נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג ינואר 04, 2019 10:12 am

אין א שטארקע זיג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע האט די די סי סירקוט קאורט אראפגענומען די בלאקאדא פון די פארבאט אויף בריות משונות צו סערווירן אין מיליטער און די פארבאט קען איצט פאראויסגיין

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » פרייטאג ינואר 04, 2019 11:39 am

הכל הבל האט געשריבן:אין א שטארקע זיג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע האט די די סי סירקוט קאורט אראפגענומען די בלאקאדא פון די פארבאט אויף בריות משונות צו סערווירן אין מיליטער און די פארבאט קען איצט פאראויסגיין


;1@

איז דעס נישט די זעלבע קארט וואס האט אפאר מאל געפאסקענט אקעגן טראמפ אין טראמפ האט זיי קריטקירט?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג ינואר 04, 2019 11:43 am

נודניק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין א שטארקע זיג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע האט די די סי סירקוט קאורט אראפגענומען די בלאקאדא פון די פארבאט אויף בריות משונות צו סערווירן אין מיליטער און די פארבאט קען איצט פאראויסגיין


;1@

איז דעס נישט די זעלבע קארט וואס האט אפאר מאל געפאסקענט אקעגן טראמפ אין טראמפ האט זיי קריטקירט?


איר רעדט פון די 9'טע סירקוט קאורט

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » פרייטאג ינואר 04, 2019 11:46 am

הכל הבל האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין א שטארקע זיג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע האט די די סי סירקוט קאורט אראפגענומען די בלאקאדא פון די פארבאט אויף בריות משונות צו סערווירן אין מיליטער און די פארבאט קען איצט פאראויסגיין


;1@

איז דעס נישט די זעלבע קארט וואס האט אפאר מאל געפאסקענט אקעגן טראמפ אין טראמפ האט זיי קריטקירט?


איר רעדט פון די 9'טע סירקוט קאורט



ריכטיג
כהאמיך פארמישט,

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג ינואר 04, 2019 1:49 pm

דאס איז די סירקוט פון ווי קעווענאו איז געקומען
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 07, 2019 9:31 am

א ליכטיגן פרימארגן פונעם געריכט
די ריכטער קערן זיך היינט צוריק צו די ארבעט נאך די ווינטער אורלויב און זענען ערווארטעט ארויסצוגעבן א רייע ארדערס אום 9:30
עס איז דא א מעגליכקייט אז די ארדערס וועט איינשליסן מעלדונגען אויב די געריכט אקצעפטירט קעיסעס פון חוקי תועבה און בריות משונות און זייערע רעכטן ביי די ארבעט און דיסקרימינאציע
אויך קען קומען א מעלדונג איבער די מיסטריעזע מולער קעיס אקעגן אן אומאידענטיפיצירטע אויסלענדישע קארפארעישאן
אין אן איבערראשנדע אנטוויקלונג וועט ריכטערין גינזבורג צום ערשטן מאל אין איר קאריערע פארפאסן די מונדליכע ארגומענטן אוון נישט זיין אנוועזנד אין געריכט נאר איבערקוקן די טראנסקריפטן פון די היינטיגע סעסיע
אין אנדערע נייעס האט די יוסטיץ דעפארטמענט פארלאנגט פון די געריכט אז די אבאמאקעיר קעיס זאל באקומען א פארלענגערונג אויף ביז ווען מען דארף אריינגעבן די דאקומענטן אין ליכט פונכען אנגייענדן רעגירונג פארשליסונג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 07, 2019 9:38 am

אקעי,קיינע ארדערס היינט איבער תועבה, בריות משונות, גאן רעכטן און חוקי רציחה
קומענדיגע שאנס פאר נייעס איבער די קעיסעס וועט ערשט זיין פרייטאג

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג ינואר 07, 2019 9:58 am

הכל הבל האט געשריבן:אקעי,קיינע ארדערס היינט איבער תועבה, בריות משונות, גאן רעכטן און חוקי רציחה
קומענדיגע שאנס פאר נייעס איבער די קעיסעס וועט ערשט זיין פרייטאג

וואס יא?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:11 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אקעי,קיינע ארדערס היינט איבער תועבה, בריות משונות, גאן רעכטן און חוקי רציחה
קומענדיגע שאנס פאר נייעס איבער די קעיסעס וועט ערשט זיין פרייטאג

וואס יא?

