היסטארישע אמעריקא-צפון קארעא קאנפערענץ
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
קום׳ס פאטער און זיידע זענען געווען סאדיסטן און מערדיליכע דיקטאטורן
קום איז אבער ארויסגעפארן קיין אויסלאנד צו שטודירן און ווען ער האט איבערגענומען די מלוכה אלץ יונגערמאן האבן די וועלט פירער געלייגט האפענונג אז נייע ווינטן בלאזן אין פיאנגענג
נישט יעדער איז געווען איבריג צופרידן פון דעם נייעם יונגער אויפגעקלערטער פירער און אינערהאלב די אלטע געזעסענע קאבינעט מיטגלידער איז געווען מאנכע וואס האבן אים פרובירן צו באגרעניצן די מאכט אבער ווייניג האבן זיי געוואוסט אז ער טאטע בלייבט א טאטע און א קינד בלייבט א קינד און האט זיך גענומען צו זיינע שונאים מיט אן אויסערגעווענליכע אכזריות אזש ביזן הרגענען זיין אייגענעם פעטער
ביני לביני האט זיך די האפענונג פון די מערב וועלט אויסגעלאזט און פיאנענג איז צוריק ארויף אויף די שווארצע ליסטע עטליכע יארן נאכדעם וואס בוש השני האט אלט א גוטע זשעסטער און נאך פארפליכטונג צו אויפהערן פראדעצורן נוקס אים אראפגענומען פון טעראר ספאנסערד סטעיטס
און די סטראשערייען פון ביידע זייטן האבן זיך באנייט און געזשומעט ווי א וואלקענא ביז דער דאנעלד איז געקומען צו די מאכט און אנגעהויבן נוצן א שפראך וואס איז נישט משתמע לתרי אנפין, הכלל קום האט איינגעזעהן אז דער בחור מיינט עס ערנסט האט ער געמאכט זיין חשבון אז ער האט נישט צו דערלייגן פון אראפ לייגן די געווער און שלום מאכן מיט די וועלט ווייל מיט בייזן גייט אים טראמפ לערנען בלק
קום האט מורא געהאט פון די רעאקציע פון זיינע אייגענע מענטשען און די שיריים פון זיין טאטעס געווארדיע און האט טאקע איינע פון די ערשטע זאכן פארלאנגט פון אמעריקא שוץ און קיין רעזשים טויש
מיין פוינט איז אז אויס איינער פארשטייט די נאטור פון די קארעא פירער און זייער היסטורי קען פארשטיין זייער גוט פארוואס קום באשלאסן צו זיין א וואויל יונגעלע און פארוואס טראמפ קויפט עס אפ
זיין נעקסט טיר שכן האט א בליענדע עקענאמיע און סאיז נישטא קיין סיבה אין דער וועלט אז זיי זאלן נישט קענען עררייכן די זעלביגע
ווי טראמפ געזאגט? זיי האבן דאך הערליכע ביטשעס, פון א ריעל סטעיט פרעספעקטיוו לוינט זיך עס (עכ״ל) עניוועיס וואס זאגט שומער? אינטערסירט מיך נישט

מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם

- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12437
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
1) נישט סתם באנייען באציאונגען ווי די שרייבסט, נאר זיי זענען זיך מחייב פאר נייע באציאונגען וואס וועט ברענגן שלום פאר די צוויי לענדער.
2) נישט באפעסטיגען [הער אויף טראלן], אריינלייגן כוחות צו אויפבויען א סטאבילע שלום'דיגע רעגירונג דארט.
3) מאכן פאר א פאקט די אפריל דעקלערונג צו ארבעטן אויף א פולע דענוקלעריזאציע.
ובנוסף צום קלארקייט איז וואס זיי האבן זיך מחייב געווען איין שטיקל פאר דעם:
Chairman Kim Jong Un reaffirmed his firm and unwavering commitment to complete denuclearization of the Korean Peninsula.
דא קענסטו נישט פארדרייען "פון ארבייטן אנצוקומען" דא איז ער זיך מחייב דערצו אינגאנצן.
יעדע איינס פאר זיך איז אן אויפטו.
די נעים קאללינג איז א ווארענונג, היות די ווייסט זייער זייער גוט וואס איך מיין.

- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
כאפצעם האט געשריבן:בקיצור פון וואס כ'פארשטיי דא: ס'געווען א מיטינג אז מ'גייט מאכן א מיטינג. אויך עפעס..
