נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 9:38 am

סופרים קאורט ארדערס שליסן נישט איין די היי פראפיל קעיסעס
נעקסטע מאל די ריכטער וועלן זיך צוזאמקומען פאר געשפרעכן וועט זיין אום מערץ 15 למספרם און מערץ 18 למספרם וועט מען הערן אויב זיי אקצעפטירן עפעס פון די היי פראפיל קעיסעס
באלד (10) וועט זיין אורטייל/ן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 9:45 am

הכל הבל האט געשריבן:אן אייאווע הונטל מיטן נאמען פינקי האט נישט געצויגן קיין איבריגע אויפמערקזאמקייט ביז יענעם שרעקליכן טאג אין מערץ 2016 למספרם ווען פינקיס אייגנטומער האט ערלויבט זיינס א פריינט צו פארברענגן מיטזיין ליבלינג פינקי אינעם הויף

ליידער האט דער פריינט אומפאראנטווארטליך ערלויבט פינקי זיך ארומצושפילן אינעם הויף אן קיין אויפזיכט און דאן האט עס פאסירט..

פינקי זייענדיג הונגעריג האט זיך פארגלוסט צו פארזוכן קאצן פלייש און צו זיין גליק האט ער אנגעטראפן די קאץ פון זיין אייגנטומערס שכן
ואתא כלבא ואכל לשונרא און פינקי האט שנעל אריינגערוקט קאץ רעבעל צווישן זיינע גומען אבער דאן האט זיך אומערווארטעט דער אייגנטומער באוויזן און פינקי האט שנעל אויסגעשפיגן רעבעל אויף דער ערד

ערשטע הילף האט זיך געאיילט צו די שרעקליכע סצענע און אנדעקט אז רעבעל האט עס וואונדערליך איבערגעלעבט און אפגעקומען מיט בלויז 30 סטעיפלס זיך צו ערהוילן פון די וואונדן

די סיטי האט דערקלערט פינקי אלץ א געפארפולע באשעפעניש אבער דער אייגנטומער האט פארלאנגט צו אפעלירן די באשלוס

אינצווישן האט דער אייגנטומער פארקויפט פינקין פאר א באשעפעניש הילף צענטער וועמענס פארוואלטונג האט איבערגענומען די ווייטערדיגע אויגאבע צו פארטרעטן פינקי אינעם אפעלאט פראצעדור און פארגעשלאגן צו האלטן פינקי אין איר פריוואטע שעלטער אבער די סיטי האט ווייטער געהאלטן פינקי אין די סיטי באשעפעניש הילף צענטער

אינעם אפעלאט אורטייל אין אפריל למספרם שרייבט ריכטער מערי טעיבאר אז די סיטי פארשריפטן ווען צו דערקלערן א באשעפעניש אלץ געפארפול איז צו ברייט און גייט צו ווייט און לויט די מאכט וואס די סיטי האט גענומען פאר זיך קענען זיי פארכאפן יעדע בעל חי וועלכע גיבט א לייכטע ביס פאר א צווייטע באשעפעניש און טוט צוליב דעם ארויסווארפן די דיסטריקט געריכט אורטייל

אצינד קומט אריין די נייעס אז די אייאווע סופרים קאורט האט אויפגענומען די קעיס און וועט ארויסגעבן איר אורטייל איבער וויפיל מאכט די סיטי באזיצט אין אזעלכע פעלער


די אייאווע סופרים קאורט האט געשלאסן א דריי יעריגע קאמף אורטיילנדיג דעם אייגנטומער פונעם הונט
דריי ריכטער האבן גענומען די זייט פונעם דיסטריקט קאורט און דריי האבן גענומען די זייט פונעם אפעלאט געריכט און לויט די פארשריפטן אין אזא פאל פון בית דינם שקול פארבלייבט די דיסטריקט געריכט אורטייל אלץ די געזעץ

