נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:15 am

ריכטער בלאקירט אויף צייטווייליג טראמפ אדמיניסטראציעס נייע פאליסי צו באגרעניצן איינטריט אין לאנד פאר געוויסע וועלכע פארלאנגען אזיל רעכט

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:47 am

פארוואס דאקא מעג א פרעזידענט איינשטעלן אויף די אייגענע האנט, אזש עס האט א דין ווי א געזעץ פון קאנגרעס וואס דער פרעזידענט קען נישט טוישן, און אפשטעלן אסיילעם קען דער פרעזידענט נישט טוישן?
דער תי' איז, טראמפ.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:11 am

אויב מעג מען צולייגן..
א סאן פראנציסקא ריכטער, געשטעלט דורך פרעזידענט אבאמא, בלאקירט אויף צייטווייליג וכו'

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:04 pm

א ריכטער האט פריער פארארדנט די ICE אגענטור צו באפרייען פארהאלטענע איראקער ארעסטירט שוין א לענגערע צייט אין א מישיגען טורמע נאך וואס לויט אים האט די אגענטור קלאר פארפירט די געריכט מיט פאלשע און פארפירערישע אינפארמאציע

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:05 pm

די העסטע געריכט האט אפגעווארפן א ביטע אריינצוקוקן אין א קרימינאלע יוסטיץ קעיס און געצויגן זעלטן שטארקע קריטיק פון צוויי פון אירע ריכטער
אין מערסטנס פאלן ערוארטן מענטשן אז די געריכט אויסשטעל וועט צוטיילן די 4 ליבעראלע ריכטער פון די 5 קאנסערוואטיוון אבער אין טייל פעלער אריינגערעכנט אונזער פאל איז אינטערסאנט צו באמערקן ווי אליאנצן צווישן ריכטער ווערן פארמירט אריבער פארטייאישע אידעאלאגיעס און באזירט אויף געוויסע אויג צו אויג פארשטענדענישן ריכטער בויען צווישן זיך
ריכטער גארסוטש (וועלכע מיר האבן שוין באשריבן אין די פארגאנגנהייט קען אויף געוויסע טעמעס זיין מער ליבערטעריען געשטימט אזוי ווי זיין לערער ריכטער קענעדי צו זיין גאר שטארק פאר פרייהייט און רעכטן פונעם אינדיווידועל און אנדערש ווי א שטייגער ריכטער קעווענעאו) און ריכטערין סאטאמאיאר זענען געווארן ווי א חבורה של שנים אויף קרימינאלע יוסטיץ קעיסעס וועלכע ציהט זייער אויפמערקזאמקייט
איצט האנדלט זיך עס מיט א פרוי אין אלאבאמא וועלכע איז געווארן ארעסטירט ביים דרייוון אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל
די פאליציי האט אראנזשירט שטונדן נאך איר ארעסט אן אפיציעלע טעסט וועלכע האט אונטערזוכט די אלקאהאל שטאפלען אין איר בלוט
אין געריכט האט די סטעיט פרעזענטירט די רעזולטאטן אבער אנשטאט אראפברענגן אין גערכיט דער אנאליסט וועלכע האט ארגינעל גענומען די טעסט האבן זיי באשלאסן צו ברענגן א דרויסנדיגע אנאליסט וועלכע האט ערקלערט פאר די דזשורי זיינע שאצונגען פון די בלוט באווייזן און לויט זיין רעכענען וואס דארף צו ווייזן אונטער וויפיל איינפלוס זי איז געווען מיט שטונדן בעפאר ביים דרייוון
די פרוי האט פארלאנגט אז דער אנאליסט וועלכע האט גענומען די טעסט זאל פערזענליך אראפקומען און געריכט זי זאל אים קענען אויספרעגן און קאנפראטירן מיט א קרייץ פארהער אבער די סטעיט האט קאטעגאריש אפגעווארפן איר פארלאנג
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום העכסטן געריכט אבער זיי האבן זיך אנטזאגט אריינצוקוקן דערין
ריכטער גארסוטש און סאטאמאיאר ברויזן עפנטליך אויף די באשלוס איבערצוהיפן אזא וויכטיגע קעיס און זאגן אז די רעכטן פונעם באשולדיגטן זענען קלאר פארלעצט געווארן זינט אונטער די 6'טע אמענדמענט דארף א באשולדיגטער באקומען צוטריט צום באשולדיגער און קענען יענעם שטעלן צו א קרייץ פארהער
אין אן אנדערע פאל פון א קרימינאלע יוסטיץ קעיס וועלכע האט גראדער יא סוקסעספול געמאכט איר וועג צום געריכט האבן די זעלבע צוויי ריכטער זיך געלאזט הערן מיט גאר ענליכע באמערקונגען ביי די מונדליכע ארגומענטן לעצטע מאנאט
יענע קעיס איז איבער א געזעץ וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט צו האלטן א פובליק ליסטע פון אלע וועלכע ווערן געפונען שולדיג אויף א געוויסע קאטעגאריע פארברעכן
לויט די געזעץ דארפן די שולדיגע נאכקומען א רייע מיט פאלאנגען ווי זיך פערזענליך איינמעלדן און מיטטיילן פילע אינפארמאציע מיט די רעגירונג דעפארטמענט וועלכע פארפיגט אויף די ליסטע
די געזעץ האט אבער איינגעשלאסן א סעיף וועלכע גיבט גאר ברייטע מאכטן פאר די אמעריקאנע אטוירני דזשענעראל צו איינטיילן פאר די דעפארטמענט וועלכע פארשריפטן ארויסצושטעלן פאר די שולדיגע
א קלאגע איז געווארן אריינגעטראגן אין געריכט אז לויט די קאנסטיטוציע האט קאנגרעס צוגעטיילט צופיל בלינדע מאכט פארן אטוירני דזשענעראל וועלכע קען בלויז אינפארסירן די פארשריפטן אבער שרייבן און באשליסן די פארשריפטן באלאנגט אויסדרוקליך פארן לעגיסלאטיוון פליגל וועלכע קען נישט אוועקגשענקן די אויטאריטעט פארן עקזעקוטיוון פליגל אונטער וועלכע די אטוירני דזשענעראל אפערירט
ווי געשריבן האבן די זעלבע צוויי ריכטער גאר שארף אראפגעריסן די געשאנקענע מאכט פאארן אטוירני דזשענעראל

