נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג דעצמבער 07, 2018 11:23 am

די סופרים קאורט האט קען מעגליך היינט אקצעפטירן די פעטיציע איבער די נאורט קאראליינע גערימענדערינג קעיס

מיט ריכטער קענעדי האט די געריכט אלץ אפגעשטופט אן אורטייל אויף די עצם פראגע פון גערימענדערינג באזירט אויף פאליטישע אינטערעסן
אצינד איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די 5 קאנסערוואטיוון וועלן באשליסן אז זיי וועלן איינמאל פאר אלעמאל ברענגן אן ענדע צו די אלע אנקלאגעס צו פאליטישע דיסטריקט אויסשטעלן מיטן עס דערקלערן קאנסטיטוציאנאל

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:31 am

די געריכט האט דערווייל נישט געזאגט אויב זי אקצעפטירט די נארט קאראליינע קעיס וואס באדייט אז קיין מעלדונג דערוועגן וועט שוין נישט געמאכט ווערן ביז יונואר למספרם

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:32 am

די געריכט האט אפגעווארפן ווענדונגען אריינצוקוקן אין אורטיילן וועלכע האבן בלאקירט פרואוון אוועקצונעמען פאנדינג פון ארגאנאזאציעס וועלכע פינאנצירן צווישן אנדערן חוקי רציחה

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 12:57 pm

די היינטיגע באשלוס פונעם געריכט איז א פרישע שטארקע פראסק פאר קאנסערוואטיוון
כדי א פעטיציע זאל ווערן אקצעפטירט איז גענוג אז 4 ריכטער בעטן מען זאל אקצעפטירן א קעיס
טאמאס אליטא און גארסוטש האבן אלע אונטערגעשריבן אין שטיצע פון די פעטיציע אבער ראבערטס און קעווענאו האבן ביידע נישט אונטערגעשריבן
קעווענאוס אונטערשריפט וואלט דעריבער געווען גאר דעצידירנד און עס איז א שטארקע אנטוישונג פאר די רעכטע לאגער
די קעיס איז איבער שניטן פון קענסאס און לוזיאנא פאר א באקאנטע ארגאנאזאציע וועלכע פראקטיצירט צווישן אנדערן חוקי רציחה און קלעגער האבן געמאכט די ארגומענט אז די סטעיטס שניט טוט דיקטירן פאציענטן אויסצוקלויבן אנדערע צענטערן און דאקטוירים און איז אין קעגנזאץ מיט די מעדיקעיד צוגאנג אז עס איז אלץ די רעכט פונעם פאציענט צו קלייבן זיין דאקטאר
לעגאלע עקספערטן זאגן אבער אז די געריכט איז נאכנישט פארטיג מיט די ברייטערע פראגע און פריער אדער שפעטער וועט א סטעיט זיך נאכאמאל פארטשעפען מיט די מעדיקעיד צוגאנג אז עס איז אלץ די רעכט פונעם פאציענט צו קלייבן זיין דאקטאר צוליב אנדערע סיבות (און נישט איבער חוקי רציחה) וואס אין אזא פאל וואלט די געריכט מעגליך לייכטער אויפגענומען די קעיס זינט זי וועט נישט פאראורזאכן אזויפיל פאליטישע קאנטערווערסיע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 6:59 pm

סענאטארשע קאלינס טוט שטארק ארויסהייבן די היינטיגע אנטוויקלונג פונעם סופרים קאורט מיט טא מינע פון נצחון אז זי איז איצט ריינגעוואשן מיטן שטימען אין שטיצע פון ריכטער קעווענאו

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 7:29 pm

פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס אורטיילט אז אבאמאקעיר איז דארף ווערן ארויסגעווארפן זינט זי איז אין גרויס טייל געווארן באשטעטיגט מיטן נעמען אין חשבון די אינדיווידועלע מאנדאט וועלכע קאנגרעס האט מער ווייניגער עלימינירט (אמווייניגסטנס די מעכאניזם איר צו אינפארסירן)

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג דעצמבער 16, 2018 9:07 am

הכל הבל האט געשריבן:פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס אורטיילט אז אבאמאקעיר איז דארף ווערן ארויסגעווארפן זינט זי איז אין גרויס טייל געווארן באשטעטיגט מיטן נעמען אין חשבון די אינדיווידועלע מאנדאט וועלכע קאנגרעס האט מער ווייניגער עלימינירט (אמווייניגסטנס די מעכאניזם איר צו אינפארסירן)

