נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11006
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 30, 2020 7:34 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דיסטריקט ריכטער סאליוואן זעלבסט קען בעטן אז די פולע באנק זאל איבערהערן די קעיס אבער אפילו אויב ער בעהט עס נישט קען עס סיי וועלכע ריכטער אויפן סירקוט פארלאנגען אריינגערעכנט ריכטער ווילקינס וועלכע האט געשריבן די אנטי פלין מיינונג

ריכטער סאליוואן איצט געבעטן אז די פולע די סי סירקוט זאל איבערהערן די קעיס

זשוסטיס דעפארטמענט היינט געפייעלט א מאושען אז די סירקוט קאורט זאל נישט אננעמען די פארלאנג.

די סי סירקוט גייט איין אז די פולע באנק זאל איבערהערן די קעיס

עס באדייט אז די קעיס וועט ווערן איבערגעהערט דורך א באנק פון 7 ריכטער נאמינירט דורך דעמאקראטן און דריי נאמינירט דורך רעפובליקאנער (ריכטער קאטסאס האט זיך אפגעשאקלט נישט וועלנדיג אנטייל נעמען אין די קעיס)

די פארהער איז געסקעדזשועלט אויף אוגוסט 11 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11006
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 30, 2020 7:37 pm

ריכטערין אין סטאו קעיס אפגעווארפן פארלאנג פאר א דרויסנדיגע גרופע צו מאכן זייער קעיס אז די באפרייאונג פון טורמע איז אומקאנסטיטוציאנאל
זי ערקלערט אז עס איז מער פארהאן אזא קעיס פארנט פון איר אוון דעריבער קען זי נישט ערלויבן צו פרעזענטירן אןן ארגומענט איבער דעם

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קענטאקי » מוצ"ש אוגוסט 01, 2020 11:37 pm

ריכטערין גינזבורג באפרייט פון שפיטאל
איז ערווארטעט צו זיין צוריק בקרוב...

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:05 pm

צל עובר האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:וואס מיינט "פעקן די קאורט"?

צולייגן נאך ריכטער.

דאס וואלט פארשטייט זיך חרוב געמאכט די גאנצע טראסט אין דעם געריכט, און עס וואלט געווארן א גאנצע פורים אז יעדער וואלט צוגעלייגט פרישע ריכטער ווען ער נעמט איבער.

אבער די דעמאקראטן וואלטן געזאגט אז זיי מעגן עס טון נאך מעקאנעל'ס היפאקריטיע מיט נישט אויסהערן אפילו אבאמע'ס נאמיני אין זיין לעצטן יאר, אבער יא טראמפ'ס.

ען.בי.סי. באריכטעט היינט אז דעמאקראטן ווארענען רעפובליקאנער נישט צו חלומ'ען פון אריינשטעלן א פרישע ריכטער אויב זאל זיך מאכן א וועקענסי.

זיי זאגן אז טאמער יא וועלן זיי נקמה נעמען מיטן צולייגן נאך זיצן צום געריכט.

ווי אויך בארכטעט ען.בי.סי. אז די דעמאקראטישע פארטיי גרייט זיך פאר א רוף צו "סטרוקטוראל רעפארמירן די געריכט סיסטעם" אין זייער היי-יעריגע פלאטפארמע.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:22 pm

הכל הבל האט געשריבן:די טראמפ אדוואקאטן האבן געאפדעיטעד דעם געריכט מיט זייער ארגומענטן פארוואס צו פסל'ן די ווענס סובפינע אלץ פאליטיש מאטיווירט און איבערגעטריבן ברייט אבער ריכטער מארעראו קוקט נישט אויס גענויגט צו ערלויבן ווייטער ארומצושלעפן מיט די צייט

היינט האט וועינס אפגעענטפערט אויף זייערע טענות, שרייבענדיג פאר'ן געריכט אז זיין אויספארשונג נעמט אריין גאר א ברייטע פעלד - אריינגעגערכענט "מעגליכע לאנג פארצויגענע קרימינאלע אקטיוויטעטן" און אינשורענס און שטיער שווינדל ביי די טראמפ ארגאנייזעשאן וואס גייט שוין מעגליך אן פאר העכער 10 יאר.

וועינס ווייזט אן אויף א באריכט ערשינען פאריאר אין די "וואשינגטאן פאוסט" אז טראמפ לעגט צו אויפבלאזן זיינע פארדינסטן ווען ער האט געזוכט צו בארגן געלטער פון בענק און אינוועסטירער - און פון די אנדערע זייט, ביים איינגעבן די שטייער בויגענ'ס האט ער אלץ געזוכט צו פארמינערן זיינע רווחים.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:37 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:וועינס ווייזט אן אויף א באריכט ערשינען פאריאר אין די "וואשינגטאן פאוסט" אז טראמפ לעגט צו אויפבלאזן זיינע פארדינסטן ווען ער האט געזוכט צו בארגן געלטער פון בענק און אינוועסטירער - און פון די אנדערע זייט, ביים איינגעבן די שטייער בויגענ'ס האט ער אלץ געזוכט צו פארמינערן זיינע רווחים.


