נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:22 pm

א גרויסען שכח מר. הכל
ווי איך פארשטיי פון דיין באריכט איז רעבעצין גינזבורג געהעריג צוריק און די כלים,
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:34 pm

זינט די מעלדונג לעצטע וואך אז די געריכט אקצעפטירט די ליוזיאנא חוקי רציחה קעיס האבן אנאליסטן שפעקולירט וואס אזאנס עס גייט פאסירן מיט די אינדיאנא קעיס
טייל האבן געהאלטן אז די געריכט וועט עס שטופן און שלעפן אויף ביז נאך די אויסגאנג אין די ליוזיאנא קעיס אבער אצינד הערט מען אז די אינדיאנא קעיס איז ארויף אויף די ליסטע פון קעיסעס וועלכע די ריכטער וועלן דיסקוסירן ביי זייער וועכנטליכע קאנפרענץ ענדע וואך

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 5:03 pm

הכל הבל האט געשריבן:די טראמפ קאמפיין אינאיינעם מיט די רעפובליקאנע פארטיי טראגן אריין אנקלאגע אין געריכט אקעגן קאליפארניע וועלכע האט פארבאטן קאנדידאטן צו לויפן אין די סטעיט פריימערי אויב זיי גיבן נישט ארויס זייערע שטייער בויגנס

ווייס איך נישט צו ס'שוין באריכטעט אויפן וועלטל, אבער פאריגע וואך האט די ריכטער ארויסגעגעבן א צייטווייליגע סטעי ארדער אפצוהאלטן די געזעץ פון אריינגיין אין קראפט, זאגענדיג אז קאנסטיטוציאנאל איז אזא געזעץ ווארשיינליך ניט אויסגעהאלטן.

ריכטער מאריסאן ענגלארד זשוניאר - געשטעלט דורך פרעזידענט בוש השני - שרייבט אין זיין אורטייל אז די סטעיט האט "ריכטיגע און לעגיטימע זארגן" איבער דעם וואס קאנדידאטן נוצן אומנויטיגע און אומ-רעלעוואנטע עקסקיוזע"ס אויף אפצוהאלטן די אינפארמאציע פון ארויסקומען אין פובליק, דאך, איז די ארבעט פון די געריכט נישט צו באשליסן צו דאס ארויגעבן די טעקס ריטורן איז א גוטע פאליסי אדער מאכט פאלטיקע"ל סענ"ס, נאר די אויפגאבע פונעם געריכט איז צו זעהן דערצו אז "די קאנסטיטוציע קומט ארויס די זיגער".

די ריכטער האט אפגעווארפן די דאזיגע געזעץ אויפ'ן סמך אז ס'טוט פארלעצן טראמפ'ס ערשטע אמענדמענט רעכטן, ווי אויך טוט ער אויסברענגען אז די קאליפארניע סטעיט לעגיסלאטור איז קאנטראלירט דורך דעמאקראטן און זיי האבן דורכגעפירט דאס געזעץ בלויז צו צילן אויף רעפובליקאנער, "די סכנה'דיגע פרעצעדענט וואס אזא שריט שטעלט אוועק, אז די קאנטראלירענדע פארטיי אין סיי וועלכע סטעיט קען ארויפלייגן סיי וועלכע תנאי אויף צו ערשיינען אויף די סטעיט פריימערי בעלאט, דארף באזארגן אלע קאנדידאטן צוגלייך".
די "סעקרעטארי אוו סטעיט" פון קאליפארניע, אלעקס פאדיללא, האט געמאלדן אז די סטעיט וועט אפעלירן די אורטייל.

ואגב, די גאווערנאר פון קאליפארניע, געווין ניוסאם, האט בשעת'ן אונטערשרייבן די דאזיגע געזעץ זיך אויסגעדרוקט אז די געזעץ איז גאר א וויכטיגע דערגרייכונג וויבאלד די סטעיט האט א "ספעשל ריספאנסיביליטי" צו האלטן קאנדידאטן אויף א "היי עטיקל סטאנדארט". :roll: :roll: :roll:

פרעג מיר נישט וואס דאס מיינט און פ"וו פונקט קאליפארניע מער ווי סיי וועלכע אנדערע סטעיט

ריכטער ווארפט ארויס די קאליפארניע סטעיט געזעץ - ען.בי.סי.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:51 pm

הכל הבל האט געשריבן:פאלגענד איז א באריכט פון א צייט צוריק איבער קעיס וועלכע איז היינט געווארן ארויסגעווארפן:

דאמינא'ס פיצא האלט אינמיטן אנטוויקלען גאר סאפיסטיקירטע טעכנאלאגישע עפפס פאר קאנסומער צו קענען ארדערן זייערע מאלצייטן אויף א גאר צוגענגליכע פארנעם
אין די זעלבע צייט זענען זיי פארכאפט אין א שטרייט מיט א בלינדע מאן מיטן נאמען גווילערמא ראבלס פון קאליפארניע וועלכע האט אין 2016 למספרם אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט נאכן פרובירן צו באשטעלן א קאסטום פיצא ארדער פון די פירמע'ס וועבזייטל און מאביל עפפ און זיך אין צוויי באזונדערע פעלער נישט געקענט אומגיין מיט די עפפ אויסשטעל
ראבלס זאגט אז די פעדעראלע אמעריקאנע מיט דעסיביליטי אקט באשיצונגען טוט אויך ארייננעמען אנליין פלאטפארמעס וועלכע זענען אונטער די אייגנטומערשאפט פון פירמעס וועלכע פארמאגן פיזישע געשעפטן און פאבריקן און זיי דארפן אקעגנקומען מענטשן מיט באגרעניצונגען אנליין גענוי ווי זיי זארפן זיך באגיין אין זייערע פיזישע געשעפטן
די ניינטע קרייז געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון ראבלס און אצינד איז דאמינא גרייט צו נעמען די קעיס צום סופרים קאורט און זיי ווערן שטארק געשטיצט פון די ביזנעס געמיינדע
די באשלוס פונעם סופרים קאורט אויב אויפצנעמען די קעיס און איר אורטייל אויף די פראגע זעלבסט קען האבן א דאמינא אפעקט נישט בלויז אויף די ספעציפישע דאמינא פירמע נאר אויף די טויזנטער ביזנעסער וועלכע פארקויפן אויך אנליין און זענען מאמענטאל נישט קלאר וויפיל די דיסעביליטי אקט איז זיי מחייב זינט די געזעץ איז געשריבן געווארן אין די צייט וואס די אינטערנעט האט עארשט אנגעהויבן ארויסצושפראצן און דעריבער איז נישט קלאר אדרעסירט אןי די געזעץ אויב זי שליסט איין אנליין פלאטפארמעס


ווי געזאגט האט די געריכט זיך היינט אנטזאגט אויסצוהערן די קעיס


אויבן אויף זעהט דאס דאך אויס ווי א זייער וויכטיגע קעיס. וואס גייט דא זיין? גייען אלע גרויסע אנליין קאמפעניס באפאלן ווערן מיט ביליאנען דאללער לאו סוטס פון אלע בלינדע אדער טויבע מענטשן? iTunes קען אויך ווערן אנגעקלאגט אז טויבע מענטשן קענען זיך נישט באניצן מיט זייער מיוזיק?
וואס איז פשט פון נישט אננעמען אזא יסודות׳דיגע פראגע?

