תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2020 10:34 am
יא, מען האלט שוין ביים פערטן סופרים קאורט אורטייל היינט
אויך א קעיס ברייט באשריבן דא
אט ליינט:
מוכאמעד טאנוויר, דזשאמאל אלדזשיבא און נאוויד שינווארי זענען דריי אמעריקאנע מוסולמענער וועלכע זענען אלע פארבעהטן געווארן דורך די עף בי איי זיך צו רעקרוטירן אלץ אינפארמאנטן און איבערגעבן אינפארמאציע פאר די אגענטור איבער פארדעכטיגטע מוסולמענער אבער אלע דריי האבן אפגעזאגט די ביטע ערקלערנדיג אז מסירה גייט אקעגן זייער רעליגיע
נישט לאנג דערויף האבן אלע פון זיי אנדעקט אז זיי ערשיינען אויף די פעדעראלע נאו פליי ליסט וועלכע באדייט אז זייערע נעמען פיגורירן אויף א דאטא בעיס וועלכע דעזיגנירט א גרויסע צאהל אמעריקאנע בירגער אלץ פארדעכטיגט און פארבאט זיי פון פליען אויף פליגער
טאנוואר צום ביישפיל איז א לעגאלער בירגער וועלכע וואוינט אין קווינס און ארבעט אלץ א טראק דרייווער און אלץ טייל פון זיין ארבעט האט ער אפט געדארפט פליען אויף דאמעסטיק רייזעס און ביי איין פאל האט ער פרובירט צו רייזן פון אטלאנטא קיין ניו יארק אבער ער איז געווארן אפגעשטעלט און צווי עף בי איי אגענטן האט אים צוגעפירט צו א באס סטאנציע פון וועלכע ער איז געפארן קיין ניו יארק א רייזע וועלכע געדויערט אומגעפער 24 שטונדן
ער האט אין דריי באזונדערע פעלער שוין איינגעהאנדלט טיקעטס צו רייזן קיין פאקיסטאן צו באוזכן זיין קראנקע מוטער אבער געווארן בלאקירט פון ארויספליען פון לאנד
אויב האבן זיי געקלערט אז עס איז געווען א בלויזע מיספארשטענדעניש האט מען זיי גאנץ קלאר ערקלערט אז קאאפערירן מיט די רעגירונג אלץ אינפארמאנטן וועט העלפן אז זייערע נעמען זאלן פארמעקט ווערן פון די ליסטע
די האבן געקלאגט פערזענליך די דריי אגענטן פארמישט אין זיי פארפאלגן אלץ אינדיווידועלן פארן אביוזן די די נאו פליי ליסטע און דאדורך פארלעצן זייערע רעליגיעזע פרייהייט און פרובירט צו בויען א קעיס פון פארלעצן די רעליגיעזע פרייהייט רעסטארעישאן אקט (מיטן אקראנים RFRA)
נאכן אויפהייבן א וויי געשריי און אנמאכן א שטורעם האט מען אראפגענומען זייערע נעמען פון די ליסטע אבער די דריי זענען פארשטענדליך נישט צופרידן און זוכן ווייטער אנטשעדיגונג
די דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז די דריי מאנגלען סטענדינג צו קענען קלאגן זינט זייערע נעמען זענען שוין אראפ פון די ליסטע
אינעם דיסטריקט געריכט האבן די דריי געהאט פארגעלייגט צוויי לעגאלע ארגומענטן
איינס דערפון איז געווען אז מען האט פארלעצט זיערע ערשטע אמענדמענט רעכטן אבער אויף דעם האט די דיסטריקט געריכט אנגעוויזן אז די סופרים קאורט האט זיך שוין אין די פארגאנגענהייט אפגעזאגט פון אויסברייטערן א פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט אין די באקאנטע ביווענס קעיס צו די ערשטע אמענדמענט
