נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטילער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » פרייטאג פאברואר 22, 2019 1:14 am

שכח הבל!!! נישטא קיין ווערטער פאר דיין געוואלדיגע ארבעט!!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:36 am

Wow הבל, א מעכטיגע ארבעט!

כ'האב יעצט איבערגעליינט די קעיס פון די לענדראווער, אזוי גוט אראפצולייגן א קעיס מיט זאפט...

יישר כחכם!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:47 am

שטילער האט געשריבן:שכח הבל!!! נישטא קיין ווערטער פאר דיין געוואלדיגע ארבעט!!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:48 am

ממה נפשך האט געשריבן:Wow הבל, א מעכטיגע ארבעט!

כ'האב יעצט איבערגעליינט די קעיס פון די לענדראווער, אזוי גוט אראפצולייגן א קעיס מיט זאפט...

יישר כחכם!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:57 am

יישר אלע אידן! שקועיך פאר די יעדנס פידפעק
עס מאטיווירט אויף ווייטער

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג פאברואר 22, 2019 11:06 am

@הבל האסט א שטיק צייט צוריק באשריבן (אזוי געדענק איך) וועגן א קעיס וואס גייט אן אינעם סופרים קאורט בנוגע צו א סטעיט קען נאכאמאל קלאגן איינעם וואס אז שוין געווארן געקלאגט פונעם פעדעראלע רעגירונג. יעצט קומט נייעס אז ניו יארק האט גרייט קלאגעס קעגען מענעפארט.
וואס איז געבליבן מיט יענע קעיס? איך קען עס נישט טרעפן.

ישר כח פאר דיין געוואלדיגע ארבייט וואס די לייגסט דא אריין.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג פאברואר 22, 2019 11:20 am

[quote="קאנסילמאן"]שכוח הבל פאר אייערע קלארע און אינהאלטסרייכע באריכטען, מיר האבן שטארק הנאה ליינענדיג אייערע תגובות.
גא"מ
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג פאברואר 22, 2019 12:47 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:

קאוד: וועל אויס אלע

טייסאן טימבס אן אינדיאנא מאן האט פארלוירן זיין פאטער אין 2012 למספרם אבער גלייכצייטיגגעמאכט א ברוך הטוב והמטיב ערהאלטנדיג א סומע קעש פון א לייף אינשורענס פאליסי מיט וועלכע זיין פאטער האט אים אינזין געהאט צו באזארגן
טימבס האט זיך איינגעהאנדלט א לענד ראווער פאר 42 טויזנט דאלער און היידא..ויהי בנסוע
די פראבלעם איז געווען אז טימבס האט געהאט א פארגאנגענהייט פון צוגעבינדנקייט צו דראגס וועלכע האט זיך איצט אלץ רעזולטאט פון זיין פאטערס טויט פריש ערוועקט
טימבס איז פונדאסניי ארויף אויף די סחורה און גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארקויפן די געווירצן מיטן ציהל צו פינאנצירן מיט די איינקופט די קאסטן פון די ווארע פאר זיין אייגענע געברויך
ביז.. יענעם שווארצן טאג אין נאוועמבער 2013 למספרם ווען ער האט אריינגעביסן אינעם נישט ריכטיגן עפל פארקויפנדיג דראגס אין די ווערט פוןן 225 דאלער פאר אן אונטערגעשטעלטער אגענט וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט זיין ארעסט און טימבס האט זיך קורצליך דערויף דערקלערט שולדיג אין געריכט
די אורטייל האט נישט געשפעטיגט צו קומען און טימבס האט באקומען איין יאר הויז ארעסט, 5 יאר פראבעישאן און 1200 דאלער אין פינאנציעלע שטראפן
די אפעטיט פון די סטעיט איז אבער נישט געווארן איינגעשטילט און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף זיין לענד ראווער וועלכע איז סיי ווי געשטאנען אומבאנוצט דורכאויס די יאר פון זיין הויז ארעסט
די סטעיט האט קאנפיסקירט דעם אויטא אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט אוועקצונעמען סיי וועלכע חפץ עס איז גענוצט געווארן אינעם פארברעכן און די אויטא איז גענוצט געווארן ארומצופארן פארקויפן די פארבאטענע מאטריאל
ויהי ככלות השנה, טימבס עפנט מיט פרייד די פארדזשאווערטע טויערן פון זיין היים ווען אירע ראסטיגע אנגלען פארציילן הויך פאר אלע שכנים אז זיי זענען שוין נישט גערירט געווארן פון פלאץ פאר א קיילעכיגן יאר
טימבס שטעלט זיינע טריט צו די גאס און אטעמט אריין די פרישע לופט ווען זיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ספאט צווישן צוויי פארקירטע אויטאס
יא די זעלבע פלאץ ווי ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן מיט א יאר צוריק אבער והילד איננו, די לענד ראווער איז נישטא
עס האט נישט לאנג גענומען מברר צו זיין מה טיבה און טימבס האט באשלאסן אז איידער ער נעמט אונטער מיטלען להציל עשוק מעושקו דארף ער קודם זיך באזארגן מיט ארבעט זיך צו קענען שפייזן
עס איז נישט געווען גרינג צו געפונען ארבעט זייענדיג מוכתר ביחוס עצמו און ארבעטסגעבער שטייען ווייט פון פארשוינען וועלכע ווערן געטראפן שולדיג
עווענטועל האט ער געטראפן אן אנבאט פון איינעם וועלכער איז איינגעגאנגען אים אויפצונעמען טראץ זיי קרימינאלע רעקארד
איין באדינג איז געשטעלט געווארן, באזירט אויף די סארט ארבעט אין וועלכע יענער האט זיך גענויטיגט האט זיך געפאדערט אן אויטאמאביל.. וכאן הבן שואל ווי באקומט מען צוריק די לענד ראווער?
מען האט אריינגעברענגט אין בילד די אינסטיטוט פאר יוסטיץ וועלכע האט זיך געוואנדן צום געריכט און פרעזענטירט טימבס אין אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט מיטן ארגומענט אז פארכאפן די קאר האט פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שולדיגע פון איבערגעטריבענע שטראפן
דער ריכטער האט געפונען די ארגומענט פאר ריכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז די ווערט פונעם אויטא איז עטליכע מאל מער וויפיל די מאקסימום ערלויבטע געלט שטראף איז ערלויב אין אזא פאל
די סטעיט איז געלאפן צום אפעלאט געריכט אבער באגעגנט א פרישע נידערלאגע ווען די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט
די סטעיט האט דאך די וועלטס געלט און צייט האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום סטעיט סופרים קאורט און דאס מאל האבן זיי באוויזן צו איבערצייגן די געריכט אנצונעמען די סטעיטס שטעלונג און די געריכט האט צוריקגעדרייט די פריערדיגע אורטייל
די ארגומענט פון די סטעיט וועלכע די ריכטער האבן אנגענומען איז געווען אז די אכטע אמענדמענט איז בינדנד אויסשליסליך צו די פעדעראלע יוסטיץ סיטעם אבער טוט אויף קיין פאל נישט אריינרעדן ווי אזוי סטעיט און לאקאלע רעגירונגען זאלן באשטראפן שולדיגע
טימבס האט זיך אצינד געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די פעטיציע און האט באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף מארגן מיטוואך
די פראגע וועלכע שטייט פארן געריכט איז ווי פאלגענד:
די ביל אף רייטס איז געשריבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר סטעיט רעגירונגען אבער נאך די ציווילע קריג האט קאנגרעס מאדיפיצירט די 14'טע אמענדמענט מיט א סעיף וועלכע איז שפעטער געווארן אויסגעטייטשט דורכן סופרים קאורט אז זי פארלאנגט די סטעיטס אדער סיי וועלכע קערפערשאפט צו רעספעקטירן און זיך פירן אין איינקלאנג מיטן צושטעלן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר סיי וועם
אין פאקט אבער האט די געריכט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף ספעציפישע טיילן פון די קאנסטיטוציע אויב זי איז מחייב די סטעיטס אויסער אין א פאל מיט די צווייטע אמענדמענט
די חלל אין קלארקייט האט געהאנגן ווי א וואלקן אין די לעגאלע וועלט נישט וויסנדג אויב די אפיציעלע געריכט דאקטרינע טייטשט אפ אלע חלקים אין די קאנסטיטוציע בינדנד פאר סטעיט רעגירונגען
אין 2017 למספרם האט שוין איינער גראדע צוגעשיקט א פעטיציע וועלכע בעהט די געריכט אריינצוקוקן אויב די אכטע אמענדמענט איז מחייב די סטעיטס אבער צוליב טעכנישע פעלערן אין יענעמס קעיס האט עס די געריכט דאן געמוזט צוריקווייזן אבער ריכטער טאמאס וועלכע האט געשריבן די ארדער נישט צו אקצעפטירן יענע קעיס האט קלאר ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן ערנסטע גרונדן פארן געריכט עווענטועל אריינצוקוקן און באשליסן אויף די פראגע

