בלאט 1 פון 39

נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 4:27 pm
דורך הכל הבל
ברוכים הבאים

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 4:30 pm
דורך איש האשכולות
דער קומט אריין פול פאורס!

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 4:39 pm
דורך הכל הבל
די יוסטיץ דעפארטמענט טוט אפעלירן אן אורטייל פון א ריכטער לעצטע וואך וועלכע פארבאט פרעזידענט טראמפ פון בלאקירן נאכפאלגער פון זיין טוויטער אקאונט.
טוויטער אלץ א פריוואטע פירמע ערלויבט אירע באנוצער צו בלאקירן סיי וועם פון פריוואטע אקאונטס און געזעצליך איז עס אויגעהאלטן.

א ריכטער האט אבער אויסגעשלאסן פרעזידענט טראמפ פון דעם רעכט אננעמענדיג אן ארגומענט אז דער פרעזידענט איז א פובליק פיגור און צוליב דעם איז זיין אקאונט ווי א פאבליק דאמעין ווי אינפארמאציע איז אפן פאר יעדן און מען קען נישט אויסשליסן קיינעם דערפון.

די טענה דערקעגן איז אז פרעזידענט טראמפ האט געשאפן זיין אקאונט אלץ פריוואטע בירגער און געצויגן דערצו מיליאנען נאכפאלגער און קען נישט באטראכט ווערן ווי רעגירונג זייטל און טראמפ איז בארעכטיגט צו די זעלבע רעכטן ווי יעדע פריוואטע בירגער מיט אן אקאונט אויף טוויטער.
טראמפ טענה'ט אז ווען אן אויפגעברויזטער אנטי טראמפ פארשוין רעפלייעט צו זיינס א טוויט קענען זיינע מיליאנען נאכפאלגער מיטהאלטן יענעמס קאמענט און ער האט אלע רעכטן צו אראפצוווארפן יענעם פון זיין אקאונט.

די קעיס קען עווענטועל מאכן איר וועג ביז צום סופרים קאורט.

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 4:56 pm
דורך נאך פונדערהיים
אז מען קען, נעמט מען זיך אונטער...

א גרויסן דאנק פאר אונזער געלונגענע קארעספעדאנט אין די יו עס גאווערנמענט ברענטשעס, לעגיסלעטיוו, דזשורדישל, און עקזעקוטיוו (מיר ווארטן נאך...).
כבוד הרב @הכל הבל

שרייטס אלע הויעך, א גרויסן שכויעך!

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 5:12 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
נאך פונדערהיים האט געשריבן:שרייטס אלע הויעך, א גרויסן שכויעך!

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 5:24 pm
דורך א נייער
שכוח

גענוג הויעך

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 5:28 pm
דורך אלי' מקוה יוד
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:שרייטס אלע הויעך, א גרויסן שכויעך!

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 5:31 pm
דורך מושך חסד
גא"מ

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 6:06 pm
דורך eller
נאך פונדערהיים האט געשריבן:אז מען קען, נעמט מען זיך אונטער...

א גרויסן דאנק פאר אונזער געלונגענע קארעספעדאנט אין די יו עס גאווערנמענט ברענטשעס, לעגיסלעטיוו, דזשורדישל, און עקזעקוטיוו (מיר ווארטן נאך...).
כבוד הרב @הכל הבל

שרייטס אלע הויעך, א גרויסן שכויעך!

מעם עס ביטע פון מיר אויך.
אונז האב מיר שטארק הנאה פון אייערע נייעסער

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 10:00 pm
דורך ישוב הדעת
בשם כל קהל אייוועלט טוהען מיר בענטשען דאס ווינט וואס האט אהער געבלאזן אונזער געטרייער קריספאדאנט הרב הכל הבל..

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 10:02 pm
דורך ישוב הדעת
והעיקר שכחתי..

