז לעבן מיט יענעםס סטאנדארט
כהאלט אבער נאך אלס אז בעולם הזה קען מען נישט אינגאנצן טוישן די וועלט ממילא איז טאקע די עיקר ארבעט לדעתי יא צו טוישן סטאנדארט (וואס דאס טוען עסקנים בכל קהילה) אבער אין די זעלבע צייט זאל יעדער הערן ר' חיים און טראכטן וואס ער קען בעסער מאכן ווי די סטאנדארט אבער גיין רייכער ווי סטאנדארט ווייל ביי מיר איז עס יא וויכטיג קען אויך שאטן לדעתי ווייל א כח הרבים איז קלאר א גאר שטארקע ענין קיינער איז נישט קיין מלאך און יעדער וויל זיין וועלקאם ביים ציבור ממילא איז דער וואס רייסט זיך אויף אפילו ביי וואס ער "וויל אליין באמת" אויך א פראבלעם ווייל סמאכט אז סזאל צעבראכן ווערן די כח הרבים
אויך פארשטייט יעדער אז אויב יעדער וועט טאן וואס ער טראכט וועל איך איין נאכט האבן א חתונה 3 נאכמיטאג און איין טאג 2 ביינאכט וכו ' וכו' ביי אלע ענינים מקען באופן כליי ארבעטן אויף אייגענע מחשבה אבער אלעס מיט א גבול נישט עקסטרעים

הרב געוואלטיג,
איך שטום צו אז עס איז "ליידער" א צורך פון מאכן די תקנות ווייל מענטשען ניצן נישט אליין די שכל. אבער זייער אסאך פון די תקנות איז אויך זאכן וואס ווען מען טראכט באמת אריין דארפען עס נישט סיי די מחותנים ווי אויך נישט די חתן וכלה, נאר מען טוט עס ווייל יעדער טוט עס, איבערהויפט אז מען האט באקומען א הסכמה פון די תקנות אז דאס "דארף" מען האבן, מיינט מען אז מען מיז שוין...
עס איז אמת אז עס איז נאכנישט א עולם השלום, אבער איך מיין אז כדי אנצוקומען נענטער צו שלימות, פעלט אויס אריינצונעמן די חתן כלה אינעם בילד, זיי געבן צו הערן די אינטערוויו וכדו' זיי מאכן שטאלץ מיט שפארן געלט, אזוי אז ווען 2 חתנים וועלן שמוסן וועלן זיי זיך רייצן אז מיין שטריימעל האט געקאסט אסאך ביליגער, וכדו', נישט אז מיין שטריימל איז א קאפ העכער... ודי
ווען צוויי כלות וועלן שמיסען וועלן זיי זיך רייצן: "קוק, איך האב א כלה קלייד פון א גמ"ח איך האב געשפארט פאר מיינע עלטערן $2,000 וכדו'. אויף די וועג קען מען סיי שפארן געלט, און סיי געבן פאר די קינדער אזא וויכטיגע חינוך פאר זייער לעבן.
בנוגע צו פארמעגליכע מענטשען, קען זיין אז איר זענט גערעכט, אבער פאר זיי גייט גארנישט געשען אויב זיי גייען נישט טאן וואס איר רעקאמענדירט, אבער פאר די נישט אזוי פארמעגליכע איז נאך דא איבערגענוג וואס זיי קענען טאן וואס וועט יא טוישן זייער לעבן. דערובער מיין איך אז די פאקאס דארף זיין קודם ביי דעם.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

געוואלטיג האט געשריבן:חזק חזק ר' חיים סאיז קלאר א טעות אז מוויל בעיקר טוישן סטאנדארט ווען דער עיקר פראבלעם איז דאס אז מוז לעבן מיט יענעםס סטאנדארט
כהאלט אבער נאך אלס אז בעולם הזה קען מען נישט אינגאנצן טוישן די וועלט ממילא איז טאקע די עיקר ארבעט לדעתי יא צו טוישן סטאנדארט (וואס דאס טוען עסקנים בכל קהילה)

I disagree with you
The standard was created by mistake. There is no reason to continue with it
Yes. Let some people make chasunah 3 pm and others 9 pm. No problem.
Let some people buy 30k furniture and others for 1k.
Let some poeple enjoy life and some people stay slaves to the standard.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

ר' חיים קודם מזל טוב פאר אייער שמחה איר זאלט זען א סאך נחת פין די קינד אין פין אלע קינדער בענעזאם עמו"ש.