דאס איז די קעיס איבער וואס די געריכט האט היינט געאורטיילט

די לעגאלע קאסטן פון די קעיס איז זיכער אויסגעקומען עטליכע מאל מער געלט ווי די 42 טויזנט דאלאר וואס די לענד ראווער האט געקאסט... אבער וואס טוט מען נישט פאר נצחון.!

(למען האמת לכאורה איז ער געווארן פארטרעטן ביי א לאו פירם פאר פרא באונע)

גראדע קוקט עס אויס ווי עס איז געווען א פאראייניגונג פון די ליבערטעריען'ס מיט די קאנסערוועטיווס איבער די נושא, אלע האבן זיך אנגענומען פאר טימבס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 9:50 pm

די מונדליכע ארגומענטן פאר די צענזוס קעיס באשטמיט אויף אפריל 23 למספרם

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 9:52 pm

אזוי ווי דער קאלענדאר איז געווען ממש איבערגעפילט האט מען געדארפט רוקן די ארגומענטן וועלכע זענען געווען באשטימט אויף יענעם פארמיטאג צו ווערן אויסגעהערט ערשט נאכמיטאג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 9:53 pm

אורטיילן וועלן ווערן ארויסגעגעבן די וואך מאנטאג דינסטאג און מיטוואך

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 10:15 pm

הכל הבל האט געשריבן:היינט האט די געריכט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין א קעיס וועגן די זעלבסשטענדיגקייט פון די סטעיטס אין באצוג צו די פעדעראלע רעגירונג
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ערלויבט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען אנצוקלאגן מענטשן אויף די זעלבע פארברעך און איך זאג נישט קם לי' בדרבה מיני' מיט דעם וואס ער יענער ווערט שוין סייווי אויסגעפארשט דורך די פעדעראלע רעגירונג טראץ וואס די 5'טע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע פארבאט אין אלגעמיין צו באשטראפן מענטשן צוויי מאל פארן זעלבן פארברעך (קלארשטעלונג: די דין פון קם לי' ווערט בלויז גענוצט אלץ בלשון מושאל אבער איז נישטאמאל קיין צושטעלן פון להבדיל די דין תורה וועלכע רעדט ווען איינער האט עובער געווען אויף צוויי באזונדערע עבירות)
טעראנס מארטעז געמבל איז געווארן אנגעקלאגט דורך די פעדס און די סטעיט אין 2015 למספרם ווען ער איז געווארן אפגעשטעלט ביי א רוטינע טראפיק אפשטעל און פארמאגט געווער אין זיין באזיץ צו וועלכע ער איז געווען פארבאטן זייענדיג א פעלאן, זיין פעטיציע ברענגט ארויס אז ער ווערט דאפלט אנגעקלאגט
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ווערט שוין פראקטיצירט פאר מער ווי 150 יאר און איז שוין געווארן בארעכטיגט דורכן סופרים קאורט אין לויף פון די יארן טראץ וואס זי ווערט קריטיקירט דורך לעגאלע עקספערטן אלץ א פאליסי אן קיין לאגישע באזיס
געמבל איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג דורך די סטעיט אלאבאמא און פאראורטיילט צו איין יאר אין טורמע
דערנאך האט זייך די פעדעראלע רעגירונג גענומען צן זיינע ביינער און א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז ער קען נישט נוצן די דאפלטע שטראף ארגומענט זינט די פעדעראלע רעגירונג איז א באזונדערע קערפערשאפט און געמבל איז עווענטועל איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך אונטער וועלכע ער איז געווארן צוגעטיילט א 46 מאנאטן סענטענס
געמבל האט עס אבער אפעלירט צו די 41'טע סירקוט וועלכע האט בלויז באשטעטיגט די שטעלונג פונעם דיסטריקט געריכט
אין יוני 2018 למספרם איז זיין פעטיצע צום סופרי קאורט געווארן אקצעפטירט
ער האט אין זיין ביטע ערווענט א פאראייניגטע רוף פון ריכטער גינזבורג און טאמאס מיט א צייט צוריק דורכצופירן אן איבערזיכט אויף די דאפלטע שטראף אויסנאם פאר די פעדס און סטעיט
אויב זאל די געריכט עלימינירן די דאקטרינע וקען עס אפעקטירן די טראמפ אויספארשונגען און מיט א פארדאן פונעם פרעזידענט אויף פעדעראלע פארברעכן מיינט עס אז די סטעיט וועט שוין מער נישט קענען קלאגן אויפן זעלבן פארברעכן זינט זי איז שוין געווארן פרובירט דורך די פעדס
סענאטאר ארין העטש האט אריינגעשיקט א פריינט צום געריכט בריוו אין שטיצע פון געמבלס ארגומענט אבער זיין ווארטזאגער האט געלייקנט אז עס האט געהאט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די אויספארשונגען אויפן פרעזידענט
די ריכטער האבן אויסגעקוקט היבש אומוויליג נאכצוגעבן געמבלס ארגומענט