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:13 pm

איצל פיצל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פאלגענד איז א באריכט פון א צייט צוריק איבער קעיס וועלכע איז היינט געווארן ארויסגעווארפן:

דאמינא'ס פיצא האלט אינמיטן אנטוויקלען גאר סאפיסטיקירטע טעכנאלאגישע עפפס פאר קאנסומער צו קענען ארדערן זייערע מאלצייטן אויף א גאר צוגענגליכע פארנעם
אין די זעלבע צייט זענען זיי פארכאפט אין א שטרייט מיט א בלינדע מאן מיטן נאמען גווילערמא ראבלס פון קאליפארניע וועלכע האט אין 2016 למספרם אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט נאכן פרובירן צו באשטעלן א קאסטום פיצא ארדער פון די פירמע'ס וועבזייטל און מאביל עפפ און זיך אין צוויי באזונדערע פעלער נישט געקענט אומגיין מיט די עפפ אויסשטעל
ראבלס זאגט אז די פעדעראלע אמעריקאנע מיט דעסיביליטי אקט באשיצונגען טוט אויך ארייננעמען אנליין פלאטפארמעס וועלכע זענען אונטער די אייגנטומערשאפט פון פירמעס וועלכע פארמאגן פיזישע געשעפטן און פאבריקן און זיי דארפן אקעגנקומען מענטשן מיט באגרעניצונגען אנליין גענוי ווי זיי זארפן זיך באגיין אין זייערע פיזישע געשעפטן
די ניינטע קרייז געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון ראבלס און אצינד איז דאמינא גרייט צו נעמען די קעיס צום סופרים קאורט און זיי ווערן שטארק געשטיצט פון די ביזנעס געמיינדע
די באשלוס פונעם סופרים קאורט אויב אויפצנעמען די קעיס און איר אורטייל אויף די פראגע זעלבסט קען האבן א דאמינא אפעקט נישט בלויז אויף די ספעציפישע דאמינא פירמע נאר אויף די טויזנטער ביזנעסער וועלכע פארקויפן אויך אנליין און זענען מאמענטאל נישט קלאר וויפיל די דיסעביליטי אקט איז זיי מחייב זינט די געזעץ איז געשריבן געווארן אין די צייט וואס די אינטערנעט האט עארשט אנגעהויבן ארויסצושפראצן און דעריבער איז נישט קלאר אדרעסירט אןי די געזעץ אויב זי שליסט איין אנליין פלאטפארמעס


ווי געזאגט האט די געריכט זיך היינט אנטזאגט אויסצוהערן די קעיס


אויבן אויף זעהט דאס דאך אויס ווי א זייער וויכטיגע קעיס. וואס גייט דא זיין? גייען אלע גרויסע אנליין קאמפעניס באפאלן ווערן מיט ביליאנען דאללער לאו סוטס פון אלע בלינדע אדער טויבע מענטשן? iTunes קען אויך ווערן אנגעקלאגט אז טויבע מענטשן קענען זיך נישט באניצן מיט זייער מיוזיק?
וואס איז פשט פון נישט אננעמען אזא יסודות׳דיגע פראגע?

ווען די געריכט אנטזאגט זיך אנצונעמען א קעיס ערקלערן זיי נישט די אורזאך דערצו

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:די פאלגענדע איז א קעיס וועלכע די געריכט וועט היינט אויסהערן:


עוואנגעליסטא רעימאס איז געווארן אנגעקלאגט מיט צווייטע גראד מארד און ער האט פארלאנגט א דזשורי פראצעס
נאכן פארהאנדלען האבן צעהן דזשורארס געזאגט אז די פראקורארן האבן איבערצייגט זייער קעיס אן קיין צווייפל
צוויי דזשורארס האבן אבער געזאגט פארקערט און אין א געווענליכע פאל וואלט דעקלערט געווארן א מיסטרייעל
די פראבלעם פאר רעימאס איז געווען זיין לאקאציע, נעמליך, ער וואוינט אין ליוזיאנא ווי די סטעיט געזעץ ערלויבט זיך צו רעכענען מיט די מיינונג פון צעהן דזשורארס אויך אויב די אנדערע צוויי זענען אומאיינשטימיג
נו, וואס זאגט די געזעץ איבער אומאיינשטימיגע דזשורי געפינסן?
איז אזוי, אין 1972 למספרם האט די סופרים קאורט באהאנדלט די פראגע אויב די זעקסטע אמענדמענט וועלכע שענקט די רעכט פאר יעדן אנגעקלאגטן צו באקומען א דזשורי פראצעס באדייט אז מען איז שולדיג בלויז ווען אן איינשטימיגע דזשורי באשליסט אזוי אדער אויך מיט א מאיאריטעט
די געריכט האט זיך געשפאלטן אין צווייען מיט 4 אין שטיצע פון אן איינשטימיגע דזשורי און 4 אין שטיצע פון א מאיאריטעט דזשורי
אלע אכט ריכטער האבן פארשטאנען אז די פערצנטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע וועלכע פארלאנגט אייניגע רעכטן פאר אנגעקלאגטע אין פעדעראלע פראצעסן און אנגעקלאגטע אין סטעיט פראצעסן באדייט אז זייער מיינונג איבער ווי אזוי אויסצוטייטשן די זעקסטע אמענדמענט פון א רעכט פאר א דזשורי איז גילטיג און אייניג אויף א פעדעראלע און סטעיט שטאפל
דער ניינטער ריכטער איז געווען ריכטער לואיס פאועל וועלכע איז אויפגעקומען מיט א מאדנע מיטל וועג און געמאכט א פשרה גייענדיג מיט די איינשטימיגע דזשורי צוגאנג אויפן פעדעראלן שטאפל אבער ערלויבט מאיאריטעט דזשורי אורטיילן אויף א סטעיט שטאפל
איי וועסטו פרעגן ווי אזוי איז עס אין איינקלאנג מיט די פערצנטע אמענדמענט וועלכע שרייבט אז סטעיט און פעדעראלע רעכטן פאר אנגעקלאגטע זענען די זעלבע
אקעי, א גוטע קשיא אבער לויט ריכטער פאועל פארענטפערט מען עס אז די אמענדמענט איז אויף א באגרעניצט פארנעם און בלויז איבער די עצם רעכט פון א דזשורי וועלכע סטעיט זענען אויך פארפליכטעט צוצושטעלן אבער איבער גיין מיט אן איינשטימיגע דזשורי מוזן זיי נישט זיין ווי די פעדעראלע רעגירונג
די אינטערסאנטע אורטייל ווערט שוין פאר לאנגע יארן קריטיקירט אלץ אבסורד פון א לעגאלע שטאנדפונקט און איבער גאנץ אמעריקא עקזיסטירט די איינשטימיגע דזשורי דאקטרינע אבער ארעגאן און ליוזיאנא זענען פארבליבן די לעצטע צוויי שטאטן וועלכע קלאמערן זיך צו די פאועל אורטייל
פארלאפענע למספרם יאר האבן וויילער אין ליוזיאנא באשלאסן צו ברענגן אן ענדע דערצו און באשטעטיגט א רעפערענדום וועלכע איז אריין אין קראפט פארלאפענע יונואר למספרם צו טוישן צום איינשטימיגע דזשורי סיסטעם
צוריק צו אונזער רעימאס וועלכע איז געווארן געפונען שולדיג דורך צעהן פון צוועלף דזשורארס
רעימאס וועלכע איז געווארן פאראורטיילט צו לענסלענגליכע טורמע אן פאראל בעפאר די רעפערענדום טויש קען נישט דערפון געניסן אבער ער זוכט איצט אז די געריכט זאל ארויסווארפן די פאועל אורטייל און האט זיך געוואנדן צום סטעיט אפעלאט קאורט וועלכע האט ארויסגעווארפן זיין קעיס
רעימאס האט זיך דאן געקערט צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט ניטאמאל געוואלט אריינקוקן דערין
פארבליבן איז איין לעצטע שאנס צו גיין צום סופרים קאורט און די קאורט האט טאקע אקצעפטירט די קעיס
און וועט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם

די געריכט האט געשיינט צו זיין גענויגט צו אורטיילן אקעגן לואיזיאנא
אפילו גארסוטש און קעווענאו האבן אויסגעקוקט וויליג מעגליך אראפצושטימען די געזעץ
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:22 pm

הכל הבל האט געשריבן:איידער די געריכט וועט אויסהערן די אויבנדערמאנטע קעיס וועט זי צו ערשט אויסהערן די פאלגענדע קעיס:

דאקטאר הענס קלינגעמאן האט צוריק אין 2001 למספרם געפיילט פאר א פעטענט אפליקאציע אויף אן ערפינדונג ווי אזוי צו היילן די ביטערע מחלה ל"ע דורכן נוצן נאטורליכע צעלן צו אטאקירן די קרענק
נאכן איבערגיין די אפליקאציע האט דער עקזעמינאר באשלאסן אז די קעיס קוואליפיצירט נישט פאר א פעטענט
די פעטענט טרייעל און שפעטער די אפעלאט באורד האבן ווידערהאלט די זעלבע באשלוס און ארויסגעוארפן די אפליקאציע
ווען די אפעלאט באורד באשטעטיגט אזא באשלוס פון אן אקזעמינאר פארבלייבט צוויי אפציעס פארן אפליקאנט
אדער קען מען זיך ווענדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט אדער קען מען נעמען די קעיס גראד צום פעדעראלן קרייז געריכט
קלינגעמאן האט אנגעהויבן אינעם דיסטריקט געריכט אבער פארלוירן די קעיס און שפעטער אנגעוואוירן אויך אין די סירקוט קאורט
דא האט ער זיך געכאפט אז נישט בלויז איז זיין פעטענט אפליקאציע געווארן ארויסגעווארפן נאר דער פארזוך עס צו באקומען איז געקומען מיט א טייערע פרייז
די פעטענט און טרעידמארק אפיס האט גע'טענה'ט פארן געריכט אז קלינגעמאן זאל זיי באצאלן די קאסטן פון ארום 80 טויזנט דאלער פאר זייערע אדוואקאטן און צוגאב פון 33 טויזנט דאלער פאר עדות עקספערטן
לויט די געזעץ ווערן אפליקאנטן אויפגעפאדערט צו דעקן "אלע אויסגאבן פון די פראצעדור" וואס עס קאסט פאר די אפיס צו באשוצן און פארטיידיגן די באשלוס פון די באורד אפגעזעהן ווי אזוי די געריכט אורטיילט איבער די אפליקאציע קוואליפיקאציע זעלבסט
ביז היינט פלעגט די געזעץ ווערן פארטייטשט אז עס רעכנט אריין קאסטן ווי טראוועל, פרינטינג און עקספערט עדות'שאפט
די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די אויבנדערמאנטע ליניע אז עס איז באגרעניצט צו שטייגערליכע אויסגאבן אבער ווען עס קומט צו אדוואקאטן קאסטן דארף נישט דער אפליקאנט דעקן וואס אדוואקאטן האבן גערעכנט פון די רעגירונג גייענדיג מיטן אנגענומענע דאקטרינע אז יעדער צאהלט זיין אייגענע אדוואקאטן אפגעזעהן די אויסגאנג אין געריכט אויסער אין פאל וואס קאנגרעס שרייבט א קלארע געזעץ אז איין זייט זאל דעקן די אדוואקאטן קאסטן פון ביידע זייטן
שפעטער האט די קרייז געריכט געאורטיילט די זעלבע אז קלינגעמאן דארף נישט דעקן די קאסטן פון די רעגירונג אדוואקאטן
די סופרים קאורט וועט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם איבער די פראגע אויב די קאנגרעס אויסדרוק פון "אלע אויסגאבן פון די פראצעדור" רעכנט אריין אדוואקטן קאסטן

די געריכט האט געשיינט היינט אז זיי וועלן גערכט גיבן פאר קלינגעמאן
ריכטער ברייער און ריכטערין גינזבורג האבן שארף אויסגעפרעגט די רעגירונג צד און אויך ריכטער קעווענאו האט אויסגעדרוקט סקעפטיציזם מיט זייער שטעלונג אפילו אליטא וועלכע איז געווען די מערסט סימפאטיש צו די רעגירונג שטעלונג האט געלאזט פלאץ צו קלערן אז ער איז נישט זיכער אין זייער גערעכטיגקייט אויף די פראגע
אין די צייט וואס די אויבנדערמאנטע ריכטער האטבן זיך קאנצעטרירט איבער די אפטטיטטש וואס קאנגרעס האט געמיינט האבן גארסוטש און ראבערטס זיך געוואונדערט אויב די רעגירונג קען בכלל (אפילו אויב קאנגרעס וויל אזוי) ארויפצוואונגען אויף קלעגער צו באצאלן סיי וועלכע קאסט עס פאלט זיי ביי
ראבערטס האט ציניש געפרעגט אויב די רעגירונג פלאט צו רעכענען פון קלינגעמאן פאר די אויסגאבן פון פארברענגן היינט אין סופרים קאורט..

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:11 am

פאלגענד איז א געמיש פון דריי קעיסעס וועלכע די געריכט האט אויסגעהערט פארלאפענע אקטאבער 8 למספרם

מיר וועלן אראפברענגן אונזער באריכט איבער דעם פון א צייט צוריק און דאן אפדעיטן ווי אזוי די ארגומענטן זענען געווען:

נו, שוין באריכטעט איבער אלע דריי קעיסעס וועלכע וועלן ווערן אויסגעהערט אום אקטאבער 7 למספרם וועלכע וועט זיין די ערשטע טאג אינעם נייעם געריכט סעסיע אבער קיין איינע פון די דריי קעיסעס קומען ניטאמאל נאנט צו די צוויי קעיסעס וועלכע די געריכט וועט אויסהערן בלויז איין טאג שפעטער אום אקטאבער 8 למספרם און די אורטייל אויף די פראגע איז ערווארטעט צו ווערן נאנט נאכגעפאלגט איבערן לאנד און וועט ווארשיינליך זיך ציילן צווישן די העכסטע פראפיל קעיסעס אינעם בעפארשטייענדן טערמין און וועט ערשט אנטשידן ווערן ענדע יוני למספרם ווי עס איז די שטייגער ביי אזלעכע סארט קעיסעס
דזשעראלד באסטאק וועלכע איז א מתועב האט אנגעהויבן ארבעטן אלץ א קינדער וועלפעיר סערוויסעס קאארדינעיטאר אין קלעיטאן קאונטי דזשארדזשיע אין 2003 למספרם ווי ער האט אין לויף פון זיין קאריערע באקומען פולע לויב אויסצייכענונגען אויף זיין גוטע ארבעט
אין 2013 למספרם האט באסטאק אנטיילגענומען אין א תועבה פארזאמלונג אין קורצליך דערנאך האט די קריטיק ביי די ארבעט אנגעהויבן קומען
דורכאויס א מיטינג ביי וועלכע זיין סופערווייזאר איז געווען אנוועזנד האט אמווייניגסטנס איין באאמטע דארט געמאכט באמערקונגען אקעגן די לעבנסשטייגער פון באסטאק און זיין אנטייל נעמען ביי יענע פארזאמלונג
פונקט אין יענע צייט האט די קאונטי איינגעמאלדן פאר באסטאק אז זי וועט דורכפירן אן אודיט איבער די פראגראם פאנדס איבער וועלכע ער האט פארפיגט
א קורצע צייט שפעטער האט די קאונטי אויפגעזאגט באסטאק פון זיין פאסטן אנגעבליך צוליב אויפפירונג אין די ארבעט
עטליכע מאנאטן שפעטער האט באסטאק אריינגעגעבן א באקלאגעניש צו די גלייכע ארבעט רעכטן קאמיסיע איבער די דיסקרימינאציע אקעגן אים אים און דריי יאר דערויף האט ער אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט אקעגן די קאונטי באזירט אויף די 1964 למספרם געזעץ וועלכע פארבאט דיסקרימינאציע ביי די ארבעט
די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע זאגנדיג אז די עלפטע געריכט האט געאורטיילט אן אן אנדערע קעיס אז דיסקרימינאציע איבער די אויסוואל פון לעבנסשטייגער איז נישט געדעקט אוהנטער די 1964 למספרם געזעץ ועלכע פארבאט דיסקרימינאציע ביי די ארבעט
באסטאק האט אפעלירט די אורטייל צום עלפטן סירקוט קאורט אויף וועמענס אורטייל די דיסטריקט געריכט האט זיך פארלאזט און די סירקוט קאורט האט ווידערהאלט זייער שטעלונג און באשטעטיגט די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן און די געריכט האט באשלאסן אז זיי גייען עס צוזאמשמעלצן מיט א צווייטע ענליכע קעיס און אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן פון ביידע אויפאמאל אום אקטאבער 8 למספרם

די צווייטע קעיס האנדלט זיך איבער דאנאלד זארדא וועלכע פלעגט איז געווארן אויפגעזאגט פון זיין פאסטן אלץ א סקיידייווער אינסטראקטער וועלכע פלעגט באגלייטן קונדן וועלכע האבן געוואלט אראפטאנצן פון די הויכע רוימען אראפ צום ערד קוגל
ביי אין פאל האט ער פארשטאנען אז דער קאנסומער מיט וועם ער גייט שפרונגען צוזאמען וועט זיין מער באקוועם אויב ער וועט זיך אידענטיפיצירן מיט זיין געמיינע לעבנסשטייגער און ער האט אזוי געטוהן
די פרוי וועם ער האט באגלייט האט אבער ווייט נישט געשמעקט צו פליען מיט אזא געמיינעם פארשוין און זי האט שפעטער אריינגעגעבן א באקלאגעניש צו די פירמע דערוועגן און זארדא איז אלץ רעזולטאט געווארן אויפגעזאגט פון זיין פאסטן
אום אקטאבער 2010 למספרם האט ער געקלאגט די פלי פירמע עטיטוד עקספערעס וועלכע איז באזירט אין לאנד איילאנד ניו יארק
די פירמע און און יענע קאסטומער זאגן אין געריכט אז מען האט אים אויפגעזאגט איבער מאכן שפורן די קאסטומער אומבאקוועם און אויך ארויסגערוקט א רייע אומארנטליכע אויפפירונג אבער זאראדא טענה'ט אז ער איז אויפגעזגט געווארן פאר די איינציגע זינד פון פירן א לעבנסשטייגער וועלכע גייט אקעגן די ווירדן פון די פירמע
די דיסטריקט געריכט אין מזרח ניו יארק און דערנאך א פאנעל אויף די צווייטע קרייז געריכט האבן ביידע געאורטיילט אקעגן זארדא און זארדא האט פארלאנגט אז די פולע באנק אויפן קרייז געריכט זאל אויסהערן די קעיס און די געריכט איז איינגעגאנגען דערויף
דאן איז געקומען אן אומערווארטעטע אנטוויקלונג אין די קעיס ווען אין 2017 למספרם האט די טראמפ אדמיניסטראציע אינטערווענירט אין די קעיס ווען די יוסטיץ דעפארטמענט האט געשיקט א פריינט פון געריכט בריוו צום געריכט זיי צו מוטיגן קלארצושטעלן אז דיסקרימינאציע איבער לעבנסשטייגער אויסוואל איז נישט געדעקט אונטער די 1964 למספרם געזעץ און די אדמיניסטראציע האט דערמיט זיך אפגעטיילט פון זייער אייגענע גלייכע ארבעט רעכטן קאמיסיע שטעלונג נאך וואס די קאמיסיע האט גאר געשיקט א בריוו צום געריכט אין שטיצע פון זארדא
נאך וואס די פולע באנק אויפן צווייטן קרייז געריכט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן איז ארויסגעקומען זייער 10-3 אורטייל אין שטיצע פון זארדא
אום סעפטעמבער למספרם איז שוין יענע די קעיס געווען אויפן וועג צום סופרים קאורט וועלכע האט ווי אויבנדערמאנט אקצעפטירט די קעיס און וועט עס איצט אויסהערן אינאיינעם מיט די באסטאק קעיס

עד כאן פון די אלטע באריכט
אנשטאט צו באשרייבן די קעיס מיט מער דעטאלן וועלן מיר דאסמאל אויסקלויבן ליבערשט מקצר צו זיין צוליב די אינהאלט וועלכע קען נוצן פארקורצערונג
די אונטערשטע שורה איז אז עס איז שווער געווען צו זעהן קלאר אויף ווי אזוי די געריכט וועט נייגן אין די קעיס
אין אלגעמיין האט אויסגעקוקט אז די געריכט וועט זיך שפאלטן אויף אידעלאגישע ליניעס מיט איין אויסנאם פון ריכטער גארסוטש וועלכע איז געווען אביסל א חידוש
גארסוטש האט ביי די ערשטע קעיסעס (תועבה) אויסגעקוקט היבש גענויגט צו די קלעגער און אפילו ביי די צוויייטע קעיס (משונות) גאנץ סימפאטיש צום קלעגער אבער דארט האט ער יא געהאט צווייפלען אויב עס איז ריכטיג צו אורטיילן אין יענעם'ס שטיצע
עס איז שווער צו זאגן קלאר אין וועלכע קאלום גארסוטש וועט עווענטועל פאלן אבער באזירט אויף די נעכטיגע פארהער אויב דארף מען אויסקלויבן א מעגליכע דעפעקציע וועט עס שטארק מעגליך זיין ריכטער גארסוטש און מעגליך אז בלויז אויף די תועבה קעיס