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 9:53 am

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויפצונעמען א רעגירונג/רעליגיע קעיס

ריכטער קעווענאו אליטא און גארסוטש האבן געשירבן אז די געריכט וואלט עס יא געדארפט אקצעפטירן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 9:56 am

די קעיס איז איבער א ניו דזשערסי געריכט אורטייל וועלכע פארבאט די רעגירונג צו פינאנצירן רענאוואציעס צו פרעזערווירן אלטע רעליגיעזע געביידעס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 9:57 am

2 שאכטלען אין געריכט זאל

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 9:59 am

הכל הבל האט געשריבן:די קעיס איז איבער א ניו דזשערסי געריכט אורטייל וועלכע פארבאט די רעגירונג צו פינאנצירן רענאוואציעס צו פרעזערווירן אלטע רעליגיעזע געביידעס

און די דריי ריכטער שרייבן אז ערגעץ וואו וועט די געריכט מוזן באשליסן אויב די רעגירונג וועלכע פארשפרייט היסטאריע פרעזערוואציע פאנדן קען אפזאגן געלט פאר רעליגיעזע ארגאנאזאציעס בלויז ווייל זיי זענען רעליגיעז

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 10:08 am

צוויי אורטיילן געשריבן דורך גינזבורג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:26 pm

הכל הבל האט געשריבן:די פירמע פארט עסטעיט האט געשריבן א סעריע ארטיקלען און אראנזשירט קאנטראקטן מיט א רייע פובליקאציעס וועלכע זאלן באקומען די רעכט זיי צו לופטערן
איינע פון די זייטלעך צו באקומען די רעכטן דערצו איז געווען די וואל סטריט וועבזייטל וועלכע האט אבער שפעטער זיך ארויסגעצויגן פונעם אפמאך
נאכן זיך ארויסציען פון די אפגעשמועסטע טערמינען האט פארט עסטעיט פארלאנגט פון די זייטל אראפצונעמען די ארטיקלען אבער זיי האבן זיך אויסגעלאכט דערפון
דאן האט פארט עסטעיט געקלאגט די וואל סטריט וועבזייטל פארן פארלעצן די קאפירייט געזעצן
די קלאגע איז אבער אנגעקומען אין די געריכטן סירקוט געריכטן צוליב וואס פארט עסטעיט האט טאקע געהאט איינגעגעבן אן אפליקאציע צו רעזערווירן די שרייב ווערק אונטער די קאפי רייט געזעץ אבער די קאפי רייט אפיס האט נאכנישט געהאט באשטעטיגט די אפליקאציע צו די איצטיגע צייט
די פראגע וואס האט זיך אנטוויקלט איז פון ווען די פארבאט פון קאפירן גייט אריין אין קראפט
די פיפטע און ניינטע סירקוט קאורטס האבן ביידע איינגעשטימט אז פון די מאמענט וואס אן אפליקאנט האט איינגעגעבן א פארלאנג צו קוואליפיצירן פאר די קאפי רעכטן און באצאלט די פארלאנגטע אפצאהל גייט אריין אין קראפט די פארבאט
אין קעגנזאץ האבן די צענטע און עלפטע סירקוט קאורטס ביידע געשריבן אז די פארבאט ווערט פעליג ערשט ווען די אפיס באשטעטיגט די אפליקאציע
אום קומענדיגן דינסטאג וועט די העכסטע געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

היינט האט די סופרים קאורט איינשטימיג געאורטיילט אז די 11'טע סירקוט איז גערעכט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 4:50 pm

א קאונטי אין נעבראסקע איז געווארן פארארדנט צו אנטשעדיגן 6 מענטשן וועם זי האט אומריכטיג פאראורטיילט צו טורמע מיט יארן צוריק א טאטאל פון 28 מיליאן דאלער
די קאונטי האט עס פרובירט צו באקעמפן אין געריכט קריכנדיג אויפן לעגאלן בוים צווייג נאך צווייג ביז זי האט היינט געגרייכט דעם שפיץ בוים ווען די סופרים קאורט האט זיי אראפגעשליידערט ביז אונטן זאגנדיג אז זי אקצעפטירט נישט די קעיס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 5:01 pm

