נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך נודניק » זונטאג סעפטעמבער 20, 2020 8:38 pm

טיפע קוויטש האט געשריבן:גינזבערג װעט לכאורה שטארבן בײ די 107 פון א עקסידענט װיאזױ עס קוקט אױס


ריכטערען גינזבערג איז געשטארבן פרייטאג פין קענסער זייענדיג זיבן אין אכציג יאר,

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:39 pm

פרעזידענט טראמפ זיך פריער געטראפן מיט ריכטערין עימי קאני בערעט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 8:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 8:44 pm

ריכטער ווארפט אפ טראמפ קאמפיין פארזוך אפצושטעלן די נעוואדע מעיל אין וואוטינג אויסברייטערונג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:09 pm

א ניכטע פון פרעזידענט טראמפ וועלכע האט פובליצירט א נעגאטיווע בוך אקעגן דעם פרעזידענהט קלאגט איצט דעם פרעזידענט און זיין פארשטארבענע ברודער אין געריכט פארן איר באשווינדלען מיט טייל פון די ירושה

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 3:36 pm

א פארלאנג פון אטוירני דזשענעראל באר אז מען זאל ארויסווארפן די אנקלאגע פון ענדרו מקעיב וועלכע האט געלויטעט אז מען האט אים ארויסגעווארפן פון די עף בי איי צוליב פאלטישע נקמה איז געווארן אפגעווארפן דורך די סי דיסטריקט ריכטער רודלאף מאס נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא און די אנקלאגע קען איצט פאראויסגיין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:42 am

מיט ארום פיר יאר צוריק האט מייקל פלין פארברענגט אינעם ספין צימער אינעם טאג פון די עירשטע פרעזידענטליכע דעבאטע

היינט שטייענדיג עטליכע שטונדן בעפאר די דעבאטע גרייט זיך פלין אויף א פארהער פארנט פון די סי דיסטריקט ריכטער סאליוואן איבער דאס ארויסווארפן די קעיס אקעגן אים

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:06 pm

הכל הבל האט געשריבן:היינט שטייענדיג עטליכע שטונדן בעפאר די דעבאטע גרייט זיך פלין אויף א פארהער פארנט פון די סי דיסטריקט ריכטער סאליוואן איבער דאס ארויסווארפן די קעיס אקעגן אים

דורכאויס די פארהער היינט פאר'ן געריכט, האט פלין'ס אדוואקאט אויפגעדעקט אז זי האט געבעטן פון פרעזידענט טראמפ ער זאל נישט געבן א פארדאן פאר מייקל פלין.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:22 pm

אין די קאמף איבער ווילאנג פענסילוועניע וויילער זאלן קענען אריינשיקן בעלאטס און די זיבעטע סירקוט האט געגעבן גערעכט פאר די טראמפ קאמפיין איז די אורטייל געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט
ריכטער אליטא האט געשטעלט אן אולטימאטום אויף קומענדיגע מאנטאג 3 אזייגער ווען די רעאקציע צום מאושען דארף ווערן געפיילט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 9:53 am

אן איינשטימיגע דריי פאנעל פון ריכטער נאמינירט דורך רעפובליקאנער אויפן זיבעטן סירקוט באשטעטיגן אן אורטייל פון א דיסטריקט ריכטער וועלכע האט געשריבן אז רעפובליקאנער קענען נישט קלאגן די אויסברייטערונג פון עבסענטי בעלאטס אין וויסקאנסין
די קעיס וועט זייער מעגליך מאכן איר וועג צום סופרים קאורט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:58 pm

סופרים קאורט באוויליגט אנצונעמען די טראמפ פארלאנג שוין "צו באטראכטן אויב זי זאל אויסהערן" די קעיס איבערן אויסשליסן אומלעגאלע אימיגראנטן פון די צענזוס ציילונג
די סקעדזשועל וועט ערמעגליכן די געריכט צו באהאנדלען קומענדיגע למספרם מאנאט אויב זיי זאלן אויסהערן די מעריטס פון די קעיס אין דעצעמבער למספרם

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:06 pm

פעדעראלע ריכטער זשאן בעיטס (געשטעלט דורך פרעזידענט בוש השני) היינט גע'אורטיילט אז די פרעזידענט'ס "קאמיסיע פאר לאו ענפארסמענט" איז נישט אויסגעהאלטן לעגאל צוליב וואס עס געפינען זיך בלויז יעצטיגע אדער געוועזענע לאו ענפארסמענט באאמטע אויפן קאמיסיע, אין פארלעצונג פון די 1972 "פעדעראל עדוויזארי קאמיטי עקט".

די אורטייל באדייט אז די קאמיסיע דארף טוישן איר מיטגלידער איידער זיי קענען ארויסגעבן סיי וועלכע רעקאמענדאציע.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 5:26 pm

ייש"כ אלעקסיי!!

אפשר בוסטו מער מסביר וואס איז דאס די "1972 "פעדעראל עדוויזארי קאמיטי עקט"?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 8:47 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט היינט פארלענגערט א פארבאט אויף געוויסע וויזא-האלטער אריינצוקומען קיין אמעריקא.
די רעדע איז איבער די H-1B, די H-2B, די J און L וויזא פראגראם'ס וואס ערלויבן געוויסע אויסלענדישע אריינצוקומען אין לאנד פאר א שטיק צייט אנצונעמען ארבעט אין לאנד.