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 5:57 pm

שכח פאר די שיינע באריכט און אנאליז.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 6:38 pm

ווען נעמען זיי יא אן א קעיס ? נאר אויב רוב ריכטער זענען מסכים עס אנצונעמען ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

קאנסילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 11:01 pm

די וויכטיגע נייעס פון אידישע אינטערסע באלאנגט ווען ענדערש אין די "אידישע נייעס" אשכול, אבער וויבאלד יענע אשכול איז יעצט געהיידשעקט ביי לב טהור ברענג איך עס דא.

https://www.vosizneias.com/310489/2018/ ... -nj-judge/


Court Rejects Port Authority Worker's Suit Over Working on Jewish Sabbath


A New Jersey federal judge has rejected a civil rights claim filed by a former Port Authority worker who claimed religious discrimination because he was required to work on the Jewish Sabbath, reasoning that accommodating the schedule would violate his union’s collective bargaining agreement

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 12:47 pm

אין א זעלטענע ארויסטריט האט הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס אפגעענטפערט טראמפס קריטיק אויף א ריכטער וועלכע האט בלאקירט די נייע אזיל רעכט פאליסי אויסלויבנדיג די זעלבסטשטענדיגקייט און אומאפהענגיקייט פון די געריכט

עציץ נקוב
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 7:59 am

ער איז אזוי ביזי מיט די הייליגקייט פון די קאורטס ער אליין האט שוין אויך געשפילט חשבונות און פאליטיק אויף דעם חשבון אז ער כאפט זיך נישט אז דאס וואס די ריכטער זענען געווארן אזוי פאליטיקעל נאכמער און שטערקער זייט טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז א גרעסערע פראבלעם פאר אים ווי דאס אז טראמפ קריטיקירט זייער פאליטיק

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 11:24 am

גג על גג....
זעה איך אז טראמפ האט זיך שוין צוטוויטערט אויף ראבערטס.
וואס איז די פרטים? ווי האט ראבערטס גערעדט? צו וואס האט ער זיך באצויגן?