ביווענס איז געווען עימיצער וועם דראג אגענטן זענען איבערגעפאלן זיין היים און אים אונטערזוכט פאר געווירצן ווועלכע זיי האבן קיינמאל נישט געפונען אבער די גאנצע אקציע איז געקומען אן קיין געריכטליכע ווארענט און אין פארלעצונג צו זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן וועלכע באשוצן א מענטש פון ווערן באפאלן/אונטערזוכט אן א געהעריגע אורזאך/ערלויבעניש
דער ביווען האט געקלאגט די אגענטן פארן פארלעצן זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן אבער א דיסטריקט ריכטער האט עס ארויסגעווארפן מיט די טענה אז עס איז נישטא קיין פעדעראלע געזעץ אונטער וועלכע מען קען פארלאנגען פארגיטיגונג פאר "בלויז צוליב וואס אזא רעכט איז געווארן פארלעצט" און עס מוז זיין א ספעצעפישע געזעץ וועלכע שרייבט קלאר אז מען קלאגן פארן עס פארלעצן ווי צום ביישפיל אויב די סטעיט וואו דער קלעגער וואוינט ערלויבט צו פארלאנגען אנטשעדיגונג פאר אינוואדירן א פריוואטע הויז קען דער קלעגער קלאגן די אגענטן פארן פארלעצן די סטעיט געזעץ און אינוואדירן פריוואטע אייגנטום
אין יענע פאל האט די סופרים קאורט עווענטועל געאורטיילט אז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט איז יא גענוג צו קלאגן גייענדיג מיט די הנחה "אז יעדע פארלעצונג דארף קענען ווערן קאמפענצאסירט" ואם אפשר לקלקל אפשר לתקן און אז די אגענטן האבן די מעגליכקייט צו טרעטן אויף יענעם'ס רעכטן מוזן זיי זיין אויסגעשטעלט צו פארגיטיגן יענעם אויסער אין פעלער וואס קאנגרעס שרייבט א קלארע געזעץ אויף פארקערט אדער אין פעלער וואס פארארדענען פארגיטיגונג ווועט שאפן ערנסטע פראבלעמען
ווען די סופרים קאורט האט באקומען א געלעגנהייט אויסצוברייטערן די אויבנדעמאנטע פרעצעדענט אויך צו די ערשטע אמענדעמענט האט זי זיך אנטזאגט עס צו טוהן און צוליב דעם האט די דיסטריקט ריכטער אין אונזער קעיס געקומען צום אויספיהר נישט צו ערלויבן די דריי מוסולמענער צו נוצן די ביווענס געזעץ און די דריי האבן טאקע נישט פרובירט צו אפעלירן די טייל אינעם סירקוט קאורט
די צוויייטע טענה פון די דריי מענער איז געווען אז די 1993 למספרם רפר"א געזעץ ערלויבט זיי צו פארלאנגען אנטשעדיגונג
אין 1990 למספרם האט די סופרים קאורט זיך אנטזאגט צו אנערקענען רעליגיעזע אויסנאמען צו געווענליכע געזעצן
אין א קעיס איבער רעליגיעזע איינגעשטעלטע אין א פריוואטע דראג רעהאביליטאציע קליניק אבער אלץ טייל פון זייער ארבעט האט זיי זיך באנוצט מיט א געוויסע סארט געווירץ פארבאטן דורך א סטעיט געזעץ אבער איז געווען טייל פון זייערע רעליגיע צו נוצן אבער זענען געווארן אויפגעזאגט פארן פארלעצן א סטעיט געזעץ
יענע האבן פארלאנגט ארבעטלאזע בענעפיטן אבער געווארן צוריקגעוויזן צוליב וואס זייער אויפזאגונג איז געקומען נאכן פארלעצן א סטעיט געזעץ
די סופרים קאורט האט דאן געאורטיילט אז הגם די סטעיט וואלט געהאט די רעכט צו מאכן אן אויסנאם צו יענע געזעץ עס זאל אויסשליסן פעלער פון רעליגיעזע געברויך זענען זיי אבער נישט פארפליכטעט צו מאכן די אויסנאם און דעריבער קענען זיי אפזאגן די בענעפיטן אין פעלער פון רעליגיע קאנפליקטן פונקט ווי זיי וואלטן געטוהן ווען עס וואלט געווען אומפארבונדן צו רעליגיע
