נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

הכל הבל האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:געריכט אנטזאגט זיך אויפצונעמען די דאקא קעיס פארן איצטיגן טערמין

גיט אדער שלעכט פאר טראמפ?
(כווייס נישט וואס די קעיס איז)

עס איז אן אנטוישונג פאר די אדמיניסטראציע וועלכע האט געשטרעבט אז די העכסטע געריכט זאל איבערהיפן די נידריגע געריכטס ענדגילטיגע אורטייל און מעגליך לאזן דעם פרעזידענטליכע עקזעקוטיווע שריט אין קראפט און דאדורך צווינגען דעמאקראטן צו פארהאנדלען איבער אימיגראציע אונטער פאליטישע דרוק

ווען ענדיגט זיך די טערמין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

משה11 האט געשריבן:

יוני למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א חוקי רציחה קעיס אפעלירט צום סופרים קאורט
די קעיס וועט צו ערשט גיין צו ריכטער אליטא וועלכע קען טעכניש באשליסן אויף די אייגענע האנט אז ער רעקאמענדירט פארן געריכט עס צו אקצעפטירן אבער אין געווענליכע פעלער וועט ער עס ווייטער שיקן צו די איבריגע ריכטער און אויב 4 ריכטער שטימען איין עס צו אקצעפטירן וועט עס די געריכט אויפנעמען
די קעיס איז ענליך צו די לענדמארק סופרים קאורט אורטייל 5-3 אין 2016 למספרם ווען די געריכט האט ארויסגעווארפן טיילן פון א טעקסאס געזעץ
טעקסאס האט דורכגעפירט א ברייטע געזעץ מיט א רייע צוימונגען אויף חוקי רציחה
די געריכט האט אבער געאורטיילט אז טייל פון די געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן, נעמליך די פארלאנג פון די סטעיט אז די סערוויסעס דארפן ווערן צוגעשטעלט אין צענטערן וועלכע קומען נאך א רייע צייכענונגען אויפן זעלבן פארנעם ווי שפיטעלער און אין רעזולטאט זענען די צענטערן קוואליפיצירן דראסטיש געפאלן און געבליבן קאנצעטרירט בעיקר אין די גרויסע סיטיס
די אנטוויקלונג האט געפירט אז אין די ווייטערע רורעל געגנטער ריז רציחה גאר שטארק געפאלן
די מיאריטעט פון אלע ליבעראלן אין צוגאב פון ריכטער קענעדי איז געשריבן געווארן דורך ריכטער ברייער וועלכע האט צווישן אנדערן אנגעוויזן אז די סטעיט האט אנערקענט אז זיי האבן נישט קיין באווייזן אז די געניסער פון די סערוויסעס ווערן שוואכער באהאנדלט אין די לאקאלע צענטערן
מיטן טויט פון ריכאטער סקאליא האבן זיך די קאנסערוואטיוון דערזעהן מיט בלויז 3 ריכטער, ראבערטס אליטא און טאמאס וועלכע האט געשריבן די קעגן אורטייל שרייבנדיג צווישדן אנדערן אז די געריכט קען נישט איבערווייזן אז שי געזעץ איז דירעקט פארבינדן מיט די טראסק אין רציחה זינט די סטעיט האט אויך גענומען אנדערע שריט איינצוצוימען רציחה ווי שניידן פאנדינג פאר ארגאנאזאציעס וועכלע שטעלן צו די סערוויס און מעגליך אז די אנדערע פאקטארן זענען צו פארדאנקן די טראסק
אצינד ווען ריכטער סקאליא איז ערזעצט מיט גארסוטש און קעווענאו איז באקוועם אויף קענעדיס שטוהל פארמאגן די קאנסערוואטיוון אן ערנסטע שאנס צו טראגן די געריכט אינעם פארקערטן דירעקציע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פעדעראלע פאנעל פון ריכטער ווארפט ארויס אלע 83 עטיקס באקלאגענישן איבער ריכטער קעווענאו
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די נעכטיגע באריכט איבער א מעגלכע קעיס פון חוקי רציחה אין סופרים קאורט