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 1:26 pm

מיר האבן שוין אין די פארגאנגנהייט באשריבן די פאלגענדע טעמע אבער אצינד ווען עס ווערט מער רעלעוואנט זענען מיר דא מיט כאטש אביסל מער קלארקייט איבער וואס די צומישעניש איז..

אבער צום אלעם ערשט א רעקאמענדאציע, די פאלגענדע ארטיקל קען זייער מעגליך זיין נישט שטארק רעקאמענדירט פאר יעדן
עס צייכנט זיך נישט אויס מיט לייכטע הומאר אדער דראמאטישע זאפט
די טעמע איז הויפטזעכטליך נישט עפעס וואס איז קריטיש וויכטיג פאר אייך צו וויסן און איר אינהאלט איז היבש קאמפליצירט און איז אמבעסטן געאייגנט פאר די וועלכע גלייכן לעגאלע געראנגלען און גייט מער אריין אין פיצינקע דעטאלן וואס מען רופט די נידי גרידי מאכענאציעס
דעריבער צו פארמיידן אומנויטיגע קאפ ווייטאג טראכט צוויי מאל בעפאר איר זעצט פאר צו ליינען

אנגעהויבן האט זיך עס מיט 2 באזונדערע קעיסעס וועלכע פארלאנגען ביידע פון די געריכט קלארצושטעלן אויב דיסקרימינאציע ביי די ארבעט באזירט אויף די תועבהדיגע לעבנסשטייגער פון די ארבעטער טוען פארלעצן די 1964 למספרם סיוויל רייטס אקט

