נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:32 am

ווי שוין באריכטעט האט פרעזידענט ביידען נאמינירט דזשעקסאן אקאוואומי צום זיבעטן סירקוט קאורט און קאטאנדזשי בראון דזשעקסאן צום די סי סירקוט קאורט

אצינד האט זיך געעפנט א פרישע סירקוט בענקל ווען ריכטערין מארשא בערזאן האט געמאלדן אז זי איז גרייט אנצונעמען סיניאריטעט ווי נאר אן ערזאץ ווערט געמאלדן

ריכטערין בערזאן איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן צום ניינטן קרייז געריכט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אפריל 10, 2021 9:05 pm

סופרים קאורט ארויסגעווארפן קאליפארניעס וויירוס באגרעניצונגען אויף רעליגיעזע פארזאמלונגען אין פריוואטע הייזער.

אונטער די יעצטיגע פארארדענונגען זענען פארזאמלונגען אין פריוואטע הייזער -פאר סיי וועלכע צוועק- געצוימט צו נישט מער ווי דריי האוזהאולדס (פאמיליעס). היינט האט די העכסטע געריכט געאורטיילט אז די פארארדענונגען טוען פארלעצן די ערשטע אממענדמענט רעכטן פון ארטיגע איינוואוינער צוליב וואס טייל נישט-רעליגיעזע צואמענקונפטן -א שטייגער ווי געשעפטן א.ד.ג.- פארמאגן נישט די דריי פאמיליע מאקסימום.

די אורטייל איז געווען 5-4.

די געריכט ווייזט אן אז דאס איז שוין די פיפטע מאל וואס א אורטייל פון די ניינטע קרייז אפעלאט געריכט איבער דעי פראגע ווערט איבערגעדרייט דורכ'ן העכסטן געריכט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:27 am

איידער מיר קענען צוגיין צו די קעיס וועלכע איז איצט אויפן טיש דארפן מיר צו ערשט מעלה גרה זיין א צווייטע קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א יאר צוריק

די מער עלטערע ליינער וועלן פילייכט דענקן די תקופה פון שרעק וואס אמעריקא איז אריבער אין 2002 למספרם אין שאטן פון נאכאנאנדע סנייפער שיסערייען ווען צוויי אנאנימע פראפעסיאנאלע ציהל שיסער פלעגן אן קיין ווארענונג אנהויבן שיסן אויף ווער עס זיי געקומען אונטער די האנט און פלינק אנטרינען פון די סצענע

עווענטועל, נאכן אפקאסטן צעהן קרבנות זענען אויטאריטעטן געקומען אויף די שפורן און אידענטיטעט פון די צוויי און ארעסטירט לי מאלווא און אלען מוכאמעד

מוכאמעד איז געווארן פאראורטיילט צו טויט שטראף און די אורטייל איז געווארן אויסגעפירט אין 2009 למספרם

מיט מאלווא איז אבער געווען די מעשה אנדערש זינט ער איז צו יענע צייט געווען בלויז 17 יאר אלט און לויט די געזעץ האט ער געקענט באקומען א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע און א ריכטער אין ווירדזשיניע האט אים טאקע צוגעטיילט אייביגע טורמע

שימלנדיג אין זיין פינסטערע צעהל אן קיין געהעריגע אויסזיכט אמאל ארויסצוגיין האט מאלווא געמוזט זיין צופרידן ווען א סופרים קאורט אורטייל איז ארויס אין א צוויייטע קעיס אום 2012 למספרם שרייבנדיג אז "מענדעטארי לעבנסלענגליכע טורמע אן פאראל פאר פארברעכנס דורכגעפירט ווען מען איז יונגער פון אכצן יאר פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע ערלויבט נישט קיין איבערגעטריבענע שווערע שטראפן"

פריערדיגע פרעצעדענט האט שוין געהאט אוועקגעשטעלט אזא פארבאט אבער נישט אין פאל פון מארד פארברעכנס אבער די פרישע סופרים קאורט אורטייל האט געדעקט אפילו קעיסעס פון מארד און געשריבן אז ריכטער מוזן יא קענען אריינקוקן אין די אומשטענדן פון די פארברעך אין די סטאטוס אין יארגאנג פונעם פארברעכער און זיך רעכענען דערמיט ביים צוטיילן אן אורטייל

