נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א פעדעראלע געריכט אין דזשארדזשיע נעמט די זייט פון די ACLU דערלאנגענדיג א קלאפ פאר די איצטיגע סטעיט וואל געזעץ און א זיג פאר מינאריטעט וויילער

די אורטייל אין קורצן באדייט אז די סטעיט וועט דארפן באטראכטן אלע עבסענטי בעלאטס וועלכע ווערן אריינגעלייגט אין א פענדינג סטאטוס צוליב וואס די אונטערשריפט שטימט נישט אלץ פראוויזיאנאלע בעלאטס און קאנטאקטן די וויילער און זיי פארשלאגן א שאנס צו פאררעכטן די פראבלעם

און וואס גענוי האט דאס מיט מינאריטעטן?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Think and Thank האט געשריבן:

מער מינאריטעטן זענען געווען פארמישט אין אזעלכע פראבלעמען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סטעיט סופרים קאורט אין פלארידא האט נארוואס געאורטיילט אז די וויקטימס רעכטן איז אויסגעהאלטן לויט ווי אזוי זי איז אצינד אויסגערעכנט אויפן בעלאט צו שטימען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פרישע אינערליכע אנקעטע פארן דסענטיס קאמפיין גיבט אים אן 1% אויבערהאנט איבער דעם דעמאקראט ענדרו גילאם אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דיסטריקט ריכטער פורמאן וועלכע פארפיגט אויפן צענזוס/סטיזאן פראצעס אנטזאגט נאכצוגעבן פארלאנג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט פאר א סטעי

זאגעט אז ער קען אפעקטירן די אורטייל פון זיין אין צייט און האט גאר שארף ארונטערגעריסן די אדוואקאטן פונעם יוסטיץ דעפארטמענט
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

@הכל פין וועלכע קעיס רעד מען?
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

הכל, שוין עטליכע מאל געוואלט פרעגן,
וואס איז פשט פון אורטייל'ס געמאכט אין א זינטאג?
איז די געריכט נישט געשפארט דעם טאג?
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

הכל הבל האט געשריבן:דיסטריקט ריכטער פורמאן וועלכע פארפיגט אויפן צענזוס/סטיזאן פראצעס אנטזאגט נאכצוגעבן פארלאנג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט פאר א סטעי

זאגעט אז ער קען אפעקטירן די אורטייל פון זיין אין צייט און האט גאר שארף ארונטערגעריסן די אדוואקאטן פונעם יוסטיץ דעפארטמענט

וואס איז געווען די פארלאנג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט?
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

נודניק האט געשריבן:@הכל פין וועלכע קעיס רעד מען?

פון א פראגע אויפ'ן צענזוס פארם איבער סיטיזינשיפ.
משה11 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דיסטריקט ריכטער פורמאן וועלכע פארפיגט אויפן צענזוס/סטיזאן פראצעס אנטזאגט נאכצוגעבן פארלאנג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט פאר א סטעי

זאגעט אז ער קען אפעקטירן די אורטייל פון זיין אין צייט און האט גאר שארף ארונטערגעריסן די אדוואקאטן פונעם יוסטיץ דעפארטמענט

וואס איז געווען די פארלאנג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט?

ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז געווען די סטעיטס קעגען מרס. ... (דענק נישט איר נאמען) וואס זי האט געזאגט אז די פראגע איז אריין געשטעלט געווארן אויפ'ן פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטמענט, א זאך וואס ס'איז געווארן אפגעלייקענט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אקעי, די אורטייל איז שוין פון פאריגע וואך נאר איך האב עס פארפעלט צו באריכטן אין צייט

