וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין כל חדש האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך קען ממש נישט גלייבן וואס כאב היינט געזעהן! די מידיע האט באוויזן פאר א שטיק צייט מיך איינצורעדן אז די "IG" ריפארט זאגט אז סיניש געווען קיין פאליטיקל בייעס אין די קלינטאן אינוועסטיגעישן...
כאב אנגעפאנגן צו ליינען מער... ער שרייבט אז ער האט נישט געטראפן קיין "דאקומענטן" אדער געהערט א "טעסטעמאוני" וואס זאל "פראוון" אז סיז געווען בייעס... אבער די עצם בייעס פון די מענטשן אינוואלווד שרייבט ער קלאר אז סיז יא געווען! און ער שרייבט אז זייער בייעס לייגט א "קלאוד" אויף די אינוועסטיגעישן... און ער האט ריפוירד 5 חברה פאר אינוועסטיגעישן...
“There were clearly tensions and disagreements in a number of important areas between Midyear agents and prosecutors. However, we did not find documentary or testimonial evidence that improper considerations, including political bias, directly affected the specific investigative decisions…,” the report read. “Nonetheless, these messages cast a cloud over the FBI’s handling of the Midyear investigation and the investigation’s credibility.”
סתם א מענטש קען זיך דאכטן אז ער שרייבט קלאר סיניש געווען קיין בייעס!
פארשטיי איך נישט וואס דו צילסט דא
ער זאגט אז מ'זעט נישט קיין שום בייעס זאל שפילן א ראלע, דהיינו אלע דעסישענס זענען אויסגעהאלטן
נאר וואס דען הויכראנגיגע אגענטן זענען געווען בייעסד און זיך אויסגעדרוקט וויליגקייט צו טון בייעסד זאכן, אבער למעשה זעט מען נישט קיין פרוף אז זיי זאלן עס טון
סא איז די קלינטאן אינוועסטיגעישאן באאיינדרוקט געווארן פון בייעס? תירוץ איז
ניין בייעס האט נישט געשפילט א ראלע אויף וויפיל מ'ווייסט
איך ווייס נישט ווער דו ביסט און צו דו ביסט אינטערעסירט אין א דייאלאג אדער בלויז צו בלייבן ביי דיין מיינונג, איך וועל פראבירן איין צוויי מאל און אז ס'וועט נישט גיין וועל איך דיך לאזן זיין גערעכט!
אין די ריפארט שטייט אז ער האט נישט געטראפן קיין שום "עווידענס" אז ס'איז געווען בייעס, אבער ער שרייבט קלאר אז די בייעס פון די אינוועסטיגעיטארס לייגט א וואלקן איבער די אויספארשונג! און ער האט רעקאמענדירט פאר די FBI אויסצופארשן די מענטשן...
מ'קען זיך טענה'ן שעות אויף יעדע ווארט, אבער יעדער פארשטייט אז ס'איז דא א חילוק צווישן א ספעשל קאנסיל און אן אינספעקטאר דזשענעראל, ער האט א דזשאב! זיין דזשאב איז צו איידענטיפייען פראבלעמען און דאס איבערגיבן! זיין דזשאב איז נישט צו פראסיקיוטן אדער טרעפן עווידענס אין א קריים! ווען קאנגרעסס צו ווען א פראסעקיוטער שרייבט אן אינדייטמענט, שרייבט ער נישט וואס דער דיפענדענט זאגט, ער שרייבט די קריים און די דיפענדענט קען גיין אין קאורט זיך דיפענדן! ווידער דער שרייבט "איך האב געפרעגט דעם עידזשענט צו ער האט געמאכט דעם דעסיזשן בעיסד אויף בייעס און ער האט געזאגט אז ניין"... עכ"פ דאס איז אן אנדערע סארט ריפארט!
ס'איז דא נאך זאכן וואס די IG איז אנדערש ווי א פראסעקיוטער, למשל די פראסעקיוטער קען סובפינע'ן וועם ער וויל, בעת די IG קען נאר אינוועסטיגעיטן מענטשן וואס ארבייטן יעצט אונטער זיין עידזשענסי... ועוד ועוד... אבער די פוינט איז קלאר! די IG ריפארט איז נישט קיין אינדייטמענט וכד'...
אבער וואס מ'קען קלאר זעהן פון די ריפארט, ס'איז דא לכה"פ פינעף אגענטן, אויסער מקקעיב און אויסער די דזשאסטעס דיפארטמענט חברה, וואס מ'האט "פראףף" אז זיי האבן געהאט בייעס קעגן טראמפ! און די חברה זענען געווען טאפ חברה אין די קלינטאן אויספארשונג!!! ס'זענען דא מענטשן וואס זענען קלוגער ווי דעם, די האבן נישט געשיקט קיין טעקסט מעסידזשעס, די רעדע איז פון מינימום 5 וואס מ'האט פראףף!