אין 2014 למספרם האט יוטאס רעפובליקאנער גאווערנאר אונטערגעשריבן א געזעץ וועלכע איז אריבער נאך א וויילער אינציאטיוו צו טוישן די סטעיטס קאנדידאטן קלויבונג פון א קאוקוס סיסטעם צו א געהעריגע פריימערי צו איינשליסן די שטימען פון פיל מער מענטשן ווי די ענגע צאל קאוקוס גייער
די אינציאטיוו איז געווארן געשטיצט דורך לינק גענויגטע גרופעס אבער אויף דורך א רייע מעסיגע רעפובליקאנער אריינגערעכנט מיט ראמני
די יוטא רעפובליקאנע פארטיי האט עס אבער ביטער פרובירט צו באקעמפן אלץ אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס זיי האבן געוואלן האבן א נענטערע האנט אין די פראצעדור
היינט האט דורכפאלנדיג איינמאל און נאכאמאל אין געריכט ביזן גרייכן דעם סופרים קאורט וועלכע האט היינט ענדגילטיג ארויסגעווארפן זייער פרואוו און איצט איז זיי בלויז פארבליבן די אפציע צו טוישן די געזעץ אינעם לעגיסלאטור וואו עס איז ווייט פון זיכער אז זיי וועלן האבן די נויטיגע צאל שטימען

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 05, 2019 11:25 am

א ניו יארקער מאן האט געעפנט א טראסט אין וועלכע ער האט אריינגעלייגט א טייל פון זיין פארמעגן פון וועלכע די פארדינסטן וועלן בענעפיטירן זיינע דריי קינדער
א צייט שפעטער האט מען צוטיילט די טראסט אין דריי צו זיין באזונדער פאר יעדן קינד
איינע פון די קינדער וואוינט היינט אין נארט קאראליינע און דער טראסטי האט אין די לעצטערע יארן געפיילט שטייערן מיט די נארט קאראליינע סטעיט באאמטע אויף די פארדינסטן פון יענעם ספעציפישן טראסט
נאך עטליכע יאר האט ער זיך געכאפט אז אייגנטליך האט די טראסט גארנישט קיין שייכות מיט נארט קאראליינע און ער האט פארלאנגט פון די סטעיט א ריפאנד אויף די איינגעצאלטע שטייערן אבער די סטעיט האט זיך אנטזאגט צוריקצוצאלן די געלט זאגנדיג אז וויבאלד די בעניפיטירער פון די טראסט איז א נארט קאראליינע רעזידענט דארף די שטייערן גיין פאר די סטעיט
נאך א געראנגל אין געריכט האט די נארט קאראליינע סטעיט סופרים קאורט געאורטיילט אזוי ווי די נידריגע געריכט אז די סטעיט איז אומבארעכטיגט איינצומאנען די שטייערן ווייל די סטעיט האט נישט קיין עכטע שייכות צום טראסט אין די וואוין ארט פון א בעניפיטירער איז נישט גענוג זיי צו לאזן בעטן שטייער

נישט לאנג דערויף איז די אמעריקאנע סופרים קאורט ארויסגעקומען מיט א באזונדערע היסטארישע אורטייל אויף די רעכט פון סטעיטס צו מאנען אינטערנעט שטייער אויף סעילס וועלכע ווערן דורכגעפירט אין זייערע סטעיטס
די סופרים קאורט האט דערמיט איבערגעדרייט פריערדיגע פרעצעדענט וועלכע האט פארבאטן סטעיטס איינצומאנען שטייער אויף אקטיוויטעטן אן דעם וואס די באטרעפנדע זענען פיזיש אנוועזנד אין די סטעיט
די היסטארישע אורטייל האט נישט קלאר ערלקערט וועלכע סארט אנוועזנהייט איז גענוג פאר א סטעיט צו קענען בעטן שטייער נאר האט בלויז געשריבן אז אויף אינטערנעט סעילס קען מען בעטן שטייער