אלץ רעאקציע צו יענע אורטייל האט קאנגרעס דורכגעפירט א געזעץ גערופן "רעליגיעזע פרייהייט צוריקשטעלונג אקט" (אקראנים RFRA) מיט דריי יאר שפעטער וועלכע פרעזידענט קלינטאן האט פארן אונטערשרייבן רעטאריש עס ארויסגעהויבן אלץ עפעס וואס פארזיכערט אז די רעגירונג ווערט געהאלטן צו זייער א הויכע סטאנדארט פון באווייז אידער זיי ווערט פארמישט אין עפעס וואס שטערט רעליגיעזע רעכטן פון מענטשן
די געזעץ רופט די רעגירונג נישט צו שטערן מענטשן פון זייערע רעליגיעזע פליכטן אפילו ביים דורכפירן געזעצן וועלכע זענען מחייב מענטשן ווען עס רירט נישט אן רעליגיע אויסער אין פאל וואס די רעגירונג קען קלאר איבערצייגן אז די געזעץ איז עכט אין די אינטערעסע פונעם לאנד און אז די געזעץ טוט ארויפשטעלן בלויז די מינימום באגרעניצונג אויף רעליגיע וועלכע פעלט זיך אויס פארן לאנד'ס אינטערעסע
צו גיבן דעקונג פאר יענע געזעץ האט קאנגרעס צוגעלייגט א רעכט פאר אינדיווידועלן צו קענען קלאגן די רעגירונג אין פאל פון פארלעצן רעליגיעזע רעכטן און פארלאנגען אין געריכט "די פאסיגע רעליעף" און איבער אט די פראזע און איר באדייט לויפט עכט די לעגאלע געראנגל אין אונזער קעיס
באזירט אויף אט די 1993 למספרם געזעץ האבן די דריי מענער פרובירט צו פארלאנגען אנטשעדיגונג אבער די דיסטריקט געריכט האט אנגעוויזן אז די רפר"א געזעץ האט בלויז געציהלט צוריקצודרייען די זייגער צו איידער די 1990 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז זאכן זאלן זיין ווי בעפאר יענע אורטייל (און אז אין פאל פון א קלאגע פון יענע סארט זאל די געזעץ יא ערלויבן יענעם צו באקומען בענעפיטן) אבער די געזעץ האט קלאר נישט געציהלט אויסצוברייטערן רעכטן פון קלעגער נאכמער ווי עס איז געווען בעפאר די 1990 למספרם אורטייל און פונקט ווי בעפאר יענע אורטייל האט די געריכט קיינמאל נישט אויסגעברייטערט די אויבנדערמאנטע ביווענס אורטייל צו זיין גילטיג אויף ערשטע אמענדמענט פארלעצונגען האט קאנגרעס אויך נישט געזוכט עס אויסצוברייטערן אין זייער געזעץ
די טייל איז אבער געווארן אפעלירט דורך די דריי מוסולמענער צום צווייטן סירקוט מיט די טענה אז די געזעץ ערלויבט יא צו פארלאנגען אנטשעדיגונג און אן איינשטימיגע דריי ריכטער אויפן צווייטן קרייז געריכט האבן איינגעשטימט דערמיט
די דיסטריקט געריכט האט ווי געשריבן נישט געוואלט אויסטייטשן אז "די פאסיגע רעליעף" באדייט פארגיטיגונגס געלט וויייל לויט זיי האט קאנגרעס נישט געזוכט צו גיין אזוי ווייט אבער די צווייטע קרייז געריכט האט יא אזוי אפגעלערנט די ווערטער
די דיסטריקט קאורט האט נישט אדרעסירט א צווייטע געפעכט צווישן די צוויי זייטן אויב די ראפר"א געזעץ ערלויבט בכלל צו ברענגן קלאגעס אקעגן פעדעראלע באאמטע אלץ אינדיוויועלען און פריוואטע בירגער
