RCCS דינער אין קרית יואל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'רעדט פון מאסיווע מוזיק פראגראמען, וואס דארף צו הייסן אז ס'וועט איבערשטייגן די גמ"ח הצלה דינער דעם ווינטער...


WOW
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובה דורך משה ישר »

מי יודע האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות זענען די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק?
על פי רוב די וואס פארפירן קעגן גרויסע שיינע דינערס האלטן סייווי ביים נישט געבן געלט. די מציאות איז אז א יאר וואס זיי מאכן יא א דינער מאכן זיי מער געלט ווי ביי די לאקאלע בתי מדרשים קמפיין. (זיי מאכן נאר יעדע צווייטע יאר א דינער)

גראדע איז די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות ממש כמעט אויפן זעלבן שטייגער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק!


ממש די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק נאך אין די חתונה זאל אונטערן בית המדרש
SOS_6113-1024x683.jpg

לויט וויפיל איך געדענק איז די דינער פאר די מוסדות אין קרית יואל קיינמאל נישט געווען אין חתונה זאל אונטערן ביהמ"ד, ס'פלעגט אלע יארן זיין אין ביהמ"ד הגדול אויף א קליינע פארנעם ביז תשנ"ו, תשנ"ו איז געווען גאר א גרויסע ווייל ס'איז געווען קאמבאנירט מיט א סעודת הודאה פארן ברך משה נאך די ערעפלאן קראך, תשנ"ז נ"ח נ"ט איז עס שוין געווען אין בית רחל פאראדייס, תש"ס האט מען עפעס נאכאמאל פרובירט אין ביהמ"ד הגדול, און דערנאך פון דארט און ווייטער איז עס געווען אין בית רחל פאראדייס, די טשיז קעיק מיט אלע מילכיגע פראדוקטן לכבוד סעודתא דדוד מלכא משיחא איז די זעלבע יעדע יאר, די מתנה וואס מ'טיילט ווערט געספאנסערט דורך אחד מחברי ההנהלה, מיט די קאפעליע שפילט מען זיך אביסל ארום, אבער זהו וואס מ'ספענדט אין די עצם דינער נאכט

ר' "מי יודע" אקוראט דאס האב איך געוואלט שרייבן!
עס לאזט זיך טאקע נישט גלייבן אז אין יארע תש'18 למספ' זאל נאך אזוי היימיש אויסזען א דינער!
און לויב ווערטער דארף זיכער געגעבן ווערן פאר די הנהלת הקהילה והמוסדות וואס פירן ערליך אויס דעם רבין שליט"א'ס שטארקע שאיפה און האלטן שטענדיג אן עינא פקיחא אז די אלע נייע גויאישע מאדעס זאלן זיך נישט קענען טרעפן קיין מקום אין רבין'ס הייליג שטעטל!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

אפענע בריוו

תגובה דורך ר' יום טוב »

אפענע בריוו לכבוד עסקני מרכז הרפואה רופא חולים המכונה rccs שיחי'

איך שעם זיך צו זאגן, אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין ערנסטע נתינה פאר RCCS. איך האב עס אנגעקוקט ווי נאך עפעס א שיינע ביקור חולים ארגענאזעישאן מיט וואס כלל ישראל איז געבענטשט, וואס איך האב טאקע געהאלטן חשוב, אבער זיי געלייגט אין די צווייטע שורה פון מיינע צדקה נתינות. מעגליך אז אייער שרעקעוודיגע צוועק אדער נאמען האט ערפאלגרייך מיך געשטעלט אין א פאזיציע צו גיבן ווייניגער אויפמערקזאמקייט פאר אייך.

מד' מצעדי גבר אז מיר האבן געברויכט פארוויילן אין א געוויסע באקאנטע שפיטאל מיט מיינס א קינד אויף עטליכע טעג צוליב א מילדע פראצעדור, גארנישט ערנסט ב"ה. איך בין אבער צעשאקלט ביז גאר פון וואס איך האב דארטן מיטגעהאלטן. עס איז שוין אריבער א וויילע, אבער מיין נפש איז נאך נישט געקומען צו זיך פון די טראמישע איבערלעבענישן וואס איך האב בייגעוואוינט משך די קורצע צייט. מיטהאלטנדיג ווי לעכטיגע היימישע חסידישע קינדער אין זייערע בליענדע יארן, אומשולדיגע נשמה'לעך ווערן דארט אין מיין געגנווארט דיאגנאזירט ל"ע מיט די ביטערע מחלה רח"ל.

