נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » מוצ"ש נובעמבער 03, 2018 10:03 pm

Think and Thank האט געשריבן:זייט ווען נעמט די סופריעם קאורט אין באטראכט פאליטישע אספעקטן פון קעיסעס?

זייט זיי האבן אנגעהויבן שרייבן געזעצן..

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש נובעמבער 03, 2018 10:07 pm

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט אריינצוקוקן אין א קעיס איבער רעגירונגס ראלע אין רעליגיע

די רעדע איז איבער א ריזן שתי וערב מאנומענט וועלכעאיז געבויעט געווארן אום 1925 למספרם און שטייט אנימיטן פון א פארנומענע אינטערסעקשאן אין מערילענד און דארף זיין א געדענקמאל פאר צווייטע וועלט קריג סאלדאטן וועלכע האבן דארט געוואוינט און זייערע נעמען פיגורירן אויפן צעמענטענעם סטרוקטור
די געדענקמאל ווערט פרעזעווירט און דורך די ארטיגע רעגירונג און די מעינטענענס קאסט אפ פאר שטייערצאלער יערליך טראץ וואס די מאנומענט איז א רעליגיעזע סימבאל
די פראגע וואס די דיסטריקט האט באהאנדלט איז געווען אויב מען באטראכט עס בעיקר אלץ א רעליגיעזע מאנומענט אדער מער אלץ א געדענקמאל פארן די סאלדאטן
די קלאגע איז געברענגט געווארן דורך אן עטאיסטישע גרופע באזירט אין וואשינגטאן און זיי אנערקענען אין געריכט אז די מאנומענט איז אויף פאר א מעסעדזש פון פרידן און צו געדענקן די סאלדאטן אבער באקלאגן זיך אז די רעליגיעזע מעסעדזש דערפון איז פיל שטארקער און נאך וואס א דיסטריקט ריכטער האט אין 2016 למספרם נישט אנגענומען די טענה האט די אפעלאט געריכט אין 2017 למספרם עס יא אנגענומען מיטן אויסנאם פונעם הויפט ריכטער וועלכע איז טיילווייז אומאיינשטימיג
ביי איין פאל דורכאויס די ארעל ארגומענטס איז געווען א רעדע פון אן פארשטענדעניש צו לאזן די סטרוקטור און באזייטיגן די ערב טייל..
אצינד קומט די נייעס אז די סופרים קאורט וועט אריינקוקן און אורטיילן אין די קעיס

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:12 am

היינט הויבט זיך אן די געריכט קעיס אקעגן די צענזוס/סיטיזאן פראגע נאך וואס די סופרים קאורט האט פרייטאג געגעבן די גרינע ליכט פארן נידריגן געריכט פאראויסצוגיין דערמיט

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:36 am

ווען גייען די צענזוס פאפירן צום דרוק?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:47 am

ווען די אבאמא אדמיניסטראציע האט פארארדנט די FCC צו איינשטעלן נעט נוטראלעטי רעגולאציעס זענען די גרויסע קעיבל פירמעס געלאפן צום געריכט עס צו בלאקירן
די געריכט האט צוריקגעוויזן זייער ביטע און די קעיס איז געווארן צוגעשיקט צום סופרים קאורט ווי די קעיס ווארט שוין א לאנגע צייט צו ווערן באהאנדלט
איצט צופרי האט די ליבעראלע בלאק אויפן געריכט צוריקגעוויזן די אפיעל
ריכטער טאמאס גארסוטש און אליטא האבן געוואלט צוריקדרייען די אורטייל אבער א מאיאריטעט פון די ליבעראלע 4 ריכטער האבן אויסגעפירט זינט ריכטער ראבערטס און קעווענעאו האבן נישט אנטייל גענומען אין די פראגע

די קעיס איז אבער נישט עכט רעלעוואנט זינט די טראמפ FCC האט שוין צוריקגעדרייט די רעגולאציע מיט א צייט צוריק

עס קען אבער יא אויסמאכן אויב א קומענדיגע אדמיניסטראציע שטעלט צוריק די רעגולאציע

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 2:33 pm

די געריכט וועט מארגן אויסהערן א קעיס איבער טויט אורטייל
לויט עקספערטן זענען די ריכטער צוטיילט 4 אויף 4 און ריכטער קעווענעאו וועט זיין די שליסל וואוט נאכצופאלגן

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 3:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:די געריכט וועט מארגן אויסהערן א קעיס איבער טויט אורטייל
לויט עקספערטן זענען די ריכטער צוטיילט 4 אויף 4 און ריכטער קעווענעאו וועט זיין די שליסל וואוט נאכצופאלגן

טויט אורטייל אין אלגעמיין, אדער איבער א ספעציפישע קעיס?