די פעטיציעס דערוועגן זענען אבער געווארן אפגעלייגט אויף דערווייל נאך וואס א קאנסערוואטיווע גרופע האט געבעטן עס אפצושיבן אויף ווילאנג די געריכט דעצידירט אויב זי וויל אויפנעמען אן אנדערע קעיס וועלכע זיי האבן געברענגט צום געריכט אין וועלכע זיי זוכן צו אפעלירן אן אורטייל פון די 6'טע סירקוט געריכט אין מישיגען וועלכע האט געאורטיילט לטובת אן ארבעטער וועלכע איז אויסגעשטאנען ארבעטס דיסקרימינאציע צוליב א משנה הבריותדיגע לעבנסשטייגער (יענער האט פארוואלטעט אין א טויטן היים ווי באריכטעט דא א צייט צוריק)
אין אקטאבער למספרם האט דער סאליסיטאר דזשענעראל וועלכע פארטרעט די יוסטיץ דעפארטמענט איבערראשט די לעגאלע וועלט מיטן פארלאנגען פון די געריכט גאר אפצולייגן די משנה הבריות פעטיציע און ליבערשט קודם דעצידירן אויב זיי נעמען אן איין אדער ביידע תועבה קעיסעס
דיער סאליסיטאר דזשענעראל פארטרעט אפיציעל די "געלעגנהייט פאר גלייכע ארבעטסרעכטן קאמיסיע" וועלכע איז א רעגירונג אגענטור און באשטייט פון א מאיאריטעט אבאמא נאמינירטע קאמישאנערס און די אפיציעלע שטעלונג פון די קאמיסיע איז גראדע אז מען זאל יא באטראכטן אלע קעיסעס אויף איינמאל ווייל זיי גלויבן אז אפילו די מישיגען קעיס פארדינט די זעלבע באשיצונג אונטער די געזעץ ווי די צוויי תועבה קעיסעס
אגב אין סענאט ווארטן איצט דריי טראמפ נאמינירטע צו ווערן באשטעטיגט צו די דאזיגע קאמיסיע און ווען דאס פאסירט וועט עס שענקן אן אויבערהאנט פאר די קאנסערוואטיוון און די שטעלונג וואלט ווארשיינליך געווען די זעלבע וואס דער סאליסיטאר דזשענעראל טענה'ט אפילו איצט גאר אויף זייער חשבון
עס קומט אין די זעלבע צייט וואס אין די דעפארטמענט אף העלטה צירקולירט אין די טעג אן אינערליכע דרעפט צו אדאפטירן א רעגולאציע וועלכע באטראכט נישט די באשלוס פון בריות משונות אלץ רעלעוואנט
ווי געזאגט פארלאנט דער סאליסיטאר דזשענעראל אז דער געריכט זאל ליבערשט אויפנעמען די תועבה קעיסעס אין וועלכע עס זענען דא קעגנזייטיגע אורטיילן צווישן די סירקוט געריכטן
די צווייטע סירקוט געריכט באזירט אין ניו יארק ווי א פאנעל פון די גאנצע געריכט באנק איז געזיצן און באהאנדלט אדי קעיס און עווענטועל אין זייער אורטייל צוריקגעדרייט פריערדיגע פרעצעדענט מיטן זאגן אז תועבה הנהגה וועלכע ווערט גענוצט פאר א סיבה צו דיסקרימינירן אין די ארבעט ווערט באשוצט אונטער די 2964 למספרם געזעץ, די אורטייל האט נאכגעפאלגט א גאר ענליכע אורטייל פון די זיבעטע סירקוט קאורט באזירט אין שיקאגא אילינאי פארלאפענע יאר
פון די אנדערע זייט האט א פאנעל פון דריי ריכטער אין די עלפטע סירקוט געריכט באזירט אין אטלאנטא דזשארדזשיע צוריקגעוויזן אזא סארט אנקלאגע און אנטזאגט צו שענקן א פרישע שאנס פאר די קעיס צו ווערן אויסגעהערט דורך די גאנצע געריכט
דער סאליסיטאר דזשענעראל ערקלערט זיינע מאטיוון אין געריכט פארוואס מען זאל נישט אויפנעמען דערווייל די שינוי הבריות קעיס זאגנדיג אז די זעקסטע סירקוט קאורט אין מישיגען וועלכע האט געאורטיילט אינעם יעניגן'ס שטיצע באזירט זייער מיינונג אויף די פסק פונעם צווייטן סירקוט געריכט אז תועבה דיסקרימינאציע איז באשוצט אונטער די 1964 למספרם געזעץ און אויף דעם ארויף האט די זעקסטע סירקוט געריכט ארויפגעבויעט נאך א שטאק אין אריינגערוקט אינעם געזעץ באשיצונג אויך פאר בריות משונות
דעריבער איז זיין ארגומענט אז קודם דארף מען זעהן אויב תועבה איז טאקע באשוצט ווייל אויב נישט איז נפל היסוד נפל כל הבנין און ער האפט אזוי ארום ארויסצושלעפן די קארפעט פון אונטער די פיס פון די זעקסטע סירקוט געריכט אורטייל און אין פאל ער פארלירט יא די תועבה קעיס וועט ער ערשט דאן פריש אנהויבן בעטן די געריכט אפצוטיילן די קעיס פון תועבה
דא ווערט אבער די זאך מער מאדנע, דער סאליסיטאר דזשענעראל זאגט גאר אז אפילו אין פאל די געריכט וויל נישט אויפנעמען די תועבה קעיסעס זאלן זיי נאך אלץ נישט אויפנעמען די שינוי הבריות קעיס וזה צריך ביאור אז פארוואס זאל דער טראמפ געפירטער יוסטיץ דעפארטמענט נישט זוכן איבערצודרייען די מישיגען אורטייל
גראדע האט ער עטליכע ערקלערונגען דערויף אנצייגנדיג אז יענע אורטייל איז פעלערהאפטיג פון עטליכע שטאנדפונקן און דעריבער איז נישט דא אזא נויט עס מאמענטאל צו אפעלירן אבער עס פארבלייבט פארט פארדעכטיגט און אומפארשטענדליך וואס עס האלט אים פון עס איצט אפעלירן