די פראבלעם פאר מאלווא איז געווען אז די אורטייל האט נישט אדרעסירט די וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט מיט יארן פריער און וואלט בלויז אפעקטירט ווי אזוי ריכטער זאלן אורטייילן אינעם צוקונפט

עס האט געדויערט נאך פיר יאר ווען אין 2016 למספרם האט ענדליך אנגעהויבן אויסקוקן אז מאלווא וועט מעגליך קענען האבן נוצן פון די 2012 למספרם אורטייל

אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אין א באזונדערע קעיס אז זייער פריערדיגע אורטייל פון 2012 למספרם איז געווען א "פארארדענונג מיט סובסטאנץ פון קאנסטיטוציאלע געזעץ"

די טערמין באדייט אז יענע אורטייל איז א פונדאמענטאלע און עלעמענטארע באשיצונג פאר ארעסטאנטן און מוז דעריבער ווערן גענומען אין באטראכט און אפעקטירן אויך ארעסטאנטן וועמענס אורטייל זענען געווארן פארזיגלט בעפאר די 2012 למספרם אורטייל

אויסער דאס איינשטעלן די 2012 למספרם אורטייל צו ווירקן אויך למפרע האט ריכטער קענעדי געשריבן אינעם פרישן אורטייל אז נישט בלויז זאלן ריכטער זיך יא קענען רעכענען מיט די יארגאנג אין וועלכע די פארברעכן איז געווארן דורכגעפירט" אזוי ווי די 2012 למספרם אורטייל האט געלויטעט נאר האט גאר אוועקגעשטעלט גאנץ קלארע אנווייזונגען פאר די ריכטער ווי אזוי אפצושאצן יוגנטליכע פארברעכער ביים באשליסן אויב זיי צו שיקן אין טורמע לעבנסלענגליך

קענעדי שרייבט אז ריכטער זאלן מוזן אפשאצן אויב א פארברעכער איז אזוי מאראליש פארקריפלט אז עס נוצט שוין נישט קיין תשובה און אז יענער גייט שוין מער קיינמאל נישט זיין קיין נארמאלע מענטש און וועט זיך קיינמאל נישט גענוג ערהוילן אין טורמע אז מען זאל אים קענען ארויסלאזן נאך א באשטימטע טורמע טערמין

ווען ריכטער סקאליא האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל האט ער אויסער קעמפן אקעגן דאס איינשטעלן די פריערדיגע אורטייל אויף למפרע עקסטער זיך באצויגן אויף די נייע "טעסט" איינגעשטעלט דורך די מאיאריטעט וועלכע ריכטער וועלן מוזן נוצן און געווארנט אז עס וועט זיין זייער שווער פאר ריכטער צו מאכן אזא אפשאצונג אויף א פארברעך וועלכע איז באגאנגען געווארן אין די יונגע יארן און אז די נייע קאטעגאריזאציע וועט באדייטן אז נישט בלויז וואס ריכטער וועלן נישט "מוזן" געבן לעבנסלענגליכע טורמע, נאר זיי וועלן "נישט קענען" געבן לעבנסלענגליכע טערמינען ווייל פארברעכער וועלן אלץ טענה'ן שלא ישובו עוד לכסלה און עס וועט זיין גאר שווער צו איבערצייגן פארקערט

אבער די מאיאריטעט האט דאך זעלבסטפארשטענדליך ס'לעצטע ווארט און באוואפנט מיט די צוויי אורטיילן האבן די מאלווא אדוואקאטן זיך געוואנדן צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט געמוזט צונישט מאכן די אלטע אורטייל און סקעדזשועלן א פרישע אורטייל וועלכע זאל זיין אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט פארארדענונג