אויב קענסטו פאר איין מינוט אוועקלייגן נגיעות, טראכט נישט פון טראמפ און קלינטאן, בלויז אן אינוועסטיגעישן קעגן א מענטש... (למשל ביי ריבאשקין האט מען געהאלטן אז די דזשאדזש איז געווען בייעסד! איא?) טראכט איבער וואס דא גייט פאר העסטע זעהן אז די ריפארט איז האר אויפשטעלנד!!! מ'האט געכאפט 5 הויעכראנקיגע אגענטן נעמען א שטעלונג אין פאליטיק אויף גאר א פערזענליכע וועג, און די מענטשן האבן אנגעפיהרט אן אינוועסטיגעישן אויף ביידע קאנדידאטן!!!
די ריפארט ווייזט אויך אז אגענטן האבן געזאגט אז געוויסע עידות האבן ליגענט געזאגט, און זיי זאגן אז מ'גייט זיי קיינמאל נישט טשארדזש! קענסטעך פארשטעלן? מוללער חברה האבן געטשארדזש'ד פעדאפאליס, פלין און נאך פארן ליגענט זאגן פאר אינוועסטיגעיטארס, און דא זאגט די אינוועסטיגעיטאר אז יענער האט ליגענט געזאגט כמה פעמים "לייאינג היז *** אףף"... און "נאכדעם" האט מען יענעם געגעבן אימיוניטי! לייג פאליטיק אין א זייט, און טראכט א רגע!
יא, כ'ווייס אז דו האסט דאס נישט געזעהן, ווייל די מידיע רעדט נישט דערפון, און פארדעם זאגט דזשודישל וואטש אז יעדער זאל אדורכליינען אליין די ריפארט און נישט הערן וואס די מידיע זאגט! ווען דו מיינסט די ריפארט זעהסטו אז ס'איז דא "האר אויפשטעלנדע פאקטן"...
סאו אויב ביסטו אינטערעסירט באמת, העלעך דיר שיקן די ריפארט העסטע זעהן אז די ריפארט איז דעמעדזשינג, בעת וואס די מידיע שרייבט אז סינישטא קיין עווידענס אויף בייעס...
נו איין מאל האב איך באקומען רשות צו ענטפערן, לאמיר עס אויסנוצן
איך האב באמת הנאה געהאט פון די אריכות הדברים וויאזוי IG אפערירט
אבער לענינינו
2 זאכן זענען קלאר און אונז דינג מיר זיך אויף א דריטע נקודה, לאמיר קודם אוועקשטעלן וואס איז קלאר
1) די אגענטן זענען געווען בייעס
2) הארטע באווייזן אויף בייעסד באשלוסן איז נישטא
3) די וויכוח ווערט אויב ווייכע באווייזן איז יא דא,
דעתו פון אונזער רעפובליקאנע חברים איז אז ער האט טאקע נישט געטראפן הארטע באווייזן אבער עס שמעקט פון בייעס
דעתי העניה איז אז עס איז גארנישט דא,
נו אז אונז ווייס מיר שוין ווי די דיפערענץ איז לאמיר פאקוסן אויף דעם
דער באריכט ווי איך האב פארשטאנען לכתחלה, און איך האב עס באשטעטיגט ליינענדיג עס (פעידזשעס 148-155) זאגט אז אזוי ווי מיר האבן געפונען אז די אגענטן זענען געווען בייעסד צינדט דאך דאס אן אן אלארם אז בייעס האט דא געשפילט א ראלע, במילא צונעמט ער מוראדיג שטארק און דעטאלירט אלע פעולות און החלטות, צו אריינקוקן אויב עס איז אמת, און ביי יעדע דעטאל עקסטער קומט ער צום אויספיר אז עס איז זייער פארשטענדליך זייער צוגאנג, ער זאגט יא זייער קלאר אז מען וואלט געקענט צוגיין שארפער אויך, אבער יעדער פארשטייט אז אן אויספארשונג זענען דא א געוואלד מיט דעסישענ'ס וואס וווערן געמאכט לויט די דזשאדזשמענט פון די אגענטן, און מ'קען נישט קומען שפעטער מיט א טענה וואלסט געדארפט דזשאדזשן אנדערש, ווילאנג די דזשאדזשמענט איז אין איינקלאנג מיט די געווענליכע פראצעדור, פירט ער אויס אז אלע דעסישענס אין דעם קעיס זענען דזשאדזשמענט קאללס וואס איז אין איינקלאנג מיט די פראצעדורן
למעשה. עס קען זיין אז די באשלוסן זענען געווען פשוטע דזשאדזשמענט קאללס און עס קען אויך זיין אז עס איז געווען בייעסד, זאגט האראוויץ איך האב נישט געטראפן באווייזן אז עס איז געווען בייעסד
גראדע איז אויך אינטערסאנט אז ער שרייבט אז סטרזאק און פעידזש אליינס איז גראדע נישט געווען אזוי ווייך ביי די אויספארשונג, ער שרייבט
As we describe in this chapter, we found that Strzok was not the sole
decisionmaker for any of the specific investigative decisions examined in this
chapter. We further found evidence that in some instances Strzok and Page
advocated for more aggressive investigative measures than did others on the
Midyear team, such as the use of grand jury subpoenas and search warrants to
obtain evidence.