נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 12:45 pm

ווען טראמפ האט צום ערשטן מאל ארויסגעלייגט זיין ליסטע, האב איך געמיינט אז איינס פון די צוואנציג וועט זוכה זיין צו ארויפגיין צום סופריעם קאורט
יעצט זע איך אז עס איז געווען א לאנדערי ליסט, טשעק טשעק טשעק...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אור
שר האלף
תגובות: 1613
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 1:36 pm

WASHINGTON: JUST IN: US appeals court rules against Trump administration on DACA cancellation, saying it was likely unlawful. - WSJ

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 1:53 pm

סירקוט קאורט אורטיילט אז פרעזידענט טראמפס דאקא ארדער איז נישט אויסגעהאלטן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 2:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 1:55 pm

אדמיניסטראציע האט א קורצע צייט צוריק זיך געוואנדן צום סופרים קאורט און געבעטן איבערצוהיפן די אפעלאט קאורט

אצינד אז די אפעלאט קאורט האט שוין סייווי געאורטיילט איז נאך מער ערווארטעט אז די סופרים קאורט וועט אופנעמען די קעיס וועלכע קען זיין פון די מערסט פראמינענטע קעיסעס דעם איצטיגן סעזאן

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 1:17 am

הכל הבל האט געשריבן:אן אבערוואציע צו וועלכע קיינער האט נישט געלייגט קיין געוויכט

אויב ריכטער גינזבורג אדער ברייער זענען גרייט צוט ווארטן אויף 2020 למספרם צו רעטייערן אבער נישט לענגער און מיט די האפענונג פאר א נייע פרעזידענט דאן האבן רעפובליקאנער גאר שטארק געזיגט נעכטן נאכט אין באצוג צום סופרים קאורט
אפגערעדט אויב טראמפ זיגט אבער אפילו מיט א דעמאקראט אין 2021 למספרם וועלן די רעפובליקאנער האבן א מאכט און מאיאריטעט אינעם סענאט וועלכע וועט דארפן באשטעטיגן סיי וועלכע נאמינאציע

מיט אריזאנע און נעוועדע דאון ווייסטו נישט ווער וועט האבן די סענאט 2020.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 1:26 am

אודאי וואלט מען געטוישט קאנגרעס מיט סענאט, אבער די רעפאבליקאנער סענאטארן זענען דאך נישט געלאפן, האט מען געווינען קאנגרעס ווי די רעפאבליקאנער זענען יא געלאפן, און ווען די רעפאבליקאנער סענעטארן וועלן לויפן וועט מען זיי אי"ה טראסקענען, איך רעכן קאלעראדא מעין אריזאנע, און אפשר נארט קארעליינע (מיט אייאווע ווי איך האף אז גרעסלי וועט נישט לויפן) [למעשה לויפט דעמאלטס ערנסט, און איך גלייב אז זי וועט לויפן און געווינען, סוי אייאווע קען מען נישט רעכענען].

אלאבאמע ווייסעך נישט צו עס איז וועסט ווירדזשיניע מאנטענע, צו אינדיענע מיזורי נארט דעקאוטע, מסתמא נאך ערגער ווי די צווייטע האלב, ווי איך האב גע'טענה'ט ווען מען האט עס געווינען אז עס איז נאך ערגער ווי מעסעטשוטשעס, און נאכדערצו אויב סעשאנס וועט לויפן.

סוי פלאס 3 מיינוס 1 = 2, פלאס אפשר די אנדערע צוויי = 4-2.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 7:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 1:35 am

צל, כ'פארגין דיר מיטן גאנצע הארץ, אבער צייל נאכנישט די טשיקנס... די איי קען נאך קראכן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 1:37 am

כמעט קיין איין רעפאבליקאנער אינקאמבענט האט נישט געווינען אין א קלינטאן דיסטריקט, ליין קאלעראדא מעין.