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 1:44 pm

This is mediarologist @hakelHuvel

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 7:27 pm

@הכל מיר האבן שטארק הנאה געהאט דורכליינענדיג דעם בלאט! (ספעציעל די טרענסלאציע פון געוויסע אינטרעסאנטליכע ווערטער...)
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 11:18 pm

ווי הכל הבל האט באריכטעט אין יוני די סופרים קאורט רולינג אז פעדעראלע קאורטס קענען זיך נישט אריינמישן אין גערימענדרינג, וואס איז געווען א פראסק פאר דעמאקראטן וואס האבן אנגעקלאגט איבער דעם פון סאוט קאראליינע (און נאך איין סטעיט קען זיך נישט דערמאנען). האט אבער היינט א דריי זשאזש פאנעל אין סאוט קאראליינע אז די מאפעס זענען פאליטיש און ראסע בייעסד, און מ'קען דאס נישט נוצן פאר שפעטערדיגע עלעקשאנס. לויט די מאפעס וואלט כמעט זיכער אויסגעקומען א 10 זיצן פאר די רעפאבליקאנער און 3 פאר די דעמאקראטן.

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:55 am

אנדרע בארטאן איז א דזשאמעיקא אפשטאמיגער און האט עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן אום 1989 למספרם אונטער די B-2 באזוכער וויזא פראגראם
דריי יאר שפעטער איז ער געווארן א געזעצליכע פערמענאנטע רעזידענט אין 1996 למספרם, עטליכע מאנאטן איידער עס איז געווארן זיבן יאר זינט ער האט באטראטן דעם אמעריקאנע באדן איז ער געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אין דריי פעלאניס (ווילדע איבערפאל, ערשטע גראד קרימינאלע שעדיגן פראפערטי און די באזיץ פון געווער אין די צייט פון דורכפירן א פעלאני)
אין יאר 2007 און 2008 למספרם איז ער געווארן אנגעקלאגט און באשולדיגט אין פארלעצן סטעיט געזעצן פון די סטעיט דזשארדזשיע דורכן פארמאגן אומלעגאלע געווירצן אין זיין באזיץ און דאן איז נתמלא סאתו און די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט איז זאט געווארן פון אים און האט אים געשיקט א נאטיץ שרייבנדיג אז זיי ווילן אים אהיימשיקן
בארטאן האט אנערקענט צוויי פארברעכנס באגאנגען אבער געלייקנט אנדערע צוויי און פארלאנגט אפצורופן די רימאוועל ארדער זינט ער איז א לעגאלע רעזידענט אין לאנד
דער אימיגראציע ריכטער האט אקצעפטירט זיין הודאה אויף די צוויי פארברעכנס און די רעגירונג האט עווענטועל צוריקגעצויגן פון זייער קאמף איבער די אנדערע צוויי קלאגעס
בארטאן האט דאן געפיילט אן אפליקאציע אפצורופן זיין רימאוועל ארדער אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט דעם אטוירני דזשענעראל עס צו טוהן אויב דער לעגאלע רעזידענט האט שוין געוואוינט אין לאנד פאר זיבן יאר
די רעגירונג האט אבער גע'טענה'ט אז די פריווילעגיע פון אפרופן א רימאוועל ארדער נאכן וואוינען אין לאנד זיבן יאר איז בלויז אויב מען האט געוואוינט מען איז נישט באגאנגען קיין פארברעכן דורכאויס די זיבן יאר אפשניט אבער אויב פארברעכן ווערן באגאנגען דאן ווערט די ציילונג פון זיבן יאר אפגעהאקט און די פארברעכן וועלכע בארטאן איז באגאנגען אין 1996 למספרם איז אויסגעקומען פונקט מיט עטליכע מאנאטן איידער עס איז געווארן זיבן יאר פון זיין אימיגרירן קיין אמעריקא
בארטאן פון זיין זייט האט אבער געשריגן אז די פארשריפט פון נישט קענען אפרופן דעפארטאציע אין פאל פון א פארברעכן אין לויף פון די זיבן יאר איז בלויז גילטיג אין פאל וואס דער אימיגראנט זוכט דאן צו באקומען לעגאלע רעזידענץ אין לאנד און דאן לויטעט די אויבנדערמאנטע פארשריפט אז די פארברעכן באגאנגען איידער די ענדע פון די שמיטה טוט דעקוואלאפיצירן די פארלאנג פאר לעגאלע רעזידענץ און דערקלערן דעם אמיגראנט אלץ אומאקצעפטירט אין לאנד און אויטאמאטיש אוועקנעמען די רעכט פון די אטוירני דזשענעראל אפצוהאלטן דעפארטאציע ארדערס
אבער אין פאל וואס דער אימיגראנט איז שוין א לעגאלע רעזידענט איז דאך נישט שייך צו זאגן אז די באגאנגענע פארברעך זאל דערקלערן דעם אימיגראנט "אומאקצעפטירט אין לאנד" וועלכע באדייט אז די אפליקאציע פאר לעגאלע רעזידענץ ווערט אפגעווארפן ווייל דער אימיגראנט אין אונזער פאל איז דאך שוין א לעגאלע רעזידענט און מען קען נישט אפווארפן זיין רעכט (פאר לעגאלע רעזידענץ) אין די צייט וואס ער פארלאנגט עס אפילו נישט צו באקומען (זינט ער האט זיך שוין פארזיכערט דערמיט פון בעפאר) און איינמאל ער קען שוין נישט ווערן דערקלערט אלץ אומאקצעפטירט איז מער נישט דא די באגרעניצונג אויף אפהאלטן זיין דעפארטאציע און דער אטוירני דזשענעראל קען יא פארארדענען אים צו האלטן אין לאנד
די אימיגראציע ריכטער האט אבער געגעבן רעכט פאר די רעגירונג און דערנאך האט אן אפעלאט באורד פון אימיגראציע ריכטער עס ווידערהאלט שרייבנדיג אז די איינפאכע שפראך אין די געזעץ שרייבט ארויס גאנץ קלאר אז די פארשריפט אפצושטעלן דיע זיבן יאר פעריאד איז נישט אנגעוואנדן אויב דער אימיגראנט זוכט צו באקומען לעגאלע רעזידענץ (קען אבער זיין אז עס מיינט לרבות אויב ער זוכט נישט קיין לעגאלע רעזידענץ בכלל אבער אויב האט ער עס געזוכט און שוין באקומען איז מען יא נתמעט און אזוי ווי בארטאן שרייט)
דערנאך איז די קעיס אנגעקומען צו די עלפטע סירקוט קאורט וועלכע האט ווידער באשטעטיגט די רעגירונג פאזיציע און ארויסגעברענגט אז די צווייטע, דריטע, און פיפטע קרייז געריכטן האבן אלע אויך אזוי געאורטיילט אין אנדערע קעיסעס און אז בלויז די ניינטע סירקוט קאורט האט יא גענומען די סארט פאזיציע וועעלכע בארטאן ארגומענטירט
פאריאר דעצמעבער דעם פעטן למספרם האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס צו באשליסן וועלכע קרייז געריכט איז גערעכט
היינט מאנטאג קומען פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:55 am

