נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 6:27 pm

ליידער איז די פרוי א פראדוקט פון YU, זי איז אגב א טאכטער פון א מלחמה איבערלעבער.

פארוואס טאקע האט טראמפ איהר נאמינירט?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 7:10 pm

ער האט איר רענאמינירט דהיינו זי איז שוין דארט פון פריער
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 12:20 pm

א פעדעראלע טעקס קאורט ריכטער איז אנגעקלאגט געווארן פאר באשווינדלן די איי אר עס מיט 450,000 דאלער.
זי האט באקומען 34 חדשים טורמע

וואס איז נייעס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 5:18 pm

הכל הבל האט געשריבן:איך האב באמערקט אז פילע זענען אומקלאר מיט די טעקסאס אורטייל דעריבער לאמיר פרובירן נאך א שאנס

סופרים קאורט הויפט ריכטער ראבערטס האט געשריבן אין זיין אורטייל אז די רעגירונג מעג איינשטעלן די אינדיווידועלע מאנדאט זינט עס אי בלויז א שטייער
ווען די רעפובליקאנער האבן עלימינירט די שטראף פארן נישט באזיצן אינשורענס איז ווייטער פארבליבן אויף די ביכער די פארלאנג צו פארמאגן אינשורענס
אצינד שרייבט ריכטער אקאנאר אז לשיטתו פון ראבערטס אז עס איז צו יענע צייט געווען בלויז א שטייער איז שוין איצט די שטייער אפטייטש אוועקגעפאלן און די רעגירונג פארלאנג אז יעדער זאל פארמאגן אינשורענס איז אומקאנסטיטוציאנאל אפילו לויטן העכסטן געריכט
דעריבער איז די מאנדאט נישט אויסגעהאלטן
א צווייטע טייל פונעם אורטייל איז דאס אז וויבאלד די מאנדאט פאלט אוועק צופאלט די גאנצע געזעץ
לעגאלע עקספערטן וועלכע זוכן צו פארטיידיגן די געזעץ מוטשען זיך אצינד אויפצוקומען מיט א קאנטער ארגומענט
צווישן די ערשטע מעגליכע געדאנקען צירקולירט איצט א טענה אז ווען קאנגרעס האט אוועקגענומען די שטייער טייל האבן זיי קלאר געהאט די שטימען דערויף בלויז מיט דעם וואס געוויסע סענאטארן וועלכע זענען געווען גרייט צוריקצודרייען בלויז די טייל
און מען דארף קוקן אויף די אינטענד (כוונה) ביים שרייבן די געזעץ וועלכע איז צושטאנד געקומען בלויז דורכן עלימינירן די טייל פונעם מאנדאט מיטן קלארן חשבון צו לאזן די איבריגע טיילן אומבארירט

אקעי, שוין א שטיקל צייט פארלאפן זינט די טעקסאס אורטייל
עקספערטן פון ביידע זייטן האבן שוין געהאט עטוואס צייט צו פלאנירן לעגאלע סטראטעגיע גייענדיג פאראויס
עס קוקט אויס דערווייל אז צו ראטעווען די מאנדאט זעלבסט וועט זיין היבש שווער
דערווייל איז די גרינגערע צוגאנג צו גיין מיט תפשת מועט און צו פארזיכערן די איבריגע סטרוקטור פונעם געזעץ והי' המחנה הנשאר לפליטה