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 3:58 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די געריכט וועט מארגן אויסהערן א קעיס איבער טויט אורטייל
לויט עקספערטן זענען די ריכטער צוטיילט 4 אויף 4 און ריכטער קעווענעאו וועט זיין די שליסל וואוט נאכצופאלגן

טויט אורטייל אין אלגעמיין, אדער איבער א ספעציפישע קעיס?


געוויסע פראקטיצירונגען און פראצעדורן ביים אויספירן א טויט אורטייל

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 6:25 pm

שכח הבל איך באלעק מיך!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 7:46 pm

הבל איז שוין גארנישט הבל... מיר אלע זענען זיך מחיה
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 9:11 am

די יוסטיץ דעפארטמענט שיקט א ביטע צום סופרים קאורט אויפצונעמען די דאקא קעיס און איבערהיפן די אפעלאט געריכטן

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 9:14 am

איצט איז געמאלדן געווארן די פאנעל פון ריכטער אויפן די סי סירקוט קאורט וועלכע וועלן אויסהערן די קעיס צווישן די רעגירונג און די פאראייניגונג צווישן עי טי & טי און טיים ווארנער קעיבל
ריכטער ראדזשערס (געשטעלט דורך קלינטאן) ריכטער ווילקינס (געשטעלט דורך אבאמא) און ריכטער סענטעל (געשטעלט דורך רעיגען)

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 9:30 am

ממה נפשך האט געשריבן:שכח הבל איך באלעק מיך!

אן אָנדערסטעיטמענט!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 10:44 am

איצט צופרי איז ארויס די ערשטע געהעריגע אורטייל פונעם סופרים קאורט פארן נייעם טערמין
די געריכט האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ארדערס וועלכע זענען אנדערש ווי געהעריגע אורטיילן (וועלכע ווערן גערופן אפיניאנס) מיטן זיין קורץ און שארף אן ווערן צופיל ערקלערט
אנדערש איז אן אפיניאן וועלכע איז א געהעריג פסק און ווערט ברייט ערקלערט און האט מער אויסזיכט שפעטער צו ווערן גענוצט מדמה צו זיין ענליכע קעיסעס באזירט אויפן פרעצעדענט געשאפן דורך דעם אורטייל
די היינטיגע אורטייל איז איבער א קעיס אנבאלאנגט די עידזש דיסקרימינעישאן עידזש
די עידזש דיסקרימינעישאן עידזש איז א געזעץ דורכגעפירט אין 1967 למספרם און אונטערגעשריבן דורך פרעזידענט דזשאנסאן
די געזעץ איז געצילט צו באשיצן ארבעטער פון געוויסע סארט דיסקרימינאציע צוליב זייער עלטער
די יארגאנג דיסקרימינאציע ביי די ארבעט איז נישט געווארן אדרעסירט אין די אלגעמיינע סיוויל רטייטס אקט וועלכע קאנצעטרירט זיך אויף אנדערע סארט דיסקרימינאציע און דעריבער איז געווען א נויט פאר א באזונדערע יארגאנג דיסקרימינאציע געזעץ צו באשוצן ארבעטער וועלכע זענען עלטער פון ווערן אפגעזאגט אדער באקומען ווייניגער צוטריט צו בענעפיטן און פענסיע אויסוואלן און נאך
די געזעץ איז פאר ארבעטער העכער 40 יאר אבער אנדערש ווי די סיויל רייטס געזעץ וועלכע באשוצט פון אנדערע סארט דיסקרימינאציע ביי די ארבעט פאר ביזנעסער פון 15 ארבעטער און העכער איז די ספעציפישע געזעץ בלויז ביי ביזנעסער וועלכע האבן מער פון 20 ארבעטער
די געזעץ צויוינגט די ארבעטסגעבער איבערצוצייגן אז געוויסע באהאנדלונג וועלכע קען מאכן שפירן דעם עלטערן ארבער ווי דיסקרימינירט און באזירט אויף זיין יארגאנג איז פאקטיש געווען פאר א פארשטענדליכע אורזאך און אומפארבינדן מיט זיין יארגאנג
די איצטיגע קעיס איז געקומען פון 2 פייערלעשער אין אריזאנא וועלכע האבן זיך באקלאגט איבער דיסקרימינאציע און די פראגע פארן געריכט איז געווען אויב סטעיט אגענטורן ווי פייער דעפארטמענטס און אנדערע פאלן אויך אונטער די עידזש דיסקרימינעישאן עידזש אזוי ווי א פאר פראפיט ביזנעס
איצט האט די ריכטער רוט בעידער גינזבורג געשריבן דעם 8-0 אורטייל לטובת די פייערלעשער מיט די אפוועזנהייט פון ריכטער קעווענאו וועלכע האט איז נישט געווען פארמישט אינעם קעיס צוליב וואס די ארגומענטן פארנט פון די ריכטער זענען געמאכט געווארן נאך איידער ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם געריכט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 2:06 pm