עקספערטן פרובירן צו דערגיין זיין סטראטעגיע מיטן נעמען אין באטראכט די פאליטישע צושטאנד אויף די אויבנדערמאנטע "געלעגנהייט פאר גלייכע ארבעטסרעכטן קאמיסיע" וועלכע ווי געזאגט האט איצט א מאיאריטעט דעמאקראטן
די קאמיסיע באשטייט פון 2 דעמאקראטן און איין רעפובליקאנער און 3 ליידיגע זיצן צו וועלכע עס זענען דא דריי קאנדידאטן נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ווארטן איצט אויף סענאט באשטעטיגונג
די מינומום קאמעסיארן ארויסצוגעבן א שטעלונג איז 3
די פארשריפטן פון די קאמיסיע ערלויבט נישט מער ווי דריי מיטגלידער פונעם זעלבן פארטיי (צו היטן אויף די זעלבסטשטענדיגקייט
דעצעמבער 31 למספרם לויפט אפ די טערמין פון חי פעלדבלום איין פון די צוויי דעמאקראטן אליינס א מתועבת און טראמפ אין זיין פרישן פעקל פון נאמינירטע האט איר אויך איינגעשלאסן און איר רענאמינירט צו איר איצטיגע פאזיציע וועלכע באדייט אז אויב די גאנצע פעקל ווערט באשטעטיגט וועט זי ווייטער זיין צוזאמען מיטן אנדערן דעמאקראט און צוגאב צו די צוויי פרישע רעפובליקאנער מיטן רעפובליקאנער וועלכע איז שוין איצט דארט וועלכע וועט פירן די רעפובליקאנער צו א 3-2 אויבערהאנט
אבער איר נאמינאציע ציהט שארפע אפאזיציע פון עטליכע רעפובליקאנע סענאטארן און עס קען מעגליך פארשלעפן די גאנצע פעקל פון ווערן באשטעטיגט
אפילו אויב עס פארשלעפט זיך און ווערט נישט באשטעטיגט אינעם איצטיגן לעים דאק סעסיע קען טראמפ נאמינירן פון פריש זיין ליסטע נאר איינטוישן פעדלבוים מיט אן אנדערן דעמאקראט
אויב די סענאט באשטעטיגט טאקע אזא פעקל קען מען זיך רישן אז די קאמיסיע וועט גיך אדאפטירן די זעלביגע רעגולאציע וועלכע די יוסטיץ דעפארטמענט האט שוין פאריאר געשריבן אין אן אינערליכע מעמא ווי זיי טוען אפשאפן די ברייטע דעקונג וועלכע די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט האט געגעבן פאר די 1964 למספרם געזעץ און אנדערש טוט די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט אויסטייטשן די געזעץ אויף מער א באגרעניצטע וועג וועלכגע שליסט נישט איין אזעלכע קעיסעס ווי געברענגט אין די מישיגען געריכט
אין אזא פאל שפירט די יוסטיץ דעפארטמענט אז האבנדיג די קאמיסיע מיטשפילן אפיציעל מיט זייער אפטייטש פונעם געזעץ קענען זיי עס אינפארסירן אן דעם וואס זיי זאלן אפילו דארפן דורכמאכן א געריכטליכע קעיס אויף די טעמע און דעריבער קען דאס זיין די אונטערלאגע פארן סאליסיטאר דזשענעראל אפענע אומאינטערעסע אויפצוברענגן די קעיס אין געריכט
בלייבט נאר איבער צו שרייבן איבער די קאנסערוואטיווע גרופע וועלכע האט ארגינעל אריינגעגעבן די ביטע צו אפעלירן די מישיגען קעיס
זיי האבן אריינגעגעבן זייער אייגענע אנטווארט רעאגירנדיג צום סאליסיטאר דזשענעראלס שטעלונג אנצייגנדיג אז זינט די רעגירונגס אפיציעלי פאזיציע איז אז די מישיגען אורטייל איז אונטער גרויס פראגע צייכן טא פארוואס זאל נישט די געריכט איצט אויפנעמען די קעיס?
מיט די אדמיניסטראציע אומאיינשטימיג מיט איר אייגענע קאמיסיע וועלכע האט צו יענע צייט פארטיידיגט דעם ברי' אין מישיגען איז יענער פארבליבן אנע פארטרעטער און די ACLU טוט דעריבער יענם פארטרעטן און זיי האבן פארלאנגט אז די געריכט זאל לאזן די מישיגען אורטייל אומבארירט און אפווארפן די ביטע אריינצוקוקן אין די אפעלאט פעטיציע
אלזא איז זייער אומקלאר 1)אויב די געריכט וועט אקצעפטירן אריינצוקוקן אין די תועבה קעיסעס
2) אויב די געריכט וועט אויפנעמען די מישיגען קעיס גייענדיג מיט די קאנסערוואטיווע גרופעס פארלאנג אדער עס אפווארפן אמווייניגסטנס מאמענטאל גייענדיג מיט די ACLU
די צווייטע אפציע וועט מעגליך זיין לייכטער אנצונעמען זינט די געריכט איז ווייט נישט אויסן אריינצושפרינגען און צופיל הויכע פראפיל קעיסעס וועלכע קענען ציען פרעצעדענטלאזע פאליטישע אויפמערקזאמקייט און די געריכט האט איצט א גאר גוטע אויסרייד אנווייזנדיג אז די רעגירונג אליין בעהט אויף אפצולייגן די פעטיציע (הגם זייער מאטיוו איז בכלל נישט די זעלבע ווי די וואס די ACLU האט)
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:42 pm