אזוי ווי אלע ביזנעס לייט אין אמעריקע! פאר די איי אר עס ווייזט מען דיפרישיעשאן און פאר די באנק/אינוועסטארס ווייזט מען עפרישיעשאן.

#וויטש האנט

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:38 pm

געוויסע מענטשן זענען פשוט אוט אוו טאטש מיט די עכטע וועלט - און זיי זענען דעי וואס מאכן די געזעצן און "אינפארסירן" זיי...
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:19 am

ישוב הדעת האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:וועינס ווייזט אן אויף א באריכט ערשינען פאריאר אין די "וואשינגטאן פאוסט" אז טראמפ לעגט צו אויפבלאזן זיינע פארדינסטן ווען ער האט געזוכט צו בארגן געלטער פון בענק און אינוועסטירער - און פון די אנדערע זייט, ביים איינגעבן די שטייער בויגענ'ס האט ער אלץ געזוכט צו פארמינערן זיינע רווחים.


אזוי ווי אלע ביזנעס לייט אין אמעריקע! פאר די איי אר עס ווייזט מען דיפרישיעשאן און פאר די באנק/אינוועסטארס ווייזט מען עפרישיעשאן.

#וויטש האנט

עס איז פארט אומלעגאל. בענק פראוד און/אדער טעקס פראוד אויך.

און עס מאכט סענס אז עס זאל זיין אומלעגאל אויך.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:29 am

צל עובר האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:וועינס ווייזט אן אויף א באריכט ערשינען פאריאר אין די "וואשינגטאן פאוסט" אז טראמפ לעגט צו אויפבלאזן זיינע פארדינסטן ווען ער האט געזוכט צו בארגן געלטער פון בענק און אינוועסטירער - און פון די אנדערע זייט, ביים איינגעבן די שטייער בויגענ'ס האט ער אלץ געזוכט צו פארמינערן זיינע רווחים.


אזוי ווי אלע ביזנעס לייט אין אמעריקע! פאר די איי אר עס ווייזט מען דיפרישיעשאן און פאר די באנק/אינוועסטארס ווייזט מען עפרישיעשאן.

#וויטש האנט

עס איז פארט אומלעגאל. בענק פראוד און/אדער טעקס פראוד אויך.

און עס מאכט סענס אז עס זאל זיין אומלעגאל אויך.

איליגעל איט מעי בי - באט עט די סעים טיים איט מעי אלסאו בי א וויטש האנט...
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:30 am

באט אויסער דעם, צו בויען א קלאגע אויף א באריכט פון א צייטונג???

גייסטו מיר זאגן "דעטס האו איט ווארקס" - ס'איז טאקע א פאררוקטע סיסטעם
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:31 am

עני קריים וואס מען וועט טרעפן אויף דעם וועלטס פארברעכער, איז גאנץ קלאר אז מען האט געטראפן נאר ווייל די ספאטלייט מאכט לעכטיג די טונקעלע מעשים.

Some people may call that a witch Hunt.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 1:34 pm

מ'גייט נאכזוכן צו די לעצטע צעהן יאר האט די טראמפ ביזנעס דיפרישיעיטעד נכסים פאר די גאווערנמענט =וועלטס גרעסטע פארברעכער...

דוכט זיך אז די פליגלען פון דין טייבעלע זענען רויט געווארן בשעת דו האסט גע'שלח'ט דיין תגובה.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11006
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 3:18 pm

א דריי פאנעל ריכטער אויפן צווייטן סירקוט האט איצט בלאקירט אן ארדער פון די טראמפ אדמינסטראציע צו קענען זאפארט פארשיקן סיי וועלכע אימיגראנט די רעגירונג שאצט אז יענע/ר וועט זיין אנגעלייגט פינאנציעל אויף די רעגירונג

די געריכט האט אבער באגרעניצט זייער אורטייל צו אפעקטירן בלויז די סטעיטס אונטער זייער געווענליכע יוריסדיקציע נעמליך, ניו יארק, קאנעטיקוט און ווערמאנט

די דריי ריכטער זענען
ריכטער וואל נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער
ריכטער לינטש נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא
און ריכטער לעוואל נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, PetalBot, אינדיאנער, באקסער בוים, לאקשן קוגל, להודיע, שטארקע חסיד, שמחהלע קאפשטיק און 42 געסט