לאזט מיר אייך עפעס זאגען, איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט עטליכע קינדער כיה"ר, אייערע ווערטער איז 100% אמת, אבער איין זאך איר מיזט פארשטיין אז ביים חתונה מאכען קימען אריין לכה"פ 6 מענטשען די 2 מחותנים אין די 2 מחותנעסטע'ס אזוי אויך די חתן כלה דאס הייסט 6 מיינוגען, (ווער רעדט אז איינע פין די זיידע באבע האט אויך א מיינונג) מיין איך אז למעשה איז די בעסטע מהלך די וועג פין תקנות, אזוי איז נישטא קיין ברירות, יעדער מיז צישטעלן.

די זעלבע איז מיט די "מאל" די גרינגסטטע וועג צי פארמיידן מחלוקת מיט ווייטאגען איז זיך האלטען מיט א פעקעזש, קען זיין עס קאסט טאקע אביסעל מער, אבער דאס שפיר איך איז די ראוגס'טע מהלך
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

חיים קריגט זיך נישט בכלל צו מען דארף מאכן תקנות צו נישט, און יא עס איז א געוואלדיגע זאך די תקנות. די שאלה איז נאר אפילו מיט די תקנות, איז דא פיל זאכן וואס מען קען זיך שפארן. און מען דארף פארשטיין אז נישט אויף אלעס קען מען מאכן תקנות.

וואו למשל מען קען נישט איינטיילן וויפיל א מחותנ'סטע קלייד דארף צו קאסטן, און אזוי אויך צו מען דארף ניי אויסשטאפירן אלע קינדער, און וויפיל קליידער מען דארף קויפן פאר די כלה, ועוד ועוד.

און אפילו אין די עצם תקנה, וואו למשל אויב קען מען מאכן תנאים אין איינע פון די קליינע זאלן, מעג נאך איינער טראכטן אז איך וויל מאכן תנאים צוזאמען מיט די ווארט, און שפארן אפאר הונדערט דאללער. און א בדחן וויל איך נעמען איינע פון די משפחה און עס מאכן קורץ און שארף, אא"וו.

און דא קומט חיים אריין, א מענטש דארף נוצן די אייגענע קאפ, און ער וויל אריינברענגען א פראוד פאר א כלה וואס גייט מיט א געדינגענע קלייד. אדער א מחותנ'סטע וואס גייט נישט מיט די שענסטע קלייד, אבער דאס וואס זי האט יא האט זי געקויפט מיט אייגענע געלט. אדער די קינדער גייען מיט די קליידער און סוטס וואס מען האט געקויפט פאר יום טוב, אבער זיי גייען זיין מער העפפי, ווייל עס איז געווען רואיגקייט אין שטוב פאר די חתונה. ועוד ועוד
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

@קלוגע חכם שפתיים ישק דיין ניק איז אמת
חיים עקשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים עקשטיין »

בעל דעת האט געשריבן:ר' חיים קודם מזל טוב פאר אייער שמחה איר זאלט זען א סאך נחת פין די קינד אין פין אלע קינדער בענעזאם עמו"ש.

לאזט מיר אייך עפעס זאגען, איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט עטליכע קינדער כיה"ר, אייערע ווערטער איז 100% אמת, אבער איין זאך איר מיזט פארשטיין אז ביים חתונה מאכען קימען אריין לכה"פ 6 מענטשען די 2 מחותנים אין די 2 מחותנעסטע'ס אזוי אויך די חתן כלה דאס הייסט 6 מיינוגען, (ווער רעדט אז איינע פין די זיידע באבע האט אויך א מיינונג) מיין איך אז למעשה איז די בעסטע מהלך די וועג פין תקנות, אזוי איז נישטא קיין ברירות, יעדער מיז צישטעלן.