נאך פונדערהיים האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר אונזער געלונגענע קארעספעדאנט אין די יו עס גאווערנמענט ברענטשעס, לעגיסלעטיוו, דזשורדישל, און עקזעקוטיוו (מיר ווארטן נאך...).
כבוד הרב @הכל הבל


געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 10:34 pm
דורך פעיק נוז
דער העכסטער סופרים קאורט אין לאנד האט נעכטן ארויסגעגעבן אן אורטייל, וואס אידישע גרופעס האבן עס באגריסט אלס אן אורטייל וואס וועט שטארק באשיצן אידישע ביזנעס אייגנטימער און בכלל רעליגיעזע אידן. דער אורטייל האט געגעבן רעכט פאר א קאנסערוואטיוון בעקער אין קאלאראדא, וועלכער האט נישט געוואלט באקן א קעיק פאר א צוזאמקום וואס גייט קעגן זיינע רעליגיעזע גלויבונגען.

ליבעראלן האבן געקלאגט דעם בעקער פאר דיסקרימינאציע, און דער קעיס איז אנגעקומען ביז'ן סופרים קאורט, וועלכע האט נעכטן ענדליך געאורטיילט, אז אויב עמיצער וויל נישט צושטעלן זיינע ביזנעס סערוויסעס פאר עפעס וואס ער האלט אז ס'גייט קעגן זיין גלויבן אדער רעליגיע, האט ער די הונדערט פראצענטיגע רעכט דאס צו טאן, ווייל אים צו צווינגען צו גיין קעגן זיין גלויבן, איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע.

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 10:35 pm
דורך פעיק נוז
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:שרייטס אלע הויעך, א גרויסן שכויעך!

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 10:36 pm
דורך הצדיק
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:שרייטס אלע הויעך, א גרויסן שכויעך!

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 9:24 am
דורך יישר כח
און א יישר כח פון יישר כח

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 9:38 am
דורך דממה דקה
פעיק נוז האט געשריבן:דער העכסטער סופרים קאורט אין לאנד האט נעכטן ארויסגעגעבן אן אורטייל, וואס אידישע גרופעס האבן עס באגריסט אלס אן אורטייל וואס וועט שטארק באשיצן אידישע ביזנעס אייגנטימער און בכלל רעליגיעזע אידן. דער אורטייל האט געגעבן רעכט פאר א קאנסערוואטיוון בעקער אין קאלאראדא, וועלכער האט נישט געוואלט באקן א קעיק פאר א צוזאמקום וואס גייט קעגן זיינע רעליגיעזע גלויבונגען.

ליבעראלן האבן געקלאגט דעם בעקער פאר דיסקרימינאציע, און דער קעיס איז אנגעקומען ביז'ן סופרים קאורט, וועלכע האט נעכטן ענדליך געאורטיילט, אז אויב עמיצער וויל נישט צושטעלן זיינע ביזנעס סערוויסעס פאר עפעס וואס ער האלט אז ס'גייט קעגן זיין גלויבן אדער רעליגיע, האט ער די הונדערט פראצענטיגע רעכט דאס צו טאן, ווייל אים צו צווינגען צו גיין קעגן זיין גלויבן, איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע.

די סופרים קארט רולינג אויף די קעיס איז נישט אזוי גיט, עס באציט זיך בעיקר צו וויאזוי די רעגירונג איז זיך אומגעגאנגען אומיושרדיג מיט די בעקער אין די קעיס, די פראגע אליינס איז געבליבן אומפארעטפערט.

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 9:44 am
דורך דממה דקה
די 9טע סירקוט אפעלאט געריכט האט גע'פסק'נט אז א בע"ח קען נישט האבן קאפירייט רעכטן.