איך פארשטיי אז איר כאפט נישט איין זאך, אמעריקא וויל דא עפעס פון צ"ק דהיינו: דו פארמאגסט נוקלער זיי מוחל ווארף עס אוועק. און נישט צפון וויל עפעס פון אמעריקא... סוי די סדר איז אז ווען איינער וויל עפעס פון א צווייטן קומט מען צו אים און מען זאגט אים וואס מען וויל און מען הייבט סימפלי רעדן, ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס דו זיכסט דא אויפטוען... דא איז נישט געווען קיין מיטינג אויף צו דערגרייכען שוין איצט עפעס, דאס איז געווען א מיטינג פארצולייגן צום צ"ק פירער אז איך וויל פון דיר דאס און דאס... זהו. אז עס איז געווען אויפטוען אויך איז דאך אודאי גוט....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12437
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
יא, ס'איז אן אויפטו אז די ראיאן איז רואיג און מען סטראשעט נישט מיט שיסן, און ס'איז נישט קיין מלחמה צושטאנד, נאר אדרבה ס'איז גאר א שלום'דיגע אטמאספער, דאס אליין איז שוין אן אויפטו. פאר כמה טעמים, אבער אפילו נאר די פשוט'סטע סיבה, וואס אפילו ער זאל ווען האבן נוקלער, אבער ס'נישטא קיין שום סיבה צו סטראשן דערמיט, אדער עס צו ניצן, ממילא שפארט מען ימים מיט געלט פאר מיליטער וואס מען דארף שוין נישט האבן דארט גרייט.
בנוגע דענוקלירעזאציע, איז געשטאנען אין זיין בריוו, אדער האט ער אפריל 27 צוגעזאגט דאס אויסצופירן "למעשה"? און טון דערין "די שנעלסטע מעגליך"?
ווי ווייט איך קען טרעפן איז דאס געווען אפריל 27:
South and North Korea confirmed the common goal of realizing, through complete denuclearization, a nuclear-free Korean Peninsula
די ווילסט פראבירן איינעם איינרעדן אז דאס איז די זעלבע באדייט ווי יעצט? סארי ראנג אדרעס.

כאפצעם האט געשריבן:נייע באציאונגען (1) און בויען שלום אויפן קאריער פענינסעלע (2) איז אן אויפטוה אן דענוקליריזאציע?
איבער דענוקלירעזאציע (3), אין איין ווארט וואס האבן זיי זיך יעצט מער קאמיטעט ווי אין זייער אפריל 27 פאמונזשען דעקלעראציע?
ס'איז א זירא. אויב טוט מען אויף און ס'קומט א נאמבער פאר די זירא מאכט די זירא אז ס'זאל זיין צען מאל מער
מ'דארף געבן א לייטער פאר קים אראפצוקריכן פון דעם הויכן בוים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

די אלע טענות וואס ווערן דא ארויסגעברענגט זענען שוין געפרעגט געווארן דורך רעפארטעס פון טראמפ ביי די פרעסע קאנפערענץ גלייך נאך דעם סאמיט און ער האט אלעס הערליך ערקלערט, ווער ס'איז עכט נייגעריג צו פארשטיין און האט איבריג צייט ווערט געראטן דורך צו ליינען דעם טראנסקריפט. Press Conference by President Trump
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
למעלה משבעים האט געשריבן:יא, ס'איז אן אויפטו אז די ראיאן איז רואיג און מען סטראשעט נישט מיט שיסן, און ס'איז נישט קיין מלחמה צושטאנד, נאר אדרבה ס'איז גאר א שלום'דיגע אטמאספער, דאס אליין איז שוין אן אויפטו.
יאפ, פולי אגרי. אבער יעצט רעדט מען פון די "סאמיט" אויפטוהן, ווידער דאס האט מען שוין אויפגעטוהן דא:
- אטעטשמענטס
-
- nk.jpg (114.31 KiB) געזען 1336 מאל
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12437
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
כאפצעם האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:בנוגע דענוקלירעזאציע, איז געשטאנען אין זיין בריוו, אדער האט ער אפריל 27 צוגעזאגט דאס אויסצופירן "למעשה"? און טון דערין "די שנעלסטע מעגליך"?
אזוי זאגט ער דאך: "איך חזר איבער מיין אפריל 27 פארשפרעכונג". די ווארט די "שנעלסטע מעגליך" גייט ארויף אויף "ווייטערדיגע אסיפות"...
איך האב פריער געברענגט [שפעטער צוגעשריבן] וואס די אפריל 27 פארשפרעכונג איז געווען, בכלל נישט די זעלבע זאך. דארט האבן זיי ביידע געסיינט אז זייער געמיינזאמע ציל איז דורך דינוקלערעזעישן, נישט געווען קיין שום הבטחה אז ער גייט אין פאקט דאס טון. יעצט האט ער חוץ דעם מבטיח געווען צו טון למעשה. און די ווייטערדיגע אסיפות איז דאך אויף דעם, עס אויסצוארבעטן ווי שנעלער אנצוקומען ווי שנעלער אויף למעשה, כ'ווייס נישט וואס די פראבירסט ספינען.
בנוגע דיין נעקסטע תגובה, יענץ איז געווען א טריט אין דעם ריכטונג, אבער אויב די סאמיט וואלט נישט פארגעקומען, וואלט יענע טריט גאנץ שנעל בטל געווארן. איז ווידער די אויפטו טאקע דאס, אז עס זאל טאקע במציאות ווערן.