די רעגירונג האט עס אפעלירט צום פערטן קרייז געריכט אבער דארט האט זיי אויך אפגעווארט א נידערלאגע ווען די סירקוט קאורט האט בלויז געקענט באשטעטיגן די אורטייל פון די נידריגע געריכט

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די קעיס און די מונדליכע ארגומענטן זענען פארגעקומען אום אקטאבער 16 2019 למספרם
די אורטייל וועלכע האט געזאלט נאכפאלגן איז נישט געווען קלאר אין וועלכע ריכטונג עס וועט פאלן און אנאליסטן האבן אנגעצייגט אז ריכטער ראבערטס האט אין די 2012 למספרם קעיס געשטימט צוזאמען מיט די איבריגע דריי קאנסערוואטיוון אקעגן די מאיאריטעט אורטייל דאן געשריבן דורך ריכטערין קעיגען

פון די צווייטע זייט אבער האט ער אין די 2016 למספרם קעיס געטוישט זייטן אין דאן געשטימט מיט די מאיאריטעט מאכנדיג די דעמאלטסדיגע אורטייל א 6-3 און דעריבער איז זיין פאזיציע אויף די פראגע אומקלאר און שווער פאראויסצושאצן

די אנדערע ריכטער אויף וועם מען האט געהאלטן אן ערנסטע אויג באזירט אויף די מונדליכע ארגומענטן איז געווען ריכטער קעווענאו וועלכע האט אויך נישט קלאר אנגעדייטעט ווי אזוי ער פלאנט צו אורטיילן אויף די פראגע אבער זיינע פראגן האבן יא געגעבן דעם שפור איז אז אויב איין קאנסערוואטיוו (אויסער ראבערטס) גייט דעפעקטירן גייט עס זיין ער
עד כאן המעשה

עד כאן? יא, די געשיכטע האט געהאט קיין עפילאג און די געריכט האט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף די קעיס און איך בין נישט געווען איבערראשט אז קיינער פון די ליינער האט נישט געפרעגט ביים ענדע פונעם געריכט טערמין אוואו די אורטייל איז ווייל מענטשן האבן וויכטיגערס אויפן קאפ

אבער איצט אז מען רעדט שוין איז גוט צו אפדעיטן אין וועלכע אקעאן די קעיס איז פארשוועמט געווארן און אויך פארציילן אז די צייט פארשווענדעט צו ליינען די קעיס איז נישט גאגאנגען אינגאנצן לריק ווייל עס וועט אייך שטארק פארלייכטערן און פארקורצערן די צייט פון ליינען די היינטיגע קעיס אין עטליכע פאראגראפן אראפציה

די מאלווא קעיס איז געקומען צו א האסטיגע אפשטעל שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן נאך וואס ווירדזשיניע האט ארויסגעשלעפט די טורמע קארפעט פון אונטער מאלווא'ס פיס שטימענדיג אויף א געזעץ וועלכע ערלויבט נישט צו האלטן אין טורמע ארעסטאנטן פאר מער ווי 20 יאר אויף פארברעכנס דורכגעפירט אלץ יוגנטליכע און דערמיט פארזיכערט אז מאלווא וועט ביז עטליכע יאר ארום באפרייט ווערן אן דארפן צוקומען צו די גענאדע פונעם סופרים קאורט און צוליב דעם איז די גאנצע קעיס געגאנגען פייפן

אזויפיל האט די קעיס אויפגעטוהן, אוועקצושטעלן די גרונדן פאר פרישע ענליכע קעיסעס וועלכע האבן זיך אינצווישן אנטוויקלט און זינט די סופרים קאורט האט שוין אינוועסטירט צייט און ענערגיע צו באהאנדלען די פראגע ביי די מאלווא קעיס האבן זיי אויסגעקליבן פון פינף קעיסעס איין קעיס אז זיי זאלן קענען דעצידירן די פראגע און נישט בלייבן מיט די צונג אינדרויסן צוליב די נייע ווירדזשיניע געזעץ

די קעיס וועלכע די קאורט האט אויסגעוועלט האנדלט זיך איבער א מאן מיטן נאמען ברעט דזשאונס וועלכע איז געפונען געווארן שולדיג אין אומברענגן זיין זעליגן זיידן