מען קען קלאגן פעדעראלע באאמטע פארן פארלעצונגען אלץ אפיציעלע איינגעשטעלטער אבער אין אזא פאל באדייט עס אז די קלאגסט די אגענטור /דעפארטמענט ווי ער איז איינגעשטעלט און אפילו דו קלאגסט יענעם איז די רעגירונג עכט דער וואס זיצט אויפן באשולדיגונגס באנק און וועט דארפן צאלן סיי וועלכע שטראף ריכטער באשטימט (פילייכט האבן די דריי מענער אין אונזער קעיס נישט גענומען אזא צוגאנג ווייל אזאנא קלאגעס איז פיל שווערער ווען דו דארפסט איבערציייגן אזי די פירער פון די דעפארטמענטס האבן פארארדנט דורכצופירן די אומלעגאלע שטיק)
א צווייטע וועג פון קלאגן איז דורכן באשולדיגן די באאמטע אלץ פריוואטע מענטשן אבער דאן איז די פראגע אויב די אויבנדעמאנטע רפר"א געזעץ וועלכע ערלויבט "קלאגעס אקעגן פארלעצונגען פון "די רעגירונג" דעקט אויך קלאגעס אקעגן רעגירונג איינגעשטעלטע אויף אן אינדיווידועלע פריוואטע פארנעם און נישט אלץ זייער "אפיציעלע ארבעט"
די צווייטע סירקוט האט געגעבן גערעכט פאר די קלעגער אויך איבער דעם און געשריבן אז די געזעץ באציהט זיך אויך צו אזעלכע קלאגעס און ערלויבט ווי געזאגט צו פארלאנגען פארגיטיגונגס געלט
די גענויע שפראך אינעם געזעץ ערקלערט וואס זיי רופן "רעכט צו קלאגן די רעגירונג" די געזעץ איז מפרש אז "רעגירונג" באדייט א פליגל, דעפארטמענט, אגענטור, און "אפיציעלער איינגעשטעלטער" ("אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ")
איז לאמיר צונעמען אלע טערמינען וועלכע מיר האבן אנגעצייכנט מיט גענזן פיסלעך
די אגענטן האבן געבעטן פונעם קרייז געריכט אפצולערנען די טערמין "רעגירונג" אויפן מערסט נאטורליכן און איינפאכן וועג וועלכע וואלט באגרעניצט קלאגעס צו בלויז אזעלכע וואס קלאגן באאמטע אלץ טייל פון זייער אפיציעלע ארבעט און קאפאציטעט און נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועלן
זיי האבן אויך אנגעוויזן אויף די ווערטער "אפיציעלער איינגעשטעלטער" אלץ באווייז אויף די אויבנדערמאנטע
אין באצוג צו די ווערטער "אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ" האבן זיי גע'טענה'ט אז דאס מיינט נישט אז מען זאל אויסברייטערן די קלאגע מעגליכקייט צו קענען קלאגן אלץ פריוואטע אינדיווידועלן
אלע דריי האט די צווייטע סירקוט אפגעווארפן זאגנדיג אז רעגיורנג מיינט קלאר נישט בלויז צו קלאגן אלץ אפיצילע איינגעשטעלטע ווייל דאס וואלט באדייט קלאגן די רעגירונג און דאס איז עפעס וואס איז געווען קלאר ערלויבט בעפאר די געזעץ (ווען מען האט די ריכטיגע באווייזן) און די געזעץ וואלט דאס נישט געדארפט מחדש זיין
אפיציעלע באאמטע מיינט לויטן געריכט אז יענער איז פאקטיש אפיצילע איינגעשטעלט אבער לאו דוקא אז מען קלאגט אים באזירט אויף זיין אפיציעלע אמט
און סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ איז א קלארע אנדייטונג לויט די געריכט אז מען קען יא קלאגן
אפילו אלץ פריוואטע אינדיווידועל ווייל אויב נישט דאס איז וואס די געזעץ האט געזוכט קלארצושטעלן איז וואס איז די כפל הלשון?