איצט האט די סופרים קאורט אויפגענומען די נארט קאראליינע טראסט שטייער קעיס און איז א דראמאטישע אנטוויקלונג צוליב וואס די געריכט האט שוין נישט באהאנדלט אזעלכע קעיס פאר יארן לאנג און קומט קורץ נאכן אורטיילן אינעם אינטערנעט שטייער קעיס
מיטן אויפנעמען די קעיס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז אין דעם פאל וועט די געריכט יא צוריק אריינקריכן אין די פונדאמענטאלע פראגע צו דעצידירן וועלכע סארט אנוועזנהייט אין א סטעיט באדייט אז די סטעיט קען בעטן שטייער

אפגעזעהן אויף וועלכע וועג די געריכט וועט גיין וועלן די קאנסקווענצן זיין גאר באדייטפול
אויב וועט די געריכט באשטעטיגן די נארט קאראליינע סופרים קאורט פסק וועלן פילע טראסטיס וועלכע האבן שוין איינגעצאלט שטייערן אין לויף פון די לעצטערע יארן וועלן מעגליך קענען צוריקבעטן ריפאנדס עס זענען מעגליך דא סטעטשו אף לימיטעישאנס צו פארלאנגען א ריפאנד דעריבער זאלן טראסטיס שוין אריינגעבן די עדווענסד פראטעקטעד ריקוועסט פאר א ריפאנד אז אין פאל פון אזא פסק זאלן זיי שוין האבן געבעטן איצט די ריפאנד און ווען די פסק קומט ארויס(ווארשיינליך ערשט אין יוני למספרם) זאל די ריפאנד פארלאנג גיין למפרע אויף איצט
אויב די סופרים קאורט גיט רעכט פאר נארט קאראליינע און איר רעכט צו מאנען די שטייער וועט די סטעיט קענען צוריקגיין צו בעטן שטטיער פון אלע טראסטיס וועלכע האבן נישט געצאלט קיין שטייערן ביז היינט אפלערנענדיג די געזץ ווי די נארט קאראליינע געריכטן האבן עס אפגעלערנט און איצט וועט די סטעיט קענען צוריקבעטן די געלט (ווען עס קומט צו די סטעיטס רעכט איינצומאנען עקזיסטירט נישט קיין סטעטשו אף לימיטעישאנס, נאר ביי די בירגערס רעכט צו בעטן א ריפאנד איז דא די איינפיר..)
די פראבלעמען קענען אין אזא פאל אריבערגיין די סטעיט גרעניצן ווייל די אלע וואס האבן נישט געצאלט קיין שטייערן באזירט אויף די הנחה האבן אבער יא געצאלט די שטייער אין אנדערע סטעיטס ווי די טראסט איז געווארן געעפנט
איצט זאלן אזעלכע טראסטיס איינגעבן פאר א עדווענסד פראטעקטעד ריקוועסט פאר א ריפאנד אין יענע סטעיטס ווייל זיי וועלן אנשטאט דארפן זאלן די שטייערן אין די סטעיטס ווי די בעניפיטירער וואוינט
מעגליך אז די באטרעפנדע סטעיטס וועלן זאגן אז א אויף צוריק גייט א קאזע און דאן וועט אויסקומען אז טראסטיס וועלן עווענטועל האבן געצאלט דאפלט שטייערן
איינמאל דארט וואו טראסט איז געווארן געשאפן אין איינמאל מרור אין חרוס.. אפפס, דארט וואו די בעניפיטירער וואוינט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מארטש 05, 2019 5:34 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:24 pm

א דאנק אייך פאר די כסדר'דיגע באריכן.
הכל הבל יודוך.
טייל פון די סארטן קארטאפל: גאנצע, אפגעשיילטע, צומאלענע, מיט אייער, מיט זאלץ, מיט סעלצער, מיט אויל, אין א בעקעלע, אין אויוון, אפגעבאקן, ליל שישי, אווערנייט קוגל.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:30 pm

הודו להשם האט געשריבן:א דאנק אייך פאר די כסדר'דיגע באריכן.
הכל הבל יודוך.