דזשאונס איז אויפגעוואקסן אין א פראבלעמאטישע היים מיטן זיין אוועק פון זיין פאטער אן אלקאהאליקער, זיין שטוף טאטע פלעגט אים סעקירן און זיין מוטער האט געליטן פון מעניאק דעפרעסיע, א בייפאלאר דיסארדער און א שגעון זיך זעלבסט צו שעדיגן , עפעס וואס דער קליינער דזשאונס האט גע'ירש'נט און פלעגט זיך אויך אפט צושניידן

אין 2004 למספרם איז דזשאונס אנטלאפן פון שטוב און זיך קווארטירט ביי זיין זיידע אין הויז וואו דער זיידע האט אים איין טאג דער זיידע געכאפט ביי אן עוולה און אנגעהויבן זיך קריגן מיט אים

דזשאונס האט גע'טענה'ט אז ער האט געהאט א געפעכט מיט זיין זיידן אין ווען זאכן האבן אנגעהויבן ארויסגיין פון קאנטראל איז זיין זיידע געקומען אין זיין ריכטונג אים צו שעדיגן און אלץ זעלבסטפארטיידיגונג האט ער אים געשטאכן און ס'זיידע איז אומגעקומען פון די וואונדן

א דזשורי האט אבער נישט אקצעפטירט זיין ווערסיע פון די געשיכטע און אים געפונען שולדיג און דער ריכטער האט אים פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע

נאך די 2012 למספרם סופרים קאורט אורטייל האט זיך דזשאונס צוגעכאפט דערצו ווי צו א געבראטנס און פארלאנגט א נייע פראצעס מיט די טענה אז דער ריכטער האט אים געגעבן א לעבנסלענגליכע אורטייל באזירט אויף די דעמאלטסדיגע מיסיסיפי געזעץ וועלכע האט פאראנגט מענדעטארי לעבנסלענגליכע טורמע און לויט די סופרים קאורט אורטייל איז יענע געזעץ מער נישט קאנסטיטוציאנאל

דער נייע ריכטער האט שוין יא אין באטראכט גענומען די יארגאנג ווען די פארברעך איז געווארן אויסגעפירט (17) אבער טראץ די עדות פון די טורמע אויפזעעהר אז ער האט זיך גוט אויפגעפירט אין טורמע און זיך דוכגעקומען מיט יעדן פארט באשלאסן אז ער דארף אויסדינען די איבריגע טייל פון זיין לעבן אין טורמע

די אורטייל איז געקומען אין 2015 למספרם און דער ריכטער האט נישט באטראכט די טענה אז דזשאונס איז שוין אויסגעמענטשלט נאר ליבערשט זיך קאנצעטרירט אויף די הארבע זינד פון מארד און אירע ארומיגע אספעקטן ווי דאס אז דזשאונס האט פרובירט צו פארדעקן זיין אקט מיטן באהאלטן די טויטע קערפער און אוועקוואשן די בלוט

2016 למספרם איז אבער אנגעקומען און מיט איר די פרישע סופרים קאורט אורטייל וועלכע שטעלט אוועק די "קענעדי טעסט" און דאס פון וואס סקאליא האט זיך געפארכטן האט טאקע פאסירט און דזשאונס האט אריינגעגעבן א פרישע פארלאנג אז באזירט אויף די נייע אורטייל זאל ער באקומען א פרישע פראצעס און דער ריכטער זאל מוזן אפשאצן זיינע פופצן יאר אין טורמע און זעהן צו ער איז טאקע נישט געווארן קיין ארנטליכע מאן זינט מען האט קיינמאל נישט אין באטראכט גענומען אזא טעסט ביים פריערדיגן פראצעס

די קאמף צווישן מיסיסיפי אין דזשאונס האט דאן געמאכט איר וועג צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און געסקעדזשועלט מונדליכע ארגומענטן אויף די וואל טאג נאוועמבער 3 למספרם