די קלאגע איז נישט איבער צווינגען ווילבאר ראס צו ערקלערן די מאטיוון פונעם טויש וועלכע די סופרים קאורט האט דערווייל בלאקירט נאר איז איבערן לעגאליטעט פון אריינשטעלן די סיטיזאן פראגע אינעם צענזוס גופא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין אן אפשטימונג פון 5-2 האט די אריזאנא סופרים קאורט פארבאטן אן אינציאטיוו צו העכערן שטייער און נוצן די געלט צו אינוועסטירן אין ערציאונג פון ערשיינען אויפן בעלאט
אקטיוויסטן האבן אריינגעגעבן א פארלאנג ארויפצושטעלן אויך די בעלאטס פראפאזיציע נומער 207 און געהאפט דערמיט אז עס וועט ארויסטרייבן ליבעראלע וויילער צו די שטים בודקעס אבער די געריכט האט עס אנידערגעשטימט אנגעבליך צוליב וואס די שפראך פון די פארשלאג איז געווען אומקלאר און וואלט צומישט וויילער
א שטיקל סקאנדאל האט זי אנטוויקלט ווען די קאמפיין פון אריזאנא גאווערנאר דאג דוסי האט פארגעשאצט אז די אורטייל וועט זיין 5-2 אבער די קאמפיין האט עס אוועקגעמאכט באשולדיגונגען פון קאלאברירן מיטן יורידישן פליגל און ערקלעט אז זיי האבן בלויז מיטגעטיילט מיט דזשורנאליסן קלאנגען וועלכע האבן צירקולירט און וווי עס שיינט האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין די ווארהייט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט טראמפ האט פערזענליך אויסגעפרעגט נעאמי רעא וועלכע איז די אדמיניסטראטאר און פארפיגט אויף די אפיס אף אינפארמעישאן אף רעגולאטארי אפעירס (אן אפיס וועלכע האט איבערזיכט איבער אויספירן פאליסיס און רעגולאציעס און ארבעט פארן עקזעקוטיוון פליגל) מיטן ציהל איר צו נאמינירן צום די סי סירקוט קאורט צו ערזעצן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן דורך ריכטער ברעט קעווענאו
עס איז די סאמע ערשטע פאל אין וועלכע טראמפ פרעגט אויס א קאנדידאט וועלכע ווערט נישט נאמינירט צום סופרים קאורט
די די סי קאורט איז די געריכט אונטער וועמענס יוריסדיקציע סיי וועלכע געראנגל צווישן טראמפ און מולער ווי סובפינעס און נאך וועט פאלן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א שטארק נאכגעפאלגטע פראצעס איבער אפירמאטיוו עקשאן איז אין אירע לעצטע פאזעס

אפירמאטיוו עקשאן איז געזעץ דורכגעפירט מיט יארן צוריק ווען סיוויל רייטס באוועגונגען האבן נאך געבליעט און מען האט געוואלט פארזיכערן אז מינאריטעטן ווערן נישט דיסקרימינירט און צוליב דעם געשאפן א סיסטעם אונטער וועלכע קערפערשאפטן ווי יונירוועזיטעטן און נאך טוען אפערירן ווי מיט קוואטעס זיך צוריקהאלטנדיג פון אויפנעמען אדער העכערן אין ראנג באזירט אויף טאלאנט און צייכענונגען ווי לאנג די באשטימטע צאל מינאריטעטן באקומען נישט א פון פאראויס באשטימטע טייל פראפארציאנאל

מיט א צייט צוריק האט דער העכסטער געריכט אין אן אורטייל וועלכע איז איז באצייכנט געווארן אלץ פון די קאנטערווערסיאלסטע אין מאדערנע היסטאריע געשריבן אז טייל פון אפירמאטיוו עקשאן איז שוין נישט גילטיג צוליב ווואס ראסע באציאונגען איז שוין נישט אין א קריזיס שטאפל ווי מיט יארן צוריק און מינאריטעטן זענען שוין היינט פיל בעסער רעפרעזענטירט ווי אין די פארגאנגנהייט

אצינד האט זיך געשאפן א פרישע אפירמאטיוו עקשאן קעיס און פון צוויי מינאריטעטן גרופעס צווישן זיך
א גרופע וועלכע פארטרעט אזיאנער אמעריקאנער סטודענטן באשולדיגט די פרעסטיזשפולע הארווארד יוניווערסיטעט פארן זיך באנוצן מיט אפירמאטיוו עקשאן צו בעפארצוגן אפריקאנער אמעריקאנער און לאטינאס אויף זייער חשבון

אין די 1978 למספרם האט דער סופרים קאורט דאן באשטעטיגט אפירמאטיוו עקשאן אין קעמפוסעס און ארויסגעהויבן הארווארדס צוגאנג וועלכע נעמט אין באטראכט פארשידענע פאקטארן ווי ראסע אקאדעמישע דערגרייכונג פאמיליע בעקגראונד און פערזענליכע כאראקטער