מאמענטאל פארנומען, פרובירן עס צו דעקן אינעם 4 אזייגער אפדעיט בל"נ

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:16 am

הכל הבל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אקעי,קיינע ארדערס היינט איבער תועבה, בריות משונות, גאן רעכטן און חוקי רציחה
קומענדיגע שאנס פאר נייעס איבער די קעיסעס וועט ערשט זיין פרייטאג

וואס יא?

מאמענטאל פארנומען, פרובירן עס צו דעקן אינעם 4 אזייגער אפדעיט בל"נ

יישר כוח.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:43 am

דער סופרים קאורט האט געמאלדן, אז זיי וועלן ארויסגעבן אורטיילן איבער די וויכטיגע אישו פון דזשערימענדערינג, וואס באדייט אז לאקאלע סטעיט לעגיסלאטורס שניידן די קאנגרעס מאפעס אין זייערע סטעיטס, אויף א וועג אז עס זאל דוקא בענעפיטירן זייער פארטיי.

דער סופרים קאורט וועט אויסהערן א קלאגע פון די דעמאקראטן אין נארט קאראליינע, און אויסער דעם א קלאגע פון רעפובליקאנער אין מערילאנד, וועלכע זאגן אז די דעמאקראטיש-געפירטע לעגיסלאטור אין מערילאנד האט געמאכט די מאפעס אין זייער טובה.

א סופרים קאורט אורטייל איבער דזשערימענדערינג, קען האבן א שטארקן אימפאקט אויף די קומענדיגע קאנגרעס וואלן אין צוויי יאר ארום.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:02 pm

שכוח

שאלה!
איז פעיק נוז מיט הכל הבל די זעלבע זאך ? :grin:
הק' יישר כח

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:32 pm

ניין

הבל שרייבט אייגענע באריכטן.

פעיק ניוז קאפיעט (עט ליעסט די יעצטיגע באריכט) פון דעילי איד.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:46 pm

איך האב עס נעכטן באריכטעט אין די 4 אזייגער אפדעיט און נישט אנגעיאגט אהערצוברענגן אין דיזע אשכול ותשואות חן לכבוד הרב פעיק ניוז פארן עס באריכטן פאר די וועלכע האבן נישט געליינט דארט די נעכטיגע אפדעיט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 07, 2019 4:03 pm

די ריכטער האבן זיך היינט אומגעקערט צו די ארבעט נאך די ווינטער אורלויב און ארויסגעגעבן א רייע ארדערס
עס איז געווען ערווארטעט די מעגליכקייט אז די ארדערס וועט איינשליסן מעלדונגען אויב די געריכט אקצעפטירט קעיסעס פון חוקי תועבה און בריות משונות און זייערע רעכטן ביי די ארבעט און דיסקרימינאציע
אויך קען קומען א מעלדונג איבער די מיסטריעזע מולער קעיס אקעגן אן אומאידענטיפיצירטע אויסלענדישע קארפארעישאן, אבער עווענטועל זענען געווען קיינע ארדערס היינט איבער תועבה, בריות משונות, גאן רעכטן און חוקי רציחה
קומענדיגע שאנס פאר נייעס איבער די קעיסעס וועט ערשט זיין פרייטאג

אין 2010 למספרם האט א פירמע באקאנט אלץ אסעדזש ווינט אפגעליעסט די רעכטן אויף א באדן פון 8400
פריוואטע אקער לאנד צו אינסטאלירן דארט ווינט טורביינען און האט אנגעהויבן גרובן ריזיגע לעכער אבער האט זיך באגעגנט מיט שטייפע קעגנערשאפט פון א געוויסע אמעריקאנע שבט וועלכע האבן פרובירט אפצושטעלן די פראיעקט אבער אן קיין ערפאלג
די פעדעראלע רעגירונג האט זיך שפעטער אנגעשלאסן אין די קאמף און גענומען די זייט פונעם שבט זאגנדיג אז די וויבאלד די ארבעט שליסט איין גרובונגען דארף די פירמע פארמאגן א ספעציעלע ליעס פאר גרוב ארבעט
די רעגירונג האט ארגינעל פארלוירן די קעיס אבער עס דאן אפעלירט צו די 10'טע סירקוט וועלכע האט געגעבן רעכט פאר די רעגירונג און די פירמע האט זיך דאן געוואנדן צום סופרים קאורט אבער די סאליסיטאר דזשענעראל האט געזאגט אז די סופרים קאורט דארף נישט ווערן פארמישט אין א קעיס וועלכע פארדינט ניטאמאל די העכסטע געריכטס אויפמערקזאמקייט
היינט אינדערפרי האט טאקע די געריכט געמאלדן אז זי אנטזאגט זיך צו אקצעפטירן די קעיס וועלכע באדייט אז די אורטייל פון די 10'טע דיסטריקט בלייבט אין פלאץ