עקספערטן אין שטיצע פונעם געזעץ זענען דערווייל געריכטעט צו גיין מיטן ארגומענט אז אפילו אויב די ריכטער זענען איבערצייגט אז קאנגרעס אין 2010 למספרם וואלט קיינמאל נישט באשטעטיגט אבאמאקעיר אויב די מאנדאט וואלט נישט געווען אינעם ביל איז נישט ריכטיג צו קוקן אויף די כוונה פון יענעם קאנגרעס
זיי ווילן בויען א קעיס מיטן אנצייגן אז לויט יענעם קאנגרעס האט מען געשאפן די גאנצע געזעץ מיטן מאנדאט און שפעטער איז געקומען קאנגרעס אין 2017 למספרם און אפגעשאפן איין טייל
לויט דעם איז פשט אזוי, אין 2010 למספרם איז נאך די געזעץ געווען אויסגעהאלטן צוליב וואס די מאנדאט איז געווען א שטייער
די איינציגסטע טויש האט פאסירט אין 2017 למספרם וואס דאן האט דער קאנגרעס באשלאסן אז זי וויל האבן די גאנצע געזעץ אויסער די מאנדאט טייל און טאקע פון דעם וואס זיי האבן אדרעסירט די געזעץ און נאר ארויסגעשניטן די מאנדאט צייגט עס אז זיי האבן פשוןט געטוישט די געזעץ אז פון היינט און ווייטער ווילן זיי די געזעץ אנעם מאנדאט
איצט, די קאנטער טענה גייט זיין אז אדרבה, מען דארף יא קוקן אויף די אינטענט פון קאנגרעס אין 2010 למספרם ווען בלויז זיי האבן פאקטיש געשטימט אויף דעם געזעץ און דוקא מיט א תנאי אז די מאנדאט איז דערינען
דטאס אז קאנגרעס האט שפעטער געשטימט איז נישט אויף אנצוהאלטן די איבריגע טיילן(נאר וואלט באמת אלעס ארויסגעשניטן ווען נישט די איין צוויי סענאטארן וועלכע האבן נישט איינגעשטימט)
דעריבער אפילו אויב די קוקסט אויף די אינטענט פון די 2017 למספרם קאנגרעס איז די ביל ארויסצושניידן די מאנדאט בהחלט נישט געווען אנצוהאלטן די איבריגע טייל(הגם א מאיאריטעט סענאטארן האבן עס געוואלט אנהאלטן, אבער זיי האבן נישט דאן געשטימט אויף די פראגע) נאר האבן קודם ארויסגעשניטן די טייל וואס איז געווען די גרינגסטע צו שניידן

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 5:21 pm

נעוואדע איז די קאנטער טענה ריכטיג! 2017 האבן זיי פשוט געטון וויפיל זיי האבן געקענט אראפנעמען פון א. קעיר נישט צו געבן דערפאר פרישע כחות וואס 2010 האט ניטאמאל ערלויבט!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 5:24 pm

אויף די ביכער קענט איר זיין גערעכט

דיפראגע איז ווי אויסן ריכטער ראבערטס וועט זיין נישט ארויסצושליידערן א געזעץ וועלכע איז שוין אין קראפט פאר א היבשע וויילע און מענטשן זענען שוין געוואוינט דערצו
ביי די ערשטע אבאמאקעיר קעיס האבן אויך ווייניג ערווארטעט אז ער זאל שטימען אין שטיצע פונעם מאנדאט

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:01 pm

אין די מין טיים קען נאך גינזבורג הולך'ן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:13 pm

אז דו נעמסט אלע שאנסן אין חשבון פארגעס נישט אז קעווענאו קען מעגליך מעגליך שטימען אין שטיצע פונעם געזעץ

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8093
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:14 pm

און גארסידזש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:15 pm

אלעס קען זיין אבער וואס איז די לאגיק וואס מאכט אייך אזוי טראכטן?
בלויז ווייל האסט אים נאכנישט געזען שטימען אקעגן די געזעץ אין די פארגאנגנהייט?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:17 pm

קעוווענאו האט אביסל פרעשור אויף חוקי רציחה און אבאמאקעיר אויף וועלכע ער האט פארשפראכן פאר קאלינס זיך אויפצופירן וואויל

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8093
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:43 pm

הכל הבל האט געשריבן:אלעס קען זיין אבער וואס איז די לאגיק וואס מאכט אייך אזוי טראכטן?
בלויז ווייל האסט אים נאכנישט געזען שטימען אקעגן די געזעץ אין די פארגאנגנהייט?