די איצטיגע קעיס האלט שוין אין די לעצטע וואך און דיסטריקט ריכטער עליסאן באראוס האט ערלויבט פאר א גרופע סטודענטן וועלכע זענען אין שטיצע אנצוהאלטן די איצטיגע הארוואד פאליסי אויפצוטרטען אין געריכט
די ריכטער האט אויך געשריבן אז די אדוואקאטן וועלכע וועלן אויספרעגן די סטודענטן זאלן האבן נישט מער ווי 5 יאר פראפעסיאנאלע ערפארונג ווייל ער וויל שענקן פאר אינגערע אדוואקאטן א געלעגנהייט צו געניסן פון טרייעל עקספיריענס
ביידע זייטן און אויך די ריכטער זעלבסט האבן אלע אנערקענט אז דער קעיס וועט עווענטועל אנקומען צום סופרים קאורט
אין 2016 למספרם האט דער זעלבער וועלכע שטייט אין שפיץ פון די איצטיגע קלאגע אנגעפירט אן ענליכע אונטערנעמונג פארטרעטנדיג א ווייסע סטודענט מיט ענליכע באקלאגענישו קעגן א טעקסאס יונירוועסיטעט און דער סופרים קאורט האט דאן ארויסגעווארפן די קלאגע איןא 5-4 אורטייל אין וועלכע ריכטער קענעדי האט געאורטיילט מיט די ליבעראלן
אצינד אז ריכטער קעווענאו האט ערזעצט ריכטער קענעדי קען די נייע אויסשטעל אויפן באנק פירן צו אנדערע רעזולטאטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די מעשה איז אז די אזיאנער האבן א העכערע איי קיו אפילו ווי די ווייסע, אבער זענען א מינאריטעט, נישט ווי די אנדערע מינאריטעטן וואס האבן אן עוורידזש א נידעריגערע איי קיו פון די ווייסע.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן:די מעשה איז אז די אזיאנער האבן א העכערע איי קיו אפילו ווי די ווייסע, אבער זענען א מינאריטעט, נישט ווי די אנדערע מינאריטעטן וואס האבן אן עוורידזש א נידעריגערע איי קיו פון די ווייסע.

ווען טראמפ וואלט דאס געזאגט וואלסטו טראמפייטערט דערמיט אלס פרוף וואספארא ראסיסט ער איז.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אמת.

אבער וואס זאל מען טון עס איז דאך א פאקט.

אמת אז ראסיזם מיינט לכאורה האלטן אז עס איז דא חילוקים צווישן איין ראסע און א צווייטע, און עס איז נישט פאליטיקלי קארעקט צו רעדן אזוי, איז אבער מיין שיטה אז מיט א פאקט קען מען זיך טאקע טענה'ן אבער נישט מאכן אויס, און ביי מיר מיינט ראסיזם - הגם דאס איז נישט וואס עס מיינט טאקע - מאכן א חילוק אין ווי אזוי מיין באהאנדעלט איין ראסע קעגן די אנדערע.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך וואס א ריכטער האט ערלויבט א קלאגע אקעגן די צענזוס טויש פאראויסצוגיין איז איצט די טראמפ אדמיניסטראציע געלאפן צום סופרים קאורט בעטן א סטעי אפצושטופן די פראצעס
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

זייער גוט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

היינט מיטוואך טוט די סופרים קאורט אויסהערן די ארעל ארגומענטס אין די קעיס אקעגן די IFC

IFC איז די אקראנים פאר אינטערנאציאנאלע פינאנץ קארפארעישאן וועלכע לייעט גרויסע סומעס פאר קערפערשאפטן אין פראיעקטן איבער די וועלט
די ארגאנאזאציע ווערט אנגעקלאגט דורך די אינדיאן פישינג קאמיוניטי (מערקווירדיג קענען די קלעגער זיך רופן מיט גענוי די זעלבע אקראנים ווי די אנגעקלאגטע.. Indian Fishing Community ווייסעך נישט אויב עס איז שוין איינעם בייגעפאלן)

די פישערלייט און פארמערס קלאגן די קארפארעישאן איבער א קוילן פלענט וועלכע האט באקומען גרויס געלט פון זיי און האט אנגעברענגט שאדנס פאר זייער געזונט צושטאד און פאר זייערע באדנס

די קלעגער האבן ארגינעל געזוכט צו שליכטן די שטרייט ביי א זעלבסשטענדיגע קאמפלייענס אדווייזערי באורד וועלכע איז א באורד ספעציעל געשטעלט אלץ א מעכאניזם פאר אקאונטיביליטי אין די ארגאנאזאציע