די אטורני דזשענעראלס פון ניו יארק און מאסאטשוסעטס האבן אויסגעפארשט אויב עקסאן מאביל האט בייזוויליג פארפירט אינוועסטירער און די פובליק איבער קלימאטן טויש און די אפעקט וואס זי קען האבן איבער איר ביזנעס
עקסאן האט זיך געוואנדן צום געריכט צו בלאקירן די אויספארשונג אבער די ריכטערין אין די דיסטריקט געריכט אין דרום ניו יארק האט עס אפגעווארפן שרייבנדיג אז די פירמע גייט ארויס פון זייער וועג אין א סטראטעגיע אז די בעסטע פארטידיגונג איז צו גיין אויף די אפענסיווע און אטאקירן די רעכט פון א יושר'דיגע אויספארשונג
אין 2016 למספרם האט זיך עקסאן געוואנדן צו א פעדעראלע געריכט באזירט אין דאלאס טעקסאס באשולדיגנדיג אז די אויספארשונג וועלכע איז געעפנט געווארן דורך די דעמאלטסדיגע ניו יארק אטוירני דזשענעראל שניידערמאן איז פאליטיש מאטיווירט און פארלעצט די קאנסטיטוציאלע רעכטן פון די פירמע
די טעקסאס דיסטריקט ריכטער איז געווען גאר סימפאטיש צו עקסאן און געגאנגען אזוי ווייט ווי פארארדענען אז די צוויי אטוירני דזשענעראלס זאלן פערזענליך ערשיינען פארנט פון זיין געריכט און אויפטרעטן מונדליך אבער עווענטועל נאך האט ער אנערקענט אין די ארגומענט פון די ניו יארקער אפיס אז ער האט מאנגלט יוריסדיקציע איבער די קעיס און דעריבער צוריקגעשיקט די קעיס קיין ניו יארק
די ניו יארקער ריכטערין איז האט זיך טאקע גאר אנדערש באצויגן צו עקסאן ווי די טעקסאז ריכטער און האט זיי אפט ארונטערגעריסן און אפן דערקלערט אז זי איז אנדערש ווי די טעקסאס ריכטער
די ארגומענט פון עקסאן האט זיך באצויגן צו געשפרעכן וואס די פראקורארן האבן געפירט מיט קלימאטן טויש אקטיוויסטן ביי א קאנפרענץ ווי על גאור איז געווען אנוועזנד און צייגט לויט זיי אז די אויספארשונג איז פאליטיש
היינט אינדערפרי האט די סופרים קאורט געזאגט אז עקסאן'ס ארגומענט איז נישט ריכטיג און מיט דעם אויסגעקלארט די וועג פאר די אויספארשונגען פארצוזעצן און ערלויבן די פראקורארן צו פארלאנגען דאקומענטן פון די פירמע וועלכע קענען אויסקלארן איר ראלע און די אנגעבליכע באשולדיגונגען

אין אן איבערראשנדע אנטוויקלונג וועט ריכטערין גינזבורג צום ערשטן מאל אין איר קאריערע פארפאסן די מונדליכע ארגומענטן אוון נישט זיין אנוועזנד אין געריכט נאר איבערקוקן די טראנסקריפטן פון די היינטיגע סעסיע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:30 am

א ליכטיגן פרימארגן פון געריכט!

אורטיילן קענען קומען היינט 10 אזייגער און דאן וועלן די ריכטער אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין 2 קעיסעס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:57 am

איין שאכטל דאקומענטן אריינגעברענגט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:06 am

ריכטער קעווענעאו גיבט ארויס זיין סאמע ערשטע אורטייל אויפן געריכט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:08 am

אן אורטייל איינשטימיג דורך אלע 9 ריכטער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:16 am