אין רעאקציע האט א אינדוסטרי גרופע אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן די אדמיניסטראציע!
היינט האבן 52 קארפארעישאנ'ס - אריינגערעכענט עמעזאן, גוגל און פעיסבוק - אריינגעגעבן אין געריכט א ביטע אין שטיצע פון קלעגער.

ריכטער זשעפערי ווייט (געשטעלט דורך פרעזידענט בוש השני) נארוואס ארויסגעגעבן א סטעי קעגן די פרעזידענט'ס פארבאט.

די צייטווייליגע סטעי איז גילטיג בלויז פאר די עטליכע טויזענט פירמעס וואס ווערן פארטרעטן אין די קלאגע - אנדערע פירמעס וועלן נישט קענען געניסן דערפון.

- - - -
דאס איז אין קעגענזאץ צו א אורטייל ארויסגעגעבן פריער אין יאר דורך א צווייטע ריכטער, ריכטער מעהטאה (געשטעלט דורך פרעזידענט אבאמא), וואס האט געזאגט אז די פרעזידענט האט יא די מאכט צו איינשטעלן אזא פארבאט.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:14 pm

פארדינט האט געשריבן:ייש"כ אלעקסיי!!

אפשר בוסטו מער מסביר וואס איז דאס די "1972 "פעדעראל עדוויזארי קאמיטי עקט"?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 3:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:צווייטע סירקוט קאורט בלאקירט דאס ארויסגעבן די טראמפ פינאנציעלע רעקארדס אויף ביז סעפטעמבער 25 למספרם ווען די געריכט וועט אויסהערן די אפעלאט איבער די מעריטס פון די קעיס
היינט האבן זיי בלויז געהערט ארגומענטן איבער א סטעי וועלכע זיי האבן געשאנקן

געריכט היינט געאורטיילט אין שטיצע פון מאנהעטן די.עי. אז טראמפ קען נישט בלאקירן צוטריט צו פינאנציעלע רעקארד'ס.

טראמפ וועט ווארשיינליך פרובירן אפעלירן צום העכסטן געריכט.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:42 am

סופרים קאורט ווארפט אפ דעמאקראטישע פרואוו צו קלאגן די טראמפ ביזנעס האנדלונגען אין פארלעצונג פון עמאליומענט געזעצן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 1:32 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:צווייטע סירקוט קאורט בלאקירט דאס ארויסגעבן די טראמפ פינאנציעלע רעקארדס אויף ביז סעפטעמבער 25 למספרם ווען די געריכט וועט אויסהערן די אפעלאט איבער די מעריטס פון די קעיס
היינט האבן זיי בלויז געהערט ארגומענטן איבער א סטעי וועלכע זיי האבן געשאנקן

געריכט היינט געאורטיילט אין שטיצע פון מאנהעטן די.עי. אז טראמפ קען נישט בלאקירן צוטריט צו פינאנציעלע רעקארד'ס.

טראמפ וועט ווארשיינליך פרובירן אפעלירן צום העכסטן געריכט.

אפעלירט דורכ'ן פארלאנגען צו ערשט אן עמורדזשענסי סטעי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:31 pm

סופרים קאורט באשטעטיגט עמורדזשענסי פארלאנג פון טראמפ אדמינסטראציע אפצושטעלן פריער די צענזוס ציילונג
סטאטאמאיאר דערקעגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 12:01 pm

די סי סירקוט אקארשט געמאלדן אז די פולע באנק וועט צום צווייטן מאל אויסהערן ארגומענטן אין די דאן מעקגעהן קעיס און דאסמאל וועלן זיי באהאנדלען די פראגע אויב קאנגרעס קען זיך פארלאנגען פון די געריכט צו אינפארסירן זיירערע סובפינעס
די קעיס וועט אבער ווערן באהאנדלט שוין נאך די וואלן אום פעברואר 2021 למספרם

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:21 am

די טראמפ אדמיניסטראציע האט - ווי באקאנט - געוואלט ארויפשטעלן אויפ'ן צענזוס בויגן א פראגע איבער די לעגאלע סטאטוס - אבער דאס איז געווארן אפגעווארפן דורך די העכסטע געריכט, צוליב טעכנישע סיבות.

יעצט וויל די אדמיניסטראציע אז די קאממערס דעפארטמענט - וואס פירט אן די צענזוס - זאל אהערשטעלן איין ציילונג וואס טוט אריינרעכענען אלע איינוואוינער אין לאנד און א צווייטע ציילונג וואס רענכט אריין נאר לעגאלע בירגער און לעגאלע איינוואוינער - וואס די קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט'ס זאלן צוגעטיילט ווערן לויט די צווייטע ציילונג, פאר עטליכע וואכן צוריק האט א געריכט אין ניו יארק געזאגט אז אזא שריט וואלט געווען אומלעגאל.
פרייטאג האט די סופרים קאורט געמאלדן אז זיי וועלן אויסהערן די קעיס אום נאוועמבער 30.

- - - -
עס איז ערוואארטערט אז די קעיס וועט ווערן אויסגעהערט דורך א פולע געריכט פון 9 ריכטער.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, PetalBot, police, SemrushBo, אמביציע, ווייס פרעזידענט, חיימאוויטש, יש לו מנה, משיח, נעם אין אכט, סטיטשינער און 33 געסט