הבל, וואס טוט זיך מיט דעם קעיס?
ישר כח פאר דיין געוואלדיגע ארבייט. מיר האלטן מיט און האבן גרויס הנאה.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 10:27 pm

איצל פיצל האט געשריבן:

די געריכט האט שוין אקצעפטירט די קעיס אום יוני פאריגן למספרם יאר
די מונדליכע ארגומענטן זענען געווען באשטימט אויף דעצעמבער 5 2018 למספרם אבער.. פרעזידענט בוש דער ערשטער איז יענע צייט געשטארבן און דער קאורט האט עס געמוזט אפשטופן מיט א טאג צוליב די ספעציעלע קלאג טאג
שווער צו וויסן ווי אזוי זיי וועלן אורטיילן
זיי האבן געשיינט צו זיין נערוועז צו איבערדרייען אן 170 יעריגע דאקטרינע אבער אנערקענט די זארגן וועלכע אקאדעמיקער און יוריסטן דרוקן אויס איבער די אפעקט פון די פאליסי
שווער צו וויסן אבער אויב אויב זיי דרייען עס איבער וועט עס זיין ממש אן ערדציטערניש אבער ערדציטערנישן פאסירן דא און דארט
איז, האף פאר רעפארם צו דורכצוברעכן די בלאקאדא אבער גרייט זיך פאר שטאטוטסקווא איבערצולעבן

די וואך קומט ארויס מיינונגען, ווער ווייסט? מעגליך וועט זיין נייעס אין דעם קעיס אויך

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 11:12 pm

א גרויסן ישר כח.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:38 am

די מונדליכע ארגומענטן זענען געווען היבש אינטערסאנט
ביי איין פונקט האט איינע פון די ריכטער געזאגט אז דורכליינענדיג די קלעגער ארגומענטן איז ער געווארן שטארק איבערצייגט אז זיי זענען גאר שטארק און ער האט ווי איינגעשטימט דערמיט
די געריכט זאל האט פארפעלט אן אטעם הערנדיג אזוי קלאר די ריכטונג א ריכטער איז גענויגט צו נעמען
דאן.. האט דער ריכטער צוגעלייגט אזליינענדיג נאכדעם די אנדערע זייטס ארגומענטן האט ער געזעהן אז זיי זענען פונקט אזוי שטארק..
און די פארזאמלטע האבן אויסגעפלאצט אין א געלעכטער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:43 am