אריזאנע וועט לכאורה זיין א אפענע רעיס, און מקעין'ס גבאי לויפט אלס דעמאקרעט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 1:43 am

פארגעסס נישט, א מידטוירם יאר איז נישט קיין פרעזידענשל יאר! גראדע האבן געוויסע דעמעקראטן געהאט פרעזידענשל טוירנאוט, אבער 2 יאר ארום וועלן ריפאבליקענס מעגליך מעטשן... אלעס קען געשעהן, אבער פריידעך נאכניש...

און דזשאסט פאר יור אינפאו, איך האב געזעהן די אנדערע אשכול בנוגע 2020, כ'פלאן נישט אריינצוגיין, איך האלט מיך נישט פאר קיין נאמבערס גיי, און בעיקר, מ'קעניש פרעדיקטן נאכן וואוטן, זאל מען קענען 2 יאר פארדעם? יעדער קען מאכן חשבונות מיט קאלקעלעישענס... מ'וועט נאך אסאך שוויצן ביז 2020, משיח זאל אוודאי זיין דא פריער... די עקאנעמי קען באאמען אדער ח"ו אראפגיין, נארט קאריע קען זיין מסודר, אדער דורפאלן, ס'קען זיין שלום אויף די וועלט, אדער ח"ו מלחמות... דעמעקראטן קענען אווערריעקטן און רופן פאר אימפיעטשמענט, אדער זיך נארמאל אויפפיהרן... נישט מעגליך צו פרעדיקטן וויזוי זאכן גייען אויסקוקן... כ'גיי נישט וועיסטן קיינעם'ס צייט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 1:57 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:ס'איז מער פון דעם. קעווענאו מיט כ'ווייסניש ווער טראמפ גיייט שטעלן, גייען אויך נאר לעבן ביז הונדערט און עפעס. עס קען שטארק בעקפייערן און מ'קען זיך טרעפן מיט אזא לינקע קאורט, אזש מ'וועט ניטאמאל האבן א רעכט צו גיין מיט הויזן אין די גאס...

אויב האסטו די מינדסטע ספק צו די דעמאקראטישע וועלן זיך צוריקהאלטן פון אנפאקן די קאורט מיט לינקע דזשאדזשעס ווען זיי האבן די מעגליכקייט, דארפסטו האר צוריקקוקן צו ריעד'ס גיין נוקלער.
אין דיס דעי ענד עידזש איז א נארישקייט צו מאכן אזאנע חשבונות. האסט א ליידיגע זיץ? פאק ארויף א יונגער ארכי קאנסערוואטיווער. האסט א לינקע זיץ? זעה אז דער ריפלעיסמענט זאל זיין רעכטער ווי רעכט, ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט.
Innocent until proven Republican

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 10:25 am

מיט א צייט צוריק האט די טראמפ אדמיניסטראציע איינגעשטעלט א טויש אין די מיליטער צו פארבאטן מתועבים פון סערווירן אין דינסט

די פראגע איז אצינד אין געריכט און איצט האט די די סי סירקוט קאורט געמאלדן די פאנעל פון ריכטער וועלכע וועלן אויסהערן די קעיס

די פאנעל באשטייט פון 3 ריכטער
ריכטער טאמאס גריפיט נאמינירט דורך פרעזידענט בוש,ריכטער סטיוו וויליאמס דורך פרעזידענט רעיגען און ריכטער ראבערט ווילקינס דורך פרעזידענט אבאמא

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 11:31 am

די סופרים קאורט וועט באשליסן קומענדיגן נאוועמבער 30 למספרם אויב זיי ווילן אויפנעמען א פרישע תועבה קעיס

