בלאט 39 פון 44

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 4:18 pm
דורך נודניק
הכל הבל האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די 9'טע סירקוט קאורט האט פרייטאג געגעבן ערלויבעניש אויף דערווייל פאר די טראמפ אדמיניסטראציע פאראויסצוגיין מיטן פאליסי פון פלאצירן אפליקאנטן פא אזיל רעכט אין מעקסיקא דורכאויס די פראצעדור פון איבערקוקן זייער פארלאנג
אינעם דיסטריקט קאורט האט א ריכטער געלייגט א זאפארטיגע בלאקאדא אויף די פאליסי אבער די סירקוט קאורט ערלויבט יא די פאליסי פארצוזעצן לענגאויס די צייט וואס די קעיס שפילט זיך אויס אין געריכט



דעס מיינט אז פין יעצט אין ווייטער איז מער נישט דא קיין קעטש ענד ריליס? אדער בעסער געזאגט ריליס אבער אין מעקסיקא?[/quote

מען רעדט נישט פון די וועלכע שווערצן זיך אריין אומלעגאל און ווערן געכאפט

מען רעדט פון די וועלכע קומען צום גרעניץ פארלאנגען אזיל רעכט קענסטו זיי הייסן ווארטן דארט ביז מען וועט דורכקוקן זיין קעיס


העריך, אקעי מיט מיר,

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 10:39 am
דורך הכל הבל
א גוט מארגן פון געריכט!

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 10:42 am
דורך הכל הבל
די געריכט וועלכע האט פריער ארויסגעגעבן זייערע ארדערס האט ווידעראמאל איגנארירט די לענדמארק חוקי תועבה/רציחה און רעליגעזע פרייהייט קעיסעס
די אנטוויקלונג באדייט אז די וואך וועלן זיי שוין נישט מעלדן אז זיי אקצעפטירן די קעיסעס און מען וועט דארפן ווארטן נאך לענגער

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 10:43 am
דורך הכל הבל
די ריכטער האבן יא געמאלדן אז זיי טוען נישט אקצעפטירן א ביטע פון א צום טויט פאראורטיילטן וועלכע וויל אז די סופרים קאורט זאל איבערקוקן זיין קעיס צוליב קאמענטארן פון דזשורארס וועלכע האבן געצייגט איינזייטיגקייט אקעגן אים צוליב זיין מתועב'דיגן לעבנסשטייגער

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 10:44 am
דורך הכל הבל
אום זייגער 10 וועט די געריכט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין א געוויסע קעיס