די זעלבע איז מיט די "מאל" די גרינגסטטע וועג צי פארמיידן מחלוקת מיט ווייטאגען איז זיך האלטען מיט א פעקעזש, קען זיין עס קאסט טאקע אביסעל מער, אבער דאס שפיר איך איז די ראוגס'טע מהלך

הרב בעל דעת,
קודם כל יישר כח פאר די ברכות, אי"ה ביי אייך אויך נאר שמחה ונחת.
לאמיר קודם רעדן איבער די 6 מיינונגען פון וואס איר רעדט. דער עיקר מיט וועם מען דארף זיך רעכענען איז חתן וכלה, און דער פראבלעים איז אז זיי זענען אינג און האבן אסאך peer presure. דערובער איז די עצה זיי אריינצוברענגען א שטאלץ אין ניצן די אייגענע שכל, אפילו אויב עס פעלט אויס זיי זאגן אז אויב די גייסט אויף די וועג און עס וועט מיר שפארן אסאך געלט, וועל איך דיר בל"נ פרובירן צו געבן א שטיפ ווען די קויפסט אדירה.
איך פארשטיי אז נישט יעדער האט א גיטע שפראך אדער א גיטע קשר צו איבערצייגן די קינדער, הלוואי וואלטן די מוסדות דאס געטאן. אבער אז מען האלט דא, אפשר קען מען זיי שיקן צו מומחים זיי צו עפענען דעם קאפ, וואס דאס וועט זיי צוניצקומן א גאנצען לעבן.
בנוגע צו די מחותנים, עס איז א גרויסע שטות אין רוב שדוכים אז די מחותנים מיינען אז זיי מעגן נישט רעדן אפען צו די אנדערע מחותן "ער וועט נאך ח"ו "מיינען" אז איך האב נישט עקסטערע געלט" לדעתי, קען מען געהעריג אויסשמוסן מיט רוב מחותנים, ובפרט אויב די חתן וכלה זענען אויף איין בלעטעל, אז מען וויל נאר אויסגעבן אויף זאכן וואס "מיר" מאכן אפ איז וויכטיג, נישט וואס "דער עולם" האט אפגעמאכט... און איר זאלט וויסן אז רוב מחותנים וועלן מורא'דיג Appreciaten אזא אפענע שמוס, און סיי איר סיי די חתן כלה וועלען שטייגן אין די אויגן פון די נייע פאמיליע.
בנוגע די זיידע באבע, מיין איך אז איך דארף ניטאמאל ענטפערן... וועלעכע הוצאה זיי ווילן מען זאל צולייגן וואס איר שטימט נישט מיט, קענט איז זיי געבן רשות צו טאן אויף זייער קאסט... ודי.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

חיים עקשטיין האט געשריבן:

ר' חיים זאגט דא א שטארקע נקודה, און איך וועל עס אויסברייטערן, מ'דארף צולייגן צו די חתנים שיעורים א שיעור אויפצוקלערן ווי אומנויטיג די זאכן זענען, די שיעורים קענען פארקומען יעדע דריי חדשים להחתנים שנתארסו, גלייך אנהייב נאכן ווערן א חתן (און ס'איז מן הסתם נאך וויכטיגער פאר די עזרת נשים)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

maybeeynot האט געשריבן:@קלוגע חכם שפתיים ישק דיין ניק איז אמת

א גרויסע יישר כח פאר די קאמפלימענט, עס פילט זיך גוט.

לאמיר זאגן איין זאך וואס איך האב נעכטן נישט געהאט קיין צייט געהעריג צו שרייבן, (אגב היינט האב איך אויך נישט צופיל צייט, אבער עס ליגט מיר אויפן צינג)

איך וועל נישט רעדן פון דייקא די חתונה נאכט, (איך וועל באלד צוריק קומען צו דעם) איך רעד די עצם פון אונזער לעבן, וואו ווייט משוגע מיר זענען געגאנגען מיט אונזערע הוצאות אין די טעגליכע לעבן, און נאכמער ווען עס קומט א יו"ט אדער א סיזען.