א פאליציאנט אין קענסאס אויף פאטראל האט דורכגעפירט א רעגיסטראציע אונטערזוכונג אויף א לייסענס פלעיט פון א פיקאפ טרעקל און אנדעקט אז דעם יעניגן'ס לייסענס איז געווארן סוספענדירט
נו, די געלעגנהייט אפצושטעלן יענעם איז ווי אריינגעפאלן אין זיין האנט ווי א רייפע טאמאטע אבער גיי ווייס אויב דער וואס פירט דער טרעקל איז דער אייגנטומער דערפון, מעגליך אז יענער האט פארבארגט זיין טראק פאר א פריינט זינט ער קען עס נישט נוצן ביז ער איז מסדר זיין לייסענס
דער פאליציאנט האט פרובירט זיין שאנס און אפגעשטעלט דעם דרייווער לראות למי החותמת און צו זיין גליק
האט ער ווירקליך אנגעטראפן דעם אייגנטומער, א מאן מיטן נאמען גלאווער וועם ער האט זעלבספארשטענדליך צוגעטיילט די פאסיגע שטראף פאר פארלעצן די קענסאס סטעיט טראפיק געזעץ
יענער האט זיך אבער נישט געפוילט און געלאפן אין געריכט מיט א טענה אז זינט דער אפיציר האט נישט געוואוסט פון פאראויס אויב ער שטעלט אפ דעם אייגנטומער אדער א צווייטער וועלכע האט עס בלויז געבארגט האט ער צוליב דעם נישט געהאט קיין עכטע סיבה אפצושטעלן אן אומשולדיגע דרייווער וועלכע איז נישט באגאנגען קיין שום דרייווער פארלעצונג אויסער אן אומבאשטעטיגטע פארדאכט אז מעגליך איז עס דער אייגנטומער אליינס וועמענס לייסענס איז סוספענדירט און אים אפצושטעלן איז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט
די סטעיט געריכט האט אים געגעבן גערעכט אבער די אפעלאט האט נישט איינגעשטימט דערמיט
דערנאך האט די סטעיט סופרים קאורט אנידערגעשטימט די פסק פונעם נידריגן געריכט און די סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט באוויליגט אריינצוקוקן אין די פראגע
היינט מאנטאג קומען פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:56 am

די צווייטע סירקוט קאורט האט איצט באשטעטיגט די אורטייל פונעם דיסטריקט קאורט אז פרעזידענט טראמפ קען נישט אפהאלטן א גרענד דזשורי סובפינע וועלכע זוכט צו באקומען זיינע שטייער בויגנס

די קעיס וועט איצט ווארשיינליך מארשירן צום סופרים קאורט

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:38 am

הכל הבל האט געשריבן:די צווייטע סירקוט קאורט האט איצט באשטעטיגט די אורטייל פונעם דיסטריקט קאורט אז פרעזידענט טראמפ קען נישט אפהאלטן א גרענד דזשורי סובפינע וועלכע זוכט צו באקומען זיינע שטייער בויגנס

די קעיס וועט איצט ווארשיינליך מארשירן צום סופרים קאורט

דזשעי סעקולא באשטעטיגט אז מען גייט צום סופרים קאורט

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:42 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די צווייטע סירקוט קאורט האט איצט באשטעטיגט די אורטייל פונעם דיסטריקט קאורט אז פרעזידענט טראמפ קען נישט אפהאלטן א גרענד דזשורי סובפינע וועלכע זוכט צו באקומען זיינע שטייער בויגנס

די קעיס וועט איצט ווארשיינליך מארשירן צום סופרים קאורט

דזשעי סעקולא באשטעטיגט אז מען גייט צום סופרים קאורט


איך בין נישט קיין אנטי טראמפ, אבער איך גלייך אים אויך נישט צו שטארק,
דא האף איף אז טראמפ זאל כאפען די פראסק אז די סופרים קארט זאל ניטאמאל אנעמען די קעיס, אזאנס וועט געבן פאר טראמפ די ריכטיגע ציפ בשם כל הקהל הקודש.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:39 pm

יא, געוואלט פרעגן די זעלבע, דער סופרים קאורט מוז עס בכלל אננעמען?
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:40 pm

צל עובר האט געשריבן:יא, געוואלט פרעגן די זעלבע, דער סופרים קאורט מוז עס בכלל אננעמען?

ווי סיי וועלכע קעיס זיי מוזן עס נישט אננעמען

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:48 pm

הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:יא, געוואלט פרעגן די זעלבע, דער סופרים קאורט מוז עס בכלל אננעמען?

ווי סיי וועלכע קעיס זיי מוזן עס נישט אננעמען


און זיי וועלן עס טאקע מעגליך בכלל נישט אנעמען וויסענדיג אז עס קומט נאך א ענליכע קעיס פון קאנגרס.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:50 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:יא, געוואלט פרעגן די זעלבע, דער סופרים קאורט מוז עס בכלל אננעמען?

ווי סיי וועלכע קעיס זיי מוזן עס נישט אננעמען


און זיי וועלן עס טאקע מעגליך בכלל נישט אנעמען וויסענדיג אז עס קומט נאך א ענליכע קעיס פון קאנגראס.

דאס וויסן אז עס קומט נאך איינס מוז נישט אויסמאכן

גענוג אין נאך קעיסעס איבער תועבה און רציחה ווערן אקמעפטירט טראץ זייער וויסן אז איינס ברענגט דאס צווייטע

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:יא, געוואלט פרעגן די זעלבע, דער סופרים קאורט מוז עס בכלל אננעמען?

ווי סיי וועלכע קעיס זיי מוזן עס נישט אננעמען


און זיי וועלן עס טאקע מעגליך בכלל נישט אנעמען וויסענדיג אז עס קומט נאך א ענליכע קעיס פון קאנגראס.

דאס וויסן אז עס קומט נאך איינס מוז נישט אויסמאכן

גענוג אין נאך קעיסעס איבער תועבה און רציחה ווערן אקמעפטירט טראץ זייער וויסן אז איינס ברענגט דאס צווייטע


איך פארשטיי, אבער וואס זאל זיין זייער לעגאלע אינטערסע דא אנצונעמען די קעיס? עס איז נישט קיין קעיס וואס נוגע אויפן לאנגען טערמין אדער פאר נאך מענטשן,

און וואס זאל זיין די פאליטישע אינטערעסע? בעסער פאר זיי - אפילו פאר די רעכטע - נישט צו ווערן פארשמירט דערין, ווי אזוי זיי וועלן נאר פסקנ'ן וועט האלב לאנד זיי שעלטן.

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:59 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:יא, געוואלט פרעגן די זעלבע, דער סופרים קאורט מוז עס בכלל אננעמען?

ווי סיי וועלכע קעיס זיי מוזן עס נישט אננעמען


און זיי וועלן עס טאקע מעגליך בכלל נישט אנעמען וויסענדיג אז עס קומט נאך א ענליכע קעיס פון קאנגראס.