די אגענטן האבן צו ערשט פרובירט צו פארלאנגען אז די פולע באנק אויפן צווייטן סירקוט זאל איבערהערן די קעיס אבער א מאיאריטעט האט אפגעווארפן די ביטע
די ריכטער אין די מינאריטעט האבן געשריבן אז די אורטייל פונעם פאנעל וועט שעדיגן נאציאנאלע זיכערהייט פירנדיג צו אויטאריטעטן איבערצוטראכטן צוויי מאל פארן נעמען דרינגנדע שריט וואוסנדיג אז זיי וועלן קענען ווערן געקלאגט שפעטער
א צווייטער ריכטער אין די מינאריטעט האט זיך באצויגן צו פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט צום ביישפיל צו א קעיס אין 2009 למספרם ווען די העכסטע געריכט האט ארויסגעווארפן אן אורטייל טאקע פונעם צווייטן סירקוט וועלכע האט ערלויבט פאר א פאקיסטאנער מוסולמענער מאן ארעסטירט נאך די סעפטעמבער 11 למספרם אטאקעס צו קלאגן געוועזענע אטוירני דזשענעראל דזשאן עשקראפט און געוועזענע עף בי איי דירעקטאר ראבערט מולער פאר אנגעבליכע אביוז וועלכע ער האט געליטן אין א פארהאלטונגס צענטער אין ברוקלין
דער ריכטער האט אויך אנגעצייגט אויף א סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט אראפגעשטימט א צווייטע אורטייל פונעם זעלבן צווייטן סירקוט וועלכע האט געשריבן אין שטיצע פון מוסולמענע אימיגראנטן וועלכע האט פארפירט אז זייערע רעכטן זענען פארלעצט געווארן אינעם זעלבן ברוקלין פארהאלטונגס צענטער
געוועזענע ריכטער ענטאני קענעדי האט דאן געשריבן פארן מאיאריטעט אז אויב איז וואר די טענות פון די פארהאלטענע איז עס זייער שלעכט אבער עס איז נישט די ריכטיגע וועג צו אדרעסירן די פראבלעם דורך ערלויבן צו קלאגן רעגירונג איינגעשטעלטע פערזענליך פאר אומריכטיגע פירונג אינמיטן פון א נאצינאלע זיכערהייט קריזיס
די אדוואקאטן פאר די קלעגער האבן אבער גע'טענה'ט אז אין די פאל איז עס אנדערש ווייל די 1993 למספרם געזעץ אויטאריזירט דאס קענען קלאגן רעגירונג באאמטע פאר "ריכטיג פארדינטע הילף" וואס טוט לויט זיי איינשליסן פארגיטיגונגס געלט
די קעיס איז געווארן אפעלירט דורך די אגענטן צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און די טראמפ אדמינסטראציע האט געמוטיגט די געריכט צו אורטיילן אקעגן די קלעגער
די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 6 למספרם
ביז אהער פון אונזער ערשטע באריכט איבער די קעיס
ווי געסקעדזשועלט האט די געריכט אויסגעהערט די קעיס פארלאפענע חול המועד אין די סעסיע האט זיך אנגעהויבן מיט אן אויפטריט דורך דעפיוטי אטוירני דזשענעראל עדווין נידלער וועלכע האט ארויסגעברענגט ווי זעלטן קאנגרעס האט באשטעטיגט געזעצן וועלכע שטעלן פאראנטווארטליכקייט אויף פעדעראלע באאמטע פאר פערזענליכע שאדנס און ווען זיי האבן עס שוין יא געטוהן איז די שפראך זייער געמאסטן און דעריבער זאל די געריכט נישט איינשליסן פעלער ווי אין אונזער קעיס אין די רפר"א געזעץ
עטליכע ריכטער האבן אדרעסירט די שפראך אין די רפר"א געזעץ ווי צום ביישפיל ריכטער קעיגען וועלכע האט -רעדנדיג צו ראמזי קאסעם וועלכע האט פארטרעטן די קלעגער- איינגעשטימט מיט נידלער אז קאנגרעס מוז זיין זייער קלאר ווען זיי באלעסטיגן פעדעראלע אנגעשטעלטע מיט פאראנטווארטליכקייט פון געלט אנטשעדיגונג פאר פערזענליכע שאדנס און אויב זיי שרייבן נישט קליפ און קלאר אז זיי מיינען אז די באאמטע זאלן אויסשטיין געלט קאמפענצאסיע קען עס פאלן שווער אויף די ריכטער צו אריינלערנען אז דאס האט קאנגרעס ווירקליך געמיינט ווען די שפראך אין די געזעץ איז אזוי אומקלאר
ריכטער ברייער איז יא געווען מער סקעפטיש איבער נידלער'ס שטעלונג פרעגנדיג: וואס איז דיין בעסטע ארגומענט אקעגן די קלעגער וועלכע טענה'ן אז רפר"א ערלויבט "פאסיגע רעליעף" פון די "רעגירונג" וועלכע ווערט אויסגעטייטשט צו מיינען סיי וועלכע באאמטער און אסאך קעיסעס טוען אנדייטן אז פאסיגע רעליעף נעמטאויך אריין געלט אנטשעדיגונג
נילדער האט ווידערהאלט די רעגיורנג פאזיציע אז די רפר"א געזעץ שרייבט קלאר ארויס אז מען קען קלאגן די רעגיורנג און טראץ וואס זי באציהט זיך אויך צו רעגירונג באאמטע איז עס טאקע בלויז אויב קלאגט מען זיי אלץ טייל פון זיין אנגעשלאסן אין די רעגיורנג אבער נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועל
ריכטער ראבערטס האט קענטיג איינגעשטימט דערמיט און געזאגט פאר קאסעם אז אויב קוקט מען נישט אויף די פראזע
"אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ" איז גאנץ קאר אז די געזעץ ערלויבט בלויז צו קלאגן די אגענטן אונטער זייער אפיציעלע קאפיציטעט אבער נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועלן (איי, וואס מיינט אויב מען קוקט נישט אויף יענע פראזע? די פראזע איז דאך א טייל פון די געזעץ?!