בכל אופן, כ'מיין ס'איז זייער קלאר וואס די אויפטו איז געווען. אויב האסטו אן אנדערע "מיינונג", איז נישט די שאלה וואס איז די אויפטו, ווייל די שאלה איז זיך צו רייצן. קענסט פראבירן אפפרעגן אז דאס אדער יענץ איז נישט קיין אויפטו מיט א נארמאלע הסבר, און דאן בין איך נישט דיין בר פלוגתא.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 513
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm
נאורט לאדענט די אמעריקאנע פרעזידענט פאר א מיטינג
נע אמעריקע פאסט נישט צו גיין
צוואנציג יאר שפעטער נארט האט נאקלערע וואפנס
מלייגט נאך סאנקציעס אין? זילטש
נישט קיין מיליטערישע שריט, גארנישט סשטיל
קום יונגער ראצער ווארפט זיך מיט נאקלערע וואפן
פארגייער שטילל מהערט נישט קיין מאק אחוץ פון אן אינטער טירל אז אמעריקע טוט פארדאמען די נאקלערע אקטיוויטעטן
מלייגט נאך א פעקל סאנקציעס אזוי שלעפט זיך נאך אפאר יאר
בעפארן זיך געזעגענען ווארפט אריין פארן נאכפאלגער די שווערסטע דזאב וועט זיין קער צונעמען פון נאורט
בדוו דער נאכפאלגער האט געשריגן אז מדארף פון דעי חברה קער נעמען נאך ווען דו ביסט געגאנגען צו דעם מוסלעמנער גלח וואס פרעדיגט אקעגן אמעריקע אבער ער זאגט וואס די שווערסטע דזאב וועט זיין
ארויס געלאזט מיט א קראפט אויף דעי חברה א פלייץ פון טוויטס יא טוויטס נאורט זאל וויסן די אמעריקאנע פרעזידענט גייט פון דיר קער נעמען נישט פון מיין אינטער טירל דו הערסט פון מיר דירעקט
אין דא האלט מען יעצט...
נישט סאמיט קאנפירמט = נאקלערע נאורט קאריע
יא סאמיט טיים וויל טעל =
אבעראבעראבער עס פאסט נישט אמעריקע זאל האבן א סאמיט

- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5559
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm
כאפצעם האט געשריבן:נייע באציאונגען (1) און בויען שלום אויפן קאריער פענינסעלע (2) איז אן אויפטוה אן דענוקליריזאציע?
איבער דענוקלירעזאציע (3), אין איין ווארט וואס האבן זיי זיך יעצט מער קאמיטעט ווי אין זייער אפריל 27 פאמונזשען דעקלעראציע?
איך ווייס נישט פארוואס קיינער ענטפערט נישט @כאפצעם מיט דברים כהווייתן.
די גאנצע קאמיטמענט פון קים אז ער איז גרייט פולשטענדיג אויפצוגעבן זיי נוקלעאר וואפן, האט זיך אנגעהויבן אלס א בעפארברייטונג און אין צוזעמעהאנג מיט דעם פלאן פונעם טראמפ סאמיט 3 חדשים צוריק. טראמפ האט געהאלטן אין איין קלארשטעלן פאר קים אז ער גייט זיך נישט טרעפן מיט אים נאר טאמער באקומט ער א קלארע פארשטענדעניש אז קים איז פארפליכטעט אינגאנצען אויפצוגעבן זיינע נוקס. אויף דעם האט קים יעדעס מאל גענטפערט פאזיטיוו. ער איז געגאנגען צו DMZ זיך טרעפן מיטן סאוט קאריע פירער אויך אלס הכנה צום סאמיט, און דארט ווייטער זיך פארפליכטעט אויפצוגעבן נוקס.
דאס אלס איז דער טרוקענער מציאות פאר סיי ווער עס האט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען, און יעדער קען דאס אליין מברר זיין.
קומט יעצט @כאפצעם מיטן וואזשנעם תמימותדיגע קלאץ קושיא.... הלמאי, וואס האט אויס געפעלט דער גאנצער סאמיט מיט טראמפ???
נוקס האט ער דאך שוין עניוועי צוגעזאגט אויפצוגעבן.....??? (און ער האט שוין עניוועי איינגעווארפן זיין טעסט סייט, עניוועי אויפגעהערט טעסטן, עניוועי ארויסגעלאזט 3 משכונות נאך פארן סאמיט)
און איך ברויך אויף אזוינע וואזשנע קושיות ענטפערן... ווייסטו וואס @כאפצעם בלייב ביי די קושיא ענדערש...
פאר די אלע וואס פרובירען "אויפקלערען די "לינקע טראמפ העיטערס",
א שאד די צייט !
נישט קיין חילוק וואס טראמפ טוט, וועלען זיי האבען "קלארען סיבות" פארוואס ס'איז ראנג,
די אמת'ע סיבה איז אז זיי ליידען פון די "העיט טראמפ סינדראם", א גאר ערענסטע מענטאל דיסארדער,
ס'האט גארנישט ציטהון מיט מציאות,
די עכטע עבירה פון קים, לשיטתם, איז, אז ער האט געמאכט א דיל מיט טראמפ !