היבש א קאמפליצירטע שיעור געווען, דערוילעם האט פארשטאנען?

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:10 pm

הכל הבל האט געשריבן:היבש א קאמפליצירטע שיעור געווען, דערוילעם האט פארשטאנען?

גאר שטארק!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:21 pm

סאררי... כ'האב געסטאפט צו ליינען ביי די פיפטע פאראגראף... מיין קאפ שווינדלט...

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:23 pm

יא יא
גלויב מיר איך פארשטיי אייך זייער גוט
פאר ווער עס האט נישט קיין ספעציעלע געשמאק דערין איז עס נישט געמאכט צו עסן מיט קאקאש
עס קומט מיט א באטעלע טיילענאל ביי די זייט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:34 pm

כ'דארף קודם מאכן חזרה מיט צװײטע חברים אפשר וועל איך עס דערנאך ארויסהאבן...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 4:25 pm

הכל הבל האט געשריבן:היבש א קאמפליצירטע שיעור געווען, דערוילעם האט פארשטאנען?

די פירות הנושרין האב איך שוין הנאה געהאט!! משנה הבריות ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

יעצט גיי איך ליינען אביסעלע (ביז איך ווער ביזי מיט די נעקסטע קאסטומער..)

א ריזיגן ש'כח!!!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג נובעמבער 23, 2018 2:10 pm

'הכל הבל' שיין און קלאר.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 25, 2018 10:49 am

אין א פרישע פאל האט די יוסטיץ דעפארטמענט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט איבערצוהיפן די אפעלאט געריכטן און אקצעפטירן א קעיס גראד ארויס פון די דיסטריקט געריכט
די סופרים קאורט פארשריפטן לויטן אז זי זי נעמט אויף קעיסעס פון די דיסטריקט געריכטן בלויז אין פאל פון אויסערארדנטליכע פאבליק וויכטיגקייט פאר א גיכע פראצעדור צו בארעכטיגן דאס איבערהיפן די נארמאלע אפעלאט פראצעדור
אין א רייע קעיסעס האט דער סאליסיטאר דזשענעראל זיך געוואנדן צום געריכט באזירט אויף די אויסנאם צושטאנד רעגולאציע מיטן ארגומענט אז עס פעלט זיך אויס פארן געריכט אנצונעמען די קעיסעס אז די געריכט זאל אניאגן צו אורטיילן בעפאר די איצטיגע סעסיע ענדיגט זיך אין יוני למספרם
דער פרישער פאל איז איבער די פארבאט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויפגעלייגט אויפן מיליטער צו רעקרוטירן בריות משונות
עטליכע דיסטריקט געריכטן האבן שוין בלאקירט די נייע פאליסי פון פאראויסגיין אבער קיין אייציגע סירקוט קאורט האט נאכנישט געאורטיילט דערויף
פרייטאג האט דער סאליסיטאר דזשענעראל זיך געוואנדן צום געריכט בעטנדיג זיי זאלן אויפנעמען די קעיס זאגנדיג אז די פארלאנג איז אין איינקלאנג מיטן סטאנדארט אונטער וועלכע די געריכט שפרינגט איבער די געווענליכע אפעלאט פראצעדור
די די סי סירקוט קאורט איז געסקעדזשועלט אויפצונעמען אן אפיעל אויף די פראגע קומענדיגע מאנאט און די 9'טע דיסטריקט געריכט האט שוין אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן דערויף אין א באזונדערע קעיס אבער האט נאכנישט געאורטיילט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג נובעמבער 25, 2018 12:01 pm

ברוך משנה הבריות..
מיט קענעדי נישט אויפן געריכט, לאמיר זעהן וויאזוי זאכן וועלן פארן.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 11:59 am