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 10:45 am
דורך הכל הבל
אום 11 אזייגער וועט די סופרים קאורט אויסהערן א צווייטע קעיס ווי פאלגענד:
די עמולעקס קארפארעישאן איז א פירמע באזירט אין דעלעוועיר וועלכע פלעגט פארקויפן קאמפיוטער טיילן און צוגעהערן
אום פעברואר 2015 למספרם האט די אוועגא טעכנאלאגיע ווייערלעס מעניופעקטשורינג פירמע געמאלדן אז זיי זענען אריין אין אן אפמאך מיט עמולעקס זיך צוזאמצושמעלצן ווען אלץ טייל פונעם פארשטענדעניש וועט אוועגא אפקויפן אלע שעירס פון עמולעקס וועלכע איז אוועילעבל פארן פובליק פאר 8 דאלער א שעיר
די 8 דאלער פער שעיר פארשלאג איז געווען מיט 26.4% העכער ווי די פרייז וועלכע די ווערט פונעם שעיר אינעם פריערדיגן האנדל טאג
די עמערלעד מערדזשער סאב פירמע איז אריינגעקומען אין בילד אויסצוהאמערן די אפמאך און אלץ טייל פון די רעגולערע פראקטיצירונג אין אזא פאל האבן זיי אום אפריל 2015 למספרם איינגעמאלדן דעם פובליק דערפון פון פאראויס
זיי האבן געלאזט וויסן די שעירהאלדערס פון די פירמע וועגן די מעגליכע אפקויף רעקאמענדירנדיג אז זיי זאלן אדער אקצעפטירן אדער אפווארפן די שעיר אויסקויף
בעפאר זיי האבן פובליצירט די סטעיטמענט האט עמולעקס אויפגענומען גאלדמאן סאקס אז זיי זאלן אפשצאן די אפמאך און באשליסן אויב די טערמינען דערפון איז גענוג צופרידנשטעלנד פאר די פירמעס אינטערעסן און אויך גענוג יושר'דיג פאר די שעיר האלדערס פון זייער סטאק (וועלכע ווערן נאטורליך אפעקטירט דורך סיי וועלכע איבערגאנג אין די פירמע פירערשאפט און אייגנטומשאפט)
טראץ וואס די פרומיום וואס אוועגא האט פארגעשלאגן איז געווען נידריגער ווי די געווענליכע עוורידזש פון אזא סארט מערדזשער איז גאלדמאן סאקס געקומען צום אויספיר אז די מערדזשער וואלט געווען יושר'דיג פאר אלע זייטן
ווען עמולעקס האט געמאלדן דעם פארשלאג האבן זיי ציטירט די מיינונג פון גאלדמאן סאקס איבער די אויסגעהאלטנקייט פונעם צוזאמשטעל
אבער טייל פון די שעיר האלדערס זענען געווען אומצופרידן פון די טערמינען פונעם מערדזשער און האבן אריינגעטראגן א קלעס עקשאן לאוסוט אקעגן עמולעקס און זייער באורד אף דירעקטארס, אוועגא, מערדזשער סאב איבער פארלעצונגען פון די פעדעראלע סעקיוריטי געזעצן
די איינציגסטע טייל פון די קלאגע וועלכע די געריכט האט בכלל געוואלט באטראכטן אלץ רעלעוואנט איז די סעקשאן 14 פון די פעדעראלע סעקיוריטי עקסטשעינדזש אקט אבער אויך דאס האט די דיסטריקט געריכט עווענטועל ארויסגעווארפן צוליב וואס די קלעגער האבן נישט געקענט איבערווייזן אז פארלעצונגען זענען געווארן באגאנגען בייזוויליג מיט א דירעקטע שלעכטע ציהל און עס איז מעגליך געווען א פארנאכלעסיגונג און א פוילע אדער שוואכע אפשאצונג
די קעיס איז געווארן אפעלירט צו די 9'טע סירקוט וועלכע האט איבערגעדרייט די אורטייל שרייבנדיג אז אויך פארנאכלעסיגונג ווערט באטראכט אלץ פארלעצונג אונטער סעקשאן 14 פון די געזעץ
5 אנדערע סירקוטס האבן געהאט אויסגעטייטשט סעקשאן 14 אזוי ווי די דיסטריקט קאורט האט עס אויסגעטייטשט און פארקערט ווי די 9'טע סירקוט
(די געזעצן פון סעקיוריטי עקסטשעינדזש איז אינגאנצן נישט די זעלבע ווי די געזעצן צו באשוצן נאציאנאלע קלאסיפייד אינפארמאציע אבער בלויז צו גיבן צו פארשטיין און נוצן אלץ א משל איז פאסיג צוצוברענגן די קאומי פארטייטשונג פון די קלינטאן מיסברויכן וועלכע ער האט באצייכנט אלץ פארנאכלעסיגונג און אן קיין באווייז אויף שלעכטע אינטענט, אין דעם פאל איז די פראגע אויב פארנאכלעסיגונג אליין איז שוין גענוג א פארלעצונג, הגם אפילו אויב יא האנדלט זיך עס נישט פון קרימינאלע קלאגעס און בלויז פון א קלעס עקשאן לאוסוט ווען די קלעגער פארלאנגען אנטשעידיגונג)

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:13 am
דורך פאראינטערסירט
אזא מין קלארקייט!

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:13 am
דורך קארפענטער
יישר כח @הכלהבל!
זייער אינטערעסאנט

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:28 am
דורך איש האשכולות
זייער שיין געשריבן

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:34 am
דורך יישר כח
הכל הבל האט געשריבן:די 9'טע סירקוט קאורט האט פרייטאג געגעבן ערלויבעניש אויף דערווייל פאר די טראמפ אדמיניסטראציע פאראויסצוגיין מיטן פאליסי פון פלאצירן אפליקאנטן פא אזיל רעכט אין מעקסיקא דורכאויס די פראצעדור פון איבערקוקן זייער פארלאנג
אינעם דיסטריקט קאורט האט א ריכטער געלייגט א זאפארטיגע בלאקאדא אויף די פאליסי אבער די סירקוט קאורט ערלויבט יא די פאליסי פארצוזעצן לענגאויס די צייט וואס די קעיס שפילט זיך אויס אין געריכט


דאס מיינט אז טראמפ האט שוין געטוישט אביסעל די 9טע סירקוט קאורט זאל נישט זיין אזוי ליבעראל ?

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:35 am
דורך נאך פונדערהיים
איש האשכולות האט געשריבן:זייער שיין געשריבן

גא"מ

זייער הנאה געהאט, ווי אלעמאל.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:11 pm
דורך הר גריזים
קלאר און געשמאן צו ליינען ווי שטענדיג! שכח!