אז דאס געבט פאר טראמפ אסאך "פוינטס" אין "דאס" האלטען זיי נישט אויס,
ממילא יעצט פליצלונג הייבען זיי אן שרייען וועגען יומען רייטס... טראמפ געבט אים לגיטימיטי.... אין נאך אזאלכע לעכערליכע נארישע טענות,
יעדער וואס שטיצט טראמפ אויף עני וועג גייט ארויף אויף זייער שווארצע ליסטע.... אין יעצט איז קים זשאנג ארויף אויף די ליסטע,
ס'גייט זיי נישט אן אז ער האט נוקלער וואפען, ס'גייט זיי נישט אן אפילו אז ער זאל עס ניצען,
אבער גיין מיט פרעזידענט טראמפ דאס איז שוין א רויטע ליניע....

- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
יענקי פיש האט געשריבן:די אמת'ע סיבה איז אז זיי ליידען פון די "העיט טראמפ סינדראם", א גאר ערענסטע מענטאל דיסארדער,
יענקי פיש האט געשריבן:די עכטע עבירה פון קים, לשיטתם, איז, אז ער האט געמאכט א דיל מיט טראמפ !
אז דאס געבט פאר טראמפ אסאך "פוינטס" אין "דאס" האלטען זיי נישט אויס,
יענקי פיש האט געשריבן:ס'גייט זיי נישט אן אז ער האט נוקלער וואפען, ס'גייט זיי נישט אן אפילו אז ער זאל עס ניצען,
אבער גיין מיט פרעזידענט טראמפ דאס איז שוין א רויטע ליניע....
סוף מעשה במחשבה תחילה.
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
אקעי, א שטיקל איבערלויף פון די לעצטע חדשים צו אפשר אויסקלארן אפאר זאכן.
איבער רוהיגקייט צווישן די קאריער; סאוט קאריע האט זיך באפריינדעט מיט קים לאנג בעפאר מ'האט גערעדט פון א סאמיט. ווער געדענקט נאך? די סאוט קאריע ווינטער אלימפיקס, די מארטש פון ביידע קאריעס אינאיינעם, די פגישה פון סאוט קאריער פרעזידענט מיט קים'ס אויסערן מינסטער (שוועסטער..), דאס אפשטעלן די מיליטערישע איבונגען, דאס סטאפן די מיסיל טעסטס, דאס ענדיגן די פראוואקירנדע הויכהילכער ביי ביידע זייטן גרעניץ, און צום לעצט דאס עפענען די דירעקטע טעלעפאון ליניע צווישן קים און מאאן.
דאס אלעס איז געווען וואכן בעפאר עס איז בכלל אויפגעקומען די רעדע איבער א טראמפ-קים אסיפה.
און אה.. נישט פארגעסן פון די אמעריקאנע דעלעגאציע צום אלימפיקס בראש פון וויצע פרעזידענט 'מייק פענס' וואס האט גראדע יא געבלאזן אז מ'דערנענטערט די צפון קאריער צו שטארק און האט זיך אראפגעזעצט ביי זייער נאציאנאלע הימנע זינגעריי בפני כל עם ועידה...
סאו א שלום איז שוין געווען. די שאלה איז וואלט אזא צפון-דרום שלום געקענט אנהאלטן ווייטער אויב אמעריקא קומט ארויס בלאקירן דעם וועג? זיכער אז נישט. אבער א סאמיט מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט? ווי קומט די קאץ איבערן וואסער?. אין ארדער די שלום זאל האבן געהאט א מעגליכקייט ווייטער אנצוגיין האט אמעריקא געברויכט טוהן איין זאך: זיצן שטיל...
איז געקומען קים עטליכע וואכן דערויף און איינגעלאנדענט טראמפ אויף א זיצונג מיט אים צו פארהאנדלען איבער דענוקלירעזאציע, און טראמפ אן קיין צעגערנישן האט עס אנגענימען. דער עולם האט געשריגן דאס איז אומפרעצעדאנט, קים זיכט בלויז אינטערנאציאנאלע רעקאגנאציע וואס דערפאר האבן אלע פריערדיגע פרעזידענטן אים דאס קיינמאל נאכגעגעבן, אונז קריג מיר גאנישט דערפאר וכו'. די שכינים האבן זיך געלאזט הערן, יאפאן איז ארויסגעקומען מיט אן אנגעצויגענע סטעיטמענט איבער נאכלאזן סייוואס פון די פרעשור, אוסטראליע האט דערקלערט אז נארט קאריע האט שוין א לאנגע היסטאריע מיט מאכן ליידיגע צוזאגן.. וכו'
איז די ווייסע הויז ארויסגעקומען מיט א פארשפרעכונג, נישט געזארגט מיר געבן גארנישט אויף, די מיליטערישע איבונגען גייען ווייטער אן, די סאנקציעס גייען ווייטער אן, און די צוויי פירער וועלן זיך באגעגענען הערשט נאך וואס עס וועט אויסגעהאמערט ווערן א קלארע אפמאך צווישן די צדדים וועט טראמפ זיך טרעפן פאר דיעל שליסן טרינקן לחיים...