יישר כח רב הודו

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:32 pm

סופרים קאורט האט אקצעפטירט א קעיס אין וועלכע אייניקלעך קלאגן די לאנדאן מוזעאם איבער א פעינטינג פון זייערע אור עלטערן אין איר באזיץ
די פעינטינג איז אנגעבליך פארשוואונדן אין די צייט ווען די צווייטע וועלט קריג איז געקומען צו אן ענדע און די לאנדאן מוזעאם האלט עס נישט ביים אומקערן
די אייניקלעך פארלאנגען אדער די פעינטינג אדער 30 מיליאן דאלער

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג מארטש 05, 2019 5:30 pm

הכל הבל האט געשריבן:א ניו יארקער מאן האט געעפנט א טראסט אין וועלכע ער האט אריינגעלייגט א טייל פון זיין פארמעגן פון וועלכע די פארדינסטן וועלן בענעפיטירן זיינע דריי קינדער.........


הערליכע באריכט, געשמאקע טאפיק (דאס איז שוין די SC's קרעדיט..) און געשמאק אראפ געלייגט מיט טרעפליכע לשונות און מליצות.

ווי איך ווייס איז א טראסטי נאר א אפוטרופת, די טעקס פעיער איז די גרענטאר און שפעטער די בעניפישעריס.

הכל הבל האט געשריבן:די באטרעפנדע סטעיטס וועלן זאגן אז א קאזע גייט נישט אויף צוריק


נאר א קאזע גייט אויף צוריק.. :wink:
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 05, 2019 5:33 pm

יאצמעך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א ניו יארקער מאן האט געעפנט א טראסט אין וועלכע ער האט אריינגעלייגט א טייל פון זיין פארמעגן פון וועלכע די פארדינסטן וועלן בענעפיטירן זיינע דריי קינדער.........


הערליכע באריכט, געשמאקע טאפיק (דאס איז שוין די SC's קרעדיט..) און געשמאק אראפ געלייגט מיט טרעפליכע לשונות און מליצות.

ווי איך ווייס איז א טראסטי נאר א אפוטרופת, די טעקס פעיער איז די גרענטאר און שפעטער די בעניפישעריס.

הכל הבל האט געשריבן:די באטרעפנדע סטעיטס וועלן זאגן אז א קאזע גייט נישט אויף צוריק


נאר א קאזע גייט אויף צוריק.. :wink:

ריכטיג
דער טראסטי איז אבער דער וועלכע גיבט זיך למעשה אפ מיטן צאלן די שטייערן
פארשטייט זיך נישט פון זיין טאש נאר פונעם טראסט אקאונט

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך מארטש 06, 2019 10:35 am

שכח הכל הבל

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:24 am

לינקע אקטיוויסטן פלאנירן א צערעמאניע אום מערץ 15 למספרם ביי די טרעפ פון די סופרים קאורט אפצוצייכענען די 86'סטע געבורטסטאג פון ריכטערין גינזבורג מיטן זינגען "פרייליכע געבורטסטאג צו דיר"

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 06, 2019 2:01 pm

צווייטער פעדעראלע ריכטער אורטילט אקעגן די אדמיניסטראציעס פארזוך צוצולייגן די סיטיזאנשיפ פראגע צום צענזוס בויגן
די קעיס איז איצט אין סופרים קאורט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 06, 2019 2:02 pm