איך בין געזיצן די יאר שבת הגדול מיט א יונגערמאן אזוי וואו מיר, וואס מיר מאכן פרנסה ב"ה, און מען דארף נישט צו קומען צו יענעם, די באשעפער זאל ווייטער העלפן. און מיר ליינען א בראשור פוון איינע פון די קמחא דפסחא אויסגאבעס, און זיי שרייבן וואס זיי טוהען, און וואו פארשטענדליך פרובירן זיי צו מאכן די ליינער'ס עמאוציאנעל מיט זיי אריינלייגן אין די מצב פון א שטוב וואס האט נעבאך נישט קיין געלט אריינצוברענגן די פסח אין שטוב וכו' וכו'. און געוויסע פונקטן זענען זיי זייער גערעכט, עס איז דא שטובער געבענטשט מיט קינדער, און אסאך מאל אויך אייניקלעך, און זיי האבן נישט קיין געלט פאר קיין פיש און פלייש וויין מצות וכדו', און עס איז באמת א טייעע זאך וואס די ארגאנאזציעס טוהען. אבער וואס האט מיר געבאדערט איז וואס זיי האבן דארט געשריבן בערך אזוי, עטס קענטסט ענק פאשטעלן די צער און שעם פון קינדער וואס זיי קומען אריין אין שול און זיי האבן נישט קיין נייע סוט און שיך, און איך גיב מיר א קוק אן, מען רעדט נישט דא פון א יונגל וואס גייט אריינקומען מיט א צוריסענע רעקיל אדער צופליקטע שיך, מען רעדט ס"ה מען גייט נישט אריינקומען מיט א נייע רעקל און שיך. און מיר קוקן זיך אן רבונא דעלמא כולא, וואו האלטן מיר, איך וואס איך ב"ה בין איך נאך קיינמאל צוגעקומען צו יענעם האב ניטאמאל געטראכט פון קויפן נייע שיך אדער א סוט פאר מיינע קינדער סתם ווייל יעצט איז פסח. (יא איך קויף ווען עס פעלט אויס) און דא שרייבט א קמחא דפסחא בראשור וואספארא בושה עס איז פאר יונגל אריינצוקומען מיט נישט נייע מלבושים פסח אין שול. און איך האב טאקע פסח ארומגעקוקט אין שול, און אויפגעמערקט אז פילע יונגעלייט וואס האבן פלעין פרנסה און פרובירן צו לעבן פוןדי אייגענע געלט האבן זייערע קינדער נישט קיין נייע מלבושים, און איך האב נישט געוואלט קוקן צו די וואס נעמען פון ארגאנאזציעס האבן יא אדער נישט.

וואס איך מיין ארויסצוברענגן איז אביסל אז מיר לעבן אין א וועלט וואו חיים זאגט וואו מען טראכט נישט אליינס, און ביי געוויסע איז אזוי וויכטיג צו האבן נייע מלבושים יום טוב, אפילו באמת פעלט עס נישט אויס, און עס איז פאר זיי א בושה אויב זיי האבן עס נישט, און זיי וועלען זיך נישט שעמען צו גיין נעמען געלט ביי אנדערע פאר דעם.

די זעלבע איז מיט די אלע קיופאנ'ס, וואס דאס איז א שמועס פאר זיך, און איך האב נישט יעצט די צייט צו רעדן דערפון, אבער אפשר איין טאג
לעצט פארראכטן דורך קלוגע חכם אום מיטוואך יוני 27, 2018 1:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אויב האט ר' חיים א ציל אז די עולם זאל אנהייבן ניצן די קאפ זאל ער זיך ביטע אויפשטיין און יארע 2018 גייט דאס נישט געשעהן
ווי איך פארשטיי מיינט ער נישט נאר די פוינט פון חתנה מאכן ער רעדט בכללילות אז דיין שכל זאל דיר פירן נישט דיין געפיל מען האלט שוין צי וווייט דערפון
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