דא האט מען געהערט אז די משכונות ווערן באפרייט, א שמחה אין שטאט! דאס ווייזט אז ער מיינט עס ערענסט און מ'קען זיך טאקע אראפזעצן מיטעם.. יא אקעי אבאמא האט באקומען די אמעריקאנע משכונות אן א מיטינג.. באט נישט אזא שיינע אויפנאמע אין עירפארט.. הערליך! בקיצור, איטס סיריעס ביזנעס.
דא לאדענט צפון איין די מידיע צו א גרויסארטיגן מעמד הסתרת הנוקליער טעסט סייט, מ'הערט קראכערייען, ס'גייעט רויעך, נישט נארמאל וואס דא טוצעך! אקעי מ'לאזט נישט אריין קיינע אינספעקטארס און די עקספערטן ווייסן צו פארציילן אז ס'איז די וויץ פונעם יאר הינדערט.. באט הו קעירס וואס זיי זאגן.
למעשה, ווי די וואכן זענען פארביי געלאפן האט מען אנגעהויבן הערן אז נארט קאריע האט א גאר אנדער אפטייטש אויף די ווארט "דענוקלעריזאציע".. לויט די באריכטן וואס זענען ערשינען פון אינערהאלב זייער רעגירונג האט מען געהערט אז ביי די חברה מיינט דאס אפשטעלן "ווייטערדיגע" נוקליאר אקטיוויטעטן, בעת וואס אין אמעריקא האט מען געמיינט ביז יעצט אז מ'רעדט דא פון מאכן א גלאטן קלינאפ...
דא איז ארויפגעקומען די באלטאן געטועכץ איבערן ליביע מאדעל פון קאמפליעט דענוקלירעזאציע, די צפון'ער ענטפער אז לא דובים ולא יער זיי קלערן ניטאמאל פון אויפגעבן זייער נוקליער וואפן.. די שארפע אויסטוישן מיט פענס, די קענסעלעישאן, און די ריסקעדשועל.. אבער אן אויסקלארונג איבער די אפטייטש פון דענוקלעריזאציע איז קיינמאל נישט אנגעקומען..
בקיצור, די קאמארעס בליטשקען, אלעס שמייכעלט, דער גראבער מיטן ארענדזשער טרעפן זיך, פענער פון ביידע צדדים זייט ביי זייט, פשש, היסטאריע! חחח, אבאמא האט אזאנס נישט באוויזן, ער'ט זיך קיינמאל געטראפן מיט קימעל! אפילו איראן מיט וועם ס'שוין יא געלונגען א דיעל האט אים אויך נישט געגעבן א מיטינג.. וואףף, טראמפ ווייזט דעם ביעסט, מ'עסט סאוערסוויט קריספי ביעף מיט קאריען געשטאפטע פיקל, דעלישעס! די רביים קומען אנווינטשן א פרייליכן זוממער אויפן טאראסע, און ימים של אהבה צווישן די אמאליגע בלוט שונאים הערט נישט אויף גיסן.. יומען רייטס שמומען רייטס, דיקטאטור שמיקטאטור, מערדער אין קאפ אריין לאז די שטותים פאר די ליבעראלע פאליטיקל קארעקט חברה.. קים איז יעצט אונזערס, מ'האמיר אים אריינגעברענג תחת כנפי הצדיקים והישרים. יאפ, א דערגרייכונג!
אבער אלע אויגן און אויערן זענען אנגעשפיצט צו זעהן וואס איז שוין די אפמאך וואס מ'איז ענדליך אנגעקומען? אה,דא קומט טראמפ און ווארפט אריין א סורפרייז רמז פאר די מידיע "ס'קומט אזאנס און אזעלעכס וואס קיינער האט נישט געחלומט"! wow די עולם ווערט נאכמער עקסיידעד און די שפאנונג צו הערן די פיינעל ווערידקט איז אויפן העכסטן שטאפל.
פיינעלי! די פאפירן ווערן אריינגעברענגט, ביידע זייטן מיט די פריש ארויפגעצויגענע שמייכלען גיבן דעם היסטארישן קאטשקע און די פאפיר איז גע'חתמ'ט! וואסארא פאפיר? מר. טראמפ, וואס שטייט דארט? דא שטייט גרויסע זאכן, סאך מער ווי עטץ קענטץ ענק פארשטעלן! אונז וועלן רעדן שפעטער. הממ.. אקעי. די צווי געזעגענען זיך און פעסל קימל זעצט זיך אריין אין קאר, אהיים!