איז נישט דא א סופרים קאורט אורטייל פון יארן צוריק איבער אבאמאקעיר?
וואס האט א טעקסאס ריכטער אריינצורעדן אין א גע'ספק'טע געזעץ?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג דעצמבער 16, 2018 9:12 am

די סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן אן אורטייל איבערן אינדיווידואלן מאנדאט לכשעצמו אז דאס איז קאנסטיטוציאנאל, יעצט זאגט די טעקסאס קאורט אז אנעם מאנדאט איז די איבריגע חלקים פונעם געזעץ נישט אויסגעהאלטן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 16, 2018 10:14 am

ריכטיג
און עס וועט זיין אינטערסאנט ווי אזוי די סופרים קאורט וועט רעאגירן
אלע 5 ריכטער וועלכע האבן באשטעטיגט אבאמאקעיר צו יענע צייט זענען נאך אויפן באנק
אגב ריכטער קעווענאו האט דורכאויס זיינע געשפרעכן מיט געזעצגעבער בעפאר זיין באשטעטיגונג זיי געזאגט אז אפילו אויב א טייל פון אבאמאקעיר פאלט ארויס דארף נאך נישט די גאנצע געזעץ פאלן
מעגליך ער וועט אויפן באנק זאגן אנדערש און אויך בין איך נישט קלאר צו ער האט זיך באצויגן אפילו אויף אזא שטארקע טייל פונעם ביל ווי עס איז די אינווידועלער מאנדאט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:44 am

ווער גייט אפיעלן די יעצטיגע פסק?

נישט די טראמפ אדמיניסטראציע, סאו ווער יא?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג דעצמבער 16, 2018 12:18 pm

די ליבעראלע סטעיטס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 16, 2018 4:09 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די ליבעראלע סטעיטס...

זאלן די ליבעראלע סטעיטס אליינס מאכן העלט קעיר געזעצן, וואספארא טענה קענען זיי האבן צו די פעדעראלע רעגירונג?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 16, 2018 5:47 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די ליבעראלע סטעיטס...


ןןעלקאם בעק @וויכטיג מאכער, לאנגטיים נאו סין.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » זונטאג דעצמבער 16, 2018 5:51 pm

צל עובר האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די ליבעראלע סטעיטס...


ןןעלקאם בעק @וויכטיג מאכער, לאנגטיים נאו סין.
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 16, 2018 8:28 pm

איך האב באמערקט אז פילע זענען אומקלאר מיט די טעקסאס אורטייל דעריבער לאמיר פרובירן נאך א שאנס

סופרים קאורט הויפט ריכטער ראבערטס האט געשריבן אין זיין אורטייל אז די רעגירונג מעג איינשטעלן די אינדיווידועלע מאנדאט זינט עס אי בלויז א שטייער
ווען די רעפובליקאנער האבן עלימינירט די שטראף פארן נישט באזיצן אינשורענס איז ווייטער פארבליבן אויף די ביכער די פארלאנג צו פארמאגן אינשורענס
אצינד שרייבט ריכטער אקאנאר אז לשיטתו פון ראבערטס אז עס איז צו יענע צייט געווען בלויז א שטייער איז שוין איצט די שטייער אפטייטש אוועקגעפאלן און די רעגירונג פארלאנג אז יעדער זאל פארמאגן אינשורענס איז אומקאנסטיטוציאנאל אפילו לויטן העכסטן געריכט
דעריבער איז די מאנדאט נישט אויסגעהאלטן
א צווייטע טייל פונעם אורטייל איז דאס אז וויבאלד די מאנדאט פאלט אוועק צופאלט די גאנצע געזעץ
לעגאלע עקספערטן וועלכע זוכן צו פארטיידיגן די געזעץ מוטשען זיך אצינד אויפצוקומען מיט א קאנטער ארגומענט
צווישן די ערשטע מעגליכע געדאנקען צירקולירט איצט א טענה אז ווען קאנגרעס האט אוועקגענומען די שטייער טייל האבן זיי קלאר געהאט די שטימען דערויף בלויז מיט דעם וואס געוויסע סענאטארן וועלכע זענען געווען גרייט צוריקצודרייען בלויז די טייל
און מען דארף קוקן אויף די אינטענד (כוונה) ביים שרייבן די געזעץ וועלכע איז צושטאנד געקומען בלויז דורכן עלימינירן די טייל פונעם מאנדאט מיטן קלארן חשבון צו לאזן די איבריגע טיילן אומבארירט

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג דעצמבער 16, 2018 8:34 pm

אין קורצן, איך בין מודה אז אזא סארט האלבע אבאמאקעיר איז אומקאנסטיטוציאנאל, אבער דאס האבן די סענאטארן געוואלט...