דאסמאל האנדלט זיך עס איבער א ליוזיאנא געזעץ ממש ענליך צו די טעקסאס געזעץ וועלכע מיר האבן נעכטן באשריבן
די געזעץ איז אריבער אין 2014 למספרם אבער אין 2017 למספרם האט עס די דיסטריקט קאורט בלאקירט באזירט אויף די סופרים קאורט אורטייל אין 2016 למספרם איבער די טעקסאס קעיס
אין 2018 למספרם האט אבער די 5'טע סירקוט קאורט געשריבן אז די געזעץ איז יא אויסגעהאלטן
אצינד שטייען לעגאלע עקספערטן געשפאנט צו זעהן אויב די סופרים קאורט וועט עס אקצעפטירן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ווייסע הויז גרייט זיך צוצולייגן נעמען צו די קורצע ליסטע פון פאטענציאלע סופרים קאורט ריכטער שוין אזוי פרי ווי אין קומענדיגן פרילינג
קאנסערוואטיוון לייגן שטארקע דרוק אז מען זאל אויך ארייננעמען נעאמי רעא
פרעזידענט טראמפ האט פערזענליך געהאט אויסגעפרעגטלעצטע יאר רעא וועלכע איז די אדמיניסטראטאר און פארפיגט אויף די אפיס אף אינפארמעישאן אף רעגולאטארי אפעירס (אן אפיס וועלכע האט איבערזיכט איבער אויספירן פאליסיס און רעגולאציעס און ארבעט פארן עקזעקוטיוון פליגל) מיטן ציהל איר צו נאמינירן צום די סי סירקוט קאורט צו ערזעצן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן דורך ריכטער ברעט קעווענאו
עס איז די סאמע ערשטע פאל אין וועלכע טראמפ פרעגט אויס א קאנדידאט וועלכע ווערט נישט נאמינירט צום סופרים קאורט
די די סי קאורט איז די געריכט אונטער וועמענס יוריסדיקציע סיי וועלכע געראנגל צווישן טראמפ און מולער ווי סובפינעס און נאך וועט פאל רעא איז טאקע נאמינירט געווארן אבער מיטן ענדע פונעם למספרם יאר איז איר נאמינאציע אפגעלאפן און טראמפ האט איר רענאמינירט און איר פארהער איז געסקעדזשועלט אויף מארגן דינסטאג
איצט הערט מען רופן פון די קאנסערוואטיווע קרייזן אז זי זאל ווערן צוגעלייגט צום סופרים קאורט ליסטע
אויב עס זאל טאקע פאסירן אז זי ווערט באשטעטיגט צום די סי קאורט און אין א שפעטערע פאל צום סופרים קאורט וועט עס זיין מערקווירדיג ווי יענע ספעציפישע די סי זיץ האט שוין איר מזל צום צווייטן מאל צו שיקן אירע אקופאנטן צום העכסטן באנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די ליוזיאנא חוקי רציחה קעיס האט ריכטער אליטא ארויפגעשטעלט אן אדמיניסטראטיווע סטעי זאגנדיג אז עס איז בלויז צייטווייליג און עס מיינט גארנישט איבער די קאורטס שטעלונג אויף די עצם קעיס
די סטעיט געזעץ האט געדארפט אריינגיין און קראפט היינט מאנטאג און אליטא האט אויף דערווייל אפגעשטעלט די געזעץ אויף ביז דאנערשטאג ווייל די געריכט דארף אביסל מער צייט אריינצוקוקן געהעריג אין די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין מישיגען דארף זיך מארגן אנהויבן א טרייעל איבער גערימענדערינג אונטער די ארטיגע רעפובליקאנע קאנטראלירטע לעגיסלאטור ווערן באשולדיגט אין שרייבן די מאפעס אויף אן אומקאנסטיטוציאנאלע וועג
די ניי ערוועלטע דעמאקראטישע סעקרעטערי אף סטעיט וועלכע פארפיגט אויפן וואל פראצעדור האט גראדע פרובירט אויסצוהאמערן א פשרה און פארמיידן די קעיס פון פאראויסגיין און א פעטיציע דערוועגן איז אפילו געווארן געשיקט צום סופרים קאורט און האט דאסמאל געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטערין סאטאמיאר וועלכע האט זיך אבער איצט אנטזגט צו בלאקירן די פראצעס פון פאראויסגיין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מען האט שוין באריכטעט נאכן לעצטן קאנפרענץ פון סופרים קאורט ריכטער אז מערסטנס פון די היי פראפיל קעיסעס איז דערווייל נישט געווארן אנגענומען מיטן אויסנאם פון גערימענדערינג און די ניו יארקער ביקסן געזעץ
נישטערנדיג אין די צווישן דאקומענטן אויף די פאליצעס ווערן אנדעקט אז זיי פלאנען נאך אלץ אריינצוקוקן אין טייל פון די קעיסעס ביים קומענדיגן קאנפרענץ אום פעברואר 15 למספרם
מען זעהט דארט אז זיי וועלן איבערשמועסן אויב זיי זאלן אויפנעמען די נארישע געזעצן קעיסעס און אויך די אינדיאנא געזעץ וועלכע באגרעניצט חוקי רציחה
די אומגעזאגטע שרייט די העכסטע מיט דעם וואס זיי דערמאנען נישט קיין ווארט פון דאקא וועלכע באשטעטיגט דאס וואס איז שוין קלאר געווען ביז איצט אויך אז זיי וועלן נישט אקצעפטירן די קעיס איידער זי מאכט דורך דעם רוטינעם פראצעדור אין די נידריגערע געריכטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גינזבורג ערשינען נעכטן נאכט אין פובליק צום ערשטן מאל זייט איר מעדיצינישע דורכגאנג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א מוסולמענער ארעסטאנט וועלכע האט געדארפט ווערן אומגעברענגט דאנערשטאג האט פארלאנגט אז זיין אימאם זאל זיין דערביי ווען מען פירט אויס די טויט אורטייל
די סטעיט אלאבאמא האט אפגעווארפן זיין לעצטע וואונטש זאגנדיג אז ער קען בלויז באקומען א קריסטליכע טשאפלעין
אין רעזולטאט האט די 11'טע סירקוט דערווייל געלייגט א סטעי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויב דערוילעם דא האלט קאפ אויף די באריכטן און צייכענען אן דאטומען אין קאלענדאר איז היינט די טאג ווען א צייטווייליגע אדמיניסטראטיווע סטעי אויפן ליוזיאנא חוקי רציחה קעיס לויפט אויס
דעריבער איז העכסט ווארשיינליך צו הערן היינט דורכן טאג עפעס אן אפדעיט אויף די היי פראפיל קעיס און עס וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן ווי אזוי ראבערטס און קעווענאו וועלן עס באהאנדלען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעכטן נאכט האט טאקע דער סופרים קאורט גענומען שריט אין באצוג צו די ליוזיאנא חוק צו באגרעניצן רציחה