ווייל זייו ער איז דא, שטימט ער ווי קענעדי וואלט געשטימט, איך ווייס אויך אז קענעדי האט געשטימט קעגן אבאמע קעיר, אבער עס איז גענוג עס זאל זיין א ספק ווי אזוי ער וועט פסק'נען, עכ"פ עס קען געשען, פונקט ווי גינזבורג קען שטארבן.

די עיקר פוינט איז אז פון די פינעף ריכטער וואס האבן געטימט פאר אבאמע קעיר איז נאך יעדער דארט, און פון די פיר שטימען קעגן דעם איז נאך בלויז דא צוויי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 9:24 am

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אלעס קען זיין אבער וואס איז די לאגיק וואס מאכט אייך אזוי טראכטן?
בלויז ווייל האסט אים נאכנישט געזען שטימען אקעגן די געזעץ אין די פארגאנגנהייט?


ווייל זייו ער איז דא, שטימט ער ווי קענעדי וואלט געשטימט, איך ווייס אויך אז קענעדי האט געשטימט קעגן אבאמע קעיר, אבער עס איז גענוג עס זאל זיין א ספק ווי אזוי ער וועט פסק'נען, עכ"פ עס קען געשען, פונקט ווי גינזבורג קען שטארבן.

די עיקר פוינט איז אז פון די פינעף ריכטער וואס האבן געטימט פאר אבאמע קעיר איז נאך יעדער דארט, און פון די פיר שטימען קעגן דעם איז נאך בלויז דא צוויי.

אויב דו זאגסט אז דו ווייסט אז קענעדי האט געשטימט דערקעגן דאן פארוואס נוצטו עס אלץ סברא אז ער וועט מעגליך שטימען דערפאר?!

אגב, קענעדי האט נישט אין די לעצטע מינוט באשלאסן בדיעבד צו שטימען דערקעגן, ער איז געווען גאר שטארק אינסטרומענטאל אין די אפאזיציע אורטייל און געווען גאר בייז אויף ראבערטס פארן שטימען אין שטיצע
איז בלייבט איבער די איינציגסטע סברא דער בלויזער פאקט אז דו האסט נאך למעשה נישט געהאט קיין געלעגנהייט צו זעהן גארסוטש שטימען אקעגן אבאמאקעיר און דאס איז וואס איך געפרעגט אין מיין ארגינעלע תגובה אויב דו באזירסט עס אויף דעם
אגב דיין נקודה אז גארסוטש שטימט ווי קענעדי איז אמת אבער צוליב א סיבה
עס איז נישט בלויז מעסיגקייט
די סיבה צוליב וועלכע קענדי האט זיך ארויסגעשיילט מעסיג איז צוליב זיין ליבערטעריען נויגונג וועלכע האט זיך געקענט אפרופן צו ערלויבן חוקי תועבה און באשוצן רעליגיעזע רעכטן אבער די רעכטן פון די וועלכע זענען פארלעצט געווארן דורך רעליגיע ווי אויך די רעכטן פון נישט ווערן געצווינגען צו קויפן אינשורענס
ווער עס לייגט צו קאפ וועט באמערקן אז אין מערסטנס פאלן איז קענעדי נישט געווען קיין קאלינס זוכנדיג צו האלטן א מעסיגע באלאנס און גיין צוישן די טראפן נאר ליבערשט באשוצן די רעכטן פון אינדיווידועלן איז געווען זיין הויפט פרינצילויט דעם קען מען יא שפעקולירן אז קענעדי וואלט מעגליך באשטעטיגט אבאמאקעיר ווען נישט די מאנדאט
קען זיין אז יא און קען זיין אז נישט אבער עס איז שטארק מסתבר אז זיין עיקר קעגנערשאפט איז באשטאנען פון די מאנדאט וועלכע באצוואונגט מענטשן צו קויפן אינשורענס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:17 am

פעדעראלע ריכטער ווארפט אפ פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטמענט אפצושטופן די דעדליין פון רעאגירן אין די קלאגע אקעגן טראמפ אזיל רעכט פאליסי טויש

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8093
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:36 pm

@הכל הבל, איך האב מעיקרא נישט געמיינט צו זאגן אז ער וועט שטימען פאר אבאמעקעיר, נאר אז עס איז מעגליך, נאך עניטיים ווי גינזבורג קען שטארבן אדער עקספייערן.