די געריכט האט היינט אויסגעהערט די קעיס איבער צום טויט פאראוטיילן וועלכע פארלאנג אן אפהאלט צוליב זיין מעדיצינישע צושטאנד וועלכע קען צופירן די פראצעדור צו זיין מער פיינפול ווי אין געווענליכע סיטואציעס
אין פריערדיגע קעיסעס האט זיך די געריכט צוטיילט 5-4 ווען ריכטער קענעדי האט זיך אנגעשלאסן מיט די ליבעראלן
אצינד האט ריכטער קעווענאו איבערגענומען זיין זיץ
ביי די פארהער האבן ריכטער סאטאמיאר און בריייער אויסגעדרוקט שטיצע מיטן ארעסטאנאט
ריכטער אליטא האט פיל גערעדט אבער נישט אויסגעקוקט אזוי סימפאטיש צום ארעסטאנטס ארגומענט
ריכטער קעווענאו האט ביי איין פאל אויסגעקוקט אביסל סקעפטיש איבערן אויספירן די אורטייל

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 9:27 am

אן אבערוואציע צו וועלכע קיינער האט נישט געלייגט קיין געוויכט

אויב ריכטער גינזבורג אדער ברייער זענען גרייט צוט ווארטן אויף 2020 למספרם צו רעטייערן אבער נישט לענגער און מיט די האפענונג פאר א נייע פרעזידענט דאן האבן רעפובליקאנער גאר שטארק געזיגט נעכטן נאכט אין באצוג צום סופרים קאורט
אפגערעדט אויב טראמפ זיגט אבער אפילו מיט א דעמאקראט אין 2021 למספרם וועלן די רעפובליקאנער האבן א מאכט און מאיאריטעט אינעם סענאט וועלכע וועט דארפן באשטעטיגן סיי וועלכע נאמינאציע

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 9:29 am

סופרים קאורט פארארדנט די סירקוט קאורט צוצויאגן די צענזוס/סיטיזאן פארהער און אורטיילן

די געריכט האט עטליכע טעג צוריק ערלויבט די קעיס צו ווערן קודם אויפגעשפילט אינעם קרייז געריכט אבער האט איצט געווארנט די געריכט נישט צו צעגערן און זיך צואיילן מיטן קעיס

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:20 am

עלטסטע סופרים קאורט ריכטערין רוט בעידער גינזבורג איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן ווערן פארוואונדעט פון א פאל אינעם סופרים קאורט געביידע.

רות בת ?? לרפו״ש
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:24 am

לויט ווי סהייסט האט זי זיך צובראכן אפאר ריבס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:25 am

ריכטערין גינזבורג געפאלן און זיך צובראכן 3 ריבס

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:26 am

אה שוין געמאלדן האקט

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:27 am

היינט ועט פרעזידענט טראמפ אנטייל נעמען אין א צערעמאניע צו אפיציעל באעהרן ריכטער קעווענאו
נעכטן האט נאך געהייסן אז סעשאנס וועט אינאיינעם אנטייל נעמען מיט ראזנסטיין

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:31 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:לויט ווי סהייסט האט זי זיך צובראכן אפאר ריבס.

פאר אלע לינקע ריכטער געווינטשען, איז דא בעסערע האפענונג אז די אלטע אידענע פון ברוקלין וועט ריטייערן?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:37 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:לויט ווי סהייסט האט זי זיך צובראכן אפאר ריבס.

פאר אלע לינקע ריכטער געווינטשען, איז דא בעסערע האפענונג אז די אלטע אידענע פון ברוקלין וועט ריטייערן?

גינזבורג, ברייער, און קעיגען, זענען אידן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:37 am

געוואנדן ווי געפערליך די קלאפ איז
אונטער געווענליכע אומשטענדן וועט א ריכטער רעטייערן אויב מען עס ווערט יענעם אוממעגליך ווייטער צו סערווירן געהעריג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, באדראג-קערעסטיר, שפאניע און 36 געסט