די געריכט האט אנגעמומען אריינצוקוקן אין די קעיס און אויף דערווייל געשטימט 5-4 צו בלאקירן די געזעץ פון אריינגיין אין קראפט אויף ביז זיי גיבן ארויס זייער ענדגילטיגע פסק
הויפט ריכטער ראבערטס האט זיך אנגעשלאסן מיט די 4 ליבעראלן און געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און ריכטער קעווענעאו האט געשריבן פאר די מינאריטעט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מוצ"ש פעברואר 09, 2019 10:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הכל הבל האט געשריבן:נעכטן נאכט האט טאקע דער סופרים קאורט גענומען שריט אין באצודג צו די ליוזיאנא חוק צו באגרעניצן רציחה

די געריכט האט אנגעמומען אריינצוקוקן אין די קעיס און אויף דערווייל געשטימט 5-4 צו בלאקירן די געזעץ פון אריינגיין אין קראפט אויף ביז זיי גיבן ארויס זייער ענדגילטיגע פסק
הויפט ריכטער ראבערטס האט זיך אנגעשלאסן מיט די 4 ליבעראלן און געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און ריכטער קעווענעאו האט געשריבן פאר די מינאריטעט

סא יעצט גייט עס אריין אין קראפט אדער ס'בלייבט די סטעי ?
און וואס גייט בכלל פאר מיט די פרשה פון די ווירזשיניע געווענער ? וואס האט ער ערלויבט ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

eller האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נעכטן נאכט האט טאקע דער סופרים קאורט גענומען שריט אין באצודג צו די ליוזיאנא חוק צו באגרעניצן רציחה

די געריכט האט אנגעמומען אריינצוקוקן אין די קעיס און אויף דערווייל געשטימט 5-4 צו בלאקירן די געזעץ פון אריינגיין אין קראפט אויף ביז זיי גיבן ארויס זייער ענדגילטיגע פסק
הויפט ריכטער ראבערטס האט זיך אנגעשלאסן מיט די 4 ליבעראלן און געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און ריכטער קעווענעאו האט געשריבן פאר די מינאריטעט

סא יעצט גייט עס אריין אין קראפט אדער ס'בלייבט די סטעי ?
און וואס גייט בכלל פאר מיט די פרשה פון די ווירזשיניע געווענער ? וואס האט ער ערלויבט ?