די רעגירונג האט א סטראטעגיע מיט וועלכע זיי פרובירן צו איבערצייגן אויך די ליבעראלע ריכטער אויף זייער זייט

זיי ברענגן ארויס אז אויב די געריכט פארבאט די פעדעראלע רעגירונג צו ברענגן קלאגעס קעגן סטעיט אנגקלאגטע דאן וועט עס אונטערמינעווען די מעגליכקייט פון פארטיידיגן סיוויל רייטס
אין די פארגאנגענהייט זענען א רייע שטאטן געווען זייער אומסימפאטיש צו סיוויל רייטס און די פעדעראלע רעגירונג האט עס שטרענג פארסירט
איצט, אויב אזא אטמאספערע זאל זיך איבערשפילן אין לאנד און סטעיטס וועלן נישט ערנסט באשטראפן סיוויל רייטס פארלעצער ווועט די רעגירונג זיין געבונדן פון אנקלאגן דעם פארלעצער זינט די סטעיט האט אים שוין באשטראפט הגם בלויז מיט א לייכטע שטראף

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:45 am

אן אנדערע ארגומענט וועלכע א ריכטער האט געצימבלט געמבלס אדוואקאט אז רעפארמירן דעם סיסטעם וועט פירן צו א כאפצעם צושטאנד אין וועלכע די סטעיט און פעדעראלע רעגירונג וולען זיך פארמעסטן אין די שטונדן נאך א פארברעך ווער עס קען באווייזן שנעלער צוזאמצושטעלן א דזשורי און ברענגן קלאגעס און דאדורך פארכאפן מאכט אויף די קעיס אונטער די אייגענע יוריסדוקציע צו פארמיידן די קלאגעס פון די אנדערע רעגירונגס פליגל

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג פאברואר 24, 2019 1:21 pm

אזוי שטארק חליש'ן די רוגירונגען צו זיין דער וואס לייגט דעם מענטש אין דער ערד? נו, אז יענער טוט די דשאב איז דאך א ריכטיגע מלכתו נעשה על ידי אחרים..

אן עי סייד נאוט, א גרויסן שכח פאר דיינע באריכטן, עס איז דערפרישענט און עפרישיעטעד.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 24, 2019 1:27 pm

יאצמעך האט געשריבן:אזוי שטארק חליש'ן די רוגירונגען צו זיין דער וואס לייגט דעם מענטש אין דער ערד? נו, אז יענער טוט די דשאב איז דאך א ריכטיגע מלכתו נעשה על ידי אחרים..

אן עי סייד נאוט, א גרויסן שכח פאר דיינע באריכטן, עס איז דערפרישענט און עפרישיעטעד.

ניין, כעל דיר געבן א ביישפיל

לאמיר זאגן אז קאליפארניע און די פעדס פארשטייען זיך נישט איבער די ערלויבעניש/פארבאט אויף מאריוואנא און איינער ווערט געכאפט דערמיט אין קאליפארניע אויף טערמינען וועלכע זענען למעשה פארבאטן אויך אין די סטעיט אבער זייער צוגאנג דערצו איז גאר ווייך וולען זיי זיך איילן יענעם צו פראצעסירן אויף לייכטע טערמינען אז ער זאל נישט אויסשטיין א פעדעראלע פראצעס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 25, 2019 9:56 am