אויך מיר אן ארגומענט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 16, 2018 9:33 pm

שכוח "הכל" פאר די קלארקייט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג דעצמבער 16, 2018 10:38 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח "הכל" פאר די קלארקייט!
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 1:27 am

וואלט איך געווען די אבאמא-קעיר לויער וואלט איך געטענהט אז די צווייטע ביל וואס נעמט אוועק די פיין איז אומקאנסטיטוציאנאל, ווייל עס איז גורם אז א פריערדיגע 'טעקס' זאל ווערן אן אומקאנסטיטוציאנאלע מאנדאט, ממילא זאל מען ארויסווארפן די טעקס ריפארם ביל....

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10413
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 7:58 am

דממה דקה האט געשריבן:וואלט איך געווען די אבאמא-קעיר לויער וואלט איך געטענהט אז די צווייטע ביל וואס נעמט אוועק די פיין איז אומקאנסטיטוציאנאל, ווייל עס איז גורם אז א פריערדיגע 'טעקס' זאל ווערן אן אומקאנסטיטוציאנאלע מאנדאט, ממילא זאל מען ארויסווארפן די טעקס ריפארם ביל....

און לייג צו, וויבאלד אין די אומלעגאלע חלק פון מבטל מאכן די fine איז אנגעהאנגען די גאנצע טעקס ביל (פאר רעוועניו) דארף די גאנצע טעקס קאט אוועקפליען..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:19 am

כאפצעם האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:וואלט איך געווען די אבאמא-קעיר לויער וואלט איך געטענהט אז די צווייטע ביל וואס נעמט אוועק די פיין איז אומקאנסטיטוציאנאל, ווייל עס איז גורם אז א פריערדיגע 'טעקס' זאל ווערן אן אומקאנסטיטוציאנאלע מאנדאט, ממילא זאל מען ארויסווארפן די טעקס ריפארם ביל....

און לייג צו, וויבאלד אין די אומלעגאלע חלק פון מבטל מאכן די fine איז אנגעהאנגען די גאנצע טעקס ביל (פאר רעוועניו) דארף די גאנצע טעקס קאט אוועקפליען..

אין לאמיר גיין ווייטער.
אין אויב ווארפט מען אוועק די טעקס קאט דארף מען דערנאך ארויסווארפען טראמפ ווייל ער האט עס געחתמנט

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:02 pm

The judge did not issue an injunction to stop federal officials from enforcing the law,

אויב איז עס אומקאנסטיטוציאנאל פארוואס האט ער טאקע נישט ארויסגעגעבן א אינדשאנקשען.

אויך ווי איך פארשטיי איז בעצם די אבאמאקעיר טעקס נאך אלץ אויף די ביכער אלץ א טעקס, נאר די פרייז פון די טעקס איז $0.00

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 4:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:מיר האבן שוין אין די פארגאנגנהייט באשריבן די פאלגענדע טעמע אבער אצינד ווען עס ווערט מער רעלעוואנט זענען מיר דא מיט כאטש אביסל מער קלארקייט איבער וואס די צומישעניש איז..

אבער צום אלעם ערשט א רעקאמענדאציע, די פאלגענדע ארטיקל קען זייער מעגליך זיין נישט שטארק רעקאמענדירט פאר יעדן
עס צייכנט זיך נישט אויס מיט לייכטע הומאר אדער דראמאטישע זאפט
די טעמע איז הויפטזעכטליך נישט עפעס וואס איז קריטיש וויכטיג פאר אייך צו וויסן און איר אינהאלט איז היבש קאמפליצירט און איז אמבעסטן געאייגנט פאר די וועלכע גלייכן לעגאלע געראנגלען און גייט מער אריין אין פיצינקע דעטאלן וואס מען רופט די נידי גרידי מאכענאציעס
דעריבער צו פארמיידן אומנויטיגע קאפ ווייטאג טראכט צוויי מאל בעפאר איר זעצט פאר צו ליינען