פון וויפיל איך האב אלץ געהערט און געלייענט דערפון אין די בראשורן פון די ארגאנעזאציעס, אראפגעלייגט גענוי וויאזוי אזוינס גייט צו, און וויאזוי דאס טוט נעבעך אפעקטירן די פאמיליעס, פלעגט מיר אלץ ארויפקומען אזא מחשבה, אז א באצאלטער שרייבער א גוטער בעל דמיון גיסט דא אויס אומנויטיגע געווירצן פון זיין ארכיוון. אבער מיטצולעבן ווי די הארצרייסנדע סצענעס אנטוויקלען זיך 'לייוו' פאר מיינע אויגן, איז עפעס וואס דער סאמע פוליצער פעדער קען נישט שילדערן, און האט פשוט גורם געווען אז דער קנויל אין מיין האלז האט נישט געקענט דערהייבן די טרערן מאסע אין די קאנאלן וועלכע האבן זיך אומווילנדיג פריי צופלאסן, אויף אזוי ווייט אז די אנוועזנדע נוירסעס האבן מיך געהאלטן אין איין פרעגן, "אר יו אקעי"?? מר. יאמטעוו".

איך האב דאס אלעס מיטגעהאלטן וויפיל איך האב געמוזט אנע צושטאפן די אויערן אדער אנטלויפן אויף א שפאציר צום חסד שטוב. די צער פון די פאציענטן און זייערע משפחות. די צעמישעניש. די פארלוינקייט. פחד און אנגסט. די נאכאנאנדע געוויינען און קרעכצן. אזוי איינזאם אליין אויפן שפיטאל בעטל. אזוי פלוצלינג אוועקגעריסן פון די ווארימע היים. אוועק פון חדר/שולע. דאס קינד איז גענוג גרויס צו פארשטיין עפעס. טאקע פרישע באגריפן. עס הערט א ווארט דא און דארט. די עלטערן פארשטייען אבער אויך נישט גענוי די אלע טערמינען. עס וויל זיך נישט לאזן וויסן. און אפילו זיי ווייסן יא עפעס, וואס זאלן זיי פארציילן פארן קינד, און וויאזוי זאלן זיי רעאגירן פאר זייערע נאענטע און פריינד. און וואס זאל זיין זייער קומענדיגע שריט.

איך בין שוין לאנג אהיים פון שפיטאל ב"ה. אבער די געוויינען פון די באטרעפנדע גריצלט מיר נאך אין די אויערן. איך האב פעסט באשלאסן אז איך קען נישט דא בלייבן גלייכגילטיג. איך בין ווייט פון אן "עסקן" טיפ אבער איך האב געשפירט א דראנג אז איך מוז עפעס טאן דראסטיש צו העלפן אידישע קינדער אין אזוינע שמערצליכע פיין. אויף עפעס א מיטל אפווישן זייערע טרערן. איך ווייס נאכנישט גענוי וואס, אבער א שיינע נתינה פאר rccs איז זיכער די בעסטע אפציע אויף אנצופאנגען.

אייגענטליך האט כלל ישראל האט מערערע ביקור חולים און רעפוירעל יועץ ארגענאזאציעס, וואס אלע זענען חשוב און טייער, אבער rccs איז א יחיד במינו וועלכע העלפן פאקטיש דירעקט היילן די באטרעפנדע פון די ביטערע מחלה בעזר השם. איר גיבט זיי אריין א שטראל פון האפענונג נאך יאוש. נאכן קומען צו זיך פון די ביטערע דייאגנאז תקופה, ווייסט מען אז מען האט נישט בלויז א געטרייע באגלייטער לאורך הדרך, נאר מען טוט פאקטיש למעשה דאס בעסטע מעגליך אן לאזן א שטיינדל אומבארירט. מען פארשטייט אויך אז געלט איז נישט קיין אפהאלט נענטער צו ברענגען די רפואה.