די קעיס באציהט זיך צו א פאטאגרעפער וואס האט געגעבן זיין פאון פאר א מאנקי, און דער מאנקי האט שפילענדיג מיטן פאון געמאכט א סעלפי, דער פאטאגרעפער האט די בילד געדרוקט אין זיין בוך, peta האט אופן איניציאטיוו פונעם מאנקי געקלאגט דעם פאטאגרעפער פאר די קאפירייט רעכטן פון די בילד, (באזירט אויף אן אנדערע קאורט רולינג אז מענטשען קענען קלאגן פאר די בע"ח זייערע רעכטן) די געריכט האט גע'פסק'נט אז קאפירייט רעכטן קען א בע"ח נישט האלטן.

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 10:47 am
דורך נאך פונדערהיים
:grin: :grin: :grin:
אוי אמעריטשקע...

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 11:31 am
דורך חיימ'ל
דממה דקה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דער העכסטער סופרים קאורט אין לאנד האט נעכטן ארויסגעגעבן אן אורטייל, וואס אידישע גרופעס האבן עס באגריסט אלס אן אורטייל וואס וועט שטארק באשיצן אידישע ביזנעס אייגנטימער און בכלל רעליגיעזע אידן. דער אורטייל האט געגעבן רעכט פאר א קאנסערוואטיוון בעקער אין קאלאראדא, וועלכער האט נישט געוואלט באקן א קעיק פאר א צוזאמקום וואס גייט קעגן זיינע רעליגיעזע גלויבונגען.

ליבעראלן האבן געקלאגט דעם בעקער פאר דיסקרימינאציע, און דער קעיס איז אנגעקומען ביז'ן סופרים קאורט, וועלכע האט נעכטן ענדליך געאורטיילט, אז אויב עמיצער וויל נישט צושטעלן זיינע ביזנעס סערוויסעס פאר עפעס וואס ער האלט אז ס'גייט קעגן זיין גלויבן אדער רעליגיע, האט ער די הונדערט פראצענטיגע רעכט דאס צו טאן, ווייל אים צו צווינגען צו גיין קעגן זיין גלויבן, איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע.

די סופרים קארט רולינג אויף די קעיס איז נישט אזוי גיט, עס באציט זיך בעיקר צו וויאזוי די רעגירונג איז זיך אומגעגאנגען אומיושרדיג מיט די בעקער אין די קעיס, די פראגע אליינס איז געבליבן אומפארעטפערט.

לויט די לינקע.

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 11:41 am
דורך וויכטיג מאכער
ניין ניין... די קאורט האצעך באצויגן ספעסיפיקלי צו די קעיס! די דעסיזשן איז קעגן די קאלאראדאו באורד וואס האט געהענדלט די קעיס! זיי האבן נישט אדרעסירט די עצם אישו!

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 11:44 am
דורך דממה דקה
חיימ'ל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די סופרים קארט רולינג אויף די קעיס איז נישט אזוי גיט, עס באציט זיך בעיקר צו וויאזוי די רעגירונג איז זיך אומגעגאנגען אומיושרדיג מיט די בעקער אין די קעיס, די פראגע אליינס איז געבליבן אומפארעטפערט.

לויט די לינקע.


לויט וועם מאכט נישט אויס, דאס מיינט אז די זאך קען זיך מארגן נאכאמאל איבערשפילן.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:27 am
דורך הכל הבל
ריכטער אנטזאגט זיך ארויצוווארפן אן אנקלאגע אריינגעגעבן דורך די ACLU קעגן פרעזידענט טראמפ איבער די פאליסי פון צוטיילן קינדער פון אומלעגאלע אימיגראנטן פון זייערע עלטערן

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:18 pm
דורך הצדיק
ICE chief: Illegal immigrant children get better care than American kids

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 6_eQ7KNSb_

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:54 pm
דורך נתנאל מינצבערג
thanks

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:52 pm
דורך הכל הבל
א געריכט אין אריזאנע אורטיילט לטובת דיסקרימינאציע אקעגן רעליגיעזע פרייהייט אין ענליכע קעיס צו קאלאראדא ערווענענדיג סופרים קאורט אורטייל אין קאלאראדא קעיס