דאס וויסן אז עס קומט נאך איינס מוז נישט אויסמאכן

גענוג אין נאך קעיסעס איבער תועבה און רציחה ווערן אקמעפטירט טראץ זייער וויסן אז איינס ברענגט דאס צווייטע


איך פארשטיי, אבער וואס זאל זיין זייער לעגאלע אינטערסע דא אנצונעמען די קעיס? עס איז נישט קיין קעיס וואס נוגע אויפן לאנגען טערמין אדער פאר נאך מענטשן,

און וואס זאל זיין די פאליטישע אינטערעסע? בעסער פאר זיי - אפילו פאר די רעכטע - נישט צו ווערן פארשמירט דערין, ווי אזוי זיי וועלן נאר פסקנ'ן וועט האלב לאנד זיי שעלטן.

ווען א פרעזידענט קריגט זיך מיט עימיצן האט די נאטור פון די קריגעריי א פאטענציאל צו ווערן אקצעפטירט מער ווי א געווענליכע ציווילע שטרייט צווישן צוויי געווענליכע בירגער (לאמיר זאגן א וויכוח צווישן צל און וויכי)
עס איז נישט קיין מוז, אבער מען קען נישט וויסן בעפאר מען ווייסט

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 5:16 pm

די לעגאלע פראגע דא איז מער ווייניגער אויף וויפיל איז פרעזידענט באשיצט פון פראסעקיושן -אויב בכלל- ווילאנג ער איז אין אפיס.

דאס איז אן ערנסטע קאנסטיטוציאנאלע פראגע, און געוויס איז פארהאן אן אינטערעסע פאר די סןפרים קאורט דאס אנצונעמען (אחוץ אויב זיי וועלן טרעפן עפעס א זייטיגע סיבה צו באשטעטיגן די אפיעלס פסק אין די פאל, אן זיך אריינלאזן אין די עצם שאלה)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 11:57 am

היינט אינדערפרי גייט די סופרים קאורט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין איינע פון די -אויב נישט סאמע- גרעסטע היי פראפיל קעיסעס אינעם איצטיגן טערמין די רעדע איז איבער פרעזידענט טראמפ'ס שריט אפצושטעלן די פראגראם "דיפערד עקשאן פאר טשיילדהוד ארייוועלס" אונטערן באקאנטן אקראנים "דאקא"
די דעטאלן פונעם גאר שטארק נאכגעפאלגטן קעיס איז גראדע נישט אזוי טיף און קאמפליצירט און קען ווערן ברייט באשריבן אויפן שפיץ ציין שטעכער און אט איז טאקע אן איבערבליק איבער וואס מען גייט היינט דיסקוסירן אין געריכט
צוריק אין 2012 למספרם האט פרעזידענט אבאמא אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוון ארדער אפצושטופן די דעפארטאציע פון אומדאקומענטירטע אימיגראנטן וועלכע זענען געווארן אריינגעברענגט אומלעגאל אין לאנד אלץ קינדער און זיי געגעבן די מעגליכקייט זיך איינצושרייבן פאר ארבעט פערמיטן, באקומען סאושעל סעקיוריטי אידענטיטעטן, באצאלן שטייערן, און זיך איינגלידערן אין די אמעריקאנע געזעלשאפט
אין 2017 סעפטעמבער למספרם אונטער די פריש ערוויילטע טראמפ פרעזידענטשאפט האט די היימלאנד זיכערהייט געברענגט אן ענדע צום פראגראם נאך א מעלדונג פון דאן אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס און די שריט גופא איז עפעס וועלכע אלע אנערקענען אלץ אויסגעהאלטן און יעדער שטימט איין אז געזעצליך פארמאגט יעדע אדמיניסטראציע די אויטאריטעט צו ערזצען אלטע פאליסיס מיט נייע אבער די קלעגער אין דעם פאל טענה'ן אז די אורזאך פארן ענדיגן די דאקא פראגראם איז געקומען צוליב א גרייז אין אפלערנען די געזעץ ווי איידער צו זיין אין איינקלאנג מיטן געזעץ
די קלעגער זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע איז געקומען צום אויספיר אז די שאפונג פונעם פראגראם איז געווען אומאויסגעהאלטן לויטן געזעץ און אן אוועקשטעלן א דאטום ווען די פראגראם וועט זיך שליסן און איז געווען אן אומקאנסטיטוציאנאלע שריט מטעם די עקזעקוטיווע צווייג פון די רעגירונג
די קלעגער זאגן אז די באפעל אפצושטעלן די פראגראם איז נישט געווען דורכגעטראכט און איבערגעקלערט באזירט אויף פאקטן נאר ליבערשט איבערגעאיילט און הפקירות'דיג אפצושטעלן א מאסיווע פראגראם גאר ווילד און קורץ נאך איר שאפונג
לויט די קלעגער איז די שנעלע שריט נישט בלויז א פראבלעם אויף רעטאריש נאר פארלעצט די "אדמינסטראטיווע פראצעדור אקט" אונטער די פיפטע אמענדמענט וועלכע שטעלט אוועק די סטאנדארטן ווי אזוי עקזעקוטיווע שריט ווערן אויסגעפירט אריינגערעכענט געלעגנהייטן פאר באטראפענע צו קאמענטירן
לויט די אדמיניסטראטיווע פארשריפטן האט סעשאנס געזאלט מאכן אן אפיציעלע ווארענונג אז מען גייט ברענגן אן ענדע צום פראגראם און גיבן א שאנס פאר די פובליק צו אויסדרוקן זייער מיינונג
גראדע איז די ארדער צו אוועקשטעלן דאקא אין 2012 למספרם אויך געקומען אנע מעלדונג בעפאר אבער לויט די טענה איז עלימינירן א פראגראם אנדערש ווי שאפן איינס און דאס איז צוליב וואס עס ווירקט נעגאטיוו אויף די געניסער וועלכע האבן בענעפיטירט דערפון און צוליב דעם איז פיל וויכטיגער זיי איינצומעלדן פון פאראויס דערפון
די צווייטע ארגומענט פון די פרא דאקא גרופע איז איבער נאך א פארלעצונג פון די "אדמינסטראטיווע פראצעדור אקט"
די טענה איז אז די שוין היינט וואויל באקאנטע "OLC" וועלכע איז די אקראנים פאר די אפיס פון לעגאלע קאונסיל אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט (די זעלבע וועלכע האט געשריבן א מעמא אז מען קען נישט אנקלאגן אן אמטירנדע פרעזידענט) האט צו יענע צייט (אין 2017 למספרם) געשירבן א 33 זייטן לעגאלע מעמא אין וועלכע זיי קומען צום אויספיר אז די דאקא פראגראם איז געווען אויסגעהאלטן
ווי עס שיינט זענען זיי פארבעטן געווארן אריינצוקוקן אין די פראגע ווייל דאן אטוירני דזשענעראל זשעף סעשאנס האט געוואלט זיין באוואפנט מיט א לעגאלע מעמא פון די אפיס וועלכע זאל אונטערשטיצן די שריט צו עלימינירן דעם פראגראם אבער זיין וואונטש האט זיך נישט אויסגעארבעט און די אפיס האט זיך נישט געוואלט צושטעלן צום רעקאמענדאציע צו ענדיגן דאקא און איז גאר געקומען שריפטליך צום אויספיר אז דאקא איז יא אויסגעהאלטן
דערנאך האט זיך סעשאנס נישט גערעכנט מייט די מעמא און אין זיין ארדער צו ענדיגן דאקא האט ער געשריבן אז די פראגראם איז נישט געווען געזעצליך אויסגעהאלטן אן ערווענען סיי וועלכע געזעץ אויף די ביכער די פראגראם האט פארלעצט און האט גאר אנגעצייגט אויף אן אורטייל פון די פיפטע סירקוט קאורט (וועלכע איז שפעטער געווארן באשטעטיגט דורכן סופרים קאורט וועלכע איז דאן באשטאנען פון אכט ריכטער און האט זיך געשפאלטן 4-4 ערלויבנדיג די סירקוט קאורט אורטייל אריינצוגיין אין אפעקט) וועלכע האט געפונען אז די 2014 למספרם "דאפא" פראגראם וועלכע שענקט ברייטערע רעכטן פאר אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכעה האבן געהאט קינדער אין לאנד
סעשאנס האט געשריבן אז זינט "דאפא" איז געפונען געווארן אומקאנסטיטוציאנאל איז דאס זעלביגע געזאגט געווארן אויף "דאקא" וועלכע ליידט פון די זעלבע לעגאלע פראבלעמען
די קריטיקירער זאגן אבער איצט אז די אורטייל וועלכע די פיפיטע סירקוט האט געשריבן איבער "דאפא" באציהט זיך צו א פראבלעם אין יענע געזעץ וועלכע איז אויסדרוקליך נישט דא אין "דאקא" און עס איז דעריבער פאלש צו פארבונדן די צוויי