א לוי' היים דירעקטאר איז אין 2013 למספרם געווארן אויפגעזאגט פון זיין/איר פאסטן דורכן אייגנטומער פונעם היים נאך טוישן אידענטיטעט
דער/די יעניגער איז געלאפן אין געריכט זיך צו באקלאגן איבער דיסקרימינאציע און די פעדעראלע 6'טע סירקוט קאורט באזירט אין סינסינעטי האט ערווענטועל געאורטייל אין שטיצע פון יענעם
אצינד דארף די געריכט באשליסן אויב זיי וועלן אויפנעמען די קעיס און גלייכצייטיג אויף 2 אנדערע גאר ענליכע קעיסעס
די רעגירונגס סאליסיטאר דזשענעראל האט גראדע געבעטן די געריכט נאכנישט אויפצונעמען די לוי' דירעקטאר קעיס נאר ליבערשט קודם באשליסן אין די אנדערע קעיס און וועלכע באהאנדלט די פראגע פון א ברייטערע פערספעקטיוו און דערנאך לויט דעם באשליסן אויך אויף דעם קעיס
אויב די געריכט וועט אויפנעמען סיי וועלכע פון די קעיסעס וועט עס זיין די ערשטע קעיס וועלכע וועט ציען נאציאנאלע אויפמערזאמקייט נאך וואס ביזדערווייל באצייכענען עקספערטן די איצטיגע סעסיע אלץ פארשלאפןאויפן פראנט פון סאציאלע אישוס אין קאנטראסט צו די פריערדיגע טערמינען

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 11:37 am

שכח הכל פאר די קלארע באריכטן.

איך באוואונדער דיין איידעלע לשון, שפאצירענדיג ציווישן די טראפן אן אפי' פאכט ווערן.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:00 pm

נאך א סעטעלמענט אין געריכט וועט די האטעל טשעין מאטעל 6 באשטראפט ווערן מיט די סומע פון 8,900,000 דאלער נאך וואס אירע ארבעטער האבן אין פילע פעלער מיטגעטיילט אינפארמאציע איבער לאטינא געסט מיט ICE אין די אינפארמאציע האט אין פילע פעלער געפירט צו די דעפארטאציע פון אומלעגאלע אימיגראנטן

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:50 pm

הכל הבל האט געשריבן:נאך א סעטעלמענט אין געריכט וועט די האטעל טשעין מאטעל 6 באשטראפט ווערן מיט די סומע פון 8,900,000 דאלער נאך וואס אירע ארבעטער האבן אין פילע פעלער מיטגעטיילט אינפארמאציע איבער לאטינא געסט מיט ICE אין די אינפארמאציע האט אין פילע פעלער געפירט צו די דעפארטאציע פון אומלעגאלע אימיגראנטן

וואסערע געזעץ האבן זיי געבראכן?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:29 pm

יאצמעך האט געשריבן:שכח הכל פאר די קלארע באריכטן.

איך באוואונדער דיין איידעלע לשון, שפאצירענדיג ציווישן די טראפן אן אפי' פאכט ווערן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:46 pm

צל עובר האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:שכח הכל פאר די קלארע באריכטן.

איך באוואונדער דיין איידעלע לשון, שפאצירענדיג ציווישן די טראפן אן אפי' פאכט ווערן.

יישר כח רב צל ורב יאצמעך

תגובות של אישור כאלו נחוץ לי מאד מאחר שבענינים כאלו יש צורך בזהירות יתירה ועדיף לכסות טפחיים שלא לגלות טפח שאינו סולת נקי'

כמובן משתדל אני לכתוב בזהירות ובעדינות אמנם מי אנכי להחליט שאין מצוי בה איזה שגיאה או תיבה יתירה שאינו ראוי להעלות על שולחן מלכים ועל כן יש לי קורת רוח מזה כאשר קוראים החשובים (וגם לרבות מההנהלה) מאשרים מה שכתבתי ואדרבה אם ח"ו בעתיד יפול בהם איזה תיבה יתירה אשמח לקבל הערות ואם הם דברים של טעם אשתדל לתקן המעוות

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 6:10 pm

יאצמעך איז פון די הנהלה?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 6:17 pm

די נער זאל ארויס גיין פון מקוה...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 6:32 pm

איך האב נישט מיט זיי קיין שום שייכות, האבעך געמיינט אז דו יא, @הכל הבל ווייסט דאך אלעס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 6:32 pm

יאצמעך האט געשריבן:שכח הכל פאר די קלארע באריכטן.

איך באוואונדער דיין איידעלע לשון, שפאצירענדיג ציווישן די טראפן אן אפי' פאכט ווערן.