די סופרים קאורט באשטימט מערץ 22 למספרם צו באהאנדלען די פעטיציע אין די מיסטריעזע קעיס פון א רוסישע פארבינדעטע פירמע געגלויבט צו זיין פארבינדן מיט די מולער אויספארשונג
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג מארטש 07, 2019 9:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך מארטש 06, 2019 5:48 pm

הכל הבל האט געשריבן:צווייטער פעדעראלע ריכטער אורטילט אקעגן די אדמיניסטראציעס פארזוך צוצולייגן די סיטיזאנשיפ פראגע צום צענזוס בויגן
די קעיס איז איצט אין סופרים קאורט

זעה איך אז ער איז אן אבאמא אפוינטי פון קאליפארניע..

וואס זאגט ער אלץ וואס איז עס אומלעגאל?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 12:28 pm

פיל טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער די טעמע פון די רעכט/ארנטליכקייט צו קאפירן סידיס און מוזיק אן באצאלן פאר פראדוצירער

מען גייט נישט איצט רעדן פון א אידישע שטאנדפונקט בלויז ווי אזוי אויך בדינא דמלכותא ווערן ענליכע פראגן ערנסט באהאנדלט אין די איצטיגע טעג
די קעיס באציהט זיך איבער א מארקעטפלעיס וועלכע אפערירט ווי א מוזיק יריד ווי סוחרים און קונים קומען זיך צוזאם דורכפירן ביזנעס אויף אלע סארט דיזשיטאל פראדוקטן
די זייטל ארבעט אויפן זעלבן שטייגער ווי עמעזאן נאר אנשטאט פארקויפן פיזישע פראדוקטן טוען זיי זיך ספעציאליזירן אויף פארקויפונגען פון דיזשיטאל פיילס ווען אייגנטומער וועלכע האבן זיך איינגעהאנדלט אנליין מוזיק, ביכער שפילן און עפפס און האבן מער נישט קיין נוצן פון זיי זוכן זיי צו פארקויפן פאר אנדערע און די זייטל פירט אדורך די טראנספער
די געביט מיט וואס די ספעציפישע פירמע צייכנט זיך אויס איז אז זיי זענען די איינציגסטע וועלכע טוען נאכגיין און באשטעטיגן אז דער מוכר באזיצט די פראדוקט לעגאל און האט עס געקויפט געהעריג פונעם פראדוצירער
די געריכט האט שוין געאורטיילט אז אינדיווידועלן וועלכע האנדלען איין סיי וועלכע חפץ האבן די פולסטע רעכט זיי ווייטער צו פארקויפן און עס טוט נישט פארלעצן סיי וועלכע קאפירייט אדער פאטענט די ערפינדער האט רעזערווירט דערויף (וויל די רעכטן גייען בלויז אויף נאכמאכן די פראדוקט)