אבער יעצט גראדע נאכן קלוגער ווערן דורך דיין תגובה, דאס האבעך געוואוסט אז קענעדי איז געווען ברוגז אויף ראבערטס, אבער יעצט אז דו זאגסט מיר אז די סיבה איז געווען די מאנדאט, וואס מאכט זייער אסאך סענס, קלער איך אז עס באמת דא א שטיקל טשענס אז גארסידזש זאל שטימען פאר אבאמעקעיר זינט עס איז דאך שוין נישט דא קיין מאנדאט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 4:05 pm

פעדעראלע ריכטער ווארפט אפ פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטמענט אפצושטופן די דעדליין פון רעאגירן אין די קלאגע אקעגן טראמפ אזיל רעכט פאליסי טויש
די אדוואקאטן וועלכע ארבעטן פאר די יוסטיץ דעפארטמענט האבן פרובירט אפצושטופן עטליכע קלאגעס מיטן אויסרייד אז זיי קענען נישט געהעריג אויספירן זייער דעפענסיווע ארבעט אין די צייט וואס איילן פון די רעגירונג זענען פארשלאסן אבער די געריכט האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 2:19 pm

ריכטער אקאנאר האט נעכטן ווידערהאלט זיין דעצעמבער 14 למספרם אורטייל אז אבאמאקעיר איז אומקאנסטיטוציאנאל ענדגילטיג אפגעזיגלט זיין אורטייל אבער האט געשאנקן א סטעי פארן פסק אויף ביז די אפעלאט הערט אויס די קעיס
ריכטער באטראכטן א ליסטע פון 4 פונקטן איידער זיי ערלויבן א סטעי און אין איצטיגן פאל שרייבט דער ריכטער אז וויבאלד די אנדערע צד קוואליפיצירט פאר 3 פון זיי ערלויבט ער א סטעי טראץ וואס די ערשטע פונקט ווערט נישט נאכגעקומען אין זיין מיינונג (די ערשטע פונקט איז די איבערצייגונג פון די ריכטער אז די אפעלירער האבן זאכליכע שאנסן צו האבן סוקסעס אין די אפעלאט פראצעדור)
ריכטער אקאנאר האט פארזיכערט אז די אפעלאט געריכט (די 5'טע סירקוט) נעמט זיך תיכף צו די קעיס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 4:11 pm

די פעדעראלע ארבעטער יוניאן טראגט אריין אן אנקלאגע אקעגן די רעגירונג פארן פארלאנגען פון אירע ארבעטער אריינצוקומען צו די ארבעט אין די צייט וואס זי באצאלט נישט די פארדינטע געהאלט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:04 pm