א גאר אינטערסאנטע אנטוויקלונג אין סופרים קאורט

די ניינטע קרייז געריכט האט געהאט אויסגעהערט א קיעס אקעגן די איי אר עס
די פאנעל פון די ריכטער האט אריינגענומען אריינגענומען ריכטער ריינהארט וועלכע איז געווען פאר לאנגע יארן א דארן אין אויג פאר די קאנסערוואטיוון און געווארן באצייכנט אלץ איינע פון זייערע גרעסטע פיינט זייענדיג "די מערסטע 9 קרייז געריכט סטיל ריכטער פון די 9'טע קרייז געריכט" ..
די געריכט איז דעזיצן אויפן קעיס און די ריכטער האבן זיך געטיילט 2-1 ווען ריינהארט מיטן הויפט ריכטער האבן געשטימט איבערצודרייען די דיסטריקט קאורט אורטייל וועלכע האט געהאט געאורטיילט אקעגן די איי אר עס אבער איין ריכטער האט געשטימט אקעגן די אגענטור
צוויי האבן "געשטימט" אין שטיצע פון די איי אר עס? הממ.. נישט ממש געשטימט, וויי טראץ וואס ריינהארט איז געהעריג געזיצן ביים באהאנדלען די קעיס און קלאר געזאגט זיין מיינונג איז ער אבער געשטארבן 4 מאנאטן איידער די אורטייל איז ארויסגעקומען.. אבער די געריכט האט באשלאסן צו רעכענען זיין שטימע!
איצט האט די סופרים קאורט עס ארויסגעווארפן זאגנדיג אז די 9'טע געריכט איז נישט גערעכט ווייל א ריכטער קען אורטיילן פאר זיין גאנצן לעבן אבער נישט פאר אייביג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:09 am

הכל הבל האט געשריבן:די געריכט האט שוין אין די פארגאנגנהייט אומדירעקט שמאל געאורטיילט אז פובליק טעלעוויזיע סיסטעמען ווערן נישט פאררעכנט אלץ רעגירונג פארום טראץ וואס אין אלגעמיין זענען די קאנאלן די אייגנטום פון די רעגירונג וועלכע ווערט ארויסגעליעסט פאר די נעצן
די אנגענומענע שטעלונג אז די וועלכע אפערירן די פראגראמען אויף די קאנאלן זענען פריוואטע מענטשן האט ערלויבט פאר די נעצן צו באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק נישט זייענדיג געבינדן צו די געזעץ פון סטעיט און פובליק פארומס אפערירט דורך די רעגירונג
די מאנהעטען נעיבארהוד נעטווארק איז באזירט אאין ניו יארק סיטי און איז אריין אין א געפעכט מיט צוויי פון זייערע ארבעטער וועלכע האבן צוריק אין 2012 למספרם פראדוצירט א געוויסע פראגראם צו לויפן אויף די כוואליעס וועלכע האט צווישן אנדערן קריטיקירט די נעטווארק זעלבסט
די פראגראם איז געלאפן איינמאל אבער איז דאן געווארן אפגערופן דורך די פירערשאפט צוליב פארשטענדליכע סיבות און די צוויי טראבל מעיקערס זענען געווארן אויפגעזאגט פון פאזיציע
די צוויי האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אקעגן די נעטווארק און אקעגן די סיטי מיטן ארגומענט אז די וועג ווי אזוי די נעטווארק איז אוועקגעשטעלט מאכט איר פאר א פובליק פארום און זייערע ערשטע אמענדמענט רעכט פאר פרייע אויסדרוק איז געווארן פארלעצט
אין די סאודערן דיסטריקט קאורט אין ניו יארק האבן די ריכטער אפגעווארפן די קעיס באזירט אויף די טענות פון די סיטי אין די נעטווארק און ציטירנדיג די אורטייל אין וועלכע די סופרים קאורט טוט אומדירעקט שרייבן אז די נעטווארקס ווערן באטראכט ווי פריוואט געפירטע סיסטעמען
די צוויי האבן אפעלירט די אורטייל צום צווייטן סירקוט קאורט ווי אין א 2-1 באשלוס גיבן די ריכטער גערעכט פאר די קלעגער ציטירנדיג פון ריכטער קענעדי וועלכע שרייבט די מינאריטעט אורטייל אינעם אויבנדערמאנטן סופרים קאורט קעיס אז וויבאלד די פראגראמען פאלן אונטערן מאנדאט פון די רעגירונג וועלכע קענען אריינרעדן אויף א רייע פראגן אוון פארבאטן פארשידענע פראקטיצירונגען ווערן זיי באטראכט ווי פובליק רעגירונג פראגראמען און קענען דעריבער נישט באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק
די ריכטער האבן אבער געשריבן אז די סיטי קען נישט ווערן געקלאגט דערויף און עס איז נישט זייער פאראנטווארטליכקייט
די נעטווארק איז איצט פארבליבן אליינס אויפן וואסער אלץ באשולדיגטע און האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט און אום אקטאבער 2018 למספרם האט די געריכט אקצעפטירט די קעיס זייענדיג די סאמע ערשטע קעיס ארויפצוקומען אויפן קאלענדאר זינט ריכטער קעווענאו האט ערזעצט ריכטער קענעדי
אום פעברואר 25 למספרם וועט די געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין דעם קעיס

