ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:סא ס"ה צאלט מען פאר אולם עקשטיין פינקטלעך האלב די פרייז פון פרדס און מען באקומט אסאך מער ווי האלב, טייטש אז עס איז פערצענטאל אויך אסאך ביליגער
מיט וואס באקומסטו סאך מער ווי האלב?
דו האלסט טאקע אז פרדס קאסטען וואס זיי שטעלן צו איז דאפעלט ווי אולם עקשטיין?
יא
ווייל א שפילער,זינגער,פיקטשער'ס,בלומען,האט פוד,שמארגעס באורד ביי די ברעיק,איבערבייס ביים מצוה טאנץ קומט אויס ערגעץ אנדערש באלד $5000 סא טעקניקלי גיבט ער דיר עס און אולם עקשטיין נישט
פלוס וואס אין פרדס פילסטו דיר ווי א מחותן און אולם עקשטיין פילסטו א נאך טעם ועוד / והא ראי' אז די המון עם וואס האבן נישט קיין איבריג געלט מאכן אין ווילי חתונה אין פרדס און די המון עם אין קר"י נישט (דערווייל ליידער)
אין אולם עקשטיין איז דא פיקטשערס, בלומען, האט פוד, און מ'געבט ביי א חתונה די זעלבע לעמאן אייסעס וואס מ'געט אין פאראדייס ביי א רעגולער חתונה, און איבערבייס ביים מצוה טאנץ איז אויך דא געהעריג פאר ווער ס'באשטעלט פונקט ווי אין פאראדייס
ס"ה איז די חילוק צו מען זעט דעם שפילער און זינגער צו נישט, נו פארדעם איז נישט ווערט צו צאלן קיין 5 אלפים מער
און כ'האב פאר דיר נייעס, מ'גייט נישט ארויס מיט א נאך טעם
איך האב לעצטענס גערעדט צו א איד וואס מאכט שיין פרנסה און האט דאס ערשטע קינד חתונה געמאכט אין פאראדייס, ביים צווייטן קינד האט דער מחותן געבעטן אולם עקשטיין, האט ער געזאגט אקעי לאזמיר אויסטרייען, כ'האב גערעדט צו אים צוויי וואכן פאר די חתונה זאגט ער מיר, איך ווייס נאכנישט וואס אולם עקשטיין איז, אבער איך דאנק דעם באשעפער כ'האב נאכעגעבן מיין מחותן, ווייל אנדערש ווייס איך נישט ווי איך וואלט סורווייווט.
איך קען כמה וכמה שיינע בעל בתי'שע אידן וואס קענען זיך ערלויבן מאכן חתונה מיט א שמחה איין קינד נאכן צווייטן אין אולם עקשטיין, זייער עולם הזה איז נישט אויסצורייסן יענעם די אויגן, און דאס איז די גרעסטע ראי' אז מ'בלייבט נישט מיט א נאך טעם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.