און אזוי אויך אויף ווייטער ביטע וואס דו קענסט אונז אינפארמירען און ס'קען נאך זיין מיט די תקנות פון אייוועלט. ביטע האלט דיר נישט צוריק
און א דאנק פאר דיר בכלליות..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 5:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט פערזענליך אויסגעפרעגט נעאמי רעא וועלכע איז די אדמיניסטראטאר און פארפיגט אויף די אפיס אף אינפארמעישאן אף רעגולאטארי אפעירס (אן אפיס וועלכע האט איבערזיכט איבער אויספירן פאליסיס און רעגולאציעס און ארבעט פארן עקזעקוטיוון פליגל) מיטן ציהל איר צו נאמינירן צום די סי סירקוט קאורט צו ערזעצן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן דורך ריכטער ברעט קעווענאו
עס איז די סאמע ערשטע פאל אין וועלכע טראמפ פרעגט אויס א קאנדידאט וועלכע ווערט נישט נאמינירט צום סופרים קאורט
די די סי קאורט איז די געריכט אונטער וועמענס יוריסדיקציע סיי וועלכע געראנגל צווישן טראמפ און מולער ווי סובפינעס און נאך וועט פאלן

היינט קלאר געווארן אז רעא ווערט טאקע נאמינירט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 1:32 pm

די אורטייל אויב ארויסצוגעבן א צייטווייליגע פארארדענונג פארן ווייסן הויז צוריקצושטעלן סי ען עןס אקאסטא איז געווען באשטימט אויף היינט דרייע
אצינד מעלדט ריכטער קעלי אז ער האט אפגעשיבט דעם אורטייל אויף מארגן פרייטאג

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 1:55 pm

ריכטער טימאטי קעלי איז געווארן נאמינירט דורך טראמפ

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 8:22 pm

פרייטאג איז ארויסגעקומען צוויי נייעסן פון העכסטן געריכט
די געריכט וועט באהאנדלען אין פעברואר 19 למספרם א קעיס איבער סיטיזאן פראגן אינעם צענזוס אויספרעג
די געריכט וועט נישט באהאנדלען די פראגע זעלבסט וטועלכע ווערט נאך דערווייל באהאנדלט אין די נידריגע געריכט
די געריכט וועט אבער אורטיילן וועלכע אינפארמאציע קען ווערן באטראכט דורכן נידריגן געריכט בעפאר זיי אורטיילן
די אדמיניסטראציע וויל באגרעניצן די געריכט בלויז צו קוקן אויף די אדמיניסטראטיווע רעקארדס אבער די קלעגער ווילן אז אויך א ברייטערע זאמלונג פון באווייזן איבער די קאמערץ דעפארטמענטס אויסריידן פארן צולייגן די סיטיזאן פראגן זאלן ווערן אריינגענומען אין בילד בעפאר דער ריכטער גיבט ארויס זיין אורטייל

די צווייטע נייעס קומט איבער די לעגאלע סטאטוס פונעם צייטווייליגן אטוירני דזשענעראל מעט וויטעקער
דערווייל האבן זיך נאכנישט געיאוועט קיין ליבעראלע גרופעס זיך צו ווענדן צום געריכט צו בעקאמפן זיין נאמינאציע אבער דורך א זייטיגע טירל איז די פראגע געשיקט געווארן דירעקט צום העכסטן געריכט
א געוויסער אדוואקאט וועלכע פארטרעט א קעיס וואס ער האט מיט די רעגירונג איבער די צווייטע אמענדמענט האט פארלאנגט אז די געריכט זאל דערקלערן ראד ראזנסטיין אלץ די צד וועלכע פארטרעט די רעגירונג (געוויס שיקט אלץ די רעגירונג א סאליסיטאר דזשענעראל אבער ער איז בלויז א פארטרעטער געשטעלט דורכן יוסטיץ דעפארטמענט) און נישט מעט וויטיעקער
די געריכט האט דערווייל נישט געמאלדן אויב זיי אקצעפטירן אריינצוקוקן אין די פארלאנג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, חפץ לב, יישר כח, נו גוט נו שוין, קנעטענע קיגעל, שמערעל און 53 געסט