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:05 am
דורך הכל הבל
ברייען ניוטאן האט געארבעט פאר די פארקער דרילינג מענעדזשמענט סערוויסעס פירמע אויף א גראבן פלאטפארמע ביים ים ברעג פון פון סאנטא בארבארא קאליפארניע
זיינע שיפטס פלעגן געדויערן 14 טעג און ער פלעגט ארבעטן 12 שטונדן פער טאג
לויט ניוטאן פלעגט ער אראפציפן פון 15 ביז 30 מינוט אן עס אפיציעל באריכטן ווייל די פירמע האט נישט צוגעשטעלט די פארלאנגטע 30 מינוט אפרוה פער יעדע 5 שעה ווי עס איז פארלאנגט דורך די קאליפארניע געזעץ
נאך וואס פארקער האט אים אויפגעזאגט האט ער אריינגעטראגן אן אנקלאגע אינעם סטעיט געריכט פאר וועידזש און ארבעט שטונדן פארלעצונגען לויט די קאליפארניע געזעץ
פארקער האט זיך אבער געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט צו פארלאנגען אז די קעיס זאל ווערן אריבערגעפירט אונטער פעדעראלע יוריסדוקציע און זיי זאלן אויסהערן די קלאגע
די דיסטריקט געריכט האט אקצעפטירט זיין פארלאנג שרייבנדיג אז לויט די געזעץ האט ניוטאן געארבעט אויף א פראיעקט אויף באדן אונטער פעדעראלע יוריסדיקציע (א רייע וואסערן און בארטנס באלאנגען פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר די סטעיטס אין וועמענס גרעניצן זיי געפונען זיך) און דעריבער איז ניוטאן באשוצט בלויז אונטער די ארבעט סטאנדארטן און רעכטן פון די פעדעראלע רעגירונג און קאליפארניע קען נישט אריינרעדן און רעגולירן זיינע ארבעטס אומשטענדן
די דיסטריקט געריכט האט גראדע אויך געהאט אנערקענט אז די פעדעראלע געזעץ וועלכע באשוצט ארבעטער שרייבט קלאר ארויס אז סטעיטס קענען צולייגן זייערע אייגענע באשיצונגען אבער זיי האלטן אז דאס איז בלויז אינערהאלב טעריטאריע וועלכע באלאנגט פאר די סטעיט
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום 9'טן סירקוט און זיי האבן איבערגעדרייט די דיסטריקט געריכטס מיינונג און געזאגט אז דאס וואס די סטעיט מעג נישט אריינרעדן איז בלויז ווען זייערע געזעצן זענען א סתירה און זענען חולק מיט די פעדעראלע געזעצן אבער אויב זיי זענען מוסיף דערויף דאן איז כל המרבה הרי זה משובח
דהיינו און אונזער פאל איז עס נישט א דירעקטע קאנפליקט פןון די פעדעראלע געזעץ און סטעיט געזעץ
עס איז בלויז אז די פעדעראלע געזעץ באשוצט דעם ארבעטער אויף א מינימאלע פארנעם און די סטעיט לייגט צו א פרישע שיכט פון באשיצונג און די סטעיט מעג אזאנס טוהן אפילו אויף באדן וואס ווערט אפערירט דורך די פעדעראלע רעגירונג
די סופרים קאורט וועט היינט דינסטאג אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 2:13 pm
דורך Gevald Geshrigen
דאס איד אמאל קלאר אז קאליפארניע האט עפעס דזשוריסדיקשן נאר די שאלה איז וויפיל אדער די שאלה איז צו די סטעיט איז בכלל א מחותן ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:21 pm
דורך הכל הבל
א ריכטער אין די סי היפט איבער די פרעלימענערי פראצעדור און רוקט פאראויס גראד צו טרייעל די קעיס איבער טראמפס רעקארדס

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:27 pm
דורך איש האשכולות
הכל הבל האט געשריבן:א ריכטער אין די סי היפט איבער די פרעלימענערי פראצעדור און רוקט פאראויס גראד צו טרייעל די קעיס איבער טראמפס רעקארדס

טעקס ריטורן רעקארדס?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:58 pm
דורך הכל הבל
איש האשכולות האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א ריכטער אין די סי היפט איבער די פרעלימענערי פראצעדור און רוקט פאראויס גראד צו טרייעל די קעיס איבער טראמפס רעקארדס

טעקס ריטורן רעקארדס?

יא, די ריכטער האט באשלאסן אונטערצואיילן די פראצעדור
דינסטאג וועט פארקומען די פארהער

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:04 pm
דורך הכל הבל
דער ריכטער איז עמיט פריאוואדאן מעטא איז אן אינדיאנער אפשטאמיגער און איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

צווייטע סירקוט.

געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2019 2:38 pm
דורך פאראינטערסירט
אין א המשך צו מיין תגובה דא.