צום שלוס וויל איך ענדיגן מיינע שורות מיט א 'טעארישע' עצה טובה; איר קענט זיך מעגליך איינשפארן די קאפווייטאג און הוצאות פון א דינער קאמפיין מיט אירע אלע ליטעראטור. איר ברויכט ערלעדיגן איין זאך: אז דער עולם זאל אויף א געוויסן אופן מיטהאלטן לעבעדיג בלויז א האלבע שעה אויף יענעם שטאק אין שפיטאל. און עס זאל נישט זיין עפעס אן אינהאלטסרייכע עמאצינאלע פראגראם. נאר נאטורליך און אריגינעל, דברים כהויתן.

איך ווארט צו באגעגענען איינעם פון אייערע עסקנים אויף צו ביישטייערן מיין נתינה.

החותם בצע"ר ובדמע המצפה בישועתן של ישראל פה מכון אידישע וועלט עיר קרית יואל יצ"ו פאלם-טרי נ.י.

ר' יום-טוב
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אוטש. ציפעדיג און ביטער. דער רופא חולים זאל נאר אויפרעכטן אלע חולים במהרה.

צום ענין, כהאלט שוין לאנג אז RCCS האט א שוואכע פאנדדרעיזינג, אין קרית יואל, ביי די מענער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

ענדע צדיק! האט געשריבן:כהאלט שוין לאנג אז RCCS האט א שוואכע פאנדדרעיזינג, אין קרית יואל, ביי די מענער.

ר' ענדע, געווענליך זענען אייערע מיינונגען אויסגעהאלטן (ביי מיר) דאסמאל טוה איך שטארק דיסעגריען.

אדרבה, וועלכער אזא סארט מוסד, פארמאגט אזא "עכטע" פאנד-רעיזינג, אזוי ווי RCCS וואס גייט ארום נאך געלט פון מענטש צו מענטש און פרובירט יעדן איינעם אויפצוארבעטן מיט א נדבה פאר'ן מוסד.

איך האב טאקע אראפגעריסן דאס זיך אויפרייסן מיט טייערע דינערס וואס נישט דארט ליגט דאס געלט, (אויב מען פיקט עס נישט אויף פיזיש), דארט באגראבט מען נאר די הוצאות, אבער די ריכטיגע מהלך פון פשוט ארומגיין פון מענטש צו מענטש, אין דעם זענען זיי זייער אויסגעצייכנט.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובה דורך משה ישר »

ר' יום טוב ני"ו הארצרייסנד איז נישט דאס ווארט!
זאל השי"ת העלפן אז די געווענליך גוטע rccs קאמפיין אין קרית יואל זאל ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן,
און אלע קראנקע זאל האבן א גאנצע רפואה בקרוב ממש.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פישל האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:כהאלט שוין לאנג אז RCCS האט א שוואכע פאנדדרעיזינג, אין קרית יואל, ביי די מענער.

ר' ענדע, געווענליך זענען אייערע מיינונגען אויסגעהאלטן (ביי מיר) דאסמאל טוה איך שטארק דיסעגריען.

יכול להיות, און הלואי. צו מיר זענען זיי לכאורה קיינמאל נישט אנגעקומען פערזענליך, און דאס ביסל פובליק פי אר מאכן זיי שלעכט, האט עס מיר אזוי אויסגעקוקט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובה דורך משה11 »

נעכטן איז געווען די ערשטע מסיבה אלץ הכנה צום דינער
ביי ר' יוסף בן ר' וואלף פערל אינדרהיים
האמערנאגל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:03 pm

תגובה דורך האמערנאגל »

די 'בושות' און 'צער' עדס האט עפעס מיט רופא חולים?
מזלא טבא
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 1:22 pm

תגובה דורך מזלא טבא »

ענדע צדיק! האט געשריבן:אוטש. ציפעדיג און ביטער. דער רופא חולים זאל נאר אויפרעכטן אלע חולים במהרה.

צום ענין, כהאלט שוין לאנג אז RCCS האט א שוואכע פאנדדרעיזינג, אין קרית יואל, ביי די מענער.