עס בלייבט א סטעי אויף ווילאנג די געריכט קומט ארויס מיט איר פסק אויף די פראגע
די קעיס גייט ערשט איצט אנהויבן ווערן באהאנדלט אין סופרים קאורט הגם א גאר ענדליכע קעיס איז שוין גאעווארן באהאנדלט דארטן אבער די דינאמיקס פון די ריכטער האט זיך געטוישט זינט דאן
באזירט אויף די ריכטערס שטעלונגען דאן, וואלט דער געזעץ איצט געדארפט ווערן באשטעטיגט אבער מען דארף איצט ווארטן צו זעהן צו ריכטער ראבערטס איז בלויז מיטגעגאנגען מיטן צייטווייליגן סטעי אדער וועט ער אויך טוישן מיינונג אינעם עווענטועלן פסק פון זיין מייינונג אינעם טעקסאס קעיס כדי אנצוהאלטן/שאפן דעם אומפארטייאישן אויסקוק פונעם געריכט
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

הכל הבל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נעכטן נאכט האט טאקע דער סופרים קאורט גענומען שריט אין באצודג צו די ליוזיאנא חוק צו באגרעניצן רציחה

די געריכט האט אנגעמומען אריינצוקוקן אין די קעיס און אויף דערווייל געשטימט 5-4 צו בלאקירן די געזעץ פון אריינגיין אין קראפט אויף ביז זיי גיבן ארויס זייער ענדגילטיגע פסק
הויפט ריכטער ראבערטס האט זיך אנגעשלאסן מיט די 4 ליבעראלן און געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און ריכטער קעווענעאו האט געשריבן פאר די מינאריטעט

סא יעצט גייט עס אריין אין קראפט אדער ס'בלייבט די סטעי ?
און וואס גייט בכלל פאר מיט די פרשה פון די ווירזשיניע געווענער ? וואס האט ער ערלויבט ?

כדי אנצוהאלטן/שאפן דעם אומפארטייאישן אויסקוק פונעם געריכט

אוי הבל איז פיין!! ;l;p-
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער ערלויבט קאנגרעס צו זיין טייל פון די קלעגער אין די אנגייענדע אבאמאקעיר קעיס
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער ערלויבט קאנגרעס צו זיין טייל פון די קלעגער אין די אנגייענדע אבאמאקעיר קעיס

לכאורה מיינט עס די האוז דעמעקראטן קענען זיין א טייל פון די "דיפענדערס" אין די קעיס.

קענען די רעפובליקאנער אויך זיין א טייל אינעם קעיס?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אה, הבל איז דא.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Justice Ruth Bader Ginsburg is at the Supreme Court today and will participate in the justices’ scheduled closed door conference
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יא, ריכטערין גינזבורג איז האט פערזענליך אנטייל גענומען אין די פרייטאג קאנפרענץ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די געריכט האט באשלאסן אויפצונעמען די סיטיזאנשיפ פראגע און עס אריינשטופן פארהערן דערוועגן אינעם געפאקטן אפריל למספרם סקעדזשועל און נאך אורטיילן דערויף אינעם איצטיגן טערמין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין גינזבורג וועט ערשיינען אום 10 אזייגער אין געריכט אנטייל צו נעמען ביי די היינטיגע מונדליכע ארגומענטן

אום 930 וועט די געריכט ארויסגעבן אירע ארדערס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ארדערס קענען אנטהאלטן אפדעיטס איבער חוקי רציחה, נארישקייט רעליגיעזע רעכטן און די ריינע וואסער אקט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פובליק סיטיזאן לאוסוט איבער טראמפס נאציאנאלע דעקלעראציע באקומט צוגעטיילט א ריכטער
ריכטער טרעיוואר מעקפאדאן, א דיסטריקט ריכטער פון די דיסטריקט אף קאלאמביע און א וועטעראן יוסטיץ דעפארטמענט באאמטער נאמינירט דורך טראמפ וועט פארפיגן אויף די קעיס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”