זייער שיינע באריכטן, און נאך מיט א גענוג איידעלע שפראך. שרייב ווייטער.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:05 pm

היינט איז אויפגענומען אין סופרים קאורט ריכטערין גינזבורג וועלכע האט זיך צוריקגעקערט צום באנק נאכן דורכגיין אן ערהוילונג פון צובראכענע ריב ביינער
די ריכטערין האט געהעריג אנטייל גענומען אין די היינטיגע סעסיע און אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין ביידע קעיסעס היינט דיסקוסירט אין געריכט
זי פאלט אריין אין א היבש פארנומענע וואך ווי מערערע קעיסעס וועלן ווערן באהאנדלט
היינט איז געווארן דורכגעטוהן א קעיס פון איינער וועלכע האט געקלאגט אן אלאסקא סטעיט טרופער איבער די פראצעדור און צוגאנג ווי אזוי ער האט דורכגעפירט אן ארעסט איבער אים און א מער היי פראפיל קעיס וועלכע ווערט ברייטער אויסגעשמועסט און די פאלגענדע באריכט

אום 2011 למספרם האבן א גרופע קאנסומערס אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די עפל טעכנאלאגע פירמע מיט די טענה אז זייער מאנאפאל אויף די אייפאון עפפס אפעקטירט אומ'יושר'דיג די עפפ באנוצער
זייער טענה איז אז טראץ וואס עפפ דעוועלאפער באשטימען אליין זייערע פרייזן זענען די פרייזן העכער ווי זיי וואלטן געווען צוליב וואס עפל רעכנט פון די דעוועלאפער א דרייסיג צענט קאמישאן אויף יעדע איינקויף און זיי ערלויבן בלויז עפפס וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך די פירמעס אייגענע אינטערנעט אפארעיטינג סיטעם צו ווערן פארקויפט שאפט עס אן אומבאלאנסירטע מאנאפאל וועלכע פירט צו הויכע פרייזן
די געריכט האט ארגינעל געאורטיילט אין שטיצע פון עפל זאגנדיג אז די קלעגער האבן נישט קיין סטענדיג אין געריכט זינט עפל רעכנט נישט פון זיי דירעקט סיי וועלכע אפצאל (אין אנדערע ווערטער, אויב איינער קען אבן א טענה זענען עס די זעלבסשטענדיגע דעוועלאפער וועלכע פארקויפן די עפפס)
אין יונואר 2017 למספרם האט אן די 9'טע סיקרוט קאורט אף אפיעלס איבערגעדרייט די אורטייל און עפל האט זיך גראד געוואנדן צום סופרים קאורט צו אפעלירן דעם אורטייל זאגנדיג אז אן אורטייל אין שטיצע פון די אנקלעגער טוט באדראען די צוקונפט פון טעכנאלאגישע אנטוויקלונג
היינט מאנטאג האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די קעיס אין וועלכע די טראמפ אדמיניסטראציע האט גענומען די זייט פון עפל און צייגט אן אז צוליב וואס די גרעסטע טייל פון טעכנאלאגישע ערפינדונג אינפראסטרוקטור איז באזירט אין קאליפארניע זענען פולע אנטי טראסט קלאגעס פון זעלבן קאליבער אויסגעשטעלט צוצופאלן צום יוריסדיקציע פונעם 9'טן געריכט וועלכע גיבט א פרייע האנט פאר אנקלעגער וועלכע די סופרים קאורט דארף אפשטעלן
די ריכטער האבן היינט אויסגעקוקט היבש סימפאטיש גענויגט צו די אנקלעגער


מארגן דינסטאג וועלן די סופרים קאורט ריכטער אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין פרישע צווייי קעיסעס און אויף מיטוואך איז געסקעדזשועלט מונדליכע ארגומענטן אין נאך א קעיס
אויף מארגן דינסטאג איז אויך דא א שטארקע מעגליכקייט אז די געריכט וועט ארויסגעבן אורטיילן

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:13 pm

מיט די אנקלעגער מיינט מען עפל?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:20 pm

ניין ,די ארגינעלע קלעגער אין די קעיס וועלכע האבן געקלאגט עפל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, joegreen, maybeeynot, ברוך, נו שוין און 59 געסט