נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 08, 2020 12:17 pm

abeg האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:זענען די וועינס קעיס אין די מאזארס קעיס 2 עקסטערע קעיסעס אין קאורט?

יא

דעס איז גאר אינטעסאנט

פארוואס? עס איז דא אנדערע ארגומענטן אין די צוויי פעלער
די וועינס אדוואקאט האט געמאכט א פיל בעסערע קעיס אין געריכט

ס׳אינטערסאנט אז בײדע אורטיילען זענען אין די זעלבע טאג. מאכן א בעסערע קעיס אין געריכט (נאך דערצו אין סופרים קאורט) האט גארנישט מיט װאס זײ גײען אין די ענדע פסקנען קיק די דאקא קעיס די טאג װאס די ארגימענטען זענען פארגעקימען האבן די נײעס קװעלער געזאגט אז די גאװערמענט האט געמאכט א בעסערע קעיס אין געריכט אין אז די געריכט איז נוטה צי פאסקענען אנטקעגען דאקא

בעסערע קעיס איז אין קאנטראסט צו די אנדערע קעיס

געוויס קען מען נישט וויסן פון פאראויס אויף זיכער

בעסערע קעיס איז נישט בלויז אין פרעזענטאציע נאר הויפטזעכטליך אין ארגומענטן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24583
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 08, 2020 12:27 pm

Wow!!! אזוי שיין!

איך קען זעהן די קאנגרעס קעיס זאל גיין צו טראמפ, און די גרענד דזשורי נישט...

אבער זינט מיט ראבערטס קעמען זיך נישט אויסרעכענען גלייב איך אז ער גייט אויך אין די גרענד דזשורי קעיס טרעפן א וועג אז טראמפ זאל קענען געווינען צייט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך יולי 08, 2020 1:34 pm

הכל הבל האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח.
מיר ווארטן אויף די מארגנדיגע באריכט!

ביזט זיכער? אפילו די אורטייל וועט דיר נישט שמעקן?

מען קען נישט וויסן איבער די אורטייל בעפאר עס קומט אראפ אבער איינער שפעקולירט איבער די מארגנדיגע סקעזזשועל און אויסגאנג ווי פאלגענד:

צום ערשט וועט קומען די אורטייל איבער די פראגע איבער אקלאוהאמא (א דריטע קעיס און אומפארבונדן צו די טראמפ רעקארד קעיסעס) און עס וועט זיין 5-4 ווען גארסוטש שרייבט די אורטייל אקעגן אקלאהאומא

דערנאך די וועינס קעיס 7-2 ווען ריכטער ברייער שרייבט די אורטייל אז מאנהעטען דיסטירקט אטוירני וועינס מעג פארלאנגען די רעקארדס

דערנאך די מאזארס קעיס מיט א 45- צוטיילטע באנק ווען ריכטער ראבערטס עלרויבט די צוויי ספעציפישע קאנגרעסיאנאלע סובפינעס אבער ווארפט ארויס די איבריגע טיילן פון די קעיס

וועט עס אזוי זיין? כאטש נאנט צו דעם?

דער מארגן וועט זאגן


סיי וויאזוי האלט איך איין מיין אטעם אויף די פסק!!

דיין באשייבונגען זענען אייזן גוט געשריבן!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 08, 2020 2:36 pm

יעצט געליינט די פרישע באשרייבונג איבער די היינטיגע קעיס, און אויך די דעמאלטסדיגע באשרייבונג איבער די טעקס ריטורן קעיסעס, וואס זאל איך אייך זאגן? WOW!

ווי @מטעמים שרייבט, ער קען ארויסנעמען די צייטונגען פון ביזנעס, אזוי קלאר, אזוי סימפל, אזוי קוואליטעט באשריבן, אזאנע קאמפליצירטע זאכן...

עניוועי,לויט ווי איך פארשטיי, אפילו אויב וועינס געווינט, בלייבט עס נאך א סוד, אבער אויב קאנגרעס געווינט, איז דא א גרעסערע טשענס אז עס זאל ווערן פאבליק.