אום 2009 למספרם האט די געריכט געאורטיילט איבער די וועיט אקעגן לעווין קעיס
וועיט איז א דראג מעניפעקטשורער וועלכע האט פאבריצירט א געוויסע מאטריאל גענוצט אין איינשפריצונגען
לעווין האט געקלאגט די פירמע פארן פארפעלן צו ארויסשרייבן אויפן לעיבל אז די פראדוקט קען האבן ערנסטע זייטן ווירקונגען וועלכע האט אין פאקט געפירט צו די פארלוסט פון איר האנט ל"ע
וועיט האט גע'טענה'ט אז זי האט געהאט פארלאנגט פון די עף די עי צו באשטעטיגן א טויש אינעם לעיבל וועלכע זאל אנטהאלטן די נויטיגע ווארענונגען אבער די אגענטור האט שפעטער באשטעטיגט די ארגינעלע לעיבל איגנארירנדיג די רעקאמענדאציע צוצולייגן די ווארענונג און דעריבער קען מען זיי נישט האלטן פאראנטווארטליך פארן פארפעלן צו ווארענען ווי עס איז פארלאנגט דורך די סטעיט אף ווערמאנט געזעץ צוליב וואס זיי זענען געווען געבינדן צו די פעדעראלע עף די עי רעגולאציעס וועלכע פארלאנגען צו ערשט זייער באשטעטיגונג אויף א טויש
די ווערמאנט סופרים קאורט האט געאורטיילט אין שטיצע פון לעווין און שפעטער האט די סופרים קאורט
אין א 6-3 אורטייל אויך געאורטיילט לטובת די אנקלעגער און אליטא סקאליא און ראבערטס זענען געווען אין די מינאריטעט
די מאיאריטעט האט אנגעצייגט אז טראץ וואס אין געווענליכע אומשטענדן דארפן לעיבל טוישונגען באשטעטיגט ווערן דורך די עף די עי איז אבער יא ערלויבט אין געוויסע פעלער פאר פירמעס צו פארשטארקערן ריזיקע ווארענונגען נאך איידער זי ערהאלט די באשטעטיגונג די טענה אז די פראדוקט איז עף די עי באשטעטיגט טוט נישט באשוצן פירמעס פון קלאגעס אז זיי האבן פארפעלט נאכצוקומען סטעיט רעגולאציעס צו מעלדן די ריזיקע
די געריכט האט אבער גלייכצייטיג צוגעלייגט אז אין פאל די אגענטור וואלט קלאר פארבאטן צו מאכן דעם פארלאנגטן טויש וואלט דאן די פירמע געהאט א גוטע טענה אז זיי זענען צווישן האמער און נאגל נישט קענענדיג נאכקומען די סטעיט פארלאנג צוליב וואס זיי מוזן זיין און איינקלאנג מיט די פעדעראלע אנווייזונגען

די געריכט האט אנערקענט אז אין פאל א פעדעראלע אגענטור לייגט ארויס אפיציעלע פארשריפטן נישט זיך צו רעכענען מיט סטעיט רעגולאציעס זינט עס שטערט פאר די פעדעראלע רעגירונגס פארשריפטן דאן האט די פעדעראלע רעגירונג די אויבערהאנט אבער אין דעם פאל איז נישטא קיין אפיציעלע רעגולאציע פון די עף די עי זיך נישט צו רעכענען מיט סטעיט רעגולאציעס הגם א סטעיטמענט איז יא פארהאן אין וועלכע די אגענטור באקלאגט זיך אז די פילע סטעיט רעגולאציעס שטערט פאר זייער סיסטעם פון קאנטראלירן די זיכערהייט פון דראג און עסנווארג
ריכטער ברייער שרייבט קלאר אינעם אורטייל אז אין פאל די עף די עי זאל ווען באשליסן ארויסצולייגן א נייע רעגולאציע וועלכע פארבאט צו קלאגן פירמעס באשטעטיגט דורך די פעדעראלע רעגירונג צוליב וואס מען איז נישט נאכגעקומען פארמערטע סטעיט רעגולאציעס וואלט אזא רעגולאציע געווען אויסגעהאלטן
ריכטער טאמאס וועלכע האט גראדע זיך אנגעשלאסן אינעם מאיאריטעט האט געשריבן א באזונדערע מיינונג ווי אין די קעיס נעמט ער די מאיאריטעט שטעלונג אבער דינגט זיך מיט די לעצטע הוספה זאגנדיג אז די שפראך גענוצט אינעם מאיאריטעט אורטייל גייט צו ווייט איבער וויפיל די א פעדעראלע אגענטור קען אריינרעדן און צונישט מאכן סטעיט רעגולאציעס אפילו אויב די אגענטור האט נישט עכט די באשטעטיגונג און מאכט דערויף לויטן געזעץ באשטעטיגט אין קאנגרעס
ריכטער ראבערטס סקאליא און אליטא זענען געווען אין די מינאריטעט