חיים עקשטיין האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:חזק חזק ר' חיים סאיז קלאר א טעות אז מוויל בעיקר טוישן סטאנדארט ווען דער עיקר פראבלעם איז דאס אז מוז לעבן מיט יענעםס סטאנדארט
כהאלט אבער נאך אלס אז בעולם הזה קען מען נישט אינגאנצן טוישן די וועלט ממילא איז טאקע די עיקר ארבעט לדעתי יא צו טוישן סטאנדארט (וואס דאס טוען עסקנים בכל קהילה) אבער אין די זעלבע צייט זאל יעדער הערן ר' חיים און טראכטן וואס ער קען בעסער מאכן ווי די סטאנדארט אבער גיין רייכער ווי סטאנדארט ווייל ביי מיר איז עס יא וויכטיג קען אויך שאטן לדעתי ווייל א כח הרבים איז קלאר א גאר שטארקע ענין קיינער איז נישט קיין מלאך און יעדער וויל זיין וועלקאם ביים ציבור ממילא איז דער וואס רייסט זיך אויף אפילו ביי וואס ער "וויל אליין באמת" אויך א פראבלעם ווייל סמאכט אז סזאל צעבראכן ווערן די כח הרבים
אויך פארשטייט יעדער אז אויב יעדער וועט טאן וואס ער טראכט וועל איך איין נאכט האבן א חתונה 3 נאכמיטאג און איין טאג 2 ביינאכט וכו ' וכו' ביי אלע ענינים מקען באופן כליי ארבעטן אויף אייגענע מחשבה אבער אלעס מיט א גבול נישט עקסטרעים

הרב געוואלטיג,
איך שטום צו אז עס איז "ליידער" א צורך פון מאכן די תקנות ווייל מענטשען ניצן נישט אליין די שכל. אבער זייער אסאך פון די תקנות איז אויך זאכן וואס ווען מען טראכט באמת אריין דארפען עס נישט סיי די מחותנים ווי אויך נישט די חתן וכלה, נאר מען טוט עס ווייל יעדער טוט עס, איבערהויפט אז מען האט באקומען א הסכמה פון די תקנות אז דאס "דארף" מען האבן, מיינט מען אז מען מיז שוין...
עס איז אמת אז עס איז נאכנישט א עולם השלום, אבער איך מיין אז כדי אנצוקומען נענטער צו שלימות, פעלט אויס אריינצונעמן די חתן כלה אינעם בילד, זיי געבן צו הערן די אינטערוויו וכדו' זיי מאכן שטאלץ מיט שפארן געלט, אזוי אז ווען 2 חתנים וועלן שמוסן וועלן זיי זיך רייצן אז מיין שטריימעל האט געקאסט אסאך ביליגער, וכדו', נישט אז מיין שטריימל איז א קאפ העכער... ודי
ווען צוויי כלות וועלן שמיסען וועלן זיי זיך רייצן: "קוק, איך האב א כלה קלייד פון א גמ"ח איך האב געשפארט פאר מיינע עלטערן $2,000 וכדו'. אויף די וועג קען מען סיי שפארן געלט, און סיי געבן פאר די קינדער אזא וויכטיגע חינוך פאר זייער לעבן.
בנוגע צו פארמעגליכע מענטשען, קען זיין אז איר זענט גערעכט, אבער פאר זיי גייט גארנישט געשען אויב זיי גייען נישט טאן וואס איר רעקאמענדירט, אבער פאר די נישט אזוי פארמעגליכע איז נאך דא איבערגענוג וואס זיי קענען טאן וואס וועט יא טוישן זייער לעבן. דערובער מיין איך אז די פאקאס דארף זיין קודם ביי דעם.