אנגעהויבן האט זיך עס מיט 2 באזונדערע קעיסעס וועלכע פארלאנגען ביידע פון די געריכט קלארצושטעלן אויב דיסקרימינאציע ביי די ארבעט באזירט אויף די תועבהדיגע לעבנסשטייגער פון די ארבעטער טוען פארלעצן די 1964 למספרם סיוויל רייטס אקט

די פעטיציעס דערוועגן זענען אבער געווארן אפגעלייגט אויף דערווייל נאך וואס א קאנסערוואטיווע גרופע האט געבעטן עס אפצושיבן אויף ווילאנג די געריכט דעצידירט אויב זי וויל אויפנעמען אן אנדערע קעיס וועלכע זיי האבן געברענגט צום געריכט אין וועלכע זיי זוכן צו אפעלירן אן אורטייל פון די 6'טע סירקוט געריכט אין מישיגען וועלכע האט געאורטיילט לטובת אן ארבעטער וועלכע איז אויסגעשטאנען ארבעטס דיסקרימינאציע צוליב א משנה הבריותדיגע לעבנסשטייגער (יענער האט פארוואלטעט אין א טויטן היים ווי באריכטעט דא א צייט צוריק)
אין אקטאבער למספרם האט דער סאליסיטאר דזשענעראל וועלכע פארטרעט די יוסטיץ דעפארטמענט איבערראשט די לעגאלע וועלט מיטן פארלאנגען פון די געריכט גאר אפצולייגן די משנה הבריות פעטיציע און ליבערשט קודם דעצידירן אויב זיי נעמען אן איין אדער ביידע תועבה קעיסעס
דיער סאליסיטאר דזשענעראל פארטרעט אפיציעל די "געלעגנהייט פאר גלייכע ארבעטסרעכטן קאמיסיע" וועלכע איז א רעגירונג אגענטור און באשטייט פון א מאיאריטעט אבאמא נאמינירטע קאמישאנערס און די אפיציעלע שטעלונג פון די קאמיסיע איז גראדע אז מען זאל יא באטראכטן אלע קעיסעס אויף איינמאל ווייל זיי גלויבן אז אפילו די מישיגען קעיס פארדינט די זעלבע באשיצונג אונטער די געזעץ ווי די צוויי תועבה קעיסעס
אגב אין סענאט ווארטן איצט דריי טראמפ נאמינירטע צו ווערן באשטעטיגט צו די דאזיגע קאמיסיע און ווען דאס פאסירט וועט עס שענקן אן אויבערהאנט פאר די קאנסערוואטיוון און די שטעלונג וואלט ווארשיינליך געווען די זעלבע וואס דער סאליסיטאר דזשענעראל טענה'ט אפילו איצט גאר אויף זייער חשבון
עס קומט אין די זעלבע צייט וואס אין די דעפארטמענט אף העלטה צירקולירט אין די טעג אן אינערליכע דרעפט צו אדאפטירן א רעגולאציע וועלכע באטראכט נישט די באשלוס פון בריות משונות אלץ רעלעוואנט
ווי געזאגט פארלאנט דער סאליסיטאר דזשענעראל אז דער געריכט זאל ליבערשט אויפנעמען די תועבה קעיסעס אין וועלכע עס זענען דא קעגנזייטיגע אורטיילן צווישן די סירקוט געריכטן
די צווייטע סירקוט געריכט באזירט אין ניו יארק ווי א פאנעל פון די גאנצע געריכט באנק איז געזיצן און באהאנדלט אדי קעיס און עווענטועל אין זייער אורטייל צוריקגעדרייט פריערדיגע פרעצעדענט מיטן זאגן אז תועבה הנהגה וועלכע ווערט גענוצט פאר א סיבה צו דיסקרימינירן אין די ארבעט ווערט באשוצט אונטער די 2964 למספרם געזעץ, די אורטייל האט נאכגעפאלגט א גאר ענליכע אורטייל פון די זיבעטע סירקוט קאורט באזירט אין שיקאגא אילינאי פארלאפענע יאר
פון די אנדערע זייט האט א פאנעל פון דריי ריכטער אין די עלפטע סירקוט געריכט באזירט אין אטלאנטא דזשארדזשיע צוריקגעוויזן אזא סארט אנקלאגע און אנטזאגט צו שענקן א פרישע שאנס פאר די קעיס צו ווערן אויסגעהערט דורך די גאנצע געריכט