שוין, ענדליך קומט די מינוט, סננ ברעכט די נייעס, מיר האבן דעם דאקומענט! יעדער לויפט ארויף קוקן.. און הממ.. לאמיר זעהן, מ'קאמיט זיך צו פרידן, נייס! מ'קאמיט זיך צו בויען א רעזשים פון שלום, אקעי נעקסט. אה דא איז עס, "מ'קאמיט זיך צו ארבייטן צו דענוקלעריזאציע".. ס'טוצעך מיט עפעס אנדערלייאינג פרטים, טיימפרעים, אינספעקשן רעינזש וכו' וכו' ?? נאכנישט. אקעי, וואס טוט זיך מיט די בעיסיק דעפיניציע פון דענוקלעריזאציע האט מען שוין יא עפעס א פשרה איבערן אפטייטש? אויך נישט. הממ, וואס יא? אקעי, קוק דא ווייטער, מ'קאמיט זיך אראפצוזעצן פאר ווייטערדיגע מיטינגען! העיר יו העוו איט. רעיגען, בוש, קלינטאן און אבאמא אינאיינעם האבן דאס נאכנישט באוויזן. דאס הייסט נעגאושיעיטינג סקילס!
טשיינע האט ווארעם באגריסט דאס אפשטעלן די מיליטערישע עקסערסייזעס און גערופן די יו. ען. צו אנהייבן אראפנעמען די סאנקציעס.. אין נארט קאריע האבן די צייטונגען געיובל'ט מיט בילדער פון זייער פירער מיטן אמעריקאנער, דערקלערנדיג עס אלס די "מיטינג אוו די סענטארי", רעדנדיג מער ווייניגער איבער די אפשטעל פון די מיליטערישע דרילס און דאס טראמפ עס אנרופן מיט זייערע לאנגיעריגע צונאמען "מלחמה שפילן".. די ווארט דענוקלעריזאציע האט מען קוים געקענט געפינען.. שוין, דאס אלעס ווייזט אז די אנדערע צד ווערט ווארעם צו אונז! א געווינס.
אקעי, סאוט קאריע איז טאקע צעטומעלט איבער די פלוצימע אומגעמאלדענע עקסערסייז אפשטעל.. שוין וואס קעמען טוהן. יאפאן איז אנטוישט אז מ'האט נישט אריינגעלייגט א קאמיטמענט איסער זייערע פארכאפטע משכונות דערקלערנדיג אז ס'נישטא קיין שלום מיט זיי ווילאנג דאס איז ריזאלווד? זיי דרוקן אויס סקעפטיסיזם איבערן נאכלאזן די מאקסימום פרעשור קאמפיין? לאז אפ, זיי וועלן זיך אויסשלאפן..
אינדערהיים אין אמעריקא זאגט מיטש מעקאנעל ער האט דערווייל גארנישט געזעהן.. פאול רייען זאגט מ'ברויך געדענקן מיט וועם מ'האנדלט דא און זייער היסטארי.. באב קארקער זאגט אז קים זשאנג אן איז געווארן לעגעטימיזירט און ס'דערווייל נישטא וואס צו סעלעברעיטן.. סענעטאר קארנען זאגט אלס א רעיגען גיי ווארט ער אויף טראסט באט וועריפיי.. סענעטאר קענעדי זאגט נארמאליזירן דיטאטורן איז ווי האנט פיטערן שארקס.. רוביא זאגט ער ווארט אויף אן אמתע דיעל..
ווער רעדט נאך אויף די דעמאקראטישע זייט.. באב מענענדעז זאגט ס'איז די שוואכסטע סטעיטמענט וואס ער האט נאר אמאל געזהן ארויסקומען פון א סאמיט.. שומער זאגט אז אן קיין קאנקריעט זאכליכע פרטים איז די גאנצע פאטא אפ א מעכטיגע געווינס פאר קים.. פעלאוסי זאגט דאס אויפהייבן קים צום אמרעיקאנעם לעוול איז א רעזולטאט פון טראמפס כאפ לאפ.. פיינשטיין זאגט אמעריקא האט גארנישט באקריגן..
עניוועי, דאס איז אין קורצן די מצב לויט וויפיל כבין אנגעקומען צו אויפפאסן, סייוויאזוי לאמיר האפן ס'זאל זיך אויסלאזן לטובה און נאך יא ארויסקומען א לאנג טערם שליכטונג צום מצב.

- nk 1.jpg (95.07 KiB) געזען 1074 מאל
-
- nk 4.jpg (61.49 KiB) געזען 1074 מאל
-
- nk 5.jpg (72.38 KiB) געזען 1074 מאל
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך יוני 13, 2018 7:01 am, פארראכטן געווארן 8 מאל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1291
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am
יענקי פיש האט געשריבן:פאר די אלע וואס פרובירען "אויפקלערען די "לינקע טראמפ העיטערס",
א שאד די צייט !
נישט קיין חילוק וואס טראמפ טוט, וועלען זיי האבען "קלארען סיבות" פארוואס ס'איז ראנג,
די אמת'ע סיבה איז אז זיי ליידען פון די "העיט טראמפ סינדראם", א גאר ערענסטע מענטאל דיסארדער,
ס'האט גארנישט ציטהון מיט מציאות,
די עכטע עבירה פון קים, לשיטתם, איז, אז ער האט געמאכט א דיל מיט טראמפ !