יאפ איך בין מיט ר' ענדע, איך האב עס פונקט לעצטנס געטראכט, סאמהא לויפט מיין קרעדיט קארד יעדע חודש ביי בוני עולם/ביקור חולים/עזר למזון וכו' אבער זיי האבן נאכנישט געפויעלט. (ח"ו זיי אוועקצומאכן, אבער די פאנדרעיזונג דעפארטמענט דארף א תיקון)
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

מיין קק לויפט נאר ביי זיי
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

מזלא טבא האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אוטש. ציפעדיג און ביטער. דער רופא חולים זאל נאר אויפרעכטן אלע חולים במהרה.

צום ענין, כהאלט שוין לאנג אז RCCS האט א שוואכע פאנדדרעיזינג, אין קרית יואל, ביי די מענער.

יאפ איך בין מיט ר' ענדע, איך האב עס פונקט לעצטנס געטראכט, סאמהא לויפט מיין קרעדיט קארד יעדע חודש ביי בוני עולם/ביקור חולים/עזר למזון וכו' אבער זיי האבן נאכנישט געפויעלט. (ח"ו זיי אוועקצומאכן, אבער די פאנדרעיזונג דעפארטמענט דארף א תיקון)


ביי מיר איז עס קאפויער איך ברענג זיי צי מיין טשעק פון 360 וואס ביי קיין שום אנדערע ארגענעזאציע געב איך נישט אזוי,
די סיבה איז ליידער נאכן מיטהאלטן ביי אנדערע ווי זיי האבן ארויס געהאלפן דארף מיר שוין קיינער נישט אנווארעמען,
איך דענק נאך ווי חברה הצלה פלעגט מאכן די שבת אפיל און מיין בימה"ד און ווילפעסט מיט יארן ציריק פלעגן זיי זאגן יעדער האט דאך שוין זיכער אמאל מיטגעהאלטן ווי זיי לויפן אויף א קאל אויף אייער גאס צי ביי אייער שכן וכדומה, אריבער אפאר יאר און ער האט מער נישט געדארפט מסבר זיין גארנישט וואס חברה הצלה מיינט ווען יעדער זעהט זיי אפאר מאל א טאג ווי זיי לאפן אויף קאלס, די זעלבע איז ליידער מיט rccs אמאל האט מען נאך געדארפט פאר דעם א פאנדרעזער וואס זאל מסבר זיין וואס איז דאס rccs היינט ליידער מיין איך ווי א יאר שפעטער קען שוין יעדער כאטש איין נאמען וועם די ארגענעזאציע העלט ארויס, דער מצוב ביי כלל ישראל איז שרעקליך א פחד וואס עס גייט פאר.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

תגובה דורך אחת ואחת »

אהבת השם האט געשריבן:פארוואס טאקע מאכן זיי נאר יעדע צוויטע יאר?

איך ווייס נישט אויב עס איז א דיעל, אבער איך ווייס אז עס ארבעט אזוי, איין יאר איז RCCS און איין יאר בוני עולם
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

תגובה דורך אחת ואחת »

סידיראם האט געשריבן:ווען איך זעה נאר די ווערטער rccs קומט ארויף טשילס אין קאפ.... ה"י אויף אלע אידישע קינדער.

מיר אויך אבער נאך אלץ דארף מען האלטען אינאיין רעדן דערפון און מחזק זיין

משה ישר האט געשריבן:אויף זייער 12 זייטיגן בוקלעט שטייט נישט קיין איין ווארט בכלל פונעם פראגראם, ס'איז נאר דא, דרשת המגיד הרב אברהם מרדכי מלאך און א בילד פון אים פונעם RCCS דינער אין ב"פ. ס'מיינט אז ער גייט נישט רעדן ביים דינער אין ק"י?

ניין, דאס מיינט אז ער האט גערעט אין ב"פ און סאיז כדאי אז מען זאל עס דא אויך דערהערן, איך זאג נישט אז ער גייט נישט אבער עס מיז נישט מיינען עפעס, איך האב גראדע אפגעליינט די דרשה און עס איז עפעס אויסטערליש גוט אראפגעלייגט ער שמועסט טאקע אביסל ארום פון די אויבנדערמאנטע נושא אז מענטשען האבן נישט ליב צו רעדן דערפון

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'רעדט פון מאסיווע מוזיק פראגראמען, וואס דארף צו הייסן אז ס'וועט איבערשטייגן די גמ"ח הצלה דינער דעם ווינטער...