די באורד איז צוריקגעקומען מיט א ליסטע פון פעלערן אין מיסברויכן וועלכע די ארגאנאזאציע האט פארפעלט צו אדרעסירן אבער די ארגאנאזאציע האט עס אוועקגעמאכט און איגנארירט די באקלאגעניש

די קלעגער זענען געלאפן אין פעדעראלן געריכט אין וואשינגטאן די סי ווי די IFC האט גע'טענה'ט אז אלץ אן אינטערנאציאנאלע ארגאנאזאציע זענען זיי באשוצט מיט פולע אימיוניטי פון ווערן אנגעקלאגט
די געריכט האט גענומען די זייט פון די IFC און נאך מיט א שמיץ אריבער געאורטיילט אז אינטערנאציאנאלע ארגאנאזאציעס געניסן פון נאך שטארקערע אימיוניטי ווי אויסלענדישע רעגירונגען און קענען אפערירן פאר סיי וועלכע קאסט זייענדיג העכערן געזעץ פון קענען אריינטראגן באקלאגענישן אקעגן זיי
אצינד איז די קעיס פארנט פון די סופרים קאורט וועלכע הערט היינט אויס די מונדליכע ארגומענטן אין א קעיס וועלכע האט געצויגן ברייטע אויפמערזאמקייט אויף אן אומפארטייאישע פארנעם
פילע קאנגרעסלייט אויף ביידע זייטן פונעם ספעקטרום ווי אויך גרויסע לעגאלע קאנאנען האבן אריינגעשיקט פריינט פונעם געריכט בריוון אין שטצע פון די קלעגער
די קלעגער ברענגן ארויס אז צווינגען די ארגאנאזאציע צו שליכטן אזעלכע קעיסעס איז גאר א הילף פאר די ארגאנאזאציע וועמענס מיסיע איז צווישן אנדערן צו באקעמפן ארעמקייט און אנטוויקלען קאמיוניטיס אן צו שעדיגען די וואוילזיין פון מענטשן און זייער לופט און לעבנס קוואליטעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין אריזאנא איז היינט געווען פרישע אנטוויקלונגען אין א לאגאלע געראנגעל איבער א געזעץ פון אריינשיקן בעלאטס צו שטימען
אין 2016 למספרם האט די סטעיט פארבאטן די ערשיינונג פון צוזאמגענומענע בעלאטס ווי אקטיוויסטן אדער סיי ווער וואלונטירט צוזאמצונעמען אויסגעפילטע עבסענטי אדער אנדערע פארעם וויילער בויגנס און עס אפטראגן צו די וואל לאקאלן מיטן ציהל איינצושפארן פאר די אלע וויילער צו דארפן אליין רייזן צו די וואל צענטערן אדער זיך דארפן אפגעבן מיטן עס ארויסשיקן אין די פאסט
די סטעיט פארבאט שליסט אויס פעלער ווען עס ווערט געשיקט דורך פאמיליע אדער פריוואטע באדינער און נעמט נאר אריין גרעסערע אונטערנעמונגען פון מאסן בעלאטס קלייבונגען צוליב די פריוואטע אינפארמאציע פון די וויילער איז נישט באשיצט און אויך צוליב וואס עס קען פירן צו וואל שווינדל
דעמאקראטן זענען דאן געלאפן אין געריכט מיטן טענה אז עעס טוט דיסקרימינרן אקעגן מינאריטעטן און אויך קעגן רורעל איינוואוינער וועלכע וואוינען צושפרייט און מאנגלען טראנספארטאציע צו די וואל ערטער אדער צו פאסט צענטערן
די סטעיט האט אנגעוויזן אז 20 שטאטן איבערן לאנד האבן ענליכע געזעצן און אזויפיל ווי 14 שטאטן האבן גענוי די זעלבע איינפיר
א דריי פאנעל אויף די 9'טע סירקוט האט זיך זיך נישט געקענט פאראייניגן און צוויי האבן אויף דערווייל אנגעהאלטן די פארבאט און איינער האט געשריבן דערקעגן
די געריכט איז אבער איינגעגאנגען צוריק אויפצונעמען די קעיס פארנט פון א פולע פאנעל פון 11 ריכטער
די פאנעל האט דאן פארשפראכן געהעריג דורכצוטוהן די קעיס אבער אויף ביז דערווייל זענען 6 פון די 11 געווען גרייט צו בלאקירן די סטעיט פארבאט
די סטעיט צוזאמען מיט די רעפובליקאנער פארטיי האבן זיך געוואנדן מיט אן עמורדזשענסי ביטע צום סופרים קאורט אפצושלאגן די סיקרוט בלאקאדע און די סופרים קאורט -וועלכע האט א טראדיציע פון אומסימפאטיע צו געאיילטע אורטיילן אין באצוג צו וואל געזעצן וועלכע ווערן ארויסגעגעבן הארט פאר עלעקשאנס צוליב וואס די אטמאספערע איז דאן אנגעהיצט און ריכטער ווערן באאיינפלוסט פון עמאציעס- האט אראפגענומען די צייטווייליגע סטעי אויפן פארבאט
די קעיס האט פארגעזעצט צו ווערן באהאנדלט אין די 9'טע קרייז געריכט און היינט האט די געריכט געאורטיילט אז די פארבאט איז אויסגעהאלטן
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

