נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 14, 2019 9:33 am

אקעי
קיין שריט היינט פון די געריכט אויף דאקא, בריות משונות אין מיליטער
ערווארטונג אויף מעגליכע שריט אפגעשטופט אויף פרייטאג

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 14, 2019 9:46 am

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אנצונעמען קעיס וועלכע זוכט צו שטעלן פראגן אויף די רעכט פון פרעזידענט טראמפ צו שטעלן מעט וויטעקער אלץ אטוירני דזשענעראל

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 14, 2019 4:05 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
פייווישעל האט געשריבן:קענסט אריין קומען מיט א באריכט אויף די וויין קעיס וואס מגייט הערן מאנטאג

נישט מאנטאג, מיטוואך

און אי"ה וועט נאכקומען א באריכט דערוועגן גענוג פרי איר זאלט זיין גרייט מיט אייער היימארבעט איבער די קעיס אין צייט

די 18'טע אמענדמענט צום קאנסטיטוציע האט געלאזט אין גאנג א פעדעראלע אפעראציע צו אינפארסירן די דאן פארבאט אף אלקעהאל אין די פאראייניגטע שטאטן
די פראבלעם איז געווען אז אין לויף פון די יארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעגירונג האט נישט עכט געהאט די מעכאניזם און מעגליכקייט אפצושטעלן די באנוץ און האנדל פון אלקאהאל און צוליב די אמענדמענט האט זיך צובליהט די שווארצע מארקעט פון אלקאהאל וועלכע האט אלץ רעזולטאט פארמערט פארברעכן
אין א ריקצוג האבן די סטעיטס באשטעטיגט די 21'סטע אמענדמענט וועלכע איז די איינציגסטע אמענדמענט צוריקצודרייען א פריערדיגע אמענדמענט
די 21'סטע אמענדמענט טוט צו ערשט ווי געשריבן צוריקדרייען די 18'טע אמענדמענט און אבער יא ארויפלייגן א פעדעראלע פארבאט צו אימפארטירן אלקאהאל צו סטעיטס וועלכע פארמאגן סטעיט פארבאטן אויף אלקאהאל און אין אלגעמיין לאזן די מאכט פאר סטעיטס צו פארבאטן און/רעגולירן אלקאהאל
מיט די צייט איז די צווייטע טייל געווארן מער ווייניגער אומרעלעוואנט זינט אלע סטעיטס האבן לעגאליזירט אלקאהאל אבער עס איז יא פארבליבן די רעכט פאר געוויסע סטעיטס וועלכע טוען נאך רעגולירן די האנדל פון אלקאהאל מיט פילע פארשריפטן
דא קומט אבער אריין א באזונדערע געזעץ וועלכע ערלויבט די רעגירונג צו קאנטראלירן די האנדל צווישן סטעיטס און אויסלענדישע פירמעס און אויך די האנדל צווישן איין סטעיט און די צווייטע
צום ביישפיל קען די רעגירונג פארבאטן פון סטעיטס ארויפצושטעלן געוויסע פארשריפטן אויף פירמעס וועלכע אימפארטירן פראדוקטן אריין אין די סטעיט אויב די סטעיט פארלאנגט נישט די זעלביגע פון פירמעס וועלכע זענען באזירט אין די סטעיט
די אויבנדערמאנטע ערשיינונג פלעגט זיין די שטייגער ווען פארשידענע סטעיטס האבן געזוכט צו פארשטארקערען די מאנאפאל פון לאקאלע ביזנעסער אבער די רעגירונג האט עס פארבאטן אלץ דיסקרימינאציע אויף אוט אף די סטעיט ביזנעסער וועלכע זוכן צו מאכן ביזנעס אין די סטעיט זינט די פעדעראלע רעגירונג האט אן אינטערעס צו פארשטארקערן די ביזנעס אקיטוויטעטן נאציאנאל און פארמערן קאנקורענץ
איצט צו די ספעציפישע קעיס, טענעסי פארלאנגט אז כדי צו באקומען א לייסענס צו פארקויפן אלקאהאלישע געטראנקן דארפן אפליקאנטן וואוינען מינימום צוויי יאר אין די סטעיט און צו באנייען א לייסענס דארף מען וואוינען צען יאר
די דיסטריקט קאורט און דערנאך די 6'טע סירקוט קאורט האבן געאורטיילט אז די סטעיט געזעץ פארלעצט די אויבנדערמאנטע געזעץ און איז דיסקרימינאציע שרייבנדיג אז דאס וואס די 21'טע אמענדמענט ערלויבט סטעיטס צו רעגולירן אלקאהאל פארקויף באדייט נישט אז די סטעיט קען נוצן די רעכט און זיך דאדורך באפרייען פון די לעצטע ווארט וועס די פעדעראלע רעגירונג האט אויף האנדל אין די סטעיטס און זייער פארבאט אויף אוט אף די סטעיט דיסקרימינאציע
די סטעיט האט אויך פרובירט אויסצוטייטשן אן אלטע סופרים קאורט אורטייל אויף א וועג וועלכע טייטשט אויס די פעדעראלע רעגירונגס מאכט אין אזעלכע פעלער באגרעניצט צו אלקאהאל פראדוצירער אבער די 6'טע סירקוט קאורט האט עס אפגעוארפן זאגנדיג אז עס איז פונקט אזוי רעזערווירט פאר אלקאהאל האולסעילער און ריטעילער
די סופרים קאורט וועט מיטוואך אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 15, 2019 10:19 am

סופרים קאורט 5-4 אורטייל
ברייער שטימט מיט די מאיאריטעט קאנסערוואטיוון
ראבערטס מיט די מינאריטעט ליבעראלן