איך האלט ווי פישל אז די אלע זאכן זענען איבריג זיך אויפצורייסען מיט אלע פרישע גוישקייטען איך האלט אז די וואס דארפען עס געבן נישט קיין סאך געלט און מען דארף נישט צילן די מהלך

ענדע צדיק! האט געשריבן:אוטש. ציפעדיג און ביטער. דער רופא חולים זאל נאר אויפרעכטן אלע חולים במהרה.
צום ענין, כהאלט שוין לאנג אז RCCS האט א שוואכע פאנדדרעיזינג, אין קרית יואל, ביי די מענער.

ניין איך האלט דירעקט אז זיי פאנדרעיזען גאר גוט, אבער קען זיין אז זיי צילן טאקע נאר אין די בתי מדרשים אין אידען וואס דאווענען ביידי ארבעט אדער אויפן באס וכו' קומען זיי נישט אן אדרבה ווער עס האלט אז נישט זאל זאגן איך וועל אי"ה זאגן פאר די עסקנים ווי זיי קענען זיך פארשטערקערן
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
זאקן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:48 am

תגובה דורך זאקן »

צום ערשט. ר׳ אברהם מרדכי האט גערעדט אין קרית יואל ביים פאריגע rccs דינער אין קרית יואל מיט צוויי יאר צוריק, און צופעליג איז אסאך פוינטס געווען די זעלבע ביי די בארא פארק דינער.

צווייטנס. גראדע מיר פרזענדליך ציעט נישט די גאר רייכע דינערס, און איך פיל מיר אביסל קינדיש ווען איך זיץ צוגענאגלט און קוקט פארגאפט אויף די בעלי ה׳אינטערטעימענט ווי געטשקעס... און אפי׳ כ׳האב זייער הנאה - וואס גראדע בין איך אביסעלע באהאווענט אין די מוזיק וועלט - מאכט מיר דאס נישט געבן מער געלט, אין בעסטען פאל וועל איך זאגן א ׳גרויסע׳ יישר כח פאר די הנהלה פארן מיר פרעזענדליך מהנה זיין.
פון א גלונגענע דרשה האב איך מער הנאה און ס׳מאכט מיר מער געבן מער געלט. אבער אפשר איז יא דא ביי וועם ס׳ארבעט אנדערש, איז רעד איך נישט אריין.

לגבי די קאמפיין פיל איך אז ביי מיר וואלט אביסל מער א פאזאטיווע קאמפיין מער געארבעט ווי א טרויערדיגע און שרעקעדיגע וואס זיי מאכן געווענדליך. ביי מיר וואלט ענדערש געארבעט ווען זיי קאמפיינען בעיקר מיט וויפיל מענטשן מ׳האט געהאלפן א יאהר, און וויפיל מענטשען ס׳האבן זיך ב״ה ארויסגעדרייט, ווי מיט וויפיל מענטשען מהאט רח״ל דייעגנאוזט, און ווי שווער די מצב איז ה״י.
ווען ס׳ווערט שרעקעדיג (וואס דא איז עס אזאך פון וואס יעדער ציטערט צו רעדן נאר דערוועגן) האט מען ליב צו שטיין ווייט.
אזוי ווי בוני עולם קאמפיינט בעיקר וויפיל נשמות מ׳האט שוין ב״ה אראפגעברענגט, און צו די זייט קאמפיינט מען ׳אויך׳ פון די פיין און ליידן פון דעי וואס זענען נאך נישט געהאלפן געווארן צו מאכן אביסל עמאושענעל. דאס זעלבע קענען זיי אויך טוען.
דאס איז מיין געפיל.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פראגראם
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (401.54 KiB) געזען 2852 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

חזן יואל אויש - שמואלי אונגאר - הערשי ראטנבערג - פרייליך - שירה - דרעזנער לייוו

קיין שום רב, דיין, אדער נואם הכבוד?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

תגובה דורך כא כא כא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:חזן יואל אויש - שמואלי אונגאר - הערשי ראטנבערג - פרייליך - שירה - דרעזנער לייוו

קיין שום רב, דיין, אדער נואם הכבוד?

ווי קומט נאך אריין א רב נאך אזא ליסטע?...
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

@אסדר סאיז תש18 איי געס אז רב ברענגעט נישט קיין מענטשען צי א דינער חוץ זיינע גבאים
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:חזן יואל אויש - שמואלי אונגאר - הערשי ראטנבערג - פרייליך - שירה - דרעזנער לייוו

קיין שום רב, דיין, אדער נואם הכבוד?