היינט קומען פאר די מונדליכע ארגומענטן

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:12 am

הכל הבל האט געשריבן:א גאר אינטערסאנטע אנטוויקלונג אין סופרים קאורט

די ניינטע קרייז געריכט האט געהאט אויסגעהערט א קיעס אקעגן די איי אר עס
די פאנעל פון די ריכטער האט אריינגענומען אריינגענומען ריכטער ריינהארט וועלכע איז געווען פאר לאנגע יארן א דארן אין אויג פאר די קאנסערוואטיוון און געווארן באצייכנט אלץ איינע פון זייערע גרעסטע פיינט זייענדיג "די מערסטע 9 קרייז געריכט סטיל ריכטער פון די 9'טע קרייז געריכט" ..
די געריכט איז דעזיצן אויפן קעיס און די ריכטער האבן זיך געטיילט 2-1 ווען ריינהארט מיטן הויפט ריכטער האבן געשטימט איבערצודרייען די דיסטריקט קאורט אורטייל וועלכע האט געהאט געאורטיילט אקעגן די איי אר עס אבער איין ריכטער האט געשטימט אקעגן די אגענטור
צוויי האבן "געשטימט" אין שטיצע פון די איי אר עס? הממ.. נישט ממש געשטימט, וויי טראץ וואס ריינהארט איז געהעריג געזיצן ביים באהאנדלען די קעיס און קלאר געזאגט זיין מיינונג איז ער אבער געשטארבן 4 מאנאטן איידער די אורטייל איז ארויסגעקומען.. אבער די געריכט האט באשלאסן צו רעכענען זיין שטימע!
איצט האט די סופרים קאורט עס ארויסגעווארפן זאגנדיג אז די 9'טע געריכט איז נישט גערעכט ווייל א ריכטער קען אורטיילן פאר זיין גאנצן לעבן אבער נישט פאר אייביג

איך פאנג אן צו פארשטיין וויאזוי טויטע מענטשען וואוטן אין די ליבעראלע שטעט. אז מ׳ווייסט סייווי וויאזוי זיי וואלטן געשטימט קען מען עס רעכענען....

א דאנק נאכאמאל פאר דיין הערליכע באריכטן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:26 am

געלעגער האט געשריבן:

יישר פאר אייך
די סופרים קאורט האט נישט אבי ארויסגעשאסן אן אנווייזונג פון ארבל נאר נאה דורש אבער אויך מקיים
נאכן טויט פון ריכטער סקאליא איז געווען א רייע קעיסעס ווי ער איז געווען אינסטרומענטאל און זיין מיינונג איז געווען קלאר פאר אלע ריכטער אבער די געריכט האט זעלבספארשטענדליך נישט גערעכנט זיין מיינונג נאר פארעפנטליכט פאר די נאכפאלגענדע אפשניט בלויז א ריכטער אורטיילן

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:41 am

א פעדעראלע ריכטער האט געאורטיילט אז א נאר-מענער מיליטערישע דרעפט איז אומקאנסטיטוציאנאל, נאכפאלגנדיג א לאוסוט וואס א מענער רעכטן גרופע האט אריינגעגעבן קעגן די געוועזענע דרעפט סיסטעם.

די פענטאגאן האט שוין אפיציעל אפגעשאפן אלע רעגולאציעס וואס פונאנדערשיידן מענער און פרויען אין יאר 2015.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 9:26 am

אורטיילן היינט אום 10 אזייגער

צווישן די קעיסעס מיט א מעגליכקייט צו ווערן אנטשידן ציילט זיך קעיסעס וולעכע נעמט אריין עפל און גוגל

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איד_איד, דניאל אויערבאך, וימאןX3, חיים יענקל, נו שוין, נודניק, שכל טוב און 47 געסט