ר' חיים איך אגרי מיט יעדעס ווארט און איך גיי פאר יעדעס ווארט פון דיין אינטערוויא נאר די איין נקודה אז אויב מרעדט פון טראכטן אליין איז עס נאר אויף אראפ נישט אויף ארויף ווייל אויף ארויף דהיינו אז ווער עס האט זאל זיך אויפרייסן ברענגט למעשה אז נאך און נאך וואס קענען נישט טוען עס נאך ביז סווערט א סדאנדארט און ממוז שוין געבן למי שאין לו
די נקודה האט שוין סאטמאר וו"ב רב ארויסגעברענגט ביי א דרשה מיט יארן צוריק איבער די תקנות אז מזעהט אז יעדער איז געגאנגען מיט געבארגטע קליידער כדי לבייש מי שאין לו
און אויף דעם דארף מען שטארק רעדן אז די וואס האבן זאלן זיך נישט אויפרייסן מיט דעם, ענדערש זיך אויפרייסן מיט אפקויפן זכותים אין בנינים אדער אויסצאלן א שבת ויו"ט פאר א איד אדער פאר הונדערטער אידן וכו' וכו' סדא גענוג וואו זיך ארויסצוגעבן אבער ביי שמחות איז א מציאות אז סברענגט א רייץ און וויבאלד דערווייל אויף דעם עולם ניצן רוב מענטשן ליידער נישט דעם שכל דארף מען גיין אויף דעם וועג באופן כללי און אין די זעלבע צייט דארף מען געבן צו הערן יעדן ר' חייםס אינטערוויא אז מענטשן זאלן אנהייבן צו לעבן פאר זיך מיטן רבוש"ע און אויפהערן טאן וואס עולם גולם טוט לריעותא און אוודאי זאל יעדער טאן לטיבותא ווער סהאט יא שכל אין קאפ, און אפילו איינער האט אייגענע שכל און פארשטייט אז זיין קינד דארף יא א אויפרייס זאל ער זיך רעכענען מיט אנדערע און געבן זיין קינד אויך צו הערן דעם אינטערוויא אדער אנדערע דרשות לחזק כל הרבים להצלת נפשות ממש
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
חיים עקשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים עקשטיין »

געוואלטיג האט געשריבן:
חיים עקשטיין האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:חזק חזק ר' חיים סאיז קלאר א טעות אז מוויל בעיקר טוישן סטאנדארט ווען דער עיקר פראבלעם איז דאס אז מוז לעבן מיט יענעםס סטאנדארט
כהאלט אבער נאך אלס אז בעולם הזה קען מען נישט אינגאנצן טוישן די וועלט ממילא איז טאקע די עיקר ארבעט לדעתי יא צו טוישן סטאנדארט (וואס דאס טוען עסקנים בכל קהילה) אבער אין די זעלבע צייט זאל יעדער הערן ר' חיים און טראכטן וואס ער קען בעסער מאכן ווי די סטאנדארט אבער גיין רייכער ווי סטאנדארט ווייל ביי מיר איז עס יא וויכטיג קען אויך שאטן לדעתי ווייל א כח הרבים איז קלאר א גאר שטארקע ענין קיינער איז נישט קיין מלאך און יעדער וויל זיין וועלקאם ביים ציבור ממילא איז דער וואס רייסט זיך אויף אפילו ביי וואס ער "וויל אליין באמת" אויך א פראבלעם ווייל סמאכט אז סזאל צעבראכן ווערן די כח הרבים
אויך פארשטייט יעדער אז אויב יעדער וועט טאן וואס ער טראכט וועל איך איין נאכט האבן א חתונה 3 נאכמיטאג און איין טאג 2 ביינאכט וכו ' וכו' ביי אלע ענינים מקען באופן כליי ארבעטן אויף אייגענע מחשבה אבער אלעס מיט א גבול נישט עקסטרעים