אז דאס געבט פאר טראמפ אסאך "פוינטס" אין "דאס" האלטען זיי נישט אויס,
ממילא יעצט פליצלונג הייבען זיי אן שרייען וועגען יומען רייטס... טראמפ געבט אים לגיטימיטי.... אין נאך אזאלכע לעכערליכע נארישע טענות,
יעדער וואס שטיצט טראמפ אויף עני וועג גייט ארויף אויף זייער שווארצע ליסטע.... אין יעצט איז קים זשאנג ארויף אויף די ליסטע,
ס'גייט זיי נישט אן אז ער האט נוקלער וואפען, ס'גייט זיי נישט אן אפילו אז ער זאל עס ניצען,
אבער גיין מיט פרעזידענט טראמפ דאס איז שוין א רויטע ליניע....
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 502
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

די מענטאל סינדראם איז עפעס אין משפחה מיט די לאוו טראמפ סינדראם מיט וואס רוב דיאגנאזירטע האבן א עדיוקעישאן פין קינדערגארטן?
איינער פון די הויפט סימפטאמס פון די לאוו סינדראם איז פערזענליך ווילד אטאקירן קעגנער ווען מהאט נישט וואס צי ענטפערן..
אגב, איך בין אנטי טראמפ און איך האלט אז די סאמיט איז געווען א גוטע זאך! איך בין נייגעריג ווען די לאוו -איי קען שאט אן פיפט עוועניו- ליידענדע האבן געזען א שלעכטע זאך אויף זייער רבין.. צי ווער רעדט גאר אויב אבאמא וואלט זיך געטראפן מיט איז דיקטעיטאר מיט די קאנדישאנס פון טראמפ.. סווואלט געווען דא נאך 10 פעידשעס מיט הארצרייסענעדע אטאקעס מבית מדרשו של פאקס ניוז קעגן דעים שוואכלינג..
איך שטעל מיך פאר אז מיין תגובה וועט געמעקט ווערן אין די אנדערע וועט בלייבן פארן וויעלעטן די תקנה פון שרייבן קעגן א לעבעדיגען רבין פארנט פון זיינע חסידים..
חיים יענקל איך האב שוין געזעהן הינדערטער אויב נישט טויזענטע תגובות פון פרא טראמפ ניקים וואס רייסען אראפ טראמפ שטארק אינקלודינג פון מיר אויך, איך געדענק נישט צו זעהן איינעם פון די טראמפ שטיצער סתם שיסען קשיות זיך צו רייצען מיט אנדערע און אויב גייט עס אנגעפאנגען צו געשעהן גייט עס בלויז זיין אין רעספאנס צו די נישט נארמאלע אויפיראכץ פון אפאר ניקים פון די אנטי טראמפ.
נעכטען זענען דא געשטאנען אפאר פרא טראמפ ניקים וואס האבען געארבייט אווערטיים צו ענטפערן פאר קשיות וואס דער פרעגער האט ניטאמאל געניצט זיין מח ווען ער האט געפרעגט ווייל זיין כונה איז בלויז געוועהן זיך צו רייצען.
געווענליך קעיר איך נישט וואס אנדערע שרייבען ווייל יעדער איז בארעכטיגט צו זייער מיינונג - אבער רייצערישע תגובות אן א תוכן איז א סטעפ ווייטער פון סתם נישט זיין נייס.
—
בעיק טו ניוז

האב שכל און גיב א שמייכעל!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 513
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm
- זונדל שאלאמאן
- שר מאה
- תגובות: 120
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:53 am
טראמפ וועט באזוכן צפון קארעא
די צפון קארעא אפיציעלע נייעס אגענטור KCNA האט געמאלדן, אז זייער פירער קים יאנג אן האט אקצעפטירט די איינלאדענונג פון דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ צו באזוכן אין וואשינגטאן, און באזונדערהאט קים איינגעלאדענט דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דורכאויס דעם סאמיט פאר א ביקור גומלין אין צפון קארעא, און טראמפ האט דאס אויך אקציפטירט.
אזוי אויך האט קים יאנג אן געמאלדן אז די פארשריט אין צונעמען די נוקלעארע וואפן פראגראם פון צפון, איז געוואנדן אין די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, ווי ווייניגער רעטאריק און טשעפעריי, אלס שנעלער וועט מען זען פארשריט.
“קים יאנג אן האט איינגעלאדנט טראמפ פאר א באזוך אין פיאנגיענג ווען די אומשטענדן וועלן ערלויבן, און טראמפ האט איינגעלאדענט קים פאר א באזוך אין די פאראייניגטע שטאטן” שרייבט די באריכט. “די צוויי פירער האבן אנגענומען מיט באגריסונגען די איינלאדענונגען, און זיי זענען איבערצייגט אז עס וועט זיין נאך מעגליכקייטן צו פארשטערקערן די באציאונגען צווישן די לענדער”.