גינזבורג ווייטער אפוועזנד

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:31 pm

א קלעגער האט אנגעקלאגט א געוויסע מעניופעקטשורער אין פארלעצן אנטי טראסט געזעצן (געזעצן צו באגרעניצן מאנאפאל און פארזיכערן קאנקורענט) און דער אנגעקלאגטער האט פארלאנגט פונעם געריכט אז ער וויל פארהאנדלען אינדרויסן פון געריכט
די פראצעדור איז אז ווען צוויי זייטן זענען גרייט צו שליכטן זייערע דיפערענצן אינדרויסן פון געריכט וועט די קעיס גיין צו בוררות וועלכע פון א לעגאלע שטאנדפונקט באדייט אז אפיציעל באשטימטע פארמיטלער ווען באהאנדלען די שטרייט און אויסארבעטן א פשרה וועלכע איז לעגאל בינדנד און ווערט אינפארסירט דורך די מאכט פונעם געריכט
אינעם איצטיגן פאל האט אבער די קלעגער נישט געוואלט אקצעפטירן די פארמיטלונג פראצעדור צוליב אן געוויסע באדינגונג אינעם אפמאך וועלכע ער האט נישט געגליכן
אנדערש ווי אין געווענליכע פארמיטלונג אפמאכן ווען אלעס ארום די אפמאך ווערט פארהאנדלט אויסשליסליך אינדרויסן פון געריכט און איז נישט אונטער א לעגאלע געראנגל סטאטוס נאר ליבערשט ווי א ציווילע שליכטונג פראצעדור (און בלויז די ענדגילטיגע פשרה ואיז לעגאל בינדנד) האט די איצטיגע אפמאך איינגעשלאסן א תנאי אז דער אנגעקלאגטער קען זיך ווענדן צום געריכט צו פארלאנגען א אן אינדזשאנקשען ווען נויטיג
אינדזשאנקשענס איז א רעכט וועלכע באשולדיגטע אין געריכט קענען פארלאנגען פון א ריכטער אין געוויסע פעלער אין לויף פון א פראצעס אפצוהאלטן צייטווייליג דעם קלעגער פון דורכפירן/אונטערנעמען געוויסע שריט אויף ביז די צוויי סייטן קומען זיך דורך אדער דער ריכטער קען געהעריג אריינקוקן דערין און באשליסן
געווענליך ווערט די רעכט צוגעשטעלט בלויז אין א געהעריגע געריכטליכע קלאגע
דא אבער האט דער קלעגער זיך אפגערעדט אז די אנגעקלאגטער וויל געניסן פון א בוררות און נישט אויסשטיין אן אפיציעלע לעגאלע געריכט קעיס דארף עס זיין פולשטענדיג אינדרויסן פון געריכט און אויב דער אנגעקלאגטער וויל קענען לויפן כסדר צו א ריכטער ווען עס לוינט אים פארלאנגען א אן אינדזשאנקשען מיינט עס אז עס איז נישט גענצליך אפגעריסן פונעם געריכט סיסטעם ואין כאן כרות גיטא און ער וויל טאנצן אויף ביידע חתונות
דער ריכטער וועלכע האט פארפיגט אויף די קעיס האט געאורטיילט אז די בוררות קען ווייטער פארזעצן אבער דער דיסטריקט ריכטער האט שפעטער ארויסגעווארפן דעם אפמאך און אזוי אויך שפעטער די 5'טע סירקוט קאורט האט קלארגעשטעלט אז די אפמאך האט נישט קיין שום גרונד צוליב וואס עס איז נישט פולקאם אפגעטיילט פונעם געריכט סיסטעם און איז נישטבכלל נישט אין די אינטערעסע פונעם קלעגער און דעריבער זאל די געריכט נישט ערלויבן די קעיס צו גיין פאר בוררות
דער אנגעקלאגטער האט אבער גע'טענה'ט אז עס איז דא א מיינונגס פארשידנהייט צווישן די סירקוט קאורטס צו די געריכט זעלבסט אדער א בורר איז דער וועלכע באדשליסט אויב א קעיס קוואליפיצירט פאר בוררות און איינמאל צוויי צדדים זענען איינגעגאנגען פאר בוררות קען נישט די געריכט אריינרעדן און צוריקהאלטן ערלויבעניש פון שיקן די קעיס צו בוררות אפילו אפילו אויב אין זייער מיינונג איז די בוררות אפמאך נאריש גרונדלאז און קעגן די אינטערעסן פון אין זייט
היינט צופרי האט די סופרים קאורט איינשטימיג געאורטיילט אויף די קעיס אין אן אורטייל געשריבן דורך ריכטער קעווענאו אז די סירקוט קאורט אורטייל איז ארויסגעווארפן