הרב געוואלטיג,
איך שטום צו אז עס איז "ליידער" א צורך פון מאכן די תקנות ווייל מענטשען ניצן נישט אליין די שכל. אבער זייער אסאך פון די תקנות איז אויך זאכן וואס ווען מען טראכט באמת אריין דארפען עס נישט סיי די מחותנים ווי אויך נישט די חתן וכלה, נאר מען טוט עס ווייל יעדער טוט עס, איבערהויפט אז מען האט באקומען א הסכמה פון די תקנות אז דאס "דארף" מען האבן, מיינט מען אז מען מיז שוין...
עס איז אמת אז עס איז נאכנישט א עולם השלום, אבער איך מיין אז כדי אנצוקומען נענטער צו שלימות, פעלט אויס אריינצונעמן די חתן כלה אינעם בילד, זיי געבן צו הערן די אינטערוויו וכדו' זיי מאכן שטאלץ מיט שפארן געלט, אזוי אז ווען 2 חתנים וועלן שמוסן וועלן זיי זיך רייצן אז מיין שטריימעל האט געקאסט אסאך ביליגער, וכדו', נישט אז מיין שטריימל איז א קאפ העכער... ודי
ווען צוויי כלות וועלן שמיסען וועלן זיי זיך רייצן: "קוק, איך האב א כלה קלייד פון א גמ"ח איך האב געשפארט פאר מיינע עלטערן $2,000 וכדו'. אויף די וועג קען מען סיי שפארן געלט, און סיי געבן פאר די קינדער אזא וויכטיגע חינוך פאר זייער לעבן.
בנוגע צו פארמעגליכע מענטשען, קען זיין אז איר זענט גערעכט, אבער פאר זיי גייט גארנישט געשען אויב זיי גייען נישט טאן וואס איר רעקאמענדירט, אבער פאר די נישט אזוי פארמעגליכע איז נאך דא איבערגענוג וואס זיי קענען טאן וואס וועט יא טוישן זייער לעבן. דערובער מיין איך אז די פאקאס דארף זיין קודם ביי דעם.

ר' חיים איך אגרי מיט יעדעס ווארט און איך גיי פאר יעדעס ווארט פון דיין אינטערוויא נאר די איין נקודה אז אויב מרעדט פון טראכטן אליין איז עס נאר אויף אראפ נישט אויף ארויף ווייל אויף ארויף דהיינו אז ווער עס האט זאל זיך אויפרייסן ברענגט למעשה אז נאך און נאך וואס קענען נישט טוען עס נאך ביז סווערט א סדאנדארט און ממוז שוין געבן למי שאין לו
די נקודה האט שוין סאטמאר וו"ב רב ארויסגעברענגט ביי א דרשה מיט יארן צוריק איבער די תקנות אז מזעהט אז יעדער איז געגאנגען מיט געבארגטע קליידער כדי לבייש מי שאין לו
און אויף דעם דארף מען שטארק רעדן אז די וואס האבן זאלן זיך נישט אויפרייסן מיט דעם, ענדערש זיך אויפרייסן מיט אפקויפן זכותים אין בנינים אדער אויסצאלן א שבת ויו"ט פאר א איד אדער פאר הונדערטער אידן וכו' וכו' סדא גענוג וואו זיך ארויסצוגעבן אבער ביי שמחות איז א מציאות אז סברענגט א רייץ און וויבאלד דערווייל אויף דעם עולם ניצן רוב מענטשן ליידער נישט דעם שכל דארף מען גיין אויף דעם וועג באופן כללי און אין די זעלבע צייט דארף מען געבן צו הערן יעדן ר' חייםס אינטערוויא אז מענטשן זאלן אנהייבן צו לעבן פאר זיך מיטן רבוש"ע און אויפהערן טאן וואס עולם גולם טוט לריעותא און אוודאי זאל יעדער טאן לטיבותא ווער סהאט יא שכל אין קאפ, און אפילו איינער האט אייגענע שכל און פארשטייט אז זיין קינד דארף יא א אויפרייס זאל ער זיך רעכענען מיט אנדערע און געבן זיין קינד אויך צו הערן דעם אינטערוויא אדער אנדערע דרשות לחזק כל הרבים להצלת נפשות ממש