לויט ווי אונזער קארעספאנדענט לייגט אראפ די ארגומענטן אין געריכט, איז שווער צו זעהן קאנגרעס געווינען זייער קעיס, און די אנדערע ווענדט זיך שוין.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יולי 08, 2020 3:20 pm

וואף!

הבל א ריזיגע דאנק!

א נחת געווען צו ליינען.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך יולי 08, 2020 4:00 pm

א גרויסע שכח הכל הבל פאר דיינע שטענדיגע באריכטען.

אפשר קענט איר באשרייבן דעם היינטיגען פסק בנוגע רעליגעיזע אינסטעטוציעס אז זיי מעגן אויפזאגן טיטשערס וואס פירן א געמיינע לעבנסוועג.
דאס קען גאר שטארק זיין נוגע פאר אידישע מוסדות ווי א קעיס אין ענגלאנד האט באוויזען.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 08, 2020 4:35 pm

געליינט דעם גאנצן אנאליז.

הבל, יו אר עי וואן און עי קיינד. א ריזיגער יישר כח.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך יולי 08, 2020 4:49 pm

@הכל הבל, כ'האב זייער הנאה פון דיין קריספ קלארע פארשטאנד אין געזעץ
איך וואלט געווישט צו זעהן דיינע חידושים אויף מס' בבא בתרא.. להבדיל אא"ה

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קונדיטון » מיטוואך יולי 08, 2020 10:33 pm

א ריזיגע ישר כח @הכל, איך געדענק נישט ווען איך האב לעצט געליינט אזא שיינע קלארע ארטיקל אויף אידיש. אזוי צו סימפלעפייען קאמפלעצירטע ארגיומענטן, ממש א זעלטנהייט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:01 am

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט די אקלאהאומא קעיס

גארסוטש שרייבט די 4-5 אורטייל זיך אנשליסנדיג מיט די ליבעראלן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:10 am

ד סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אין די קעיס איבער פרעזידענט טראמפ'ס פינאנציעלע רעקארדס

ראבערטס שרייבט די 7-2 אורטיייל אקעגן דעם פרעזידענט און אין שטיצע פון די מאנהעטען דיסטריקט אטוירני וועינס

טאמאס און אליטא זענען אין די מינאריטעט

די געריכט שיקט אבער צוריק די קעיס צום נידריגן געריכט פאר ווייטערדיגע פראצעדורן צו ווערן באהאנדלט וואס באדייט אז אויף די מינוט מוזן נאכנישט די דאקומענטן ווערן ארויסגעגעבן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:17 am, פאראכטן געווארן 8 מאל סך הכל.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:11 am

.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:21 am

ד סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אין די צווייטע קעיס איבער פרעזידענט טראמפ'ס פינאנציעלע רעקארדס און שרייבט אז קאנגרעס קען דערווייל נישט באקומען צוטריט צו די רעקארדס אבער אין פרינציפ דארף קענען שיקן סובפינעס
זיי שיקן צוריק צו די נידריגע געריכטן צו שאפן א ריכטיגע קלארקייט או באלאנס צווישן די רעכטן פון די צוויי זייטן

די אורטייל איז געווען 7-2

ריכטער ראבערטס שרייבט די מאיאריטעט אורטייל מיט טאמאס און אליטא אוין די מינאריטעט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:27 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:25 am

הכל הבל האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח.
מיר ווארטן אויף די מארגנדיגע באריכט!

ביזט זיכער? אפילו די אורטייל וועט דיר נישט שמעקן?