באזונדער באקלאגן זיך די קריטיקירער אז די ארדער נעמט אוועק פון די אימיגראנטן זייער קאנסטיטוציאנאל באשוצטע פרייהייט און פראפערטי אינטערעסן אן דורכגיין א געזעצליכע פראצעדור און דאדורך פארלעצט די "גלייכע באשיצונג געזעץ" ווייל עס איז מאטיווירט דורך דיסקרימירנדע אינטערעסן
די קלעגער אין די קעיס זענען א באורד גרופע פון א קאליפאניע יוניווערסיטי און שפיץ פון איר פירער די געוועזענע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט סעקרעטארשע דזשענעט נאפאליטאנא און די אדמיניסטראציע האט געהאט גע'טענה'ט אז די יורידישע סיסטעם פארמאגט ניטאמאל קיין יוריסדיקציע צו ברענגן אזא קעיס זינט אזא סארט ארדער איז אויסשליסליך אין די הענט פון עקזעקוטיוו אבער די ניינטע קרייז געריכט האט עס אפגעווארפן און אויך געשריבן אז די קלעגער וועלן ווארשיינליך געוואונען אויף די מעריטס פון די קעיס און ערלויבן די דאקא אפשטעל אויף דערווייל פאראורזאכן גרויסע שאדן פאר די אימיגראנטן און צו די פובליק אינטערעסע און דעריבער האבן זיי אפגעשטעלט די טראמפ ארדעראון אצינד וועט מען דארפן זעהן וואס די סופרים קאורט ריכטער וועלן זאגן איבער דעם
די צוויי הויפט פראגן פאר די ריכטער וועט זיין די אויבדערמאנטע אדמיניסטראציע ארגומענט אז אזא פראגע קען ניטאמאל באהאנדלט ווערן דורך די געריכטן זינט לויט די "אדמיניסטראטיווע פראצעדור אקט" איז די אויטאריטעט פאר אזא ארדער "אויסשליסליך אין די הענט פון רעגירונג אגענטורן (א שטייגער, די יוסטיץ דעפארטמענט) צו באשליסן" (די שפראך אין די אקט איז זיי די אגענטורן פארמאגן די דיסקרעשאן)
די קריטיקירער טענה'ן אבער אז באשלוס (דיסקראשען) באדייט אז זיי קענען אוועקשטעלן א נייע פאליסי אדער געזעץ פון אזא סארט (ווי צום ביישפיל שאפן די דאקא פראגראם) אבער דא האט סעשאנס געשריבן אז די ארדער איז סך הכל א פראגראם וועלכע ער איז געצוואונגען אפצושטעלן זינט עס איז נישט לעגאל אויסגעהאלטן ווייל די אגענטור האט נישט געהאט די "דיסקרעשאן" צו שאפן דעם פראגראם אינעם ערשטן פלאץ
אין אנדערע ווערטער: א באשלוס פון אן עקזעקוטיוו אגענטור אז א פריערדיגע פאליסי באשלוס (צו שאפן דאקא) דורך די זעלבע אגענטור איז נישט געווען אין די אגענטור'ס דיסקרעשאן, דאס הייסט נישט קיין דיסקרעשאן
און די צווייטע וויכוח איז אין פאל וואס די געריכט באשליסט אז זיי קענען יא אריינרעדן דערין דארפן זיי באשליסן אויב די ארדער איז געווען אויסגעהאלטן זינט לויט די קלעגער האט די אדמינסטראציע נישט נאכגעפאלגט די רעגולארע אדמיניסטראטיווע פראצעדור ביים ארויסגעבן די ארדער
די מונדליכע ארגומענטן האבן ארגינעל געזאלט זיך ציען פאר איין שטונדע אבער צוליב די געוויכט פון אזא קעיס האבן די ריכטער צוגעלייגט נאך צוואנציג מינוט פון ארגומענטן
די פרא דאקא פארטיידיגונג וועט ווערן אנגעפירט דורך א גרופע פון פראמינענטע אדוואקאטן אין שפיץ פון געוועזענער סאליסיטאר דזשענעראל טעד אלסאן אבער אין א פארזוך צו מאקסימוזירן די דראמא אין געריכט זאל וועט די גרופע זעצן צום פארטיידיגונג טישל לואיס קארטעז וועלכע איז אליין א דאקא אימגראנט און האט גראדואירט פון געזעץ שולע קארגע דריי יאר צוריק
קארטעז וועט טאקע בלויז אויפטרעטן פאר א קורצע טייל פון די ארגומענטן אבער די באשלוס צו שטעלן אזא שנוק אויפן זעלבן טיש פון טעד אלסאן און אים צו ערלויבן צו אויפטרעטן פאר די סופרים קאורט ריכטער איז פרעצעדענטלאז און איז בעיקר געציהלט צו דראמאטיזירן די אטמאספערע דורכן אנצייגן אויף די פערזענליכע סוקסעס געשיכטע פון די דאקא פראגראם
וועט מען דארפן ווארטן אין זעהן די צוגאנג היינט פון די ריכטער ווען תשב אנוש עד דאק"א אויב דערנאך ביז יוני למספרם צו זעהן אויב עס וועט זיין ותאמר שובו בני אדם צו די לענדער פון וואנעט זיין קומען אדער אויב זיי קענען דא ווייטער פארבלייבן

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 11:57 am

ארגומענטן פאריבער
באזירט אויף די היינטיגע ארגומענטן קוקט די געריכט אויס גענויגט צו אורטיילן אז דאקא איז דערנאך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איגערקע, לייטער, שכל טוב און 45 געסט