עס איז זייער גרינג פאר מענטשען וואס האבן נישט קיין עקסטערע געלט צו זאגן "די פארמעגליכע זענען שולדיק" די שאלה איז איין זאך: ווי גייט דיר עס טראגן? מען וועט בלייבן מיט די פראבלעימען אבער מיט א קלארע הבנה ווער עס איז שולדיק... דער פארמעליכער איד גייט אהיים נאך די חתונה צוריק צו זיין לעבן כאילו לא הי'. דער נישט אזוי פארמעליכער בלייבט אבער מיט זיינע פראבלעימען וואס ווערט ערגער און ערגער נעבעך.
אן א שיעור מחותנים קומען צו צו מיר דורכשמוסן וואס זיי קענען טאן צו שפארן פאר די חתונה. מיין איינציגע ציל מיט זיי איז זיי העלפן טראכטן אין "זייער" מצב, מיט "זייערע" מחותנים, מיט "זייערע" חתן כלה... און אזוי שפארט מען ב"ה אסאך געלט.
עס איז געקומן די צייט אז דער עווערעטש מענטש זאל זיך אויפוועקן און פאוינטען די פינגער צו זיך און זאגן if its to be, its up to me. נישט דער דארף טאן דאס און יענער דאס, און דעלמאלטס וועל איך טאן דאס... דער פארמעגליכער האט זיך אויך פארדינט זיין פארציע שוועריקייטן ווען ער האט געריסקט אלעס און די וועלט זיך צו בויען ב"ה א גיטע ביזנעס... יעצט מעג דער דורכשניטליכער פארדינער ריסקען דאס אז מען וועט ח"ו מיינען אז ער איז נישט דער גרעסטער עושר....
נאכ וויכטיגער פון דעם איז העלפן אינגעלייט טראכטן פון דאס לעבן ווען עס איז נאכנישט צו שפעט. איך קען דיר זאגן פון 20 יאר עקספיריענס, אז רובא דרובא אינגעלייט וואלטן נישט געהאט קיין שום פראבלעים ביים חתונה מאכן קינדער ווען מען וואלט זיך דערמאנט ווען דאס קינד איז געבוירן. צווישן מיר און דיר גערעדט, האסט שוין דעלמאטס געוויסט אז די גייסט חתונה מאכן... און ווען מען שמוסט דאס דורך גענוג פרי טרעפט מען ע"פ רוב גיטע עצות ווען עס איז נאך גענוג פרי.
אוועטאר
חזן שמילאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן שמילאוויטש »

און אויב איז די פאקט אז מלעבט היינט אין א נישט נארמאלע וועלט וווי אלעס איז א סטאנדארט און מוויל אויסקוקען ווי א נארמאלע מענטש טוט דער פארמעגליכער אן עוולה ווען ער פראוועט אן אויפרייסירישע חתונה צו זיין דער ארויפגעקוקטער ראש הקהל
און דער יואלי ראטה סטייל חתונה איז זייער א גוטע זאך אבער דאס וועט נאר פאסירן נאר ביי איינע פון זיינע מענטשטן וואס טוט במילא זאכן וואס איז ווייט ארויס פון דעם אלגעמיינעם סטאנדארט......
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:און אויב איז די פאקט אז מלעבט היינט אין א נישט נארמאלע וועלט וווי אלעס איז א סטאנדארט און מוויל אויסקוקען ווי א נארמאלע מענטש טוט דער פארמעגליכער אן עוולה ווען ער פראוועט אן אויפרייסירישע חתונה צו זיין דער ארויפגעקוקטער ראש הקהל
און דער יואלי ראטה סטייל חתונה איז זייער א גוטע זאך אבער דאס וועט נאר פאסירן נאר ביי איינע פון זיינע מענטשטן וואס טוט במילא זאכן וואס איז ווייט ארויס פון דעם אלגעמיינעם סטאנדארט......

גראדע האב איך געזען ר' יואל ראטה די וואך ביי א חתונה געפראוועט אין א בית המדרש, און ער האט אויסגעדרוקט גרויס צופרידנהייט אז זיין איינפיר ווערט איבעראל קאפירט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”