דער סאליסיטאר דזשענעראל ערקלערט זיינע מאטיוון אין געריכט פארוואס מען זאל נישט אויפנעמען דערווייל די שינוי הבריות קעיס זאגנדיג אז די זעקסטע סירקוט קאורט אין מישיגען וועלכע האט געאורטיילט אינעם יעניגן'ס שטיצע באזירט זייער מיינונג אויף די פסק פונעם צווייטן סירקוט געריכט אז תועבה דיסקרימינאציע איז באשוצט אונטער די 1964 למספרם געזעץ און אויף דעם ארויף האט די זעקסטע סירקוט געריכט ארויפגעבויעט נאך א שטאק אין אריינגערוקט אינעם געזעץ באשיצונג אויך פאר בריות משונות
דעריבער איז זיין ארגומענט אז קודם דארף מען זעהן אויב תועבה איז טאקע באשוצט ווייל אויב נישט איז נפל היסוד נפל כל הבנין און ער האפט אזוי ארום ארויסצושלעפן די קארפעט פון אונטער די פיס פון די זעקסטע סירקוט געריכט אורטייל און אין פאל ער פארלירט יא די תועבה קעיס וועט ער ערשט דאן פריש אנהויבן בעטן די געריכט אפצוטיילן די קעיס פון תועבה
דא ווערט אבער די זאך מער מאדנע, דער סאליסיטאר דזשענעראל זאגט גאר אז אפילו אין פאל די געריכט וויל נישט אויפנעמען די תועבה קעיסעס זאלן זיי נאך אלץ נישט אויפנעמען די שינוי הבריות קעיס וזה צריך ביאור אז פארוואס זאל דער טראמפ געפירטער יוסטיץ דעפארטמענט נישט זוכן איבערצודרייען די מישיגען אורטייל
גראדע האט ער עטליכע ערקלערונגען דערויף אנצייגנדיג אז יענע אורטייל איז פעלערהאפטיג פון עטליכע שטאנדפונקן און דעריבער איז נישט דא אזא נויט עס מאמענטאל צו אפעלירן אבער עס פארבלייבט פארט פארדעכטיגט און אומפארשטענדליך וואס עס האלט אים פון עס איצט אפעלירן
עקספערטן פרובירן צו דערגיין זיין סטראטעגיע מיטן נעמען אין באטראכט די פאליטישע צושטאנד אויף די אויבנדערמאנטע "געלעגנהייט פאר גלייכע ארבעטסרעכטן קאמיסיע" וועלכע ווי געזאגט האט איצט א מאיאריטעט דעמאקראטן
די קאמיסיע באשטייט פון 2 דעמאקראטן און איין רעפובליקאנער און 3 ליידיגע זיצן צו וועלכע עס זענען דא דריי קאנדידאטן נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ווארטן איצט אויף סענאט באשטעטיגונג
די מינומום קאמעסיארן ארויסצוגעבן א שטעלונג איז 3
די פארשריפטן פון די קאמיסיע ערלויבט נישט מער ווי דריי מיטגלידער פונעם זעלבן פארטיי (צו היטן אויף די זעלבסטשטענדיגקייט
דעצעמבער 31 למספרם לויפט אפ די טערמין פון חי פעלדבלום איין פון די צוויי דעמאקראטן אליינס א מתועבת און טראמפ אין זיין פרישן פעקל פון נאמינירטע האט איר אויך איינגעשלאסן און איר רענאמינירט צו איר איצטיגע פאזיציע וועלכע באדייט אז אויב די גאנצע פעקל ווערט באשטעטיגט וועט זי ווייטער זיין צוזאמען מיטן אנדערן דעמאקראט און צוגאב צו די צוויי פרישע רעפובליקאנער מיטן רעפובליקאנער וועלכע איז שוין איצט דארט וועלכע וועט פירן די רעפובליקאנער צו א 3-2 אויבערהאנט
אבער איר נאמינאציע ציהט שארפע אפאזיציע פון עטליכע רעפובליקאנע סענאטארן און עס קען מעגליך פארשלעפן די גאנצע פעקל פון ווערן באשטעטיגט
אפילו אויב עס פארשלעפט זיך און ווערט נישט באשטעטיגט אינעם איצטיגן לעים דאק סעסיע קען טראמפ נאמינירן פון פריש זיין ליסטע נאר איינטוישן פעדלבוים מיט אן אנדערן דעמאקראט
אויב די סענאט באשטעטיגט טאקע אזא פעקל קען מען זיך רישן אז די קאמיסיע וועט גיך אדאפטירן די זעלביגע רעגולאציע וועלכע די יוסטיץ דעפארטמענט האט שוין פאריאר געשריבן אין אן אינערליכע מעמא ווי זיי טוען אפשאפן די ברייטע דעקונג וועלכע די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט האט געגעבן פאר די 1964 למספרם געזעץ און אנדערש טוט די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט אויסטייטשן די געזעץ אויף מער א באגרעניצטע וועג וועלכגע שליסט נישט איין אזעלכע קעיסעס ווי געברענגט אין די מישיגען געריכט