גוטע קשיא אבער ווען ריכטער זוכן א געוויסע אויסגאנג איז טח עיניהם מראות און זיי קוקן נאר אויף די טיילן וועלכע וועט זיי העלפן גרייכן זייער פון פריער באשטימטע באשלוס)
ריכטער גארסוטש האט גענומען א טאן וועלכע איז מער אין שטיצע פון די קלעגער ווי ראבערטס און שפעקולירט אז די טערמין "פאסיגע רעליעף" אין רפר"א איז געווען א מיסיע וועלכע קאנגרעס האט ארויפגעווארפן אויף די יורידישע פליגל אז זיי זאלן באשליסן איבער וואס די ריכטיגע רעליף איז און געשאנקן פארן געריכט זייער צוטרוי אז די ריכטער זאלן באשליסן די פראגע אן דעם וואס קאנגרעס זאל פארבאטן אדער צוטיילן געלט קאמפענצאסיע
גארסוטש האט געוואלט אויסשפורן און זעהן צו זיין צוגאנג וואלט געווען א געניאלע דורכברוך/פשרה וועלכע וואלט צופרידנגעשטעלט די קלעגער און געפרעגט פון קאסעם אויב זיין קליענט וואלט געווען צופרידן אויב די סופרים קאורט וואלט געאורטיילט אז די קאנגרעס געזעץ לאזט פאר די געריכטן צו באשליסן וואס די ריכטיגע רעליף איז (אין אזא צייט וואלט די קעיס צוריקגעגאנגען צום נידריגן געריכט וועלכע וואלט אצינד געמוזט באשליסן איבער אנטשעדיגונג אויף די אייגענע האנט אן עס באזירן אויף די הנחה אז קאנגרעס האט "געהייסן" גיבן געלט קאמפענצאסיע
קאסעם וועלכע וואלט געקענט פארלוירן ווערן פון אזא אינטערסאנטע פארשלאג איז טאקע נישט געווען זיכער ווי אזוי צו רעאגירן און האט דעריבער הומאריסטיש זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן דירעקט אז אזוי לאנג ווי ביים ענדע פונעם אורטייל שטייט די ווערטער "מיר באשטעטיגן די אורטייל פונעם צווייטן סירקוט" בין איך אבסאלוטלי צופרידן (אומדירעקט איז די ענטפער אז איך הער דיין אנבאט אבער אויב גיבסטו מיר אינגאנצן נאך בין איך זיכער צופרידן..)