מיטן קאנפירמעישן די וואך פון צוויי פרישע ריכטער צום צווייטן סירקוט פון די יו עס קאורט אוומאפיעלס, איז טראמפ געקומען א שפאן אוועק צו איבערדרייען די צווייטע סירקוט מיט א מעדשאריטי רעפאבליקאנע אפוינטיס!

די צווייטע סירקוט וואס נעמט אריין ניו יארק קאנעטיקעט און ווערמאנט, פארמאגט 13 אקטיווע ריכטער, (מיט נאך 12 סיניער ריכטער).

מיט די יעצטיגע קאנפירמעישן האלט עס ביי
7 דעמעקראטישע אפוינטיס = 3 קלינטאן, - 4 אבאמא,
6 רעפאבליקאנע אפוינטיס = 1 בוש א, - 2 בוש ב - 3 טראמפ.

צוויי דעמאקראטישע אפוינטיס האבן שוין געמאלדן זייער רעטייערמענט אנגעהויבן אין די קומענדיגע צוויי חדשים, וואס מיינט אז טראמפ וועט קענען צולייגן נאך צוויי רעפאבליקאנע אפוינטיס, וואס וועט ברענגען די טאטעל צו 5 דעמאקראטישע און 8 רעפאבליקאנע!!!

א נקמה אין שוממער און אין אלע ניו יארקע ליבעראלן!!!!

געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2019 2:40 pm
דורך פאראינטערסירט
פאר אינטערעסאנטקייט.

ווען טראמפ איז אריין אין אפיס האבן די דעמאקראטישע אפוינטיס קאנטראלירט 7 פון די 11 סירקוטס. בעת די רעפאבליקאנער אפוינטיס האבן קאנטראלירט נאר 4!
פלאס די די-סי און פעדעראלע סירקוטס וואס די דעמאקראטישע אפוינטיס קאנטראלירן.

כהיום איז די בילד היבש אנדערש!
די רעפאבליקאנער קאנטראלירן שוין 5 סירקוטס, פלאס די 11'טע סירקוט וואס איז צוטיילט אייניג, און די צווייטע סירקוט וואס גייט ווערן בעז"ה גאר בקרוב געטוישט!



דאס איז א ליסטע פון די יוניידעט סטעיטס סירקוט קאורטס, פארטיי קאנטראל.
1'טע סירקוט, דעמאקראטען +2. מיט 4 אנטקעגן 2.
2'טע סירקוט, דעמאקראטען +1. מיט 7 אנטקעגן 6, אבער צוויי וועקענסי'ס קומען אויף נעקסטע חודש.
3'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +1. מיט 7 אנטקעגן 6, און איין וועקענסי.
4'טע סירקוט, דעמאקראטען -1. מיט 8 אנטקעגן 7.
5'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +6. מיט 11 אנטקעגן 5, און איין וועקענסי.
6'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +6. מיט 11 אנטקעגן 5.
7'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +7. מיט 9 אנטקעגן 2.
8'טע סירקוט, רעפאבליקאנער +9. מיט 10 אנטקעגן 1.
9'טע סירקוט, דעמאקראטען +7. מיט 16 אנטקעגן 9, מיט 4 וועקענסי'ס, טראמפ האט שוין נאמינירט ריכטער.
10'טע סירקוט, דעמאקראטען +2. מיט 7 אנטקעגן 5.
11'טע סירקוט, אייניג. מיט 6 אנטקעגן 6.

די-סי סירקוט, דעמאקראטען +3. מיט 7 אנטקעגן 4.
פעדעראלע סירקוט, דעמאקראטען +4. מיט 8 אנטקעגן 4.

געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2019 3:27 pm
דורך לאלתר לחיים
קען ער אויפנעמען ריכטער וויפל ס'לאזט זיך אדער ס'האט א סיסטעים?

געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2019 3:36 pm
דורך וואס טוט זיך
לאלתר לחיים האט געשריבן:קען ער אויפנעמען ריכטער וויפל ס'לאזט זיך אדער ס'האט א סיסטעים?

? פארוואס איין סירקוט מער ווי די אנדערע?

געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2019 4:51 pm
דורך שקר
ווי איז @הבל?

געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2019 5:04 pm
דורך וואס טוט זיך
ער שרייבט קיינמאל פרייטאג

געשריבן: זונטאג מאי 12, 2019 2:29 am
דורך פאראינטערסירט
לאלתר לחיים האט געשריבן:קען ער אויפנעמען ריכטער וויפל ס'לאזט זיך אדער ס'האט א סיסטעים?

ער קען אפוינטען וויפיל ריכטער ער וויל, אויף וויפיל ליידיגע זיצן ס'דא.