נישט צופיל מענטשן האבן צוגעלייגט קאפ יענע פארנומענע וואל טאג אבער די ריכטער זענען אנגעגאנגען מיט זייער טעגליכע פליכטן אין אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

דוד שפירא האט אויפגעטרעטן אלץ אדוואקאט פון דזשאונס און אפעלירט צו די ריכטער אז מען זאל די קעיס צוריקשיקן צו די סטעיט געריכט וואו מען זאל באטראכטן אויב דזשאונס קען שוין טאקע מער קיינמאל נישט לעבן פרידליך און ציוויל

ריכטער ראבערטס האט געצימבלט שפירא איבער ווי אזוי מען קען דערגיין אזא זאך פרעגנדיג: וואס פונקטליך זוכסטו זאל קלאר ווערן?"

שפירא האט רואיג געענטפערט אז זיין קליענט זוכט נישט עפעס אוממעגליך נאר איינפאך אן אויפריכטיגע פראצעס וואו מען שאצט אפ זיינע מעגליכקייטן צו פונקציאנירן אלץ ארנטליכע בירגער

ווי עס שיינט איז ראבערטס פראבלעם געווען אז מעגליך האט דער ריכטער גאר יא אין באטראכט גענומען די צושטאנד פון דזשאונס און מיט דעם אלעם אים פאראורטיילט אזוי הארב און טאקע ווייל ער האט אים געשאצט אלץ אומסטאביל

ראבערטס האט געקוועטשט וואס פונקטליך מוז א ריכטער טוהן צו איבערצייגן אז ער האט יא אפגעשאצט דעם באשולדיגטן'ס מצב

ראבערטס האט געזאגט פאר שפירא אז ביים פראצעס האט דער אדוואקאט יא אדרעסירט די פראגע אויב דזשאונס קען נאך זיך נאך אמאל אויפפירן ארנטליך און אויך דער ריכטער האט ציטירט פון 2016 למספרם אורטייל בעפאר ער האט אויסגעפירט מיט זיין אורטייל

ראבערטס האט אויסגעפירט זאגנדיג: איז די פראבלעם אז דער ריכטער האט נישט ציטירט גענוג שטיקלעך פון די סופרים קאורט אורטייל?

איך ווייס פשוט נישט אויב דאס וואס ער (דער ריכטער) האט געזאגט איז נישט גענוג (צו באשטעטיגן אז ער האט גענומען אין חשבון דזשאונס מצב)

סאטאמאיאר האט אויך איבערגעפרעגט די פראגע פון ראבערטס ביים פארהערן שפירא זאגנדיג אז דער ריכטער האט קלאר דערמאנט די 2016 למספרם אורטייל בעפאר זיין אויספיר אלזא פארוואס איז די בלויזע פאקט נישט די אנהויב און ענדע פון דעם קעיס?

קעווענאו איז געגאנגען מיט די זעלבע ליניע שטופנדיג שפירא אין א ווינקל צו אנערקענען אז ריכטער מוזן נישט שרייבן פארמאלע געפינסן צו איבערצייגן אז אנגעקלאגטע קענען מער קיינמאל נישט זיין געהעריג נאר עס איז גענוג צו באטראכטן אט די פאקט

שפירא האט אבער פארפירט אז דער ריכטער האט טאקע אין באטראכט גענומען די פאקט אז דזשאונס איז געווען יונג אבער נישט געמאכט א שאצונג אויב ער קען שוין מער נישט ווערן וואויל

גארסוטש האט אויסגעזעהן גאנץ סקעפטיש איבער די טייל אין די 2016 למספרם געזעץ וועלכע זאגט אז מען דארף מאכן די אויפפירונג טעסט און זיך געוואונדערט אויב אויך די טייל גייט אויף צוריק צו קעיסעס פון יארן פריער

בערעט האט נישט געפרעגט פראגן וועלכע טוען אנדייטן איין וועג אדער די אנדערע וואו זי שטייט אויף די קעיס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Quality, אהבת ישראל, אשריך, בלינצע, יוסי מ'ברוקלין, משה צימערינג, נודניק, פרא-חסיד, שפע רב און 72 געסט