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 15, 2019 10:28 am

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט 5-4 אורטייל
ברייער שטימט מיט די מאיאריטעט קאנסערוואטיוון
ראבערטס מיט די מינאריטעט ליבעראלן

לגבי?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 15, 2019 10:29 am

אי"ה שפעטער

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 15, 2019 10:30 am

ריכטער בלאקירט די סיטיזאן פראגע אינעם צענזוס

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 15, 2019 10:44 am

ריכטער איז פון מאנהעטען געשטעלט דורך אבאמא און די פראגע איז ווייט פון געלעזט זינט די סופרים קאורט איז געסקעדזשועלט אויסצוהערן מונדליגכע ארגומענטן דערויף אום פעברואר 19 למספרם

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 15, 2019 11:11 am

ריכטער זעלבסט זאגט אז די עצם פראגע אויפן צענזוס איז קאנסטיטוציאנאל אבער די נויטיגע פראצעדורן זענען נישט געווארן אויסגעפאלגט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 15, 2019 2:05 pm

ריכטער אנטזאגט זיך צו צווינגען די רעגירונג צו באצאלן פאר אירע ארבעטער דורכאויס דעם שאטדאון

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג ינואר 20, 2019 5:30 pm

גינזבורג וועט געסקעדזשועלט צו ערשיינען ביי אן אויפטריט אום פעברואר למספרם

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 21, 2019 1:02 am

פארטראכטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קיינער ערווארט עס נישט
די זאך איז אז איר געזונט צושטאנד קען דערפירן דערצו אפגעזעהן צו זי וויל אדער נישט

נישט פארגעסן די אלטע אנגענומענע מעקאנעל פרעקטיס, אז מען נאמינירט נישט קיין נייע סופרים קארט ריכטער אין א עלעקשאן יאר...

מיינסט אודאי די ביידען פרעקטיס.
Innocent until proven Republican

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 21, 2019 9:19 am

די פאקס נייעס אגענטור אנטשולדיגט זיך נאכן אומריכטיג אנדייטן אז ריכטערין גינזבורג איז געשטארבן

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 21, 2019 10:50 am

הכל הבל האט געשריבן:די פאקס נייעס אגענטור אנטשולדיגט זיך נאכן אומריכטיג אנדייטן אז ריכטערין גינזבורג איז געשטארבן

הה"ד #פעיק ניוז

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:17 am

א ליכטיגן פרימארגן פון געריכט:
היינט וועט זיין נאך א שאנס וועלכע מען וועט מעגליך הערן פון געריכט נייעס איבער די היי פראפיל קעיסעס

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:18 am

אין בערך א האלבע שטונדע וועט מען הערן איבער ארדערס(וועלכע קען ארייננעמען באשלוסן איבער פענדינג קעיסעס און אויב די געריכט אקצעפטירט אריינצוקוקן אין זיי
אין ארום א שעה וועט מען הערן פאקטישע אורטיילן אין קעיסעס

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:36 am

סופרים קאורט ערלויבט די טראמפ אדמיניסטראציע פאראויסגיין מיטן אוועקנעמען בריות משונות פון ארמד פארסעס אין מיליטער
געריכט וועט נישט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אבער שענקט סטעי אויף פארבאט וועלכע האט צוריקגעהאלטן די אדמיניסטראציע פון עס לאזן אין גאנג
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג ינואר 22, 2019 9:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:40 am

סופרים קאורט וועט אקצעפטירט א קעיס אריינצוקוקן אין ניו יארקס גאן קאנטראל געזעץ זייענדיג די ערשטע מאל אין נאנט צו 10 יאר וואס די געריכט וועט אורטיילן אין די קאנסטוטיציאנאליטעט פון רעכט פאר געווער

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:44 am

סופרים קאורט אקצעפטירט א קלאסיפייד פארזיגלטע פיילינג פון די אומאידענטיפיצירטע אויסלענדישע פירמע וועם מולער זוכט צו צווינגען צוצושטעלן דאקומענטן
די טיילן ערלויבט פארן פובליק צו ליינען וועט באלד וווערן פארעפנטליכט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:47 am

די פיילינג איז א פארלאנג פון די פירמע אז די געריכט זאל אריינקוקן אין זייער פארלאנג פאר אן אפיעל און אויף די פארלאנג פון די ריכטער וועלן געוויסע טיילן פון די פיילינג ווערן פארעפנטליכט פאר די פובליק רעקארד

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:50 am

געריכט אנטזאגט זיך אויפצונעמען די דאקא קעיס פארן איצטיגן טערמין

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:58 am

די היינטיגע בריות משונות ארדער איז געווען א 5-4 באשלוס

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 10:07 am

בלויז אן איינצעלנע און איינשטימיגע אורטייל היינט אין א פעטענט קעיס געשריבן דורך ריכטער טאמאס

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » דינסטאג ינואר 22, 2019 1:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:געריכט אנטזאגט זיך אויפצונעמען די דאקא קעיס פארן איצטיגן טערמין


גיט אדער שלעכט פאר טראמפ?
(כווייס נישט וואס די קעיס איז)

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 22, 2019 1:19 pm

נודניק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:געריכט אנטזאגט זיך אויפצונעמען די דאקא קעיס פארן איצטיגן טערמין


גיט אדער שלעכט פאר טראמפ?
(כווייס נישט וואס די קעיס איז)

עס איז אן אנטוישונג פאר די אדמיניסטראציע וועלכע האט געשטרעבט אז די העכסטע געריכט זאל איבערהיפן די נידריגע געריכטס ענדגילטיגע אורטייל און מעגליך לאזן דעם פרעזידענטליכע עקזעקוטיווע שריט אין קראפט און דאדורך צווינגען דעמאקראטן צו פארהאנדלען איבער אימיגראציע אונטער פאליטישע דרוק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, בארג, בלי לחץ, יענקל בטלן און 53 געסט