און דא האט זיך דער עולם צולאכט שאפנדיג א לייכטערע אטמאספערע אין די טרוקענע וויטואלע סעסיע
אמווייניגסטנס צוויי ריכטער האבן געשיינט צו זיין באזארגט איבער עפענען א וועג צו קלאגן פעדעראלע באאמטע און דאס זענען געווען ריכטער טאמאס וועלכע האט געצימבלט קאסעם ווי אזוי רעגירונג איינגעשטעלטע דארפן באשליסן ווי אזוי צו פארזיכערן די קלענסטע לאסט אויף אמעריקאנער און גלייכצייטיג באשוצן די רעגירונג אינטערסען די מערסטע וואס מעגליך
ריכטער קעווענאו איז געווען נאר מער דירעקט זאגנדיג פאר קאסעם אז ער פארשטייט שווערליך ווי אזוי רפר"א זאל ערלויבן צו קלאגן באאמטע פארן פארלעצן איינעם'ס רעכטן נישט בדוקא (ווייל לויט קאסעם מוז נישט די פארלעצונג זיין דירעקט געציהלט צו טרעטן אויף יענעמם'ס רעכטן) דורכ'ן אינפארסירן א געזעץ וועלכע איז מחייב אלע בירגער צוגלייך און אז פאר אזא פארלעצונג זאל מען קענען פארלאנגען פערזענליכע גדעלט קאמפענצאסיע פון קאריערע עף בי איי אגענטן
נידלער איז שפעטער צוריקגעקומען צו די פונקט און נאכמער פרובירט צו דערשרעקן די ריכטער צו וואס אזא אורטייל קען פירן און געווארנט אז אגענטן קענען זיך טרעפן אין א ווינקל און דארפן שאפן ספעציעלע אויסנאמען ווען עס האנדלט זיך פון געוויסע רעגירונג אינטערעסן און דארפן אונטערזוכן פערזענליכע אינפארמאציע פון מענטשן צו פארזיכערן אז זייערע רעכטן ווערן נישט פארלעצט טראץ וואס אין געווענליכע אומשטענדן וואלט דער באטרעפנדער אגענט מעגליך נישט געמעגט האבן צוטריט צו יענעם'ס פריוואטע אינפארמאציע (גלויב אים אויב דו ווילסט.. און אויך אז זיי זענען גאר באזארגט איבער די פריוואטקייט פון יענעם'ס אינפארמאציע..)
ריכטער אליטא האט אויסגעקוקט ווייניגער באזארגט איבער דעם פארלייגנדיג פאר נידלער וואס די קלעגער זאגן אז אפילו אויב זיי זיגן אין געריכט וועלן די עף בי איי נאך אלץ קענען פרובירן צו זאגן אז זיי געניסן פון אימיוניטי איז אויב אזוי ווי אזוי איז אן אורטייל אין שטיצע פון די קלעגער שעדליך פאר די רעגירונג?
ריכטערין סאטאמאיאר וועלכע איז געווען די מערסטע סימפאטיש מיט די קלעגער האט געצימבלט נידלער איבער די ציהל פון רפר"א זאגנדיג אז די געזעץ איז געקומען נאך אויפטריטן פון באטראפענע און עקספערטן וועלכע האבן קלארגעשטעלט אז בלויז אינדזשאנקטיוו רעליעף (געריכטליך ווארענען די פארלעצער נישט ער צו באגיין אזא פארלעצונג אדער איינשטעלן מאסנאמען צו פארזיכערן אז עס פאסירט נישט נאכאמאל) וועט נישט העלפן די באטראפענע פאמיליעס איז אויב אזוי שווער צו גלויבן אז די געזעץ וועלכע האט נאכגעפאלגט האט געזוכט בלויז אינדזשאנקטיוו רעליף און נישט געלט אנטשעדיגונג
קאסעם האט שפעטער אויך געהאמערט מיט דעם פונקט אז קאנגרעס האט פארשטאנען אז בלויז געלט שטראפן וועלן אויסגלעטן באטראפענע פון שאדן און גענוצט צווישן אנדערען א ביישפיל פון א אידישע סטודענט וועלכע איז געווארן ארויסגעווארפן פון אן איבונגען צענטער נאכן זיך אנטזאגן צו קליידן שלא בצניעות
אין אלגעמיין האט אויסגעקוקט אז אז די געריכט איז היבש צוטיילט און טאמאס, קעווענאו און ראבערטס זענען גאנץ שטארק אויף די זייט פון די רעגירונג (די לעצטע צוויי זענען געווענליך די ווייניגסטע ליבערטעריען פון די קאנסערוואטיווע קאקוס) בעת וואס סאטאמיאר איז גאנץ זיכער אויף די זייט פון די קלעגער
גארסוטש קען גאנץ מעגליך פאלן מיט די קלעגער און אפילו אליטא אויך
אויב זאל די געריכט אויסקומען 4-4 באדייט עס א געוואונס פאר די קלעגער ווייל עס בלייבט ביים אורטייל פון די צווייטע סירקוט
ריכטער טאמאס שרייבט פאר אן איינשטימיגן געריכט דער קלעגער קען יא קלאגן די רעגירונג איינגעשטעלטע אין זייער אינדיווידועלע קאפאציטעט און זוכן אנטשעדיגונג
לעצט פאראכטן דורך
הכל הבל אום דאנארשטאג דעצמבער 10, 2020 10:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.