אצינד שטייט פארן געריכט א נייע קעיס אין וועלכע די פאסעמעקס פירמע ווערט אויך אנגעקלאגט פארן נישט אדרעסירן ווארענונגען אויפן לעיבל אין דעם פאל טענה'ט די פירמע אז זיי האבן פארלאנגט פון די עף די עי עס צו קענען טוישן אבער נאך לאנגע צעגערונגען האט די אגענטור איינפאך צוריקגעוויזן די טויש
די דיסטריקט געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די פירמע אבער שפעטער האט די דריטע סירקוט קאורט עס צוריקגעדרייט געבנדיג די געלעגנהייט פארן קלעגער צו שיקן די פראגע צו א דזשורי וועלכע זאך אריינקוקן צו די עף די עי האט טאקע נישט געגלויבט אז די ווארענונגען זענען נויטיג אדער גאר צוליב וואס די ווארענונג נוסח פארגעשלאגן דורך די פירמע איז צו מינימאל פארפירנדיג קאנסומער איבער די ריכטיגע ערנסטקייט פון די מעגליכע ווירקונגען
לויט די געריכט האט די פירמע נישט צוגעשטעלט גענוג קלארע באווייזן אז די אורזאך פארן צוריקווייזן די פארלאנג איז געוען ווייל די אגענטור האט נישט איינגעזעהן אין די ערנסטקייט פון די ריזיקע

עס קען זיין ריזיקאליש פאראויסצושאצן די אויסגאנג אינעם איצטיגן קעיס זינט ריכטער סקאליא סוטער סטיווענס און קענעדי וועלכע האבן אלע אנטייל גענומען אין די מאיאריטעט אורטייל אינעם פריערדיגן קעיס זענען שוין נישט אויפן באנק און זינט דאן זענען צוגעקומען ריכטער קעיגען גארסוטש סאטאמיאר און קעווענאו
אויך האט זיך ריכטער אליטא אויסגעשלאסן פונעם איצטיגן קעיס וועלכע באדייט אז בלויז 8 ריכטער וועלן קענען אורטיילן דערויף
עקספערטן טוען אבער פרובירן צו שאצן און שפעקולירן א ריכטער טאמאס ראבערטס קעווענאו און גארסוטש וועלן ווארשיינליך שטימען לטובת די פירמע און זאגן אז מען קען זיך אפילו רישן אז אויך ריכטער קעיגען און גינזבורג אדער ברייער (אדער גאר ביידע) זאלן אויך נעמען דעם זעלבן שטעלונג
אויב זאל זיך טאקע ארויסשטעלן אז אלע 4 קאנסערוואטיוון זאלן שטימען לטובת די פירמע מיט אמווייניגסטנס נאך איין ליבעראלע ריכטער וועט עס פארמיידן די געריכט פון זיך טיילן 4-4 וואס אין א ספליט וואלט די אורטייל פון די דריטע סירקוט געבליבן אין קראפט אקעגן די פירמע
דעם קומענדיגן מאנטאג וועט די סופרים קאורט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:05 pm