מייקל סקאקאל איז געבוירן צו זיין פאטער ראשטאן סקאקל וועלכע איז א ברודער פון די אלמנה פונעם פארשטארבענעם סענאטאר ראבערט קענעדי (א ברודער מיטן געוועזענעם פרעזידענט קענעדי)
אום 1975 למספרם איז מייקל געפונען געווארן שולדיג פארן אומברענגן א שכן ווען זיי זענען ביידע געווען יוגנטליכע
ערשט ווען סקאקל איז געווען אין זיינע דרייסיגער איז ער געווארן ארעסטירט און אנגעקלאגט מיט יענעם מארד און נאך א דריי וואכן פראצעס אין 2002 למספרם אז ער געווארן געפונען שולדיג און פאראורטיילט צווישן 20 יאר און לעבנסלענגליכע טורמע
נאכן אפשימלען אונטער די גראטעס פאר ארום 10 יאר האט זיין אדוואקאט אריינגעגעבן נייע באווייזן איבער זיין אומשולד ווי באלד ערקלערט און א ריכטער האט אים אין 2013 למספרם ארויסגעלאזט אויף 2.1 מיליאן דאלער בעיל אויף ביז די פראקורארן וועלן באשליסן ווי אזוי זיי ווילן פאראויסגיין
נאך וואס די קאנעטיקוט סופרים קאורט האט ארגינעל געהאט באשטעטיגט די שולד אורטייל האבן זיי עס אין 2016 למספרם ווידער באשטעטיגט און געזאגט אז די פראקורארן האבן צוגעשטעלט גאר שטארקע באווייזן אין די קעיס
אין 2018 למספרם האבן די פראקורארן פארלאנגט פון די קאנטטעיקוט סופרים קאורט אז באזירט אויף זייער לעצטע באשלוס זאל די בעיל ווערן אפגערופן און מייקל זאל זיך אומקערן אין טורמע אויסדינען זיין טערמין
אבער נאכן איבערקוקן די קעיס האט די זעלבע געריכט ענדגילטיג צוריקגעדרייט די שולד אורטייל און אים באפרייט פון די קלאגעס באזירט אויפן אויפדעקונג אז מייקלס אדוואקאטן האבן פארפעלט צו פרעזענטירן באווייזן וועלכע צייגן גאר אז מייקל איז אין די צייט פון די מארד געווען אויף אן אנדערע ארט און די קאורט האט באצייכנט די דורכפאל פון די פארטיידיגונג אז קאנסטיטוציאנאל אומפארגעבבאר און געזאגט אז עס ווארפט אפ די גאנצע פונדאמענט פון די באשולדיגונג איבערלאזנדיג די פראקורארן אין א דילעמא אויב זיי זאלן זוכן א פרישע פראצעס
די פראקורארן האבן זיך געוואנדן צום העכסטן סופרים קאורט און נעכטן אינדערפרי האט די געריכט געמאלדן אז זיי אנטזאגן זיך אריינצומישן אין די קעיס וועלכע באדייט אז מייקל בלייבט פריי און איצט דארפן די פראקורארן באשליסן אויב זיי ווילן אנהויבן די קעיס פונדאסניי

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:10 pm

האלט אייך רואיג און גייט אן מיט אייער רוטין אבער אזוי ווי ליינער דא אויף אייוועלט האבן באקומען די נייעס איבער א מעגליכע קענעדי רעזיגנאציע גאר פרי ווי אויך ווען די נייעס איז געשעהן, דעריבער פרובירט מען צו האלטן אינפארמירט אויך דאסמאל

נאכאמאל, גארנישט האט נאכנישט פאסירט אבער די ווייסע הויז ארבעט שוין אצינד אויף א מעגליכע גינזבורג אפטריט פון געריכט

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:24 pm

כ׳גלײב שװער אז זי גײט זיך אפזאגן פאר עלעקשאן יאר

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:40 pm

קיינער ערווארט עס נישט
די זאך איז אז איר געזונט צושטאנד קען דערפירן דערצו אפגעזעהן צו זי וויל אדער נישט

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8093
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:59 pm

איך גלייב אז זי וועט נישט ריטייערן ווילאנג זי אטעמט.

חוץ שטייצעך אויב זי באקומט א גאראנטי אז מען שטעלט א ליבערל, וואס איך פארשטיי אבער נאכנישט ווי אזוי מען גאראנטירט דאס, און ווי אזוי מען פירט עס דורך אין סענאט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”