נאך א פראסק פאר די ליבעראלע עפארט צו מאכן וואס גרינגער צו פעלשן וואלן אונטער'ן תי' פון דיסקרימינאציע.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווי באריכטעט האט די טראמפ אדמיניסטראציע מאנטאג זיך געוואנדן צום סופרים קאורט צו פארלאנגען א סטעי אויף די צענזוס/סיטיזאן קלאגע דורך ניו יארק און אנדערע סטעיטס
די פראצעס אין די נידריגע געריכט וועלכע א ריכטער האט געגעבן די גרינע ליכט פאראויסצוגיין איז באשטימט זיך אנצוהויבן קומענדיגע מאנטאג
דערווייל זיצט די יוסטיץ דעפארטמענט אויף שפילקעס ווען די סופרים קאורט האט נאך ניטאמאל געבעטן די קלעגער קיין רעאקציע צום סטעי פארלאנג און מען קען נישט וויסן אויב זיי וועלן גיבן א סטעי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרייטאג אריינגעהויבן צוויי גוטע פעטש אינעם רעכטן סופרים קאורט

אין איין פאל האט דער געריכט זיך אנטזאגט אפצושטעלן די אנקלאגע פון יוגנטליכע וועלכע פארלאנגען פארשריט אויף קלימאטן טויש אישוס

אויפן צווייטן באק איז געקומען א פראסק ווען דער געריכט האט זיך אנטזאגט אפצושטעלן די סיטיזאן/צענזוס אנקלאגע פון פאראויסגיין

אין די קלימאטן טויש אנקלאגע אין ארעגאן זאגט אבער די געריכט אז די אדמינסטראציע קען נאכאמאל בעטן די אפעלאט געריכט אפצושטעלן די קעיס
ריכטער טאמאס און גארסוטש זאגן אז זיי וואלטן ווען יא אפגעשטעלט די פראצעס

אין די צענזוס קעיס זאגן ריכטער טאמאס גארוטש און אליטא אז זיי וואלטן ווען אפגעשטעלט די פראצעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40463
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מען האט נישט געהערט פון ריכטער קעווענאו ווי ער איז געשטאנען אויף די צוויי פראגן אבער עקספערטן צייגן אן אז הויפט ריכטער ראבערטס האט א גאר דעליקאטע מיסיע פון לאזן דעם געריכט שפאנען רעכטס אבער פארמיידן דעם איינדרוק אז די געריכט איז פארטייאיש און וועט ממש אלץ גיין רעכט
ער וועט פארזיכטיג מוזן ארבעטן צו קלויבן ווייניגער וויכטיגע קעיסעס און וועלכע ער דערלאנגט נישט פאר רעפובליקאנער אלעס אויף א גאלדענע טאץ
צום ביישפיל ביידע אויבנדערמאנטע ארדערס איז נישט צו שטארק רעלעוואנט זינט עס איז בלויז איבער לאזן א קעיס פאראויסגיין אין די רעגולערע פראצעדורן און אין פאל די נידריגע געריכטן אורטיילן נישט צו די געשמאק פון די רעכטע קען עס דער סופרים קאורט דאן איבערדרייען
אין די זעלבע צייט הערט מען אין די באריכטן אז די געריכט האט גענומען איצט די זייט פון די לינקע און ראבערטס האפט אז עס וועט שטיין גוט פאר די אימעדזש פונעם געריכט
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

זייט ווען נעמט די סופריעם קאורט אין באטראכט פאליטישע אספעקטן פון קעיסעס?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”