לעגאלע עקספערטן קוקן שטארק ארויס אויף די קומענדיגע טעג צו זעהן אויב די סופרים קאורט וועט אקצעפטירן א קעיס איבער דיסקרימינירן אקעגן פרויען ארבעטער
די געזעץ פארבאט צו באצאלן פאר מענער מער ווי פאר פרויען באזירט אויף גענדער
אויב עס איז דא אנדערע אורזאכן פארוואס צו באצאלן מער פאר א מאן איז עס יא ערלויבט אונטערן געזעץ
די פראגע איז אויב אן ארבעטסגעבער ערהאלט רעזומעיס פון צוויי ארבעטער, און אויפן מאנספערזאן'ס היסטאריע שטייט אז די ארבעט פון ווי ער קומט איז ער געווארן באצאלט מער ווי די פרוי אפליקאנט איז געווארן באצאלט אויף איר פריערדיגע פאזיציע
די 9'טע סירקוט קאורט האט געאורטיילט אז מען קען נישט אין אזא פאל באצאלן פארן מאן מער ווייל עס איז אונטער די גענדער דיפרענץ געזעץ אבער די 7'טע סירקוט האט געאורטיילט אז באזירט אויף די היסטריא פוטן פריערדיגע געהאלט קען מען יא מאכן א חילוק און באצאלן מער פאר איינער וועלכע איז פארדעם געווארן באצאלט מער
עקספערטן האפן אז די קעגנגעזעצטע אורטיילן מאכט די קעיס גענוג רייף פארן סופרים קאורט עס צו אקצעפטירן

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:11 pm

יישר כח הכל הבל, זעהר געשמאק צו ליינען!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך ינואר 02, 2019 10:44 am

א דאנק אייך הכל הבל פאר די באריכטן. דאכצעך אז אין נ.י. איז בכלל נישט אויסגעהאלטן צו פרעגען וויפיל מען האט געמאכט ביים ערשטען ארבייטס געבער.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 02, 2019 12:45 pm

א ענטפער רעאקציע אריינגעגעבן אין סופרים קאורט נאך וואס ראבערטס האט צייטווייליג אפגעשטעלט א סירקוט קאורט פון צווינגען אן אויסלענדישע קאראפארעישאן פון מיטארבעטן און צושטעלן דאקומענטן פאר אויספארשער
די אויספארשער האבן געדארפט אריינגעבן זייער ענטפער און האבן איצט אזוי געטוהן און איצט וועט מען זעהן ווי אזוי די סופרים קאורט וועט רעאגירן
די קעיס ווערט באצייכנט ווי א מיסטעריע זייענדיג געהיים מיט ווייניג דעטאלן אינדרויסן און געגלויבט צו זיין א טיל פון די מולער אויספארשונג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 02, 2019 4:08 pm

די פירמע פארט עסטעיט האט געשריבן א סעריע ארטיקלען און אראנזשירט קאנטראקטן מיט א רייע פובליקאציעס וועלכע זאלן באקומען די רעכט זיי צו לופטערן
איינע פון די זייטלעך צו באקומען די רעכטן דערצו איז געווען די וואל סטריט וועבזייטל וועלכע האט אבער שפעטער זיך ארויסגעצויגן פונעם אפמאך
נאכן זיך ארויסציען פון די אפגעשמועסטע טערמינען האט פארט עסטעיט פארלאנגט פון די זייטל אראפצונעמען די ארטיקלען אבער זיי האבן זיך אויסגעלאכט דערפון
דאן האט פארט עסטעיט געקלאגט די וואל סטריט וועבזייטל פארן פארלעצן די קאפירייט געזעצן
די קלאגע איז אבער אנגעקומען אין די געריכטן סירקוט געריכטן צוליב וואס פארט עסטעיט האט טאקע געהאט איינגעגעבן אן אפליקאציע צו רעזערווירן די שרייב ווערק אונטער די קאפי רייט געזעץ אבער די קאפי רייט אפיס האט נאכנישט געהאט באשטעטיגט די אפליקאציע צו די איצטיגע צייט
די פראגע וואס האט זיך אנטוויקלט איז פון ווען די פארבאט פון קאפירן גייט אריין אין קראפט
די פיפטע און ניינטע סירקוט קאורטס האבן ביידע איינגעשטימט אז פון די מאמענט וואס אן אפליקאנט האט איינגעגעבן א פארלאנג צו קוואליפיצירן פאר די קאפי רעכטן און באצאלט די פארלאנגטע אפצאהל גייט אריין אין קראפט די פארבאט
אין קעגנזאץ האבן די צענטע און עלפטע סירקוט קאורטס ביידע געשריבן אז די פארבאט ווערט פעליג ערשט ווען די אפיס באשטעטיגט די אפליקאציע
אום קומענדיגן דינסטאג וועט די העכסטע געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 4:49 pm