נאך די היסטארישע סאמיט אין סינגאפאר, האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז די צוויי זייטן וועלן זיך טרעפן “נאך אסאך מאל”. אין אן אינטערוויו צו פאקס נייעס אגענטור האט טראמפ געזאגט “איך גלייב אז קים וועט אנקומען צו די ווייסע הויז ווען די צייט וועט זיין רייף” און אז ער האלט אז צפון קארעא וועט אנהייבן צו צונעמען זייערע נוקלעארע וואפן גאר אין נאנטן. “קים איז זייער א קלוגער בחור” האט ער זיך אויסגעדרוקט, “שטארק און לאכעדיג”…
באזונדער איז באריכטעט געווארן אין די נייעס אגענטורן אז טראמפ האט אפגעמאכט מיט קים יאנג אן, אז די דענוקלעאריזאציע וועט דיין האנט ביי האנט מיטן אראפנעמען די אמעריקאנע סאנקציעס, עס וועט גיין שטאפלווייז, פאר יעדע טריט פאראויס צו צונעמען די נוקלעארע מעגליכקייטן, וועט אראפגענומען ווערן נאך סאנקציעס, אבער ווילאנג אלעס שטייט וועט מען נישט רירן די סאנקציעס פון פלאץ.
באזונדער האט טראמפ געזאגט אז מען וועט אפשטעלן די מיליטערישע איבונגען מיט דרום קארעא, וואס ער האט אנגערופן “א מיליטערישע שפיל”, וואס דאס וועט שפארן אסאך געלט פארן אמעריקאנעם רעגירונג, ווי שוין באריכטעט נעכטן אויף אידישער ווינקל.
לויט באריכטן האט קים קלארגעשטעלט פאר טראמפ דורכאויס דעם סאמיט, אז אויב וועט די פאראייניגטע שטאטן טון באדייטנפולע שריט צו בויען צוטרוי מיט פון קארעא, וועט זי געענטפערט ווערן מיט נאך וויליגקייטן פון איר זייט, און ער האט געזאגט אז עס איז דא אסאך ארבעט פאר ביידע זייטן צו אויספירן די פארפליכטונגען פון די סאמיט אין די ערשטע געלעגנהייט.
קים האט אויך געזאגט דורכאויס די סאמיט וואו עס זענען אנוועזנד געווען די פילע באאמטע פון ביידע זייטן, אז די ווארימע באציאונגען צווישן די לענדער דארף ווייטער אנהאלטן, און מען דארף זיך אונטערנעמען אז עס זאל נישט פארקומען רייצענישן צווישן זיך, נאר מען זאל ארבעטן מיט לעגיסלאטיווע וועגן, און ער האט גערופן אפצושטעלן די מיליטערישע איבונגען פון ביידע זייטן.
טראמפ האט זיך געלאזט הערן מיט א סעריע פון טוויטס צום אמעריקאנעם פאלק. “ס’איז נישטא קיין גרעניץ צו וואס צפון קען פארדינען ווען זי וועט אויפגעבן אירע נוקלעארע וואפן, און עפענען פינאנציעלע פארבינדונגען מיט די וועלט” שרייבט ער. “דער טשעירמאן קים שטייט פאר א מעגליכקייט צו געדענקט ווערן אלס א פירער וואס האט געפירט זיינע בירגער צו א וואונדערבארע עפאכע, פון בליה און זיכערהייט”.
אין אנדערע טוויט’ס שרייבט דער פרעזידענט “איך וויל מיר באדאנקען פארן טשעירמאן קים וואס האט געמאכט אן אנשטרענגונג צו אריבערברענגען א שיינענדע צוקונפט פאר זיינע בירגער, די ערשטע באגעגעניש צווישן די די אמעריקאנער פרעזידענט און דער צפון פירער ווייזט אז ס’איז מעגליך א עכטע טויש. די וועלט האט זיך דערווייטערט פון א נוקלעארע קאטאסטראפע, נישטא מער קיין מיסל געשיקעכץ, נוקלעארע פראבעס אדער נוקלעארע פארשונגען! די געפאנגענע זענען צוריק אהיים צו זייערע פאמליעס. א דאנק טשעירמאן קים, אונזער טאג אינאיינעם איז געווען היסטאריש”.
קרעדיט - אידישער ווינקל

גייסט סייווי קויפן אלע. פארוואס זאלסטו נישט באקומען צום טיר פאר ביליגער?
Call: 718-517-8310
Website: Vinderkind.com
Call: 718-517-8310
Website: Vinderkind.com
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
@כאפצעם
א שיינע סך הכל
לייג צו דעם פאונט אז ביזדערווייל האט אמעריקא נישט געספענדט א ניקל פאר די גאנצע זאך, נישט אראפגענומען קיין סאנקציעס וכדומה
דאס אפשטעלן מיליטערישע עקסערסייז איז בלויז א זשעסטער פןן אמעריקא אבער זיי בלייבן נאך מיטן פולן מיליטער באזע ווי ביז איצט, קיין נפק״מ למעשה
טראמפ האט ווידערהאלט אז דאס איז די אנהייב פון רונדע פארהאנדלונגען
פארגינסט נישט קום אביסל אטענשאן? כ׳הער אבער סאיז א פראסעס און קיינער זאגט נישט אז סאיז ראנג נאר אז מדארף זעהן וויאזוי סקאכט זיך אויס, נא דעס האלט דאך טראמפ אין איין זאגן