מען קען נישט וויסן איבער די אורטייל בעפאר עס קומט אראפ אבער איינער שפעקולירט איבער די מארגנדיגע סקעזזשועל און אויסגאנג ווי פאלגענד:

צום ערשט וועט קומען די אורטייל איבער די פראגע איבער אקלאוהאמא (א דריטע קעיס און אומפארבונדן צו די טראמפ רעקארד קעיסעס) און עס וועט זיין 5-4 ווען גארסוטש שרייבט די אורטייל אקעגן אקלאהאומא

דערנאך די וועינס קעיס 7-2 ווען ריכטער ברייער שרייבט די אורטייל אז מאנהעטען דיסטירקט אטוירני וועינס מעג פארלאנגען די רעקארדס

דערנאך די מאזארס קעיס מיט א 45- צוטיילטע באנק ווען ריכטער ראבערטס עלרויבט די צוויי ספעציפישע קאנגרעסיאנאלע סובפינעס אבער ווארפט ארויס די איבריגע טיילן פון די קעיס

וועט עס אזוי זיין? כאטש נאנט צו דעם?

דער מארגן וועט זאגן


נו, אזא שלעכטע שאצונג?

די גאנץ אקוראט
גארסוטש געשריבן ערשטע אורטייל 4-5
דערנאך געקומען די וועינס קעיס מיט 7-2 און איינציגסטע טויש איז אז ראבערטס שרייבט עס אנשטאט ברייער
דערנאך געקומען די קאנגרעס קעיס און דא האבן זיך קעווענאו און גארסוטש אנדערש ווי אין די שאצונג צוגעשטעלט צו די מאיאריטעט אורטייל וועלכע איז מער פארווע ווי אין די שאצונג
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:25 am

פראאאאסק!!!!
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:27 am

לגבי די מאזארס קעיס פ״װ זאגט די מידיע אז טראמפ האט געװינען די קעיס?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:28 am

abeg האט געשריבן:לגבי די מאזארס קעיס פ״װ זאגט די מידיע אז טראמפ האט געװינען די קעיס?

ריכטיג אמווייניגסטנס אויף דערווייל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:29 am

בסך הכל באקומט דערווייל קיינער נישט קיין צוטריט צו די דאקומענטן

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:31 am

די עיקור װי טראמפ האט מורה געהאט אז מ׳גײט ליקען די אינפערמאציע איז פון קאנגרוס אין אױף דערװאל קענען זײ עס נישט ליקען

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך טיפע קוויטש » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:31 am

װאס איז די פסק לגבי קאנגרעס װען קענען זײ עס באקומען?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:32 am

הכל הבל האט געשריבן:בסך הכל באקומט דערווייל קיינער נישט קיין צוטריט צו די דאקומענטן

די גרענד דזשארי אויך נישט?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:32 am

אין קורצן:

אין די קאנגרעס קעיס האלט די מאיאריטעט אז קאנגרעס ברויך קענען סובפינען א פרעזידענט אבער מען האט דאך געהערט ארגומענטן איבער ווען יא און ווען נישט
די סופרים קאורט אורטיילט נישט דערויף (ווייל די נידריגע געריכט איז נאכנישט אויפגעקומען מיט א קלארע צוגאנג צו באלאנסירן צווישן די צוויי מאכטן) נאר פארארדנט די נידריגע געריכטן צו מאכן די באשלוס (און עווענטועל וועלן די סופרים קאורט עס באשטעטיגן אדער אפווארפן)

אין די וועינס קעיס זאגט די געריכט אז דער פרעזידענט קען זיך נישט איינפאך אויספייפן אויפן סובפינע אבער קען יא ווייטער שלעפן אין דיסטריקט געריכט מיט פרישע ארגומענטן און צעגערייען
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:34 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך טיפע קוויטש » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:33 am

װאס מײנט די װײטערדיגע פראצעדורן?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:36 am

טיפע קוויטש האט געשריבן:װאס מײנט די װײטערדיגע פראצעדורן?

צווישן מיר און דיר מיינט עס די בעפארשטייענדע וואלן

מען קען שלעפן געריכט צאנקערייען גענוג לאנג אז די רעקארדס זאלן בלייבן פארזיגלט אויף ביז נאך נאוועמבער למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:37 am

וועינס זאגט אז די היינטיגע אורטייל איז א געוואלדיגע זיג פאר יוסטיץ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Goodmorning, MauiBot, pianist, הולך בדרכי אבות, המעריב ערבים, יאנקעל פעדראטשיק און 50 געסט