די געריכט האט שוין אין די פארגאנגנהייט אומדירעקט שמאל געאורטיילט אז פובליק טעלעוויזיע סיסטעמען ווערן נישט פאררעכנט אלץ רעגירונג פארום טראץ וואס אין אלגעמיין זענען די קאנאלן די אייגנטום פון די רעגירונג וועלכע ווערט ארויסגעליעסט פאר די נעצן
די אנגענומענע שטעלונג אז די וועלכע אפערירן די פראגראמען אויף די קאנאלן זענען פריוואטע מענטשן האט ערלויבט פאר די נעצן צו באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק נישט זייענדיג געבינדן צו די געזעץ פון סטעיט און פובליק פארומס אפערירט דורך די רעגירונג
די מאנהעטען נעיבארהוד נעטווארק איז באזירט אאין ניו יארק סיטי און איז אריין אין א געפעכט מיט צוויי פון זייערע ארבעטער וועלכע האבן צוריק אין 2012 למספרם פראדוצירט א געוויסע פראגראם צו לויפן אויף די כוואליעס וועלכע האט צווישן אנדערן קריטיקירט די נעטווארק זעלבסט
די פראגראם איז געלאפן איינמאל אבער איז דאן געווארן אפגערופן דורך די פירערשאפט צוליב פארשטענדליכע סיבות און די צוויי טראבל מעיקערס זענען געווארן אויפגעזאגט פון פאזיציע
די צוויי האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אקעגן די נעטווארק און אקעגן די סיטי מיטן ארגומענט אז די וועג ווי אזוי די נעטווארק איז אוועקגעשטעלט מאכט איר פאר א פובליק פארום און זייערע ערשטע אמענדמענט רעכט פאר פרייע אויסדרוק איז געווארן פארלעצט
אין די סאודערן דיסטריקט קאורט אין ניו יארק האבן די ריכטער אפגעווארפן די קעיס באזירט אויף די טענות פון די סיטי אין די נעטווארק און ציטירנדיג די אורטייל אין וועלכע די סופרים קאורט טוט אומדירעקט שרייבן אז די נעטווארקס ווערן באטראכט ווי פריוואט געפירטע סיסטעמען
די צוויי האבן אפעלירט די אורטייל צום צווייטן סירקוט קאורט ווי אין א 2-1 באשלוס גיבן די ריכטער גערעכט פאר די קלעגער ציטירנדיג פון ריכטער קענעדי וועלכע שרייבט די מינאריטעט אורטייל אינעם אויבנדערמאנטן סופרים קאורט קעיס אז וויבאלד די פראגראמען פאלן אונטערן מאנדאט פון די רעגירונג וועלכע קענען אריינרעדן אויף א רייע פראגן אוון פארבאטן פארשידענע פראקטיצירונגען ווערן זיי באטראכט ווי פובליק רעגירונג פראגראמען און קענען דעריבער נישט באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק
די ריכטער האבן אבער געשריבן אז די סיטי קען נישט ווערן געקלאגט דערויף און עס איז נישט זייער פאראנטווארטליכקייט
די נעטווארק איז איצט פארבליבן אליינס אויפן וואסער אלץ באשולדיגטע און האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט און אום אקטאבער 2018 למספרם האט די געריכט אקצעפטירט די קעיס זייענדיג די סאמע ערשטע קעיס ארויפצוקומען אויפן קאלענדאר זינט ריכטער קעווענאו האט ערזעצט ריכטער קענעדי
אום פעברואר 25 למספרם וועט די געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין דעם קעיס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”