אין אזא פאל שפירט די יוסטיץ דעפארטמענט אז האבנדיג די קאמיסיע מיטשפילן אפיציעל מיט זייער אפטייטש פונעם געזעץ קענען זיי עס אינפארסירן אן דעם וואס זיי זאלן אפילו דארפן דורכמאכן א געריכטליכע קעיס אויף די טעמע און דעריבער קען דאס זיין די אונטערלאגע פארן סאליסיטאר דזשענעראל אפענע אומאינטערעסע אויפצוברענגן די קעיס אין געריכט
בלייבט נאר איבער צו שרייבן איבער די קאנסערוואטיווע גרופע וועלכע האט ארגינעל אריינגעגעבן די ביטע צו אפעלירן די מישיגען קעיס
זיי האבן אריינגעגעבן זייער אייגענע אנטווארט רעאגירנדיג צום סאליסיטאר דזשענעראלס שטעלונג אנצייגנדיג אז זינט די רעגירונגס אפיציעלי פאזיציע איז אז די מישיגען אורטייל איז אונטער גרויס פראגע צייכן טא פארוואס זאל נישט די געריכט איצט אויפנעמען די קעיס?
מיט די אדמיניסטראציע אומאיינשטימיג מיט איר אייגענע קאמיסיע וועלכע האט צו יענע צייט פארטיידיגט דעם ברי' אין מישיגען איז יענער פארבליבן אנע פארטרעטער און די ACLU טוט דעריבער יענם פארטרעטן און זיי האבן פארלאנגט אז די געריכט זאל לאזן די מישיגען אורטייל אומבארירט און אפווארפן די ביטע אריינצוקוקן אין די אפעלאט פעטיציע
אלזא איז זייער אומקלאר 1)אויב די געריכט וועט אקצעפטירן אריינצוקוקן אין די תועבה קעיסעס
2) אויב די געריכט וועט אויפנעמען די מישיגען קעיס גייענדיג מיט די קאנסערוואטיווע גרופעס פארלאנג אדער עס אפווארפן אמווייניגסטנס מאמענטאל גייענדיג מיט די ACLU
די צווייטע אפציע וועט מעגליך זיין לייכטער אנצונעמען זינט די געריכט איז ווייט נישט אויסן אריינצושפרינגען און צופיל הויכע פראפיל קעיסעס וועלכע קענען ציען פרעצעדענטלאזע פאליטישע אויפמערקזאמקייט און די געריכט האט איצט א גאר גוטע אויסרייד אנווייזנדיג אז די רעגירונג אליין בעהט אויף אפצולייגן די פעטיציע (הגם זייער מאטיוו איז בכלל נישט די זעלבע ווי די וואס די ACLU האט)


סענאטארשע מורעי שטורעמט איצט אין סענאט איבער די בלאקאדא פון רעפובליקאנע סענאטאר מייק לי אויף די רענאמינאציע פון חי' פעלדבלום אים באצייכנענדיג אלץ די איינציגסטער עס אויפצוהאלטן
לי שיסט איצט צוריק זאגנדיג אז ער איז איינע פון א רייע סענאטארן אין אפאזיציע און פארטיידיגט זיין באשלוס נישט אריבערצולאזן די מתועבת אין סענאט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 4:59 pm

איך האב עס ערווענט ווייל עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי א לאנגע קאמפליצירטע שלאכט וועלכע איר האט נישט געזעהן געהעריג געדעקט ערגעץ אנדערש אויסער אויף אייוועלט ווי מיר האבן עס דעטאלירט באריכטעט און געווארנט אז ענדע יאר קען עס ווערן היציג אין סענאט
אלזא, איצט דאמינירט עס די סענאט
איצט רעדט סענאטארשע העסען אין שטיצע פונעם מתועבת

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 5:16 pm

זייער אינטערעסאנט יישר כח


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, rogers, וויכטיג מאכער, טראנספארט, נא_שכל, קהל עדתינו, שואלכענין, שרייזשע און 60 געסט