די ברייטע פראגע וועלכע פלאגט די געריכטן איז אויב דיזשיטאל פיילס ווערן אנגערופן אן אביעקט (חפץ) וועלכע פאלט אויטאמאטיש אונטער די "ווידערפארקויף דאקטרינע" וועלכע ערלויבט צו פארקויפן איינגעהאנדלטע חפצים צו אנדערע
די ניינטע סירקוט קאורט האט שוין מיט א צייט צוריק געשירבן אין אן אנדערע קעיס אז באזירט אויף די טערמינען און פארשריפטן פון אייטונס ווערט נישט די פראדוקטן וואס זי פארקויפט גערעכנט ווי סעיל און דער קויפער ווערט נישט דער אייגנטומער פון די פייל נאר עס ארבעט ווי א לייסענס אז ער מעג זיך באנוצן דערמיט
אין די איצטיגע קעיס זענען די ארגומענטן געווארן אביסל פארקירעוועט ווען די קלעגער אליין נוצן די ארגומענט אויף אן איינגעצוימטע פארנעם און זענען שטימען איין אז אויב א קויפער פארקויפט ווייטער זייער פייל דורכדעם וואס ער פארקופיט פיזיש זיין אייפאד אנגעלאדנט מיט זייערע פיילס איז עס אויסגעהאלטן (פילייכט ווייל דאן ווערן די פיילס א טפל צום פיזישן אייפאד און כאפן זיך מיט בקנין פיילס אגב אייפאד) נאר וויבאלד די זייטל נעמט שטעלט צו די סערוויס פון בלויז טראנספערירן די פיילס זעלבסט פארלעצט עס די קאפירייט פונעם ארגינעלן פובליצירער
די דיסטריקט ריכטער האט געאורטיילט אז די סערוויס פון די זייטל איז אומלעגאל און דערנאך האט א דריי פאנעל אויפן צווייטן דיסטריקט געריכט איינשטימיג ווידערהאלט דעם זעלבן אורטייל
די וואך האט די פירמע אפעלירט צום סופרי קאורט אויפצונעמען די קעיס אבער געשריבן צו ריכטערין גינזבורג א פארלענגערונג פון 60 טעג צו קענען פיילן פאר א געהעריגע פעטיציע צוליב סקעדזשועל קאנפליקט
די פובלישינג אינדוסטריע איז זייער סענסיטיוו צו די קיעס און פיילט אן אמיקאס בריוו אקעגן די פירמע ווייל עס קען גיבן די גרינע ליכט פאר די פירמעס פלענער צו געהעריג פארברייטערן זייער אנליין ביכער טראנספער סערוויס, א פלאן וואס אויך עמעזאן באטראכט צו טוהן און עס קען שטעלן אין געפאר די גאנצע אינדוסטריע ווען מענטשן וועלן לייכט קענעפ פארקויפן צווייטהאנטיג געליינטע ביכער
עקספערטן זענען אבער היבש סקעפטיש אויב די געריכט וועט גרייט זיין צו די איצטיגע צייט אויפצונעמען די קעיס טראץ וואס עס איז דערווייל נישט דא קיין ערנסטע קאנפליקט דערוועגן אין די סירקוט געריכטן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 1:21 pm