ס איז דא א מיטל וועג. א דינער קען טאקע נישט אויסקוקן ווי פאר פופציג יאר צוריק א מלוה מלכה אין צעלימער ביהמ"ד (דער אלטער דור ווייסט וואס איך מיין)
שטיצט רופא חולים, זייט מחזק די עסקנים, און בעט זיי איידעלערהייט אז ביי זייער קומענדיגע דינער מ'זאל אודאי נישט דארפן, זאל זיין נאר צוויי אינטערטעינערס
לעצט פארראכטן דורך lebediger berel אום מיטוואך יולי 18, 2018 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איינער אישי'ט מיר, אז דער דאקטאר וואס ווערט באערט זיצט מסתמא ביי א דף היומי שיעור יעדן טאג, נישט גענוג תורה'דיג?....

גראדע באמערק איך אז אין קרית יואל דארפן זיי נעמען א אידישן דאקטאר, נאר אין בארא פארק קען מען לייגן א בילד פון א טונקעלער אזיאנער העלד...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובה דורך קניידל פארעם »

איך וויל מיר צושטעלן צו פישל וכת דילי' וואס זענען קעגן די אויפרייסערישע דינער'ס, אני הקטן בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי קיין בוני עולם/RCCS/שומרי החומות דינער, פשוט ווייל איך פארנעם נישט די סטיילס און אויפרייס וואס מ'שטעלט אהער, איך שפיר ווי מ'וויל מיר נעמען אויף א רייד און דרייוון מיין מחשבה ווי אזוי דער אינטערטעינאר וויל, און דאס קען איך נישט פארליידן, אלע געלטער וואס איך געב איז נאר פון עסקנים אין ביהמ"ד ווען מ'קומט צו צו מיר רעדן.

איך וויל שוין נישט רעדן איבער פארשידענע פירצות וואס מ'ברעכט אדורך בשעת די דינער'ס.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

קניידל פארעם האט געשריבן:איך וויל מיר צושטעלן צו פישל וכת דילי' וואס זענען קעגן די אויפרייסערישע דינער'ס, אני הקטן בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי קיין בוני עולם/RCCS/שומרי החומות דינער, פשוט ווייל איך פארנעם נישט די סטיילס און אויפרייס וואס מ'שטעלט אהער, איך שפיר ווי מ'וויל מיר נעמען אויף א רייד און דרייוון מיין מחשבה ווי אזוי דער אינטערטעינאר וויל, און דאס קען איך נישט פארליידן, אלע געלטער וואס איך געב איז נאר פון עסקנים אין ביהמ"ד ווען מ'קומט צו צו מיר רעדן.

איך וויל שוין נישט רעדן איבער פארשידענע פירצות וואס מ'ברעכט אדורך בשעת די דינער'ס.


איך וויל מחזק זיין דעם ענין פון גיין צום דינער ווייל ס'איז "מאראלישע" שטיצע - און איך האלט ס'איז א וויכטיגע זאך,
דעריבער איז וויכטיג אז א דינער זאל זיין א דבר השוה לכל נפש, א דבר הממוצע, א מיטל וועג, יעדער (אוי וויי כ'האף אז נישט קיינער) זאל זיין צופרידן

לגבי פרצות זוי איז עס, יעדע פירצה ברבים איז געשען דורך זייער חשוב'ע מענטשן אדער מוסדות, אזוי גייט עס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:חזן יואל אויש - שמואלי אונגאר - הערשי ראטנבערג - פרייליך - שירה - דרעזנער לייוו

קיין שום רב, דיין, אדער נואם הכבוד?

ר' דוד קלצקין שליט"א
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

א וויכטיגע פונקט וואס איך מיין אז ס'איז אזוי, אז די פראפעסארן אין שפיטעלער ווייסן שוין אז באגעגנדיג א היימיש פנים איז מען פאטענציאל פארזיכערט מיט די ריכטיגע אינשורענס, און זיי באהאנדלען אזא פאציענט גאר אנדערש פון די ערשטע מינוט, עפעס וואס איז גאר קריטיש. דאס אלעס אדאנק rccs.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”