אין ארום 10 מינוט גייען ריכטער אליטא און קעיגען אויפטרעטן פארנט פון א קאנגרעס סוב קאמיטע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:פיל טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער די טעמע פון די רעכט/ארנטליכקייט צו קאפירן סידיס און מוזיק אן באצאלן פאר פראדוצירער

מען גייט נישט איצט רעדן פון א אידישע שטאנדפונקט בלויז ווי אזוי אויך בדינא דמלכותא ווערן ענליכע פראגן ערנסט באהאנדלט אין די איצטיגע טעג
די קעיס באציהט זיך איבער א מארקעטפלעיס וועלכע אפערירט ווי א מוזיק יריד ווי סוחרים און קונים קומען זיך צוזאם דורכפירן ביזנעס אויף אלע סארט דיזשיטאל פראדוקטן
די זייטל ארבעט אויפן זעלבן שטייגער ווי עמעזאן נאר אנשטאט פארקויפן פיזישע פראדוקטן טוען זיי זיך ספעציאליזירן אויף פארקויפונגען פון דיזשיטאל פיילס ווען אייגנטומער וועלכע האבן זיך איינגעהאנדלט אנליין מוזיק, ביכער שפילן און עפפס און האבן מער נישט קיין נוצן פון זיי זוכן זיי צו פארקויפן פאר אנדערע און די זייטל פירט אדורך די טראנספער
די געביט מיט וואס די ספעציפישע פירמע צייכנט זיך אויס איז אז זיי זענען די איינציגסטע וועלכע טוען נאכגיין און באשטעטיגן אז דער מוכר באזיצט די פראדוקט לעגאל און האט עס געקויפט געהעריג פונעם פראדוצירער
די געריכט האט שוין געאורטיילט אז אינדיווידועלן וועלכע האנדלען איין סיי וועלכע חפץ האבן די פולסטע רעכט זיי ווייטער צו פארקויפן און עס טוט נישט פארלעצן סיי וועלכע קאפירייט אדער פאטענט די ערפינדער האט רעזערווירט דערויף (וויל די רעכטן גייען בלויז אויף נאכמאכן די פראדוקט)
די ברייטע פראגע וועלכע פלאגט די געריכטן איז אויב דיזשיטאל פיילס ווערן אנגערופן אן אביעקט (חפץ) וועלכע פאלט אויטאמאטיש אונטער די "ווידערפארקויף דאקטרינע" וועלכע ערלויבט צו פארקויפן איינגעהאנדלטע חפצים צו אנדערע
די ניינטע סירקוט קאורט האט שוין מיט א צייט צוריק געשירבן אין אן אנדערע קעיס אז באזירט אויף די טערמינען און פארשריפטן פון אייטונס ווערט נישט די פראדוקטן וואס זי פארקויפט גערעכנט ווי סעיל און דער קויפער ווערט נישט דער אייגנטומער פון די פייל נאר עס ארבעט ווי א לייסענס אז ער מעג זיך באנוצן דערמיט
אין די איצטיגע קעיס זענען די ארגומענטן געווארן אביסל פארקירעוועט ווען די קלעגער אליין נוצן די ארגומענט אויף אן איינגעצוימטע פארנעם און זענען שטימען איין אז אויב א קויפער פארקויפט ווייטער זייער פייל דורכדעם וואס ער פארקופיט פיזיש זיין אייפאד אנגעלאדנט מיט זייערע פיילס איז עס אויסגעהאלטן (פילייכט ווייל דאן ווערן די פיילס א טפל צום פיזישן אייפאד און כאפן זיך מיט בקנין פיילס אגב אייפאד) נאר וויבאלד די זייטל נעמט שטעלט צו די סערוויס פון בלויז טראנספערירן די פיילס זעלבסט פארלעצט עס די קאפירייט פונעם ארגינעלן פובליצירער
די דיסטריקט ריכטער האט געאורטיילט אז די סערוויס פון די זייטל איז אומלעגאל און דערנאך האט א דריי פאנעל אויפן צווייטן דיסטריקט געריכט איינשטימיג ווידערהאלט דעם זעלבן אורטייל
די וואך האט די פירמע אפעלירט צום סופרי קאורט אויפצונעמען די קעיס אבער געשריבן צו ריכטערין גינזבורג א פארלענגערונג פון 60 טעג צו קענען פיילן פאר א געהעריגע פעטיציע צוליב סקעדזשועל קאנפליקט
די פובלישינג אינדוסטריע איז זייער סענסיטיוו צו די קיעס און פיילט אן אמיקאס בריוו אקעגן די פירמע ווייל עס קען גיבן די גרינע ליכט פאר די פירמעס פלענער צו געהעריג פארברייטערן זייער אנליין ביכער טראנספער סערוויס, א פלאן וואס אויך עמעזאן באטראכט צו טוהן און עס קען שטעלן אין געפאר די גאנצע אינדוסטריע ווען מענטשן וועלן לייכט קענעפ פארקויפן צווייטהאנטיג געליינטע ביכער
עקספערטן זענען אבער היבש סקעפטיש אויב די געריכט וועט גרייט זיין צו די איצטיגע צייט אויפצונעמען די קעיס טראץ וואס עס איז דערווייל נישט דא קיין ערנסטע קאנפליקט דערוועגן אין די סירקוט געריכטן

איז פארהאן א ברייטערע אוידיענץ וועם עס איז אינטערסאנט אזעלכע סארט ארטיקלען?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:12 pm

אויסדריקליך יא!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], New Jersey, הויעך, חיים יענקל, נו שוין און 33 געסט